פארומס › כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

313 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10046
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג יולי 17, 2016 7:17 pm#342557
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נקמה נקמה ...
מאנטאג יולי 18, 2016 9:36 am#342652
כ'האב לעצטנס געזען ערגעץ א שיינע פשעטל פון רב אבער איך געדענק נישט ווי
מאנטאג יולי 18, 2016 11:50 am#342657
בן אדם
כ'האב לעצטנס געזען ערגעץ א שיינע פשעטל פון רב אבער איך געדענק נישט ווי

א פשעטל בהלכה אדער באגדה? אין קובץ "אור הצפון" (בעלזא) איז געדריקט געווארן אמאל א פשעטל פונעם בעלזער רב בענין מחיית עמלק (געזאגט געווארן אין וויליאמסבורג אדר תשמ"א), אויך חנוכה פלעגט ער זאגן פשעטלעך כמנהג אבותיו. פשעטליך אין אגדה-חסידות גג על גג איז דא אסאך אין די "דברות קודש" פון די ערשטע צוואנציג-דרייסיג יאר ביז דער סטייל האט זיך געטוישט.

@שמואל פרימו עס טוט וויי צו ליינען וואס איר שרייבט, אויף וואס זענען אייערע ווערטער געבויעט? (מנוול שטייט אין גמרא אויפ'ן יצר הרע, דער בעלזער רב איז בבחינת יצר הרע? פארוואס?).

--

רעדאגירט לאור הודעת @ליטוואק פון בודאפעסט.
מאנטאג יולי 18, 2016 12:43 pm#342663
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
געמעקט נאכ'ן מעקונג פון @איש חזון
מאנטאג יולי 18, 2016 12:46 pm#342664
געמעקט
מאנטאג יולי 18, 2016 3:46 pm#342690
ווי הרב חזון שרייבט ,פאר אומגעפער די ערשע 15 יאר פלעגט ער זאגן שיינע פשטלעך איינע פון די חנוכה נעכט און אסאך תלמידי חכמים פון ירושלים פלעגן קומען הערן.
דינסטאג יולי 19, 2016 2:51 pm#342841
השתטחות על ציוני אבותיו בעיר בעלז.
דער בעלזער רב איז דאן געפארן קיין בעלז, צום ערשטן מאל, מיט א מנין מצומצם. עס האט דעמאלטס געהערשט די קאמוניסטישע רעגירונג אין אוקריינא און דעריבער זענען זיי געפארן מיט פאלשע פאפירן (דאכצעמער אז מען האט כמעט\איינגעזעצט דעם רב אונטערוועגנס. @איך אויך ביטע קום אריין מיט דעטאלן). א פארבייגייער האט געכאפט דעם בילד.
📎 השתטחות.jpg
דינסטאג יולי 19, 2016 2:52 pm#342842
שטיוול?? און פאר ווילאנג איז די הוט דארטן געליגן אזוי איבערגעדרייט?
דינסטאג יולי 19, 2016 2:54 pm#342845
עס איז דא א סאך בלאטע אין בעלז. (מען זאגט אז ס'איז מכח א קללה פונעם ב"ח וואס איז געווען רב אין בעלז און מען האט אים פארטריבן פון דארט [נישט די יושבים - לתשומת לב @אנאנים]).

וועגן די הוט, טאקע א גוטע שאלה, ולולי דמיסתפינא הייתי אומר אז ביז דער רב האט געענדיגט די השתטחות ועדיין צ"ע וחיפוש בפוסקים וה' יאיר עיני.
דינסטאג יולי 19, 2016 3:13 pm#342848
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
באיזה שנה?
דינסטאג יולי 19, 2016 3:29 pm#342854
נעה דו מישט דא צאם עט ליעסט צוויי נסיעות.
דינסטאג יולי 19, 2016 3:51 pm#342859
נו, אדרבא, ילמדנו רבנו.
דינסטאג יולי 19, 2016 4:24 pm#342866
התלהבות ווידיאוס...

כי לשם המלוכה

חנוכה
דינסטאג יולי 19, 2016 6:21 pm#342883
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
בעלז איז אויך אין אוקראינא
דינסטאג יולי 19, 2016 8:32 pm#342900
שמואל פרימו
.

געוואלדיג: יישר כח ששברת. ס'האט א יעדן נארמאלן מענטש געשטאכן אין הארצן די דברי לעג ובזיון פון דעם מטורף...!
מיטוואך יולי 20, 2016 11:50 am#342963
berlbalaguleh
שמואל פרימו
.

