Under maintenance
הויפט זייט » הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס

הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10075
מאנטאג יאנואר 25, 2016 9:43 pm#318964
הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
אפגעטיילט פון אנדערע אשכול



רעדט וועגן מוסדות נישט אן נעמען קינדער
מאנטאג יאנואר 25, 2016 9:51 pm#318967
Re: הנגיד שלמה רעכניץ
ממש מיר אויסגעכאפט, דער איז מורא'דיג, איך הייב אויף מיין היט פארנעם, דער האקט די הינער אויפן רויטן שמיטשיק, דער רייסט פון זיי שטיקער, איך וואלט נאר געטוישט איין ווארט פון זיין דרשה, אנשטאט די ווארט לעיקוואד, וואלט איך געניצט דאס ווארט ברוקלין.
מאנטאג יאנואר 25, 2016 10:06 pm#318968
ממש א נחת צו קוקן ווי דער מוסר'ט די גרויסע ראשעשיבעס ברבים.
ווי איך הער האבן עטליכע זיך אויפגעשטעלט איו ארויסגעגאנגען פון זאל -וביניהם איינער וואס האט נארוואס באקומען פאר זיין מוסד איבער א מיליון דאללער פונעם בעל מוסר- נישט קענענדיג נעמען אין פנים אזעלעכע שארפע מוסר רייד.
קוקן'דיג איז מיר געפאלן א אויג ווי די חברה זיצן דארט בבושת פנים, בשעת וואס דער מציאות פראסקעט אין פנים.

געב א קוק
מאנטאג יאנואר 25, 2016 11:03 pm#318972
Re: הנגיד שלמה רעכניץ
וועלכע פון די פינעף און פיפציג מינוט רעדט ער פון ישיבות ?
מאנטאג יאנואר 25, 2016 11:06 pm#318973
Re: הנגיד שלמה רעכניץ
די ראשיעשיבעס האבען דאך נישט קיין חדרים און נישט קיין מיידעל שולע'ס. וואס זענען זיי שולדיגט?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 25, 2016 11:15 pm#318977
ס'לוינט זיך צו הערן די גאנצע דרשה.
מ'קען זען אויף אים אז ער איז א מענטש מיט הארץ, and puts his money where his mouth is
מאנטאג יאנואר 25, 2016 11:59 pm#318979
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ראשיעשיבעס האבען דאך נישט קיין חדרים און נישט קיין מיידעל שולע'ס. וואס זענען זיי שולדיגט?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


זײ האבן נישט די לעצטע װארט איבער די חדרים און מײדל שולע׳ס?
דינסטאג יאנואר 26, 2016 12:35 am#318980
Re: הנגיד שלמה רעכניץ
Wow!!!
מורא'דיגע דרשה!!!!
לאמיר זעהן אויב איינער קען אזוינס טוהן אין אידיש
דינסטאג יאנואר 26, 2016 12:43 am#318981
דער ענדעלט שטארק אין דאנעלד טראמפ. עשיר יענה עזות, און ביי רב רעכניץ איז דאס עזות דקדושה
דינסטאג יאנואר 26, 2016 6:37 am#318992
Re: הנגיד שלמה רעכניץ
די ראש ישיבות האבען נישט קיין ווארט אין די מוסדות. איין חדר/מיידעל סקול ווערט פאררעכענט אלס די שטאטישע, און א יחיד האט עס געפיהרט כאדם העושה בתוך שלו. די ראש ישיבות האבען איהם געוואלט מסלק זיין, ולא עלתה בידם. ביז אפאר גבירים האבען אריינגעברענגט ר' שמואל קמינצקי און צוגערעדט די טיטשער'ס.צו מאכען א סטרייק און געפועל'ט ביים זאונינג אז ער זאל נישט קענען צובויען און טוהן וואס ער האט געדארפט אז די מוסד זאל וואקסען, צום סוף האט יענער מחליט געווען אז כלו כל הקצים און ער האט רעזיגנירט. און רוב עלטערען אין די חדר/מיידעל סקול האבען דאס נישט געוואלט, און דוקא ווייל די ראש ישיבות האבען יא.
די איינציגסטע מאכט וואס זיי האבען איז ביי די וואלען, מער ווייניגער געווינען זיי יעדעס מאל ביי וואלען צום שטאטראט, אבער ס'איז שוין אפאר מאל געשען אז ס'איז געווען גאנץ נאנט. זייער עיקר מאכט איזנאז די קעגענער'ס זענען נישט מסודר אונטער אן ערנסטע פיהרער. ווען יא, זענען זיי פארטיג, ווייל קיין עכטע שטיצע האבען זיי נישט, נאר בדלית ברירה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:48 am#318996
טעות
דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:26 am#319005
דאס הארץ טיט באמת וויי אז אזא דרשה מיט אזוי פיל אמת און השקפה, האט געדארפט געזאגט צו ווערן דירך א ביזנעס מאן, און נישט דירך א גדול בישראל... אבער דער מעסעדזש איז ארויס: אז די רבנים זיצן אויף זייער אונטערשטע און לאזן אז רשעות און רציחה זאל בושעווען אין אונזער לאגער, וועלן ביזנעס לייט נעמען די לייצעס אין די הענט אריין, און זאגן וואס ס'דארף געזאגט ווערן...

