Under maintenance
הויפט זייט » "דער בלאט"

"דער בלאט"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15
מיטוואך יולי 04, 2012 5:04 pm#21737
ראש המדברים האט געשריבן:דער איד האט אבער שוין אלטע שרייבע'ס האט ער נאך עטליכע בעסערע ארטיקלען אבער די נייע שרייבער'ס פון דער איד זענען די זעלבע ווי דער בלאט.

די נקודה איז נישט אזוי ווייט ווער די שרייבער זענען, נאר די רעדאקציע און די מגיהים. יעדעס ווארט וואס ווערט געדרוקט אין דעם "איד" ווערט מוגה דורך פראפעסיאנעלע מגיהים, משא"כ אין דעם "בלאט" קוקט קיינער נישט וואס מ'שרייבט, און די ארטיקלען גייען אריין כמו שהם, מיט אלע גרייזן און אמעראצעס.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:27 am#21870
דער איד האט די וואך אליין'ס אלעס קלאר געשטעלט

אויב איינער נישט געזעהן אז די אטאקע קעגן דער בלאט קומט פין א שרייבער וואס האט אן אגענדע,
כאילו דער איד איז עפעס בעסער אין זשענעראל
דאן האט עס דער איד די וואך ווידער געפראווט
דער איד האט די וואך אוועקגעגבן די ערשטע 8 זייטן פין זייער ''ערעסטע'' צייטונג
צו אטעקירן די ארונים אין דער בלאט'ס פאריגע וואכענדיגע ריאקציע איבער די ארונישע מאמענטום נאך די וואלען
פארגעסט נישט מען האלט שוין 10 טאג נאך די וואלען
ביידע צייטונגען האבען שוין געפייער ניצחון עד כמה שידם מגעת
אין די אטאקע פין דער איד די וואך איז נאר א ענטפר פאר די בלאט
איך רעדט שוין נישט וויאזוי ער טראגט זיינע ליינער אויף א רייד מיט היידפארק סטייל ספינעריי, וואס דאס דארף ער טוהן לצורך זיינע ליינער
נאר דאס אוועקגעבן די ערשטע 8 זייטן צו אטאקירן זיין קאמפעטישאן איז זייער נעריש לשיטתי

(יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס ווען איך פרעג
אז לשיטתו פארוואס פארקויפט זיך מער קאפיעס פין דער בלאט
באקום איך די ענטפר אז עס א בעיבישע פראגע)
דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:34 am#21872
קודם כל ס'נישט 8 זייטן. נאכדעם כך עטליכע פון די זייטן זענען אדווערטיייזמענטס. און צום לעצט, קענסט עפענען א "איד" אשכול.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:44 am#21879
זר זהב האט געשריבן:קודם כל ס'נישט 8 זייטן. נאכדעם כך עטליכע פון די זייטן זענען אדווערטיייזמענטס. און צום לעצט, קענסט עפענען א "איד" אשכול.


דא האסטו די בילד, עס איז נאר 7 זייטן...
pic.twitter.com/c2OR7xvN

דאס איז א חוץ די איבריגע זייטן ווי אויך די בריוו פין מענצער אא''וו
דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:46 am#21881
ספעציעל פאר חבירינו היקר זר זהב
דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:47 am#21883
שקויעך! לאמיר קוקן, ס'שטייט 2 3 4 5 6 7 8 סוי דאס מיינט דאך 8 זייטן.....
דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:48 am#21884
און עטליכע פון די זייטן זענען "דאנק אדווערטייזמענטס"
דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:50 am#21887
נישט פארגעסן
עס האט נאך א קעפל אויפן ערשטן זייט
די אטאקע קעגן בלאט איז די צווייט גרעסטע העדליין די וואך

עס רעדט פאר זיך
דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:52 am#21888
איך קוק עס נישט אן פאר אן אטאקע קעגן בלאט, סארי. זיי האבן געווארט א וואך מיינענדיג אז די ענד רעזאלטס וועלן שוין זיין פובליק די וואך. -- די אלע ארטיקלן וואלטן זיי געשריבן פאריגע וואך. (חוץ די מענצער בריוו)
דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:54 am#21890
באמת דאס אליינס אז דער איד האט זיך געדארפט אזוי העפטיג אויפרייסן די וואך אין פרובירן מיט אלע סארט לשונות מסביר זיין פאר זיין פארטיי אז "עכט" זענען זיי יא די געווינער, דאס זאגט אויך אסאך
דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:55 am#21891
זר זהב האט געשריבן:איך קוק עס נישט אן פאר אן אטאקע קעגן בלאט, סארי. זיי האבן געווארט א וואך מיינענדיג אז די ענד רעזאלטס וועלן שוין זיין פובליק די וואך. -- די אלע ארטיקלן וואלטן זיי געשריבן פאריגע וואך. (חוץ די מענצער בריוו)

רעדט ערוואקסען
זיי האבען געמיינט אז עס נעמט א וואך? זיי זענען היינט געבוירן?

