Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "דער איד"

"דער איד"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
150 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 364 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1037
דאנערשטאג מאי 19, 2016 12:07 pm#333751
שלמה שמש פארשווינדן

Ci0uY28UYAAyjS5.jpg
דאנערשטאג מאי 19, 2016 12:15 pm#333752
שמעון וואלף: איך האב שיעור נישט באקומען א הארץ אטאקע, ר"ל. אבער נאך א מינוט, קוקנדיג אויף ביידע בילדער האביך מיך בארואיגט. דו וואלסט געדארפט מוסיף זיין די צוויי ווערטער..."פונ'ם בילד"...! ווייל איך האב שוין אנגעהויבן דן צו זיין אויב דער אטלאנטיק אוישען הייסט א מים שאין להם סוף.... לגבי הילכות עגונה....ב"ה, ער איז חי וקיים לאורך ימים ונשים, עמו"ש. נו, מילא. אז מ'האט איהם געשניטן פונ'ם .."איד"... איז נאכנישט געפערליך...!
דאנערשטאג מאי 19, 2016 12:29 pm#333754
שמעון וואלף האט געשריבן:שלמה שמש פארשווינדן

Ci0uY28UYAAyjS5.jpg

פארשווינדן? נישט ממש. נאר סתם נישט געלייגט דעם גאנצן בילד
פרייטאג מאי 27, 2016 7:21 pm#334955
❗Pls share, this week's Der Yid newspaper has last week's Zmanim
מאנטאג אוגוסט 01, 2016 7:14 pm#344126
פאריגע וואך האבן זיי נאכגעברענגט אן ארטיקל און געגעבן קרעדיט פאר אידישע וועלט (אייוועלט)
דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:15 am#344176
אביסל קלארער
(ער שרייבט 'געמאכט לייכטע טוישטונגען אין גראמאטיק', אבער עס איז מלא טעותים)
דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:25 am#344180
שמעקעדיג: ייש"כ אז דו האסט באמערקט. אבער ס'איז נישט די זעלבע..."דער איד"...וואס איז געווען בימי מיין רבי ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. ער האט געהאט זייער א רייכע וואקאבולאר אין אידיש. כ'האב מיך געלערנט א סאך נייע אידישע ווערטער פון איהם. און ס'זענען נישט געווען קיין גראמאטישע טעותים אדער טעותי הדפוס (כמעט נישט) אויף זיין וואטש. איך רעד יעצט נישט פון דעם תוכן. נאר די שפראך איז געווען זייער געשמאק. נישט צו פארגלייכן צו דעם בלאט. וואס זעהט אייביג אויס ווי ס'איז געשריבן דורך א פאר חדר יונגלעך.
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 8:58 am#348042
IMG_20160901_085741.jpg
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:50 am#348054
WOW, אינטרעסאנט.
איך האב אבער מורא אז זיי האקן זיך אליינס אונטער די פוס, ווייל ווייניגער מענטשן וועלן קויפן דעם איד יעדע וואך.
אבער אפשר קען זיין אז אין די טעגליכע אימעיל וועט נאר זיין די נייעס, און אין די פולע צייטונג וועט שטיין השקפה, אפהאנדלונגען, עדיטאריעל, באריכטן פון די געלונגענע דינער וכו', וואס א גרויס חלק עולם קויפט עס צוליב דעם, צו האבן שבת נאכמיטאג וואס צו ליינען אין בעט.
פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 1:22 am#348151
שמעקעדיג: אז מ'רעדט שוין פונ'ם איד האביך מיך דערמאנט א פאר גוטע ווערטלעך. והנה...ס'האט איינער אמאל געפרעגט א שאלה אויב מ'מעג דעם איד אריינטראגן אין בית הכיסא. האט ער איהם געענטפערט. פרעיג בעסער צו מ'מעג עס ארויס ברענגען פון ביהכ"ס...!
איינער האט געפרעגט זיין חבר. (מענינא דיומא.) וויפיל מאל א וואך גייט ארויס דער איד...? האט ער איהם געענטפערט. איינמאל. רופטציך אן דער חבר. א איד וואס גייט ארויס איינמאל א וואך איז עובר אויף בל תשקצו...!
צוויי מענטשן האבן זיך אמאל געקריעגט. זאגט איינער פאר זיין חבר. איך וועל דיך אריינלייגן אין.."חית"...ענטפערט דער חבר. דו מעגסט מיך אריינלייגן אין..."חית"...אפילו אין..."טית"...נאר נישט אין יוד... :lol:
זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:00 pm#348356
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: אז מ'רעדט שוין פונ'ם איד האביך מיך דערמאנט א פאר גוטע ווערטלעך. והנה...ס'האט איינער אמאל געפרעגט א שאלה אויב מ'מעג דעם איד אריינטראגן אין בית הכיסא. האט ער איהם געענטפערט. פרעיג בעסער צו מ'מעג עס ארויס ברענגען פון ביהכ"ס...!
איינער האט געפרעגט זיין חבר. (מענינא דיומא.) וויפיל מאל א וואך גייט ארויס דער איד...? האט ער איהם געענטפערט. איינמאל. רופטציך אן דער חבר. א איד וואס גייט ארויס איינמאל א וואך איז עובר אויף בל תשקצו...!
צוויי מענטשן האבן זיך אמאל געקריעגט. זאגט איינער פאר זיין חבר. איך וועל דיך אריינלייגן אין.."חית"...ענטפערט דער חבר. דו מעגסט מיך אריינלייגן אין..."חית"...אפילו אין..."טית"...נאר נישט אין יוד... :lol:

איינע פון דע Z9 טשענעלס האט עס געלייגט אן געבן קרעדיט פאר בערלען

rps20160904_215941.jpg
זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:57 pm#348373
מר? קלוינומוס: ייש"כ. ס'דערווארעמט מיר דאס הארץ צו זעהן אז מיינע מאמרים ווערן איבערגעזאגט. אפילו אן געבן קרעדיט. ס'איז נאכאלץ בעסער ווי פארקערט. אז יענער זאלל נאכזאגן זיינע אייגענע צוקאליטשעטע חידושים אין מיין נאמען.
אויף דעם איז דא א מעשה מיט א משל פון דובנער מגיד.
דער דובנער מגיד איז אמאל געווען אין א שטאט אויף שבת. און ער האט געוואלט זאגן א דרשה שבת נאכמיטאג אין ארטיגן ביהמ"ד. אבער ער האט געזעהן אז ס'איז שוין דא אנ'אנדערער מגיד וועלכער האט איהם אויסגעכאפט. און ער האט געזאגט א דרשה אין שטאטישן שול. דער דובנער מגיד איז אויך געגאנגען אויסהערן די דרשה. הערט ער ווי יענער בעל דרשן שטעלט זיך אויף און זאגט נאך שיינע משלים און ר'האט געגעבן דעם פולן קרעדיט פאר'ן דובנער מגיד. דער עולם וועלכע האבן געקענט דעם דובנער מגיד האבן זיך געוואונדערט ווי ער זיצט אזוי רואיג הערט אויס ווי יענער פאקט זיין סחורה אן בעטן רשות. פלוצלינג געט דער דובנער מגיד זיך א שטעל אויף פון זיין פלאץ און ער לויפט צו צו דעם פאלשן מגיד און ער שרייט אויף איהם..."געניג...! געניג...! הער אויף...!
דער עולם האטציך זייער שטארק געוואונדערט און זיי האבן איהם געפרעגט. אונז פארשטייען נישט דיין התנהגות. מילא, ווען דו האסט געזעהן אין אנהייב דרשה אז יענער זאגט נאך דיין סחורה, פארוואס האסטו איהם נישט געסטאפט . און אינמיטן די דרשה ביסטו צוגעלאפן צו איהם און אפגעשטעלט...!
האט דער דובנער מגיד זיי געענטפערט, כדרכו, מיט א משל: ס'איז געווען אין א שטאט 2 ברידערס. איינער איז געווען א גרויסער עושר. דער צווייטער איז געווען אן ארימאן. איינמאל האט דער עושר חתונה געמאכט זיין טאכטער. האט דער ארעמער ברודער געטראכט ביי זיך. היינט וועט זיכער קומען א שליח פון מיין רייכן ברודער און מיך איינלאדענען צו די חתונה. האט ער נישט געגעסן זיין געוויינליכע סעודה. און ר'האט געווארט אז דער שליח זאלל קומען. ס'איז שוין געווארן שפעט און דער שליח איז נאכאלץ נישט געקומען און ער איז שוין זייער הונגעריג געווען. האט ער זיך מייאש געווען אז מ'וועט איהם נאך רופן צו די חתונה. און ער האט געגעסן זיין געוויינליכע סעודה, וואס איז באשטאנען פון א ביסל זויערע באנדלעך. ווען ער האט שוין געענדיגט צו עסן קלאפט מען אין די טיר. דאס איז געווען דער שליח פון זיין ברודער. ר'האט איהם גערופן צו די חתונה. דער ארעמער ברודער איז אנגעקומען צו די חתונה. און ר'האט געזעהן ווי מ'סערווירט די רייכע מאכלים האט ער זיך אויך צוגעכאפט און אנגעהויבן עסן. אבער אזוי ווי זיין מאגן איז שוין געווען איבערגעפולט האט ער זיך גענימען ברעכן. דער עולם האט אנגעהויבן שרייען ווארפטס איהם ארויס... אבער זיין ברודער האט נישט צוגעלאזט. פלוצלינג האט דער רייכער ברודער גענימען שרייען...