Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
194 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 318 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10046
מאנטאג יאנואר 18, 2016 6:07 pm#317925
כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
יום ח׳ שבט לסדר ובני ישראל יוצאים 'בי"ד רמ"ה' (ר״ת ה'רב י'שכר ד'וב ר'וקח ב'ן מ'רדכי)

מה נכבד היום מלך ישראל (שמואל ב ו׳ כ׳) בהגלות נגלות אור יקרות עיר וקדיש מן שמיא נחית איתן אדונינו כ״ק מורינו ורבינו מבעלזא שליט״א האי יומא יום הבהיר ג׳ בשלח ח׳ שבט תש״ח או אז נולד בביתו של האי גאון וקדוש מחולל ומוליד צדיק כביר כ״ק מרן מבולגורייא זי״ע בן זכר ולכל בני ישראל היה אור במושבותם, וכפי שהתבטא האי מלאך כאדם בתוכו ינצר אהרן קדוש ה׳ מבעלזא ״ער איז די שווארץ אפיל פין מיין אויג״ והשמחה הרקיע שחקים בביתו נאוה קודש בת״א כעדות המשמשים בקודש החיים אתנו לאוי״ט שהנה נצר פרח כשושנה ויך שרשיו לבית בעלזא ולא נפל דבר ארצה מנביאתו של אותו זקן כ״ק מרן מהר״ש ״בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יר״ש ביז משיח וועט קומען״ שבאותם הימים אחרי החורבן היה נראה כמעט בלתי אפשרי, וכפי שהתבטאו זקני החסידים נבג״מ ״אלמלא ח׳ שבט אין ט׳ שבט״ כלומר שמחת ההצלה לא הייתה בשלימות בלי ההמשכה האי ניהו ממשיך שלשילתא דדהבא ציס״ע רוח אפינו ותפארתינו כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א,

מצלאין אנו לחיי דמלכא יהא רעוא שיזכה להנהיג עדת חבלו על מי מנוחות בשלימות ובתמים להפיץ ולהרחיב גבולות הקדושה כמשאת נפשו וכשאיפתו הטהורה מקרב הימים, כי לא ינו'ח שבט' הרשע על גורל הצדיקים (תהלים קכה) למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו אורך ימים ושנות ״חיים״ (68) ישביעהו עדי יוליכנו לקראת משיח צדקינו ומלכינו בראשינו, אמן.

מער איבערן בעלזא רב האף איך אי"ה צו באשרייבן....
מאנטאג יאנואר 18, 2016 6:46 pm#317933
יש"כ @שעפטיל

אזא אשכול איז ריסקי אריינציטראסקען זייער שנעל אין צימעס! ממילא ווערט געבעטען פונעם עולם דא זיך אויפציפירען ווי גרויען-אפס און רעדען בלויז פון מהות פון דעם קאלערפול מענטש!

שאלה: איז ער נישט געוועהן אמאל א גאנץ אנדערע סארט מענטש? דהיינו מער אויפגערעגט, שארף ווילד וכדו' לעצטענס איז ער זייער ציגעלאזען הארציג וכדו'? קימט דאס מיט עידש אדער וואס? איינגעזעהן עפעס?

במציאות האט ער לכאורה די גרעסטע אימפעריע בעולם החסידות, און זיין עולם גייט פאר אים שטארק! און עס איז געבליבען זייער ווייניג אויסגעפראכענע קעגנערס פונן אים עכ"פ בפומבי!

זאל ער זיין געזינט און שטארק דערלעבען משיח'ן מיט אונז אלע אינאיינעם....
מאנטאג יאנואר 18, 2016 7:20 pm#317948
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
שעפטל, מאיפה ההעתקה?
מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:28 pm#317969
ער איז קיינמאהל נישט געוועהן אויפגערעגט אדער גערעדט מתוך כעס. ער האט יא געהאט ווייניג דרך ארץ צו עלטערע פון איהם ולפעמים גאר חוצפה'דיג ווי למשל מיטן אלטע באוהוש'ער ווען ער האט איהם געפרעגטף "וואס נאך האט דיין באבע פארציילט...".
צוליב געוויסע סיבות האט בשעתו דער 'עדה' זי איינגערעדט אז בעלז דארף טוהן ווי אזוי זיי פאדערען, ווען דער בעלזא רב געזאגט, אקעי מסכים אבער מיטן תנאי אז מיינע יונגעלייט זאלן ווען מוצי"ם שוחטים ומשיגיחים אינערהאלב דער עדה, האבען זיי דאס צוריק געוויזען, וללהב יצאו.

