Under maintenance
הויפט זייט » "דער בלאט"

"דער בלאט"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15
דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:14 pm#52
"דער בלאט"
עס איז אוממעגליך צו שרייבן די היסטאריע פון "דער בלאט" אן דערמאנען דעם "איד". "דער איד" האט זינט תשט"ו געטריי געדינט די סאטמארער קהילה – זיך צוגעשטעלט צו, און בעצם אנגעפירט, אלע אירע מערכות. נאכדעם פון דער סאטמארער רבי בעל "ברך משה" האט אין תשנ"ט קאנטראווערסיאל מחליט געווען אפצונויגן פון זיין אמאליגער שטעלונג לטובת זיין עלטסטן זון הרב אהרן, ממנה צו זיין זיין אינגערן זון הרב זלמן לייב אלץ דער סאטמארער רב און וויליאמסבורג, און טיילווייז אלץ עווענטועלער ממלא-מקום, האט "דער איד" גענומען א פרא-רז"ל שטעלונג, און די חסידים פון הרב אהרן האבן געהאלטן אז די החלטה לטובת רז"ל איז נישט געווען מדעת דעם סאטמארער רבי'ן אליין, האבן זיי מחליט געווען ארויסצוגעבן אן אייגענע צייטונג.
ווען מען נעמט אין באטראכט די קליין ביסל היסטאריע, און אז מ'קוקט פון דעם פערספעקטיוו פון די חסידים פון הרב אהרן און די ארויסגעבער פון דעם "בלאט", איז ער א גלייכער המשך צו "דער איד" פון תשט"ו ביז תש"ס – אין אנדערע ווערטער: "דער איד" האט געטוישט זיין נאמען צו "דער בלאט", און די צייטונג וועלכע קומט היינט ארויס אונטערן נאמען "דער איד" איז נישט די אויטענטישע סאטמארער צייטונג.
דער ערשטער נומער פון "דער בלאט" איז ערשינען ערב סוכות תש"ס מיט פערציג זייטן. עס האט נישט גענומען לאנג ביז עס האט זיך אנגעפילט מיט אנאנסן הויפטזעכליך דורך די חסידים פון הרב אהרן. "דער בלאט" האט אין די ערשטע יארן פארמאגט שרייבער פון ליטערארישער קוואליטעט, ווי שמעון ראלניצקי, פינחס גלויבער און יצחק אייזיק שניטצלער. אין יענער תקופה האט "דער בלאט" געלייגט א דגוש אויף ברייטע רעפארטאזשן און באריכטן, באשרייבנדיג וועלטליכע און פאליטישע געשעענישן פאר לאנגע בלעטער. צום ביישפיל: דער רעפובליקאנער קאנווענשאן אין יאר 2000 וואו דזשארדזש בוש איז נאמינירט געווארן איז אין "דער בלאט" באשריבן געווארן אין א לאנגען באריכט ווואס האט זיך געצויגן אויף זייטן 2, 77, 78, 79, און 80, חוץ אנדערע פאליטישע אנאליזן.
פון די ערשטע פרינציפן פון "דער בלאט" איז געווען צו דעקן אלע חסידישע הויפן – פון גרויס ביז קליין. עפענענדיג למעשה דעם מקום פאר די שפעטערדיגע מאגאזינען ווי "כל העולם כולו" וכדומה. "דער בלאט" האט דאן אויך אוועקגענומען אלע גרעניצן בנוגע טיטלען, און יעדער רבי האט זיך געקענט אנהייבן באטיטלען ככל אשר לבו חפץ.
מיט דער צייט האט "דער בלאט" פארלוירן דעם פאליטישן אייפער, און אין לויף פון די יארן ווי דער "בלאט" האט אנגעהויבן רעפרעזענטירן נישט נאר א פראקציע נאר א פולקאמער חסידות מיט אלע פיטשיווקעס, איז דער דגוש אויף פאליטיק און וועלטליכע נייעס אוועקגעפאלן. עס איז אויך אוועקגעפאלן די אינטערעסע אין סיי וואס אנבאלאנגט זשורנאליסטישע קוואליטעט. און דא האט זיך אנגעבויבן א תקופה פון גרויזאמע עם-הארצות אויף א פארנעם וואס איז לכאורה נאך קיינמאל נישט געזען געווארן אין אידישער זשורנאליזם.
כמעט וועכנטליך קען מען געפינען אין דעם "בלאט" אומגלויבליכע גרייזן. עס עקזיסטירט בכלל נישט קיין רעדאקציאנעלע ווירטשאפט, און וואס אימער קען געשריבן ווערן אן דעם וואס איינער זאל אין אכט נעמען איידערן גיין צום דרוק.
דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:06 pm#58
די געשיכטע מיט "דער בלאט" איז א ביטערע וויבאלד למעשה קויפט עס עולם-גולם. איך ווייס נישט וואס דאס זאגט איבער זיינע לייענער. עס זענען ווארשיינליך פאראן טויזנטער ביישפילן פון שטוינענדע טפשות אין דער צייטונג - לייענט און שטוינט וואס איז ערשינען אין דער בלאט עטליכע וואכן צוריק:
דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:15 pm#59
Re: "דער בלאט"
איך פרוביר צו רעכענען וואס פונקטליך איז בגימטריא 21. איך קום אין ערגעץ נישט אן דערווייל...
דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:42 pm#61
Re: "דער בלאט"
עס איז אן ערנסטע פראבלעם, און מ'דארף טון אלעס וואס מ'קען זיי צו אויפמערקזאם מאכן דערויף. אדער, נאך בעסער וועט זיין אז מיר דא אין קאווע שטיבל וועלן שטעלן אן אלטערנאטיוו צו די היימישע צייטונגען מיט הויך-קוואליטעט אנאליזן און ליטעראטור.
געציילטע טעג צוריק האט חברינו הרב אךשמח מעורר געווען אויף די זעלבע נקודה אין אן אנדערן פארום ווי ער באטיילגט זיך, אבער משום מה האט ער דארט שטארק מקצר געווען און געלאזט פאלן האלבע זאכן ברמיזה. אפשר קען ר' אך דא זיך פארברייטערן אין דעם ענין און ארויסברענגען די פראבלעם כדבעי'.
דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:45 pm#63
Re: "דער בלאט"
וואס איז די פראבלעם מיט וואס ס'איז געשטאנען אין בלאט?
דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:57 pm#65
Re: "דער בלאט"
זיידעטשקע האט געשריבן:וואס איז די פראבלעם מיט וואס ס'איז געשטאנען אין בלאט?

פקח עיניך וראה! "דער בלאט" באשרייבט א דאלי וואס ווערט גערופן בלע"ז OBAMA FARTING DOLL.

(אויב דארפט איר הילף מיט פירוש המילות גיט א קוק דא: m http://en.wikipedia.org/wiki/Fart m .)
דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:30 pm#71
Re: "דער בלאט"
יאנקל האט געשריבן:
זיידעטשקע האט געשריבן:וואס איז די פראבלעם מיט וואס ס'איז געשטאנען אין בלאט?

פקח עיניך וראה! "דער בלאט" באשרייבט א דאלי וואס ווערט גערופן בלע"ז OBAMA FARTING DOLL.

(אויב דארפט איר הילף מיט פירוש המילות גיט א קוק דא: http://en.wikipedia.org/wiki/Fart.)

