דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 2:42 pm#305584
גערעכט, א קאראפטירטע צייטונג, אזא טייפוי געטוישט 2 אותיות, נישט געוויסט אז זייערע ליבהאבער פילטערן נאך די בלאט וועכענטולך
אדונינו האט געשריבן:א סתירת הבלאט: ביי די חוק גיוס המתוקן, רופן זיי עס ״המסוכן״ וויבאלד לשיטתם שטיין די היימישע גיוס דורך דעם, אבער ווען ביבי האט אריינגענומען ליבערמאן אין די קאליציע, שרייבן זיי (בשם ח״כ אייכלר) אז ער קען נאך צוריק ברענגן די גזירה על תילה ה״י, און אויפן הויפט זייט איז געשטאנען, אז עס איז א גרויס זארג ביים יהדות החרדית, ומי יעמוד בסודם...
ראובן האט געשריבן: די רירנדע און פאזיטיווע געשיכטע פון דער וואך ווי 8000 גוטהארציגע אידן האבן צוזאמענגעשטעלט איבער 500,000 דאלאר אין צוויי טעג פאר א קראנקער פרוי דורך די פאוער פון סאושעל מידיע.
ראובן האט געשריבן:יעדער נארמאלער מענטש וואלט געזאגט אז א לאקאלע אידישע צייטונג דארף פראמינענט דעקן אויף דער ערשטער זייט די רירנדע און פאזיטיווע געשיכטע פון דער וואך ווי 8000 גוטהארציגע אידן האבן צוזאמענגעשטעלט איבער 500,000 דאלאר אין צוויי טעג פאר א קראנקער פרוי.
אזוי וואלט אוודאי געטון א נארמאלע צייטונג וועמענס ציל איז צו געבן פאר די לייענער רעלעוואנטע באריכטן. אבער א צייטונג וואס האט דעם יחיד אין דער ערד, און קימערט זיך נאר מיט פראפאגאנדע און די מלוכות פון די פירער, האט אנדערע פריאריטעטן.
איסר האטלקי האט געשריבן:שאפן פאנדס איז איין זאך אבער די ווערטער צורייסן פאר א צווייטן קומט נישט אריין דא. אמת, מעגליך אז מען טרעפט עס מער ווי ערגעץ אנדערש, אבער קיין רוטין איז עס זיכער נישט כפי ידיעתי.
ראובן האט געשריבן:פיין, מ'האמיר שלום געמאכט מיט'ן מצב אז דער בלאט, כאטש ס'פאררופט זיך ווי די "צייטשריפט פאר'ן אלוועלטליכן ארטאדאקסישן אידנטום", איז עס באמת א פראפאגאנדע-אפאראט פאר האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר.
וועל איך אלזא פארשטיין אז דער בלאט וועט נישט פראפאגאנדירן פאר'ן כינוס קעגן דער א.ג. "גזירת הגיוס" היות דאס ווערט נישט געשטיצט דורך ר' אהרן.
אבער וואס טוט זיך מיט'ן נייעס אספעקט פון דער צייטונג? דארף מען נישט באריכטן וועגן א כינוס קעגן די ציונים מיט דער באטייליגונג פון טויזנטער חרד'ישע אידן? דארף מען נישט דערציילן די נייעס פאר די לייענער פון דער אלוועלטליכער צייטונג?
עמעזאן האט געשריבן:ביי כינוס כלל ישראל זענען זיי געווען מלא ליצנות אנגעפאנגען ווי רש''ל וויי''ב פארשטאפט די אויערן און געפאויקעסט אויף בילדער מיט גרויסע לעכער ליידיג פון מענטשען וכו'
דא גייען זיי אויך לכאורה ווייזען די גרויסע לעכער ליידיג פון מענטשען וכדו'
פארפאלן זיי האבן נישט די זכי' זיך משתתף צו זיין אין ערנסטע מעמדים, דאס איז א הימל זאך, אנדערש האט עס נישט קיין ביאור