למעשה איז ער דער 'לענגסטע רבי' אויפן כדור הארץ, ער איז שוין געוועהן רבי בימי חייו פון אסאך אדמורי"ם וועלעכע לעבן שוין נישט דרייסיג צו פערציג יאר. ער האט גענומען א שוואכע קליינע חסידות אבער מיט א גרויסע נאמען, און דאס מהפך געוועהן צו א וועלט אימפעריע, אויף א אויפן דער גאנצע קרעדיט איז איהם צו פארדאנקען, נישט זיין זיין טאטע, גבאים, געלט ירושה, וכודמה אלעס האט ער מיט זיין יונגער ערנעגיע געטוהן, געמאכט, געדרייט און געבויט.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:32 pm#317971
איך ליב דער אשכול
מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:33 pm#317972
כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
זיין פאליטישע שטעלונגען און זיינע משכילישע שטעלונגען איז אויך ווערט צו ווערן באשריבן, ער איז דוכט זיך מער א אפענער קאפ ווי די אנדערע צדיקי הדור מיט וואס די דור איז באשאנקען.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:38 pm#317973
ער האט אריינגעברענגט פסיכאלאגיע ביים היימישן ציבור אין אלגעמיין אין בפרט אין די חינוך וועלט , ער אליינס האט ארויסגעגעיבן אין געשטיצט אפאר פסיכילאגען
מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:41 pm#317974
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך ליב דער אשכול

גם אני
מאנטאג יאנואר 18, 2016 9:18 pm#317986
שלמה המלך האט געשריבן:שאלה: איז ער נישט געוועהן אמאל א גאנץ אנדערע סארט מענטש? דהיינו מער אויפגערעגט, שארף ווילד וכדו' לעצטענס איז ער זייער ציגעלאזען הארציג וכדו'? קימט דאס מיט עידש אדער וואס? איינגעזעהן עפעס?

אויב ווייסטו נישט, יא, דאס איז א נארמאלע זאך, מען זעהט דאס ביי יעדן מענטש און ביי אלע רבי'ס, סאטמאר רב איז אויך געווען פיל שטרענגער אין די יונגע יארן און מער א רחמן אויף די עלטערע יארן, און ביי דיין טאטע איז מסתמא די זעלבע, און ביי דיין זיידן אויכעט. ווען מען ווערט עלטער און די היציגע בלוט בארואיגט זיך און מען קוקט אויף די וועלט מיט אן אנדער בליק ווערט מען א "זקן מלא רחמים". דאס איז יומען נעיטשור. והוא הדין הכא.

קאצקע ציקער האט געשריבן:ער האט אריינגעברענגט פסיכאלאגיע ביים היימישן ציבור אין אלגעמיין אין בפרט אין די חינוך וועלט , ער אליינס האט ארויסגעגעיבן אין געשטיצט אפאר פסיכילאגען

ראה מה שכתבתי כאן
l viewtopic.php?p=174805#p174805 l


outspoken האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך ליב דער אשכול

גם אני

וגם אני. פאזיטיוו איז די ווארט.
דינסטאג יאנואר 19, 2016 12:05 am#318010
דולה ומשקה האט געשריבן:ער איז קיינמאהל נישט געוועהן אויפגערעגט אדער גערעדט מתוך כעס. ער האט יא געהאט ווייניג דרך ארץ צו עלטערע פון איהם ולפעמים גאר חוצפה'דיג ווי למשל מיטן אלטע באוהוש'ער ווען ער האט איהם געפרעגטף "וואס נאך האט דיין באבע פארציילט...".
צוליב געוויסע סיבות האט בשעתו דער 'עדה' זי איינגערעדט אז בעלז דארף טוהן ווי אזוי זיי פאדערען, ווען דער בעלזא רב געזאגט, אקעי מסכים אבער מיטן תנאי אז מיינע יונגעלייט זאלן ווען מוצי"ם שוחטים ומשיגיחים אינערהאלב דער עדה, האבען זיי דאס צוריק געוויזען, וללהב יצאו.
ס'זענען געווען בעלזע מוצ'ים שוחטים וכו' אין די עדה, ער האט אבער פארלאנגט אז ער וויל א חבר הבד"ץ אויך. און גערעכט איז ער, איז בעלז א חלק פון די עדה אדער נישט?!
למעשה איז ער דער 'לענגסטע רבי' אויפן כדור הארץ, ער איז שוין געוועהן רבי בימי חייו פון אסאך אדמורי"ם וועלעכע לעבן שוין נישט דרייסיג צו פערציג יאר.
'פון די לענגסטע'. די מונקאטשער רב איז זיכער געווארן רבי פאר אים און אפשר אנדערע אויך, כ'בין נישט באהאווענט
ער האט גענומען א שוואכע קליינע חסידות אבער מיט א גרויסע נאמען, און דאס מהפך געוועהן צו א וועלט אימפעריע,

כלפי היינט איז עס געווען א שוואכע חסידות אבער בימים ההם איז עס געווען פון די מערסט עסטאבלישט חסידות האבענדיג עטליכע שטיבלעך און מוסדות התורה איבער די וועלט.


אויף א אויפן דער גאנצע קרעדיט איז איהם צו פארדאנקען, נישט זיין זיין טאטע, גבאים, געלט ירושה, וכודמה אלעס האט ער מיט זיין יונגער ערנעגיע געטוהן, געמאכט, געדרייט און געבויט.
דינסטאג יאנואר 19, 2016 1:23 am#318024
עס קען זיין זייער אן אינפארמאטיווער אשכול, אין ווי אויך קען עס זיין זייער קאלירפול. אויב ווערט עס געשריבן נארמאל
דינסטאג יאנואר 19, 2016 4:59 am#318038
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
פארוואס דוקא פאזיטיוו? מ'זאל שרייבען דער אמת, און דער ברירה צווישען פאזיטיוו און נעגאטיוו איז זיינס. מעשיך יקרבוך ומעשיך ירחקוך