ווארפטס איהם ארויס...! האטציך דער עולם געוואונדערט פארוואס אין אנהייב האט ער נישט געלאזט אז מ'זאלל איהם ארויסווארפן. און אינמיטן הייסט ער מ'זאלל איהם ארויסווארפן. ווען מ'האט איהם געפרעגט דעם פשט פון זיין התנהגות האט ער זיי מסביר געווען...מיין ברודער, וועלכער איז אן ארימאן האטציך צוגעכאפט צו די טייערע און געשמאקע מאכלים. און זיין מאגן האט עס נישט געקענט דערהייבן. און ר'האט עס אויסגעבראכן. ווילאנג ער האט געבראכן מיינע טייערע מאכלים האביך געמוזט ליידן פון איהם. אבער ווען ער האט שוין אנגעהויבן צו ברעכן זיינע זויערע באנדלעך. דאס ביניך שוין נישט מחוייב צו ליידן. דאס,פיהרט אויס דער דובנער מגיד איז דער נמשל. ווילאנג דער פאלשער מגיד האט נאכגעזאגט מיינע מאמרים האב איך געשוויגן. אבער וויבאלד ער האט אנגעהויבן נאכצוזאגן זיינע אייגענע שטותים אין מיין נאמען. דאס ביניך שוין נישט מחוייב צו הערן...!
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 7:05 pm#348625
Re: "דער איד"
בילד
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 9:38 pm#348641
Fake
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:26 pm#348812
ליפא האט געשריבן:Fake

ליפא: אויף עהם ביניך טאקע מסופק אויב דער צעטל פון די מחאה איז אמת. ווייל, כאטש ער איז א זיסער איד (איך קען איהם פערזענליך), איז ער אבער א שטיקל סוחר און א פארטיי מענטש.לדוגמא. ווען ער האטציך צוקריעגט מיט 53 און ער איז אריבער צו די זאלונים פארטיי, האט ער אמאל ביי א דרשה אדער בכתב זיך אויסגעדרוקט אויף אהרן וועלצ'ס בוטשער סטאר בלשון..."דער בוטשער סטאר אויף 53"...דו האסט דאך אליינס געגעבן השגחה אויף דעם סטאר. אלס סאטמאר'ע בוטשער. היינט ווייל דו האסט געטוישט פארטייען רופסטו עס שוין אן בלשון בזיון, כאילו ס'איז די בוטשער סטאר פון די מזרחי, רח"ל מהאי דעתא...!
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 3:07 am#349094
Re: "דער איד"
בילדבילדבילד
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 7:40 pm#349370
נאך א לענגערע צייט וואס "דער איד" קומט ארויס אין קלענערן פארמאט, געסטעיפלט, לשמחת כל הקוראים, איז כדאי צו אויפמערקזאם מאכן דאס פאלגענדע.

