Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "דער איד"

"דער איד"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
150 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 364 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1037
מאנטאג יולי 09, 2012 10:58 am#22628
"דער איד"
"דער איד" איז געגרינדעט געווארן אין יאר תשט"ו דורך דר. אהרן ראזמארין ווי א צוויי-וואכיגע צייטונג. ראזמארין איז געווען א רעדאקטאר ביים "מארגן זשורנאל" און נאכדעם וואס עס האט זיך פארמאכט, און זיך דערנאך צוזאמענגשטעלט מיט'ן "טאג", האט ער פארלוירן זיין פאזיציע.

אנדערש ווי די רעדאקציעס פון דעם "טאג" און דעם "מארגן זשורנאל" איז ראזמארין געווען א שטארק פרומער איד, און די נייע צייטונג וואס ער האט געגרינדעט, "דער איד", האט פארמאגט א שטארק פרומער כאראקטער, און איז טאקע געווען די פרומסטע אידישע צייטונג אין יענער תקופה.

ראזמארין איז געווען א שטארקער סימפאטיקער פאר דער נייער אידישער מדינה. אבער ווי נאר סאטמאר האט אפגעקויפט "דער איד" האט די צייטונג אנגעהויבן גענוצט ווערן פאר די סאטמארער מערכה קעגן מדינת ישראל. אין לויף פון צענדליגער יארן פלעגט די פאדערשטע זייט פון "דער איד" זיין מיוחד פאר נייעס פון מדינת ישראל. כמעט וואס אנדערע נייעס האבן נישט פיגורירט דארטן.
Der Yid 1973.JPG
Der Yid 1973.JPG (46.37 KiB) געזען געווארן 10453 מאל

א טיפישע ערשטע זייט פון אן אמאליגן "איד"

אין די ערשטע יארן פלעגט "דער איד" באשטיין פון בלויז עטליכע זייטן, און האט פארמאגט א צוויי-זייטיגע ביילאגע אין ענגליש. סאטמאר האט געהאט א חלום צו פארוואנדלען דעם "איד" אין א טעגליכער צייטונג, צו קענען קאנקורירן מיט די אלגעמיינע אידישע צייטונגען פון יענער תקופה – עס האט זיך אבער קיינמאל נישט אויסגעארבעט (שפעטער, אין יאר תשל"ג, האט סאטמאר – אין קאלאבאראציע מיט ליובאוויטש – ארויסגעגעבן א טעגליכע צייטונג וואס האט אנגעהאלטן איין חודש. און יא, סאטמאר האט לאנגע יארן געהאט פאזיטיווע שייכות מיט ליובאוויטש. זע דא אין "דער איד" פון תשי"ח צוויי בריוו, איינס פון האדמו"ר מסאטמאר ז"ל און איינס פון האדמו"ר מליובאוויטש ז"ל).

דער ערשטער רעדאקטאר פון "דער איד" איז געווען ר' בערל פריעדמאן ("בערל פרייליך"), דער היינטיגער ראש הקהל ביי קהילת סאטמאר בנשיאות האדמו"ר ר' אהרן. שפעטער זענען געווען רעדאקטארן ר' סענדער דייטש ע"ה ("אליעזר עפשטיין") און ר' חיים משה שטאובער ("שמחה בוימל"). די אלע האבן גענומען זייער הדרכה וויאזוי צו פירן די צייטונג פון האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר ז"ל.

אין לויף פון די יארן איז "דער איד" געווען דער כלי-זיין מיט וועלכער סאטמאר האט זיך געשלאגן מיט אירע שונאים. בראש וראשון זענען געווען די ציונים, מזרחי און אגודה – אנגעפאנגען פון הגראי"ה קוק ז"ל און געענדיגט מיט הרב שך ז"ל – אבער נאכדעם איז עס אריבער צו די פארשידענע שטרייטן וועלכע האבן אויסגעבראכן צווישן סאטמאר און אנדערע קרייזן. דער ליובאוויטשער רבי ז"ל האט אין א שמועס שבועות תשמ"ה שארף ארונטערגעריסן דעם "איד" וועגן דברי ליצנות וואס זיי האבן געדרוקט קעגן זיינע פראיעקטן. נאך עטליכע יאר פריער איז אין סאטמאר גע'אסר'ט געווארן צו לייענען די ליובאוויטשער צייטונג "דער אלגעמיינער זשורנאל".

אין די תש"מ-יארן איז "דער איד" גענוצט געווארן אין דער מערכה קעגן קהילת בעלזא. באקאנט איז די סעריע מאמרים פון ר' משה לייב דייטש, געשריבן אין לשה"ק, וואו ער האט שארף ארונטערגעריסן די בעלזער קהילה און זייער רבי. "המחנה החרדי", די בעלזער צייטונג, איז אוודאי נישט שולדיג געבליבן, און אזוי זענען פיילן געפלויגן אהין און צוריק. ווען די עקסטרעמערע פראקציעס אין סאטמאר האבן רעוואלטירט קעגן דער הנהגה פון האדמו"ר בעל ברך משה ז"ל, זענען געדרוקט געווארן גאר שארפע מאמרים קעגן זיי, ובפרט קעגן די מנהיגים פון יענע קהילות, ווי הג"ר אברהם לייטנער ז"ל און הג"ר רפאל בלום, קאשויער רב, ז"ל. פון די קהילות זענען טאקע פובליצירט געווארן בריוו וועלכע האבן פארדאמט דעם "איד" מיט שארפע לשונות, און גע'אסר'ט אים צו לייענען.

פארשטייט זיך אז די שארפסטע מערכה וואס "דער איד" האט נאר אמאל אנגעפירט און אויף וועלכער ער האט די מערסטע טינט פארגאסן, איז אונטערצוברענגען די אדמו"רות פון האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר. אנגעפאנגען נאך פסח תשנ"ט איז "דער איד" געווארן שארפער און ווילדער פון וואך צו וואך. אזש, קיין שום מיטל איז נישט פארקוקט געווארן. אין דער צייט וואס אפילו אין דער אויסגאבע נאך סעפטעמבער 11, 2001, האט "דער איד", ווי אן ערנסטע צייטונג, פארמאגט אן ארטיקל אויף דער ערשטער זייט, האט אבער פאליטיק פארלאנגט עטליכע יאר שפעטער אנצושמירן א ריזיגן בילד אויף דער גאנצער ערשטער זייט וואס האט לויט אים פארשעמט דעם דעמאלטדיגן רב אין קרית-יואל, האדמו"ר ר' אהרן. "דער איד" האלט זיך אויך נישט צוריק פון דרוקן גאנצע ביילאגעס וועלכע טוען לויט זיי טשעפען מיט ר' אהרן.