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 19, 2016 11:08 am#318051
ס׳דא פון אים גאר גוטע אמרות/בדיחות/פליקערייען וכדו׳, מ׳וואלט געמעגט עפענען אזא אשכול אזוי ווי שנונות ומשונות לבית בריסק.
דינסטאג יאנואר 19, 2016 11:45 am#318057
שמעון וואלף האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:ער איז קיינמאהל נישט געוועהן אויפגערעגט אדער גערעדט מתוך כעס. ער האט יא געהאט ווייניג דרך ארץ צו עלטערע פון איהם ולפעמים גאר חוצפה'דיג ווי למשל מיטן אלטע באוהוש'ער ווען ער האט איהם געפרעגטף "וואס נאך האט דיין באבע פארציילט...".
צוליב געוויסע סיבות האט בשעתו דער 'עדה' זי איינגערעדט אז בעלז דארף טוהן ווי אזוי זיי פאדערען, ווען דער בעלזא רב געזאגט, אקעי מסכים אבער מיטן תנאי אז מיינע יונגעלייט זאלן ווען מוצי"ם שוחטים ומשיגיחים אינערהאלב דער עדה, האבען זיי דאס צוריק געוויזען, וללהב יצאו.
ס'זענען געווען בעלזע מוצ'ים שוחטים וכו' אין די עדה, ער האט אבער פארלאנגט אז ער וויל א חבר הבד"ץ אויך. און גערעכט איז ער, איז בעלז א חלק פון די עדה אדער נישט?!
למעשה איז ער דער 'לענגסטע רבי' אויפן כדור הארץ, ער איז שוין געוועהן רבי בימי חייו פון אסאך אדמורי"ם וועלעכע לעבן שוין נישט דרייסיג צו פערציג יאר.
'פון די לענגסטע'. די מונקאטשער רב איז זיכער געווארן רבי פאר אים און אפשר אנדערע אויך, כ'בין נישט באהאווענט
ער האט גענומען א שוואכע קליינע חסידות אבער מיט א גרויסע נאמען, און דאס מהפך געוועהן צו א וועלט אימפעריע,

כלפי היינט איז עס געווען א שוואכע חסידות אבער בימים ההם איז עס געווען פון די מערסט עסטאבלישט חסידות האבענדיג עטליכע שטיבלעך און מוסדות התורה איבער די וועלט.


אויף א אויפן דער גאנצע קרעדיט איז איהם צו פארדאנקען, נישט זיין זיין טאטע, גבאים, געלט ירושה, וכודמה אלעס האט ער מיט זיין יונגער ערנעגיע געטוהן, געמאכט, געדרייט און געבויט.


שוחטים זענען נישט געוועהן, גערעכט אז מוצי"ם און משגיחים זענען יא געוועהן אבער בכלל נישט אויף א הויכע דרגא ווי די אנדערע, און בכלל נישט געהאט א געלעגענהייט ארויף צו קריכן דער לייטער, וכ"ש צו ווערן פון חבר הבד"ץ.

גערעכט לגבי מונקאטש רב איז געווארען אפציעל רבי בשנת תשכ"ו, בעלזא רב איז אפציעל נתמנה געווארען שבת נחמו שנת תשכ"ו, סקווירא רבי ניסן תשכ"ח. עס זענען דא מנהיגים ווי דער ערלוי רב אבער זיי זענען געווארען אדמורי"ם ערשט סאך שפיטער אין מיט די צייט אין אוודאי נישט תשכ"ח.

בעלזא רב האט אסאך געדארפט שוויצען איבער צו נעמען די אלע שטיבלעך, עס איז איהם בכלל נישט אנגעקומען לייכט. דאס איז א לאנגע נושא וואס כ'האב נישט קיין כח אריין צו קריכען.
דינסטאג יאנואר 19, 2016 11:50 am#318060
רב שמעקעדיג פרובירט זיך איינרעדן אז ווערן אויף די עלטער א "זקן מלא רחמים" איז די נארמע, והוא הדין ביי בעלזער רב שליט"א. וויל איך דיר מודיע זיין בשער בת רבים, אז דאס וואס ער זעט איין אז אויף די עלטער אז שטויסן אויף רעכטס און לינקס [אפי' מ'איז גערעכט] לאזט אים איבער מיט א ביטער טעם ווען מען זעט זיך נענטער צום סופו לעפר ווי יסודו מעפר; מאכט אים נאך נישט אלטץ א הארציגע נאטור פערזאן.

איך וועל דיר דערציילן אן ערשט-האנטיגע עפיזאד, --פרסום ראשון-- וואס האט זיך אקארשט אפגעשפילט. דער סקאליער רבי הרב גאלדשטיין פון 18 עוו' איז איצט געווען אין ארץ ישראל, ביי זיין באזוך צום בעלזער רב האט זיין באשטומטער גבאי משום איזה סיבה נישט געקענט מיט גיין, האט ער געבעטן א צווייטן צו ער קען אים שטעלפארטרעטן, דער צווייטער האט בחפץ לב מסכים געווען, ולהגדיל המצב מיט געברענגט עטליכע בחורים ס'זאל אויס זעהן רעביש...

ביי דער באזוך רופט זיך דער רב זאל מאריך ימים זיין אן,: ווער זענען דעי חברה, דאס זענען דיינע חסידים?... ניין, דאס זענען מיינע גוטע ידידים... ענטפערט דער סקאליער, בו בעת דער גבאי ווערגט זיך פאר געלעכטער.

