Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » קאווע שטיבל • א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות

קאווע שטיבל • א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10468
דינסטאג יאנואר 02, 2018 1:43 pm#392602
הקטן האט געשריבן:רוב וועלן בלייבן מיט די צינג אינדרויסן, און דיר ענפערן אז דו זאלסט גאגלען origin of life און די וועסט שוין זען

מיין גאגעל ברענט דאס ארויף אויף די טאפ

The origin of life on earth is a scientific problem which is not yet solved. There are plenty of ideas, but few clear facts. It is generally agreed that all life today evolved by common descent from a single primitive lifeform.


אנדערע וועלן ניצן א leap of faith און די כח פין סייענס און וועלן זאגן אז הגם מיר האלטן נאך נישט דארט אבער סוף סוף, גלייב איך, אז מיר וועלן דאס אויספיגערן

איך בין נישט קיין אטאיסס, און איך בין נישט אינגאנצן זיכער אז אלץ וואס זיי פארקויפן איז אמת. איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען, אז אויב דיין אמונה איז געבויט אויף דעם אז זיי האבן נישט קיין תירוץ אויף דעם, וואס וועסטו טון מארגן, ווען זיי גייען אויפקומען מיט א טעאריע וואס איז מתקבל על הדעת, מיט צענדליגע הוכחות שאין עליהם תשובה אלא בדוחק גדול?

אלא מאי? דעמאלטס גייסטו זוכן אן אנדער תירוץ צו גלייבן, אדער וועסטו זאגן "חלה דעקל". איז וואס גייט מיין תירוץ אויפטון? פארוואס זיך משוגע מאכן סתם אין די וועלט אריין? מאך דו אליין א גוגל סוירטש.

ווי האט יענער געזאגט, דו האסט נישט קיין קשיות, דו האסט תירוצים, אויף קשיות קען איך ענטפערן תירוצים, אויף תירוצים קען איך נישט ענפערן קיין תירוצים.

ועל כגון דא נאמר, "שערי תירוצים לא ננעלו".
דינסטאג יאנואר 02, 2018 6:57 pm#392624
סייענס האט טאקע נאכנישט אויסגעפיגערט די Origin of life. ווער ס׳גייט דאס אויספיגערן גייט זיין די נעקסטע איינשטיין אדער דארווין. לויט סייענס האט זיך לייף דעוועלעפט אזוי פרי ווי 3.5 ביליאן יאר צוריק און דערווייל האט מען נישט קיין שום הארטע עווידענס אויף גארנישט, אסאך טעיאריעס איז יא דא אבער גארנישט וואס מקען עקטיולי אויפווייזן און ארפלייגן אויף א סייענטיפישע פאפיר.

מאדערן סייענס איז רעלטיוולי א נייע זאך ביז נישט לאנג צוריק האבן אונז גארנישט געוואוסט וועגן די געזעצן פון נאטור, עס איז קוים דא דריי הונדרעט יאר פון אייזיק נוטאן, 200 פון מייקל פאראדעי, 150 פון דארווין, ווייניגער ווי הונדערט פון איינשטיין. ביז די נעקסטע חכם וואס וועט אויפקומען מיט וויאזוי לעבן האט זיך דיוועלעפט אויף אונזער פלאנעט בלייבט עס א מיסטעריע.

און וויאזוי האט נאר די דענקער און פילאספער Aldous Huxley געזאגט:

There are things known and there are things unknown,and in between are the doors of perception
דינסטאג יאנואר 02, 2018 8:14 pm#392634
שבת אחים האט געשריבן:סייענס האט טאקע נאכנישט אויסגעפיגערט די Origin of life. ווער ס׳גייט דאס אויספיגערן גייט זיין די נעקסטע איינשטיין אדער דארווין.