געוואלדיג: יישר כח ששברת. ס'האט א יעדן נארמאלן מענטש געשטאכן אין הארצן די דברי לעג ובזיון פון דעם מטורף...!

נישט געוויסט אז @געוואלדיג איז אן אנדערקאווערד מנהל דא... עניוועיס א דאנק פאר'ן אינפארסן די נאבעלע תקנה, ס'איז א @געוואלדיגע זאך.
מיטוואך יולי 20, 2016 11:55 am#342967
איש חזון
berlbalaguleh
שמואל פרימו
.

געוואלדיג: יישר כח ששברת. ס'האט א יעדן נארמאלן מענטש געשטאכן אין הארצן די דברי לעג ובזיון פון דעם מטורף...!

נישט געוויסט אז @געוואלדיג איז אן אנדערקאווערד מנהל דא... עניוועיס א דאנק פאר'ן אינפארסן די נאבעלע תקנה, ס'איז א @געוואלדיגע זאך.


א דאנק, נאר א קליינע תיקון, נישט קיין מנהל נאר א שטיקל אחראי אדער גבאי.
מיטוואך יולי 20, 2016 12:01 pm#342970
א דאנק פאר געוואגטע יונגל. ביסט זיכער ס'איז געווען אזוי פרי ווי תשל"ג?
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 9:23 am#346090
מזל טוב.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/107430/%D7%9E%D7%96%D7%9C-%D7%98%D7%95%D7%91-%D7%94%D7%A0%D7%9B%D7%93%D7%94-%D7%A9%D7%9C-%D7%94%D7%A8%D7%91%D7%99-%D7%9E%D7%91%D7%A2%D7%9C%D7%96%D7%90-%D7%9E%D7%AA%D7%90%D7%A8%D7%A1%D7%AA.html">http://www.bhol.co.il/107430/%D7%9E%D7% ... D7%AA.html</a>
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:07 pm#346149
המבינים בעולם החסידות אומרים בשיחה עם 'בחדרי חרדים' כי זה דרכו של הרבי מבעלזא - לא להסתכל על ייחוס אלא לבדוק בבחור עצמו שנחשב לבחור הטוב ביותר בישיבת בעלזא בירושלים.

(בירושלים איז א טעות פארשטייט זיך)
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 1:31 pm#346173
?
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 5:57 pm#346215
איש חזון
המבינים בעולם החסידות אומרים בשיחה עם 'בחדרי חרדים' כי זה דרכו של הרבי מבעלזא - לא להסתכל על ייחוס אלא לבדוק בבחור עצמו שנחשב לבחור הטוב ביותר בישיבת בעלזא בירושלים.

(בירושלים איז א טעות פארשטייט זיך)


און דעס אז דרכו של הרבי מבעלזא לא להסתכל על ייחוס איז אויך א טעות. ווען זיין זוהן איז געווען אין די יארן איז ער ארום געלאפען און געלייגט לחץ אויף א סאך ערענסטע חצרות זיך משדך צו זיין מיט זיי.
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 7:35 pm#346233
מערקער: דער מחותן אהרן צוויבל זיין טאטע הייסט מרדכי דוד און זיין שווער הייסט בן ציון (אוסטרליץ), סימנא מילתא היא.
זונטאג אוגוסט 21, 2016 3:11 pm#346618
יובל החמישים לנשיאות האדמו"ר מבעלזא.
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 4:52 am#346848
ואס טראכט דער רבי
📎 263.jpg
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 9:13 am#346857
מענטשאלע
ואס טראכט דער רבי


הויכע זאכן....
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:41 am#346880
דער איד וואס שטייט נעבן, איז די גבאי ר' שמעון וואלף?
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:56 pm#346905
מודיעין
דער איד וואס שטייט נעבן, איז די גבאי ר' שמעון וואלף?

לויט ווי איך האב מיטגעהאלטען איז רש''וו'ס בארד ווייס געווארען צוזאמען מיטען רב'ס (מיטהאלטענדיג אלע צרות מנהסתם) מילא שפוקליר איך אז לויט די טונקעלקייט פון די רב'ס בארד קעןן נישט זיין אז די גבאי זאל האבען אזא שניי ווייס בארד?
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 2:19 pm#346912
איש חזון
השתטחות על ציוני אבותיו בעיר בעלז.
דער בעלזער רב איז דאן געפארן קיין בעלז, צום ערשטן מאל, מיט א מנין מצומצם. עס האט דעמאלטס געהערשט די קאמוניסטישע רעגירונג אין אוקריינא און דעריבער זענען זיי געפארן מיט פאלשע פאפירן (דאכצעמער אז מען האט כמעט\איינגעזעצט דעם רב אונטערוועגנס. @איך אויך ביטע קום אריין מיט דעטאלן). א פארבייגייער האט געכאפט דעם בילד.