ליתר שאת, נאכן ארויס גיין פון בעלזער רב, רופט זיך אן דער רב צו א געוויסע שלעפער וואס דרייט זיך דארט טאג און נאכט,: די ביזט אויך פון זיינע "גוטע ידידים"?... קאמענטארן זענען איבעריג.

ער פילט זיך מעכטיג צו קומען צו דיר מיט פינעוו געדינגענע בחורים, דארפסטו אים מבזה זיין אין פרצוף אריין? צונעמען זיין גוטע פילינג פון חיי שעה?
דינסטאג יאנואר 19, 2016 12:28 pm#318065
דולה ומשקה האט געשריבן: ער האט גענומען א שוואכע קליינע חסידות אבער מיט א גרויסע נאמען, און דאס מהפך געוועהן צו א וועלט אימפעריע, אויף א אויפן דער גאנצע קרעדיט איז איהם צו פארדאנקען, נישט זיין זיין טאטע, גבאים, געלט ירושה, וכודמה אלעס האט ער מיט זיין יונגער ערנעגיע געטוהן, געמאכט, געדרייט און געבויט.

איז עס נישט פון נאטורלכע וואוקס ?

האט ער געטויפט מענטשען וואס באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן צו בעלזעניום ?


איך מיין אז ער פשוט שוין אזו לאנג רבי אז פון נאטורליכער וואוקס איז עס אנקומען צו אזא סייז.
דינסטאג יאנואר 19, 2016 2:05 pm#318076
עזריאל האט געשריבן:ס׳דא פון אים גאר גוטע אמרות/בדיחות/פליקערייען וכדו׳, מ׳וואלט געמעגט עפענען אזא אשכול אזוי ווי שנונות ומשונות לבית בריסק.


דערציילט מען.. ער האט זיך אמאל געטראפען מיטן וויזניצער רבי פון מאנסי רבי מאטעלע, און די בעכער צום וויין טרינקן האט געהאט א פיסל כמנהג וויזניץ.

רופט זיך אן בעלזער רב צום וויזניצער: ביי אונז איינגעפירט אז נאכן אנרירן די פיס וואשט מען זיך די הענט..

וויזניצער רבי (וואס קען אויך די מלאכה) האט גע'ענטפערט: נו מיר וואשן זיך טאקע די הענט נאך קידוש..
דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:08 pm#318090
געהערט פון א גורור, אז די עלטערע בעלזא חסידים זענען איינמאל געקומען צום בית ישראל זיך אפרעדן צו אים פארוואס דער "ראוו" שליט"א איז אזא גרויסער פאץ, האט דער בית ישראל געענטפערט, יא יא חסידים ווילט איר זיין היינטיגע, און רבי'ס זיכט איר אמאליגע, ודפח"ח
דינסטאג יאנואר 19, 2016 7:09 pm#318120
חכם עתיק האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:ס׳דא פון אים גאר גוטע אמרות/בדיחות/פליקערייען וכדו׳, מ׳וואלט געמעגט עפענען אזא אשכול אזוי ווי שנונות ומשונות לבית בריסק.


דערציילט מען.. ער האט זיך אמאל געטראפען מיטן וויזניצער רבי פון מאנסי רבי מאטעלע, און די בעכער צום וויין טרינקן האט געהאט א פיסל כמנהג וויזניץ.

רופט זיך אן בעלזער רב צום וויזניצער: ביי אונז איינגעפירט אז נאכן אנרירן די פיס וואשט מען זיך די הענט..

וויזניצער רבי (וואס קען אויך די מלאכה) האט גע'ענטפערט: נו מיר וואשן זיך טאקע די הענט נאך קידוש..

איך האב געהערט די מעשה אויפן מהרי"ד (הראשון) מיטן אהבת ישראל.
מיטוואך יאנואר 20, 2016 6:27 am#318193
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
ס'דא א ספר דאכצעך ס'הייסט "מכתב התעוררת" פון משה בער בעק איבער אלע עוולות וואס בעלזא האט געטוהן בימים ההם. א שיינעם דיקן ספר פון עטליכע הונדערט בלעטער. עיין שם ותמצא.
מיטוואך יאנואר 20, 2016 11:19 am#318207
יעקב מענטש האט געשריבן: האט ער געטויפט מענטשען וואס באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן צו בעלזעניום ?


איך מיין אז ער פשוט שוין אזו לאנג רבי אז פון נאטורליכער וואוקס איז עס אנקומען צו אזא סייז.

די תירוץ איז יא!
ער האט געשלעפט אסאך געלונגענע מענטשן פון אנדערע חסידות׳ער וואס האבן אין זייער פלאץ נישט באקומען די ריכטיגע אויפמערקזאמקייט קעגן זייערע טאלאנטן, אין בעלזא האט ער זיי צוגעטיילט שיינע שטעלעס.
זיין נאנטסטע מענטש פנחס פריעדמאן קומט פון סאטמאר.
מיטוואך יאנואר 20, 2016 12:30 pm#318215
פנחס פרידמאן קומט נישט פון סאטמאר, ער האט זיך געדרייט אין קראסנע, אבער ער איז נישט קיין פרעמדער אין בעלזא, זיין משפחה זענען שוין בעלזע חסידים דורי דורות
מיטוואך יאנואר 20, 2016 8:47 pm#318266
עזריאל האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן: זיין נאנטסטע מענטש פנחס פריעדמאן קומט פון סאטמאר.

