Under maintenance
הויפט זייט » הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס

הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10075
מאנטאג פעברואר 01, 2016 10:40 am#319721
לאמיר צענעמען דעם רעכניץ: ער מיינט אז ווייל ער האט אפאהר גרייצער ווערט ער א בעל מנגן, א בעל מוסר און א בן תורה. אונז זעמיר טאקע אנגעווייטיגט אויפן סיסטעם און מ׳ברויך פארארבעטן מעשים אז זאכן זאלן זיך טוישן, אבער וואס דער גראבער יונג האט געטוהן איז א שרעקליכע זאך. מבזה זיין בני תורה ברבים איז אן אומפארגעבליכע פארברעך. אויב איז ער טאקע אינפלוענשל, קען ער אויפטוהן שטילערהייט. אויב זיין גאנג איז מיט חוצפה איז ער גארנישט בעסער פון דער שוטה רשע וגס רוח נפתלי מאסטער וחבריו בדומים לו וואס זייערע בייזוויליגע כוונות פארשטייט יעדער בר דעת.
איי עם אלל פאר עפענען מוסדות וואס וועלן צושטעלן סעקולארע עדיוקעישאן פאר די וואס ווילן א נארמאלע חינוך פאר זייערע קינדער. יא, דארט זאל יעדער האבן צוטריט צום אינטערנעט; אינפארמאציע וועט גערעכנט ווערן פאר א געזונטע זאך און וועט זיין ענקארעדזשד. מ׳עט לערנען דעם קינד קריטישע דענקונג ווי איידער לעבן ווי א סטאדע בהמות. מ׳עט אויך לערנען דארט אמונה ובטחון אמתית אהן די נארישע מייסעס וואס מ׳פארקויפט היינט בנוסח סאנטא קלאוס וד״ל. מ׳עט דארט פראדוצירן געזונטע מוחות און גלייכצייטיג ערליכע אידן וואס ׳עלן זיך פיהרן בדרך ישראל סבא און וועלן זיין עכטע מקדשי שם שמים ברבים און אור לעמים. סעקשאן אכט, מעדיקעיד, פוד סטעמפס, וועלפעיר אא״וו וועלן גערעכנט ווערן פאר ניבול פה. די קינדער ווען זיי וואקסן אונטער וועלן האפנטליך מצליח זיין בעזרת השי״ת און מ׳עט זיי קיינמאהל טרעפן שטייענדיג אויף לאנגע רייעס פון מחללי שם שמים בפרהסיא אין אפסטעיט ניו יארק וכדו׳. אז א חניך פון אט אזא מוסד וועט עפענען ס׳מויל זיינע, וועט ער נישט אראפברענגן די איי קיו פון גאנצן אומגעגנט... ר׳עט פארשטיין צו פינאנסן און וועט וויסן וויאזוי זיך צו אויפפיהרן און נישט ווערן אריינגעשלעפט בפח יוקשים פון פינסטערע ביזנעס דילס און האנדלונגן.
ניין, נישט אלע וועלן ווערן דאקטוירים, אדוואקאטן אדער אנדערע פראפעסיאנאלן, אבער זיי וועלן האבן בעסערע אויסזיכטן צו פארדינען ערליך געלט אין סיידן וועלכע אומנות ס׳עט זיך זיי גלוסטן.
לימודי קודש וועט זיין אויפן פארנעם אז נאך צעהן יאהר חדר, דריי יאהר ישיבה קטנה און נאך צוויי ביז דריי יאהר ישיבה גדולה וועט מען האבן וואס צו צייגן דערפאר... ווער עס וועט זיך נאר אהערשטעלן וועט קענען ווערן א מורה הוראות, אויב דאס איז זיין באגער. דעת תורה וועט באדייטן אז מ׳האט טאקע דעת און מ׳איז מלא וגדוש אין תורה. דער וואס האט נאר איינס פון די צוויי, וועט נישט ערלויבט ווערן צו זיין א ווארטזאגער בעניני הכלל.
כ׳האף אז ס׳זענען פארהאן גענוג לייטישע מענשן וואס זענען מוכן צו מקריב זיין פאר אזא אונטערנעמונג און וועלן זיך נעמען צו די ארבעט. כ׳האף אז די עשירים וועלן זיין גרייט צו משקיע זיין אין דעם פראיעקט און וועלן נישט ווערן דערשיטערט פון די וואס וועלן זיך שטעלן אין די לענג און די ברייט דאס אונטערצוברענגען.
לאמיר אויפהערן שרייבן אויף בלאגס און טוהן למעשה.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 10:52 am#319722
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
ראשעקאל, די בריוו איז זייער גיט געשריבן, אבער די מעשה זיינע האט זיך ג'ענדיגט אז עס איז אים געלינגען, הי ליווד העפעלי עווער עפטער, ווען זיין מעשה וואלט זיך מסיים געווען אז ער האט געמיזט אפציען מיט חרפות, אזוי ווי שי"ר שרייט וואלט ער געפאטשט זיינע הענט פאר שלמה יודא, און געשריבן א הערליכע בריוו לטובתו.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 11:04 am#319723
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:לאמיר צענעמען דעם רעכניץ

וואס עפעס? גיי צונעם די ליטווישע עליטיסטס וואס ווארפן אידישע נשמות אין מיסט

יחיאל יעקבזון האט געשריבן:ער מיינט אז ווייל ער האט אפאהר גרייצער ווערט ער א בעל מנגן, א בעל מוסר און א בן תורה.

פתיחת ההקדמה לפירושו למסכת אבות האט געשריבן:שמע האמת ממי שאמרה

יחיאל יעקבזון האט געשריבן:וואס דער גראבער יונג האט געטוהן איז א שרעקליכע זאך. מבזה זיין בני תורה ברבים איז אן אומפארגעבליכע פארברעך.

לאמיר איבער'חזר'ן: איינער וואס איז פון די גרעסטע תומחי תורה שבדורינו, און האט א גלייכע חלק אין די לערנען פון טויזענטער לומדי תורה, מעג מען אנרופן "גראבער יונג", אבער גער תומחי תורה וואס - בסך הכל - בעט ער מ'זאל אויפהערן מיט די רציחה, דאס איז שוין חוצפה. אקעי, כ'נעם נאוטס.

יחיאל יעקבזון האט געשריבן:אויב איז ער טאקע אינפלוענשל, קען ער אויפטוהן שטילערהייט.

פלעפלסט נאך דעם מר. רייך. ווער ווייסט דען נישט אז אין די שטיל ווערן די זאכען קיינמאל נישט פארראכטן.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 11:35 am#319726
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
טמיר האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר'ן במה דברים אמורים. ווער האט שוועריקייטן זיינע קינדער זאלן ווערן אנגענומען? סתם ארבעטס מענטשען, אדער מענטשען וואס זענען קיל און קומען נישט נאך די פרימע אכשר דרא'דיגע סטאנדארטען?

אויב רעדט מען פון אן עדה יודען, איז ער דאך 100% גערעכט. זאל מען עפענען א נייע מוסד וואס זאל קעיטערן די סארט מענטשן והכל על מקומו יבא בשלום. און דעי מוסד וועט נאך האבן די מערסטע געלט ווייל עס וועט נישט באשטיין פון ארימע כולל יונגעלייט. עס וועט זיין א ווין ווין
מאנטאג פעברואר 01, 2016 11:41 am#319727
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:לאמיר צענעמען דעם רעכניץ: ער מיינט אז ווייל ער האט אפאהר גרייצער ווערט ער א בעל מנגן, א בעל מוסר און א בן תורה. אונז זעמיר טאקע אנגעווייטיגט אויפן סיסטעם און מ׳ברויך פארארבעטן מעשים אז זאכן זאלן זיך טוישן, אבער וואס דער גראבער יונג האט געטוהן איז א שרעקליכע זאך. מבזה זיין בני תורה ברבים איז אן אומפארגעבליכע פארברעך. אויב איז ער טאקע אינפלוענשל, קען ער אויפטוהן שטילערהייט. אויב זיין גאנג איז מיט חוצפה איז ער גארנישט בעסער פון דער שוטה רשע וגס רוח נפתלי מאסטער וחבריו בדומים לו וואס זייערע בייזוויליגע כוונות פארשטייט יעדער בר דעת.
איי עם אלל פאר עפענען מוסדות וואס וועלן צושטעלן סעקולארע עדיוקעישאן פאר די וואס ווילן א נארמאלע חינוך פאר זייערע קינדער. יא, דארט זאל יעדער האבן צוטריט צום אינטערנעט; אינפארמאציע וועט גערעכנט ווערן פאר א געזונטע זאך און וועט זיין ענקארעדזשד. מ׳עט לערנען דעם קינד קריטישע דענקונג ווי איידער לעבן ווי א סטאדע בהמות. מ׳עט אויך לערנען דארט אמונה ובטחון אמתית אהן די נארישע מייסעס וואס מ׳פארקויפט היינט בנוסח סאנטא קלאוס וד״ל. מ׳עט דארט פראדוצירן געזונטע מוחות און גלייכצייטיג ערליכע אידן וואס ׳עלן זיך פיהרן בדרך ישראל סבא און וועלן זיין עכטע מקדשי שם שמים ברבים און אור לעמים. סעקשאן אכט, מעדיקעיד, פוד סטעמפס, וועלפעיר אא״וו וועלן גערעכנט ווערן פאר ניבול פה. די קינדער ווען זיי וואקסן אונטער וועלן האפנטליך מצליח זיין בעזרת השי״ת און מ׳עט זיי קיינמאהל טרעפן שטייענדיג אויף לאנגע רייעס פון מחללי שם שמים בפרהסיא אין אפסטעיט ניו יארק וכדו׳. אז א חניך פון אט אזא מוסד וועט עפענען ס׳מויל זיינע, וועט ער נישט אראפברענגן די איי קיו פון גאנצן אומגעגנט... ר׳עט פארשטיין צו פינאנסן און וועט וויסן וויאזוי זיך צו אויפפיהרן און נישט ווערן אריינגעשלעפט בפח יוקשים פון פינסטערע ביזנעס דילס און האנדלונגן.
ניין, נישט אלע וועלן ווערן דאקטוירים, אדוואקאטן אדער אנדערע פראפעסיאנאלן, אבער זיי וועלן האבן בעסערע אויסזיכטן צו פארדינען ערליך געלט אין סיידן וועלכע אומנות ס׳עט זיך זיי גלוסטן.
לימודי קודש וועט זיין אויפן פארנעם אז נאך צעהן יאהר חדר, דריי יאהר ישיבה קטנה און נאך צוויי ביז דריי יאהר ישיבה גדולה וועט מען האבן וואס צו צייגן דערפאר... ווער עס וועט זיך נאר אהערשטעלן וועט קענען ווערן א מורה הוראות, אויב דאס איז זיין באגער. דעת תורה וועט באדייטן אז מ׳האט טאקע דעת און מ׳איז מלא וגדוש אין תורה. דער וואס האט נאר איינס פון די צוויי, וועט נישט ערלויבט ווערן צו זיין א ווארטזאגער בעניני הכלל.
כ׳האף אז ס׳זענען פארהאן גענוג לייטישע מענשן וואס זענען מוכן צו מקריב זיין פאר אזא אונטערנעמונג און וועלן זיך נעמען צו די ארבעט. כ׳האף אז די עשירים וועלן זיין גרייט צו משקיע זיין אין דעם פראיעקט און וועלן נישט ווערן דערשיטערט פון די וואס וועלן זיך שטעלן אין די לענג און די ברייט דאס אונטערצוברענגען.
לאמיר אויפהערן שרייבן אויף בלאגס און טוהן למעשה.

