Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "דער איד"

"דער איד"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
150 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 364 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1037
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 7:55 pm#155679
מעגליך. אבער וואס איז שלעכט מיט דעם, מ'טאר נישט ליינען אז א ערעפלאן האט אמאל געקראכט ?
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 7:59 pm#155680
זאגסט גוט
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 8:54 pm#155690
ווארשיינליך איז עס אן אינערליכע זאך, צי זענען זיי ברוגז געווארן אויפ'ן שרייבער אדער וכדומה, און זיי האבן געוואלט אפהאקן דעם פארזעצונג, האבן זיי געטראפן א גוטן כפרה הינדל "די רבנים"
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:18 pm#155705
לכאורה האט עס נישט. געשמעקט אידיש'ליך צוליב דעם וואס די סטוארטס זענען געווען פאסטקאניאקס כמובן. גיי ווייס.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:29 am#158349
דער איד= איבער בעלז היסטארי
דער איד שרייבט לעצטענס איבער די היסטאריע פון נישט נעמען געלט מפושעים

פארגאנגענע וואך האבען זיי אנגעהויבען איבער די ידוע'דיגער פרשה פון בעלז שנת תש''מ
דעי וואך ברענגען זיי אן היסטאריש בריוו אויף דף 25 ביים תורה אפטיילונג ווי רב שך און דער סטייפלער גאון נעמען זיך אהן לכבודו של העדה החרדית און איז מגין אויף זיי איבער די איבערפאל פון די שפלים פון בעלז אויפען הנהגת רבני העדה''ח
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 1:39 pm#158383
הרב שך זצ"ל האט געהאט אן עקסטערע חשבון מיט אגודה, און דאן איז בעלזא געווען מיט א אגודה. טאקע ביי די בחירות בשנת תשמ"ח האט הרב שך געמאכט ריגעלע ריגעלע רוגז מיט'ן בעלזא'ר און געלאפן אינאיינעם. ביז דאן זענען זיי געווען אויף שטארקע מעסער שטעך.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 2:30 pm#158399
תשמ"ט איז געווען די היסטארישע בחירות. היי יאר איז אין אסאך זאכן געווען א (איבערשפיל אדער א) סגירת מעגל פון יענע בחירות.
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 9:15 pm#160002
נאר,,פרייליך האט געשריבן:דער איד שרייבט לעצטענס איבער די היסטאריע פון נישט נעמען געלט מפושעים

פארגאנגענע וואך האבען זיי אנגעהויבען איבער די ידוע'דיגער פרשה פון בעלז שנת תש''מ
דעי וואך ברענגען זיי אן היסטאריש בריוו אויף דף 25 ביים תורה אפטיילונג ווי רב שך און דער סטייפלער גאון נעמען זיך אהן לכבודו של העדה החרדית און איז מגין אויף זיי איבער די איבערפאל פון די שפלים פון בעלז אויפען הנהגת רבני העדה''ח



דעי וואך זענען זיי ווידער ממשיך מיט באריכטען איבער יענע שטורמישע תקופה פאר אונז דער אינגער דור וואס דענקט נישט יענע זמנים איז אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי דער טיילונג איז געשאפען געווארען
עד שבא ה'בעלזער והפיל עצמו על קבר רבינו לעיני ה'ווידיאוס להפיץ קבל תבל ומלואה שהביע חרטה ותשובה על מעשיו

נו צו וואס ברויך מען זאגען א בעל תשובה זכור מעשיך ה...????
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 9:54 pm#160006
חזיר'ל וואס קוועטש דיר שוין ווייטער אין בויך?
פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 11:16 am#160080
איך אויך האט געשריבן:חזיר'ל וואס קוועטש דיר שוין ווייטער אין בויך?


