Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
194 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 318 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10046
פרייטאג יוני 01, 2018 1:57 pm#404296
איך שטוין פון די קאלטקייט מיט וואס ער געט צוריק זיין האנט פאר די חסידים וואס וואונטשן אים. ער גייט זיי דארפן אין א צוואנציג יאר ארום, ער מעג זיין אביסל מער העפליך.

טאמער קען ער נישט, איז נישט. אבער אויב קען ער אזוי לאכן, דאן.....
פרייטאג יוני 01, 2018 3:06 pm#404308
דער ר' אהרן מרדכי איז בכלל נישט צום זאך, אבער זיין שלום איז פיינע נייעס, ער פאקט איין זיין טאטע און זיידע צוזאמען.
פרייטאג יוני 01, 2018 3:46 pm#404315
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער ר' אהרן מרדכי איז בכלל נישט צום זאך, אבער זיין שלום איז פיינע נייעס, ער פאקט איין זיין טאטע און זיידע צוזאמען.


אפשר ערקלערסטו מיט וואס ער פאקט איין זיין טאטע און זיידע
פרייטאג יוני 01, 2018 3:50 pm#404316
זיין טאטע און זיידע זענען נישט קיין נארמאלע מענטשן און ער איז יא.
פרייטאג יוני 01, 2018 4:31 pm#404320
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זיין טאטע און זיידע זענען נישט קיין נארמאלע מענטשן און ער איז יא.


ביי יעדעם איז נארמאל עפעס אנדערש , וואס מען קען בעסער אפשאצן איז די כשרונות אדער דורך זיינע אויפטועהן , און בנוגע צו דעם האט שלום נאך נישט באוויזן עפעס ספעציעל
פרייטאג יוני 01, 2018 4:37 pm#404322
איך בין מחולק מיט דיר.
פרייטאג יוני 01, 2018 6:18 pm#404331
אם קבלה נקבל :shock:
זונטאג יוני 03, 2018 2:13 am#404380
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
איסר האטלקי האט געשריבן:איך שטוין פון די קאלטקייט מיט וואס ער געט צוריק זיין האנט פאר די חסידים וואס וואונטשן אים. ער גייט זיי דארפן אין א צוואנציג יאר ארום, ער מעג זיין אביסל מער העפליך.

טאמער קען ער נישט, איז נישט. אבער אויב קען ער אזוי לאכן, דאן.....

אין בעלז דארפן די חסידים דעם רבין מער ווי דער רבי דארף די חסידים.
זונטאג יוני 03, 2018 3:07 am#404387
איך בין נישט אזוי זיכער אז אין בעלזא איז אזוי, וואס איך ווייס יא איז אז אין סטאלין איז אזוי אבער די רבי איז זייער א פריינטליכער.
זונטאג יוני 03, 2018 5:17 pm#404566
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
איך פארשטיי דעם מצב אין סטאלין אז די חסידים דארפן טאקע זייער שטארק דעם רבין אבער עס איז דאך מוראדיג שווער צו זיין א חסיד פון אזא רבין ממילא דארף זיי דער רבי אביסל גרינגער מאכן די ארבעט.

א סטאלינער האט מיר אמאל דערציילט וויאזוי דער רבי געדענקט די נעמען פון אלע זיינע קינדער און וויאזוי דער רבי פרעגט איהם אויס אויף יעדן קינד וואס ער מאכט יעדעס מאל וואס ער פארט צו איהם , נאך אזא באהאנדלונג פאלן שוין אלע קושיות אוועק און מען קען ווייטער זיין פארגלייבט אין א שטיק האלץ וואס צען יודן האבן אויפגענומען פאר רבי.
זונטאג יוני 03, 2018 10:33 pm#404635
נאכאמאל, דאס וואס די רב שליט"א און זיין זון ר' אהרן מרדכי זענען אזעלכע אוממענטשן, קומט נישט פון דעם וואס זיי האבן זייערע חסידים פארפאקט. זיי זענען אוממענטשן ווייל זיי זענען אוממענטשן.
און דאס וואס די קארלינער איז א פריינדליכער, קומט נישט פון דעם וואס ער דארף זיינע חסידים ווי לופט צום אטעמען. ער איז פריינטליך ווייל ער איז א גוטער מענטש, אן אוהב ישראל, און האט ליב מענטשן. פארשטאנען?
מאנטאג יוני 04, 2018 9:26 am#404803
אונטער חכם האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך שטוין פון די קאלטקייט מיט וואס ער געט צוריק זיין האנט פאר די חסידים וואס וואונטשן אים. ער גייט זיי דארפן אין א צוואנציג יאר ארום, ער מעג זיין אביסל מער העפליך.

טאמער קען ער נישט, איז נישט. אבער אויב קען ער אזוי לאכן, דאן.....

אין בעלז דארפן די חסידים דעם רבין מער ווי דער רבי דארף די חסידים.