אצינד בלייבט נאר איבער צו זען ווער ס'וועט נעמען דער מייקורפאן אין וויליאמסבורג...ווארשיינליך נישט קיין רב...
דינסטאג יאנואר 26, 2016 12:08 pm#319019
קעו עס איינער פליז ארויפלייגן אויף דראפבאקס?
דינסטאג יאנואר 26, 2016 12:26 pm#319026
/
דינסטאג יאנואר 26, 2016 12:40 pm#319032
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
קאך_לעפל האט געשריבן:דאס הארץ טיט באמת וויי אז אזא דרשה מיט אזוי פיל אמת און השקפה, האט געדארפט געזאגט צו ווערן דירך א ביזנעס מאן, און נישט דירך א גדול בישראל... אבער דער מעסעדזש איז ארויס: אז די רבנים זיצן אויף זייער אונטערשטע און לאזן אז רשעות און רציחה זאל בושעווען אין אונזער לאגער, וועלן ביזנעס לייט נעמען די לייצעס אין די הענט אריין, און זאגן וואס ס'דארף געזאגט ווערן...

אצינד בלייבט נאר איבער צו זען ווער ס'וועט נעמען דער מייקורפאן אין וויליאמסבורג...ווארשיינליך נישט קיין רב...

נאר א ביזנעס מאן איינער מיט געלד קען עס זאגן.

ער זאגט אינמיטען אז אויב די מוסד האט מורא אן צונעמען איינעם ווייל מגייט פארלירן געלד דורך דעם "בין איך דא אין איך וועל עס ערפילען".
דינסטאג יאנואר 26, 2016 12:50 pm#319034
לויט די בריוו וואס ראשעקאל ברענגט איז די גאטס פון רעכניץ פיל מער. דער ראביי קענעריק וואס ווערט געהאנערט זיצט לינקס פון רעכניץ מיט'ן ווייס'ן בארד (זעה 33:28) און רעכניץ רייסט שטיקער פון אים ווי אסתר ביי סעודת המן.

חידוש איז אז ר' שלמה לויבט אים גאר אויס דארט. קען זיין ער האט זינט תשובה געטוען.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 1:13 pm#319038
דאס קען איך ענק צוזאגען אז ס'בלייבט מפטירין כדאתמול. צופיל טאטע'ס זענען צופרידען מיט די מצב, צופיל ליידיגייער'ס האלטען זיך פרומער מיט דער גאנג, און צופיל ליידיגייער'ס עפענען מוסדות, וואס ווען זיי נעמען אריין א קינד מיט פראבלעמען, וועלען זיי עס נאר מאכען ערגער.