דער איד פון די לעצטע דריי וואכען ווי זיי צונעמען די היטורי' פון דיין אדמו''ר און די דרשת הרבנים איבער'ן פריוו פון זיין צוברעכן די ערליכע קהילות וואס זענען נישט נהנה משלטון הציוני

אז ס'קוועטשט דיר ביטע קוק נישט אריין דערין
פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 11:21 am#160083
שוויצער, ביטע גיי צו צימעס. פארשמיר נישט דא.
פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 11:46 am#160093
סארי פאר'ן באדער'ן
כ'וועל וואטשען נעקסט טיים
עס איז אינטערסאנט אז ווען יענער דא צולאזט זיך אזוי מיאוס האסטו עפעס נישט אויפגעפאסט זיינע דיבורים

מה נשתנה בעלז מ'סאטמאר
פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 12:32 pm#160100
נישט קיין מה נשתנה. שרייב וואס דו ווילסט. אבער מיט רעספעקט פאר א גדול, אפילו דו האלסט נישט פון יענעם. ס'איז אנטקעגן די תקנות דא.
ווען יענער אטאקירט דיר איז עס שוין נאר נקמה ווייל דו רייצט אים אויף און דו רופסט דעם בער פון וואלד.

אויב ווילסטו שעלטן בעלזא רבי'ן, איז דא א סאטמארע פארום וואו דו קענסט זיך אויסגעבן.
דא זענען פאראן בעלזע ניקס און זיי ערווארטן רעספעקט פאר זייער מנהיג.
מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 10:18 pm#160212
די לײק איז פאר העלפן האלטן קאװע שטיבל ציװיליזירט און פאר דעם

שמעקעדיג האט געשריבן:

אויב ווילסטו שעלטן בעלזא רבי'ן, איז דא א סאטמארע פארום וואו דו קענסט זיך אויסגעבן.
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 10:21 am#160361
מ.ל. דייטש אינעם וועכענטליכער עדיטאריעל

שרייבט ער גאנץ צום דבר איבער די סומאטוכע אינעם ליטווישען מח' אויסברוך צווישען די פראקציעס
קוקט ביים עדיטאריעל דעפיניצע פון ציוניזעם

שכוח שמעקעדיג פאר'ן האלטען קאנטראל
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 3:26 pm#166493
עס וואלט כדאי געווען אז דער שרייבער און דער רעדאקטאר זאלן זיך אויסלערנען דעם חילוק צווישן א שטערן, פלאנעט און קאמעט. "אייסאן" איז געווען א קאמעט.
פון "דער איד" פאריגע וואך:
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 3:27 pm#166494
אז מאטי שטיינעץ און בעני פרידמאן זענען שטערנ'ס פארוואס קען אייסאן נישט זיין?
זונטאג יאנואר 12, 2014 12:12 pm#175706
די וואך אין דער איד...
זונטאג יאנואר 12, 2014 12:13 pm#175707
פאר דעם האט מען דאך געשפאלטען דעם ים אז דער איד זאל קענען ציריק ארויס שלעפען דעם אריינגעווארפענעם חתם סופר
זונטאג יאנואר 12, 2014 12:40 pm#175715
בזיונות! דאס ווייזט אז ארטיקלען פארען אריין אהן דעם וואס עס ווערט נארמאל איבערגעקוקט. ווען וועט קומען די צייט וואס די רעדארטארן פון די היימישע צייטונגען וועלן איינזעהן אז זיי האנדלען מער נישט מיט אלטע אונגערישע באבע'ס און זאלן אנהייבן אהערשטעלן נארמאלע ארטיקלען אויף א ניווא.
זונטאג יאנואר 12, 2014 1:20 pm#175723
יאנקל האט געשריבן:עס וואלט כדאי געווען אז דער שרייבער און דער רעדאקטאר זאלן זיך אויסלערנען דעם חילוק צווישן א שטערן, פלאנעט און קאמעט. "אייסאן" איז געווען א קאמעט.
פון "דער איד" פאריגע וואך:

אין א קולטור וואס זיצט זיך שקט ושאנן אונטער "שבעה 'כוכבי' לכת", און "לבנה" איז א "שטערן" פונקט ווי "נוגה" און "חמה" וואס פארלאנגסטו, מ'זאל זיי אויפקלערן?
זונטאג יאנואר 12, 2014 1:41 pm#175724
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:עס וואלט כדאי געווען אז דער שרייבער און דער רעדאקטאר זאלן זיך אויסלערנען דעם חילוק צווישן א שטערן, פלאנעט און קאמעט. "אייסאן" איז געווען א קאמעט.
פון "דער איד" פאריגע וואך:

אין א קולטור וואס זיצט זיך שקט ושאנן אונטער "שבעה 'כוכבי' לכת", און "לבנה" איז א "שטערן" פונקט ווי "נוגה" און "חמה" וואס פארלאנגסטו, מ'זאל זיי אויפקלערן?