טראצדעם וואס "דער איד" פארמאגט א גוטער זשורנאליזם (ער איז ארום צען יאר צוריק באצייכנט געווארן דורכ'ן "פארווערטס" ווי "די גרעסטע און שענסטע אידישע צייטונג"), זענען די רעדאקטארן גרייט צו פארקוקן אלע יסודות פון זשורנאליזם, ארויסנעמענדיג ביליגע געלע זשורנאליזם אויף צו פארדאמען האדמו"ר ר' אהרן, זיינע חסידים, און זיין צייטונג "דער בלאט" – וועמען זיי האבן, איראניש, באטיטלט ווי "געלע זשורנאליזם".

"דער איד" איז מקפיד אויף א הויכער מאס פראפעסיאנאליזם, און ארטיקלען גייען דורך א שטארקע הגהה. די גראמאטיק איז נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, אבער איז געווענליך איינהייטליך דורכאויס די גאנצע צייטונג. אבער אנשטאט "דער איד" זאל שטיין מיט זיין קוואליטעט העכער זיין קאנקורענט "דער בלאט", האט ער ווי נאר "דער בלאט" האט זיך געגרינדעט אים אנגעהויבן נאכמאכן. ווען "דער בלאט" האט אנגעהויבן דעקן אלע חסידישע הויפלעך אין א קאלום "וואס נאך טוט זיך בעולם התורה והחסידות...", איז "דער איד" דאס תיכף נאכגעשפרינגען. ווען "דער בלאט" האט אפגעשטעלט דעם קאלום, און האט אנגעהויבן דעקן פראמינענט אלע קליינע נייעסלעך, האט "דער איד" ווידער נאכגעמאכט. ווען "דער בלאט" האט אנגעהויבן לייגן א דגוש אויף בילדער, איז דער זעלבער דגוש תיכף געווען צו געפינען אין דעם "איד". (עס איז כדאי צו באמערקן אז אין יאר תשנ"ח האט "דער איד" געמאלדן אז כדי מקיים צו זיין דעם רצון פון דעם סאטמארער רבי'ן ז"ל וועט מער נישט געדרוקט ווערן קיין בילדער וועלכע אנטהאלטן די צורה פון א פנים פון א מענטש. דאס איז טאקע אנגעגאנגען פאר עטליכע יאר, און אפילו אנאנסן וועלכע האבן פארמאגט קליינע קאריקאטורן וואו מ'האט געזען מענטשליכע געזיכטער זענען פארמעקט געווארן, ביז "דער בלאט" האט זיך געעפנט, און די רעדאקציע פון "דער איד" האט פארגעסן פון דער תקנה וואס זיי האבן געמאכט.)
גאנץ לעצטנס, ווען "דער בלאט" האט אנגעהויבן אויסשטעלן די ערשטע זייט ווי א טאבלאיד, מיט קעסטעלעך וועלכע געבן רעפערענצן צו ארטיקלען וועלכע געפינען זיך אין די בלעטער פון דער צייטונג, איז דאס "דער איד" תיכף נאכגעשפרינגען. ווען "דער בלאט" האט מחליט געווען אויפצוהערן דעקן וועלטליכע נייעס אויף דער ערשטער זייט, האט "דער איד" דאס גלייך נאכגעמאכט.

אין קורצן: "דער איד" טראגט די ברייטע היסטאריע פון סאטמאר אין לויף פון די לעצטע פופציג יאר. א בליק אין די ארכיוון פון "דער איד" ווייזט דאס ארגסטע וואס סאטמאר האט צו ווייזן. די שמוציגע מערכות, הלבנת פנים, נארישע און לעכערליכע ארגומענטן, און בעיקר שחצנות אויפ'ן ערגסטן פארנעם. טראצדעם וואס זשורנאליסטיש גערעדט שטייט "דער איד" העכער ווי אנדערע אידישע צייטונגען, איז עס אבער אויך פיל שמוציגער און לאזט זיך אראפ פיל שארפער און נידריגער ווען עס קומט צו פאליטישע אינטערעסן.

אבער אנשטאט די ליטערארישע מעלות פון דעם "איד" זאל זיין עפעס וואס הייבט עס העכער ווי די אנדערע, קוקט גאר אויס אז די דארטיגע רעדאקציע שעמט זיך דערמיט. א צייטונג פון גוטן קוואליטעט דארף נישט נעמען ווי א וועגווייזער א "צייטונג" וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך עטליכע אומערפארענע ליצים.
מאנטאג יולי 09, 2012 11:09 am#22633
אט זענען עקזעמפלארן פון אויסגעשפראכענע אמעראצעס אינעם "איד" פון די פארלאפענע וואך. דער בלאט האט אויך זייער אסאך מאל געפערליך-קינדישע קעפלעך, אבער היות מען צעלאזט זיך דא כאילו דער איד איז עשר מעלות פאראויס און בעסער, ערלויבט מיר צו ברענגען די עקזעמפלארן:

כהאב בילדער, אבער ער לאזט מיר נישט ארויפלייגן, ווייל סאיז צו גרויס אין סייז.

*

אט איז דער ערשטער עקזעמפלאר: א באקסל איבער העלט קעיר רעפארם, שרייבט ער וויאזוי דער אורטייל וועט אויסמאכן פאר יעדן. הייבט ער אן:

"די אומאינשורד"...

ערנסט? האסט נישט געקענט טרעפן א אידישע איבערטייטשט פאר דעם ווארט?

------

צווייטע עקזעמפלאר:

"אבאמא און ראמני נעמען נישט קיין "וואקעישאן" פונעם העפטיגן פרעזידענט קאמפיין"

כ'וועל נישט אריינגיין אינעם פאקט אז דער אויסלייג פונעם קעפל איז געפערליך קינדיש, ווייל מ'וואלט עס געקענט שרייבן מיט פיל מער פראפעסיאנאלקייט, אבער פשוט אז ער וועט ענדערש שרייבן וואַקעישאָן ווי וואקאציע, is beyond me...

------

דריטע עקזעמפלאר:

"ראמני וויל זיך אריבערכאפן קיין מדינת ישראל צו צייגן נאנטערע באציאונג"

דאס איז שוין א חידוש נפלא. אינדערצייט וואס ער קען שרייבן "ראמני פלאנירט באזוך קיין מדינת ישראל", "ראמני וועט אפשטאטן באזוך אין מדינת ישראל" און פילע אנדערע וועגן, האט דער שרייבער באשלאסן צו גיין אויפן מערסט-קינדישן וועג און שרייבן "וויל זיך אריבערכאפן". ריעלי? ער וועט זיך אריבערכאפן? מיט א היטש? וויאזוי?....

------

פערטע עקזעמפלאר:

"אבאמא פארשטארקערט אטאקע אז ראמני האט "אַוטסאָרסד" דזשאבס קיין אויסלאנד"

ערשטנס: די וועלכע ווייסן וואס דער ווארט "אוטסארסד" מיינט, דארפן נישט אז דו זאלסט עס פינטלען פאר זיי...