הייבט זיך נישט אן , א געהעריגע בעלזע משפחה , זיין ברידער אהרן פריעדמאן די פסיכילאג איז אויך א בעלזער

אפשר מיינסטו ווייל ער איז אן איידעם ביי א סאטמארא איז ער סאטמאר , קאן זיין..
מיטוואך יאנואר 20, 2016 11:41 pm#318278
פרעמדע האט ער טאקע נישט געשלעפט קיין סאך אבער מיט די אייגענע האט ער געמאכט א געוואלדיגע זשאב. מ'דארף פארשטיין אז בעלז איז אנדערש ווי סאטמאר, סקווער וכו'. סאטמאר און סקווער האבן נישט געהאט צופיל חסידים ווען זיי האבן זיך אנגעהויבן צו בויען. משא"כ בעלז האט געהאט טויזענטער אנהענגער למחצה לשליש ולרביע און די בעלזער האט נישט געדארפט שלעפן פון די פרעמד.

כידוע, ווען ער איז געווארן רבי האט רוב עלטערע עולם נישט מסכים געווען און אפילו די וואס יא האבן עס נישט געטון ווייל מ'האט געהאלטן פון זיין גדלות. מ'האט פשוט געדארפט איינער זאל שטיפן די וואגן אז ס'זאל זיין א געהעריגע אוועקגעשטעלטע קהילה.

צו זיין מזל האט ער געהאט ארום זיך געטרייע מענטשן וואס האבן אים גוט געגייד און ס'איז אים געלונגן צו שלעפן דעם עולם אויף זיין זייט. אפילו אזעלכע וואס זענען געווען פון זיינע אויסגעשפראכענע קעגנער זענען אסאך פון זייערע קינדער צוריק געקומען.
מיטוואך יאנואר 20, 2016 11:52 pm#318280
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
אז שמעון וואלף זאגט מן הסתם ווייסט ער…
מאנטאג מאי 01, 2017 2:10 am#369557
תורה ומדע האט געשריבן:עס זענען דא כמה וכמה עינינים משותפים וואס קענען געלעזט ווערען אויב דער כלל ישראל און די אדמורי"ם וועלען רעדען איינער מיטן אנדערער. מחלורת נוקט ארויס די ענערגיע פון אויפטוען פאר אידישקייט. פארדעם אליינס לוינט זיך שלום צו מאכען.


חלמא טבא חזית. זייט התאחדות זאלץ מיט פיפציג יאר צירוק האבן זיי גארנישט געטון פארן דור.

ס'געווען גענוג תקופות וואס מ'האט זיך געלעבט בשלום דער אדער יענער און זיי האבן נאכנישט געטון א דעם זאך פארן פאלק.

זיי האבן דען געבויט קאלעקטיוולי שטעט ווי צו וואונען?
א נעכטיגער טאג. א יעדער בויט פאר זיך. באשעפער זאל אפהוטען טאמער יודען קומען וואינען און די מייל. גוים אדרבה. און זיי דוקא שפילן בשלום מיט אנדערע.

זיי האבן עפעס בכלל אמאל געטון פאר פרנסה ביי יודען?
חוץ פון אגודת ישראל אדער טארא קאלעזש-מכון לפרנסה האט קיינער נישט געהאלפן יודען מיט פרנסה.

זיי נעמען אריין קינדער אין מאנסי וואס מופען ארויס?
ונהפוך הוא. זיי האבן זיך צאמגענומען נישט אריינצונעמען אנשטאט א יעדער מוסד זאל נעמען א טייל קינדער און זיין נושא בעול.

בכלל ווען לעצט האבן זיך רבנים אדער אדמורי"ם איינמאל צוזאם געזעצט און געקמען זאגען א זאך וואס איז גוט פאר כלל ישראל?
פריוואט אפשר יא. אבער זיך צוזאם נעמען מיט אנדערע און ארלעדיגן תכלית קיינמאל נישט.

נקוט כלל זה בידך. א יעדע גוטע ארגעניזעשאן ביי יודען, אדער בכלל די געוואלדיגע חסדים וואס דער היינטיגע דור טוהט, האט זיך אנגעהויבן פון פריוואטע יחידים און געטרייע עסקנים.
קיין איין רבי פון היינטיגע דור האט נישט מקדים געווען אמאל צו טוהן איין זאך פאר כלל ישראל (נישט פאר זיין אייגענעם קרייז) אן דעם וואס מ'איז צו זיי געקומען ערשט.

ס'דא יוצא מן הכלל פעלער, אבער מאר אר לעס, ארבעט עס אזוי, דאנט קיד יורסעלף.