כעלמער ס'האט מיר געקאסט א לאך, אבער גראדע אין דעם גלייב איך נישט אז די אלגעמיינע גאס איז מער educated פארקערט ביי אונז איז דאס נאך פון די נושאים וואס מ'מעג קענען, סאיז נישט חוץ לתחום אזוי ווי מאטעמאטיק פיזיק בייאלעזשי וכדומה
די בושה איז נאר אז צייטונג שרייבער וואס דארפן זיין געלערנטע מענטשן זאלן מאכן אזאנע טעותים
זונטאג יאנואר 12, 2014 4:02 pm#175781
ט
זונטאג יאנואר 12, 2014 5:55 pm#175808
דער איד
זונטאג יאנואר 12, 2014 10:02 pm#175882
"דער איד" האט די וואך געמאכט אן "אויסנאם", און האט פובליצירט אן ענגלישן עדיטאריעל. עס איז א רחמנות ווי די רעדאקציע שעמט זיך נישט מפרסם צו זיין סאטמארער רעטאריק און לאגיק אין שלעכט-געשריבענער לשון העמים פול מיט טיפאגראפישע און גראמאטישע גרייזן.
דאנערשטאג יוני 19, 2014 11:07 am#206875
נישט געוואוסט דער איד איז אויך אזוי סאך fun. איך גיי עס קויפן די וואך. כ'האף איך וועל קענען איבער'וואטן אין דעת הקהל אשכול.
דאנערשטאג יוני 19, 2014 11:30 am#206880
לא הרי אבראהאם כהרי קנאפלער
אבראהאם טיילט מוסר פארציעס קנאפלער געט מער עצות
איין וואך האט געגעבן עצות וויזוי אויסצוטרינקען די גרעיפ דשזוס ביי קידוש...

איך האב געמיינט אז ער איז קנאפלער פון די ביכעלעך
דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:41 pm#207013
שמעקעדיג האט געשריבן:די לעצטע פאר חדשים האט הרב נחום אבראהאם געטראפן א מקום להתגדר אין דעם שופר של מטה, און בלאזט אריין וועכנטליך א פארציע מוסר אין פארעם פון א בריוו צו די רעדאקציע, אונטערגעשריבן מיט זיין פולן נאמען. יעדע וואך אן אויסנאם האט ער עפעס מעורר צו זיין כלל ישראל, וועלכע ענדיגט נישט טרינקען מיט דורשט די זאלציגע מוסר.

קנאת סופרי"ם תרבה משוגעת, והנה און אבראהאם האט באקומען א אח לדעה, א קאמפעטישן, אלכסנדר אליעזר קנאפפלער (א ברודער פון די קאלערינג בוכער פאר די קינדער, וועלכער איז אויך מלא טענות אויף כלל ישראל). גענוי ווי זיין וועגווייזער, האט יענער אויך יעדע וואך א בויך מיט מוסר דרשות אויסצושפייען. די 2 וועלן זיכער זיין שכנים אין גאניידעם. גראדע פונקט לעצטע וואך האט קנאפפלער נישט געשריבן, אבער אדערווייז האקט ער שטיקער, והנח להם להדרשנים אז זיי וועלן יעדע וואך טרעפן פרישע פירצות מעורר צו זיין, פון קוקן גליונות ביי לכה דודי ביז דעם דרך הלימוד אין ישיבות אקעגן דעם דרך המקובל פון רבי'ן, וכדומה ענליכע פירצות, כן ירבו.