מאדנע אז אפילו אויף די פארפרומטע אייוועלט האבן רוב ניקס זיך אנגעונומען פאר רעכניץ און געקלאגט אז ראשי המוסדות מיינען אין אלגעמיין כבוד און פאוער, און אז מיט געלט קען מען איבערקומען די אלע שוועריגקייטן און ווערן אנגענומען אפילו פון שוואכערע שטובער. דאס איז ממש אן עפידעמיע וואס פאדערט מוסר און חיזוק, און ר' שי"ר האט דאס ערפילט מייסטערהאפטיג..

דיין תגובה איז - במחילת כבודך - איינע פון די מערסט-עקלהאפטע דא אין שטיבל.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 11:50 am#319729
שלום על ישראל האט געשריבן:כ'האף אז יעדער פארשטייט אז דאס איז א שטיק לצנות.

גראדע נישט געכאפט
מאנטאג פעברואר 01, 2016 12:11 pm#319734
שטייט אין ערגעץ נישט אז איינער וואס איז מתומכי (און מתומחי) תורה איז דער זעלבע ווי דער וואס לערנט. אלע הלכות כבוד ת"ח גייען אן ביי איינער וואס קען תורה, נישט ביי דער וואס גיבט געלט פאר תורה. אפשר איז זיין שכר אין הימל פונקט ווי, אדער מער ווי, דאס פון די לומדים, אבער דרך ארץ דארף מען האבען פאר'ן תלמיד חכם. און דער שכל זאגט אויך אזוי. דער כבוד פאר די מיינונג פון א תלמיד חכם איז ווייל דער וואס קען תורה האט א פארשטאנד אויף דער וועלט פון די תורה, וואס האט עס מיט דער גביר וואס גיבט געלט? וואס פארשטייט ער בעסער פון זיין געבען געלט? איך זאג נישט אז יעדער תלמיד חכם פארשטייט בעסער ווי א צווייטען, אבער ער פארשטייט בעסער ווי ער וואלט פארשטאנען אן זיין לערנען, און פאר דעם גיבט מען איהם כבוד, ועי' חזו"א אמונה ובטחון בזה.
לגופו של דברי הרב רייך, איך הער איהם יעצט אויס בשעת'ן שרייבען. ער רעדט טאקע מיט א גאווה, אבער זיין פונקטען זענען נישט אלע אינגאנצען אומריכטיג, עכ"פ פון אנהייב. אפשר וועל איך באלד טוישען מיינונג, אבער איך בין יעצט א דריטעל אריין און ער פאדערט אז פאר אידען טאר מען נישט רעדען אראפ, מ'מוז זיי געבען כבוד אלס אידען און נישט זיין קיין פוסע על ראשי עם קדוש. יעדער איינער דא וואלט אזוי געטענה'ט ווען רעכניץ איז 'נאר' א רב צו א פרעדיגער, אז מ'טאר נישט רעדען אראפ צו אידען. און זייענדיג א גביר איז רכניץ אויך נישט בארעכטיגט מיט'ן רעדען אזוי.
דאס יא, ווען ס'ברענט א פייער איז עס נעריש צו פאדערען אז מ'דארף רעדען איידעל נישט גראב, אבער גראב האט ער גערעדט. איך קען איהם נישט פערזענליך, אפשר איז רעכניץ נישט קיין גראבע יונג, אבער גערעדט האט ער גראב.
הרב רייך זאגט אז נאר איינער וואס איז אויסגעהאלטען אין בריחה מן הכבוד מעג מאנען פון איינער זיך אנטלויפען פון כבוד. אבער דער וואס זוכט כבוד פאר זיין געלט זאל נישט מאנען פון א פרומע נישט זוכען כבוד פאר זיין פרומקייט. אי דייקינן כולי האי, ווי וועט מען אנקומען? הרב רייך, דו ביסט טאקע מכבד תלמידי חכמים ווי דו פאדערסט פון איהם? דו ביסט דאך א מעמבער פון די משפחה הרודים את עם ישראל, און דו פרעדיגסט זייער מיינונגען טאג און נאכט?, ווי פאדערסט דו זאכען וואס דו האלטסט נישט דערביי?
זיין משל פון פארק'ן אין ב.פ. איז טאקע אזוי נעריש ווי ער איז מקדים, אבער אסאך שקר ליגט אין דעם. איך ווייס אז דאס איז דער שפראך פון ב.מ.ג. אז אלע פראבלעמען אין לעיקוואוד זענען פראבלעמען פון הצלחה נישט פון פעלער'ס, און ער איז א ציר נאמן לשולחו צו פרעדיגען די רייד, אבער דאס איז נישט דער מציאות דא.
מיט דרייסיג יאר צוריק האבען צוויי מענטשען מחליט געווען אנצוכאפען די שוואכקייטען פון יונגעלייט און גע'עפענט מוסדות וואס וועט שטימען מיט זייער גאווה אדער פארקערט, זייער געפילען פון נידרגיקטייט, מיט דעם אז מ'עט מאכען מוסדות וואס נעמען נאר אריין אזוינס צו איענס. דער ערשטע מוסד אין שטאט האט שנעל נאכגעמאכט, און אזוי האט זיך אנטוויקעלט א קולטור פון 'ווער האט בעסער משפחות'. דאס האבען די צוויי פארשוינען אויפגעטוהן, וואס איינער פון זיי איז דער וואס האט זיך גע'ערט ביי זיין אייגענע דינער.
ווען ס'איז דא צופיל קינדער און צו ווייניג מוסדות, וואלט מען געקענט צוטיילען אויף א נארמאלע אופן. יעדער מוסד האט דאך זיין גאנג און זיין חינוך, און עלטערען וואלטען געוועלט לויט זייער טבע און נטיות וואס זיי ווילען. אבער ווען די מוסדות האבען אוועק געשטעלט אז זיי פארקויפען נישט קיין בעסער חינוך, קיין אנדערע חינוך, אלע מאכען נאך די אנדערע, און די איינציגסטע חילוק וואס זיי קענען ווייזען איז ווער זענען די עלטערען פון די קינדער, הייסט'ס אז אלע האבען א פראבלעם, און נישט קיין פראבלעם פון הצלחה.
זיין קאלטע צוגאנג צו די וואס ליידען קומט פון איינער וואס זיצט על סיר הבשר, וואס האט לעצטענ'ס געבויט א גרויסע בנין פאר זיין אינסטיטוציע, וואס איז א חתנא דבי נשיאה און וועט קיינמאל נישט זארגען פאר זיין שטעלער און זיין קינדער אריינגייען אין מוסדות (על אף..........) און דעריבער רעדט ער מיט אזא ברייטקייט.
נאר איין זאך דארף מען צולייגען אויף זיין רעדע. ער איז נישט קיין אמעריקאנער, דעריבער איז זיין אויסשפראך אנדעריש און ס'הערט זיך מער גאווה'דיג ווי ס'איז. איך זאג נישט, ס'איז גאנץ געפערליך, אבער ס'הערט זיך ערגער ווי ס'איז אויפ'ן אמת, ווייל ער האט אזא מין 'בעסערע' אויסשפראך כאילו ער איז עפעס א קעניג צו א פראפעסער, און דאס האט מיט'ן זיין אן אויסלאנדישער, נישט מיט'ן זיין א ראש ישיבה.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 12:52 pm#319738
@ שמעקעדיג
״דיין תגובה איז - במחילת כבודך - איינע פון די מערסט-עקלהאפטע דא אין שטיבל.״

במחילת כבודך הרמה, כ׳זאג קלאהר אז מ׳דארף אן אווערהאל אויף אונזער סיסטעם אבער דאס טוהט מען נישט דורך פארשעהמן מענטשן ברבים. רעכניץ איז א גראבער יונג ותו לא. אויסהאלטן מוסדות וכו׳ מאכט עם נאר פעימאוס ביים חרדישן ציבור. אזוי צו אזוי, טוהט מען דאס נישט ברבים. ער קען נוצן זיין איינפלוס פון ביי זיך אין אפיס אדער גיין פון מוסד צו מוסד און האקן אויפן טיש ביז מ׳עט עם אויסהערן. יא, כ׳ווייס גוט גוט פון דעם עפידעמיע, מיט מיינע קינדער האב איך זיך אויך געמוטשעט און כ׳פיהל אביסל באקריוודעט אבער ס׳טוישט נישט מיין מיינונג.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 1:00 pm#319739
פארוואס טוהט מען דאס נישט ברבים??? זייערע עוולות ווערן געטוהן בסתר? צו יעדער האלט מיט די פראבלעם אין לעיקוואד.