זאלען זיי אלע צוריק גיין טועם זיין, צו שפארן, אריינבליקן און א ספר, און ווייטער פארן אויף דאטשע...
מאנטאג מאי 01, 2017 9:34 am#369591
איך הער וואס איהר טענ'ט, אבער ליבי עדיין מפקפק בדבר.
מאנטאג מאי 01, 2017 10:36 am#369592
פארוואס דארפן די רב'יס זיין עסקנים? בכלל נישט זייער דזשאב. אפשר פאר רבנים אזוי ווי סאטמאר, באבוב וואס זענען לכתחילה געווען רבנים אין שטעט און ממילא זענען זיי אויך געווען מנהיגים וואלטן אפשר יא געדארפט אויך עסקנ'ען פאר'ן כלל. אבער די אנדערע רבי'ס הנהגה זענען די חסידים שולדיג פאר'ן נאכמאכן סאטמאר! גראדע איז גער א אויסנאם ווייל די גערע רבי'ס זענען יא געווען מנהיגים און די היינטיגע גערע רבי נעמט טאקע גאנץ פיין קעיר פון זיינע חסידים (לויט זיינע שיטות פארשטייצעך).
מאנטאג מאי 01, 2017 10:49 am#369593
בן אדם האט געשריבן:פארוואס דארפן די רב'יס זיין עסקנים? בכלל נישט זייער דזשאב. אפשר פאר רבנים אזוי ווי סאטמאר, באבוב וואס זענען לכתחילה געווען רבנים אין שטעט און ממילא זענען זיי אויך געווען מנהיגים וואלטן אפשר יא געדארפט אויך עסקנ'ען פאר'ן כלל. אבער די אנדערע רבי'ס הנהגה זענען די חסידים שולדיג פאר'ן נאכמאכן סאטמאר! גראדע איז גער א אויסנאם ווייל די גערע רבי'ס זענען יא געווען מנהיגים און די היינטיגע גערע רבי נעמט טאקע גאנץ פיין קעיר פון זיינע חסידים (לויט זיינע שיטות פארשטייצעך).


וואס דען איז זייער זשאב? זיצן אויפן ׳כסא מחילה׳ און ציילן די פדיונות פון די חסידים דעס איז זייער זשאב????

קויפן הייזער פאר זייערע קינדער און אייניקלעך אויפן חשבון פונעם ארימען ציבור דעס איז זייערע זשאב????

טייטלן מיט די פינגער ווער ס׳האט די זכי׳ אריינצוקומען אין זייערע מוסדות דעס איז זייער זשאב?? דעס איז דאך געוועהן ד״ר מענגעלע ימ״ש דזשאב???

ס׳געפעלט מיר נאך ווי די גייסט צוריק ביז סאטמאר און באבוב אינדערהיים, כאילו נאר אויב זיין עלטער באבע איז געוועהן א רב אין א שטאט נאר דעמאלטס גייט אן אלע הלכות פון העלפן א איד, משא״כ אויב דיין זיידע האט געוואוינט אין לאדזש פאלט פלוצלינג אוועק אלע מצות און חיובים פון די תורה און פון מענשטליכקייט צוהעלפן א צווייטען! פלוז? וואס רעדטסו דא?
מאנטאג מאי 01, 2017 11:43 am#369599
איש את רעהו האט געשריבן:
זה סולל את הדרך לשלום עם הרבי מסאטמאר זלמן לייב
כידוע הגבאי רוצה כבר את השלום
רק עסקנים מירושלים הם אלו שמתנגדים בכל תוקף לשלום
אחרי השלום עם מחנובקה שזה בעצם אליש אנגלנדר שהוא מקורב לאדמו"ר מסאטמר ר' זלמן לייב ולר' לייביש לייזער
כל האויר ייצא למתנגדים מהגלגלים

דער נייעס שרייבער האט פארגעסן אז דער גאון וקדוש זלמן לייב האט לעצטנס ארויסגעגעבן א פאשקעוויל אויפ'ן בעלזער רב.
מאנטאג מאי 01, 2017 3:06 pm#369610
די רבנים האבן ניט לאנג צוריק אינאיינעם ארויסגעשיקט צו אסאך אידישע היימען אין אפסטעיט אז מען זאל צוזאמען מיט די כח הרבים אראפהאלטן די מארקעט פרייז עס זאל נישט ארויפגיין העכער, א שטארקע דערגרייכונג לטובת די ציבור וואס זיכט צו קויפן הייזער פאר נארמאלע פרייזן
מאנטאג מאי 01, 2017 9:32 pm#369657
איש את רעהו האט געשריבן:די רבנים האבן ניט לאנג צוריק אינאיינעם ארויסגעשיקט צו אסאך אידישע היימען אין אפסטעיט אז מען זאל צוזאמען מיט די כח הרבים אראפהאלטן די מארקעט פרייז עס זאל נישט ארויפגיין העכער, א שטארקע דערגרייכונג לטובת די ציבור וואס זיכט צו קויפן הייזער פאר נארמאלע פרייזן

און דאס איז ווען מען איז צוקריגט...

ביי כינוס כלל ישראל האבן זיך אויך צוזאמגענומען פיל רבנים חסידישע ליטווישע.

איך זעה נישט וואסערע תועלת עס איז א שלום. חוץ פארשטייט זיך די עצם שלום.
דינסטאג מאי 02, 2017 12:03 am#369664
איש את רעהו האט געשריבן:די רבנים האבן ניט לאנג צוריק אינאיינעם ארויסגעשיקט צו אסאך אידישע היימען אין אפסטעיט אז מען זאל צוזאמען מיט די כח הרבים אראפהאלטן די מארקעט פרייז עס זאל נישט ארויפגיין העכער, א שטארקע דערגרייכונג לטובת די ציבור וואס זיכט צו קויפן הייזער פאר נארמאלע פרייזן


