איך וויל נאר מעורר זיין עפעס וועגען אט די יונגעלייט וואס מ'האט דא בארעדט פאר'ן האבען דער שלעכט'ס אין זיך צו קלינגען די מוסדות אנווארענען יענעמ'ס קינד נישט אריינצונעמען. קודם זאל מען וויסען אז מיט'ן גייען ארבעטען האט עס געווענדליך נישט. די וואס מ'קלינגט נישט אריינצונעמען האבען געווענדליך א מציאות'דיגע פשט, נאר ס'איז נישט אויסגעהאלטען. יא, מוסדות נעמען גיכער אריין געלונגענער ישיבה'לייט ווי איידער איינער וואס גייט ארבעטען פאר פופציג דאללאר א יאר און האט אלס מורא מ'עט איהם פטר'ן. אבער קלינגען דער מוסד יענעם נישט אריינצונעמען איז בעיקר ווען ס'איז דא א פראבלעם. דאס איז נישט ריכטיג און נישט אויסגעהאלטען, אבער דער מציאות דארף מען זאגען דער אמת'ער.
א פראבלעם מיינט מען, לויט וואס איך האב געהערט פון אקטועלע מעשה'ס, איז למשל א מאמע וואס איז אראפ פון אידישע וועג און דרייט זיך אויפ'ן אינטערנעט האלב נאקעט בארעדענדיג אידישקייט און אלס, און איהר קינדער גייען נאך אין חדר, ווייל דער ריכטער האט באשטעטיגט אז מ'דארף מחנך זיין די קינדער לויט די אומשטענדען ווען מ'האט חתונה געהאט. ס'איז נישט ריכטיג צו קלינגען, אבער קום מיר נישט זאגען אז ס'איז פון גאווה אדער פון נערישקייטען. די קינדער וואקסען אויף האלבוועגס אין א שטוב ווי דער מאמע עסט נבילות וטריפות, ברענגט אהיים כל צרוע וכל זב, ממש די שטאט'ס מאטראץ, און בארעדט אידישקייט בכל גבעה גבוהה. אן אנדערע מעשה ווייס איך פון איינער וואס האט גע'עפענט א מוסד פאר ספרדים אין לעיקוואוד. ביז היינט זענען זיי געגאנגען אין אלגעמיינער מוסדות, אבער זייער מושגים איז גאנץ אנדעריש פון אונזערע, און ס'איז געווארען א פראבלעם אז די מוסדות האט זיי געמאכט פראבלעמען אריינצוקומען. ווען מ'האט געמאכט א ספרדיש'ע מוסד, האבען די פרומערע געסטראשעט טאמער מ'נעמט אריין יענער פארעכע'ס, שיקען זיי נישט זייערע קינדער. דער מייסד פון די מוסד, וואס האט שוין אן אייגענעם ביזנעס און האט עס נאר געטוהן לש"ש, האט געקלינגען הרב הררי-רפול פון נ.י. און ער האט געזאגט "אסור לשמוע להם", און אזוי האט ער געטוהן און יענער פרומערע יונגעלייט זענען נישט געקומען צו איהם. איך פארשטיי וואס יענער יונגעלייט האבען געמיינט מיט'ן בעטעו, ס'האט גארנישט צו טוהן מיט גייען ארבעטען, הגם זיי זענען נישט גערעכט.
אוודאי די אלע חשבונות זענען נישט אויסגעהאלטען במקום א קינד האט ניטש קיין מוסד, אבער דער יונגערמאן טראכט נאר פון זיך, און פאר זיך איז ער טועה אז דאס מאכט א נ"מ. דאס איז שלעכט, אבער נישט אויף די שטאפעל וואס מ'מאכט עס דא, כאילו ער וויל די קינדער זע'ען אין גאס.