און יא די גערעדאכץ פון "כבוד התעירעי" האט צוגעברענגט די אלע פראבלעמען דארט. הייליג צייט צו שרייען אויף די אלע, ת"ח שאין בו דעת וגו'! קיין שום דרך ארץ אדער רעספעקט האבן פאר איינעם וואס רודפ'ט יענעם על לא דבר, נאר ווייל איך בין העכער פון יענעם, אן קיין שום נארמאלע סיבה, דיין תורה קענסטו אראפפלאשן ווען ס'קומט נישט מיט קיין ביסעלע דרך ארץ און רעספעקט פאר אן אנדערע איד וואס איז וואויל, הייליג און טייער, סך הכל איז ער נישט דער בן תעירע ווי דיר.

און נאר דיך נישט, מ'האלט שוין נאכדעם פון קלאפן פריוואט, ס'העלפט נישט! אביסעלע אויפמערקזאמקייט און היפש ביסעלע גערידער וועט 'האפענטליך' מאכן סדר
מאנטאג פעברואר 01, 2016 1:01 pm#319740
הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
כגלייב רעכניץ איז אויך א בן טעירע ער איז מסתמא קובע עיתים לתורה, וויפיל שעה א טאג דארף מען לערנען צו ווערן פאררעכנט אלס בן טעירע און פאדערן רעספעקט פון א באלבאס אויף דעם ארויף?! אפשר ווייל ער זינדיגט מיטן מורא׳דיגן חטא פון גיין ארבעטן?!
מאנטאג פעברואר 01, 2016 1:13 pm#319742
הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
שעפטל, ער׳ט טאקע געפרואווט פריוואט?
מאנטאג פעברואר 01, 2016 1:14 pm#319744
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
מאך זיך נישט נעריש. אפשר טאר דער בן תורה זיך נישט גרויס האלטען, אבער פאר אונז פון די זייט מעג מען אנערקענען דער חילוק צווישען איינער וואס זיין טאג איז פארנומען מיט'ן זוכען דער דבר ה' כלפי איינער וואס איז קובע א שטיק צייט דורכצובלעטערען א דף יומי אפצוצאלען זיין טעגליכע פליכט. ס'איז נישט קיין מצוה און נישט קיין יראת שמים זיך בלינד צו מאכען ווילענדיגעהייט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 01, 2016 1:19 pm#319745
ירא שמים האט געשריבן:שעפטל, ער׳ט טאקע געפרואווט פריוואט?

יא ער האט שוין עטליכע מאל גערופן מנהלי המוסדות אז מ'זאל ארייננעמען די און יענע קינד
מאנטאג פעברואר 01, 2016 1:20 pm#319746
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
כרעד וועגן די עצם פראבלעם, נישט וועגן א געוויסע פאל.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 1:21 pm#319747
ווייסעך נישט, אבער ער האט געניג פראבירט מיט שיינעם און שטילערהייט געבעטן און מ'האט אים געוויזן דעם ריקן
מאנטאג פעברואר 01, 2016 1:25 pm#319748
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מאך זיך נישט נעריש. אפשר טאר דער בן תורה זיך נישט גרויס האלטען, אבער פאר אונז פון די זייט מעג מען אנערקענען דער חילוק צווישען איינער וואס זיין טאג איז פארנומען מיט'ן זוכען דער דבר ה' כלפי איינער וואס איז קובע א שטיק צייט דורכצובלעטערען א דף יומי אפצוצאלען זיין טעגליכע פליכט. ס'איז נישט קיין מצוה און נישט קיין יראת שמים זיך בלינד צו מאכען ווילענדיגעהייט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אנערקענען וואס?????? אז יענער האט רעכט אויסצוטיילן צרות פאר א מענטש וואס איז נישט באגאנגן קיין שום עולה אויף דער וועלט, חוץ אנגענומען דעם בזיעת אפיך תאכל לחם אויף אן אנדערען וועג ווי יענער?

ליטוואק, איך קום נישט פון לעיקוואד, אינגאנצן דארט געווען דאכצעמער דריי מאל, זאג אבער דו, איז דאס אייביג אזוי געווען? האט א בעלעבוס אייביג געהאט א האלבע שלאפ-לאזע נאכט איבער די צוקונפט פון זיינע קינדער? (אפגערעדט די וואס זענען נאך לעת עתה אינדרויסן!), כפי ידיעתי איז דאס ממש א לעצטיגע זאך (טשאלענדזש מיך נישט מיט א יאר..)
מאנטאג פעברואר 01, 2016 1:30 pm#319750
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מאך זיך נישט נעריש. אפשר טאר דער בן תורה זיך נישט גרויס האלטען, אבער פאר אונז פון די זייט מעג מען אנערקענען דער חילוק צווישען איינער וואס זיין טאג איז פארנומען מיט'ן זוכען דער דבר ה' כלפי איינער וואס איז קובע א שטיק צייט דורכצובלעטערען א דף יומי אפצוצאלען זיין טעגליכע פליכט. ס'איז נישט קיין מצוה און נישט קיין יראת שמים זיך בלינד צו מאכען ווילענדיגעהייט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אז סאיז דא אזאך אז איינער איז מער פונ׳ם צווייטן, מסכים, סקען זיין וועגן לימוד התורה סקען זיין וועגן גמילות חסדים.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 1:44 pm#319751
איז זאג דאס! זאג אז הגם דו ביסט חשוב'ער ווי מיר, מעגסטו נישט צונעמען דער עלעמענטיש'ע רעכט פון מחנך זיין קינדער אין חדרים. אבער זאגען אז רעכניץ איז דער זעלבע בן תורה ווי דער וואס זיצט און לערנט מאכט קאליע די גאנצע מערכה.
און בכלל, יעדער נערישקייט וואס טוט זיך אין יעדער מערכה, מאכט קאליע די גאנצע מערכה. איין זאך דארף געזאגט ווערען דא; אז יעדער מענטש האט אן עלעמענט'ע רעכט מחנך זיין קינדער, זין און טעכטער, ווי ס'דארף צו זיין, און מ'דארף עס זיי צושטעלען. אלע הויכגעשעצטע חשבונות פון 'טהר המחנה' און שאר כל מרעין בישין זענען נישט צום זאך במקום דער עלעמענטער"י רעכט און פליכט.
ווען מ'פארדרייט דער נושא אויף זייטיגע זאכען, כגון וויאזוי ער וואלט עס געדארפט זאגען, צו ווער האט א רעכט דאס צו זאגען, צו פריוואטע רעכטען פון מענטשען צו וואס, פארלירט מען פון דער עיקר נושא.

איך גלייב אבער נישט אז ס'וועט זיך עפעס ענדערען פון די דרשות, און ווען מ'האט שכל וואלט מען געטוהן אין א אופן וואס איז מער מסתבר צו געלונגען. מ'עט נאר דארפען זען.

ירא שמים האקט, אבער ער רעדט נישט צום זאך. ס'איז דא הלכות כבוד ת"ח, און א שכל דערצו אויך. 'ערע פאר א גומל חסדים איז א געפיל, אבער נישט קיין חיוב און נישט מיט די זעלבע שכל. ועי' חזו"א אמונה ובטחון בכ"ז.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 2:36 pm#319752
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:...אבער זאגען אז רעכניץ איז דער זעלבע בן תורה ווי דער וואס זיצט און לערנט מאכט קאליע די גאנצע מערכה...

ביטע נעם א קאלקולעטאר און לטמיר רעכענען באנאזאם. ע"פ הסכם יששכר וזבולון ווערט יעדעס מינוט תורה פון יעדער בעל תורה ביים ספר גערעכענט כאילו האב רעכניץ האט געלערענט דעם זעלבען מינוט אין די זעלבע מסכת. יעצט גייען מיר נוצן דעם קאלקולעטאר: הונדערט יונגעלייט לערנען פערציג שעות תורה א וואך = יעדע יונגערמאן האט געלערנט 40 שעה און בפשטות נישט גענומען קיין חלק אין פדיון שבויים, הכנסת כלה, העלפן קינדער טרעפן מוסדות און אנדערע גמילות חסדים, און הרב רעכניץ האט געלערנט 4,000 שעה די איין וואך, אויסער זיינע פדיון שבויים, הכנסת כלה, העלפן קינדער טרעפן מוסדות און אנדערע גמילות חסדים.

ATUB @יחיאל יעקבזון ATUB , זאג מיר יעצט, ווער איז דער גראבער יונג?! (זאל איך זאגן עפ"ל?)

ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB , מיר רעדן נישט פון די טעכנישע "הלכות כבוד ת"ח", נאר פון די רעספעקט וואס מ'דארף נאטירליך האבן פאר זיי, און בעיקר צוליב די זכות התורה. אויב ווילסטו דוקא יא רעגן פון די הלכה, דאן פארשטיי אז איינער וואס קען א הלכה אחת נקרא תלמוד חכם, כמעשה של טבי, עבד דרבי גמליאל (משנה, סוכה, פ"ב מ"א). (ער איז גראדע געווען א גוי!) ווי די גמרא (קידושין, מט:) זאגט אז המקדש על מנת שאני תלמיד או ע"מ שאני חכם. ועי' בגמרא (שבת, קיד.):
שבת, קיד. האט געשריבן:...ואמר רבי יוחנן איזהו תלמיד חכם שמחזירין לו אבידה בטביעות העין זה המקפיד על חלוקו להופכו...