די צייטן גיין זיך ענדיגן בקרוב.... עס קומען נייע צייטן אין בעלזא אין די קומענדיגע צוואנציג דרייסיג יאר....
דינסטאג יוני 05, 2018 10:33 am#404978
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאכאמאל, דאס וואס די רב שליט"א און זיין זון ר' אהרן מרדכי זענען אזעלכע אוממענטשן, קומט נישט פון דעם וואס זיי האבן זייערע חסידים פארפאקט. זיי זענען אוממענטשן ווייל זיי זענען אוממענטשן.
און דאס וואס די קארלינער איז א פריינדליכער, קומט נישט פון דעם וואס ער דארף זיינע חסידים ווי לופט צום אטעמען. ער איז פריינטליך ווייל ער איז א גוטער מענטש, אן אוהב ישראל, און האט ליב מענטשן. פארשטאנען?

נאכאמאל, דאס איז זיכער אז איינער וואס פירט זיך אויף ווי אן אוממענטש איז אן אוממענטש, אבער איינער וואס פירט זיך נישט אויף ווי אן אוממענטש מוז נישט זיין אז ער איז נישט קיין אוממענטש, קען זיין אז דו ווייסט פון ערגעצוואו אז סטאלינער רבי איז באמת א פריינדליכער מענטש אבער איך האב נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אזוי פונקט ווי איך האב נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אז די סעקרעטערי מיט וועם איך האב פריער גערעדט איז באמת א פריינדליכע מענטש.
דינסטאג יוני 05, 2018 2:49 pm#405011
איסר האטלקי האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך שטוין פון די קאלטקייט מיט וואס ער געט צוריק זיין האנט פאר די חסידים וואס וואונטשן אים. ער גייט זיי דארפן אין א צוואנציג יאר ארום, ער מעג זיין אביסל מער העפליך.

טאמער קען ער נישט, איז נישט. אבער אויב קען ער אזוי לאכן, דאן.....

אין בעלז דארפן די חסידים דעם רבין מער ווי דער רבי דארף די חסידים.

די צייטן גיין זיך ענדיגן בקרוב.... עס קומען נייע צייטן אין בעלזא אין די קומענדיגע צוואנציג דרייסיג יאר....

יא יא!
ווערטער וואס מהאט שיון גיהערט מיט זעכציג יאהר צוריק!
דינסטאג יוני 05, 2018 4:20 pm#405021
בעלזא וועט זיין א ווינקל ביז משיח
דינסטאג יוני 05, 2018 7:18 pm#405048
אונטער חכם האט געשריבן:נאכאמאל, דאס איז זיכער אז איינער וואס פירט זיך אויף ווי אן אוממענטש איז אן אוממענטש, אבער איינער וואס פירט זיך נישט אויף ווי אן אוממענטש מוז נישט זיין אז ער איז נישט קיין אוממענטש, קען זיין אז דו ווייסט פון ערגעצוואו אז סטאלינער רבי איז באמת א פריינדליכער מענטש אבער איך האב נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אזוי פונקט ווי איך האב נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אז די סעקרעטערי מיט וועם איך האב פריער גערעדט איז באמת א פריינדליכע מענטש.

ביזט הונדערט פראצענט גערעכט.

#אל_תהיה_צודק_תהיה_חכם
מיטוואך יוני 06, 2018 12:36 am#405079
יוסף יוזפא האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך שטוין פון די קאלטקייט מיט וואס ער געט צוריק זיין האנט פאר די חסידים וואס וואונטשן אים. ער גייט זיי דארפן אין א צוואנציג יאר ארום, ער מעג זיין אביסל מער העפליך.

טאמער קען ער נישט, איז נישט. אבער אויב קען ער אזוי לאכן, דאן.....

אין בעלז דארפן די חסידים דעם רבין מער ווי דער רבי דארף די חסידים.

די צייטן גיין זיך ענדיגן בקרוב.... עס קומען נייע צייטן אין בעלזא אין די קומענדיגע צוואנציג דרייסיג יאר....

יא יא!
ווערטער וואס מהאט שיון גיהערט מיט זעכציג יאהר צוריק!

במחילת כבודך, ס'איז טאקע א חילוק צווישן מהר''א זי''ע און מהר''ב שליט''א ברוחניות, אבער סוף כל סוף איז דער ר' בערל א קלוגער איד, א חכם מחוכם, א כאריזמאטישער מענטש, מלא חיות ודביקות, מען קען זיך אנהענגען אויף עפעס. און אגב, ער האט איבערגענומען כמעט גאנץ בעלזא און נאך מיט א שמוץ אריבער. אין זיינע ערשטע פופצן יאר האט ער געהאט גאנץ ירושלים מיט זיך, יעדער איז געלאפן צו אים.
ווידער דער קומענדיגער אדמו''ר איז פוסט ברוח וגשם, קיין טראפעלע חכמה און קיין טראפעלע נארמאלקייט, קיין שום חיות אדער מענטשליכקייט, אויסגעלאשן און טרוקן ווי א פאטעטא.
מיטוואך יוני 06, 2018 12:41 am#405081
אז ער קען לאכן פון א גוטן דשאוק, זעט אויס אז עפעס א טראפעלע האט ער יא.