דער בעלזא רב איז צום ערשטן מאל געפארען קיין בעלז אום שנת תשל"ט, דאס צווייטע מאל איז געוועהן צען יאר שפעטער בשנת תשמ"ט, דער בילד פון די השתטחות איז פון שנת תשמ"ט. דער בילד האט נישט געכאפט סתם א פארבייגייער נאר איינער וואס האט מיטגעהאלטן דער נסיעה און האט אפגעכאפט אן א שיעור נאך בילדער פון דעם נסיעה.
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 2:25 pm#346913
מענטשאלע
ואס טראכט דער רבי


דאס איז בשעת מ'האט געבויט דעם בית המדרש המרכזי, איידער אן טוהן דער רבינו תם תפילין איז דער רב ארויס געלאפען פון דאווענען זעהן די בויעריי נאך פופצען מינוט צוריק אריין אין בית מדרש. דער רב האט נישט געוואלט פארפאסן א געוויסע חלק אינעם פראגרעס.
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 4:09 pm#346921
מענטשאלע
ואס טראכט דער רבי

אשפ"ג פלצתי וכו'
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 4:15 pm#346922
עדווערטייזמענט פאר מתיבתא.
📎 Capture.PNG
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 5:09 pm#346932
באמערק אז ער לערנט נישט אינווייניג, ער ליינט נאר די הקדמות און הסכמות והנצחות וכו' וכו'
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 5:22 pm#346936
יויש ביסטו גוט.
📎 Capture.PNG
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 8:51 pm#346967
איך זעה עפעס א צעטעלע אויף די גמ'. עניוועי, קענסט זיכער זיין אז ער לערנט נישט אין דעם, ער אעז נאר מעיין אין דעם צו זען צו ס'איז ראוי צו ווערן אריינגעשטעלט אין די בעלזער ספרים שענק - וכך ראוי לנהוג.
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:14 pm#346983
בן אדם הזהרו בדבריכם!, און אויב קענסטו אביסעל דעם בעלזע רב ווייסטו מסתמא אז ער האט נישט קיין עקסטערע שוועריקייטן צו פארשטיין א שטיקעל גמרא.
פאר ווער סעוויל וויסן פשט אינעם בילד איז אזוי, חמשה עשר באב פירט זיך דער רב שליט"א אריינציקומען אין בית מדרש לערנען ברוב עם.
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:16 pm#346986
איים סארי באט האסט מיך אינגאנצען נישט פארשטאנען.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:48 am#347053
בן אדם
איך זעה עפעס א צעטעלע אויף די גמ'. עניוועי, קענסט זיכער זיין אז ער לערנט נישט אין דעם, ער אעז נאר מעיין אין דעם צו זען צו ס'איז ראוי צו ווערן אריינגעשטעלט אין די בעלזער ספרים שענק - וכך ראוי לנהוג.

לעולם ילמד אדם תורה שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה, איך כאפ די ווערטעל וואס דו זאגסט אבער איך וועל זאגען ערנסט: אז בעסער דורכצוקוקען און דורכלערנען אלע ספרי קודש צו זעהן אויב ספאסט אריין אין א בעלזעער שאנק, ווי בכלל נישט לערנען, המאור שבה יחזרנו למוטב.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:33 pm#347094
בן אדם
איים סארי באט האסט מיך אינגאנצען נישט פארשטאנען.

איך מיין אז איך האב דיך (דיין כונה) יא פארשטאנען. סמבטיון אויך. דערפאר האט ער דיר געענטפערט וואס ער האט געענטפערט...וד"ל וק"ל ודפח"ח וכו' וגו'. ווילסט איך זאלל אראפלייגן די סאטמאר'ע קללות אויך....?!... 😂 🙄
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 4:00 pm#347108
איך פארמעק מיין הודעה נאכדעם וואס בן אדם האט זיך מסביר געווען אין די קומענדיגע הודעה.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 5:31 pm#347117
כ'ווייס גאנץ גוט אז דער בעלזער רב איז א ת"ח און א גרויסע מתמיד און פארדעם האלט איך אז ער דארף נישט צוקומען צו קיין מתיבתא גמרות חוץ אויף צו באטראכטן דעם פראדוקט.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 6:21 pm#347125
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס קיווע האט געזוכט א פעינטינג פון בעלזע רב.. כגעדענק שוין נישט און וועלכע עפיזאד סיגעווען.
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 8:06 pm#347140
איש חזון
ר' בערל, די סאטמארע זענען שונאים פון בעלזער רב אבער נישט קיין בהמות, עה.. איך מיין "בני אדם". נישט אויסמישן.