יעצט וואלט געווען א פאסיגע זמן צו לערנען א הלכה שו"ע (פשוט כדי אונז זאל מיר הייסן תלמידי חכמים...)
שלחן ערוך, יורה דעה, סימן מ, סיעף ג האט געשריבן:ותלמיד חכם המזלזל במצות ואין בו יראת שמים הרי הוא כקל שבצבור.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 2:57 pm#319754
עליך אמר קרא, אויף אט די טענה האט דער רמב"ם געזאגט וז"ל (פ"ג מהל' תשובה הל"ב),
ושקול זה אינו לפי מנין הזכיות והעונות אלא לפי גודלם יש זכות שהיא כנגד כמה עונות שנאמר יען נמצא בו דבר טוב ויש עון שהוא כנגד כמה זכיות שנאמר וחוטא אחד יאבד טובה הרבה ואין שוקלין אלא בדעתו של אל דעות והוא היודע היאך עורכין הזכיות כנגד העונות

אפילו ווען דער רעדע וואלט געווען ווער האט מער מצוות, און חשבונות שמים, ביסטו נאך אלס נישט גערעכט. ומה גם אז דיין חשבון שטימט אויך נישט אין דער מציאות. ווען רכניץ האלט אויס א יונגערמאן צו קענען לערנען, איז ער א פולקאמער שותף אין זיין לערנען. אבער ווען ער גיבט א פאר דאללאר וואס מאכט א קליינע נ"מ אין זיין לעבען, וויאזוי ווערט ער א גאנצע שותף אין יעדער לערנען וואס ער טוט? ס'איז א פיינע זאך און ס'העלפט צו, אבער צו א גאנצע שותף קומט עס נישט.
און דאס איז אלס נישט נוגע ווען מ'רעדט פון דער פראקטישע ענין אז זיין דעה ווערט נישט בעסער מיט דעם אז ער האט שכר. זיין דעה איז פונקט וואס ס'איז געווען פאר ער האט געהאט געלט און געגעבען געלט, צו קלוג צו נעריש לויט זיין מציאות.

און די הלכות פון כבוד ת"ח זענען נישט אין דער לופט אזא הלכתא בלא טעמא. נא דיר דער לשון פון דער חזון איש אין דער אמונה ובטחון,
אם אמנם מצות כיבוד של חכמים ויראתם הם מן מצוות המעשיות, כמו מצות קימה, לפתוח ראשון, לא ישב במקומו, לא יסתור דבריו - הם יסוד בנפש, ראש וראשון בחובת הלבבות. כי הלא הכבוד הוא רגש הגדול מאחיו, ועל פיו משקל כל ערכי החיים. הכבוד בתלמיד חכם משמש להכנעה לחכמת התורה, לקבלת מלכותה קבלה רצויה, קבלה ענוגה ונעימה. כי מטבע המכבד להנות מאהבת המכובד בעת שלבו רוחש הכבוד, ועינו היפה ימריצה להתאבק בעפר רגלי חכמים, ואין טרחו בזה כטורח של עמלה ויגיעה, רק כמוצא חפץ לבו, וכהשיג משאת נפשו. ואותן התנועות המעשיות המגשמים את מצות המעשיי של הכבוד הן הנה עדויות עד כמה לבו מלא אמונה בתורה, ועד כמה ינהר להתרפק עליה ולהשתעשע בסגולותיה. ובר נש דלבו ריק מרגש זה, ואין נפשו חרדה לכבוד תלמיד חכם, לבו ריק מהכנעה לתורה, לבו ריק מקבלת עול מלכותה עליו. ואם סיבת חלי זה הוא ממיעוט הרגש כללי, כי נולד בטבע קר ובשכל גס ומחנכיו פשעו בו מלהחכימו ולהשכילו, אין הקולר תלוי בצוארו, ואמנם הוא חסר בנפשו ביסוד התורה ואהבתה, וחלקו רע תחת השמש. ואמנם אם הוא בעל כשרון בהשכל ודעת, ולבו מלא רגש כביר כח, אך נפתול נפתל בדרך חינוכו, ובאוות נפשו משתדל לעקור מלבו רגש הכבוד לחכמים כאשר מוצא בזה סתירה לכבוד עצמו, וברב גאותו הנחיל במחשבתו את כל הכבוד לנפשו בהיותו בעל בטחון, בהיותו מזכה רבים, בהיותו בחיר המדות, והלוא זה כל האדם וזה חובתו בעולמו, ומה יתרון לבעל החכמה בהויות דאביי ורבא - הנה זה חוטא בכפליים, ומוכה בכפליים. והגר"ח זצ"ל בספר נפש החיים בשער ד' האריך במשפטו, ודן אותו כמבזה תלמידי חכמים וכמגלה פנים בתורה. וז"ל, וגם כמה מאותן אשר קרבת אלק' יחפצון הם בחרו לעצמם לקבוע כל עיקר למודם בספרי יראה ומוסר כל הימים כו', ועדיין לא ראו מאורות מימיהם ולא נגה עליהם אור התורה, ה' יסלח להם כי כוונתם לשמים, אבל לא זו הדרך ישכון בם אור התורה.

און באמת דאס איז אלס נישט וויכטיג צו דער נושא, וויבאלד הרב רייך זאגט אליינס אז נישט נאר ווען ס'איז וועגען תלמידי חכמים טאר מען אזוי נישט רעדען, נאר אפילו א פשוט'ער ציבור אידען איז דאס נישט קיין וועג צו באטרעטען דער מענטשהייט. און דער נושא איז אסאך וויכטיגער ווי דן צו זיין וויאזוי מ'האט עס געזאגט.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 3:00 pm#319755
ווען מ'רעדט פון נישט אראפ רעדן אויף יודען דארף מען דאס געדענקן ביי די אלע אינטערנעט כינוסים
מאנטאג פעברואר 01, 2016 3:01 pm#319756
לא ולא! דער בן תורה און באלעבאס זענען קיינמאהל אויפן זעלבן מדרגה.
שכר בעולם הבא איז איין זאך; זיך נעמען די דרייסטקייט צו מבזה זיין בני תורה איז גאהר עפעס אנדערש.
בעצם זענען מיר אלע שולדיג אין דעם שפל המצב. מ׳דארף זיך צאמנעמען און טוהן למעשה. זיך אהננעמען פאר א מבזה תלמידי חכמים ווייל ס׳פאסט פאר אונזערע אגענדא, ברענגט קיין גוטס און איז נישט בייהילפיג אינעם פארבעסערונג פונעם דורגעפוילטע סיסטעם אונזערע. זייטס נישט קיין ווייז גייז, און טוהט למעשה. נעמטס צאם א קבוצה פון ערנסטע מענשן און גרינדעט א מוסד וואס איז אויסגעהאלטן על פי דת תורה האמתית. גלייבט מיר, היפש וועלן אייך דאנקבאר זיין און די מוסדות וועלן אייך מקנא זיין. די קאמפעטישן וועט זיך אהנהייבן והכל על מקומו יבא בשלום. רעכניץ וועט דארפן זוכן אנדערע וועגן צו מאכן נויז אז מ׳זאל וויסן אז ער עקזיסטירט. זיינע קינדערישע ניגונים וועלן ווייטער זיין גאנגבאר ווילאנג ר׳האט אפאהר טאלער; דאונט ווארי.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 3:07 pm#319757
איינפאלס, במקום שיש חילול השם, אין חולקין כבוד לרב, כמבואר כמה פעמים בש"ס.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 3:17 pm#319759
שלום על ישראל האט געשריבן:איינפאלס, במקום שיש חילול השם, אין חולקין כבוד לרב, כמבואר כמה פעמים בש"ס.

דאס איז נאך איינער פון די דזשאוקער'ס. דא רעדט מען פון אן עוולה, נישט פון א חילול ה'.
און אדרבא, ממקום שבאת. דער גמרא זאגט אונז אז חילול ה' איז ווערט מער ווי כבוד הרב. און וואס איז די חשבון פון חילול ה' זעלבסט? ווען מ'גייט מחלל זיין שם שמים מפרסם זיין אז שוא עבוד אלקים, און דער וואס זיצט און לערנט איז גאר שלעכטער ווי דער וואס לערנט נישט, איז עס אויך בארעכטיגט פאר'ן ציל ראטעווען קינדער?
די זענען ליידיגע לאזונגען, נישט אמת'ע חשבונות.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 3:51 pm#319765
איך האב קייינמאל פארהערט די מנהלי המוסדות חסידיש צו ליטפיש, צו וויסן וויפיל ת"ח זיי זענען, אבער איך ווייס יא וויפיל בעל צדקה רעכניץ איז, און איך ווייס יא וויפיל רשעות און אכזריות איז שוין געטוהן געווארן דורך די אזי גערופענע ת"ח, און בזיון התורה טוהן די וואס טוהען זיך אן די אצטלא דרבנן און מיט די לבוש טוהען זיי זייער שייגעץ שטיק, צא טמא יאמר להם, די אלע מנהלי המוסדות וואס מיטן תירוץ פון ת"ח טאר מען זיי נישט פארשרייען, די אלע בני תעירע וואס מיט זייער פראק צו די בנש"ק'ס וואס מיט זייער סטראקעס, האטלן זיי אפ אנדערע קינדער פון אנקומען אין מוסדות דארפן פארשריגן ווערן, און יעדער וואס האט זיינע אויגן אפן און זיין שכל נישט פארטעמפט ווייסט זייער גוט אז שטיל ארבעט נאר אין בית החיים, אין די רשעות'דיגע וועלט פון מוסדות ארבעט נאר און נאר קולות אויפן גאס און דעת הקהל,