ווער ווייסט, אפשר וועלן אונז נאך איין טאג גאוואר ווערן אז ער איז א ל"ו נארמאלע מענטש?
מיטוואך יוני 06, 2018 1:23 am#405090
איסר האטלקי האט געשריבן: און אגב, ער האט איבערגענומען כמעט גאנץ בעלזא און נאך מיט א שמוץ אריבער. אין זיינע ערשטע פופצן יאר האט ער געהאט גאנץ ירושלים מיט זיך, יעדער איז געלאפן צו אים.
ווידער דער קומענדיגער אדמו''ר איז פוסט ברוח וגשם, קיין טראפעלע חכמה און קיין טראפעלע נארמאלקייט, קיין שום חיות אדער מענטשליכקייט, אויסגעלאשן און טרוקן ווי א פאטעטא.

איך מיין ביסט נישט גערעכט. ס'זענען געווען אסאך בעלזע חסידים וועלכע האבן זיך נישט מכניע געווען פאר אים. ער האט געהאט א טאף טיים אויסצוקלינען זיין קהילה. זיין הצלחה איז געווען ווייל ער האט געוויסט פינקטליך ווי ער שטייט און וויאזוי ער דארף זיך אויפפירן מיט יעדעם באזינדער. מ'דערציילט אז די ערשטע שבת ווען ער האט געפירט טיש, פארשטייט זיך ס'איז געווען א געפאקטער עולם האט ער געזאגט: דאס איז גארנישט, מיינע חסידים זענען נאך אין די ווינדלען. ער האט נישט פראבירט צו ארבעטן אויף די עלטערע זאלן ווערן פייערדיגע חסידים. ער האט זיך פארלייגט אויף די יונגווארג און איינמאל ער האט זיי געהאט זענען די עלטערע צוריקגעקומען
מיטוואך יוני 06, 2018 1:44 am#405092
איסר האטלקי האט געשריבן:
יוסף יוזפא האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:די צייטן גיין זיך ענדיגן בקרוב.... עס קומען נייע צייטן אין בעלזא אין די קומענדיגע צוואנציג דרייסיג יאר....

יא יא!
ווערטער וואס מהאט שיון גיהערט מיט זעכציג יאהר צוריק!

במחילת כבודך, ס'איז טאקע א חילוק צווישן מהר''א זי''ע און מהר''ב שליט''א ברוחניות, אבער סוף כל סוף איז דער ר' בערל א קלוגער איד, א חכם מחוכם, א כאריזמאטישער מענטש, מלא חיות ודביקות, מען קען זיך אנהענגען אויף עפעס. און אגב, ער האט איבערגענומען כמעט גאנץ בעלזא און נאך מיט א שמוץ אריבער. אין זיינע ערשטע פופצן יאר האט ער געהאט גאנץ ירושלים מיט זיך, יעדער איז געלאפן צו אים.
ווידער דער קומענדיגער אדמו''ר איז פוסט ברוח וגשם, קיין טראפעלע חכמה און קיין טראפעלע נארמאלקייט, קיין שום חיות אדער מענטשליכקייט, אויסגעלאשן און טרוקן ווי א פאטעטא.

צוליב דעם זאג איך דיר אז מ'האט אזוי געזאגט אויך פאר זעכציג יאהר צוריק, און ווען די קוקסט אויף צוריק וואלט לכאו' דאס געדארפט געשען עפ"י דרך הטבע, יעצו תשע"ח קענסו אנהייבן מסביר זיין למפרע פארוואס עס איז נישט געשען.
קענסט ווייטר רעדן אזוי אויף לעתיד און נאך פופציג יאהר וועסטו שוין טרעפן א וועז צו מסביר זיין למפרע פארוואס די אלא עתידות וואס מ'זאגט יעצט וועלן נישט מקוים ווערן.
אגב, אויב וואלסטו איהם אביסל געקענט (נישט פון פיקטשער'ס) וואלסטו נישט גרעדט אזוי.
און צום ביישפיל, פרעג יעדער איינר וויאזוי האט אויסגעזהן זיין ריקודים של מצוה פאריגע וואך ביים מצוה טאנץ.
מיטוואך יוני 06, 2018 2:06 am#405098
בין איך דיר מסביר אז בדרך הטבע קען מען זיין יא א חסיד פון ר' בערלען, משא''כ פון ר' אהרן מרדכי. בדרך הטבע קען ער נישט האבן קיין חסידים. ס'נישטא קיין רבי אויף דער וועלט אריינגערעכנט ווערעצקי וואס פארמאגט אזוי ווינציג רוחניות און גשמיות ווי ר' אהרן מרדכי. פינטל.