ולא עוד אלא זיי טייטשן דאס איבער אלץ "21 אבאמא סלאגאנען".
מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:25 am#81
Re: "דער בלאט"
עס איז אויך כדאי צו באמערקן אז דער נעמליכער קאלום לויפט שוין אין דעם "בלאט" איבער צוויי יאר אונטער'ן קעפל "טעכנאלאגישע ערפונדונגען". אין לויף פון דער גאנצער צייט האט נאך קיינער אין יענער רעדאקציע נישט באמערקט אז דאס ווארט "ערפינדונגען" וואס שטייט ריזיג אין דעם קעפל איז שלעכט אויסגעלייגט...
מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:59 am#86
Re: "דער בלאט"
שלום עליכם, קארל, גלעד יור היער.

דער בלאט האט באמת אראפגעפירט דעם אידישן צייטונג צו א נייע נידריגע לעוול ווי קיינמאל בעפאר, ווייל לכאורה איז נאך קיינמאל בעפאר נישט געווען אזא מציאות אז א ריכטיגער עם הארץ במלוא מובן המילה זאל האבן א האנט אין מאכן די באשליסן אין א צייטונג, און אפילו אויפנעמען און אפזאגן שרייבער. ווי אויך איז נאכנישט געווען קיין צייטונג וואס דער רעדאקטאר האט בעיקר די אויפגאבע פון מאנעוורירן די פאליטיק אינעם צייטונג, אבער די אנדערע זייטיגע ארטיקלעך און קאלום גייט אים קנאפ אן (חוץ ווען מ'כאפט זיך אז די סעילס גייען אראפ, ווייל די פאליטיק איז שוין נישט אזוי הייס).

עס איז ממש א שאד צו ברענגען אזעלכע מינדערוויכטיגע טעותים ווי "ערפונדונגען" (און בכלל, איז "לאגישע ערפינדונגען" גאנץ א שוואכער קעפל). איך קויף עס שוין נישט היינט צו טאג אבער איך פלעג דארט טרעפן יעדע וואך אזעלכע גראבע טעותים אז עס איז פשוט געווען א בושה. אויך וויפיל מאל מען זעט אז דער שרייבער האט נישט קיין אנונג בחייכון וואס ער שרייבט און באמבלט פשוט נאך די ענגלישע ווערטער וואס ער פארשטייט פונקט ווי דעם לייענער. נישט אז "דער איד" איז אינגאנצן ריין, ער האט זיך אויך זיינע פראבלעמען, ווי צופיל ענגלישע ווערטער און אנגליציזמען, אבער בדרך כלל איז ער אויף א פיל העכערע לעוול און מען זעט קלאר אז זייערע שרייבער, מגיהים און אויבערהארן פרובירן אז עס זאל זיך האלטן אויף א פראפעסיאנאלן אופן.
מיטוואך פעברואר 29, 2012 2:46 am#97
Re: "דער בלאט"
שרגא האט געשריבן:שלום עליכם, קארל, גלעד יור היער.

יעס, היער, ענד היער טו סטעי.

עס איז ממש א שאד צו ברענגען אזעלכע מינדערוויכטיגע טעותים ווי "ערפונדונגען" (און בכלל, איז "לאגישע ערפינדונגען" גאנץ א שוואכער קעפל). איך קויף עס שוין נישט היינט צו טאג אבער איך פלעג דארט טרעפן יעדע וואך אזעלכע גראבע טעותים אז עס איז פשוט געווען א בושה. אויך וויפיל מאל מען זעט אז דער שרייבער האט נישט קיין אנונג בחייכון וואס ער שרייבט און באמבלט פשוט נאך די ענגלישע ווערטער וואס ער פארשטייט פונקט ווי דעם לייענער.

יאנקל'ס קאפיע פון דעם "בלאט", חוץ דאס וואס ס'ווייזט ווי א טעות אין א קעפל (!) קען זיצן יארן לאנג און קיינער באמערקט עס נישט, ווייזט עס אויף דעם פונדאמענטאלן פראבלעם פון דער צייטונג: קיין שום אויפזיכט און אחריות. איך קען נישט די לייענערשאפט פון "דער בלאט" - אבער אז עס קען אריינפאלן אזא טעות צו באשרייבן אזא עקלדיגן חפץ, און די לייענער הייבן נישט אויף קיין "ויצעקו", זענען זיי אדער פונקט אזעלכע שוטים ווי די ארויסגעבער, אדער האבן זיי זיך שוין אויסגעלערנט נישט צו ערווארטן עפעס בעסער, און ווייסן אז קיינער אין דער רעדאקציע ווען ניטאמאל פארשטיין וואס עס שטערט זיי.
פרייטאג מערץ 02, 2012 12:29 am#250
Re: "דער בלאט"
יידל האט געשריבן:עס איז אן ערנסטע פראבלעם, און מ'דארף טון אלעס וואס מ'קען זיי צו אויפמערקזאם מאכן דערויף. אדער, נאך בעסער וועט זיין אז מיר דא אין קאווע שטיבל וועלן שטעלן אן אלטערנאטיוו צו די היימישע צייטונגען מיט הויך-קוואליטעט אנאליזן און ליטעראטור.
געציילטע טעג צוריק האט חברינו הרב אךשמח מעורר געווען אויף די זעלבע נקודה אין אן אנדערן פארום ווי ער באטיילגט זיך, אבער משום מה האט ער דארט שטארק מקצר געווען און געלאזט פאלן האלבע זאכן ברמיזה. אפשר קען ר' אך דא זיך פארברייטערן אין דעם ענין און ארויסברענגען די פראבלעם כדבעי'.

איך האב הנאה סיי פון דעם וואס כבוד הרב קארל שליט"א האט זיך אריינגעכאפט אהער אין דעם פורום, איך האף ער וועט ממשיך זיין דא מיט זיינע גוטע און קלוגע געדאנקען און זיין רייכער פעדער, און סיי איבער דער ווייטאגליכער נושא וואס איז געפערליך ביז גאר.

איך האב צו שרייבן איבער דעם גאר גאר אסאך, אבער איך וועל דאס לאזן אויף די ערשטע געלעגנהייט וואס איך וועל האבן.

איין ווארט דארף מען פארשטיין און דאס איז גאר וויכטיג.

מיר קענען דא שרייבן און ווי יעדער וואס קען אביסקעלע ליינען און פארשטייט צו שריפט וועט גראד זאגן אז "דער בלאט" איז א דיזעסטער אין פולן מיין פונעם ווארט, אבער מען דארף אויך וויסן קלאר אז וויפיל מיר זאלן ברויזן אויף איר אראפברענגען דעם אידישן סטאנדארט (דאס ביסל וואס איז שוין געווען) צו גאר נידריגע און געפערליכע שטופעס, מוז מען וויסן אז זייער גאנצער הצלחה (און על אף מיר קענען וויינען און שרייען האב איך עס שוין לאנג באשטעטיגט אז זיי פארקויפן מער קאפיעס ווי די אנדערע צוויי צייטונגען) איז ווייל זיי שטייען אונטער א שטארקע פארטיי וואס זיי וועלן קענען פארקויפן סיי וועלכע שטותים און אפילו אויב ס'וועט אריינפאלן גאר מיאוסע טעותים וועלן זיי ווייטער אנגיין און זיך אפילו נישט וויסנדיג מאכן. זיי האבן בכלל נישט קיין אינטערעסע צו פארבעסערן זייער צייטונג אין זייערע באשרייבונגען. זיי האלטן נישט ביים באצאלן פאר טויגליכע שרייבער, און עס פעלט זיי גארנישט.

פעלט זיי גארנישט?? אזוי מיינען זיי.