האב איך דיר געזאגט?
סייענס ווייסט נישט און א leap of fate אז זיי גייען געוואר ווערן מיט די צייט
ביז דערווייל וועט זיין געניג אז ס'איז דא תיריצים פארוואס זיי ווייסען נישט.
סייענס איז נאך צי אינג צי וויסען, ווען וועסט עלטער ווערן וועסטו שוין פארשטיין
דינסטאג יאנואר 02, 2018 8:25 pm#392635
הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:סייענס האט טאקע נאכנישט אויסגעפיגערט די Origin of life. ווער ס׳גייט דאס אויספיגערן גייט זיין די נעקסטע איינשטיין אדער דארווין.

האב איך דיר געזאגט?
סייענס ווייסט נישט און א leap of fate אז זיי גייען געוואר ווערן מיט די צייט
ביז דערווייל וועט זיין געניג אז ס'איז דא תיריצים פארוואס זיי ווייסען נישט.
סייענס איז נאך צי אינג צי וויסען, ווען וועסט עלטער ווערן וועסטו שוין פארשטיין

וואס איז אומריכטיג מיט'ן טראכטן אזוי?
דינסטאג יאנואר 02, 2018 9:41 pm#392642
ATUB @לבי ובשרי ATUB ,
למעשה האט מען דיר נישט געהעריג געענטפערט אויף דיין ערשטער פראגע, לדידי איז די תשובה אזוי:

דער שאלה וואס דער מאמין דארף זיך פרעגן איז נישט "איז דא א גאט?", נאר "גלייב איך אין גאט?''.

אויב איז די אמונה דיר מתיישב על לבך וואס גייט דיר אן וואס דער קריסט טראכט? און אויב איז דער גאנצער באזיס פון דיין אמונה געבויט אויף דעם אז אז אונזערס שטימט בעסער ווי אנדערע, זײ טאקע מוחל און טו עס מברר זיין.
מיטוואך יאנואר 03, 2018 3:47 am#392679
[quote="הקטן"][quote="שבת אחים"]סייענס האט טאקע נאכנישט אויסגעפיגערט די Origin of life. ווער ס׳גייט דאס אויספיגערן גייט זיין די נעקסטע איינשטיין אדער דארווין.
[/quote]
האב איך דיר געזאגט?
סייענס ווייסט נישט און א leap of fate אז זיי גייען געוואר ווערן מיט די צייט
ביז דערווייל וועט זיין געניג אז ס'איז דא תיריצים פארוואס זיי ווייסען נישט.
סייענס איז נאך צי אינג צי וויסען, ווען וועסט עלטער ווערן וועסטו שוין פארשטיין[/quote]

סאיז מעגליך אז זיי גייען עס קיינמאל נישט אויספיגורן. סאיז דאך געשעהן ביליאנען יאהרן צוריק. סאיז קיינמאל נישט קיין פראבלעם ווען מזאגט די ׳אמת׳ איך ווייס נישט. די פראבלעם איז ווען מקלעימט אז מ׳ווייסט און למעשה ווייסט מען גארנישט. סייענס איז נישט אין די ׳קלעימנג ביזנעס׳ זיי קלעימן נישט קיין זאכן, אויב עפעס שטימט מעטאמטיקלי אויף א סייענטיפישע פאפיר איז איין זאך אבער אלע אנדערע ׳קלעימס׳ בלייבט אין די קאטיגאריע פון טעיאריעס און נישט קיין מציאות.


כוועל דיר זאגן נאך א פאקט וועגן סייענס: נישט נאר סייענס האט נישט קיין אהנונג וויאזוי לעבן האט זיך אנגעפאנגען. נאר רוב מיני פארומס פון לייף אויף די פלאנעט האבן סייענטיסטן נאכאלץ נישט אנגעקומען צו שטודירן. פארשטאנען? רוב לעבעדיגע זאכן וואס לעבט יעצט אויף אונזער פלאנעט איז נאכאלץ פרעמד און אומוויסענד צו סייענס.