קענסט עס אנקוקן וויאזוי די ווילסט, איך האלט אז די המון עם קוקט יא גלייך
די קענסט אפילו אנקקוען די וואלען אז וועלעסקעז האט פארלוירן?

נאר לויט דיר, וואס איז פשט וואס די גרויסע העדלייןס פין גאנצע בלעטער 'פאריגע וואך' אין דער איד?
דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:58 am#21893
עס איז נעריש צו מאכען א גאנצע טעמע איבער דער איד פין די וואך
איך האב עס בלויז אנגעכאפט פאר א דוגמא
נאכען ליינען דא געצילטע פאלטשע אטאקעס קעגן דער בלאט, כאילו דער איד איז עפעס בעסער

איך מיין, מען קען שוין צירוקגיין צו די נושא אין טרעפן נאך ספעלינג מיסטעיקס אין בלאט
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:09 pm#21896
דער איד איז סאך בעסער, סיי פון א דזשורנאליסטיק סטענפוינט און סיי מיט'ן תוכן. די נושא דא אינישט צי דער איד שרייבט פאליטיק, דאס טוט שוין דער איד די לעצטע 40 יאר. די נושא איז פארוואס אזויפיל מענער קויפן דעם בלאט ווייל די ווייב פארלאנגט עס....
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:13 pm#21900
זר זהב האט געשריבן:שקויעך! לאמיר קוקן, ס'שטייט 2 3 4 5 6 7 8 סוי דאס מיינט דאך 8 זייטן.....

טענו לו בחטים והודו לזכר קדשו
ער איז אפגעפרעגט ווייל ס'נאר 7 זייטן?
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:13 pm#21901
ווייל ס'נאר 4 אויב רעבנסטע אראפ די עדס.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:15 pm#21903
זייי נישט ברוגז
אבער צו ווידמען אזא קעפל מיט די ערשטע 7 זייטן צו אטאקירן אזוי גראב א קאמפעטישאן איז אסאך ערגער ווי אלע דוגמאות קעגן דער בלאט

(חוץ פין דעם וואס אלע א''ד דגמאות קען מען פינקט אזוי טרעפן אין דער איד,
איך כאפ פשוט אן א משל צו צייגן אז דיין ציהל איז בלויז פאליטיק)
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:16 pm#21904
זאגן דעם אמת הייסט נישט ביי מיר "אטאקירט"
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:17 pm#21905
זר זהב האט געשריבן:ווייל ס'נאר 4 אויב רעבנסטע אראפ די עדס.


וואס זענען די עדס? זשי ענד זשי אדער א צווייטער?
וועם טראגסטו אויף א רייד?
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:17 pm#21906
זר זהב האט געשריבן:זאגן דעם אמת הייסט נישט ביי מיר "אטאקירט"

יעדע אטאקירער טענה'ט אז ער זאגט דעם אמת
וואס האסטו מיר גענטפרט?
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:18 pm#21907
זאג נאר, אויב דער איד וואלט נישט געשריבן דעי וואך קיין פיפס וואלסטו ארויפגעקומען דא און זיי קאנגערטואלירט? ניין! וואלסט געטראכט/געזאגט אז זיי זענען לוזערס. יו קענט האוו איט באוט וועיס.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:19 pm#21908
קלאר האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:ווייל ס'נאר 4 אויב רעבנסטע אראפ די עדס.


וואס זענען די עדס? זשי ענד זשי אדער א צווייטער?
וועם טראגסטו אויף א רייד?

נאך יעדע וואלן איז דא עדס, פארגאנגענעם וואך אינישט געווען האבן זיי עס איצט אריינגעלייגט.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:24 pm#21911
וויסלט ווייטער פירן די שמועס איבער וויפיל זייטן ס'איז באמת דא איבער די וואלן?

אריין אין פארברענגן
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:32 pm#21914
זר זהב האט געשריבן:זאג נאר, אויב דער איד וואלט נישט געשריבן דעי וואך קיין פיפס וואלסטו ארויפגעקומען דא און זיי קאנגערטואלירט? ניין! וואלסט געטראכט/געזאגט אז זיי זענען לוזערס. יו קענט האוו איט באוט וועיס.