דאס איז אלץ די ארבעט פון איינער קויפמאן פון קרית יואל וואס ער האט אנגעדרייט די גאנצע מערכה. נאכדעם וואס ער האט אפגעשוויצט קומען די רבנים און נעמען די קרעדיט
מאנטאג יולי 31, 2017 7:11 pm#380926
ווען מר"א מסאטמר איז געווען אויף א באזיך ביים בעלזער שוואגער האט ער נאכגעזאגט א ווארט פון איינע פון די פריערדיגע בעלזע רבי'ס. אין בעלז איז דא א צו נאמען פאר אדמורי בעלז ז"ל - די ערשטע רב, די מיטעלע רב, די פריערדיגע רב. מר"א קען זיך נישט אזוי אויס מיט די אויסדריקן האט ער געזאגט "פון בעלזע רב שטייט אז......". ווען ער ענדיגט ריפט זיך בעלזער רב אן "איך האב עס קיינמאל נישט געזאגט"
ופלץ כל העם יחדיו
מאנטאג יולי 31, 2017 7:14 pm#380929
מענין לענין, ווען די בעלזער איז געווען אין לאנדאן איז ביים באזיך פונעם ארטיגע (געוועזענע) ארונישע רב האט רב וואזנער געזאגט אז קומענדיגע וואך גייט ער אויף א נסיעה מיט זיין רבי למקומות הקדושים און מ'גייט אויך זיין אין בעלז. האט די בעלזער מגיב געווען: די מיינסט אודאי בעלז אוקריינא ווייל בעלז איז אין ירושלים....
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 3:27 pm#381265
שמעון וואלף האט געשריבן:מענין לענין, ווען די בעלזער איז געווען אין לאנדאן איז ביים באזיך פונעם ארטיגע (געוועזענע) ארונישע רב האט רב וואזנער געזאגט אז קומענדיגע וואך גייט ער אויף א נסיעה מיט זיין רבי למקומות הקדושים און מ'גייט אויך זיין אין בעלז. האט די בעלזער מגיב געווען: די מיינסט אודאי בעלז אוקריינא ווייל בעלז איז אין ירושלים....

אמת'ע מעשה?
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 8:02 pm#381294
שמעון וואלף האט געשריבן:ווען מר"א מסאטמר איז געווען אויף א באזיך ביים בעלזער שוואגער האט ער נאכגעזאגט א ווארט פון איינע פון די פריערדיגע בעלזע רבי'ס. אין בעלז איז דא א צו נאמען פאר אדמורי בעלז ז"ל - די ערשטע רב, די מיטעלע רב, די פריערדיגע רב. מר"א קען זיך נישט אזוי אויס מיט די אויסדריקן האט ער געזאגט "פון בעלזע רב שטייט אז......". ווען ער ענדיגט ריפט זיך בעלזער רב אן "איך האב עס קיינמאל נישט געזאגט"
ופלץ כל העם יחדיו

נאכאלץ גייט איהם אין קאפ די שטיקלעך פון אמאל (פון די געזינטע יארן). ווען זיין תכלית איז געווען אריינפליקן און אריין זאגן אין באבנ'ס באבע.כ'האב געמיינט אז וויבאלד ער איז א בעל יסורים מיט א גרויע בארד, האט ער זיך שוין אפגעלאזט פון די מעשי קונדס...!
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:10 am#382121
א מתנה פון ביבי'ס שב''כ.
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:31 am#382127
איש חזון האט געשריבן:א מתנה פון ביבי'ס שב''כ.

ברוך אתה... מלך העולם שֶחָלַק מחכמתו ליראיו
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:40 am#382130
אויפ'ן רב?
אמן!
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:59 pm#382162
shtriemel האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:א מתנה פון ביבי'ס שב''כ.

ברוך אתה... מלך העולם שֶחָלַק מחכמתו ליראיו


חכמה ב׳מייאונעיז׳ אל תאמין :lol:
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 3:02 pm#382163
שבת אחים: טאמער איז עס נישט א וויזשניצער זאך, ביסטו עס נישט גורס. דו דארפסט זיך אויסלערענן צו פארגינען פאר א צווייטן רבי'ן און א צווייט חסידות אויך...!
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 3:14 pm#382166
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: טאמער איז עס נישט א וויזשניצער זאך, ביסטו עס נישט גורס. דו דארפסט זיך אויסלערענן צו פארגינען פאר א צווייטן רבי'ן און א צווייט חסידות אויך...!


איך האב זייער ליעב מייעאוניעס! ממש דעלישיעס! נאה. איך טשעפע נאר שטריימל.

שטריימל אז דו ווילסט זיין א עכטע בעלזער דארפסטו איינטינקען דיין שטריימל שתי פעמים אין מייענאניעז (רבי בערל ווי אזוי ספעלט מען די ווארט)
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 3:37 pm#382168
שבת אחים האט געשריבן:
shtriemel האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:א מתנה פון ביבי'ס שב''כ.

ברוך אתה... מלך העולם שֶחָלַק מחכמתו ליראיו


חכמה ב׳מייאונעיז׳ אל תאמין :lol:


די ביסט סתם א לץ. מאכסט חוזק פון יעדער דבר שבקדושה. ס'נישט פאני.

כ'האפ ס'פלאצט דיר א רעדעל אונמיטען דרייווען. #אפקומען אויף די וועלט
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 5:01 pm#382175
שבת אחים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: טאמער איז עס נישט א וויזשניצער זאך, ביסטו עס נישט גורס. דו דארפסט זיך אויסלערענן צו פארגינען פאר א צווייטן רבי'ן און א צווייט חסידות אויך...!