נאך א נקודה דארף מען דערמאנען. די יונגעלייט וואס קלינגען קען איך נישט פערזענליך. איך ווייס פעלער ווען מ'האט געקלינגען, אבער איך קען נישט פערזענליך קיין מענטש וואס קלינגט. איך קלער אבער אז ס'איז א געוויסע טיפ, וואס ווען מ'קען זיי וואלט מען נאך רחמנות געהאט אויף זיי וויאזוי זיי זענען געווארען אזעלכע מענטשען. די שולד קען מען ווארפען אויף די וואס האבען אחריות פאר זייער אויסזען. איך האב שוין ערגעץ אנדעריש געשריבען וועגען צוויי יונגעלייט אין לעיקוואוד, און איך ברענג עס דא אראפ נאכאמאל.
חיים יוסף איז א יונגערמאן א פיינע בעל כשרון. ער איז א נייגעריקע און ער האט א תפיסה אויף א זאך, ער ווייסט געווענדליך להבחין בין תכלת לקלא אילן, און ער האט וואס צו זאגען אויף רוב נושאים. ער איז אבער נישט קיין וועלט'ס בעל כשרון, נאר א פשוט'ער בעל כשרון. אבער וויבאלד ער האט אסאך געזען און דורכגעטוהן, האט ער א ברייטע השגה אויף לערנען און זאכען. ער ווייסט וואס ס'מיינט צו קענען א זאך קלאר און טיף, ער האט זיך געטראפען מיט מענטשען וואס קענען אפלערנען מורה נבוכים בעיון, און לערנען א גאנצע מסכת בעיון ביז צו לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא. אבער ער זעלבסט קען דאס נישט. ס'איז שווער, ס'נעמט א גרויסע אינוועסטמענט פון צייט און מיה, און ער האט עס נישט באוויזען. פארוואס זאל ער? ער באקומט דאך זיין אנערקענונג פון וואס ער טוט היינט. טיף אין הארץ ווייסט ער אז ער פאטשקעט זיין גאט באשאנקענע כשרונות, און לעתים נעמט ער זיך צום ארבעט. ער לערנט יעדען טאג א שיינע פאר שעה, אפילו זיבען אדער אכט שעה, אבער דער דרוק צו לערנען אויפ'ן סטאנדארד וואס ער קען האט ער נישט גענוג און ער לאזט עס אפט נאך. ער וויל אייביג אנהייבען און זיך צופרישען און לערנען און קענען ווי עס דארף צו זיין, אבער ער פאלט אייביג. ער איז נישט צופרידען מיט זיך. היינט האט ער שוין א פאסט'ן און ער איז א מגיד שיעור נאכמיטאג, אבער ער איז נישט צופרידען דערפון, ער ווייסט אז וואס ער זאגט דארט צו זיין בחורים איז למעשה נישט קיין עכטע תורה און נישט כפי וואס ער שטרעבט.
ווען מ'האט גע'עפענט ביהמ"ד חניכי הישיבות, האט ער זיך אריינגעלייגט אין די לענג און די ברייט. ער האט געטראפען א פאסיגע אויסדרוק פאר זיין כוחות און ער האט אוועק געשטעלט די מנהגים אויפ'ן פלאץ, קריטיקירט יעדער רב וואס מ'האט געוואלט ברענגען, און באופן כללי אריינגעלייגט זיין סטעמפ'ל אויפ'ן פלאץ. דא האט ער געפילט אז ער איז באקוועם. אין ישיבה צו אין כולל, האט ער אייביג געפילט אז ס'פעלט איהם עפעס. ער האט אלס געזען יונגעלייט וואס זענען נישט אזוי צום זאך ווי איהם, און זיי שטייגען איהם איבער אין לערנען און קענען. אוודאי קען ער זאגען מבינות און ביקורת אויף זיי, אבער למעשה זיי לערנען און ער נישט. אין דער ביהמ"ד איז ער א מענטש. אויף יעדער שאלה האט ער א מיינונג, און בפרט ווען רוב מענטשען קענען נישט די נושאים אויף וואס ער האט א מיינונג, ווייל זיי לערנען סוגיות אין ש"ס, נישט מנהגים און פסקי דינים, דעריבער איז ער דער מ"ד אין ביהמ"ד.