באזני שמעתי מפ"ק פון אט דער קאנארעק: שטייט אין גמרא (שבת נה:) ארבעה מתו בעטיו של נחש ואלו הן בנימין בן יעקב ועמרם אבי משה וישי אבי דוד וכלאב בן דוד, פרעגט הרב אביגדור מיללער, ט'מיט וואס איז משה גרעסער ווי זיין טאטע? ער האט דאך יא געזינדיגעט, דארף דער תורה געגעבען ווערען דורך עמרם?
ענטפערט ער מיט א משל: א טרא"ק איז געפארען פון דער מערב זייט אמעריקא ביז צום מזרח. ביים אנקומען האט דער דרייוער זיך בארימט "געפארען שנעל און נישט קיין איין פעלער, נישט קיין טיקעט, נישט קיין עקסידענט, אלס איז געגאנגען כשורה". פרעגט מען איהם, "אקעי, ווי איז די סחורה?". זאגט ער "אוי! איך האב עס אלס דארט געלאזט!".
לאזען די סחורה דארט איז נישט שווער אנצוקומען בשלום.
אזוי אויך, אמאל א מלמד באמערקט אויף זיך אז ער האט קאליע געמאכט א קינד און שטארק פארגרייזט מיט איהם. זאג איך איהם (זאגט שח"ק) אז איינער וואס טוט זאכען, מאכט אמאל א גרייז. נאר איינער וואס טוט גארנישט מאכט קיינער נישט קאליע!!!

און דאס איז דער מייסטער מחנך וואס 'אחריות' איז דער ווארט וואס באדייט איהם! ער האט שוין דער תירוץ פאר'ן קאליע מאכען דאס קינד! זאל דער מלמד שפירען שלעכט! זאל ער וויסען אז איינער האט זיין לעבען אין דערערד אדאנק זיין אומאויסגעהאלטענער אויפפירונג. אבער דער גרויסער 'בעל אחריות' פארשטייט אז זיין אחריות איז צו דער מלמד'ס געפילען ווי איידער צו די אידישקייט פון די קינד, ער מוז ארויסהעלפען דער אומשולדיגע מלמד וואס וועט מעגליך פאררעכטען זיין וועגען פון די שולד שפירונגען וואס באלאגערען זיין געוויסען, און ער מוז איהם זאגען 'אחינו אתה', דו ביסט ווי משה רבינו נישט ווי זיין טאטע.


נ.ב. דא קען מען ליינען א בעסערע אנאליז, מיט ווייניגער העצעריי און מער שכל אויף דער טעמע.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 2:03 pm#319042
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ראשיעשיבעס האבען דאך נישט קיין חדרים און נישט קיין מיידעל שולע'ס. וואס זענען זיי שולדיגט?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


האט איר שוין אמאל געהערט פון "מדשתקי שמע מינה דניחא"?

רב רעכניץ'ס דרשה וואלט געדארפט געהערט ווערן פון די ראשי ישיבה זעלבסט
דינסטאג יאנואר 26, 2016 2:07 pm#319045
פליקער האט געשריבן:ממש מיר אויסגעכאפט, דער איז מורא'דיג, איך הייב אויף מיין היט פארנעם, דער האקט די הינער אויפן רויטן שמיטשיק, דער רייסט פון זיי שטיקער, איך וואלט נאר געטוישט איין ווארט פון זיין דרשה, אנשטאט די ווארט לעיקוואד, וואלט איך געניצט דאס ווארט ברוקלין.