איך האב שוין מיטגעהאלטן פערזענליך פון כמה פעלער וואס דורך די שטורעם פון יואלי לעבאוויטש זענען קינדער צוריק געקומען אדער געבליבן מיט זייערע עלטערן און דאס איז נאר א דאנק די שטורעם וואס ער האט פאראורזאכט, בשתיקה ווערט גארנישט געטוהן חוץ פון הבטחות, אזוי אויך רעכניץ ווייסט זייער גוט אז נאר דורך ארויס נעמען די שמוץ ברבים וועט ער אויפטוהן, און ניין ער האט נישט געטוהן ווי דער נידערטרעכטיגער מאסטער וואס האט געגאנגען וואשן אונזערע עכטע פראבלעמען ביי די גוים דורך מסירה, נאר ער האט אויפגעשטורעמט אונז אידן, וואס אונזערע ברודער און שוועסטער (אדער אונז אליין) ליידן פון די פוסעי על ראשי עם קודש און נאר אזוי קען ער אויפטוהן, כה לחי, לך בכוחך זה והושיע את ישראל.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 3:54 pm#319766
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
דאס הייסט אויף ענגליש wishful thinking רעכניץ האט נישט בארעדט קיין מנהלים פון מוסדות. אדרבא, ער האט זיי פארטיידיגט.
און דאס זאג איך דיר קלאר אז ס'גייט גארנישט ווערען פון דער דרשה. נישט ווייל מ'דארף טוהן שטיל, נאר ווייל מ'דארף טוהן מיט שכל, נישט סתם בולעוואניש שרייען. פונקט ווי יעדער מוסר שמועס.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 01, 2016 3:57 pm#319767
ויואלי לעבאוויטש יוכיח, וואס ער האט נאר קאליע געמאכט און גערעדט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: סתם בולעוואניש

ווייל מיט רעדן רוהיג טוהט מען אויף, דאס איז ווי דו רופסט אן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: wishful thinking

זאג מיר ביטע, האסטו שוין איינמאל געארבעט צו אריינשטעלן אין א מוסד א קינד (נישט דיין אייגענע) וואס די מוסד האט נישט געוואלט? אויב יא מיט וועלכע מיטל האסטו מצליח געווען?
מאנטאג פעברואר 01, 2016 4:06 pm#319768
יעקבזון, כ'פארשטיי אז דו האלטסט אפשר פון עפענען מוסדות מיט עדיוקעישאן וכו', אבער לאמיר דיר מסביר זיין וואס מיר האט פארדראסן, פארוואס כ'האב מיך אויסגעדרוקט 'עקלהאפטיג'.

יחיאל יעקבזון האט געשריבן:לאמיר צענעמען דעם רעכניץ: ער מיינט אז ווייל ער האט אפאהר גרייצער ווערט ער א בעל מנגן, א בעל מוסר און א בן תורה

דו הייבט אן מיט אד המינום אטאקעס, דו נעמסט זיך פערזענליך אנגרייפן א מענטש וואס פרובירט צו העלפן אנשטאט צו מסביר זיין די צווייטע זייט. וואס א חילוק וואס ער האלט זיך? און ווער זאגט ער האלט זיך? ער האט מחבר געווען הערליכע ניגונים, און פילע האבן הנאה דערפון, ער טאר שוין נישט זינגען? איך קען דיר אויסרעכענען א לאנגע ליסטע פון זעלבסט-איינגערעדטע זינגערס, הכלל, איז וואס? למאי נפק"מ? ווי קומט עס אריין דא? און בכלל וואס איז א חילוק צי ער האט יא געלט אדער נישט? ער האלט זיך פאר א בעל מוסר, א בן תורה? מהיכי תיתי? (אדרבה, ער פארענטפערט זיך כמ"פ ביי זיין דרשה אז ער איז נישט קיין בעל מוסר, און פארוואס ער נעמט די דרייסטקייט צו רעדן)

אונז זעמיר טאקע אנגעווייטיגט אויפן סיסטעם און מ׳ברויך פארארבעטן מעשים אז זאכן זאלן זיך טוישן, אבער וואס דער גראבער יונג האט געטוהן איז א שרעקליכע זאך.

כ'ווייס נישט צי דו מיינסט מיטן אויסדרוקן 'גראבער יונג' פיזיש אדער גייסטיש, אבער אלענפאלס איז עס זייער נישט איידל (מילד גערעדט), און ער פארדינט עס נישט. ער איז א איד א שטיק חסד, ער לעבט מער פאר יענעם ווי פאר זיך, והדברים ידועין. רופן אזוי סיי וועלכן צווייטן איד איז עקלדיג, און אודאי אזא בעל צדקה וחסד וואס האט שוין גורם געווען מער ווי איינמאל א קידוש ה'.

מבזה זיין בני תורה ברבים איז אן אומפארגעבליכע פארברעך.

זייער אסאך מענטשן וואס גייען נישט צניעות'דיג אדער טוען אנדערע א.ג. 'עוולות' זענען אויך בני תורה, און מען מוסר'ט זיי כסדר. זאגן מוסר, אויפמערקזאם מאכן אויף אן עוולה, הייסט נישט מבזה געווען. און זאגן אז מען לערנט נישט לשם שמים איז פשוט א ווייטאגליכער אמת (לכה"פ לעניית דעתו), והאמת ניתן להיאמר. צב"ש טאמער א איד וועט שמועסן אינמיטן קדיש, האסטו א פליכט 'וגוערין בו', אפגעזעהן צי יענער איז א ת"ח, ובמקום שאין איש השתדל להיות איש. לאזן ראשי ישיבות טוהן רשעות און נישט מוחה זיין ווייל זיי זענען בני תורה, איז "העמידו דבריהם על דין תורה" (@ליטוואק שריי מיך נישט אן...)

אויב איז ער טאקע אינפלוענשל, קען ער אויפטוהן שטילערהייט.

האט מען שוין געענטפערט דערויף, לא מני' ולא מקצתי'.

אויב זיין גאנג איז מיט חוצפה איז ער גארנישט בעסער פון דער שוטה רשע וגס רוח נפתלי מאסטער וחבריו בדומים לו וואס זייערע בייזוויליגע כוונות פארשטייט יעדער בר דעת.

ממש אזוי?? גיין צו די באהערדע און בארעדן די חינוך פון אלע היימישע מוסדות און זיי אריינשטעלן אין א סכנה איז ביי דיר די זעלבע ווי מעורר זיין די רבנים בכל לשון של בקשה אויף דברים הצריכים תיקון? ביסט אויפן קאפ?
(געוואלדיג האקט ענליך)

איי עם אלל פאר עפענען מוסדות וואס וועלן צושטעלן סעקולארע עדיוקעישאן פאר די וואס ווילן א נארמאלע חינוך פאר זייערע קינדער. יא, דארט זאל יעדער האבן צוטריט צום אינטערנעט; אינפארמאציע וועט גערעכנט ווערן פאר א געזונטע זאך און וועט זיין ענקארעדזשד. מ׳עט לערנען דעם קינד קריטישע דענקונג ווי איידער לעבן ווי א סטאדע בהמות. מ׳עט אויך לערנען דארט אמונה ובטחון אמתית אהן די נארישע מייסעס וואס מ׳פארקויפט היינט בנוסח סאנטא קלאוס וד״ל. מ׳עט דארט פראדוצירן געזונטע מוחות און גלייכצייטיג ערליכע אידן וואס ׳עלן זיך פיהרן בדרך ישראל סבא און וועלן זיין עכטע מקדשי שם שמים ברבים און אור לעמים. סעקשאן אכט, מעדיקעיד, פוד סטעמפס, וועלפעיר אא״וו וועלן גערעכנט ווערן פאר ניבול פה. די קינדער ווען זיי וואקסן אונטער וועלן האפנטליך מצליח זיין בעזרת השי״ת און מ׳עט זיי קיינמאהל טרעפן שטייענדיג אויף לאנגע רייעס פון מחללי שם שמים בפרהסיא אין אפסטעיט ניו יארק וכדו׳. אז א חניך פון אט אזא מוסד וועט עפענען ס׳מויל זיינע, וועט ער נישט אראפברענגן די איי קיו פון גאנצן אומגעגנט... ר׳עט פארשטיין צו פינאנסן און וועט וויסן וויאזוי זיך צו אויפפיהרן און נישט ווערן אריינגעשלעפט בפח יוקשים פון פינסטערע ביזנעס דיעלס און האנדלונגן.

ניין, נישט אלע וועלן ווערן דאקטוירים, אדוואקאטן אדער אנדערע פראפעסיאנאלן, אבער זיי וועלן האבן בעסערע אויסזיכטן צו פארדינען ערליך געלט אין סיידן וועלכע אומנות ס׳עט זיך זיי גלוסטן.

לימודי קודש וועט זיין אויפן פארנעם אז נאך צעהן יאהר חדר, דריי יאהר ישיבה קטנה און נאך צוויי ביז דריי יאהר ישיבה גדולה וועט מען האבן וואס צו צייגן דערפאר... ווער עס וועט זיך נאר אהערשטעלן וועט קענען ווערן א מורה הוראות, אויב דאס איז זיין באגער. דעת תורה וועט באדייטן אז מ׳האט טאקע דעת און מ׳איז מלא וגדוש אין תורה. דער וואס האט נאר איינס פון די צוויי, וועט נישט ערלויבט ווערן צו זיין א ווארטזאגער בעניני הכלל.
כ׳האף אז ס׳זענען פארהאן גענוג לייטישע מענשן וואס זענען מוכן צו מקריב זיין פאר אזא אונטערנעמונג און וועלן זיך נעמען צו די ארבעט. כ׳האף אז די עשירים וועלן זיין גרייט צו משקיע זיין אין דעם פראיעקט און וועלן נישט ווערן דערשיטערט פון די וואס וועלן זיך שטעלן אין די לענג און די ברייט דאס אונטערצוברענגען.