סוי, דאס אז די בלאט רייסט זיך נישט אויף די וואך איז ווייל זיי האבען געטוישט זייער מיינד אז עכט האט וועלעסקעז פארלוירן?
דער איד מעג שרייבן וויפיל זיי ווילן
זיך אויפרייסן ווי קליינע קינדער אויף אזא פארנעם איז א בלויזע סעמפל אז זיי זענען היבש מער קינדעריש פין דער בלאט
אמת, זיי לייגן מער גיפט אין ליצנות, וואס דערקענט זיך אויף די ליינער אבער דאס איז בלויז א מיינוס

אגב,
איך זעה נישט פארוואס די ארבעטס אזוי שווער צו פארטיידיקען ענקער צייטונג
איך זעה נישט אז די ארונים זאל אזוי שטארק וועלן פארטיידיקען זייער צייטונג

די ס''ה
ביידע האבען גיטע אין נערישע שרייבער
ביידע קענען אטאקירן איינעם דעם צווייטען
אין ביידע האבען זיך וואס מתקן צו זיין
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:38 pm#21916
דער בלאט האט זיך אויפגעריסן לעצטע וואך, דער איז האט געווארט אויף מער אקוראטע רעזאלטס. -- איך פארטיידיג נישט 'מיין' צייטונג, ס'נישט מיין מער ווי ס'דיין. דאס יא איך בין אויפגעוואקסן מיט'ן איד פונעם וויגעלע, (30 יאר) אפשר קען איך עס טאקע יא רופן "מיין". און ס'נישטא וואס צו פארטיידעקן דעם איד, מער ווייניגער זענען זיי אויף גוטע רעלסן.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:40 pm#21918
קלאר,
איך פארשטיי נישט פארוואס דו קענסט נישט פארשטיין אז א מענטש קען האלטן אז "דער בלאט" איז א חורבן פאר דעם אינטעליגענץ פון די מאסן אן זיין א זאלויני. און אז דו פארשטייסט עס נישט, מאך אויף אן אשכול מיט'ן נאמען "קען מען פיינט האבן דעם 'בלאט' אן זיין א זאלי?", און דעבאטיר עס דארטן. ביטע פאטשקע נישט אן דעם אשכול מיט דיינע שפעקולאציעס שלא מן הענין, ובפרט אז איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן אז איך האב נישט די אלע נגיעות וואס דו ווילסט ארויפקלעבן. אז דו קענסט עס נישט ארייננעמען אין קאפ, ביטע גיי צו אשכול הנ"ל און פירקל וויפיל דו ווילסט. (איך בעט אויך אז די הנהלה זאל ביטע אוועקפירן די פריערדיגע הודעות וועלכע באלאנגען נישט דא.)
לענינינו, איך האב שוין קלאר געמאכט אז ווען מען רעדט פון דעם "בלאט" ווערסוס אנדערע צייטונגען רעדט מען נישט פון זייערע גרויליגע פאליטישע שטרייטן. איך האב שוין אויך געשריבן אז אין דעם אספעקט איז מעגליך אז "דער איד" איז גאר ערגער פון דעם "בלאט". איך האב ספעציפיש דערמאנט די באקאנטע "רבן דקרו!" פאדערשטע זייט פון דעם "איד" אלס א משל ווי נידריג "דער איד" קען זיך דערקייקלען ווען עס קומט צו פאליטיק. אויב ביסטו נעכטן געבוירן געווארן, נאדיר א בילד פון וואס איך רעד:
Rabon Dokri.png
Rabon Dokri.png (230.18 KiB) געזען געווארן 1666 מאל


און דא נאך איינס:
Der Yid.jpg
Der Yid.jpg (97.65 KiB) געזען געווארן 1666 מאל

איך ווידערהאל, וועלכע צייטונג עס איז די נידריגסטע בנוגע פאליטיק איז בכלל נישט דער שמועס דא. איך האב געעפענט דעם אשכול אין "מידיא ווינקל" צו רעדן וועגן דעם זשורנאליסטישן קוואליטעט פון דעם "בלאט". די וואס קענען זיך נישט האלטן צו רעדן דווקא פון דעם, זאלן ביטע גיין צו אשכול הנ"ל וואס קלאר גייט אי"ה עפענען.