פליקער: ייש"כ. דו ביסט 100%גערעכט. נאר דער פראבלעם איז אז אויב איינער זאלל האבן די גאטס אין בארא פארק, וויליאמסבורג,מאנסי אדער קר"י און זאגן די אמת'דיגע דברים היוצאים מן הלב וועט מען איהם פאריאגן פון שטאט און מ'עט זאגן...דער שייגעץ דער עוכר ישראל ער דערוואגט זיך אונז צו זאגן מוסר. אונז זעמיר דאך דאס הייליגסטע און בעסטע פון כלל ישראל. אונז ווייסן פונקטליך וואס דער רצון ה' איז. נאר די לעיקוואודער עסטאבלישמענט, די עליטע האט שוין פון לאנג געדארפט הערן אט די אמת'ע דיבורים. ווייל זיי זענען נאך א סאך ערגער ווי די אנדערע אויסגערעכנטע שטעט. בבחינת די שטאט צוער לגבי די איבעריגע סדום.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 2:09 pm#319046
דאז איז ריכטיג ווען ס'איז פון זיי ערווארטערט. אין לעיקוואוד זוכט קיינער נישט זייער מיינונג אין די זאכען. די פאליטיק דא איז אינגאנצען אנדעריש ווי אין אנדערע שטעט, נישט בעסער נאר אנדעריש. ממילא איז דאס נישט קיין טענה אויף זיי.
איך האב זיי נישט צו ליעב, נאר וואס איך וויל אז זיי זאלען זיך ווייניגער לאזען הערען, נישט מער. זיי טויגען נישט צו קיין סאך, און דאס וואס מ'רעדט זיך איין אז זיין א ראשיעשיבע מיינט מ'איז א גדול הדור מיט א מיינונג אויף אלס שטערט הן דער ישיבה און הן דער כלל. זאלען זיי זיך באשעפטיגען נאר מיט'ן זאגען שיעורים, גייען נאך געלט פאר'ן ישיבה און טראכטען ווי אזוי בעסער צו מאכען די לערנען און די לעבען פון זייער יונגעלייט. און אזוי האט הרב שך זיי געזאגט פון אנהייב און זיי האלטען נישט ביים פאלגען, והדברים עתיקים וארוכים.

ר' בערעל האקט, אבער אין לעיקוואוד הערט מען שוין אויך די רעדע, 'ווער איז דער רעכניץ איינצוטיילען דעות?' נישט אלע און קען זיין נישט רוב, אבער אזעלכע זענען דא. מ'עט באלד הערען פון די קינדער פון די מנהיגים שטייען אין קאווע שטיבלעך ארום שטאט רעדענדיג אזוי.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 2:47 pm#319050
.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 2:59 pm#319052
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ראשיעשיבעס האבען דאך נישט קיין חדרים און נישט קיין מיידעל שולע'ס. וואס זענען זיי שולדיגט?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שורש פונעם פראבלעם,
דינסטאג יאנואר 26, 2016 3:44 pm#319060
קאך_לעפל האט געשריבן:דאס הארץ טיט באמת וויי אז אזא דרשה מיט אזוי פיל אמת און השקפה, האט געדארפט געזאגט צו ווערן דירך א ביזנעס מאן, און נישט דירך א גדול בישראל..


די ווארט פון אזא מענטש ווי רעכניץ איז היינט אסאך מער פאוערפול, ארויף געקוקט, און דערהערט, ווי סיי וואסערע "גדול".
א סטעיטמענט פון א רב וכו' אין עטיקס מיינט שוין היינט גארנישט ביים עולם, און ווערט בכלל נישט דערהערט.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 5:39 pm#319079
ברצותו מרחיב וברצותו מקצר. ער זאגט אז אין מאנסי איז עס נישט אזא פראבלעם ווען למעשה האט דער עיר הנדחת צענדליגע אינגלעך און מיידלעך וואס האבן נישט קיין חדרים.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 5:52 pm#319080
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
פון לעיקוואוד קלינגט מען איהם, פון ערגעץ אנדעריש נישט.
ער דערמאנט דארט אז מ'רעדט פון דעת תורה וכו', אבער ווען אזא דעת תורה קלינגט פאר א קינד, ווייזט מען איהם א פייג. דאס איז אויך א וויכטיגע טעמע, ווי מ'פיטערט ליגענט און שטותים, מיט א חינוך אין וואס זיי זעלבסט גלויבען נישט. הרב שך איז דער רשכבה"ג, אבער ער 'פארשטייט נישט לעיקוואוד'. הרב שטיינמאן איז א וועלט'ס גדול, אבער 'ער וואוינט נישט דאהי'. אין א"י זאגט מען אפ ספרדים און ספרדיות, און מ'מאכט זיך נישט וויסענדיג אז הרב שך האט עס באקעמפט נישט ווייניגער ווי אנדערע קעמפ'ס זיינער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 26, 2016 6:53 pm#319083
אפשר דריקט מען איבער זיין דרשה אויף אידיש. כדי די כולל אינגעלייט. מלמדים און רבנים וואס האבן נישט יו-טוב זאלן אויך מיטהאלטן.