פונעם דור מהר''א ביז מהרי''ד השני האט זיך דער דור געטוישט ברוחניות, ממילא קען ער זיין רבי אין בעלזא, וויבאלד שכל האט ער דאך. כדי רא''מ הראשון זאל קענען זיין רבי, דארף דער דור כאפן אזא ירידה אין חכמה. איך האף אז נאר אין בעלזא וועט אראפקומען דער שפע פון טיפשות און וועט זיך נישט אויסשפרייטן ווייטער...
מיטוואך יוני 06, 2018 2:08 am#405099
איסר האטלקי האט געשריבן:
יוסף יוזפא האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:יא יא!
ווערטער וואס מהאט שיון גיהערט מיט זעכציג יאהר צוריק!

במחילת כבודך, ס'איז טאקע א חילוק צווישן מהר''א זי''ע און מהר''ב שליט''א ברוחניות, אבער סוף כל סוף איז דער ר' בערל א קלוגער איד, א חכם מחוכם, א כאריזמאטישער מענטש, מלא חיות ודביקות, מען קען זיך אנהענגען אויף עפעס. און אגב, ער האט איבערגענומען כמעט גאנץ בעלזא און נאך מיט א שמוץ אריבער. אין זיינע ערשטע פופצן יאר האט ער געהאט גאנץ ירושלים מיט זיך, יעדער איז געלאפן צו אים.
ווידער דער קומענדיגער אדמו''ר איז פוסט ברוח וגשם, קיין טראפעלע חכמה און קיין טראפעלע נארמאלקייט, קיין שום חיות אדער מענטשליכקייט, אויסגעלאשן און טרוקן ווי א פאטעטא.


ביסט אזוי גערעכט. דער בעלזער האט כאטש א שטיקל קאפ, א פיסק. דער זוהן קוקט דאך אויס אויף די האר ווי דער ״אור שלום״.... שוין גענוג געזאגט...

קען זיין איינער האט עס שוין געשריבן ערגעץ דא אין שטיבל. ווען די בעלזער רביצין האט געווארט ר׳ אהרן מרדכי, האט די גאס זיך געוואונטשען אז דאס קינד זאל ירשנן ״די קאפ״ פון די טאטע און ״די הארץ״ פון די מאמע (וויזניץ=הארץ :P ), דערווייל האט מען זוכה געוועהן פונקט קאפיוער, דער ילד, דער ״׳קרוין פרינץ׳׳ דער ״בנן של קדושים׳׳ האט באקומען דאס הארץ פון די טאטע און די קאפ פון די מאמע.... ומי יעמוד בסוד קדושים... בקיצור סאיז נישטא קיין גרויסע ערווארטונגען און האפענונג פון די גרויסע רביס אין די קומענדיגע דור. אלעס איז א ביזנעס און א ירושה. סאיז נישטא גארנישט אינדעם.
מיטוואך יוני 06, 2018 10:02 am#405122
איסר האטלקי האט געשריבן:בין איך דיר מסביר אז בדרך הטבע קען מען זיין יא א חסיד פון ר' בערלען, משא''כ פון ר' אהרן מרדכי. בדרך הטבע קען ער נישט האבן קיין חסידים. ס'נישטא קיין רבי אויף דער וועלט אריינגערעכנט ווערעצקי וואס פארמאגט אזוי ווינציג רוחניות און גשמיות ווי ר' אהרן מרדכי. פינטל.

פונעם דור מהר''א ביז מהרי''ד השני האט זיך דער דור געטוישט ברוחניות, ממילא קען ער זיין רבי אין בעלזא, וויבאלד שכל האט ער דאך. כדי רא''מ הראשון זאל קענען זיין רבי, דארף דער דור כאפן אזא ירידה אין חכמה. איך האף אז נאר אין בעלזא וועט אראפקומען דער שפע פון טיפשות און וועט זיך נישט אויסשפרייטן ווייטער...

אז דו ביסט מסביר אזוי גוט, לייגסט אראפ פאקטן און שליסט עס מיט א פינטל, קען איך עפעס ענטפערן? און ווען שבת אחים לייגט צו א פלייצע און לייגט אויך הנחות קען איך גארנישט ענטפערן.
נאר איין זאך קען איך אייך זאגן: אז עטס קענט איהם פון בילדער און קליפס ותו לא!
מיטוואך יוני 06, 2018 10:18 am#405127
אויב עפעס איז עס ממש פארקערט. דער היינטיגע בעלזער רבי, לויט אלע אנווייזונגען, איז פונקט אזוי פוסט ברוח ובגשם. ער איז דער בחור אין ישיבה מיט וועמען מ'קען אימער קיביצ'ן על דא ועל הא און זאגען א גלייכווערטעל, אבער קיינער וויל איהם נישט האבען אין שלאף צימער צו זיין זיין חברותא. יא, אהרן מרדכי האט דאס אויך נישט, אבער קיין נ"מ מאכט עס נישט, ווייל א רבי איז נישט אויף צו קיביצ'ן, און בעיקר טאקע קיביצ'ט ער היינט מיט פרעמדע (אדער אויף קאוועשטיבעל, ווער ווייסט?) איך האב קיינמאל נישט געהערט צו געזען עפעס וואס האט מיט חכמה צו אריגינעלקייט פון איהם, און תורה איז דאך אפגערעדט, און זיין חסידים וואלטען שטארק געזארגט אויסצושפרייטען ווען ער האט עפעס צו זאגען. זיי האלטען נישט פון בלייבען איינגעהאלטען.