פארזעצונג אויף זייט...
מיטוואך מערץ 21, 2012 11:12 am#2219
Re: "דער בלאט"
כיהודה ועוד לקרא.
פון ווי נעמען זיי די מסורה אז קעפלעך פון נייעס מוז זיין די אותיות וואס קהל יטב לב דסאטמאר ניצט פאר זייער לעדער העד?
ווייל "דער איד" האט אזוי זיך געפירט אלע יארן?
זאלן זיי נעמען א המודיע און זיך אביסעל אויסלערנען פעידז לעיאוט.
נישט אז די המודיע איז 100 פרצענט, באט, אסאך בעסער.
אדרבה, זאל דער בלאט ווייזען אז פאר די שארית הפליטה אידיש רעדענדע קען מען אויך אהער שטעלן א בכבוד'דיגע צייטונג
מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:16 pm#2535
Re: "דער בלאט"
פארוואס האט הרב שך זצ"ל אזוי געציטערט זאגנדיג "אזל גברא דמסתפינא מיניה"? האבן די חרדי'שע חברי-הכנסת ממש מורא געהאט ביי טריט און שריט איבער וואס סאטמאר וועט זאגן?
לאמיך אייך ערקלערן, טייערע אידן. קיינער האט נישט מורא פון וואס סאטמאר וועט זאגן; מ'האט מורא פון וואס זיי וועלן טון. סאטמאר צייכנט זיך נישט אויס מיט אזעלכע אויסגעצייכנטע ארגומענטן וועלכע זאלן לאזן קעגנער מיט דער צונג אינדרויסן, אבער זיי צייכנען זיך אויס מיט אנדערע מיטלען.

אבער למען האמת, פארוואס זאל איך רעדן, ווען איך קען לאזן דעם עדיטאריעל אין "דער בלאט" רעדן:

בילד
מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:20 pm#2536
Re: "דער בלאט"
קארל האט געשריבן:פארוואס האט הרב שך זצ"ל אזוי געציטערט זאגנדיג "אזל גברא דמסתפינא מיניה"?

ווען האט ער דאס געזאגט?
מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:22 pm#2537
Re: "דער בלאט"
יידל האט געשריבן:
קארל האט געשריבן:פארוואס האט הרב שך זצ"ל אזוי געציטערט זאגנדיג "אזל גברא דמסתפינא מיניה"?

ווען האט ער דאס געזאגט?

ביי זיין הספד וואס ער האט געגעבן אויף סאטמאר'ן רב זצ"ל
מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:33 pm#2542
Re: "דער בלאט"
קארל האט געשריבן:פארוואס האט הרב שך זצ"ל אזוי געציטערט זאגנדיג "אזל גברא דמסתפינא מיניה"? האבן די חרדי'שע חברי-הכנסת ממש מורא געהאט ביי טריט און שריט איבער וואס סאטמאר וועט זאגן?
לאמיך אייך ערקלערן, טייערע אידן. קיינער האט נישט מורא פון וואס סאטמאר וועט זאגן; מ'האט מורא פון וואס זיי וועלן טון. סאטמאר צייכנט זיך נישט אויס מיט אזעלכע אויסגעצייכנטע ארגומענטן וועלכע זאלן לאזן קעגנער מיט דער צונג אינדרויסן, אבער זיי צייכנען זיך אויס מיט אנדערע מיטלען.

אבער למען האמת, פארוואס זאל איך רעדן, ווען איך קען לאזן דעם עדיטאריעל אין "דער בלאט" רעדן:

בילד

כאטשיג איך בין זיך שטארק מתנגד צו דאס וואס דו זאגסט אז "סאטמאר צייכנט זיך נישט אויס מיט אויסגעצייכנטע ארגומענטן" - כ'האלט גראדע אז עפ"ר רעדט סאטמאר זייער צו די זאך, איז אבער דאס שפראך אין בלאט פון "צוויי פראסקעס" ממש אן עקל. וואספארא מין גערעדאכט איז דאס?! אז מען וויל ארויסברענגן מאזעס'ס חוצפה איז דא פיל בעסערע וועגן וויאזוי דאס ארויסברענגען, מען דארף נישט רעדן ווי א צולאזטע צוועלף יעריגע חדר אינגעל!
מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:39 pm#2545
Re: "דער בלאט"
דער בלאט איז דאך פאר 12 יעריגע!
מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:44 pm#2546
Re: "דער בלאט"
זר זהב האט געשריבן:דער בלאט איז דאך פאר 12 יעריגע!

:like :like :like
זונטאג מערץ 25, 2012 12:04 am#2550
Re: "דער בלאט"
נאך א רינגעלע אינעם קייט פון בחורישע עדיטאריעלס וואס ערשיינט אין יענעם קאלום. (אויב מ'מעג פארשעמען דאס ווארט "עדיטאריעל" מיט אזאנע געשרייבעכץ)
זונטאג מערץ 25, 2012 12:56 am#2556
Re: "דער בלאט"
קארל האט געשריבן:פארוואס האט הרב שך זצ"ל אזוי געציטערט זאגנדיג "אזל גברא דמסתפינא מיניה"? האבן די חרדי'שע חברי-הכנסת ממש מורא געהאט ביי טריט און שריט איבער וואס סאטמאר וועט זאגן?
לאמיך אייך ערקלערן, טייערע אידן. קיינער האט נישט מורא פון וואס סאטמאר וועט זאגן; מ'האט מורא פון וואס זיי וועלן טון. סאטמאר צייכנט זיך נישט אויס מיט אזעלכע אויסגעצייכנטע ארגומענטן וועלכע זאלן לאזן קעגנער מיט דער צונג אינדרויסן, אבער זיי צייכנען זיך אויס מיט אנדערע מיטלען.

אבער למען האמת, פארוואס זאל איך רעדן, ווען איך קען לאזן דעם עדיטאריעל אין "דער בלאט" רעדן:

די קאפיע פון דעם "בלאט" באשטעטיגט טאקע אין א וועג דאס וואס דו שרייבסט אז "זיי צייכנען זיך אויס מיט אנדערע מיטלען", אבער בכלל נישט וואס דו שרייבסט אז "סאטמאר צייכנט זיך נישט אויס מיט אזעלכע אויסגעצייכנטע ארגומענטן וועלכע זאלן לאזן קעגנער מיט דער צונג אינדרויסן". אז א קינדערישע צייטונג שרייבט ווי בעיביס ווייזט עס נאר אז זייער מח איז נעבעך נאך נישט אנטוויקלט צו טראכטן, און אפילו זיי שטאלצירן מיט'ן זיין סאטמארער ווייסן זיי בכלל נישט וואס דאס מיינט באמת. אבער חלילה אפצושאצן גאנץ סאטמאר לויט דעם "בלאט".
זונטאג מערץ 25, 2012 1:46 am#2571
Re: "דער בלאט"
נאריש און קינדיש.

דאס ווייזט מער אויף די טפשות פון דער בלאט ווי אויף די מענטאליטעט פון סאטמאר. דער איד גלייב איך וואלט קיינמאל נישט געשריבן ענליך צו אזעלכע סטעיטמענטס.

מען דארף נישט האבן דער בלאט זאל ארויסברענגען אז דאס איז תמיד געווען די סאטמארע צוגאנג. שאל אביך ויגדך. מען האט אלעמאל געטיילט קלעפ אין סאטמאר, און אזוי אויסגערייניגט וויליאמסבורג פון די כופרים אין די שיטה הקדושה.
זונטאג מערץ 25, 2012 11:23 am#2598
Re: "דער בלאט"
זר זהב האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
קארל האט געשריבן:פארוואס האט הרב שך זצ"ל אזוי געציטערט זאגנדיג "אזל גברא דמסתפינא מיניה"?

ווען האט ער דאס געזאגט?

ביי זיין הספד וואס ער האט געגעבן אויף סאטמאר'ן רב זצ"ל

ביי די הספד וואס מען האט אים "געמאכט געבען" וכו'...
זונטאג מערץ 25, 2012 12:45 pm#2615
Re: "דער בלאט"
ווער האט אים דאס געמאכט געבן?