די וואס האבן נישט קיין אינטערנעץ איז נאך די וויכטיגסטע דאס צוהערן ווייל זיי האלטן זיך עליט און הייליגער און זענען געווענליך די וואס דרייען א קאפ נישט אריינלאזן קינדער פון "שוואכע שטיבער" (למשל: אז די טאטע גייט אן א הוט אויפן גאס. אדער די מאמע מיט א לאנגע קלייד ביים ווארטן פארן באס)
דינסטאג יאנואר 26, 2016 8:58 pm#319101
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
אין יעצט ביים הערן א רעכניץ פון קאלעפארניע גיין די פרומע רבנים אין מלמדים תיכף אנזעהן אז......
שאד די צייט
דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:09 pm#319103
משתמע לתרי אנפין. אבער פארט אמת...
דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:44 pm#319116
מיר זענען א קאמיוניטי פון קאפיקעטס. מיר קענען יעצט ערווארטען אז ביי א יעדע צווייטע דינער וועט די נגיד הטפסר הגדול האלטן מוסר דרשות אזש ס'וועט גיין א רויעך. מארגן וועלן קעסטענבוים און יאקאבאוויטש מוחה זיין אקעגן גיין בערכאות, איזי ענגלענדער וועט שרייען וועגען רבי'שע מחלוקת וכו' וכו'. I cant wait...


.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:12 pm#319118
37,686 יוטוב קליקס אין איין טאג!
דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:19 pm#319120
אונז אידן האמיר דאך נישט קיין עקסעס צו יוטוב.

בלייבט נאר צו פארשטיין וואס האבן 37,686 גוים פון זען דעי קליפ.
מיטוואך יאנואר 27, 2016 2:14 am#319150
הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
די באשעפער ווייסט פארוועם צו געבן געלט!
מיר דארפן נאך אזעלעכע אידן ווי איהם!!!!!
מיטוואך יאנואר 27, 2016 10:36 am#319162
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
I would like to explain the other side. Although there is always room for improvement and no child or family deserves to go through the pain, I would like to explain where the attitude comes from.

If a litvish/yeshivish family would apply to a chasidesha Cheder/Bais Yaakov in Lakewood and would not get accepted would you have the same complaints? No. Because you understand that there is a specific standard that the chasidesha Cheder/Bais Yaakov may expect from their parent body and students that the litvish family may do or not do. Does it have to do with an ani mamin? Does it mean that they are better? No. It means that they want a certain standard and ruach in their Cheder/Bais Yaakov that the litvish family does not keep. Whether it means the boys payos, size of yarmulke what he brings in for snack or the girls tights.

In Lakewood there are many families that chose a certain lifestyle. It’s based on chazal that the more shaychus one has to olam hazeh the less he can have to Olam Haba and vice versa. These are families consciously decided that they want to live a simple lifestyle. This can include living in a simple home, dressing in a true tznius fashion, not driving a new car not going out to eat and not taking you children out to eat. It includes the types of trips a family goes on chol hamoed or the summer, and the list goes on. These ideals they are trying so hard to instill in their children. (please don’t start pointing at the large houses built by many but look at the ones I am talking about). These parents chose a neighborhood in Lakewood that fits with their standards and ideals as they don’t want their children getting “musagim” that does not fit with their desired lifestyle. And yes you may say that they are living in the “Lakewood Box” to that I answer yes and they are doing it with pride.
Choosing a school for their children is no different. They want to keep their children sheltered from lifestyles that they are trying so hard to keep away from. They don’t want their children coming home from school and asking for example, Why is our house so small? Why don’t you/we ever go to Florida in the winter? What are the yankees? Kids in my class have been in every eatery in Lakewood and we never go. And the list goes on.

I am not saying that choosing this lifestyle is an excuse to hurt fellow yidden. I am just saying that the attitude does not come from that I am better than you but the attitude is that even though in shamayim you may be better then me, I am trying to live a sheltered lifestyle and would like to send my children to a school that only accepts families with the same ideals.