נאר פון דעם זעט מען אז אפילו איינער האט גארנישט צו פארקויפען, קען דער באן ווייטער פארען. ווען מ'הערט מענטשען רעדען פון די 'בעלי מסינ"פ' וואס האבען 'אויפגעבויט' 'אידישקייט' נאכ'ן קריג, זעט מען היינט אז זיי זענען געווען ווי קינדער וואס זיצען אין א קאר און דרייען די ריידעל פאר זיי, כאילו זיי פיהרען עס טאקע. די זאך פארט פון זיך אליינס.
מיטוואך יוני 06, 2018 10:44 am#405134
ליטוואק , איר דארפט נישט איבערזאגן דיין בויך וויטאג יעדעס מאל מיט א פרישקייט ,
סאיז שוין ברייט באקאנטע דא און שטיבל,
סאיז א שאד אויף די צייט און סאיז א חשש פון ביטול תורה , איר דארפט נאר שרייבן אייער נאמען און צולייגן כנ"ל..
מיטוואך יוני 06, 2018 11:03 am#405139
איסר האטלקי האט געשריבן:בין איך דיר מסביר אז בדרך הטבע קען מען זיין יא א חסיד פון בערלען, משא''כ פון אהרן מרדכי. בדרך הטבע קען ער נישט האבן קיין חסידים. ס'נישטא קיין רבי אויף דער וועלט אריינגערעכנט ווערעצקי וואס פארמאגט אזוי ווינציג רוחניות און גשמיות ווי ר' אהרן מרדכי. פינטל.

פונעם דור מהר''א ביז מהרי''ד השני האט זיך דער דור געטוישט ברוחניות, ממילא קען ער זיין רבי אין בעלזא, וויבאלד שכל האט ער דאך. כדי רא''מ הראשון זאל קענען זיין רבי, דארף דער דור כאפן אזא ירידה אין חכמה. איך האף אז נאר אין בעלזא וועט אראפקומען דער שפע פון טיפשות און וועט זיך נישט אויסשפרייטן ווייטער...

רא״מ איז אפשר ניט דער זעלבער בעל כשרון פונעם פאטער, אבער דוכצאך מיר אז ר׳איז ניט וועהניגער חשוב פון רוב אנדערע אדמורים וועלכער האבען איבערגענומען גרויסע פארטייאישער חסידיות אין די לעצטע צוואנציג יאהר, און ב״ה עס ארבעט. חסידים זוכן דאס גוטס פונעם ממשיך הפארטיי און גלייבען שטארק אינעם המשכה, נאכמער ווי אינעם אדמור אליינס. ספיציעל אין די גרויסע, שטארקע פארטייען וועלכער שטעלען כלומרשט צו אללע רוחניותדיגער און גשמיותדיגע סערוויסעס. משוגע איז דער חסיד וועלכער געניסט פון אלעם און גלייבט נישט אינעם רבין אדער אינעם פארטיי.
דאנערשטאג יוני 07, 2018 12:42 am#405281
איסר האטלקי האט געשריבן:ווידער דער קומענדיגער אדמו''ר איז פוסט ברוח וגשם, קיין טראפעלע חכמה און קיין טראפעלע נארמאלקייט, קיין שום חיות אדער מענטשליכקייט, אויסגעלאשן און טרוקן ווי א פאטעטא.

איסר'ל האסטעך גוט אויסגעגעבן, יעצט איז מיין טשענס:
שוטה וואס דו ביסט, אזוי צו רעדן אויף א טייערע יונגערמאן אהן אים קענען.
שעם דיך, עס עקלט.
דאנערשטאג יוני 07, 2018 1:25 am#405282
למה נסמכה פרשת מרגלים למרים ם שלא לקחו מוסר לא לדברר
דאנערשטאג יוני 07, 2018 11:57 pm#405400
קומזיץ האט געשריבן:ליטוואק , איר דארפט נישט איבערזאגן דיין בויך וויטאג יעדעס מאל מיט א פרישקייט ,
סאיז שוין ברייט באקאנטע דא און שטיבל,
סאיז א שאד אויף די צייט און סאיז א חשש פון ביטול תורה , איר דארפט נאר שרייבט אייער נאמען און צולייגן כנ"ל..