לאמיר אויפהערן שרייבן אויף בלאגס און טוהן למעשה.

דא מאכסטו סתם בייסיגע ליצנות, און כ'וועל זיך נישט מטפל זיין דערמיט.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 4:12 pm#319770
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:איינפאלס, במקום שיש חילול השם, אין חולקין כבוד לרב, כמבואר כמה פעמים בש"ס.

דאס איז נאך איינער פון די דזשאוקער'ס. דא רעדט מען פון אן עוולה, נישט פון א חילול ה'.
און אדרבא, ממקום שבאת. דער גמרא זאגט אונז אז חילול ה' איז ווערט מער ווי כבוד הרב. און וואס איז די חשבון פון חילול ה' זעלבסט? ווען מ'גייט מחלל זיין שם שמים מפרסם זיין אז שוא עבוד אלקים, און דער וואס זיצט און לערנט איז גאר שלעכטער ווי דער וואס לערנט נישט, איז עס אויך בארעכטיגט פאר'ן ציל ראטעווען קינדער?
די זענען ליידיגע לאזונגען, נישט אמת'ע חשבונות.

דאס גרעסטער דזשאוקער איז מיט שרייען "דזשאוקער" ווען דו האסט גארנישט. די גמרות ברכות יט:, ערובין סג., סנהדרין פב., שבועות ל:, אלע זאגן אז במקום שיש חילול השם, אין חולקין כבוד לרב.
דאס אז די מוסדות ווארפן אידישע נשמות אין מיסט, איז א חילול השם און א הפרת תורתך
דאס אז די מנהלים און ראשי הישיבות פירן זיך אויף ווי חיות, איז א ריכטיגע חילול השם
דאס אז די מוסדות גיבן נישט קיין מינימאלע עדיוקעשאן איז א חילול השם, ווי שוין ברייט פארשמירט.

ווי אויבן דערמאנט:
שלחן ערוך, יורה דעה, סימן מ, סיעף ג האט געשריבן:ותלמיד חכם המזלזל במצות ואין בו יראת שמים הרי הוא כקל שבצבור.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 4:13 pm#319771
איין זאך ווייס איך, אז אנשרייען א מענטש העלפט נישט אריינצושטעלען א קינד. מ'חנפ'ט און מ'איז מסביר פארוואס ס'איז די בעסטע זאך פאר זיין נגיעות איהם אריינצושטעלען.
און שמעקעדיג, לערנען שלא לשמה איז א חסרון, אבער ס'נעמט נישט צו פון כבוד התורה, ועי' בנפה"ח בכל זאת.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 4:14 pm#319772
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
אקעי, שלום על ישראל, יעדער עוולה איז חילול ה'?! ווייל ס'געפעלט דיר נישט מיינט עס אז ס'איז א חילול דיין שם, נישט חילול זיין שם. ס'איז אן עוולה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 01, 2016 4:33 pm#319773
ליטוואק, איך וועל דיר פארציילן סודות פון חדר, יעדער קינד וואס איז געווארן אנגענומען אין מוסדות וואס האבן נישט געוואלט, איז דאס געווען נאר דורך קולות און סטראשונקעס, ליידער ביי די עושי מעשי רשע ארבעט נאר די אופן.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 4:42 pm#319779
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אקעי, שלום על ישראל, יעדער עוולה איז חילול ה'?! ווייל ס'געפעלט דיר נישט מיינט עס אז ס'איז א חילול דיין שם, נישט חילול זיין שם. ס'איז אן עוולה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פשוט, ווען בני תורה פירן זיך אויף נישט ווי ס'דארף צו זיין, איז עס א חילול השם. אזוי האט מען געלערנט אין חדר.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 4:44 pm#319780
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איין זאך ווייס איך, אז אנשרייען א מענטש העלפט נישט אריינצושטעלען א קינד. מ'חנפ'ט און מ'איז מסביר פארוואס ס'איז די בעסטע זאך פאר זיין נגיעות איהם אריינצושטעלען.
און שמעקעדיג, לערנען שלא לשמה איז א חסרון, אבער ס'נעמט נישט צו פון כבוד התורה, ועי' בנפה"ח בכל זאת.

און איך ווייס מער פון "איין זאך" (...), ס'איז נישט נארמאל צו זאגן אז חנופה איז די וועג, ס'איז גראדע רוב מאל נישט אמת אויך נישט.

די גאנצע "לערנען שלא לשמה" אישו אז זאמד וואס הרב רייך ווארפט, און איז נישט ווערט צו דיסקוסירן.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 4:45 pm#319782
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
שלום על ישראל האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אקעי, שלום על ישראל, יעדער עוולה איז חילול ה'?! ווייל ס'געפעלט דיר נישט מיינט עס אז ס'איז א חילול דיין שם, נישט חילול זיין שם. ס'איז אן עוולה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פשוט, ווען בני תורה פירן זיך אויף נישט ווי ס'דארף צו זיין, איז עס א חילול השם. אזוי האט מען געלערנט אין חדר.

און דו האסט נאך געגלויבט....

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 01, 2016 4:48 pm#319783
מיר האבן נאכנישט זוכה געוווען צו ATUB @שש ATUB 'ס אנאנליז (אשכול) איבער דעם ענין. הלהן תשברנה?
מאנטאג פעברואר 01, 2016 4:49 pm#319785
נישט מען גלייבט נאר מען ווייסט, עס איז מעשים בכל יום, און דער אמת, נישט נאר ביי די ליטאים ביי אונז חסידים איז דא דער זעלבער פראבלעם, וואו איז אונזער שלמה יהודה רעכניץ?
מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:37 pm#319789
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אקעי, שלום על ישראל, יעדער עוולה איז חילול ה'?! ווייל ס'געפעלט דיר נישט מיינט עס אז ס'איז א חילול דיין שם, נישט חילול זיין שם. ס'איז אן עוולה

פשוט, ווען בני תורה פירן זיך אויף נישט ווי ס'דארף צו זיין, איז עס א חילול השם. אזוי האט מען געלערנט אין חדר.

און דו האסט נאך געגלויבט....

ווי קען מען טענה'ן מיט אזאנס...
מאנטאג פעברואר 01, 2016 9:19 pm#319827
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
דיין חדר מלמד האט דיר מאלעסטעד אין אסאך פלעצער און דאס איז איינער פון זיי. יעדער זאך וואס געפעלט נישט איז חילול ה', וע"ז אמרתי חילול מיין שם.
און אז מען לערנט תורה כדי מ'זאל זאגען אז אין בעלזא לערנט מען איז אויך תורה לשמה, איז אויך אין דער זעלבע בחינה. מ'נעמט די אייגענע געפילען און מ'פארהייליגט עס מיט א פאר לשון קדש ווערטער אדער דער נאמען פון א שטאט אין אירופא

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 01, 2016 10:07 pm#319834
כ'האב נישט יעצט די צייט אראפצושרייבן א גאנצע ביאור, אבער ס'איז גארנישט קיין מלמדים'ס מעשיות; ס'איז קלאר ע"פ הלכה אז ווען בני תורה פירן זיך נישט אויף כדבעי, איז עס א חילול השם.
דינסטאג פעברואר 02, 2016 7:59 am#319886
שמעקעדיג
ס׳קוקט אויס אז דו זעהסט זאכן איין זייטיג.
דו האסט ליעב דער איד וואס איז שקוע בתאוה און לויפט נאך דעם דאלער. כמדומני אז מ׳האט עם שוין בארעדט אז זיינע ביזנעסער זענען גארנישט אזוי גלאטיג. באט הו קעירס? דער עיקר איז אז ער האט געעפנט א פיסק אויף בני תורה אין פאבליק. אפילו לשיטתך אז מ׳דארף שרייען, קען מען מאכן א מיטינג פון בלויז די ראשי ישיבות (אגב, איך האב זיי נישט עקסטער ליעב) און דארט פארפיהרן. דאס שרייען אין פאבליק איז נישט מער ווי א פאבליסיטי סטאנט לדעתי.
די טענה אז מיינע אטאקעס און מיין דעבאטע איז בלויז ad hominem, איז גלאט נישט ריכטיג. כ׳האב אויף איין רגע נישט אוועקגעמאכט דעם פראבלעם און דוקא עס אדרעסירט און מציע געוועהן א לייזונג. כ׳האב נישט אטאקירט זיין כאראקטער אלס מענה צו זיינע טענות. מ׳טאהר אבער נישט זיך צוריקהאלטן זיך פון ארונטעררייסן און פארשווייגן אן עשיר יענה עזות. כ׳בין נישט אויפגעוואקסן אין א קהילה וואס מ׳האט געפרעדיגט אז ווילאנג מ׳טוהט אז״ג חסד קען מען זיין אן אויסווארף, א לאו לייף און אפילו א שלעגער — א מכה רעהו בגלוי ובסתר און עומד על דם רעהו און עווריטינג איז אל רייט. די מעשי החסד געבן נישט דער מענש קיין שום פריוולעגיעס צו אזוינס. נאו סיר!
כ׳האב עם צוגעגליכן צו אנדערע וואס מאכן ביג נויז בנוגע אונזער סיסטעם און זענען גורם מיט זייערע פינסטערע שטיק אונטערצוברענגען עס אינגאנצן חלילה. ווער עס שטעלט זיך אויף רעדן אזוינס אין פאבליק וואו זאכן ווערן רעקארדירט און ס׳פארט דערנאך ארום, מעג מען באשולדיגן אז ער איז א גורם חלילה. אבער זיי גייט נישט אהן; אבי מ׳רעדט פון זיי.
ער נעמט די דרייסטקייט צו רעדן נאר ווייל ער מיינט אז ער איז א שטיקל מאן דאמר. דאס וואס ער זאגט אז ער זאגט נישט קיין מוסר וכו׳ איז עניוות מעושה. מעשיו מוכיחים אז ר׳האלט אנדערש.
בנוגע זיינע נגונים, ווייזט אויס אז די כח הנגינה איז ביי דיר מוגבל צו אונגארישע געפיהלן ואין כאן מקומו להאריך בענין זה.
כ׳מיין אז כ׳בין געוועהן גאנץ קאנסטרוקטיוו מיט׳ן פלאן וואס כ׳האב פארגעשלאגן. טאקע צוליב אזעלכע ווי דו וואס מאכן אוועק אזעלכע איינפאכע אבער לאגישע הצעות האלטן מיר דא.
פיהל שוואכערע פון אייך האבן געעפנט מוסדות און מצליח געוועהן. מ׳דארף זיך בלויז צאמנעמן און טוהן למעשה. יא, איך בין אויך גרייט צו שוויצן פאר אזוינס כאטש אז כ׳האב שוין נישט די כחות פון א טינעידזשער און מיין פרנסה איז איינגעשטעלט.
לסיכום: כ׳בין אויפן זעלבן בלעטל ווי דו. אונזער דיפערענץ איז איבער וויאזוי עס צו לייזן. לדעתי די איינציגע וועג צו מצליח זיין איז מיט שכל און מעשה. שרייערייען איז גוט פאר פאליטיקאנטן אין ישראליש׳ן כנסת.
דינסטאג פעברואר 02, 2016 10:37 am#319895
וועגן מוסדות וועלעכע נעמען נישט אן קינדער פון עלטערן וועלעכע ארבעטן אדער אפי' נעמען נישט אן פאר סיי וועלעכע נארישע סיבה. איך בין געווען ביי א איד פורים אפאר יאהר צוריק, איינער וואס פארמאגט א שיינע פאר דאלאר, ווען א ראש ישיבה איז אריין געקומען און פארגעשטעלט זיין ישיבה. דער איד גיבט איהם 1 דולר און זאגט איהם...