I heard a story from a respected woman from Brooklyn that most of you know and is known for her love for yidden and not considered a “right winger”. She sent her boys to a Yeshiva in Brooklyn that is considered very yeshivish and hard to get into. She related that once at a school function she met another mother that was not dressed what she considered appropriate. She confronted her and asked, Why do you send to this Yeshiva? We all chose this Yeshiva to keep away from thing we don’t consider appropriate. If you dress like this you could have gone elsewhere.
The same goes for Lakewood. Many (not all) of the parents that are not getting their children into a school is because they want a school that does not fit with the lifestyle they are living. They may be wonderful people and ehrliche yidden but they live a different lifestyle. If a school has a rule that they don’t accept families that have a television and a family with a television applies and is not willing to give up their television and does not get accepted would you have the same complaints? The same is here just on a more delicate level.

Think twice the attitude may not come from such a bad place.


ק/פ (דיסקלעמער איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דעם)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
מיטוואך יאנואר 27, 2016 11:12 am#319165
מתקנת יהושע בן גמלא דארף יעדער שטאט א האבן חדר ווי צו שיקן די קינדער, ווי לאנג עס איז נישט דא קיין חדר ווי די קינדער וואס די עלטערן וואס ווילן יא זוכה זיין לשתי שלחנות זאלן שיקן די קינדער לא יצאו ידי חובתם ועתידים ליתן את הדין.
אין אנדערע שטעט קען מען שיקן צו דעם ישיבה אדער צו אביס א שוואכערע אבער תורה וועט די קינד לערנען.
מיטוואך יאנואר 27, 2016 11:27 am#319166
מ'האט שוין איבערגעקייט די נושא צענדליגע מאל.
א חדר הייינטצוטאג'ס ארבעט מיט עלטער'ן, נישט אליינס. אין יעדער פאל וואס ס'איז אוממעגליך מחנך צו זיין די קינד, ווייל די עלטער'ן זענען בשום פנים ואופן נישט איינשטימיג מיט די חדר און איהר חינוך, קענען זיי זיך אפשר אויסדרייען. יא, איך קען נישט שיקען מין קינדער אין א חדר וואס פרעדיגט אז דער רבי פון ....... איז גאט'ס פארטרעטער אין דער וועלט, און דאס איז א טעגליכער לקח וואס מ'דערפיט זיי דערמיט. מיין קינדער וואלטען געווארען צודרייט פון די סתירה צווישען מיר און די חדר, און אויב געלונגט עס מיר, וועט די חדר נאר ליידען דערפון.
אבער ווען דער תקנה איז געמאכט שלא לשם שמים, מיט א תכלית מחנך צו זיין די עלטער'ן און נישט די קינדער, ווען ס'האט נישט קיין עכטער נ"מ לגבי די חינוך פונ'ם קינד, ווען ס'איז נאר א וועג וויאזוי צו צווינגען א ציבור אין א געוויסע פארמאט, ווען ס'איז אן אויסדרוק פון די פעלער'ס פון א יונגערמאן אין לעבען אז ער זוכט צו דערדרוקען אנדערע, האט עס נישט מיט די אלע סברות. און דאס איז עס היינטיגע צייטען עפ"י רוב. מ'רעדט א פרומער שפראך, אבער ס'איז למעשה נאר שלעכטע מדות.