צווייטנס: די וועלכע ווייסן נישט וואס דער ווארט מיינט, גייט עפעס העלפן אז די פינטלסט עס? קענסט נישט שרייבן "אבאמא פארשטארקערט אטאקע קעגן ראמני'ס שיקן דזשאבס קיין אויסלאנד" אדער עפעס ענליכעס?

------

פינפטע עקזעמפלאר:

דאס האבן מיר איבערגעלאזט צום לעצט, צוליב די מתיקות פון די אמעראצעס, וואס דער שרייבער צייגט ארויס אז ער הייבט נישט אן צו פארשטיין וואס די נייעס איז.

"פרוי קלינטאן "אטאקירט צוריק" אבאמא אין נייעם ראמני-עד"

לאמיר לייגן אין א זייט דער פאקט אז דער שרייבער ווייסט נישט פון אזא ווארט "רעקלאמע" און נוצט דעריבער די ווארט "עד".

די נייעס איז איבער דעם וואס ראמני'ס קאמפיין האט אנגעהויבן נוצן אלטע אטאקע רעדעס וואס קלינטאן האט געגעבן קעגן אבאמא אינעם 08' פריימערי.

פונעם קעפל קריגט דער ליינער נישט דאס מינדעסטע אינפארמאציע איבער וואס די נייעס איז און מען גייט ארויס צעמישט ביז גאר.
פרייטאג יולי 13, 2012 2:39 am#23953
א גראבן טעות וואס כ'האב געטראפן אין איד'ס עדיטאריעל די וואך.
אין א פרואוו צו ווייזן אז דער בעלזער ח"כ, ישראל אייכלר איז מער אויפגעקלערט ווי אלע אנדערע חרדישע ח"כ, ברענגט ער פיל מיט ציטאטן פון חרדישע חברי כנסת און דערנאך פארגלייכט ער זיי צו ישראל אייכלר'ס ציטאט.‬
‫ער ברענגט ציטאטן פון יאנקל ליצמאן פון גור‬, משה גפני פון די ליטווישע, ‫אורי מקלב פון די ספרדישע,‬ ‫און מנחם מוזס פון וויזניץ‬, ‫מיט דעם וויל ער דעקן אלע חרדישע פראקציעס אין כנסת.‬
‫די פראבלעם איז נאר אז אורי מקלב איז א ישיבישער פארטרעטער‬...
פרייטאג יולי 13, 2012 9:46 am#23963
צוצולייגן צו "עס עפעס" טעותים אין איד. כמעט יעדע וואך איז דא א טעות אין איד ווען די שרייבער דארט שרייבן אז "וויליאמסבורג איז אונטערן רושם" אא"וו, אויב וועסטע פרעגן וויליאמסבורגע אידן צי זיי זענען אונטערן רושם וועלן זיי דיר אנקוקן ווי פון קאפ געפאלן. -- נאך א טעות, ביי רביש'ע לויות שרייבן די אמעראצישע "איד" שרייבער אייביג העכערע ציפערן באטייליגטע ווי דער אמת איז, דעי טעות האלט שוין אן יארן, און ס'דיקרימינעט נישט צווישן איין רעדאקטאר אינעם צווייטן.

אז מ'רעדט שוין פון אמעראצישע טעותים אין צייטונגען, האב איך געזען לעצטענס א שרעקליכער אמעראציש'ן טעות אינעם "טיימס", דער שרייבער באריכט איבער אבאמא קעיר זאגט ער אז ס'וועט נישט הייבן טעקס'ס. א שרעקליכער טעות! אלע זעלבסשטענדיג אנאליזסט'ן זאגן פארקערט.
פרייטאג יולי 13, 2012 9:49 am#23964
זר זיסער, כהאב מיר שוין אויסגע'טענה'ט דאס מיט דיר אין אישית. שפיל עס נישט נאכאמאל אויף דא אין פובליק...

מיינע עקזעמפלארן זענען טעותים אין אידיש-שרייבן כללים, ווי כ'קלער אז קארל און אנדערע מבינים וועלן מודה זיין.

דאס וואס דו ברענגסט אז א פשוט'ע מחלה פון איבערטרייבן (ביים איד'ס פאל) און א פשוט'ע מיינונג'ס פארשידנהייט פון דזשורנאליסטן און שטייער עקספערטן (ווי ביים טיימס פאל)

פינטל.
פרייטאג יולי 13, 2012 9:53 am#23965
"אין אידיש שרייבן כללים" ?

"אוטארסן" איז נישט אידיש. -- ד.מ. אז דיין גאנצער בנין צופאלט.
------
א טעות איז ווען דו ווילסט איין זאך און בטעות טוסטע א צווייט'ס, ווען דו ווילסט אבער טון די צווייטע זאך איז עס נישט קיין טעות, אפילו ס'געפעלט נישט פאר אנדערע! -- געוויסע איד שרייבער האבן אנגעהויבן שרייבן אין א מהלך מער כלשון בני אדם, דעי שרייבער ווייסט גאנץ גוט פון די ווארט "רעקלאמע" פונקט אזוי ווי דו ווייט פונעם ווארט "פליז" אפילו ווען דו שרייבסט שרייבסטע "ביטע"...
פרייטאג יולי 13, 2012 9:59 am#23968
ס'דא גענוג ריכטיגע טעותים אינעם איד. איך מיין אז פאריגע וואך איז געשטאנען "ראמני" 2 מאל דארט וואו ס'האט געדארפט שטיין "אבאמא", און נאך טעותים דא און דארט. דיינע טעותים זענען סתם געקראכנע אויף גראדע ווענט.
פרייטאג יולי 13, 2012 10:11 am#23971
קארל, איך האב דיר שיעור געגעבן א "לייק", נאר כ'האב אינמיטן דיין ארטיקל באמערקט ווי דו שרייבסט נאך ווארט ביי ווארט פונעם וויקיפידיע, וועלכער איז נישט אזוי 100% אקוראט.
פרייטאג יולי 13, 2012 10:14 am#23972
אין א עלטערן דרוק פון איינע פון די ספרים פונעם חפץ חיים האב איך געזען דארט אין די הקדמה רעדן פון א "עתון דער איד" פון די ת"ר יארן.
פרייטאג יולי 13, 2012 11:39 am#23992
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקען אז אנפאנג ווען סאטמאר האט איבער גענומען די צייטונג איז דאס אין א געוויסע זין געווען אומפארטאייש, סתם כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א האט נישט געמיינט סאטמאר ווייל אויף סאטמאר רבי׳ האט מען אויך געשריבען אדמו״ר מסאטמאר, ווי אויך זענען די טיטלען געווען אויף יעדען רבי׳ן אייניג אן קיין פארטאייעשיע ליניעס (דאס איז חוץ א מעשה אז די טיטלן דעמאלטס זענען געווען אסאך נארמאלער אן קיין צוויי שירות רשכבבה״ג סטייל...), עס איז וואלט געווען אינטערעסאנט צו דערגיין ווען זיי האבען עס געטוישט צו א אפציעלער סאטמערע צייטונג.
פרייטאג יולי 13, 2012 11:43 am#23996
דער איד שרייבט היינט כ"ק אדמור מסאטמאר שליטא, אדער סאטמארער רבי. נישט פלעין כ"ק אדמור שליט"א
פרייטאג יולי 13, 2012 12:06 pm#23999
זר זהב האט געשריבן:דער איד שרייבט היינט כ"ק אדמור מסאטמאר שליטא, אדער סאטמארער רבי. נישט פלעין כ"ק אדמור שליט"א

נישט ריכטיג, זיי שרייבן הר' אהרן ט"ב.... :P דזשאסט קידינג.
צו שרייבן זיי נישט "כ"ק מרן האדמו"ר מ'סאטמאר"?
פרייטאג יולי 13, 2012 12:08 pm#24002
ניין, געווענליך נישט.
פרייטאג יולי 13, 2012 12:15 pm#24004
זר זהב האט געשריבן:ניין, געווענליך נישט.