איך האב גראדע יא הנאה פון זיינע תגובות וואס קומט געווענדליך מיט א פרישע טוויסט
מוצ"ש יוני 09, 2018 11:48 pm#405497
שמעון וואלף האט געשריבן:
קומזיץ האט געשריבן:ליטוואק , איר דארפט נישט איבערזאגן דיין בויך וויטאג יעדעס מאל מיט א פרישקייט ,
סאיז שוין ברייט באקאנטע דא און שטיבל,
סאיז א שאד אויף די צייט און סאיז א חשש פון ביטול תורה , איר דארפט נאר שרייבט אייער נאמען און צולייגן כנ"ל..

איך האב גראדע יא הנאה פון זיינע תגובות וואס קומט געווענדליך מיט א פרישע טוויסט


ליטוואק לייגט צו זייער אסאך צום שטיבל איך קום נישט אן לקרסילי רגליו אבער ווען ס'קומט צו א געוויסע נושא באקומט ער א רוח שטות
זונטאג יוני 10, 2018 12:23 am#405499
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
האסט עפעס דברי חכמה צו ווייזען פון איהם? סתם זאגען קען דאך יעדער. זאג מיר עפעס א סבה פארוואס איך זאל גלויבען אז ער איז מער ווי סתם מיכל? וואס פארא דברי חכמה האט ער באוויזען? (זיך שלאגען מיט סאטמאר איז נישט קיין קנה מדה פון חכמה, ופשוט)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג יוני 10, 2018 8:48 am#405525
גראדע איז דער טאליענער גערעכט.

רא"מ איז א ליידיגער זאק וואס פארקויפט גארנישט, און האט נישט קיין שכל. האט נישט קיין סאשעל סקילס.

איין טעות מאכט דער טאליענער, ער וועט זיין נאך א גרעסערע רבי ווי זיין טאטע. פארוואס? ער איז נישט קיין שלעכטער, נישט קיין טשעפעניאק אזוי ווי זיין טאטע. אלץ וועט ווייטער פארן ווייטער.

דער וואס מיינט אז דער היינטיגע בעלזער רב פירט זיין חסידות האט א גרויסע טעות. ער טוט גארנישט. ער איז דעפרעסט און זיצט אליין אין א שטוב, ער נעמט טאקע אויף מענטשן, אבער אלע זיינע תשובות זענען לכאן או לכאן און רעדט קיינמאל נישט לענגער ווי פופצען סעקונדעס, אסאך מאהל לייגט ער צו א קליינע דזאק, וזה הכל. חסל. דער רוב חסידים שיקען אריין די שאלות מיט דער פעקס, און די שטוב מענטשן זענען זיך שוין מטפל מיט די שאלות צו ענטפערן ווי עס דארף צו זיין.

דער הנהגה קען אנגיין ווייטער ווען דער רבי שטארבט, נישט קיין חילוק ווער דער פאפעט איז וואס דארף ארויסקומען און מען זאל פאטשען און קלאטשען.

און אפילו ווען די שטוב מענטשן שטארבן אפ, נעמט מען אויף נייע. נישט קיין חילוק צו ער הייסט רינגעל צו רייזמאן.
זונטאג יוני 10, 2018 11:44 am#405545
איך גיי זיך נישט טענהן מיט דיר, דיין בליק אויף אים איז זייער קלאר דא אין שטיבעל. איך האב נאר הנאה צו זעהן ווען מענטשן שרייבן שטותים מיט אזא זיכערקייט כאילו עס איז נישטא בכלל וואס צו רעדן, אזוי איז עס און שוין. איך קען דיר זאגן איין זאך איך אלטס בעלזע חסיד, האב איך פינקט די פארקערטע עקספיריענס. איך בין טאקע נאר דארט פאר א מעניט צו צוויי דריי איין מאל א יאהר. אבער די שניידיגע תשובות באגלייט מיר אגאנצן יאהר, ווען נישט וואלט איך אים נישט נאכאמאל געפרעגט וואס צו טוהן, און ניין קיינער צווינגט מיר נישט צו פרעגן אויף יעדע באשלוס אין לעבן.
זונטאג יוני 10, 2018 5:21 pm#405596
מענטשען קענען רעדן מבינות און שרייבן אפאר שורות אויף א מענטש וואס זיי האבן איהם אין זייער לעבן נישט געזאגט א גוט יאהר, און ספק צו בכלל גיזעהן פונדערווייטנס.
עס מאכט א רושם אז עס רעדט זיך דא פון הויכע כוחות ווי צום ביישפיל רוח הקודש אדער להבדיל שנאה עמוקה.
עס קען זיין?
זונטאג יוני 10, 2018 5:53 pm#405597
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
עס האט נישט מיט זע׳ען, זיי ווייסען פאר זיכער.


עס דערמאנט דיר פון עפעס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 11, 2018 1:19 am#405631
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס האט נישט מיט זע׳ען, זיי ווייסען פאר זיכער.