סתם אזוי, קוקט'ס אין די לינק וואס איך האב אויבען געשריבען פון ר' אהרן הערש פריעד, ער גייט דורך די אלע טענות ווי לעכערליך זיי זענען. ס'איז נישט דא קיין שום מקור אז צוריקהאלטען קינדער פון זיך קענען מיט אנדערע סארט קינדער העלפט אין חינוך. דער מציאות האט עס נישט באוויזען, און דער היסטוריא זאגט עס נישט. יא, ווען דער ווינט אומעטום בושעוועט צו חילול שבת וכדו', דארף מען פראבירען וואס מען קען, און א שטעטל איז אויך א נסיון דערצו. אבער נאר פאר'ן זיין אנדעריש, פאר'ן זיך ווייקען אין אן אנדער'ן מקוה ווי דיר, צו נישט האבען די זעלבע חומרות ווי דיר, איז נישט קיין סבה. מ'קען זיין א שכן מיט איינער וואס פארלאזט זיך אויף אן עירוב וואס לפי דעת דיין רב איז נישט אויסגעהאלטען, ס'וועט גארנישט פאסירען, און מ'קען גייען אין חדר מיט קינדער וואס טוהן כפסק דער חזו"א און ר' משה פיינשטיין ועוד אז מ'מעג זיך פארלאזען אויפ'ן רעגירונג'ס איבערזוכט אויף די מילך אז ס'זאל הייסען חלב ישראל און ס'וועט קיינער נישט קאליע מאכען. דאס עס'ן קניידלאך פסח מאכט נישט די שכנ'ס קינדער פאר אוכלי חמץ, און אפילו ווען יא, איז עס נישט דיין געשעפט.
און אפילו וועגען אינטערנעט וכדו', טאמער די גייסט אינ'ם חדר איז אידיש געשטימט, מאכט עס ווייניג אויס. איך בין געגאנגען אין חדר מיט קינדער מיט טעלעוויזשענ'ס, אבער די חדר איז געווען פרום געשטימט, און איין מלמד פלעגט נאך שפעטען אין די קינדער וואס האבען געהאט טעלעוויזשענ'ס (שלעכטער וואס ער איז געווען!), און קיינער האט נישט געליטען, נאר פארקערט, די קינדער פון די 'פרומערער' משפחות האבען געשפירט אז די חדר איז פאר זיי, און אנדערע האבען זיך צוגעשטעלט. ווען דער חינוך אין די חדר איז אז מיר האבען אן אייגענע תורה וואס לערנט אונז וואס צו טוהן, אפילו דער קינד זעט סתירות און שטוב און ס'איז איהם אביסל שווערליך דאס איינצושלינגען, פון דעם לערנט ער אז די וועלט איז נישט שווארץ אויף ווייס, און אמאל טוט מען וואס מ'פארשטייט אפילו אנדעריש ווי אנדערע האלטען, און מ'האלט זיך שטיל און ווייטער געגאנגען. ס'איז נישט קיין שלעכטע זאך זיך אויסצולערנען, אז מ'לאזט זיך אויף א נארמאלע אופן.
מיטוואך יאנואר 27, 2016 9:09 pm#319263
!Quiz

what's the differance
between track 5
? and the Rechnitz speech
מיטוואך יאנואר 27, 2016 9:29 pm#319265
ליפא האט געשריבן:!Quiz

what's the differance
between track 5
? and the Rechnitz speech

$
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:08 pm#319328
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
הבהרת דברים פין שלמה יהודה רעכניץ
m http://www.thelakewoodscoop.com/news/20 ... hnitz.html m
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:13 pm#319346
ער האט אנגעהויבן זיין דרשה אז ער קען איצט נישט דרשנען ווייל ער איז נישט קלאר וועיגן זיין שווער

האט אראפ געשמיסן א פייערדיגס דברי אמת וואס אלע זענען שטאלץ,

געמאכט א שטורם אויפן גאנצען כדיר הארץ

אבער פארוואס אנטשולדיגן זיך ווי א האן

ווי האט ער פארלוירן זיינע באלי'ס

איצט וועט ער טאקע ווערן ללעג ולקלס,

אריין אין "מעשה שטן הצליח" אשכול
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 6:04 pm#319385
דער "עמי" מאגאזין האט צומאל געוואגטע קאנטראווערסיעלע ארטיקלען אדער אדווערטייזמענטס. קודם שטעלן זיי עס אריין, וכל העם ישמעו וייראו. פאר די פאר קריטיקירער קומט נעקסטע וואך אן אנטשולדיגונג... והכל על מקומו יבא בשלום.

