עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
דער ריעל עסטעיט מאגנאט און בעל גאוה דאנאלד טראמפ האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט.
50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
איבערלעבער האט געשריבן:אויב בלייבט עס א דריי שפיציגער פארמעסט איז טראמפ דער געווינער. דער איינציגסטער וועג עס אפצושטעלן איז אויב אלעס פאראייניגט זיך אונטער רוביא. קרוז אליינס ווערסוס טראמפ געווינט נישט. ווידער, קרוז וועט זיך זיכער נישט ארויסציען לטובת רוביא כל עוד רוח באפו, קומט אויס אז טראמפ איז שוין ווארשיינליך דער געווינער.
TEXAS: BREAKING - Ted Cruz floats possibility of restarting presidential campaign if he wins tonight's Nebraska primary, which is unlikely.יא יא האט געשריבן:נאך די נעכטיגע שוואכע נאכט פאר קרוז זעהט יעצט אויס מער ווי אלעמאל אז טראמפ וועט מאכן די 1237 דעלעגאטן בעפאר די קאנווענשאן
און ביי די דעמעקראטן זעהט די זעלבע אויס ביי קלינטאן
יא יא האט געשריבן:ער האט אזוי געהאקט קעגן הילערי מיט'ן סלאגאן אז ער גייט זיך נישט לאזן ווייל ......... ער זוכט באמת דעם אמת.......... און גארנישט
מיין מיינונג האט געשריבן:וואס און גארנישט?
יאהאן האט געשריבן:ניו העמפשיר – היינט דינסטאג איז ערווארטעט א טאג פון פאליטישע דראמא, ווען דער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט בערני סענדערס וועט זיך אפיציעל ארויסציען פונעם פריימערי פארמעסט דערמיט וואס ער וועט געבן זיין אפיציעל אינדארסמענט פאר זיין קעגנער הילערי קלינטאן.
די צוויי זענען ערווארטעט אויפצוטרעטן אינאיינעם ביי א ראלי אין ניו העמפשיר, און עס וועט זיין זייער אינטערעסאנט צו הערן וואס סענדערס וועט זאגן און וויאזוי ער וועט אפעלירן ביי זיינע שטיצער – וועלכע זענען אויסגעשפראכן אנטי-קלינטאן – אז זיי זאלן זיך יא פאראייניגן אונטער קלינטאן און שטימען פאר איר.