א. די קנייטש איז קיינמאל נישט אינדערמיט, ד"ה (ע"פ רוב) די לינקע זייט איז אביסל לענגער ווי די רעכטע. עס איז זייער נערווירנד, מאכט שווער צו האלטן און צו מישן.
ב. אויף רוב בלעטער איז פאראן א פרינטער מארק, ד"ה א לאנגע שטריך אונטן איבערן ברייט פונעם פעידזש, און האקט אפט אריין אין די טעקסט וואס מאכט מען זאל עס נישט קענען ליינען.
ג. די בלעטער זענען כמעט ווי פארקלעפט איינס אין צווייטן. עס קען זיך אזש צורייסן פון א שנעלן מיש. כ'טראכט אפשר איז עס אפילו א שאלה צו עפענען שבת, כאטש מסתמא נישט.

ווער עס קען האבן א השפעה אויף די רעדאקציע זאל ביטע איבערגעבן ולהנאה גדולה יחשב.
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 6:07 pm#351501
אן אנגענעמער סורפרייז האב איך היינט געהאט אינעם "איד" ביים זען א נארמאלן נייעס-באריכט וועגן שמעון פרס.
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 6:31 pm#351503
Re: "דער איד"
ראובן האט געשריבן:אן אנגענעמער סורפרייז האב איך היינט געהאט אינעם "איד" ביים זען א נארמאלן נייעס-באריכט וועגן שמעון פרס.


מקען אפילו לייענען א באהאלטענע רעספעקט אזוי צווישן די שורות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:04 pm#351519
ראובן: ייש"כ. איך האב נאכנישט געזעהן דעם ..."בלאט"...ממילא וויל איך נישט קאמענטירן איבער דעם ספעציפישן פאל. אבער ס'איז אין די לעצטע פאר יאר אנטשטאנען אן איראנישער מצב. אין וועלכן ..."דער איד"...ברענגט א מער אביעקטיוון און נארמאלן רעפארט. און דער בלאט, ברענגט מער ארויס די ..."גנות הציונים"...אגענדא...!
למשל, ביי דעם רעפארט וואס די איזראעלישע בג"ץ האט געגעבן רשות פאר די באן ארבעטער אנצוגיין מיט זייער ארבעט אום שבת, טראץ נתניהו'ס ארדער אז זיי זאללן סטאפן, האט ער נישט געקענט ברענגען אן אביעקטיוון באריכט. נאר ער האט געהאט א גרויסע העדליין..."בג"ץ ערלויבט אנצוגיין מיט פרעכע חילול שבת ביי די באן...!
אלעס האט א צונאמען...פרעכע חילול שבת...טמא'נע נחל חרדי...דער ראש הכופרים ביבי נתניהו...וכו'...!
זונטאג פעברואר 12, 2017 3:20 pm#362573
Re: "דער איד"
וועב זייטל

m http://www.deryid.org m
זונטאג פעברואר 12, 2017 3:27 pm#362574
Re: "דער איד"
.org ???
זונטאג פעברואר 12, 2017 4:24 pm#362579
Re: "דער איד"
Yup
For tax purposes only?
זונטאג פעברואר 12, 2017 8:51 pm#362611
ערווארט נישט צו ליינן דערפון אויף אייערוועלט, אבער כאפ א בליק אין די פאסט אפיס אינפארמאציע וואס זיי מוזן געזעצליך דרוקן יערליך. וועסטו זעהן אז אלע דריי סאטמארע צייטונגען זענען רעדשיסטערט אלס טשעריטיס יע יע.

For Genaive Purposes Only.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:42 am#362632
מיש נישט אויס א נאן-פראפיט מיט א טשערעטי ארג. ווען איינער גיט א נדבה פאר די איד באקומט מען נישט א צדקה דידאקשען.
מיטוואך מאי 10, 2017 8:23 pm#370538
אינטרעסאנט, משומר בלאקט דאך טעלעגראם!