אם תמצא לומר אז סאטמאר, איז דאך סאטמאר יא שטארק און מ'האט מורא פון זיי....
זונטאג מערץ 25, 2012 1:29 pm#2624
Re: "דער בלאט"
אזעלכע שטיתים והבלים צי שרייבען
אויווען האב איך געזען סעלף העיטינג דזשוס / דא זע איך סעלף העיטינג סאטמאר חסידים
חברה איך ווייס נישט וואס מהאמיר היינט אבער אמאל האמער געהאט א גרויסען רבין א לייב פון וועם יעדער האט געציטערט
און יעדער מיינט יעדער גרויסער גדול פון הרב שך ר' יעקב קאמינעצקי בריסקער רב ביז מאנטשעסטער ראש ישיבה
און יא הרב שח איז נישט געווען קיין פעיקער און ווען ער האט עס געזאגט האט ער עס געמיינט ערענסט עיין בספר זכור לדוד מר' דוד פרענקעל
זונטאג מערץ 25, 2012 1:40 pm#2630
Re: "דער בלאט"
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:די קאפיע פון דעם "בלאט" באשטעטיגט טאקע אין א וועג דאס וואס דו שרייבסט אז "זיי צייכנען זיך אויס מיט אנדערע מיטלען", אבער בכלל נישט וואס דו שרייבסט אז "סאטמאר צייכנט זיך נישט אויס מיט אזעלכע אויסגעצייכנטע ארגומענטן וועלכע זאלן לאזן קעגנער מיט דער צונג אינדרויסן". אז א קינדערישע צייטונג שרייבט ווי בעיביס ווייזט עס נאר אז זייער מח איז נעבעך נאך נישט אנטוויקלט צו טראכטן, און אפילו זיי שטאלצירן מיט'ן זיין סאטמארער ווייסן זיי בכלל נישט וואס דאס מיינט באמת. אבער חלילה אפצושאצן גאנץ סאטמאר לויט דעם "בלאט".

איך בין מסכים מיט דיר. איך נוץ נישט דעם "בלאט" אלץ א ראיה אויף וואס איך האב פריער געשריבן; אויף דעם דארף מען פשוט אויפפרישן דעם זכרון, אדער די יונגערע פון אונז שאל אביך ויגדך. "דער בלאט" גיט אונז פשוט די סאטמארער שפראך וואס מיר קענען פון דער גאס אין א געדרוקטער פארמאט.
זונטאג מערץ 25, 2012 3:57 pm#2675
Re: "דער בלאט"
קרעקער האט געשריבן:אזעלכע שטיתים והבלים צי שרייבען
אויווען האב איך געזען סעלף העיטינג דזשוס / דא זע איך סעלף העיטינג סאטמאר חסידים
חברה איך ווייס נישט וואס מהאמיר היינט אבער אמאל האמער געהאט א גרויסען רבין א לייב פון וועם יעדער האט געציטערט
און יעדער מיינט יעדער גרויסער גדול פון הרב שך ר' יעקב קאמינעצקי בריסקער רב ביז מאנטשעסטער ראש ישיבה
און יא הרב שח איז נישט געווען קיין פעיקער און ווען ער האט עס געזאגט האט ער עס געמיינט ערענסט עיין בספר זכור לדוד מר' דוד פרענקעל


פון סאדאם חוסעין און אוסאמא בין לאדין האט מען אויך געציטערט אין די הויזן, איז וואס?
זונטאג מערץ 25, 2012 3:58 pm#2676
Re: "דער בלאט"
קארל האט געשריבן:
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:די קאפיע פון דעם "בלאט" באשטעטיגט טאקע אין א וועג דאס וואס דו שרייבסט אז "זיי צייכנען זיך אויס מיט אנדערע מיטלען", אבער בכלל נישט וואס דו שרייבסט אז "סאטמאר צייכנט זיך נישט אויס מיט אזעלכע אויסגעצייכנטע ארגומענטן וועלכע זאלן לאזן קעגנער מיט דער צונג אינדרויסן". אז א קינדערישע צייטונג שרייבט ווי בעיביס ווייזט עס נאר אז זייער מח איז נעבעך נאך נישט אנטוויקלט צו טראכטן, און אפילו זיי שטאלצירן מיט'ן זיין סאטמארער ווייסן זיי בכלל נישט וואס דאס מיינט באמת. אבער חלילה אפצושאצן גאנץ סאטמאר לויט דעם "בלאט".

איך בין מסכים מיט דיר. איך נוץ נישט דעם "בלאט" אלץ א ראיה אויף וואס איך האב פריער געשריבן; אויף דעם דארף מען פשוט אויפפרישן דעם זכרון, אדער די יונגערע פון אונז שאל אביך ויגדך. "דער בלאט" גיט אונז פשוט די סאטמארער שפראך וואס מיר קענען פון דער גאס אין א געדרוקטער פארמאט.


:like
זונטאג מערץ 25, 2012 4:05 pm#2678
Re: "דער בלאט"
ממש א שאנדע אז מ׳זאל דרוקן אזעלכע עקלדיגע ווערטער, און נאך אין דעם עדיטאריעל, למען השם. צומאל קלער איך אז דער בלאט ווערט ארויסגעגעבן דורך אנטי-סאטמארער אגענטן וועלכע ווילן פשוט מבאיש ריח זיין די סאטמארער. אבער אז דער מציאות ווייזט אז זייער לייענערשאפט באשטייט בעיקר פון סאטמארער, איז דאך דאס א הסכמה אז זיי זענען צופרידן פון דעם בלאט׳ס רעטאריק און מהלך המחשבה.
זונטאג מערץ 25, 2012 4:06 pm#2680
Re: "דער בלאט"
פון סאדאם חוסעין און אוסאמא בין לאדין האט מען אויך געציטערט אין די הויזן, איז וואס?

עלעך דער פארציילען א מעשה
ווען די סאטמאר רב האט ארויסגעשטורעמט פין א אסיפת רבנים ווייל מהאט דארט גערעט ציונות האט זעך דער קלוזענבערגער רב בחכמתו אנגעריפען יעצט קען מען רעדען
האט זעך רבי ארון קאטלער אנגעריפען יעצט איז ניט דא מיט וועם

און זיי האבען נישט מורא געהאט אז דער סאטמארערע רב וועט שיקען זיינע 700 בחורים טעראריזען און ווארפען שטיינער
זונטאג מערץ 25, 2012 7:13 pm#2725
Re: "דער בלאט"
קרעקער האט געשריבן:פון סאדאם חוסעין און אוסאמא בין לאדין האט מען אויך געציטערט אין די הויזן, איז וואס?