די אמת איז אז איך ללין נישט צו אפט דעם איד, דערפאר ווייס איך נישט צופיל. אבער די קעפלעך זע איך דאך אין געשעפט. האבן זיי נישט ביים כינוס כלל ישראל געשריבן עפעס אזוי ווי "אלע גדולי ישראל ובראשם כ"ק מרן האדמ"ר מסאטמאר"?
פרייטאג יולי 13, 2012 12:17 pm#24006
יא ביזט גערעכט. דאס איז אבער נאר ביי א מעידזשער מעידזשער איווענט. געווענליך נישט.
פרייטאג יולי 13, 2012 12:36 pm#24013
קארל, אודה ולא אבוש
איך הייב אן טראכטן אז איך האב דיר יא אימזניסט אטאקירט אינעם פריעדיגן אשכול פין בלאט
ווייל איך גלייב נישט זאלסט האבען געפנט די אשכול נאר צו ווייזן אז די ביזט נייטראל...

עניוועי, איך האלט ווייטער אז די זשוראנעליזום פין איד קומט נישט צי צו אמאליגע צייטונגען
קענסט אפשר זאגען אז די בלאט איז ערגער, אבער ער איז נאך ווייט פין זיין א ערנסטע צייטונג
אין ווען עס קומט צו פאליטיק מוז עס יעדער מודה ווייל דארט עס שרייט ארויס
קוקט אהער למשל פאריגע וואך מען האט שוין געהאלטן די 2'טע איד נאך די וואלען אין ער האט געהאט די ערשטע 8 זייטן מיט א קעפל אויפן ערשטען זייט
ווי ער האט אטאקירט די בלאט אין יוסי געשטענער אויף זייער א נערישע שטיייגער,
אין די וואך האלט עס ווייטער אן, איבער א האלב דאזען פעיזשעס זענען רעזעווירט איבער די וואלען אין קעגן די בלאט
ווען עס קומט צו פאליטיק וועט דער איד בכלל טראגען זיין ציבור אויף א רייד אין זיי פיטערן מיט הוילע פאנטאזיעס
למשל די וואך האט ר' משה שטערנבוך גערופן אלע גרויסע רבנים אין אמעריקא מען זאל זיך צוהעלפן פאר די נייע גזירה וואס ליגט יעצט אויפן טיש
אבער אין איד ווייסט מען נאר פין איין רבי'ן וואס מען האט גערופן אין מאכט דערפון א ריזיגע העדליין אויפן צווייטען זייט
די זעלבע איז מיט די אסיפה איבער מציצה בפה ווי ער איז מסביר אז זיין רבי האט פאררופן אין געפירט די אסיפה
(ווען אין פאקט איז ער אוועק צו א חופה פאר א האלבע שעה פין א מיטינג וואס ער זאל האבען פאררופן...)
בכלל ווען מען ליינט דער איד, קוקט אויס ווי סאטמאר פירט די וועלט ברחניות אין בגשמיות
ווער געדענקט דען נישט ווען טעפ איז געווארען באשטעטיגט איז די קרעדיט געקומען פאר ''וויטא לאפעז''
אדער ווען די וואוטשער איז ערלעדיגט קומט זיך די קרעדיט נאר פאר משה דוד נידערמאן אין סטיוו לעווין
אין צייט וואס דוד גרינפעלד איז געווען דער ערשטער צו פארפירן דערוועגן נאך פאר ער איז ערוועלט געווארען צום סיטי קאנסול
אזוי זענען דא צענדליגן ביישפילן ווי דער איד פיטערט אין גלעט זיינע ליינער וועלכע זענען זייער פארגלייבט אין אים

דער בלאט, סערווירט טאקע די ארונים אבער וועט קיינמאל נישט אריינלייגן אזויפיל דגוש אויף די זאכען ווי דער איד
די ס''ה איז, ביידע צייטונגען דארפן א תיקון, אין ביידע האבען מעלות
פרייטאג יולי 13, 2012 12:36 pm#24014
זר זהב האט געשריבן:קארל, איך האב דיר שיעור געגעבן א "לייק", נאר כ'האב אינמיטן דיין ארטיקל באמערקט ווי דו שרייבסט נאך ווארט ביי ווארט פונעם וויקיפידיע, וועלכער איז נישט אזוי 100% אקוראט.

און פאר איבערשרייבן וויקיפעדיע אויף אידיש קומט נישט קיין לייק?
קידינג אסייד - פון וויקי האב איך בלויז גענומען די פאקטן ארום די אומשטענדן וועלכע האבן געברענגט ראזמארין צו עפענען דעם ״איד״, וואס פארנעמט בלויז צוויי שורות אין מיין היבש לאנגען ארטיקל.
פרייטאג יולי 13, 2012 12:44 pm#24019
אינעם וויקיפיעדע זייט אויף דער 'בלאט' איז געווען געשריבן "אלעס" וואס דער איד האט זיי כלומרשט נאכגעמאכט, און דו שרייבסט דא געוויסע זאכן וואס דארט איז געשטאנען. יעצט זעה איך אבער ווי איינער האט עס גע'עדיט קאמפליטלי.
פרייטאג יולי 13, 2012 12:51 pm#24024
זר זהב האט געשריבן:אינעם וויקיפיעדע זייט אויף דער 'בלאט' איז געווען געשריבן "אלעס" וואס דער איד האט זיי כלומרשט נאכגעמאכט, און דו שרייבסט דא געוויסע זאכן וואס דארט איז געשטאנען. יעצט זעה איך אבער ווי איינער האט עס גע'עדיט קאמפליטלי.

איך האב קיינמאל נישט געזען יענע זייט. אויב עס איז אמת וואס דו זאגסט דארפסטו צו קענען ארויפברענגען אמאליגע ווערסיעס פון וויקיפעדיע וואו די זאכן זענען געשטאנען. איך בין נייגעריג צו זען אויב נאך האבן געמאכט די זעלבע אבזערוואציעס.
פרייטאג יולי 13, 2012 12:53 pm#24026
וויאזוי ברענגט מען עס ארויף?
פרייטאג יולי 13, 2012 1:01 pm#24029
זר זהב האט געשריבן:וויאזוי ברענגט מען עס ארויף?