איין דולר איז פאר כל הפושט יד נותנין לו... מיין זוהן איז נישט גוט געוועהן פאר דיין ישיבה און מיין געלט איז יא? אויב דו גייסט נישט שוין ארויס פון דא, פליסטו אראפ אלע טרעפ.

אין ענגליש איז דא א שפריך ווארט... טאלקינג איז צ'יעפ... (TALKING IS CHEAP)

רעכניץ, אנטשטאט רעדן און שרייען (און נאך דעם צוריק ציען) אויב ער האט א פראבלעם מיט א ישיבה הער אויף געבען געלט, וועט ער זעהן ווי די ישיבות וועלט טוהן וואס ער וויל
דינסטאג פעברואר 02, 2016 11:19 am#319906
.
דינסטאג פעברואר 02, 2016 1:51 pm#319941
ירח בן יומו האט געשריבן:מיר האבן נאכנישט זוכה געוווען צו @שש'ס אנאנליז (אשכול) איבער דעם ענין. הלהן תשברנה?

דא איז מיין אנאליז.
דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:37 pm#319967
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:שמעקעדיג

כ'גלייב און איך ווייס אז ATUB @שמעקעדיג ATUB דארף נישט מיין הילף דיר צו ענטפערן, אבער ווידער וויבאלד דו האסט דאס געשריבן אין א פאבליק פארום האט יעדער רעכט צו ענטפערן...
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:ס׳קוקט אויס אז דו זעהסט זאכן איין זייטיג.

ס'גייט זיין בעבי'ש פון מיין זייט צו זאגן אז יעדער איז איינזייטיג אין זיין מיינונג... כאפסט מיין פוינט? דו גייסט דא פארטיידיגן די בני תעירע אפילו זיי וועלן שיסן אויף 5th עוועניו...
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:דו האסט ליעב דער איד וואס איז שקוע בתאוה און לויפט נאך דעם דאלער.

איך ווער נישט אזוי פארלוירן פאר א מענטש וואס איז שקוע בתאוה און לויפט נאך דעם דאלער, כ'האב אבער יא ליב א מענטש וואס ווען דער אייבישטער האט אים געמאכט פאר נארמאל, ער איז נישטדער אויסגעשלאסענער שונא בצע וואס משה רבינו ע"ה האט נישט געקענט טרעפן אינעם דור דעה אין מדבר... און נאכמער גלייך איך א איד ווי ר' שלמה יודא וואס ריזיגע פראצענטן פון זיינע פארדינסטן וואס דער מפרנס לכל האט אים באשאנקן איז ביי אים נאר א פיקדון און האלט זיך אלס דער צינור און טיילט אויס שווערע מיליאנען א יאר פאר צדקה, אן קיין שום פארלאנג פון פראנויס!
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:כמדומני אז מ׳האט עם שוין בארעדט אז זיינע ביזנעסער זענען גארנישט אזוי גלאטיג. באט הו קעירס?

עקזעקטלי! הו קערס??? דזשאוסט עס עי סייד נאוט.... דאס איז אן אלטער וועג וויאזוי צו פרובירן אראפצוברענגן א מענטש מיטן פארשרייען מיט עפעס א זייטיגע עולה וואס ער טוהט... וויסן זאלסטו אבער (טאמער ווייסטו נאכנישט) אז כלל ישראל געט דערויף נישט קיין סלייס! גייט מיך אן צו ער ברעכט בענק נאכטליך? געבסט געלט? גיי אן! און כ'זעה אז קיינער פון דיין קרייז האט אים נאכנישט געזאגט "איך נעם פון דיר נישט קיין געלט! כח הפועל בהנפעל.. איך נעם נאר 101% כשר'ס...."
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:דער עיקר איז אז ער האט געעפנט א פיסק אויף בני תורה אין פאבליק.

נישט אויף בני תעירע בכלליות, נאר אויף די וואס ניצן די תורה אלס א קרדום לחפור בו.
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:אפילו לשיטתך אז מ׳דארף שרייען, קען מען מאכן א מיטינג פון בלויז די ראשי ישיבות (אגב, איך האב זיי נישט עקסטער ליעב) און דארט פארפיהרן. דאס שרייען אין פאבליק איז נישט מער ווי א פאבליסיטי סטאנט לדעתי.

זאגט ער דאך אז ער האט דאס שוין פרובירט און אדורכגעפאלן. לתפילה (זיך בעהטן) איז מען אדורכגעפאלן, גייט מען למלחמה! נעקסט איז מסתמה לדורן... דארט גלייב איך גייט עס שוין איינמאל העלפן!!!
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:די טענה אז מיינע אטאקעס און מיין דעבאטע איז בלויז ad hominem, איז גלאט נישט ריכטיג. כ׳האב אויף איין רגע נישט אוועקגעמאכט דעם פראבלעם און דוקא עס אדרעסירט און מציע געוועהן א לייזונג. כ׳האב נישט אטאקירט זיין כאראקטער אלס מענה צו זיינע טענות.

דיין לייזונג איז א שוואכע, ווי איך וועל באלד ארויסברענגן, און איבער דיין אטאקע האב איך שוין געשריבן אויבן.
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:מ׳טאהר אבער נישט זיך צוריקהאלטן זיך פון ארונטעררייסן און פארשווייגן אן עשיר יענה עזות.

און אזוי אויך נישט קיין תלמידי חכמים וואס מאכן עס פאר אן עטרה להתגדל בהם.
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:כ׳בין נישט אויפגעוואקסן אין א קהילה וואס מ׳האט געפרעדיגט אז ווילאנג מ׳טוהט אז״ג חסד קען מען זיין אן אויסווארף, א לאו לייף און אפילו א שלעגער — א מכה רעהו בגלוי ובסתר און עומד על דם רעהו און עווריטינג איז אל רייט. די מעשי החסד געבן נישט דער מענש קיין שום פריוולעגיעס צו אזוינס. נאו סיר!

און ב"ה איך נישט אין א קהילה וואס ווילאנג מ'קען זיך פאררופן אלס אן אז"ג בן תעירע קען מען זיין א סעלפיש מענטש, רודפ'ן אנדערע מענטשן על לא דבר, — א מכה רעהו בגלוי ובסתר און עומד על דם רעהו און עווריטינג איז אל רייט. דיינע פשעטלעך און דרייען מיטן פינגער געבן נישט דעם מענטש קיין שום פריוויליגיעס צו אזוינס. נאו סיר!
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:כ׳האב עם צוגעגליכן צו אנדערע וואס מאכן ביג נויז בנוגע אונזער סיסטעם און זענען גורם מיט זייערע פינסטערע שטיק אונטערצוברענגען עס אינגאנצן חלילה. ווער עס שטעלט זיך אויף רעדן אזוינס אין פאבליק וואו זאכן ווערן רעקארדירט און ס׳פארט דערנאך ארום, מעג מען באשולדיגן אז ער איז א גורם חלילה. אבער זיי גייט נישט אהן; אבי מ׳רעדט פון זיי.

ער ברענגט נישט גארנישט אונטער, אונטערברענגן ברענגן די רשעים און שלעכטע עליטע חברה וואס האבן בלוט פון פארקראכענע אידישע קינדער וואס -ווייל זייער טאטע איז א מתפרנס ממעשה ידיו- האבן זיי זיך געטראפן אויפן גאס און געמיינט אז דארטן וועלן זיי טרעפן בעסערע גליקן.
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:ער נעמט די דרייסטקייט צו רעדן נאר ווייל ער מיינט אז ער איז א שטיקל מאן דאמר. דאס וואס ער זאגט אז ער זאגט נישט קיין מוסר וכו׳ איז עניוות מעושה. מעשיו מוכיחים אז ר׳האלט אנדערש.