עלעך דער פארציילען א מעשה
ווען די סאטמאר רב האט ארויסגעשטורעמט פין א אסיפת רבנים ווייל מהאט דארט גערעט ציונות האט זעך דער קלוזענבערגער רב בחכמתו אנגעריפען יעצט קען מען רעדען
האט זעך רבי ארון קאטלער אנגעריפען יעצט איז ניט דא מיט וועם

און זיי האבען נישט מורא געהאט אז דער סאטמארערע רב וועט שיקען זיינע 700 בחורים טעראריזען און ווארפען שטיינער


ר׳ אהרן קאטלער וואלט קיינמאל אזא זאך נישט געזאגט. און ביי די וועי ער איז געוועהן שטארק נאיוו מיינענדיג אז סאטמאר איז עם א פריינד. די שפאס וואס מ׳האט געמאכט פון ליטווישע בפניו פונעם סאטמארן רבין (ס׳דא אויף טעיפס פון די פורים טישן) איז נישט צו גלייבן, מיט אזא האס און ביטול.
מיטוואך אפריל 18, 2012 6:36 pm#5303
Re: "דער בלאט"
קארל האט געשריבן:פארוואס האט הרב שך זצ"ל אזוי געציטערט זאגנדיג "אזל גברא דמסתפינא מיניה"? האבן די חרדי'שע חברי-הכנסת ממש מורא געהאט ביי טריט און שריט איבער וואס סאטמאר וועט זאגן?
לאמיך אייך ערקלערן, טייערע אידן. קיינער האט נישט מורא פון וואס סאטמאר וועט זאגן; מ'האט מורא פון וואס זיי וועלן טון. סאטמאר צייכנט זיך נישט אויס מיט אזעלכע אויסגעצייכנטע ארגומענטן וועלכע זאלן לאזן קעגנער מיט דער צונג אינדרויסן, אבער זיי צייכנען זיך אויס מיט אנדערע מיטלען.

אבער למען האמת, פארוואס זאל איך רעדן, ווען איך קען לאזן דעם עדיטאריעל אין "דער בלאט" רעדן:

בילד


קארל, איר קענט מאכן אייער נקודה איבער סאטמאר אן כאפן די געלעגענהייט אוועקצומאכן א גדול בישראל. איך האב אייך שוין געליינט מער ווי איין מאל כאפן די געלעגענהייט אוועקצומאכן סאטמאר רב ז"ל. איר קוקט אויס ווי א קלוגער געלערנטער מענטש, אבער אוועקמאכן א גדול צייגט נישט אויף חכמה, עס צייגט אויף חוצפה.
מיטוואך אפריל 18, 2012 9:13 pm#5338
Re: "דער בלאט"
איך זע נישט אין מיינע ווערטער קיין רמז קל פון זלזול אין כבוד האדמו"ר מסאטמאר. חוץ אויב אלעס וואס זיינע חסידים האבן געטון (און שרייבן אין דעם עדיטאריעל פון דעם "בלאט") איז געווען עפ"י דעתו והוראתו - וואס איך גלייב אז נישט.
מיטוואך אפריל 18, 2012 10:21 pm#5353
Re: "דער בלאט"
הממממ מודה אני לפניך, די מידיע אפטיילונג האט זיך אויפגעוועקט.....
דינסטאג מאי 01, 2012 8:40 am#9086
Re: "דער בלאט"
עס איז נישט נארמאל פון א שמיעס וועגען דער בלאט איז געווארן א שמיעס וועגן רביה''ק
מ'סאטמאר
דינסטאג מאי 01, 2012 11:21 am#9125
Re: "דער בלאט"
I heard a complete different story about reb aron kotler & the satmar ruv ztz"l. They were not in speaking terms for a nice couple of years until reb aron was nifter and he fought with his gaboim that he wants to be maspid even though there was a Israeli flag in there
מאנטאג יוני 25, 2012 5:30 pm#19883
דער מנהל ווארנט מיר אין אישית אז איך שרייב נישט גענוג, און איך קען פארלירן מיין רשות כניסה צום פריוואטן פארום. אלזא, לאמיך מיר צוריקנעמען צו דער עבודה.

עס איז שוין א סך געשריבן געווארן איבער דעם טפשות פון דעם "בלאט". דא אין "קאווע שטיבל" האט "קאמפיאטער" געברענגט דעם שרייבער בנימין חינקיס ווי א דוגמא פון א שרייבער פון גוטע ארטיקלען אין דעם "בלאט". בנימין חינקיס איז נישט קיין שרייבער פאר דעם "בלאט" - ער שרייבט פאר דעם "המודיע", און "דער בלאט" זעצט איבער זיינע ארטיקלען. איך בין נישט באקאנט צי דאס ווערט געטון מיט רשות צי אן רשות.
די ארטיקלען פון חינקיס זענען טאקע אינטערעסאנט פאר די אמעראצים וועלכע האבן הנאה פון דעם "בלאט", עס איז אבער וויכטיג צו וויסן אז זיינע ארטיקלען - עכ"פ ווי זיי ערשיינען אין דעם "בלאט" - זענען אנגעפאקט מיט טעותים ממש אין יעדער שורה, און עס איז קענטיג אז דער שרייבער (אדער איבערזעצער) האט נישט קיין מושג איבער וואס ער שרייבט.
ווי א ביישפיל פון חיניקיס' אן ארטיקל, ברענגט "קאמפיאטער" זיין ארטיקל וואס איז ערשינען אין צוויי חלקים אין די לעצטע צוויי וואכן, איבער "פערמאט'ס" מאטעמאטישער מיסטעריע. עס פאנגט זיך אן ביי דעם אז דער נאמען פון דעם וויסנשאפטלער ווערט אויסגעלייגט Fermat, אבער דער עמי-הארצ'ישער שרייבער פון דעם "בלאט" וועט קיינמאל נישט וויסן אז דער T ביים סוף פון דעם ווארט ווערט נישט ארויסגעזאגט, און זיין נאמען איז פאקטיש פּיער דע פערמא, נישט "פערמאט".
מסביר צו זיין פערמא'ס טעארעמע דארף מען זיך באנוצן מיט עקספאנענטן (קליינע ציפערן וועלכן זענען העכער ווי געווענליכע ציפערן כזה: בילד ) אבער אין דעם ארטיקל זענען אלע קליינע ציפערן געשריבן געווארן פונקט ווי גרויסע...
דער ארטיקל ערקלערט דעם "פיטאגאריען טריפל", וואס ווערט פארגעשטעלט אין דעם בילד:
בילד
עס איז דא א מעגליכקייט אז איין אדער צוויי מענטשן וועלכע האבן געזען אין "בלאט" דעם פאלגנדן חשבון, האבן זיי געצויגן מיט די פלייצעס:
52 = 32 + 42
איינער דארף א קאלקולעיטאר אויסצורעכנען אז דאס שטימט נישט? אלע מאטעמאטישע חשבונות וואס זענען ערשינען אין דעם ארטיקל זענען געווען גרייזיג. די סיבה דערפאר איז, וויבאלד די קליינע ציפערן וועלכע דייטן אן אויף עקספאנענטן זענען געדרוקט געווארן ווי גרויסע ציפערן. דער ריכטיגער חשבון פאר דעם פריערדערמאנטן חשבון איז דאס:
2^5 = 2^3 + 2^4
(דער סימבאל "^" דיידט אן אז דער נעקסטער ציפער דארף זיין אויפגעהויבן און איז אן עקספאנענט.)
איך בין געווען זיכער אז א וואך דערויף וועט ערשיינען א תיקון טעות, און וועט פארענטפערן פאר די רבים המתמיהים וואס דער טעות איז געווען. אבער וואו-וואס-ווען... דער צווייטער חלק פון דעם ארטיקל איז פארגאנגענעם וואך געדרוקט געווארן אן קיין שום אנדייטונג אז עס איז נישט געווען מעגליך צו פארשטיין דעם ערשטן חלק צוליב די גרייזיגע ציפערן... און לעולם בין איך זיכער אז צווישן די לייענער פון דעם "בלאט" קען מען מסתמא ציילן אויף איין האנט וויפיל לייענער האבן באמערקט די גרייזן.
איך האב נאר אנגעכאפט דעם ארטיקל וויבאלד דאס האט "קאמפיאטער" געברענגט אלס א דוגמא. די ארטיקלען פון חינקיס זענען טאקע די "בעסטע" פון דעם "בלאט" - אבער אפילו אזעלכע ארטיקלען וואלטן נישט געקענט געדרוקט ווערן אין קיין שום אנדערער צייטונג איבער דער וועלט חוץ דעם שופר של היהדות החרדית - "דער בלאט".
מאנטאג יוני 25, 2012 6:59 pm#19912
הערטס מיך אויס
קיין שום חרדישע צייטונג האט נישט די אמאליגע גלאנץ
איך ווייס נישט אויב די וואס רייסן אראפ דעם בלאט איז ווייל עס פאר זיי א קאמפטישאן
אדער ווייל מען נעמט שוין נישט זייערע ארטיקעלן ($$) צו אפגעזאגטע שרייבער
אדער פשוט ווייל עס דינט נישט זייער פארטיי
אבער מען קען איבעראל טרעפן אזעלכע זאכען
מאנטאג יוני 25, 2012 7:44 pm#19923
זיי מוחל ר' קלאר, אבער דאס איז נאכנישט קיין שום תירוץ און 'ניין' ביין קיין איין צייטונג קען מען און מען טאר נישט טרעפן אזעלכע טעותים ווייל אויב יא איז זי ארויס פון ביזנעס, און 'פארטיי' מאן דכר שמיה? דאס איז בלויז א צייכן אויף די שוואכע קוואליטעט פון זייערע שרייבער. ווען זיי זענען ווען מסכים ארויסצונעמען מער פון די גרינע פון טאש וואלטן זיי זיך געקענט אייהאנדלען אזעלכע שרייבער ווי קארל וואס פעלט מסתמא נישט אפילו צווישן די היימישע אידן. נאר ווען זי וויל אפקומען מיט גארנישט, און נאך הייסן א צייטונג וואס באשרייבט אינטערסאנטע ארטיקלען נעמען זיי אינגע טשוטשיקעס, ארויס פון פראק-הויז און מען מל'ט זיי מיטן נאמען ויקרא שמו בישראל "שרייבער פון די בלאט" פאר די - אומאפהענגיקע אלטוועלטליכע ארטאדאקסישע ראָצענטום....
מאנטאג יוני 25, 2012 8:02 pm#19930
קלאר האט געשריבן:הערטס מיך אויס
קיין שום חרדישע צייטונג האט נישט די אמאליגע גלאנץ
איך ווייס נישט אויב די וואס רייסן אראפ דעם בלאט איז ווייל עס פאר זיי א קאמפטישאן
אדער ווייל מען נעמט שוין נישט זייערע ארטיקעלן ($$) צו אפגעזאגטע שרייבער
אדער פשוט ווייל עס דינט נישט זייער פארטיי
אבער מען קען איבעראל טרעפן אזעלכע זאכען