דא זענען אלע ווערסיעס (קאפי און פעיסט די יו-אר-על אריין אין דיין בראוזער):
m http://yi.wikipedia.org/w/index.php?title= m דער_בלאט&action=history

ביטע ווייז אן פון וועלכער ווערסיע איך האב ״נאכגעשריבן.״
פרייטאג יולי 13, 2012 1:18 pm#24040
פרייטאג יולי 13, 2012 1:30 pm#24045
קלאר האט געשריבן:קארל, אודה ולא אבוש
איך הייב אן טראכטן אז איך האב דיר יא אימזניסט אטאקירט אינעם פריעדיגן אשכול פין בלאט
ווייל איך גלייב נישט זאלסט האבען געפנט די אשכול נאר צו ווייזן אז די ביזט נייטראל...

עניוועי, איך האלט ווייטער אז די זשוראנעליזום פין איד קומט נישט צי צו אמאליגע צייטונגען
קענסט אפשר זאגען אז די בלאט איז ערגער, אבער ער איז נאך ווייט פין זיין א ערנסטע צייטונג
אין ווען עס קומט צו פאליטיק מוז עס יעדער מודה ווייל דארט עס שרייט ארויס
קוקט אהער למשל פאריגע וואך מען האט שוין געהאלטן די 2'טע איד נאך די וואלען אין ער האט געהאט די ערשטע 8 זייטן מיט א קעפל אויפן ערשטען זייט
ווי ער האט אטאקירט די בלאט אין יוסי געשטענער אויף זייער א נערישע שטיייגער,
אין די וואך האלט עס ווייטער אן, איבער א האלב דאזען פעיזשעס זענען רעזעווירט איבער די וואלען אין קעגן די בלאט
ווען עס קומט צו פאליטיק וועט דער איד בכלל טראגען זיין ציבור אויף א רייד אין זיי פיטערן מיט הוילע פאנטאזיעס
למשל די וואך האט ר' משה שטערנבוך גערופן אלע גרויסע רבנים אין אמעריקא מען זאל זיך צוהעלפן פאר די נייע גזירה וואס ליגט יעצט אויפן טיש
אבער אין איד ווייסט מען נאר פין איין רבי'ן וואס מען האט גערופן אין מאכט דערפון א ריזיגע העדליין אויפן צווייטען זייט
די זעלבע איז מיט די אסיפה איבער מציצה בפה ווי ער איז מסביר אז זיין רבי האט פאררופן אין געפירט די אסיפה
(ווען אין פאקט איז ער אוועק צו א חופה פאר א האלבע שעה פין א מיטינג וואס ער זאל האבען פאררופן...)
בכלל ווען מען ליינט דער איד, קוקט אויס ווי סאטמאר פירט די וועלט ברחניות אין בגשמיות
ווער געדענקט דען נישט ווען טעפ איז געווארען באשטעטיגט איז די קרעדיט געקומען פאר ''וויטא לאפעז''
אדער ווען די וואוטשער איז ערלעדיגט קומט זיך די קרעדיט נאר פאר משה דוד נידערמאן אין סטיוו לעווין
אין צייט וואס דוד גרינפעלד איז געווען דער ערשטער צו פארפירן דערוועגן נאך פאר ער איז ערוועלט געווארען צום סיטי קאנסול
אזוי זענען דא צענדליגן ביישפילן ווי דער איד פיטערט אין גלעט זיינע ליינער וועלכע זענען זייער פארגלייבט אין אים

דער בלאט, סערווירט טאקע די ארונים אבער וועט קיינמאל נישט אריינלייגן אזויפיל דגוש אויף די זאכען ווי דער איד
די ס''ה איז, ביידע צייטונגען דארפן א תיקון, אין ביידע האבען מעלות

קלאר! נישט אלעס איז פאליטיק! כ'בעט דיך! קארל האט דאך בפירשו געשריבן אז ווען עס קומט צו פאליטיק איז דער איד ערגער. אבער חוץ פאליטיק איז דא א גאנצער וועלט! קען יו אימעדזשין? עס איז דא וועלטליכע נייעס, לאקאלע נייעס, אנאליזן, באריכטן, ארטיקלן און וואס נישט? און די אלע זאכן קענען זיין געשריבן אויף א זשורנאליסטישע לעוועל און אויף א נידעריגע טאבלויד לעוועל. פארשטייסט? ווייל דו ביסט אן ארויני מיינט נישט אז דו האסט א חוב קדוש נישט אויפצוהערן רעדן פון די נידעריגע פאליטיק וואס דער איד שפילט נעבעך.
פרייטאג יולי 13, 2012 1:37 pm#24048
זר זהב האט געשריבן:אינעם וויקיפיעדע זייט אויף דער 'בלאט' איז געווען געשריבן "אלעס" וואס דער איד האט זיי כלומרשט נאכגעמאכט

זר, ביטע בעק אפ דיינע רייד. פארוואס כלומרשט?

זר זהב האט געשריבן:דא איז עס!
http://yi.wikipedia.org/w/index.php?tit ... did=367169

וויקיפעדיע רעכנט אויס צוויי זאכן: בילדער און א מדור זכרון להולכים.
קארל האט אויסגערעכנט 6 זאכן און נאר איינס(!) שטייט שוין אין וויקיפעדיע: מדור "וואס נאך טוט זיך בעולם התורה והחסידות...", די אויפהער פון דעם מדור, דעקן קליינע נייעסלעך, בילדער, טעבלויד אויסשטעל, אויפהער פון וועלטליכע נייעס אויפן ערשטן בלאט.

זר, הער אויף מיט דיינע עקלדיגע בייעסד תגובות. אה, און פארגעס נישט צו געבן קארל'ן זיין ערליך-פארדינטע לייק...
פרייטאג יולי 13, 2012 1:47 pm#24053
יידל האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:קארל, אודה ולא אבוש
איך הייב אן טראכטן אז איך האב דיר יא אימזניסט אטאקירט אינעם פריעדיגן אשכול פין בלאט
ווייל איך גלייב נישט זאלסט האבען געפנט די אשכול נאר צו ווייזן אז די ביזט נייטראל...