און נאכדעים ווינדערסטו דיך נאך פארוואס איך האק אויף הרב ישראל מ. סופר, המכונה מנשה פיליף. ווייל איך האב שוין געליינט זייער א סאך פון זיינע ארטיקלען און א יעדע וואך האט ער עפעס צו זאגן. הגם, דער מענטש איז א בקי נפלא בכל מכמני התורה און במילי דעלמא, האלט איך אבער אז ער איז א היפאקריט. ווייל ס'איז כמעט נישט במציאות אז א נארמאלער מענטש, ובפרט א תלמיד חכם זאלל האבן אזעלכע פארקרומטע דיעות. אלא מאי, מיין איך אז ער אליין האלט אויכעט נישט אזוי. נאר ליופי הדרוש זאגט ער פארוקטע זאכן. למשל. ווען מ'האט עים געפרעיגט אז די "מוסד הרב קוק" אין א"י דריקט איבער א סאך שיינע ספרים. האט ער געענטפערט. אז בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה. נאר דער פאר וועים די סיטרא אחרא העלפט צו, וועט קענען לערנען תורה....נו. ווען א בהמה פון די גאס וואלט געזאגט אזא זאך וואלט מען עס נאך געקענט פארשטיין אבער ער...???... :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :oops: :o
דאנערשטאג יוני 19, 2014 10:10 pm#207021
רויטע וואנצעס האט געשריבן:נישט געוואוסט דער איד איז אויך אזוי סאך fun. איך גיי עס קויפן די וואך. כ'האף איך וועל קענען איבער'וואטן אין דעת הקהל אשכול.


מוזט נישט קויפען דער איד. קנאפפלער שיקט ארײן צו (כמעט) אלע צײטונגען אויף אמאל. הרב אברהאם
מײנוך טוט די זעלבע.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:45 am#213424
בד''א ר' בערל פריעדמאן ראה'ק מהר''א סאטמאר און געוועזענער רעדאקטאר פון דער איד.
מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:34 pm#216744
ישמעאל הכהן האט געשריבן:בד''א ר' בערל פריעדמאן ראה'ק מהר''א סאטמאר און געוועזענער רעדאקטאר פון דער איד.

מדי דברי בו: האביך מיך דערמאנט פון דעם אנדער'ן רעדאקטאר פון דער איד. ה"ה הרב החסיד ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. וועלכער איז פאר א לאנגע צייט געוועין דער רעדאקטאר, שרייבער, און בעל הבית פון דער איד. ער איז געוועין א ספרא רבה מיט א סאך ברייטע ידיעות. אבער אויכעט א גרויסער דעמאגאג. למשל ווען ער האט באשריבן דעם ציוניסטישן פירער יואל בראנד האט ער קיינמאל נישט געשריבן אויף איהם בלשון של גנאי. ער, ר' סענדער וואס האט זיך ארומגעווארפן מיט די לשונות. "ימ"ש, שר"י, עפרא לופמיה",האט קיינמאל נישט געשריבן אזא אויסדרוק אויף דעם מסית ומדיח. מ'וואלט געקענט מיינען אז דאס ציונות פון יואל בראנד האט זיך אויסגעדרוקט מיט דעים וואס ער האט געלערנט דף היומי און געזאגט הלל אום ה' אייר. דערווייל איז ער געוועהן א שגץ שבשקצים וועלכער האט געפרעסן נבילות וטריפות ושקצים ורמשים. נישט געהאלטן אפילו יום כיפור. ער האט געוואוינט מיט א גוי'טע און מפר געוועין בריתו של אברהם אבינו. א קליינע ראיה ווי ווייט ער איז געוועהן אויסגעטון פון אידישקייט. (איך האב געזעהן א בילד פון איהם. אפילו ווי א פושע ישראל האט ער נישט אויסגעזעהן. נאר אינגאנצן ווי א גוי.). ביים משפט פון אייכמאן האבן אויפגעטרעטן א סאך עדות. און איינער פון זיי איז אויך געוועין יואל בראנד. א טייל פון די עדות האבן גערעדט אידיש. א טייל האבן גערעדט אויף עברית. און ער האט גערעדט אויף דייטש... דאס איז געוועין די שפראך מיט וואס ער איז געוועין באקוועים... 8-) :roll: :twisted: :roll: :x :P :oops: :cry: :( :o
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 9:06 pm#232020
פון דא און דארט שפיגעלט נאך די בעסטע אפ ווי אונז האלט מיר מיט די שיטה הקדושה. למשל נעם די וואך אין דער איד. קודם שרייט ער אז די מדינת ישראל משטרה ציטערט אימת מות פון די אראבער און זיי טויגן אויף כפרות און פלוצלינג טשיקענען זיי אוועק ווייל סאיז נישט קיין חרדים. דערנאך אין איין מינוט רעדט ער פון די ממשלה ווי זיי בויען דירות אין ירושלים אז סאיז התגרות באומות. זאג נאר זענט איר אינגאנצן משוגע געווארן, מעיק אפ יור מיינד. אזוי זעה מיר נעבך אויס. אבער די כעלעמער מעשה די וואך איז געווען סופער גוט עז יושעאל
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 9:32 pm#232028
shem-tov האט געשריבן:פון דא און דארט שפיגעלט נאך די בעסטע אפ ווי אונז האלט מיר מיט די שיטה הקדושה. למשל נעם די וואך אין דער איד. קודם שרייט ער אז די מדינת ישראל משטרה ציטערט אימת מות פון די אראבער און זיי טויגן אויף כפרות און פלוצלינג טשיקענען זיי אוועק ווייל סאיז נישט קיין חרדים. דערנאך אין איין מינוט רעדט ער פון די ממשלה ווי זיי בויען דירות אין ירושלים אז סאיז התגרות באומות. זאג נאר זענט איר אינגאנצן משוגע געווארן, מעיק אפ יור מיינד. אזוי זעה מיר נעבך אויס. אבער די כעלעמער מעשה די וואך איז געווען סופער גוט עז יושעאל