דא ביזסטו גערעכט, ער נעמט די דרייסטקייט ווייל יעדער האלט אים פאר א מאן דאמר, דארפסט צוקומען צו אים, צו צו זיינע געלטער האט ער רעכטן צו שרייען זיין ווייגעשריי. ער זאגט אבער נישט קיין מוסר, ער שרייט מיט מיט די מענטשן וואס האבן אים גערופן.
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:בנוגע זיינע נגונים, ווייזט אויס אז די כח הנגינה איז ביי דיר מוגבל צו אונגארישע געפיהלן ואין כאן מקומו להאריך בענין זה.

גראדע בין איך אויך אן אונגארישער, קען זיין פארדעם גלייך איך גאר שטארק זיין סידי, אבער ס'איז עפעס זייער געגאנגן, קען זיין צוליב די מוזיק, זינגער'ס צו סייוואס, לאמיר נישט פארקריכן פונעם ענין, ס'דא אן אשכול פאר דעם.
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:כ׳מיין אז כ׳בין געוועהן גאנץ קאנסטרוקטיוו מיט׳ן פלאן וואס כ׳האב פארגעשלאגן. טאקע צוליב אזעלכע ווי דו וואס מאכן אוועק אזעלכע איינפאכע אבער לאגישע הצעות האלטן מיר דא.
פיהל שוואכערע פון אייך האבן געעפנט מוסדות און מצליח געוועהן. מ׳דארף זיך בלויז צאמנעמן און טוהן למעשה. יא, איך בין אויך גרייט צו שוויצן פאר אזוינס כאטש אז כ׳האב שוין נישט די כחות פון א טינעידזשער און מיין פרנסה איז איינגעשטעלט.

דו פארגעסט אבער איין זאך, יא שוואכערע האבן געעפענט, אבער ליידער האלט עס נישט אן צו לאנג, עיין די מאנסי סומעטאכע, איך קען דיר אויסרעכענען א טוץ מיט מוסדות וואס האבן געעפענט צו פייטן די פארשאלטענע סיסטעם און שנעלער צו לענגער זענען זיי אדער אונטערגעגאנגן אדער האבן זיי זיך אויך געטוישט, פשוט, זיי האבן באקומען דעם סעקאנד קלעס נאמען פון א מוסד, און אסאך עשירים האבן נישט געפילט פאר וויכטיג אויסצוהאלטן אזא מוסד, און אינטערסאנט אז דארטן איז יעדער שטיל, קיין איין איינציגער עסקן פון אנדערע מוסדות וועלן נישט אפילו פרובירן צו העלפן יענע מוסד און זעהן אז די קינדער זאלן האבן ווי צו לערנען און נישט פארפאלן גיין, אודאי נישט! ס'גייט זיי נישט אן! זאל יעדער גיין או טי די אבער מיין מוסד וועט בלייבן די ברענד נעים... (א שמועס פאר זיך וואס ס'האט זיי געברענגט, ווי זענען זייער הונדערטער אדער טויזענטער תלמידים ותלמידות אנגעקומען..)
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:לסיכום: כ׳בין אויפן זעלבן בלעטל ווי דו. אונזער דיפערענץ איז איבער וויאזוי עס צו לייזן. לדעתי די איינציגע וועג צו מצליח זיין איז מיט שכל און מעשה. שרייערייען איז גוט פאר פאליטיקאנטן אין ישראליש׳ן כנסת.

אדער מיטן אויפהערן געבן געלט, און די בני תעירע וועלן איינזעהן אז זייער זבולין איז נישט סתם איינער וואס מ'מעג אים נאר זייגן און מיינונגן טאר ער נישט זאגן... אוי גייט זיך עס דעמאלטס טוישן!!!
אגב: מיט דעם געב איך דיר גערעכט... ער וואלט תיכף געדארפט גיין מיטן 'דורן' מיטל, ס'איז אן אור-אלטן סגולה קעגן אלעם בייזן... אייביג געהאלפן און וועט -בדרך הטבע על פי רוב- העלפן ביז משיח'ס טאג...

ודי בזה וקצרתי...
דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:48 pm#319968
לאמיר דא קלאר מאכען, הרה''ג ר שלמה רעכניץ שליט''א איז נישט געווארען אן איידעם ביי איינע פון גדולי דורינו ווייל זיין טאטע איז געווען א עושר נאר ווייל ער איז געווען א בחור א ערענסטע תלמוד חכם, ווייל זיין מזל האט אים צוגעשפילט אז ער איז געווארען א עושר און מוקר רבנן האט ער נאך עני טיים רעכט צו האבן א דעת תורה.
דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:22 pm#319971
שעפטל היקר
כ׳פארשטיי אז דו ביסט אנגעווייטיגט כאטש אזויפיהל ווי מיר.
משום איזה סיבה אפרישיעיטסט דו אן אויסווארף און א שווינדלער און וועסט עם פראטעקטן בכל מחיר ווייל מסתמא ביי אייך אין קרייז איז דאס די נארמא, ממילא איז מען אקעי מיט דעם.
זאלסט וויסן בידיעה ברורה אז כ׳האב פיינט די אז״ג בני תעירע - תכלית שנאה שנאתים און זיי עקלן מיר ביז גאהר. די תורה דארף אויסלייטערן א מענש און אודאי נישט עם מאכן פאר אן עליטיסט א שחצן און גאוותן. ווער אזוי ווי מיר וויל זעהן א סוף צו די עקלהאפט און די שפיכת דם נקיים המפרנסים עצמם בנקיון כפיים? ווער ווי מיר וויל זעהן א דור דעה אין אידישייט און אין אלוועלטליכס? ווער ווי מיר וויל זעהן א געזונטע דור ברוחני ובגשמי ווען אזעלכע ווי דעם חולה נפש ראבינאוויטש און אנדערע משוגעים וואס קאמאנדעווען איבער טעכנאלאגיע ווערן ארויסגעטראגן בשן ועין פון בעסמעדריש גלייך צום פסייקיאטריק ווארד.
מיט דעם אלעם האלט איך זיך ביי מיינס אז לא זו הדרך. זאל ער ענדערש נעמן זיין געלט און עפענען מוסדות — זיינע מוסדות. ריכטיג אז אין אנהייב גייט זיין א סטראגל, אבער במשך הזמן, אויב וועט מען זיך האלטן פעלזן פעסט, וועט מען בודאי זעהן שיינע הצלחות. מיט די צייט וועלן האפנטליך די פאהר פאנאטיקער זיין אן עקסטער און אפגעזונדערטע פאקציע פון כלל ישראל. האפנטליך וועט יעדער שטאט האבן בלויז געציילטע כוללים פאר די גאהר געלונגענע וואס גייען ווערן רבנים און מורי הוראה. אלע אנדערע וועלן מוזן גיין ארבעטן. קאווע טרונקעריי וועט זיין א היסטארישע פרק פון כלל ישראל אין די שוואכע צייטן... בתי מדרשות וועלן זיין פוהל פון 5-8:30 צופריה און אויך אין די נאכט שטונדן נאך 5 אזייגער מיט אמת׳ע הוגים בתורה און נושאים ונותנים באמונה.
און יא, אויב זיין געלט איז נישט כשר, זאל מען דערצו נישט צורירן מיט א צעהן פוסיגן שטאנג. כ׳טענה אז א חלק פארוואס די דור איז אזוי פארדארבן איז ווייל מ׳איז נישט גלייך אין משא ומתן. (אגב, איך ארבעט 100% לעגאל. און יא, כ׳מוטשע זיך דעריבער אמאהל אויך. מיינע קינדער הערן פון מער כסדר איבער די וויכטיגקייט פון זיין אויפשטענדיק און נישט זיין קיין פאראזיט)
גענוג מענשן דארפן דאס וועלן וועט אזוי זיין. כ׳האלט אז ס׳זענען שוין דא, נאר מ׳דארף זיי ארויסשלעפן פון די וואודוואורק.
לאמיר אויפהערן פאוקוסן אויף די נארישע לייט און טוהן צו די זאך איינמאהל פאר אלעמאהל.
דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:26 pm#319973
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:אן אויסווארף און א שווינדלער

נאר אויף דעם דארף איך אן ענטפער!!!
דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:40 pm#319974
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:שעפטל היקר

זיי מיר מסביר, אויב דו האסט א רעכט צו רעדן אזוי מאוס אויף אזא איש התורה והחסד ווי האב רעכניץ, פארוואס טאר זיך נישט הרב רעכניץ אויפשטעלן און רעדן דברי כיבושין צו אידן? דערצו אז ער איז זייער שיתוף בתורתם.
#היפאקריטיע
דינסטאג פעברואר 02, 2016 6:21 pm#319996
רעכניץ איז א ביזנעסמאן ותו לא. אז ער האט אמאהל געלערנט קען זיין. היינט איז ער אן איינפאכע ביזנעסמאן. בלויז ווייל איר האט ליעב זיין מעסעדזש, מאכט עם נישט א בן תורה. איך האב א וויילע צוריק געזעהן זיין נאמען פארמישט אין קרומע געשעפטן. ער קען געבן צדקה ביז איבערמאגן און א טאג דערויף, און מאכן נגונים פארן פארנארטע עמאציענעלע ציבור, אבער ס׳גיבט עם קיין רעכט צו אטאקירן בני תורה אדער סיידן וועמן (אין געוויסע קהלות איז דא א גאנג אז מ׳מאכט יענעם פאר א רשע, אזוי אז זיין בלוט ווערט הפקר) אין פאבליק. ס׳איז אייך שווער דאס צו פארדייען ווייל איר האט ליעב דעם פאקט אז איינער האט געהאט די גאטס צו זאגן וואס אונז אלע טראכטן. אונז זע׳מיר אבער ערליכע אידן און ווייסן אז כאטש מיר זענען אומצופרידן מיט געוויסע מצבים, דאך זענען דא ווענט וואס מ׳ברעכט נישט.
און נאכאמאהל, לאמיר טוהן למעשה.