עניוועי, איך האלט ווייטער אז די זשוראנעליזום פין איד קומט נישט צי צו אמאליגע צייטונגען
קענסט אפשר זאגען אז די בלאט איז ערגער, אבער ער איז נאך ווייט פין זיין א ערנסטע צייטונג
אין ווען עס קומט צו פאליטיק מוז עס יעדער מודה ווייל דארט עס שרייט ארויס
קוקט אהער למשל פאריגע וואך מען האט שוין געהאלטן די 2'טע איד נאך די וואלען אין ער האט געהאט די ערשטע 8 זייטן מיט א קעפל אויפן ערשטען זייט
ווי ער האט אטאקירט די בלאט אין יוסי געשטענער אויף זייער א נערישע שטיייגער,
אין די וואך האלט עס ווייטער אן, איבער א האלב דאזען פעיזשעס זענען רעזעווירט איבער די וואלען אין קעגן די בלאט
ווען עס קומט צו פאליטיק וועט דער איד בכלל טראגען זיין ציבור אויף א רייד אין זיי פיטערן מיט הוילע פאנטאזיעס
למשל די וואך האט ר' משה שטערנבוך גערופן אלע גרויסע רבנים אין אמעריקא מען זאל זיך צוהעלפן פאר די נייע גזירה וואס ליגט יעצט אויפן טיש
אבער אין איד ווייסט מען נאר פין איין רבי'ן וואס מען האט גערופן אין מאכט דערפון א ריזיגע העדליין אויפן צווייטען זייט
די זעלבע איז מיט די אסיפה איבער מציצה בפה ווי ער איז מסביר אז זיין רבי האט פאררופן אין געפירט די אסיפה
(ווען אין פאקט איז ער אוועק צו א חופה פאר א האלבע שעה פין א מיטינג וואס ער זאל האבען פאררופן...)
בכלל ווען מען ליינט דער איד, קוקט אויס ווי סאטמאר פירט די וועלט ברחניות אין בגשמיות
ווער געדענקט דען נישט ווען טעפ איז געווארען באשטעטיגט איז די קרעדיט געקומען פאר ''וויטא לאפעז''
אדער ווען די וואוטשער איז ערלעדיגט קומט זיך די קרעדיט נאר פאר משה דוד נידערמאן אין סטיוו לעווין
אין צייט וואס דוד גרינפעלד איז געווען דער ערשטער צו פארפירן דערוועגן נאך פאר ער איז ערוועלט געווארען צום סיטי קאנסול
אזוי זענען דא צענדליגן ביישפילן ווי דער איד פיטערט אין גלעט זיינע ליינער וועלכע זענען זייער פארגלייבט אין אים

דער בלאט, סערווירט טאקע די ארונים אבער וועט קיינמאל נישט אריינלייגן אזויפיל דגוש אויף די זאכען ווי דער איד
די ס''ה איז, ביידע צייטונגען דארפן א תיקון, אין ביידע האבען מעלות

קלאר! נישט אלעס איז פאליטיק! כ'בעט דיך! קארל האט דאך בפירשו געשריבן אז ווען עס קומט צו פאליטיק איז דער איד ערגער. אבער חוץ פאליטיק איז דא א גאנצער וועלט! קען יו אימעדזשין? עס איז דא וועלטליכע נייעס, לאקאלע נייעס, אנאליזן, באריכטן, ארטיקלן און וואס נישט? און די אלע זאכן קענען זיין געשריבן אויף א זשורנאליסטישע לעוועל און אויף א נידעריגע טאבלויד לעוועל. פארשטייסט? ווייל דו ביסט אן ארויני מיינט נישט אז דו האסט א חוב קדוש נישט אויפצוהערן רעדן פון די נידעריגע פאליטיק וואס דער איד שפילט נעבעך.

איך ניץ די פאליטיק פין דער איד פאר א סעמפל
ווייל אין דעם פרט איז יעדער מודה
מאנטאג יולי 16, 2012 2:54 pm#24576
און אפילו לשיטתך, די פראנט פעידזש אין איד איז ווערט צו פאראייביגן א גאנצן אנאליז אויף א צייטונג וואס שטייט שוין 50 יאר?
מאנטאג יולי 16, 2012 3:01 pm#24582
אז מרעדט פונעם איד טאר מען נישט אויסלאזן בשבחו. דורכן גאנצן קאנפליקט האט דער איד אייביג זיך געהיטן פון פוגע זיין בכבודו פון דיינים ומו"צים פונעם צד שכנגד, אפילו ווען זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט געוויסע צייטן אפן אין די מערכה האט זיך דער איד קיינמאל נישט געגליטשט. -- לעומת זה דארף ארויסגעברעגט ווערן לדראון וויאזוי דער בלאט האט חוזק געמאכט פון אזעלעכע אידן ווי ריח"מ פר"מ (פאסט טרעגער) און פון רז"ל פילאפף, און פון רש"ל וו"ב און נאך און נאך ממש וואך נאן וואך מיין האר האט זיך אויפגעשטעלט וויזוי וואגן זיך אינגע ראצערס צו טיהן אזאנס?

ווען ר געציל ב"וו פון קר"י האט גע'פסק'ט איבער די סידור קידושין אין קר"י האט זיך דער איד געוואגע צו שרייבן איין שלעכט ווארט אויף דעם גאון? -- קוק א חילוק צווישן איין נארמאלער צייטונג וואס ווייסט וואו איין וואו אויס, און א געלער בלעטעל וואס ווערט געפירט אן א דעת תורה און אן א פראפעסיאנאליזם.
מאנטאג יולי 16, 2012 3:28 pm#24592
מיר האבן אריבערגעפירט אלע הודעות וועלכע קריטיקירן דעם "בלאט" און האבן נישט קיין שייכות מיט דעם אשכול צו זייער פאסיגן אשכול. ביטע זיך האלטן אין דעם אשכול צום נושא האשכול, נעמליך, דער איד.
מאנטאג יולי 16, 2012 3:54 pm#24689
קארל האט געשריבן:איך האב גערעדט פון פאליטיק אין מיין פתיחה אנאליזירנדיג די זשורנאליסטישער עטיק פון דעם "איד". איך האב אנגעצייכנט וויאזוי "דער איד" האט געדעקט 9/11 אין קאנטראסט צו וויאזוי ר' אהרנ'ס "רופן דעם טאטן אין קאורט" איז געדעקט געווארן. דאס איז אלעס נוגע זשורנאליזם. אבער זר זהב, טייערער, דו זעסט דיך נישט אין שפיגל? דו באמערקסט נישט אז אין דעם אשכול פירסטו זיך אויף (כמעט) ווי אנדערע האבן זיך אויפגעפירט אין דעם אשכול וועגן דעם "בלאט"?