עס שרייבט מיר איינער אין אישית אז ער ווייסט פאר א פאקט אז מיין "אטאקע אז ארטיקלען גייען אריין [אין דעם 'בלאט'] אן קיין הגהה איז טאטאל פאלש." ער שרייבט אז "יעדעס ווארט ווערט איבערגעקוקט דורך כאטש איין מגיה און צומאל מער."
נו, דאס וואס איך האב געשריבן אז "דער בלאט" איז נישט מגיה זייערע ארטיקלען ווייס איך נישט פאר א פאקט, איך בין דאך נישט איינגעשטעלט דארטן, איך קען נאר רעדן פון דעם אימפרעשאן וואס "דער בלאט" גיט. עס וואונדערט מיר, צום ביישפיל, וועלכער מגיה האט דורכגעלאזט די Obama Farting Doll, וואס איז אויבן צוגעברענגט געווארן. אין לויף פון די יארן האב איך שוין געשיקט א סך בריוו און ארטיקלען צו אלע רעדאקציעס, און זייער הגה האב איך געזען בחוש. בעת "דער איד" האט די שטערקסטע הגהה אויף שפראך און גראמאטיק און "די צייטונג" אויף דעם תוכן, ווערן זאכן געדרוקט אין דעם "בלאט" ככתבם וכלשונם, מיט שינויים נאר ווען עס האט א שייכות מיט די רעדאקציע'ס פאליטישע מאטיוון.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:42 pm#21920
שקויעך קארל!
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:49 pm#21924
קארל האט געשריבן:עס שרייבט מיר איינער אין אישית אז ער ווייסט פאר א פאקט אז מיין "אטאקע אז ארטיקלען גייען אריין [אין דעם 'בלאט'] אן קיין הגהה איז טאטאל פאלש." ער שרייבט אז "יעדעס ווארט ווערט איבערגעקוקט דורך כאטש איין מגיה און צומאל מער."
נו, דאס וואס איך האב געשריבן אז "דער בלאט" איז נישט מגיה זייערע ארטיקלען ווייס איך נישט פאר א פאקט, איך בין דאך נישט איינגעשטעלט דארטן, איך קען נאר רעדן פון דעם אימפרעשאן וואס "דער בלאט" גיט. עס וואונדערט מיר, צום ביישפיל, וועלכער מגיה האט דורכגעלאזט די Obama Farting Doll, וואס איז אויבן צוגעברענגט געווארן. אין לויף פון די יארן האב איך שוין געשיקט א סך בריוו און ארטיקלען צו אלע רעדאקציעס, און זייער הגה האב איך געזען בחוש. בעת "דער איד" האט די שטערקסטע הגהה אויף שפראך און גראמאטיק און "די צייטונג" אויף דעם תוכן, ווערן זאכן געדרוקט אין דעם "בלאט" ככתבם וכלשונם, מיט שינויים נאר ווען עס האט א שייכות מיט די רעדאקציע'ס פאליטישע מאטיוון.


גוט ארויסגעברענגט.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:52 pm#21925
לאמיר אוודאי נישט פארגעסן אז אין די זעלבע צייט פון דער איד'ס אטאקעס און פולע זייטן מיט פאליטיק, האט דער בלאט די וואך די ערשטע בלעטער ברייט געדעקט דעם העלט קעיר אורטייל, מיט פארשידענע אינטערעסאנטע באקסעלעך און אינפארמאציע
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:53 pm#21926
איך גלייב אז דער איד האט זיך נישט וואס צו שעמען מיט זייערע באריכטן איבער נאציאנאלע און וועלטליכע נייעס'ן.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:55 pm#21927
עס שרייבט מיר איינער אין אישית אז ער ווייסט פאר א פאקט אז מיין "אטאקע אז ארטיקלען גייען אריין [אין דעם 'בלאט'] אן קיין הגהה איז טאטאל פאלש." ער שרייבט אז "יעדעס ווארט ווערט איבערגעקוקט דורך כאטש איין מגיה און צומאל מער."
נו, דאס וואס איך האב געשריבן אז "דער בלאט" איז נישט מגיה זייערע ארטיקלען ווייס איך נישט פאר א פאקט, איך בין דאך נישט איינגעשטעלט דארטן, איך קען נאר רעדן פון דעם אימפרעשאן וואס "דער בלאט" גיט. עס וואונדערט מיר, צום ביישפיל, וועלכער מגיה האט דורכגעלאזט די Obama Farting Doll, וואס איז אויבן צוגעברענגט געווארן. אין לויף פון די יארן האב איך שוין געשיקט א סך בריוו און ארטיקלען צו אלע רעדאקציעס, און זייער הגה האב איך געזען בחוש. בעת "דער איד" האט די שטערקסטע הגהה אויף שפראך און גראמאטיק און "די צייטונג" אויף דעם תוכן, ווערן זאכן געדרוקט אין דעם "בלאט" ככתבם וכלשונם, מיט שינויים נאר ווען עס האט א שייכות מיט די רעדאקציע'ס פאליטישע מאטיוון.


פאלש דורכאויס! יעדער ארטיקל ווערט איבערגעקוקט פאר איר שפראך, גראמאטיק, אינהאלט, פאקטן, ציפערן וכו וכו. איך קען דיר דאס זאגן אלס א פאקט וואס כ'ווייס.

איי וועסטו פרעגן וועגן די טעותים וואס ווערן דורכגעלאזט און די פילע פארשעמנדע מיסטעיקס וואס זענען דא, דער ענטפער איז אז זיי האבן נישט די ריכטיגע מגיהים.

מגיהים זענען אבער דא, און נישט נאר פאר פאליטיק.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:56 pm#21928
רעדסט אזוי פון די אבאמא פארטינג דאלל אין איינער פרעגט נאך ציניש וואס 21 איז בגמטרי'. האסט אפשר געגוגלט צו זעהן וואס דאס איז?

דא האסטו
m http://www.youtube.com/watch?v=iEcXYb2xNSA m
דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:04 pm#21932
עס עפעס האט געשריבן:פאלש דורכאויס! יעדער ארטיקל ווערט איבערגעקוקט פאר איר שפראך, גראמאטיק, אינהאלט, פאקטן, ציפערן וכו וכו. איך קען דיר דאס זאגן אלס א פאקט וואס כ'ווייס.