איך האב זייער ליעב מייעאוניעס! ממש דעלישיעס! נאה. איך טשעפע נאר שטריימל.

שטריימל אז דו ווילסט זיין א עכטע בעלזער דארפסטו איינטינקען דיין שטריימל שתי פעמים אין מייענאניעז (רבי בערל ווי אזוי ספעלט מען די ווארט)

שבת אחים: יעצט האסטו געטשעפעט מיך אויך. און וואס הערטציך טאקע מיט די בלעז"ן...?!
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 6:53 pm#382194
shtriemel האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
shtriemel האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:א מתנה פון ביבי'ס שב''כ.

ברוך אתה... מלך העולם שֶחָלַק מחכמתו ליראיו


חכמה ב׳מייאונעיז׳ אל תאמין :lol:


די ביסט סתם א לץ. מאכסט חוזק פון יעדער דבר שבקדושה. ס'נישט פאני.

כ'האפ ס'פלאצט דיר א רעדעל אונמיטען דרייווען. #אפקומען אויף די וועלט


זיי מתפלל אז די זאלסט נישט פארן פונקט זייט ביי זייט מיט עם דעמאלטס אויפ'ן FDR. #אפקומען אויף די וועלט.
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 7:10 pm#382196
וואלווי האט געשריבן:זיי מתפלל אז די זאלסט נישט פארן פונקט זייט ביי זייט מיט עם דעמאלטס אויפ'ן FDR. #אפקומען אויף די וועלט.


:lol: :lol:

איך האב זיכער געמאכט אז ר'איז 100 מייל אוועק, פאר'ן וואונטשען!
זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:53 am#382225
shtriemel האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:זיי מתפלל אז די זאלסט נישט פארן פונקט זייט ביי זייט מיט עם דעמאלטס אויפ'ן FDR. #אפקומען אויף די וועלט.


:lol: :lol:

איך האב זיכער געמאכט אז ר'איז 100 מייל אוועק פאר'ן וואונטשען!


היינטיגע צייטן איז שווערער אויסצורעכענען ווי שבת געפונעט זיך אלס, אבער נישט מער געדאכט מיט א יאר צירוק האט מען נאר געדארפט פאלאוען די בערני קאמפיין טרעיל.
דינסטאג אוגוסט 15, 2017 2:19 am#382510
אסאך מעשיות דרייען זיך ארום וויאזוי בעלזע רב ניצט אויס די געלעגענהייט ווען ער קען א צווייטן א שטאך טון. אמאל מאכט זיך אבער אז דער צווייטער לאזט זיך נישט שפייען אין פנים און טוט צו דער זאך.

משום איזה סיבה איז דארט איינגעפירט אז אלע וואס קומען באזיכן איז מען מכבד צו נעמען א טור אין די ביהמ"ד. ביי די פאר גרויסע ווי וויזניצע רבי (ר' משה'לע), גור'ע רבי, ר' עובדי' יוסף איז די בעלזע רב אליין מיטגעגאנגן אבער די קלענערע רבנים האט ער געשיקט זיין גבאי.

די צאנז'ער רבי פון נתני'ה איז געווען אויף א באזיך און די צייט ווען די בעלזע ביהמ"ד איז פארענדיגט געווארן. ביים סוף פון די באזיך איז די בעלזע רב מכבד די צאנז'ע רבי צו גיין קוקן די שול און הייסט שמעון וואלף זאל מיטגיין. די צאנז'ער רבי דרייט זיך אויס צו זיין גבאי און זאגט אז ער (זיין גבאי) זאל גיין מיט'ן בעלזע גבאי קוקן די שול
דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:15 am#382520
שמעון וואלף האט געשריבן:אסאך מעשיות דרייען זיך ארום וויאזוי בעלזע רב ניצט אויס די געלעגענהייט ווען ער קען א צווייטן א שטאך טון. אמאל מאכט זיך אבער אז דער צווייטער לאזט זיך נישט שפייען אין פנים און טוט צו דער זאך.

משום איזה סיבה איז דארט איינגעפירט אז אלע וואס קומען באזיכן איז מען מכבד צו נעמען א טור אין די ביהמ"ד. ביי די פאר גרויסע ווי וויזניצע רבי (ר' משה'לע), גור'ע רבי, ר' עובדי' יוסף איז די בעלזע רב אליין מיטגעגאנגן אבער די קלענערע רבנים האט ער געשיקט זיין גבאי.

די צאנז'ער רבי פון נתני'ה איז געווען אויף א באזיך און די צייט ווען די בעלזע ביהמ"ד איז פארענדיגט געווארן. ביים סוף פון די באזיך איז די בעלזע רב מכבד די צאנז'ע רבי צו גיין קוקן די שול און הייסט שמעון וואלף זאל מיטגיין. די צאנז'ער רבי דרייט זיך אויס צו זיין גבאי און זאגט אז ער (זיין גבאי) זאל גיין מיט'ן בעלזע גבאי קוקן די שול


גארנישט געוועהן קיין שטאך נאר ער האט זיך פשוט באליידיגט, נישט דער בעלזער האט איהם מכבד געוועהן נאר די צאנזער האט מרמז געוועהן, אין דער בעלזער האט נישט געהאט קיין כח דעמאלס האט ער מכבד געוועהן זיין גבאי זאל פערזענליך גיין, אבער ער איז געווארן באליידיגט....