דאס זעלבע האט דא פאסירט. יעדער פארשטייט דעם פשט פון דעם "אנטשולדיגונג", וירא שמים יוצא ידי שניהם.
עס איז גוט. די דרשה האט געדארפט געזאגט ווערן, עס האט געשטורעמט די וועלט, ער האט אויפגעטון דאס זייניגע, זיין גן עדן ווארט אים אפ. יעצט קען מען זיך נעמען אנטשולדיגן...
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 6:41 pm#319388
בלאט מאכט א מצב....
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 7:42 pm#319393
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
ראשעקאל האט געשריבן:בלאט מאכט א מצב....

צווישן די ווערטער,

קינדער פין אזעלכע וואס מען רופט זיי די "לעלאוס".....

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 8:06 pm#319396
קען איינער מיר א טובה טון און דאס ארויפלייגן אויף דראפבאקס וכדומה, כ'זאל עס קענען דאונלאודן?!

א גרויסן דאנק פון פאראויס.
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 8:07 pm#319397
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
פארוואס קענסט נישט דאונלאד'ן פון דא?
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 8:08 pm#319398
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
אה, מיינסט די דרשה
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 8:54 pm#319409
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:16 pm#319418
wow I am amazed, in my live span I have very few times heard such strong speeches! one more thing that I have not seen mentioned here is the point that he brings out that we all have our own individuality and we don't have to fit everyone in the same BOX

Thank you R' Shlomoh
פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:50 am#319428
יעלה ויבא האט געשריבן:הבהרת דברים פין שלמה יהודה רעכניץ
http://www.thelakewoodscoop.com/news/20 ... hnitz.html

יעלה ויבוא: ער (ר' שלמה יודא רעכניץ הי"ו) וויל זיין דיפלאמאטיש. ווייל א גרויסער טייל פון די ראשי ישיבות און שיינע אידן האבן זיך געפיהלט געטראפן. ווייל ער האט זיי געזאגט דעם אמת אין פנים.כדבריו הנכונים. אז ער איז געווען עמאציאנעל בארירט פון דעם שרעקליכן מצב וועלכע גייט אן אין לעיקוואוד. און ער איז דאך א גרויסער שטיצער פון די מוסדות דארט. האט עס איהם וויי געטון. און ס'איז געווען אמת'ע דברים היוצאים מן הלב...!
פרייטאג יאנואר 29, 2016 9:32 am#319460
פליקער האט געשריבן:ער האט אנגעהויבן זיין דרשה אז ער קען איצט נישט דרשנען ווייל ער איז נישט קלאר וועיגן זיין שווער
האט אראפ געשמיסן א פייערדיגס דברי אמת וואס אלע זענען שטאלץ,
געמאכט א שטורם אויפן גאנצען כדיר הארץ
אבער פארוואס אנטשולדיגן זיך ווי א האן
ווי האט ער פארלוירן זיינע באלי'ס
איצט וועט ער טאקע ווערן ללעג ולקלס,
אריין אין "מעשה שטן הצליח" אשכול

ער האט גענוג אריינגעשמיסן בתוך ה׳איבערבעטעניש...
פרייטאג יאנואר 29, 2016 11:56 am#319480
שלום על ישראל: איך בין ספעציעל מסכים מיט די לעצטע שורה פון דיין תגובה. אין די איבערבעטונג האט ער ווייטער אריינגעפליקט אין די ת"ח שאין בהם דעת...!
דאס דערמאנט מיך א מעשה. (ס'מוז נישט זיין אינגאנצן אמת.) עפעס א איד'ל האט אמאל געזאגט א שארף ווארט פאר'ן ראש הקהל. איז ער געלאפן צום רב זיך באקלאגן אז דער איד'ל האט איהם מבזה געווען ברבים...! דער ראאאףף האט געפסקנ'ט אז דער איד'ל מוז מפייס זיין דעם ראש הקהל ברבים. האטציך דער איד'ל אויפגעשטעלט אויף די בימה און האט אויסגערופן הויעך, כהאי לישנא...."רבותיי עטץ זאלט וויסן אז איך האב מבזה געווען דעם ראש הקאאל. איך האב געזאגט אז ער איז א גנב, א שווינדלער און א באנדיט און א שיכור. עטץ זאלט וויסן איך האב געמאכט א טעות... :lol: :roll: :oops: :o