איי וועסטו פרעגן וועגן די טעותים וואס ווערן דורכגעלאזט און די פילע פארשעמנדע מיסטעיקס וואס זענען דא, דער ענטפער איז אז זיי האבן נישט די ריכטיגע מגיהים.

מגיהים זענען אבער דא, און נישט נאר פאר פאליטיק.


אויב זענען יענע מגיהים, דארף מען טוישן די דעפיניציע פון מגיה.

מיט אזעלכע קארעקשאנס ווער דארף נאך טעותים.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:07 pm#21934
[די תגובה האב איך געשריבן אין דעם פאפא-בריוו אשכול. כ'האב זיך נאך דעם געכאפט אז זי באלאנגט דא.]

וואס שייך זשורנאליזם און נארמאלקייט, שטייט "דער איד" אויף בערך דער זעלבער מדריגה ווי דעם "בלאט". "דער איד" איז אבער סך בעסער ווי דעם "בלאט" וואס שייך דעם שרעקליכן עם-הארצות מיט וואס "דער בלאט" איז אנגעפילט. (כ'האב שוין לאנג נישט געזען קיינע פון די צוויי. איך שרייב עס אויפ'ן סמך פון ווען כ'האב דורכגעקוקט די צוויי לעצט.)

ביידע זענען מיסט. "דער איד" איז אפשר נאך ראוי לאכילת כלב. "דער בלאט" איז דאס אויך נישט.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:37 pm#21966
קארל וויל רעדן בלויז פון דזשורנאליזעם און דעריבער מיין איך אז דער איד עכ"פ די וואך גייט בכלל נישט אריין אין די קאטאגאריע.

א צייטונג וואס קומט ארויס - איבערהויפט בלויז איין מאל א וואך - דארף דעקן די נייעס וואס האט פארנומען די אויבן אן איבער די וואך. אויפן אויבן אן קומט די הויפט נייעס דערנאך ווייטער אראפציר די איבעריגע קלענערע נייעס. אנשטאט דעם האט דער איד די וואך געווידמעט די ערשטע ווייסעך וויפיל בלעטער בלויז פאר א פראפאגאנדא קונטרס, און ארום גערעדט איבער אלטע נייעס וואס די זעלבע צייטונג האט שוין פאריגע וואך ברייט געדעקט.

קיין פרישע נייעס אין דעם הינזיכט איז נאך עכט נישט דא ווייל מער רעזולטאטן איז נישט ארויס געקומען, און אויב איז יא דא עפעס פרישס קומט עס אין א קעסטל א שטייגער ווי קרישקעלעך פון די וואלן נישט קיין פולע אויפרייס זייט נאך זייט ווי כאילו ס'האט יעצט פאסירט עפעס אין לויף פון די וואך זינט די פאריגע איד איז ארויסגעקומען.

עפעס האט געמוזט דרוקן פאר די אנפירער פון דער איד אז זיי האבן געשפירט פאר וויכטיג אזוי ארויס צו גיין פון די גלייזן און אוועק שטיפן אלע הויפט נייעסן פאר אביסל פראפאגאנדא.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:48 pm#21969
ביידע צייטונגען וואלטן געדעקט סאטמאר פאליטישע נייעס צום ערשט, נאר פאר א משל ווען דער בלאט האט געדעקט גרויס די שני מאורות הגדולים וואס אסר'ן פאר שו"ב אינטערנעט האבן גאר אסאך מענטשען געצויגן מיט די פלייצע, דאס זעלבע דער איד פון די וואך וואס האט מיט 10 טעג נאכן געווינען מיט 7000 שטימע'ס כלשונו געדארפט מסביר זיין אויף 4-5-6-7 זייטן אז ער איז דער געווינער ציען אסאך מיט די פלייצע, אבער נישט דאס איז די נושא.

ווייל ווי איך האב שוין געשריבן אויב וואלטן זיי דאס נישט געטוען וואלטן ביידע געווען פארמאכט היינט, ווייל ביידע מאכן "נישט" קיין געלט פון די צייטונג נאר וועגן די שמוציגע פאליטיק, און ס'איז קלאר אז ס'איז נישטא פלאץ פאר נאך א צייטונג און דער נייער צייטונג וועט זיך פארמאכן פונקט ווי אידישע געדאנק און דער בליק אדער צייטשריפט וכו' וואס קומט ארויס ווי שוועמלעך נאכן רעגן יעדע פאר יאר.