כאטשיג דער קעפל פון דעים אשכול איז "דער איד". וויליך זאגן אז "דער בלאט" איז גארנישט בעסער. ספעציעל, לעצטנס, ווען ער פארארבעט כוחות אויס צושטרעקן דעם כשר חזיר פיסל, און ווייזן פאר די וועלט אז ער שעלט די ציונים שטערקער ווי "דער איד". דער קארעספאנדענט י.ל. יאקאב ברענגט אלץ אזאלכע פארריקטע מעשיות. כאילו ס'איז נאך דא איינער וואס מיינט אז די ציונים זענען וואוילע מענטשן. למשל, די מעשה מיט דעם מיידל וועלכע מ'האט נישט געוואלט אריינעמען אין סקול, צוליעב איר טמא'נעם סעללפאון און די טמא'נע וואטסעפפ...כלשונו. און דער ציוניסט'ישער קאורט האט געהייסן אז מ'מוז זי יא ארייננעמען....
אודך כי עניתני, האט ער פארציילט אז די מצריים האבן ארעסטירט א פויגל,,, וועלכער האט שפיאנירט פאר מדינת ישראל... א פויגל קען שפיאנירן?.. און א פויגל קען מען ארעסטירן?...!
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 9:56 pm#232037
ATUB @berlbalaguleh ATUB , וואס ביזטו אזוי פאר׳כישופ׳ט מיט דעם פויגל ? :)
shem-tov האט געשריבן:אודך כי עניתני, האט ער פארציילט אז די מצריים האבן ארעסטירט א פויגל,,, וועלכער האט שפיאנירט פאר מדינת ישראל... א פויגל קען שפיאנירן?.. און א פויגל קען מען ארעסטירן?...!

l viewtopic.php?f=6&t=15&p=215124#p215124 l
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 11:46 pm#232087
איך בין נישט פאר'כישופ'ט אין פויגל. איך ברענג נאר וואספארא פארריקטע מעשיות דער י.ל. יאקאב זוכט ארויס. און איבעראל לייגט ער צו זיין ספין. צו ווייזן ווי שלעכט די ציונים זענען. דער בלאט ברענגט דאס נאר כדי להוציא מליבן של--- אז מ'זאל עים נישט באשולדיגן אז ער איז נישט לוחם קעיגן ציונות...!
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 12:09 pm#238442
דער איד פארענפערט ענדערש אבאס ווי די ציונים!!
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 1:25 pm#238458
דער איד זאגט אבער נישט וויאזוי זייער אבאס פארענטפערט דעם פאקט אז די מוסולמענער זענען יא או.קעי. ארויפצוגיין אויפ'ן הר הבית...!
דינסטאג יאנואר 20, 2015 9:38 pm#249096
זיי זוכן זיך אליינס... ATUB @ראובן ATUB אפשר קענסטו העלפן