קלאר, כטאמבעל-סאוס ועוד לקרא, די נידריגקייט צו וועלכע דער בלאט האט זיך דערקייקעלט איז אסאך ערגערע ווי אנדערע.

מחלוקת אין א זייט געלייגט - דער איד האט זיך לעצטנס פארבעסערט און פארשענערט, כאטשיג טאקע די עדיטאריעלס מיט משה לייב דייטש'ס באשרייבונגען קענען צוברעכן איינעמ'ס ציין, איז אבער א פארהאלטניס-מעסיג שיינע קלאסישע צייטונג, מיט שיינע אפטיילונגען, און העכערע קוואליטעט שרייבער ווי דער בלאט.

דער בלאט פלעגט אמאל זיין שענער. ווען עס איז ארויסגעקומען פלעגט ער האבן "דעבאטע פון די וואך", זיי האבן געהאט א הומאריסטישע שרייבער י. באש (מסתמא האט אים נישט יעדער געגליכן, אבער איך פלעג יא); זיי האבן געהאט איבער מענטל העלט פון לעבאוויטש, און נאך פארשידענע אינטערעסאנטע אפטיילונגען. כאטש פון אנפאנג זייער ערשיינונג איז שוין געווען פערציג טויזענט מענטשן מיט שיך און זאקען ביי יעדע ראש חודש סעודה.

בדרך אגב. האט איינער באמערקט אז סיי אין דער איד, אבער בעיקר אין דער בלאט, זענען די בריוון צו די רעדאקציע יעדע איינציגע וואך גענוי איין גאנצע אנגעפילטע בלעטל? מיינט עס אז זיי האבן יעדע וואך פונקט אזויפיל בריוון, אדער זיי שניידן און לייגן צו, ברצותם מרחיב וברצותם מקצר? און אז ס'פעלט זיך אויס, לייגט מען צו אייגענע בריוון וועלכע זיי וואלטן "געוואלט" עס זאל אריינקומען? ס'איז מיר א חידוש פליאה. איך וואונדער זיך צי אנדערע צייטונגען טוען אויך אזוי (איך לייען נישט נאר די אידישע).
מאנטאג יוני 25, 2012 10:07 pm#19948
כאטש מיר גייט גאנץ קנאפ אן וואס פערמא'ס ריכטיגע לעצטע נאמען איז געווען, בינעך אבער אויך שטארק אנגעווייטאגט אויף דעם חינקיס'ן, אזעלכע ציענדע גרעפיקס מיט שרייענדע קעפלעך, וויל איך עס גיין ליינען פארשטייט מען נישט קיין ווארט אחת, א שאד געווען די צייט, א רשעות געווען דאס נייגעריג מאכן.

דער בלאט אויב ס'קען בכלל אנגערופן ווערן א צייטונג איז א שאנדע פאר די מענטשהייט, איך פארענטפער מיר יעדע וואך פאר'ן קעשיער אז איך קויף עס פאר מיין ווייב, איך שעם מיך פשוט עס צו האלטן אין די הענט, עס טרייבט ליצוי ליצנות פון אלע אירע ליינער'ס יעדע וואך אויף א ביליגן אופן, ס'נישט אידישלעך און נישט גויאישלעך.
מאנטאג יוני 25, 2012 10:29 pm#19955
דער בלאט צייגט וואספארא עמהערצים רוב ליינער זענען. ס'שפיגעלט אפ די אינטעלעקט פונעם עם הספר. פאר קיען גיט מען שטרוי. דער איד איז נישט פיל בעסער, זיי האבן נאר אביסעל זעלבסט רעספעקט און פרובירן עכ"פ צו "שפילן" אינטעלעגענט.
דינסטאג יוני 26, 2012 12:06 am#19986
קלאר האט געשריבן:הערטס מיך אויס
קיין שום חרדישע צייטונג האט נישט די אמאליגע גלאנץ
איך ווייס נישט אויב די וואס רייסן אראפ דעם בלאט איז ווייל עס פאר זיי א קאמפטישאן
אדער ווייל מען נעמט שוין נישט זייערע ארטיקעלן ($$) צו אפגעזאגטע שרייבער
אדער פשוט ווייל עס דינט נישט זייער פארטיי
אבער מען קען איבעראל טרעפן אזעלכע זאכען