פאר וועכנטליכע נייעס איז לדעתי נישטא קיין עצה און מיר וועלן מוזן בלייבן מיט קול מבשר און די 3 פאליטישע צייטונגען, חודש'ליך איז ב"ה דא א גאר גוטע געלונגענע ארבעט פון דער שטערן\שפאקטיוו, און יעדע קהילה האט היינט א אויסגאבע פאר קהילה נייעס כדוגמת דער אוצר, אוצרות, בית באבוב וכו'.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:58 pm#21975
איך טראכט אזוי ביי מיר, דער איד האט זיך לעצטנס היבש אפגעשאקעלט פון די עקלהאפטיגע פאליטיק. נאר וואס דען, נאך אזא עקלדיגע און שמוציגע בלאט וואס איז ארויסגעקומען לעצטע וואך, און האט געשטאכן דעם אנדערן צד אויף יעדן בלעטל און געמאכט פון זיי אש און פארך, האט דער איד געפילט פאר וויכטיג צו מאכן אן אויסנאם און גיין אויף די דעפענסיווע זייט, און זיך שטארק אפשאקלען און זיך אפקלאפן פון די אלע שמוץ וואס איז אויף זיי ארויפגערינען. דאס איז נישט קיין עקזעמפלאר פאר יעדן וואכעדיגן "איד", וואס איז געווענליך אויף א העכערן סטאנדארד און לאזט זיך נישט אראפ אזוי נידריג.

קען זיין איך בין ראנג, אבער את הנראה לדעתי כתבתי.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:12 pm#21977
איך גיי זיך נישט טענה'ן ווען עס איז דא א אפענע אגענדע
איך ברענג א טרוקענע דוגמא ווי די ''זשוארלאניזום'' אין די צייטונג האלט אז מען קען ווידמען א כמעט סעפט' 11 סטייל ביילאגע צו אטאקירן דער בלאט
אין מען ברענגט תירוצים, אז מען מיינט נישט דאס מען מיינט נישט יענץ
איך גיי נישט טוהן מיט דער איד וואס די האסט געטוהן מיט דער בלאט צו זיכן ספעלינג מיסטעיקס אין אריינפעיסטן בילדער ווייל עס אינטערסירט מיך נישט ב''ה
די ס''ה וואס יעדער וועט זעהן ביידע צייטונגען זענען אייניג ביליג
אפילו די שרייסט אז די ביזט עכט נייטראל דארף איך זיין א משוגענער צו גלייבן אז איר אטאקירט דער בלאט פשוט ווייל עס טוט אייך וויי דער מצב פין דזשורנאליזעם
אפי' ווען יא וואלט דיך דער איד אויך געבאדערט

איך פארשטיי נאר נישט, פארוואס זענען די זאלונים אזוי אויסן צו פארטיידיגען דער איד אין צייט וואס די ארונים נעמען נישט פערזענליך אן אטאקע אויף דער בלאט
וואס גייט דיך אן מילך דייטש'ס אדער משה פרידמאן'ס טאש

בנוגע נייע צייטונגען
עס איז אמת אז צייטונגען זענען נישט מצליח אבער קוק וויפיל אידישע חודש'ליכע אויסגאבע האבען זיך געפנט לעצטנס אין האלטן נאך יא אן
דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:22 pm#21980
שמעקעדיג האט געשריבן:איך טראכט אזוי ביי מיר, דער איד האט זיך לעצטנס היבש אפגעשאקעלט פון די עקלהאפטיגע פאליטיק. נאר וואס דען, נאך אזא עקלדיגע און שמוציגע בלאט וואס איז ארויסגעקומען לעצטע וואך, און האט געשטאכן דעם אנדערן צד אויף יעדן בלעטל און געמאכט פון זיי אש און פארך, האט דער איד געפילט פאר וויכטיג צו מאכן אן אויסנאם און גיין אויף די דעפענסיווע זייט, און זיך שטארק אפשאקלען און זיך אפקלאפן פון די אלע שמוץ וואס איז אויף זיי ארויפגערינען. דאס איז נישט קיין עקזעמפלאר פאר יעדן וואכעדיגן "איד", וואס איז געווענליך אויף א העכערן סטאנדארד און לאזט זיך נישט אראפ אזוי נידריג.

קען זיין איך בין ראנג, אבער את הנראה לדעתי כתבתי.


די גייסט שוין צו ווייט
די גמרא זאגט מילתא דעבידא לגלי' לא משקרי אינשי
געב נאר א קוק בעפאר די וואלען ווי זיי האבען געהאסט קעגן די ארונים
היי יאר אליין זענען נאך עטליכע מאל געלאפען ארטיקלן קעגן ר' אהרן פין משה יודל דייטש אדער מנשה פילאף
קוק די נייעס קעגן קרית יואל פאבליק סעיפטי, וועגן די קעמפס, אדער די אנדערע נייעס קעגן די ארונים
אויב הייסט דאס אפגעשקעלט איז צרות