לעומת זה איז דא גענוג און נאך שווערע קאמפליצירטע זאכן וואס סייענס האט יא אויסגעפיגורט און געברענגט א רעוועלאציע אויף די וועלט. בלייבט ווייטער ריכטיג די ווערטער פון האוקסלי: ״סאיז דא זאכן וואס מיר ווייסן און פארשטיין און דערנאך איז דא זאכן וואס איז אוממעגליך צו וויסן און פארשטיין און אינצווישן געפינט זיך די טויערן פון פארשטאנד״.
פרייטאג יאנואר 05, 2018 4:45 pm#392866
הקטן האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:באמת איז דא א שטיקל תירוץ, א בחינה פון נצח ישראל לא ישקר, אבער איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז.

דו פארשטייסט וואס דו רעדסט?
דו קענסט מסביר זיין וואס דאס פארענפערט?

נצח ישראל לא ישקר, טוט אביסל לעזן די חומר הקושיא, צוליב דעם וואס למעשה ביי כלל ישראל קען כמעט יעדער איינער דיר אויפווזיין מיט הוכוחת ברורות זיין יחוס עד אדם הראשון, דאגעגן ביי די גוים איז כמעט נישט פארהאן אזא זאך, כידוע, אשר ע"כ, פשוט, פון מציאות אויס, איז כלל ישראל די מערסטע מיוחס'דיגע פאלק. לא כן די אנדערע זענען צעמישט און צופראסקעט, ממילא, אויף די פראגע אז יעדער קען קומען מיט תורות און פשעטלעך פאר זיינע גלויבן וכדומה, איז אלעס פיין און וואויל, אבער אז עס זאל זיין א פאלק, וואס שוין דורי דורות אזוי, דעס איז כמעט נישט פארהאן ביי קיינעם, ממילא, לו יצוייר אז אלעס איז דמיונות, און יעדע פאלק קען באווייזן צו הייליגן געוויסע זמנים, ביי קיינעם (כמעט) האט דאס אבער נישט אנגהאלטן אזוי לאנג.
פארשטאנען?
פרייטאג יאנואר 05, 2018 4:50 pm#392867
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:באמת איז דא א שטיקל תירוץ, א בחינה פון נצח ישראל לא ישקר, אבער איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז.

דו פארשטייסט וואס דו רעדסט?
דו קענסט מסביר זיין וואס דאס פארענפערט?

ער פארשטייט טאקע נישט וואס ער רעדט, אבער וואס ער וויל פארשטייט ער שוין איינמאל, האסט נאכנישט געכאפט?! ער וויל טראללן...

שפינוזה קום אראפ אביסל, chil. :ugeek:
פרייטאג יאנואר 05, 2018 4:53 pm#392868
לבי ובשרי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:באמת איז דא א שטיקל תירוץ, א בחינה פון נצח ישראל לא ישקר, אבער איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז.

דו פארשטייסט וואס דו רעדסט?
דו קענסט מסביר זיין וואס דאס פארענפערט?

נצח ישראל לא ישקר, טוט אביסל לעזן די חומר הקושיא, צוליב דעם וואס למעשה ביי כלל ישראל קען כמעט יעדער איינער דיר אויפווזיין מיט הוכוחת ברורות זיין יחוס עד אדם הראשון, דאגעגן ביי די גוים איז כמעט נישט פארהאן אזא זאך, כידוע, אשר ע"כ, פשוט, פון מציאות אויס, איז כלל ישראל די מערסטע מיוחס'דיגע פאלק. לא כן די אנדערע זענען צעמישט און צופראסקעט, ממילא, אויף די פראגע אז יעדער קען קומען מיט תורות און פשעטלעך פאר זיינע גלויבן וכדומה, איז אלעס פיין און וואויל, אבער אז עס זאל זיין א פאלק, וואס שוין דורי דורות אזוי, דעס איז כמעט נישט פארהאן ביי קיינעם, ממילא, לו יצוייר אז אלעס איז דמיונות, און יעדע פאלק קען באווייזן צו הייליגן געוויסע זמנים, ביי קיינעם (כמעט) האט דאס אבער נישט אנגהאלטן אזוי לאנג.
פארשטאנען?