די אנדערע צוויי היימישע צייטונגען זענען פארהעלטניסמעסיגע נארמאלע צייטונגען. ״דער בלאט״ איז דאס נידריגסטע וואס איז פאראן אין דער וועלט פון זשורנאליזם. עס איז באמת נישט פאראן נאך א צייטונג וואו עס איז כמעט אוממעגליך צו טרעפן אפילו איין שורה וואס איז גוט געשריבן און גראמאטיש אויסגעהאלטן. קיין שום צייטונג אין דער וועלט האט נישט רעגלמעסיגע ארטיקלען פון שרייבער וואס האבן נישט דעם מינדערסטן מושג איבער דעם ענין אויף וואס זיי שרייבן. ״דער בלאט״, ווי א גוט-גייענדער צייטונג, סימבאליזירט די דום-קעפיגקייט, פוסטקייט און טפשות פון דעם ברייטן קרייז פון אירע לייענער.
וזאת למודעי אז איך בין נישט קיין שרייבער פאר פרנסה, איך האב קיינמאל נישט געארבעט פאר קיין שום צייטונג, און איך האב נישט מער פיינט דעם רבי׳ן וואס איז דער מו״ל פון דעם ״בלאט״ ווי דעם רבי׳ן וואס איז דער מו״ל פון דעם ״איד״.
דינסטאג יוני 26, 2012 10:19 am#20041
מען האקט און קנאקט אויפן בלאט און די נידריגע שטאפלען צו וועלכע היימישע דזשורנאליזם האט זיך דערקייקלט, אבער קיינער גייט נישט אריין קלאר מסביר זיין און צונעמען די פראבלעמען. דהיינו:
א)וואס איז בעסער אינעם "איד" פון "בלאט":?
ב)טויגט נישט דער שרייבער פון די וועלטליכע נייעס אין בלאט? אדער פאליטישע נייעס (דאס ביסל וואס ס'איז דא)?
ג)זענען די פאליטישע מיינונג ארטיקלען אויף א שוואכן סטאנדארט? (מיין מיינונג איז אז זינט דוב שטרייכער -יוסי געשטעטנער- האט אויפגעהערט שרייבן דעם פאליטישן קאלום, האבן זיי א פיל בעסערן שרייבער
ד)איז דער וועכנטליכער אינטערעסאנטער ארטיקל פון יעקב כהן -וועלכער שרייבט אויך צומאל אינעם שטערן און פלעגט שרייבן אין צייטשריפט- נישט אינטערעסאנט?
ה)פאלן נישט אריין יעדע וואך עטליכע אינטערעסאנטע ארטיקלען אינעם "אוצר" אפטיילונג? (יא, עס קען זיך מאכן א שרייבער זאל שלעכט פארשטיין עפעס וואס ער וויל שרייבן און עס נישט גוט ארויסברענגען, אבער עס זענען פארהאן אויך גאר גוטע קאלומס און ארטיקלען אינעם אפטיילונג.)

איין איינציגע זאך וואס איך זעה דא, איז אז דער עולם וואס פארשטייט משה לייב'ס ארטיקלען שפירן זיך ממש ווי העכערע ברואים ווי די וועלכע פארשטייען עס נישט ווארט ביי ווארט. טא, ווילט איר מיר זאגן אז איר קויפט דעם איד נאר פאר משה לייב'ס וועכנטליכע צען טויזנט קערעקטערס?

בנוסף לזה, דער איד האט וועטעראנען פאר שרייבער, וועלכע זענען שוין דורך עטליכע רעדאקציעס און האבן זיך שוין געלערנט פון קריטיק און הגהות פון פילע רעדאקטארן און מגיהים. אנדערש אבער דער בלאט, וועלכע האט זיך געגרינדעט קנאפע צען צוועלעף יאר צוריק, און זיי האבן שוין פארלוירן דאס ביסל גוטע שרייבער פשוט ווייל די גוטע שרייבער האבן געטראפן בעסערע "אפארטוניטיס" וואו צו שרייבן און מאכן מער געלט.

דער בלאט קומט ארויס אין א צייט וואס אידישע אדווערטייזמענט איז אין דער ערד, אפגעזען פון וויפיל "קאלער פעידזשעס" איר זעהט יעדע וואך. דאס ברענגט אויטאמאטיש אז עס איז נישטא די געלט, געדולד, ווילן און צייט צו זיך אריינלייגן און זיכער מאכן אז יעדע פאראגראף פון יעדע נייעסל איז אויסגעהאלטן לויט אלע כללים פון דער ייווא אוניווערזיטעט און פון די חשבונות פארשטייער. אדרבה, געבט נאר א קוק וויפיל טעותים ס'איז דא אין די טעגליכע "המודיע", אדער וויפיל טעותים, סיי אויסלייג און סיי ספעלינג, עס איז דא טעגליך אינעם נ"י פאוסט און דעילי ניוז!

אין אנדערע ווערטער: איידער מען קריטיקירט דעם "בלאט" און מען שיסט הוילע לאווע און לופטיגע אטאקעס, לאמיר צונעמען יעדן פעידזש און זעהן טאקע צי עס איז נישטא עפעס קוואליטעט.

לסיכום, וועל איך דערציילן וואס כהאב געהערט פון אברהם פרידמאן פון די צייטונג מיט געציילטע טעג צוריק: "איך עקל זיך צו עפענען דעם איד און בלאט".
דינסטאג יוני 26, 2012 10:23 am#20044
לסיכום, וועל איך דערציילן וואס כהאב געהערט פון אברהם פרידמאן פון די צייטונג מיט געציילטע טעג צוריק: "איך עקל זיך צו עפענען דעם איד און בלאט
".
LOL
דינסטאג יוני 26, 2012 10:53 am#20056
עס עפעס. דו מאכסט מיך שמייכלען.

קאווע שטיבל איז אלט קוים א האלב יאר, און פארמאגט פיל בעסערע שרייבער ווי דער בלאט.

צו זעהן דעם חילוק פון דער איד און דער בלאט, דארף מען נישט מער ווי אדורכלייענען ביידע אפאר וואכן, און דער חילוק קומט ארויף פון זיך אליינס, ס'איז א דבר המובן מאליו.

חוץ די אלע גרייזן, און נייע אויפגעטראכטע אידישע ווערטער, און נוצן גוטע ווערטער אויפן אומריכטיגן פלאץ, איז די תוכן זייער נידריג. ס'איז שווער מסביר צו זיין. אפשר יואליש מיט זיין ברייטע שפראך אדער א צווייטער בעל הסבר קען עס בעסער ארויסברענגען.

און טאמער פארשטייסטו נאך אלץ נישט, על כגון דא אמרו, ווער עס פארשטייט, פארשטייט, ואידך פירושא היא זיל גמור...
דינסטאג יוני 26, 2012 11:04 am#20059
שמעקעדיג, ווידער מיט די לופטיגע טענות און אטאקעס.

וואס איך האב געמיינט ארויסצוברענגען איז געווען אז אנשטאט צו זאגן בלא בלא בלא דער איד איז בעסער פון דער בלאט, זאל מען אייגענטליך אריינגיין אין דעטאלן און ברענגען עקזעמפלארן וואו זיי זענען אנדערש און וואס גענוי איז שלעכט מיט די בלאט שרייבער, וועלכע פון די דארטיגע שרייבער איז בעסער פונעם צווייטן, ווער איז די ערגסטע, וכו וכו'.

איך האב בכלל נישט געזאגט אז דער בלאט איז פונקט ווי דער איד, דאס האב איך פשוט נאכגעזאגט פון אברהם פרידמאן.
דינסטאג יוני 26, 2012 11:34 am#20064
עס עפעס האט געשריבן:דער בלאט קומט ארויס אין א צייט וואס אידישע אדווערטייזמענט איז אין דער ערד, אפגעזען פון וויפיל "קאלער פעידזשעס" איר זעהט יעדע וואך. דאס ברענגט אויטאמאטיש אז עס איז נישטא די געלט, געדולד, ווילן און צייט צו זיך אריינלייגן און זיכער מאכן אז יעדע פאראגראף פון יעדע נייעסל איז אויסגעהאלטן לויט אלע כללים פון דער ייווא אוניווערזיטעט און פון די חשבונות פארשטייער.


כ'וואלט צוגעלייגט אז ס'איז ליידער נישט דא די פארלאנג, ס'איז נישט די די ידיעה ביים ציבור אז ס'פעלט זיי עפעס.