.
מיטוואך מאי 10, 2017 8:32 pm#370541
אבער דער איד איז דאך ריין קנאות און זיי זענען לוחם אקעיגן די ציונים. וואספארא ציונים...? דער קלויזנבורגער רב זצ"ל און הרב אברהם יצחק הכהן קוק זצ"ל און הרב צבי פסח פראנק זצ"ל. און הרב שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל. אקעיגן אט די אלע ציונים קעמפט דער איד מיט ציין און נעגל (כלשונו הטמא...!). און ווען מ'דארף קענמען אנ-בלאקן דעם משומר פילטער...!
מוצ"ש מאי 20, 2017 11:22 pm#371859
Re: "דער איד"
יא יא איין טאג..בילד

Sent from my XT1096 using Tapatalk
מוצ"ש מאי 20, 2017 11:37 pm#371862
דער איד האט איין תפקיד. אויפצו ווייזן וויפיהל רשעות ס'ווערט אדורכגעפיהרט אין די פארשאלטענע מדינה של גהינום. אז די ציונים (וועלכע לעבן נאך) שיסן ערליכע אידן אין מיטן גאס. ס'איז ממש געווארן א מצב אז אן ערליכער איד קען נישט ארויסגיין אויפ'ן גאס. און די ערליכע אידן וועלכע שפייען אויף די פרייע גוי'טעס וועלכע גייען מיט סטראללערס און די ערליכע אידן וועלכע ווארפן שטעינער אויף אדורכפארנדיגע קארס אום שבת און אויכעט וועלכע פארברענען באס סטאפס. זיי אלע ווערן גערודפ'ט דורך די ציוניסטישע פאליציי. און זיי ווערן איינגעזעצט אין די פארשאלטענע ציוניסטישע תפיסות צוזאמען מיט אנדערע פארברכערס אזוי ווי זיי.
משא"כ דער חשוב'ער און הייליגער בלאט האט אן אנדער'ן תפקיד. הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א האטציך גענומען א תפקיד אין זיין לעבן (כאילו ער האט שוין נישט קיין שום אנדערע דאגות) אויפצו ווייזן וואספארא שוטה און טיפש נתן יהוא איז...! ביי א יעדע געלעגנהייט ווייזט ער אויף ווי נאריש ער האט געהאנדלט. כאילו איינער פון די ליינערס פון בלאט איז עפעס א מחותן מיט איהם. ער ווייסט נישט דעם סוד אז אונז האבן נישט געוואוט פאר איהם (אפילו די אגודה האט יא געוואוט פאר איהם) און אונז אינטרעסירט בכלל נישט צו הרב טעללער האלט אז ער איז א חכם אדער א טיפש...! מילא ווען ער זאלל אויפווייזן וואספארא שייגעץ און אפיקורס ער איז קענמען נאך פארשטיין וואס דער בלאט איז ביזי מיט איהם. אבער א טיפש...? דאס איז זיין שווער'ס דאגה. אז ער האט גענומען א טיפש פאר אן איידעם. און ער דארף זיך שעהמען מיט איהם אין ביהמ"ד. אבער זיכער נישט אונזער דאגה...א גוטע וואך...!
דאנערשטאג יולי 06, 2017 5:04 pm#378159
גם אני סוקריק...
דאנערשטאג יולי 06, 2017 5:14 pm#378163
signout האט געשריבן:גם אני סוקריק...

:like
מאנטאג יולי 31, 2017 2:41 pm#380879
סתם א באוועגלאזער אראבער, אידיאטן!!!
נישט קיין אראבישער טעראריסט חלילה, בהמות.
מאנטאג יולי 31, 2017 3:04 pm#380889
דער שופט איז דאך נאך א גרעסערע בהמה
מאנטאג יולי 31, 2017 7:03 pm#380925
געוואלדיג האט געשריבן:נישט קיין אראבישער טעראריסט חלילה, בהמות.


ער שרייבט פשוט נאך וואס על זשאזירע האט באריכטעט
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:51 am#381106
שמעון וואלף האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:נישט קיין אראבישער טעראריסט חלילה, בהמות.