איש חזון: לאמיר בלייבן ביי די רישא פון די משנה...!
מיטוואך אוגוסט 24, 2016 8:11 pm#347142
אנאנים: ווען דו רעכנסט אויס די אלע עולם הבא'דיגע זאכן וואס אונזערע רעבעס טוען אלץ האסטו פארגעסן אויס צורעכענען די רונדעכיגע קעיקס מיט די גרעיפ דזשוס וועלכע ווערן געטרונקען פון זילבערנע בעכערס אין א גרינעם מיטוואך. דו ביסט גערעכט. די גרויסע רעבעס וועלכע פיהרן די וועלט, האביך נאך קיינמאל נישט געזעהן אפגעפיקטשערט ווי זיי זיצן ביי א גמרא אדער א שו"ע. אה. מסתמא שבת און יו"ט ווען מ'קען נישט נעמען קיין פיקטשערס. דאמאלס האבן זיי אפענע גמרות. א שאד...!
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 10:38 am#347381
בן אדם
כ'ווייס גאנץ גוט אז דער בעלזער רב איז א ת"ח און א גרויסע מתמיד און פארדעם האלט איך אז ער דארף נישט צוקומען צו קיין מתיבתא גמרות חוץ אויף צו באטראכטן דעם פראדוקט.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/347108">viewtopic.php?p=347108#p347108</a><!-- l -->
רק אעיר אז הרב אלישיב ז"ל פלעגט זיך באנוצן מיט ארטסקרול גמרות. און בכל אופן וואס דו האסט געשריבן איז בבחינת ווערטל...
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 2:18 pm#347404
ווען האט הרב אלישיב גענוצט דער ארטסקרול גמרא? דאס זעט מיר אויס א שקר פון די רעקלאמעס צו וואס. אסאך קלענערע ת"ח ווי הרב אלישיב האבען שוין נישט וואס צו זוכען אין ארטסקרול. געדענק אז די קאמפאניס האבען באצאלט די אייניקלאך צו לייגען א גמרא פון זייער דרוק אויפ'ן טיש בשעת די פארטאגראפיער איז דארט. אין די באקאנטע ווידיאו ווי ער לערנט נוצט ער אן אלטער גמרא.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 10:25 am#347904
📎 IMG_6607.JPG
📎 אלישיב1.jpg
📎 Capture.PNG
און אין ספר "השקדן" ח"ב עמ' 245 רעדט ער וועגן דעם.

ולהשלמת הענין: דער בעלזער רב האט אין שטוב א שעלף מיט צענדליגע מתיבתא גמרות.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 10:55 am#347907
מכאן ראי' אז נישט אלעס וואס ליטוואק פון בודאפעסט זאגט איז קודש קדשים ועל הכלל כולו יצא.
גוד זשאב הרב אי"ש.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 6:36 pm#347986
ס'איז מעגליך אזוי ווי @כוכב זאגט, אבער פון דא איז נישט קיין ראיה. די גבאים זענען געווען באצאלט אריינצושטופען די גמרות און ספרים פון די קאמפאני'ס. אין יענער בילד לערנט ער נישט, און אין אנדערע בילדער זעט מען מתיבתא, כפי וועלכע גבאי איז געווען דארט. ווען ער האט געלערנט, אזוי ווי אין די באקאנטע ווידיאו, נוצט ער א נארמאלע אלטע גמרא פון זיין יוגענט.

און פאר דער וואס גלויבט נישט, פרעג איך א שאלה. פארוואס זעט מען ענגלישע ספרים דארט? ער האט דען געקענט ענגליש?
דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 3:22 pm#348074
.
מיין תגובה אויבן איז געווען לגופו של ענין (וואס איז גראדע נישט לגופו של אשכול...).

אגב, אולי היה קשה להבחין במה שכתבתי לעיל: "און אין ספר "השקדן" ח"ב עמ' 245 רעדט ער וועגן דעם".