ווען איינער פייפט אן דער ביהמ"ד און איהר צוגאנג און מנהגים, הייסט'ס געשטאכען חיים יוסף אין הארץ אדורך און אדורך. ער איז שוין נישט קיין קאפעלוטש מאכער, מ'האט אוטערגעשטרעכעלט זיין אלע פעלער'ס אין לעבען. נישט נאר אין ישיבה ביסטו א קליינע מ"ד, נישט נאר ביי זיך ווייסטו אז דו פיהרסט נישט אויס דיין כשרונות ווי עס דארף צו זיין, נאר אין די אייניגסטע ווינקעל ווי דו ביסט יא א גאנצע מר ברב אשי, האט מען עס אויך צוגענומען מיט'ן דאווענען ספרד.
מנחם דוב איז אויפגעוואקסען אינדערויסען פון די טריי-סטעיט געגענט. אין קליוולאנד צו טשיקאגא צו לאס אנדזשעלע"ס צו וואס. ער איז נישט קיין בעל תשובה, זיין טאטע איז אויך א ישיבה מאן געווען, אבער ער איז נישט אויפגעוואקסען באקוועם אין זיין שטוב, ווארום זיין חברים אין שולע זענען אלס געווען מאדערנער געשטימט און מער אמעריקאניש. זייענדיג א כהן, האט ער געהאט א רעגעדיגע נאטור, און אויף יעדער פרצה האט ער אנגעקוקט מיט א שווארץ און ווייסע בליק. ער איז נישט גענוג באקוועם אין די מושגים צו זען אז מ'גיבט אמאל נאך, אפילו מ'איז גערעכט. דאס האט פאר'אורזאכט שווערע שלום בית פראבלעמען. ער זעט יעדער זאך פאר א שווארץ און ווייס נושא, און ווען זיין ווייב טוט עפעס וואס געפעלט איהם נישט, טראכט ער און מיינט ער גלייך אז זי ברענגט איהם אונטער. ער האט נישט דער רואיגקייט צו קענען דערלעבען שטרויכלונגען אונטערוועגנ'ס, צו גלויבען אז מארגען וועט נאך זיין בעסער און ליכטיגער. ער האלט אין איין ראנגל'ען מיט זיך און דער לעבען, אלס איז א שטיק מלחמה ביי איהם. ער ווייסט ער מוז לעבען און זיך פיהרען וואויל צו זיין ווייב און טעכטער, און נאכגעבען זיין גוף וואס זי פאדער'ט, אבער ער קען עס נישט שטימען מיט'ן לעבענסשטייגער און שיטה פון א בן תורה א ישיבה'מאן און זיין גייסט איז אייביג אביסל צושטורעמ'ט דערוועגען. ווען ער קומט אין ביהמ"ד חניכי הישיבות, ווייסט ער אז דא איז ער באקוועם. דא הערשט נישט די סתירה פון לעבען און גלויבען, אלס קלאפט אינאיינעם. מ'לעבט מיט וואס מ'גלויבט, און מ'דארף גארנישט נאכגעבען ווייל למעשה דארף מען לעבען. ווען איינער קומט אונטערברענגען דער ישיביש'ע גייסט פון די ביהמ"ד דורכ'ן אנפייפען די מנהגים, מיינט עס צו איהם אז זיין סאמע יסודות פון זיין לעבען, דער שווארץ און ווייסע גלויבונג אז אזוי איז ריכטיג און אזוי נישט איז אין גאנצ'ן אין געפאר.
מ'קען נאך ארומשמועס'ן דער נושא, אבער מ'דארף גוט קענען די היסטוריא פון לעיקוואוד, וויאזוי דער ישוב האט זיך אנטוויקעלט, וויאזוי די פיהר פרצופים בראש האינסטיטוציע האבען איינגע'ארדענט זייער מאכט אויפ'ן שטאט, און וואס זענען די תוצאות דערפון.
איין זאך קען איך ענק זאגען: דאס וואס טויזענטער יונגעלייט הארעווען אין לערנען, על אף אזא פיערשאפט, איז אליינס א גדלות וואס מ'דארף אויסרימען. און דאס וואס ס'איז נאר א קליין מיעוט וואס קלינגען די מוסדות איז נאך א חידוש כלפי וויפיל וואלטען געקענט לויט ווי מ'האט זיי באנידריגט אזוי לאנג און אזוי טיף.