ער שרייבט פשוט נאך וואס על זשאזירע האט באריכטעט


די ציוניסטישע לינקע פרעסע ברענגט עס אויך אזוי, ווען ער ברענגט פינעם המבשר וואלט בעסער געווען ?
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:28 am#381111
האסט זייער גוט מסביר געווען וואס איך האב געמיינט ארויסצוברענגען...
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:33 pm#381195
הרב סענדער דער דייטש (נישט דויטש. לידיעתך, שמעקעדיג.) זכותו יגון עלינו פלעגט האבן אלערליי שמות וכינויים פאר די אראבישע מערדערס, ימ"ש. ווי...פאלעסטינער יונגלעך...אדער...דיווערסאנטן. ווהאטעווער דהעט מיענס. אלעס. אבי נישט קיין טעראריסטן. נו. זיי טוען דאך א גוטע זאך. זיי הרג'נען ציונים...!
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:22 pm#381201
בערל, ס'שוין אינטערגעוואקסן א גאנצע דור אשר לא ידע את סענדער. וואס פעלט אויס אים צו דערמאנען אין יעדע דריטע תגובה? דאס קען נאך גורם זיין אז די יונגווארג זאל זיך עפענען די אויגן און פרעגן קשיות וואס, ווי, ווען, און צום סוף אינגאנצן פארכאפט ווערן
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 1:06 pm#381243
ר' בערל האט לעצטנס, אנשטאט דערמאנען ר' סענדער אין יעדע דריטע תגובה, אנגעהויבן דערמאנען 'שמעקעדיג' אין יעדע פערטע תגובה :lol:
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 8:13 pm#381296
שמעקעדיג: אמת. וואס האמיר פון ר' סענדער זכותו יגון עלינו. בגן עדן תהא מנוחתו. איין זאך צו וואס איך בענק נאך ר' סענדער. ס'איז היינט (כמעט) נישט בנמצא א מענטש וואס זאלל שרייבן אידיש און לשה"ק מיט אזא פונקטליכקייט און פראפעסיאנאליזם ווי ער.ער איז געווען א ספרא רבה. היינט ווען איך פארגלייך די פירקלונגען פון הרב ש.ב. מרגליות המכונה הרב שמואל שלמה טעללער (אדער פארקערט) צו די ארטיקלען פון ר' סענדער דייטש ע"ה ווייס איך נישט אויב איך זאל לאכן אדער וויינען...!
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:21 pm#384008
לעצטע וואך אין דער איד איז מיר געווען א פלא די צעמישעניש פון דעות שונות.
עס איז מיר געווען אינטרעסאנט, און כ'האב געטראכט צו נעמען די צייט און עס מיטטיילן פארן עולם.

אין עדיטאריעל פון דער וואך, ברענגט דער איד ארויס ווי פרייליך די עלטערן זענען אז מען גייט צוריק צום נייעם יאר אין חדר/שולע, ממש ס'הארץ וואקסט פאר פרייד, עד כדי כך אז די עלטערן נעמען גערן אן די העכערונג פון שכר לימוד, ווייל וואס טוט מען דען נישט פאר די קינדער!...
און אינטערנעט איז אסור, דאס דארף ווערן גענצליך גע'אסר'ט און אויסגעריסן! און זיך פירן נאר אזווי ווי די הנהלת המוסדות פארלאנגען, ווייל נאר אזוי האט די המשכת הדורות א קיום, און אפילו די אנדערע אמעריקאנע משכיל'ישע שולעס זענען מודה דערצו.

Editorial_1.jpg

Editorial_2.jpg


פון איד צום איד, שרייבט איינער א בריוו אז יונגעלייט קענען זיך ענדליך צעשפרייטן אויף אנדערע מקומות, מען קען ברענגען פרנסה דורך פארקויפן אויף "עמעזאן"... אוי, סאו דארף מען יא האבן די טריפה'נע אינטערנעט?

Amazon.jpg


אביסעלע שפעטער ביי דעם "דא און דארט" קאלום, רעדט זיך דער שרייבער אויס אויף דעם אנשיקעניש פון "נושרים" אז ליידער אזויפיל אידן גייען נעבעך אראפ פונעם דרך, און ער שרייבט א פלא פון א זאך, אז כאטש די טעכנאלאגישע כלים זענען אסאך שולדיג דערין, קען נישט זיין אז בלויז דער אינטערנעט איז דער גורם צו די אלע פראבלעמען, און מען דארף אריינקריכן טיפער צו זעהן וואס דער פראבלעם איז - א זאך צו וועלכע איך בין שטארק מסכים!