וואס? קיינער קען נישט אויפווייזן קיין שום יחוס ביז אדם הראשון, ספעציעל מיט ׳הוכוחת ברורות׳ וואס זענען די גרויסע הוכוחת ברורות? לאמיר הערן...
פרייטאג יאנואר 05, 2018 4:57 pm#392869
שבת אחים האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:באמת איז דא א שטיקל תירוץ, א בחינה פון נצח ישראל לא ישקר, אבער איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז.

דו פארשטייסט וואס דו רעדסט?
דו קענסט מסביר זיין וואס דאס פארענפערט?

נצח ישראל לא ישקר, טוט אביסל לעזן די חומר הקושיא, צוליב דעם וואס למעשה ביי כלל ישראל קען כמעט יעדער איינער דיר אויפווזיין מיט הוכוחת ברורות זיין יחוס עד אדם הראשון, דאגעגן ביי די גוים איז כמעט נישט פארהאן אזא זאך, כידוע, אשר ע"כ, פשוט, פון מציאות אויס, איז כלל ישראל די מערסטע מיוחס'דיגע פאלק. לא כן די אנדערע זענען צעמישט און צופראסקעט, ממילא, אויף די פראגע אז יעדער קען קומען מיט תורות און פשעטלעך פאר זיינע גלויבן וכדומה, איז אלעס פיין און וואויל, אבער אז עס זאל זיין א פאלק, וואס שוין דורי דורות אזוי, דעס איז כמעט נישט פארהאן ביי קיינעם, ממילא, לו יצוייר אז אלעס איז דמיונות, און יעדע פאלק קען באווייזן צו הייליגן געוויסע זמנים, ביי קיינעם (כמעט) האט דאס אבער נישט אנגהאלטן אזוי לאנג.
פארשטאנען?

וואס? קיינער קען נישט אויפווייזן קיין שום יחוס ביז אדם הראשון, ספעציעל מיט ׳הוכוחת ברורות׳ וואס זענען די גרויסע הוכוחת ברורות? לאמיר הערן...

וואס עס זענען די גרויסע הוכחות פון כלל ישראל?
זונטאג יאנואר 07, 2018 2:12 am#392894
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איך האב א שאלה פאר די אטאיסטן. זייער אסאך זאכן קען מען מסביר זיין אז עס פירט זיך בדרך הטבע, אבער וויאזוי פארשטייט מען אז מענטשן און אנדערע בעלי חיים ווערן באשאפן און קענען זיך באוועגן און נאך אפאר יאר ענדיגט זיך עס און מ'ווערט באוועגלאז. ס'מוז דאך זיין אז ס'איז דא א באשעפער וואס גיט אריין א נשמה און די גוף און שפעטער נעמט ער עס אוועק. אדערווייז פארשטיי איך עס נישט.

איך בין זיכער אז דאס איז שוין אן אויסגעדראשענע סוגיא און איך בין נייגעריג וואס זיי זאגן דערויף.

אויב איך פארענטפער דיין שאלה/קשיא, ווערסטו אן אטאיסט? אז נישט איז א שאד מיין צייט, קענסטו גוגלען, origin of life.

מיין שאלה איז נישט געווען געצילט דוקא צו דיר. טאמער האלטסטי אז ס'איז א שאד דיין טירחא האסטי געקענט שפארן די טירחא פון די תגובה אויך.
Origin of life איז נישט א זאך וואס איז אמאל געשעהן. יעדע מינוט ווערן געבוירן מענטשן און בעלי חיים און אזוי אויך שטארבן. דאס אליין דארף זיין גענוג א סיבה צו גלייבן אז ס'איז דא איינער וואס קאנטרעלירט עס. ווילאנג די אטאיסטן קומען נישט אויף מיט א טעארי דאס מסביר צו זיין דארף מען זיין א שוטה אנצונעמען זייער שיטה
זונטאג יאנואר 07, 2018 12:42 pm#392916
שמעון וואלף האט געשריבן: ווילאנג די אטאיסטן קומען נישט אויף מיט א טעארי דאס מסביר צו זיין דארף מען זיין א שוטה אנצונעמען זייער שיטה

איך ווייס נישט פארוואס דו מאכסט אן עסק פין איין קליינע פרט, וואס סייענס גייט אט אט פארענפערן
געניג און נאך זאכן האט שוין סייענס פארענפערט.