וואס הייסט די גערופן דעם טאטען אין קארט?
אויף וואס האט מען אים גערופן? א לאו סוט? וואס איז געווען דארט?
דארפסט נישט ענטפרן, ווייל עס וועט פארדרייען די אשכול
כ'האב נאר געוואלט צייגן פאר איינעם וואס וויל זיך איינרעדן אז די ביזט נייטראל
מאנטאג יולי 16, 2012 4:05 pm#24691
קלאר האט געשריבן:

הה"ד ווען א ווארים גראבט זיך אריין אין כריין מיינט זי אז עס איז זיס. קלאר, ביסט איליטערעט. סארי.
מאנטאג יולי 16, 2012 4:07 pm#24692
זר זהב האט געשריבן:אז מרעדט פונעם איד טאר מען נישט אויסלאזן בשבחו. דורכן גאנצן קאנפליקט האט דער איד אייביג זיך געהיטן פון פוגע זיין בכבודו פון דיינים ומו"צים פונעם צד שכנגד, אפילו ווען זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט געוויסע צייטן אפן אין די מערכה האט זיך דער איד קיינמאל נישט געגליטשט. -- לעומת זה דארף ארויסגעברעגט ווערן לדראון וויאזוי דער בלאט האט חוזק געמאכט פון אזעלעכע אידן ווי ריח"מ פר"מ (פאסט טרעגער) און פון רז"ל פילאפף, און פון רש"ל וו"ב און נאך און נאך ממש וואך נאן וואך מיין האר האט זיך אויפגעשטעלט וויזוי וואגן זיך אינגע ראצערס צו טיהן אזאנס?

ווען ר געציל ב"וו פון קר"י האט גע'פסק'ט איבער די סידור קידושין אין קר"י האט זיך דער איד געוואגע צו שרייבן איין שלעכט ווארט אויף דעם גאון? -- קוק א חילוק צווישן איין נארמאלער צייטונג וואס ווייסט וואו איין וואו אויס, און א געלער בלעטעל וואס ווערט געפירט אן א דעת תורה און אן א פראפעסיאנאליזם.

נישט די ערשטע ליגענט ווען עס קומט צו פאליטיק
א שאד איך האב נישט אוועגעלייגט די צייטונגען ביי פרשת בית אלטא פיגא אין סידו''ק
אין ווער געדענקט נישט וויאזוי זיי האבען געשריבן ביי גענוג מערכות קעגן ר' אליקום שלעזניגער, קעגן ר' אפרים שמעון לייכטאג, אא''וו

אין ווען האט די בלאט געשריבן אויף ריח''מ 'פאסט טרעגער'?

עס דערמאנט מיך ווען דער רידאקטער פין דער איד האט צאמגענומען חתימות קעגן דער בלאט פין די זאלונישע רבנים
אין זיי האבען געוואלט עס זאל האבען א שטיקל פנים
האבען זיי געלייגט דעמאלט זייער אסאך לחץ אויף ר' טודרוס זילבער זאל אינטערשרייבן קעגן די בלאט
מיט די טענה אז זיי שרייבן קעגן ריח''מ
ר' טודרוס האט געזעהן אז ער קען נישט לויז ווערן, האט ער זיי געזאגט:
וואס ווילסטו פין זיי
ווען די שרייבסט קעגן זייערע רבנים אין זייער רבי'ן וועם זיי האלטן פאר ת''ח ויר''ש ווייל די האלטס אז ער איז א שגץ,
פארוואס זאל ער נישט מעגן שרייבן קעגן וועם ער האלט פאר א שגץ?
איך קען אים נישט הייסן אויפהערן ווילאנג ביידע הערן אויף,
אין מען האט אים דעמאלסט אפגעלאזט
מאנטאג יולי 16, 2012 4:10 pm#24694
טאקע א שאד אז דו האסט עס נישט אוועקגעלייגט, ווען יא וואלסטע נישט געקענט זאגן א שאד.
א שאד!
דינסטאג יולי 17, 2012 10:02 am#24996
זר זהב האט געשריבן:די ארוינים - און איך שטעל מיך פאר דער בלאט אויך - מאכן חוזק פונעם איד פאר'ן ברענגן פרישע באריכטן און רעזאלטס וואס ווייזט אז דילאן באקומט מער שטימען (אמער דאס שטימט נישט מיט'ן גרויסן מזל טוב!)

נאך א מזל דער בלאט איז נישט ארויסגעקומן אין 1948 ווייל אויב יא וואלט טאמאס דוועי געווען פרעזידענט

(נאר ביי די ארוינים שטייצעך)

כ'עקל זיך אריינצוגיין אין פאליטיק און כוויל זיך דייקא יא האלטן צו דיסקוסירן זאכן פון א דזשורנאליסטישע און שרייבערישע שטאנדפונקט. ס'איז מיר פשוט געווען אינטערעסאנט די וואך אינעם איד ווען זיי האבן געהאט א גאנצע מאפע מיט די גענויע שטימען און אין יעדן ארט האט דילאן געקריגן מער. ס'קריכט מיר נישט אריין אין קאפ וויאזוי וועלאסקועז האט געווינען אויב אזוי.

מעיבי בינעך נאאיוו אין די זאכן, און ס'וועט מיר זיין א קאמפלימענט אויב זר'לע וועט שרייען אז כ'בין נאאיוו...

עניוועי, צוריק צום נארמאלן שמועס, ווייל פאליטיק עקלט מיר.
דינסטאג יולי 17, 2012 10:34 am#25008
יענע מאפע איז נאר פון ווילי וועלעכער איז גאר א קליינער חלק פונען 7'טן קאנגראעס דיסטריקט. (איך ווייס נישט צי האסט געפרעגט ערענסט..)
דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:26 pm#26315
זר זהב האט געשריבן:אז מרעדט פונעם איד טאר מען נישט אויסלאזן בשבחו. דורכן גאנצן קאנפליקט האט דער איד אייביג זיך געהיטן פון פוגע זיין בכבודו פון דיינים ומו"צים פונעם צד שכנגד, אפילו ווען זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט געוויסע צייטן אפן אין די מערכה האט זיך דער איד קיינמאל נישט געגליטשט. -- לעומת זה דארף ארויסגעברעגט ווערן לדראון וויאזוי דער בלאט האט חוזק געמאכט פון אזעלעכע אידן ווי ריח"מ פר"מ (פאסט טרעגער) און פון רז"ל פילאפף, און פון רש"ל וו"ב און נאך און נאך ממש וואך נאן וואך מיין האר האט זיך אויפגעשטעלט וויזוי וואגן זיך אינגע ראצערס צו טיהן אזאנס?

ווען ר געציל ב"וו פון קר"י האט גע'פסק'ט איבער די סידור קידושין אין קר"י האט זיך דער איד געוואגע צו שרייבן איין שלעכט ווארט אויף דעם גאון? -- קוק א חילוק צווישן איין נארמאלער צייטונג וואס ווייסט וואו איין וואו אויס, און א געלער בלעטעל וואס ווערט געפירט אן א דעת תורה און אן א פראפעסיאנאליזם.