עס איז אמת אז א שטיק צייט האבען זיי נישט געשריבן קיין פאליטיק
אין ר' שלמה מאיער פין שומרי החומות האט דעמאלטס גענומען קרעדיט דערפאר,
אבער ציבוסלעך קוקט אויס ווי זיינע קאסטומער דארפן עס וויכטיגער ווי די קעסטל רעטענישן אין די קינדער ביילאגע
דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:40 pm#21981
הרב קלאר. איך גיב דיר גערעכט. זיי זענען לעצטנס צוריקגעפאלן אין דעם פח הנשבר, נאך א שטיק צייט זיין שטיל. אבער די וואך איז עס ארויס פון אלע גדרים, און קוקט אויס ווי א פארוואונדעטע ברי׳ נאך א שרעקליכע אטאקע.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:54 pm#21984
איך מיין אז די אשכול קען ווערען אריבער געפירט צו הייד פארק.............
איך מיין אז דא איז נישט די פלאץ זיך צו קריגען אויף אזלכע שטותים
דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:56 pm#21985
די זשורנאליסטיששע חלק פין דע צייטינגען גייט מיר נישט אן
אבער אויב איז דעס אמת טיט עס מיר וויי

נאך א דוגמא וואס איך דערמאן מיר יעצט, פאר עטליכע וואכן צוריק איז געווען ביי די קינדערישע בילדער א בילד ווי צוויי פייגלעך מעיטן, דער איגנארענט בלאט שרייבער האט צוגעלייגט דארט זיינע ב'טעם'טע הגהות נישט וויסענדיג אפילו וואס דאס איז, אין צעטל קטן שטייט הארב מ'זאל נישט קוקן אויף חי' ועוף בשעה שנזקקין זה לזה, און דער לייגט דאס אריין פאר מיינע קינדער צו קוקן...

ביטע באשטעטיגטס אויב דעס איז געווען
דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:03 pm#21986
לעמיל האט געשריבן:איך מיין אז די אשכול קען ווערען אריבער געפירט צו הייד פארק.............
איך מיין אז דא איז נישט די פלאץ זיך צו קריגען אויף אזלכע שטותים


דער טאן פונעם ויכוח איז זייער נארמאל, דאכט זיך. דער נושא מעג אויסגעשמועסט ווערן, מיין איך. ס'איז נישט געפערליך.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:09 pm#21988
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:איך מיין אז די אשכול קען ווערען אריבער געפירט צו הייד פארק.............
איך מיין אז דא איז נישט די פלאץ זיך צו קריגען אויף אזלכע שטותים


דער טאן פונעם ויכוח איז זייער נארמאל, דאכט זיך. דער נושא מעג אויסגעשמועסט ווערן, מיין איך. ס'איז נישט געפערליך.


דעיס מיינט נארמאל ביי דיך איז וואס איז נישט נארמאל??? נישט יעדער איז אינטערסירט צו הערען (ליינען) דעי שטותים וועמענס איז בעסער אין וועמענס איז גרעסער, די מציאות איז אז ווען צווי סאטמערע אידען וועלען זיך טענען אין פאליטיק ווערט עס גלייך זייער עקלדיג איז פליס סטאפ מיט דעי שטותים וווייל די וועסט במילא נישט אונקימען אין ערגעץ
דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:10 pm#21989
ווי קומט דא אריין סאטמארע פאליטיק? מ'רעדט ארום דא איבער די ליטעראטורישע און דזשורנאליסטישע שטאפל פון די בלאט. ווייל עס באלאנגט פערצופאל צו סאטמאר טאר מען שוין נישט דאס דיסקוסירן?
דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:12 pm#21990
יידל האט געשריבן:ווי קומט דא אריין סאטמארע פאליטיק? מ'רעדט ארום דא איבער די ליטעראטורישע און דזשורנאליסטישע שטאפל פון די בלאט. ווייל עס באלאנגט פערצופאל צו סאטמאר טאר מען שוין נישט דאס דיסקוסירן?

על כגון דא נאמר המאמר ווער עס פארשטייט פארשטייט................
דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:22 pm#21993
קלאר האט געשריבן:
בנוגע נייע צייטונגען
עס איז אמת אז צייטונגען זענען נישט מצליח אבער קוק וויפיל אידישע חודש'ליכע אויסגאבע האבען זיך געפנט לעצטנס אין האלטן נאך יא אן


שרייבט ביטע וועלעכע חודש'ליכע אויסגאבע איז לעצטענס ארויס געקומען און האלט נאך אן, איך רעד נישט פון קהילות חודש'ליכע אויסגאבעס, נאר פון אומפארטיי'שע ווי דער בליץ, איז דא נאך א נייע אויסגאבע פון די לעצטע 2 יאר וואס האלט נאך אן?

און צום איד\בלאט ארטיקל וואס האט נישט קיין שייכות צום נושא פון די אשכול, אבער אויב האט דער איד געמוזט דערמאנען די וואך אלע חטאים פון די מהר"א צד ווי מאסקאווי אריזונא וכו' מיינט עס אז זיי זענען אראפ צו די צייטן פון פאר דוד עקשטיין'ס חרם, וחבל על דאבדין
דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:49 pm#22006
כבוד חברינו שליט"א
ביטע געדענקט אז איר געפינט זיך אין "מידיא ווינקל" - נישט אין "א שמייכל" און אויך נישט אין דעם נייעס פארום. ביטע האלטס זיך צום שמועס.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 6:38 pm#22023
ראש המדברים האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:
בנוגע נייע צייטונגען
עס איז אמת אז צייטונגען זענען נישט מצליח אבער קוק וויפיל אידישע חודש'ליכע אויסגאבע האבען זיך געפנט לעצטנס אין האלטן נאך יא אן


שרייבט ביטע וועלעכע חודש'ליכע אויסגאבע איז לעצטענס ארויס געקומען און האלט נאך אן, איך רעד נישט פון קהילות חודש'ליכע אויסגאבעס, נאר פון אומפארטיי'שע ווי דער בליץ, איז דא נאך א נייע אויסגאבע פון די לעצטע 2 יאר וואס האלט נאך אן?