אבער אויב די תירוץ איז א ס'איז נישט דא געלט, ווילן און צייט זיך אריינצולייגן ארויסצוגעבן א טיילווייזע דבר השלם, עכ"פ עפעס וואס א מענטש מיט אביסעל זעלבס רעספעקט און מוח בקדקדו זאל זיך נישט עקלן, איז די דעבאטע געענדיגט: "יא ס'זייגט אריין, אבער דאס איז דאס בעסטע וואס מיר קענען באווייזן." כ'הער. אבער ס'איז מער א קשיא ווי א תירוץ. און די תירוץ העלפט נישט קיינעם "גלייכן" די נערישע צייטונגן צוליב דעם. אז מיר זענען אזוי עני בדעת דו קענסט נישט אהערשטעלן ליין מאטריאל, דאן גיב מיר אינטערנעט און כ'וועל שוין טרעפן וואס צו ליינען.

די שאלה איז אבער פארוואס דער איד קען דאס יא אביסעל בעסער מאכן? פארוואס דער איד קען יא אנהאלטן עקספערינעס, ווי דו שרייבסט אז "דער איד האט וועטעראנען פאר שרייבער, וועלכע זענען שוין דורך עטליכע רעדאקציעס און האבן זיך שוין געלערנט פון קריטיק און הגהות פון פילע רעדאקטארן און מגיהים", משא"כ דער בלאט וואס איז אויף קוים צוועלעף יאר איז מחליף יעדן שרייבער וואס האט שוין באקומען א ברעקל עקספערינעס מיט א פרישע אינטערן פאר בילאו מינומים וועדזש? זאגט דאס נישט אז מ'איז נישט מחשיב עקספערינעס, און אויף וועמען'ס חשבון?

ניין, דער איד איז בכלל נישט די גאלד סטאנדארד, און משה לייב דייטש, הגם ער שרייבט גיט און אויסגעהאלטן און האט אריגינעלע געדאנקן (הגם נישט אויסגעהאלטן אלעמאל, אבער יעדער פארשטייט וועם ער איז דא צו סערווירן, און ער פארשלייערט כאטש זיין פארטיישע טאלק און עפעס וואס מ'קען גרינג פארטוישן פאר אינטעלעגענציע), איז א וועסט אוו ענערגיע: אוועקצוגעבן א גאנץ לעבן צו פירן א מערכה מיט די יתד און המודיע פון א"י איז א לייף אף טאלאנט וועסטעט.

אלבערט פר"מ וועט ער לאזט נאך אין זיין סטאנדערט צוליב געלט, ווייסט ער כאטש אז ער לאזט נאך און כ'בין זיכער ס'איז ווייטאגליך פאר אים ביז גאר. דער בלאט איז פיל דרגות נידריגער: ניטאמאל ווייסן זיי וואס זיי גיבן ארויס.

כ'וועל דיר געבן א דוגמא: מיט א שטיק צייט צוריק האט א שרייבער (אדער וויקיפידיע איבערזעצער) אין דער בלאט דערמאנט מנחם מענדל כשר'ס א ווארט. ניין, ער האט עס נישט געברענגט כדי אים אראפצורייסן, ער האט אים נישט געברענגט כדי צו צייגן אז ער האט נישט קיין פראבלעם מיט כשר אפי' אין א סאטמארע צייטונג: ער האט אים געברענגט ווייל פון ווי ער האט נאכגעשריבן האט אים געברענגט. דער שרייבער זעלבסט האט ניטאמאל געוויסט ווער כשר איז. כ'שטעל זיך פאר אז דער איד האט זיך פארסמאקעוועט און געליארמעט אז "קוק, זיי זענען ציונים." אבער ס'איז נישט אמת. זיי זענען נישט ציונים, נאר פשוט'ע אנאלפאבעטן. און ס'אינסאלט די אינטעלעזשענס ווען איינער ליינט אן ארטיקל וואס ער ווייסט סך מער פונעם שרייבער, און דער שרייבער ווייסט סך ווייניגער פונעם קלענסטן ידען. ס'זאגט שווא עבוד אלוהים, תחתונים למעלה. די גרעסטע אומוויסענדע אמעראצים זענען די שריפטשטעלער און די ברינעם פון וועם די אינגנט שעפט ידיעות. ס'איז ביאנד אינסאלטינג.

און כמו דעם איז דא הונדערטער עקסעמפלארען. ס'איז נישט "שלעכטע" זושרנאליזים. ס'איז "קיין" זושרנאליזים. ס'איז א האטש-פאטש פון ווערטער אויסגעגאסן אויף פאפיר און געמאכט אויסקוקען ווי א צייטונג.
דינסטאג יוני 26, 2012 11:39 am#20065
לסיכום, וועל איך דערציילן וואס כהאב געהערט פון אברהם פרידמאן פון די צייטונג מיט געציילטע טעג צוריק: "איך עקל זיך צו עפענען דעם איד און בלאט".

כעל דיר זאגען
די רעדאקטארען פיןם די איד און בלאט עקלען זיך צי עפענען דעם צייטונג

אין די באלבוס פין קליינס אייזקרים עקעלט זיך צי ען מהדרינס
דינסטאג יוני 26, 2012 11:44 am#20066
יואליש, זאגסט גוט. אבער דער ביישפיל וואס דו האסט געברענגט איבער כשר'ס ווארט, איז ווידעראמאל נישט רעלעוואנט ווען מ'רעדט פונעם גאנצן צייטונג, וועלכע באשטייט נישט מער פון מיינונג ארטיקלען און השקפה, נאר עס באשטייט פון נייעסן און ארטיקלען. לאמיר הערן עפעס וואס אינעם איד איז בעסער מיט די "נייעס" ווי פונעם בלאט, און אזוי אויך די ארטיקלען איבער די נייעס, ווי דער פאליטישער אפהאנדלונג פון ב. לעבל אין דער בלאט און די וועכנטליכע ארטיקל פון יעקב כהן אין דער בלאט.
דינסטאג יוני 26, 2012 11:52 am#20068
עס עפעס האט געשריבן:יואליש, זאגסט גוט. אבער דער ביישפיל וואס דו האסט געברענגט איבער כשר'ס ווארט, איז ווידעראמאל נישט רעלעוואנט ווען מ'רעדט פונעם גאנצן צייטונג, וועלכע באשטייט נישט מער פון מיינונג ארטיקלען און השקפה, נאר עס באשטייט פון נייעסן און ארטיקלען. לאמיר הערן עפעס וואס אינעם איד איז בעסער מיט די "נייעס" ווי פונעם בלאט, און אזוי אויך די ארטיקלען איבער די נייעס, ווי דער פאליטישער אפהאנדלונג פון ב. לעבל אין דער בלאט און די וועכנטליכע ארטיקל פון יעקב כהן אין דער בלאט.


די שליסל דא איז דאס ווארט ביישפיל. לאמיך איבער'חזר'ן: ס'איז א ביישפיל, א רענדאם ביישפיל וואס איז רעפרעזענטיטיוו פונעם פראבלעם אין אלגעמיין. און ס'איז נישט די פראבלעם בעצם ווי ס'יאיז א סימפטאם. דו גייסט מיך נישט מאכן שרייבן א פי עיטש די טיסאס אויף דער בלאט, גערעכט? ווען כ'וועל זיך דערמאנען אדער הערן פון נאך, וועל איך זיין פרייליך צו מיטיילן.

און ווער זאגט די נייעס אפטיילונג (וואס כ'בין נאכנישט מודה אז דארט הערשט אן אינטעליגענציע, אבער כ'האב עס שוין נישט געליינט פאר באלד צען יאר ממילא קען איך נישט ענטפערן) איז מער דער עיקר? יעדער ארטיקל איז פונקט אזוי וויכטיג ס'זאל זיין אויסגעהאלטן.