איך וועט מיט דיר אז די בלאט האט "קיינמאל" נישט געשריבן פאסט טרעגער אויף ריח״מ אדער אנדערע דיינים
די פארמישט זיך מיט היידפארק

רופן ר׳ געציל "דומ״צ קיט״ל" אנשטאדט "דומ״צ קרית יואל" צו וואס ער איז נתמנה געווארן דורך רביה״ק זי״ע איז גענוג בזיון
דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:32 pm#26320
זר זהב האט געשריבן:אז מרעדט פונעם איד טאר מען נישט אויסלאזן בשבחו. דורכן גאנצן קאנפליקט האט דער איד אייביג זיך געהיטן פון פוגע זיין בכבודו פון דיינים ומו"צים פונעם צד שכנגד, אפילו ווען זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט געוויסע צייטן אפן אין די מערכה האט זיך דער איד קיינמאל נישט געגליטשט. -- לעומת זה דארף ארויסגעברעגט ווערן לדראון וויאזוי דער בלאט האט חוזק געמאכט פון אזעלעכע אידן ווי ריח"מ פר"מ (פאסט טרעגער) און פון רז"ל פילאפף, און פון רש"ל וו"ב און נאך און נאך ממש וואך נאן וואך מיין האר האט זיך אויפגעשטעלט וויזוי וואגן זיך אינגע ראצערס צו טיהן אזאנס?

ווען ר געציל ב"וו פון קר"י האט גע'פסק'ט איבער די סידור קידושין אין קר"י האט זיך דער איד געוואגע צו שרייבן איין שלעכט ווארט אויף דעם גאון? -- קוק א חילוק צווישן איין נארמאלער צייטונג וואס ווייסט וואו איין וואו אויס, און א געלער בלעטעל וואס ווערט געפירט אן א דעת תורה און אן א פראפעסיאנאליזם.

און וואס טוט זיך מיטן פוגע זיין בכבודו פון ר' אהרן, האבן דער איד גוט געגליטשט, און גליטשט נאכאלס, נו וואסי איז די מציאה מיט דער איד
מיטוואך יולי 25, 2012 12:09 pm#28407
פין ווי דער איד נעמט די נייעס...
מיטוואך יולי 25, 2012 12:23 pm#28414
איך האב בשעתו געפרעגט דעם נפתלי שיף איבער דעם באריכט, ער האט מיר געזאגט אז דער המודיע האט קיינמאל קיין רשות נישט געפרעגט פון זיי צו איבערדרוקן דעי נייעס. אויך האט ער מיר געזאגט אז דער ציפער פון 600,000 איז נישט מער ווי א סייענטיפיק צענזוס און מ'קען נישט באזירן גארנישט דערויף. ער דרייט זיך לעצטענס מער אין אנטווערפן זינט זיין פעטער איז דא אויפגענומען געווארן פאר רב, איך קען אים איבערפרעגן אויב נויטיג.
מיטוואך יולי 25, 2012 2:38 pm#28472
זר זהב האט געשריבן:דער ציפער פון 600,000 איז נישט מער ווי א סייענטיפיק צענזוס און מ'קען נישט באזירן גארנישט דערויף.

וואס מיינט דאס?
מיטוואך יולי 25, 2012 2:42 pm#28474
איך ווייס נישט, איך זאג איבער וואס נפתלי א. שיף האט מיר געזאגט ביי די הכתרה פון זיין פעטער
מיטוואך יולי 25, 2012 2:51 pm#28480
נפתלי האט דעמאלטס געזאגט, אז ער האט יא געגבן רשות פאר די המודיע (געהערט פין איינעם וואס האט עס פין אים געהערט דעמאלטס) :o
אין די המודיע האט אים געזאגט אז קיינער האט פין זיי נישט געבעטן רשות צו שרייבן ווייטער

סוי קום נישט זאגען בשם נפתלי
פראביר עפעס אנדערש
מיטוואך יולי 25, 2012 2:53 pm#28481
(געהערט פין איינעם וואס האט עס פין אים געהערט דעמאלטס)

דאס איז שוין א כלי שני, איך האב עס געהערט פונעם מקור אליינס
מיטוואך יולי 25, 2012 2:55 pm#28483
מ'דארף נישט בעטן קיין רשות איבערצושרייבן א נייעס. מ'דארף נאר שרייבן פון וועם מ'נעמט עס. המודיע'ס עולה ליגט אין נישט שרייבן אז דאס קומט פון די בלאט.
מיטוואך יולי 25, 2012 2:57 pm#28485
און דער איד'ס עוולה איז אז זיי האבן נאכגעשריבן פונעם המודיע אן נאכגיין פון וועלכען "אידישן צייטונג" זיי רעדן.
מיטוואך יולי 25, 2012 3:00 pm#28487
זר זהב האט געשריבן:און דער איד'ס דורכפאל איז אז זיי האבן נאכגעשריבן פונעם המודיע אן נאכגיין פון וועלכען "אידישן צייטונג" זיי רעדן.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:46 am#28808
זר זהב האט געשריבן:איך האב בשעתו געפרעגט דעם נפתלי שיף איבער דעם באריכט, ער האט מיר געזאגט אז דער המודיע האט קיינמאל קיין רשות נישט געפרעגט פון זיי צו איבערדרוקן דעי נייעס. אויך האט ער מיר געזאגט אז דער ציפער פון 600,000 איז נישט מער ווי א סייענטיפיק צענזוס און מ'קען נישט באזירן גארנישט דערויף. ער דרייט זיך לעצטענס מער אין אנטווערפן זינט זיין פעטער איז דא אויפגענומען געווארן פאר רב, איך קען אים איבערפרעגן אויב נויטיג.

גאנצעטע נייעסן ערשיינען יעדע וואך אין דער בלאט און אין דער איד איבערגעשריבן ווארט ביי ווארט פון המודיע. דאס איז אזא unspoken agreement אז יעדער נעמט פונעם צווייטן.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:47 am#28811
מיינסט פונעם העברעאישן המודיע?
דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:51 am#28813
זר זהב האט געשריבן:מיינסט פונעם העברעאישן המודיע?

פון ביידע. נעם די ביידע המודיעס יעדע וואך, און קוק איבער ביידע אידישע צייטונגען. וועסט ערשטוינט ווערן.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:51 am#28814
איך ווייס אז דער ענגלישער המודיע איז איין שטיק AP
דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:52 am#28817
עס עפעס האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך האב בשעתו געפרעגט דעם נפתלי שיף איבער דעם באריכט, ער האט מיר געזאגט אז דער המודיע האט קיינמאל קיין רשות נישט געפרעגט פון זיי צו איבערדרוקן דעי נייעס. אויך האט ער מיר געזאגט אז דער ציפער פון 600,000 איז נישט מער ווי א סייענטיפיק צענזוס און מ'קען נישט באזירן גארנישט דערויף. ער דרייט זיך לעצטענס מער אין אנטווערפן זינט זיין פעטער איז דא אויפגענומען געווארן פאר רב, איך קען אים איבערפרעגן אויב נויטיג.

גאנצעטע נייעסן ערשיינען יעדע וואך אין דער בלאט און אין דער איד איבערגעשריבן ווארט ביי ווארט פון המודיע. דאס איז אזא unspoken agreement אז יעדער נעמט פונעם צווייטן.

זה דבר ידוע ומפורסם, ספעציעל מיט די בלאט/עברית משפחה.