עס דערמאנט דיר פון עפעס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יא, היא אשר דיברנו.
מענטשן וואס ווייסען גארנישט ווייסען פאר זיכער.
מאנטאג יוני 11, 2018 11:17 am#405664
דער אמת טוט וויי, דער רבי קען דיר ביים נאמען? לאז אפ, די ווייסט אז וואס איך זאג איז אמת.
מאנטאג יוני 11, 2018 12:26 pm#405683
אישתישבי האט געשריבן:דער אמת טוט וויי, דער רבי קען דיר ביים נאמען? לאז אפ, די ווייסט אז וואס איך זאג איז אמת.

:lol:
מאנטאג יוני 11, 2018 1:08 pm#405688
אישתישבי האט געשריבן:דער אמת טוט וויי, דער רבי קען דיר ביים נאמען? לאז אפ, די ווייסט אז וואס איך זאג איז אמת.

נו, און ווען עס טוט וויי? גייט מען זאגן שקרים... א ליידיגער זאק ועוד כהנה וכהנה כיד הדמיון הטוב.

[נ.ב. די תשובה איז: יא]
מאנטאג יוני 11, 2018 1:46 pm#405692
איסר האטלקי האט געשריבן:בין איך דיר מסביר אז בדרך הטבע קען מען זיין יא א חסיד פון בערלען, משא''כ פון אהרן מרדכי. בדרך הטבע קען ער נישט האבן קיין חסידים. ס'נישטא קיין רבי אויף דער וועלט אריינגערעכנט ווערעצקי וואס פארמאגט אזוי ווינציג רוחניות און גשמיות ווי ר' אהרן מרדכי. פינטל.

פונעם דור מהר''א ביז מהרי''ד השני האט זיך דער דור געטוישט ברוחניות, ממילא קען ער זיין רבי אין בעלזא, וויבאלד שכל האט ער דאך. כדי רא''מ הראשון זאל קענען זיין רבי, דארף דער דור כאפן אזא ירידה אין חכמה. איך האף אז נאר אין בעלזא וועט אראפקומען דער שפע פון טיפשות און וועט זיך נישט אויסשפרייטן ווייטער...


זיין מאמע ברודער האט אויך וויניג שכל און איז היינט א רבי פאר טויזענטער חסידים
מאנטאג יוני 11, 2018 2:52 pm#405715
אישתישבי האט געשריבן:דער אמת טוט וויי, דער רבי קען דיר ביים נאמען? לאז אפ, די ווייסט אז וואס איך זאג איז אמת.

יאפ, האבן מיר שוין די ריכטיגע מעסטער פון א ריכטיגע רב'ה!
טאמער ער קען יעדער איינער פון זיינע חסידים ביים נאמען!

(מן הסתם אויף דעם איז געזאגט געווארן דעם נשתכחה תורת החסידות)
מאנטאג יוני 11, 2018 3:13 pm#405717
מיט איין זאך איז בעלזא מיוחד, אז פאר כבוד בעלזא איז אלעס מוותר, אריין גערעכענט שפיכת דמים. עס איז אפילו וויכטיגער ווי דער שלש שבועות פאר א סאטמערער.

עס איז מיר נישט קיין שום חידוש אז א בעלזער וועט קיינמאל נישט מודה זיין אויף קיין שום זאך וואס איז נגד כבוד בעלזא, א שטייגער דער רבי'נס דעפרעסיע, צו דער הנהגה פין דער רב'ס שטוב און דער רב אליין גיבט נישט קיין קרעפ וואס גייט דארט פאר, פין דעם ביז ספייקי וואס איז א מוסד אנגעפירט דורך א בעלזער חסיד, פאר כבוד בעלזא איז מען אלעס מקריב, דאס איז דער אנכי ד' אלקיך פין בעלזא.
מאנטאג יוני 11, 2018 3:27 pm#405720
איך פארשטיי אז דו האסט נישט בעסער וואס צו ענטפערן.
מאנטאג יוני 11, 2018 3:48 pm#405721
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
איך מיין דער כבוד האסטו. טאמער דו גלויבסט טאקע אין די ליצנות פון דיין ענטפער, ביסטו נעבעך מער מאלעסטעד ווי מ׳האט געמיינט.

ניין, וויסען די נאמען פון יעדער חסיד איז נישט דער קנה מדה פון א רבי. עס איז די קנה מדה פון א מענטש. אז דו ווילסט זאגען אז א רבי דארף נישט זיין קיין מענטש, איז דאס ערשט נשתכחה. נישט נאר תורת הבע"ש, נער בעיסיק מענטשליכקייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 11, 2018 4:04 pm#405725
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין דער כבוד האסטו. טאמער דו גלויבסט טאקע אין די ליצנות פון דיין ענטפער, ביסטו נעבעך מער מאלעסטעד ווי מ׳האט געמיינט.