20150120_192822-1-1.jpg
20150120_192822-1-1.jpg (221.22 KiB) געזען געווארן 4984 מאל
דינסטאג יאנואר 20, 2015 9:59 pm#249097
"דער איד" קען זיך פארבונדן מיט מיר אין אישית, און כ'וועל גערן פרובירן ארויסצוהעלפן.
דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:21 pm#249103
כ'דערמאן מיך אלץ בחור בין איך געווען אמאל אין נ. י. לייברערי אויף פיפט עוועניו אין מאנהעטען האב איך געזעהן אן עלטערע פרוי קומט דורך אלטע קאפיס פון דער איד אויף מייקרא פילם. קען זיין זיי האבן נישט אלע
מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:53 am#249130
ישמעאל הכהן האט געשריבן:זיי זוכן זיך אליינס... @ראובן אפשר קענסטו העלפן

20150120_192822-1-1.jpg

עס איז א פאסקע! זיי ווילן אויפדעקן ATUB @ראובן ATUB 'ס אידענטיטעט כדי צו קענען אפירזוכען עפעס-וואס אויף איהם און איהם שענדישען אלץ אפצאהל פאר ארויסברענגען די שווארצע פארבען פון דער איד מיום היווסדה, סיסטעמאטיש. ראובן, ראה הוזהרת. . .
דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 5:00 pm#251920
/
דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:58 pm#253222
/
מיטוואך פעברואר 25, 2015 1:59 am#255783
כבאמערקט די לעצטע שטיק צייט לויפן עדס אין איד פון די ניו יארק לאטארי, עפעס קומט עס מיר פאר מאדנע אז א היימישע אויסגאבע שטיצט און שטיפט צו געמבלינג, וואס האלט דער עולם.
דא איז פון לעצטע וואך
rps20150225_005808.jpg
rps20150225_005808.jpg (90.54 KiB) געזען געווארן 4716 מאל
מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:09 am#255784
פארוואס דען נישט, אביסל הכרת הטוב. די מוסדות מאכן דאך געלט דערפון
מיטוואך מערץ 25, 2015 4:59 pm#261734
כ'הער אז דער איד גייט פסח ארויף גיין צו דריי דאללער.
דאנערשטאג מערץ 03, 2016 5:56 pm#323253
אויך מיר עפעס א רב...

.
דאנערשטאג מערץ 03, 2016 6:02 pm#323256
אין בודקין מן המזבח ולמעלה. ער איז אן אייניקל פונעם שבט הלוי, דעטס איט...
מאנטאג מערץ 14, 2016 11:46 pm#325030
.
זונטאג מערץ 27, 2016 5:59 pm#326473
בשייכות די נסיעה פון מהר"א קיין מירון, איז גראדע אינטרעסאנט אז קיינער האט נישט געשריבן דא אין שטיבל איבער די דרשה וואס מהר"א האט געהאלטן אין דושינסקיא ביי א בר מצוה, וואו ער האט זיך קלאר אויסגעדריקט אז די מערכה פון די אויערבאך פארטיי האט גארנישט מיט סאטמאר, זיי גייען צו בחירות וכו', להוציא מליבן של צד מהרז"ל וועלכע שטעלן זיך אינאיינעם כדי צו אטאקירן דעם געמיינזאמען שונא פון גיוס בני הישיבות.

די געוואגטע דרשה האט פאראורזאכט א היבשער שטורעם, און געהויבן אסאך אויגן ברעמען און זאגאר ארויסגערופן מחאות אינערהאלב זיין אייגענע פארטיי; בעת אנדערע האבן עס יא פארענטפערט בטוב טעם ודעת, ומי אנכי להרים ראשי בין ההרים האלו...

עכ"פ דער אשכול איז נישט געאייגענט דערפאר, איך וויל בלויז צוברענגען 2 מאדנע אויסצוגן פון דער "פורים איד" כלפי די גאנצע נסיעה, ווי מהר"א האט גע'אסר'ט די לעמפלעך וכו'. לייענטס און האט הנאה :P

.