און צום איד\בלאט ארטיקל וואס האט נישט קיין שייכות צום נושא פון די אשכול, אבער אויב האט דער איד געמוזט דערמאנען די וואך אלע חטאים פון די מהר"א צד ווי מאסקאווי אריזונא וכו' מיינט עס אז זיי זענען אראפ צו די צייטן פון פאר דוד עקשטיין'ס חרם, וחבל על דאבדין


קודם כל, פארגעס נישט די שפאקטיוו שטערן איז נישט אזוי אלט,
עס מוז זיין זייער ציענד פאר די ליינער אז זיי האבען נאך א קיום

זייט דער בלאט האט זיך געפנט האבען עטליכע פראבירט צו עפנען נייע צייטונגען אין זענען דורכגעפאלען
עס איז קלאר אז די הצלחה פין דער איד אדער דער בלאט איז נישט וועגן זייער תוכן נאר וועגן בעקאפ פין זייער פארטיי - ווי שוין אויסגעשמיסט
אוודאי פארמאגען ביידע צייטונגען א גרויסע באזע פין אנדערע - נישט אנהענגער פין די פארטיי ליינער אין אפי' פין די פארקערטע פארטיי
אבער אן די בעקאפ וואלטן שוין ביידע געווען פארמאכט

אבער אפילו ביי קהל'ישע אויסגאבעס האט אויך נישט אלעס א קיום
ווער געדענקט ''די אידישע געדאנק - (ארונים)'' וואס איז געווען א שטרקע אויסגאבע אבער איז צום סוף געגאנגען שלאפען ווען דער רעדאקטער אלימלך דייטש האט געפענט דעם בלאט אין האט עס אוועקגעגבן
ווער געדענקט ''דער אידישער פלאם - (ארונים)'' וואס דער רעדאקטער האט עס געמוזט פארקויפן פאר איינעם וועלכע האט עס געטויטש צו א מאגעזין אין יענער האט אבער נישט צו לאנג אנגעצויגן
ווער געדענקט נישט ''דער בליק - (זאלונים)'' וואס האט זיך געהאלטן ביים פארשפארען אין געטוישט זיין מהלך ווי א מאגעזין אבער האט זיך סוכ''ס געמוזט פארשפארען
דאס איז שוין ביי אויסגאבעס וואס א פארטיי האט געבעקט, ווער רעדט נאך פין די צייטשריפט אין אנדערע

אבער מיט דעם אלעם איז דא וואס זענען יא מצליח
קוק אן די אוצרות וואס די ארונים געבן ארויס חודש'ליך וואס האט מורא'דיג שטארק מצליח געווען, נאר שענער ווי אסאך אויסגאבעס
זיי האבען געוויסע זאכען וואס כאפען שטארק די ליינער, יעדער שרייבט שרייבט דארט מיט זיין אריגענעלע נאמען, אין די ארטיקלען זענען מלא תוכן
ועלם כולם עס איז אויף א מורא'דיגע הויכע ניווא

בקיצור אז מען האט סיעתא דשמיא איז מען מצליח
אז מען האט נישט קען מען האבען די שטערקסטע פארטייען אין מען גייט שלאפען
דאנערשטאג יולי 05, 2012 8:52 pm#22057
פני הדור כפני הכלב. די צייטונגען זענען ווי דעם פאלק און דער פאלק איז ווי די צייטונגען. עס איז טאקע אן אפשפיגלונג פון די שטרוי וואס אונזערע מענטשן קייען גערן און פארלאנגען נישט בעסערס, אבער באמת האט דאס געשריבענע ווארט אויך די ראלע פון הייבן א פאלק, ווי אפילו א בעגינער ווייסט. עס איז צרות אויף ביידע זייטן.
אויב א שרייבער אויף הייד פארק קען זיך פארמעסטן מיט דעם בלאט שרייבער, איז עקבתא דמשיחא. און דאס וואס איינער קומט דא עדות זאגן אז דער בלאט האט יא מגיהים וואס קוקן איבער יעדעס ווארט, איז דאך די ווייטאג (און געלעכטער) נעבעך פילפאכיג שטערקער.
מאנטאג יולי 09, 2012 12:25 pm#22655
א געפערליך-קינדישע קעפל אינעם "בלאט" די פארלאפענע וואך