ניין, וויסען די נאמען פון יעדער חסיד איז נישט דער קנה מדה פון א רבי. עס איז די קנה מדה פון א מענטש. אז דו ווילסט זאגען אז א רבי דארף נישט זיין קיין מענטש, איז דאס ערשט נשתכחה. נישט נאר תורת הבע"ש, נער בעיסיק מענטשליכקייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


קענסט מיר ביטע אויסרעכענען איין רבי וואס האט אונטער זיך קרוב צו 10 טויזנט משפחות וואס קען יעדע חסיד ביים נאמען?

(און וואס פארשטייט א הונגערישע ליטוואק און חסידות?)
מאנטאג יוני 11, 2018 4:12 pm#405727
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נאכאמאל, עס האט נישט מיט חסידות.

טאמער עס איז אוממעגליך אז ער זאל זיי קענען, האט ער צוויי ברירות. אדער נישט מחליט זיין פאר מענטשען וועמען ער קען נישט. ער זאל נישט אריינרעדען אין מוסדות און בתי מדרשים אין ערגעץ אין דער וועלט, עאר ווען ער קען די מעמבערס דארט. גאנץ א מענטשליכע פארלאנג. אדער זאל ער זיך אפזאגען גענצליך פון די רעביסטיווע . קיין מלאך איז נישט געקומען פון הימל און איהם געהייסען בשם ה׳ אז ער מוז זיין רעבע. ער קען טרעפען א דזשאב פונקט ווי יעדער.

עס פעלט גארנישט אויס פאר די וועלט אז איין יחיד זאל האבען אזוי פיהל מאכט. עס וואלט געווען פיהל בעסער ווען זאכען שטייען קלענער, יעדער רב מיט זיין בית המדרש. דער סיסטעם איז מטפש דער מענטשהייט און נעמט צו די כח פון יחידים אויסצושטייגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 11, 2018 4:22 pm#405729
דיין לעצטע פאר שורות ווייזן ארויס פונקטליך וויפל דו קענסט זיך אויס און חסידות בכלל,
און אין בעלזא חסידות בפרט...

פון ווען אן איז ער מחליט זאכן פאר וועמען ער קען נישט?
די רב זאגט נאר די וועג, די גאנג, די אויסשטעל
אבער יעדע בית מדרש האט זיך זיין דיין און זיין רב,
און נאכמער איז לעצטענס געווארן אז יעדע גרופע יונגעלייט האבן זיך זייער דיין צו וועמען זיי ווענדן זיך...
און ער קען זיי יעדער פערזנליך, אסאך מער ווי די נאמען.


איך מיין אבער איך ענדיג מיין שמועס מיט דיר דא,
ווייל איך רעדט דאך זיכער מיט איינער וואס קען בעלזא נאך אסאך בעסער ווי די בעלזע קענען אליין.
מאנטאג יוני 11, 2018 4:48 pm#405730
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
און ווער איז ממנה דעם דיין? די מעמבערס פון די שול וואס קענען זיך און ווייסען וואס זיי דארפען? צו איינער א ריעל עסטעיט יורש אין א"י וואס גיבט נישט קיין כי הוא זה וועמען עס איז וואס ער לייגט אונטער יענער דיין און צו וואס טויג ער?

און דאס האט אויך גארנישט מיט חסידות. עס איז נאכדעם וואס רעביסטיווע האט געמיינט מאכט מיט ריעל עסטעיט, ווען זיי נעמען זיך שיקען דיינים און שוחטים ווי אימער. עס איז דא תשובות פון גדולי הפוסקים וואס פארדאמען דאס שטארק, עיי"ש ותמצא נחת.

כנראה אז דיין ידיעות אין כאסידעס דערגרייכט נישט ווייטער ווי די היינטיגע סאציאלע ערשיינונגען. אויב עס איז טאקע נאר דאס, ביסטו גערעכט אז לא נשתכחה. ווייל סוציולוגיה שטעלט זיך נישט אפ ווילאנג דער מענטשהייט וועט עגזיסטירען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יוני 12, 2018 12:26 am#405760
נאכאמאל ווייזטו ארויס ווי שטארק דו קענסט זיך אויס, און נאכדעם בויסטו נאך אויף דעם גאנצע תורות.

פאר דו שרייבסט דיין קומענדיגע תגובה גיי אריין און א בעלזע שטיבל און פרעג פאר דו יונגעלייט ווער עס האט אויסגעוועלט דעם דיין.

און נאר נאך וואס דו וועסט דאס טוהן וועל איך ממשיך זיין צו שמועסן מיט דיר.
דינסטאג יוני 12, 2018 1:11 am#405763
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
ליטוואק , הרב שך האט נישט איינגעטיילט וואס צו טוהן אין יעדן שטעטל אין אר"י? אדער אפשר האט ער געקענט גאנץ ארץ ישראל ביים נאמען?

אבער למעשה, אויב א רבי קען ליינען מחשבות דארף ער לכאורה וויסן וויאזוי מען הייסט אויך.