Noshrim.jpg
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:44 pm#384011
שמעקעדיג: ייש"כ. נאר איך האב איין בקשה. זאג פאר דעם שרייבער פון דעם קאלום..."פון דא און דארט"...אז אויב ער ווייס נישט פארוואס ס'איז דא אזויפיהל נושרים/או.טי.די.'ס בלע"ז. זאלל ער זיך פארבונדן מיט בערל בעל עגלה. און ער וועט איהם שוין פונקטליך זאגן וואס נאך חוץ דעם אינטערנעט און די טעכנאלאגישע כלים ס'איז שולדיג אין דעם פאקט אז ס'דא א סאך נושרים...! ער קען באקומען די פולע ליסט...!
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 3:13 pm#384023
שיין צו זעהן אז ער האט איינמאל גענומען די געלעגנהייט צו שרייבן עפעס פון דא אויך. געווענליך שרייבט ער נאר פון דארט.

ווי קומט אבער צו א שרייבער אין דער איד צו נוצן אן העברעיש ווארט ווי נושרים, איך פארשטיי אז ער פארענטפערט זיך שיין אז ס'איז איהם בייגעפאלן די טערמין פון א משנה.........

עס איז צום האפן אז אין דער נאענטן וועלן זיי יא כאפן אז די אינטערנעט איז נישט די שורש פונעם פראבלעם.
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 4:04 pm#384026
קורקלענד: ער האט עס געשריבן ..."בהברה אשכנזית"...!
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:29 pm#384111
@שבת אחים
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 10:40 am#386013
אין רעאקציע צום אויבנדערמאנטן ארטיקל וועגן נושרים במחנינו, האט א שרייבער אריינגעשיקט דעם פאלגענדן בריוו צום "איד":

.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 3:25 am#386485
לכבוד סוכות - צוויי מאל דריי טעג יו"ט - האב איך מיך איינגעהאנדעלט דער איד, כמנהגי, צו זיין אביסול אפ-טו-דעיט מיט די שטותים וואס מ'פארקויפט פאר די ליינער. איין פון די אונטערעסאנטע זאכן וואס איך געדענק איז אין אן ארטיקל ווי מ' באשרייבט א נסיעה למקומות הקדושים דורך די סאטמערע כולל אין א"י. שטייט דארט אז די ערשטע ציון ווי מ'האט זיך אפגעשטעלט איז געווען ביים "הייליגן תנא ר' בניהו בן יהוידע"....
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 1:30 pm#386628
שמעון וואלף: דער דער איד איז די בעסטע עקזעמפל צו וואס עם הארצות און פארשטאפטקייט קען פיהרן. ווער שמועסט נאך אז די עמי הארץ געבן ארויס א צייטונג. וואס ער איז נאר גוט אין איין סאבדזשעקט. שימפן און באשמוצן אלע גדולי ישראל. אין אלע אנדערע הינזיכטן איז ער א גרויסער, קנאקעדיגער כישלון. ס'איז דא א סאך צו שרייבן איבער זייער עם הארצות. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...נאר איין קליינער עקזעמפל . אחד מני אלף...מיט עטליכע יאר צוריק אין זייער פורים אויסגאבע האבן זיי געברענגט א בילד/פארטרעט וועלכעס איז בארימט ביי די גויים. וואס הייסט ..."די לעסט סאפפער"... מיט יאשקע. און דער איד האט געשריבן פאר א קעפשאן..."אידן זענען זיך משמח פורים"...!
מאנטאג אקטאבער 30, 2017 10:58 am#387895
איך האב פונקט געזען אין דער טעגליכע איד היינט אזא ציטאט

און אינאיינעם מיט די סטראשע-ווערטער איז מיטגעקומען א בילד פון פרינץ דזשארדזש, דאס קליינע קינד פון פרינץ וויליאם, א זוהן פון פרינץ דזשארדזש און אייניקל פון קעניגין עליזאבעט


איך מיין אז מ'האט פארזען א הלכה - לעולם ירוץ אדם לקראת מלכי עכו"ם וכו'. דער פרינץ וויליאם איז א זוהן פון פרינץ טשארלס, און נישט דזשארדזש.