בכלל איז כדי זאלסט וויסען אז טעריס איז דא געניג, קיין איינס פין זיי מאכט נישט די פראבלעם גרינגער,
אלס וואס ס'טוט ספאשט די פראבלעם אראפציר, ותי לא מידי
האסט אמאל געהערט פין Primordial soup?

דו פרעגסט פארוואס מענטשן שטארבן?
Organisms grow old because nature doesn't need them any more. If the purpose of life is to procreate and replicate successfully -
this is the logic of the so-called selfish gene theory .

דאס, און ענדליך צי דעם, איז געניג פאר דעם עטיאיסט צי זאגן "שלום עלי נפשי"
זונטאג יאנואר 07, 2018 8:28 pm#392946
לבי ובשרי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:באמת איז דא א שטיקל תירוץ, א בחינה פון נצח ישראל לא ישקר, אבער איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז.

דו פארשטייסט וואס דו רעדסט?
דו קענסט מסביר זיין וואס דאס פארענפערט?

ביי כלל ישראל קען כמעט יעדער איינער דיר אויפווזיין מיט הוכוחת ברורות זיין יחוס עד אדם הראשון

דו ווייז מיר אויף מיט הוכחות ברורות דיין יחוס ביז אדם הראשון, און איך ווייז דיך אויף מיין יחוס ביז א Neanderthal, האמיר א דיל?
זונטאג יוני 17, 2018 6:31 am#406191
כֹּל הַנִּקְרָא בִשְׁמִי וְלִכְבוֹדִי בְּרָאתִיו יְצַרְתִּיו אַף עֲשִׂיתִיו (ישעי מג ז).
צו וואס ברויך דער אויבערשטער כבוד??
זונטאג יוני 17, 2018 1:56 pm#406205
שבת אחים האט געשריבן:סייענס האט טאקע נאכנישט אויסגעפיגערט די Origin of life. ווער ס׳גייט דאס אויספיגערן גייט זיין די נעקסטע איינשטיין אדער דארווין. לויט סייענס האט זיך לייף דעוועלעפט אזוי פרי ווי 3.5 ביליאן יאר צוריק און דערווייל האט מען נישט קיין שום הארטע עווידענס אויף גארנישט, אסאך טעיאריעס איז יא דא אבער גארנישט וואס מקען עקטיולי אויפווייזן און ארפלייגן אויף א סייענטיפישע פאפיר.

מאדערן סייענס איז רעלטיוולי א נייע זאך ביז נישט לאנג צוריק האבן אונז גארנישט געוואוסט וועגן די געזעצן פון נאטור, עס איז קוים דא דריי הונדרעט יאר פון אייזיק נוטאן, 200 פון מייקל פאראדעי, 150 פון דארווין, ווייניגער ווי הונדערט פון איינשטיין. ביז די נעקסטע חכם וואס וועט אויפקומען מיט וויאזוי לעבן האט זיך דיוועלעפט אויף אונזער פלאנעט בלייבט עס א מיסטעריע.

און וויאזוי האט נאר די דענקער און פילאספער Aldous Huxley געזאגט:

There are things known and there are things unknown,and in between are the doors of perception

But the trick is to have the ability to distinguish between the known and the unknown...! and to acknowledge and accept the unknown...!
זונטאג יוני 17, 2018 3:51 pm#406216
@לבי ובשרי,
איך גיי צוריק צו דיין ערשטע פראגע,
איך מיין מ'האט דיר נישט געענטפערט די פשוט'סטע תשובה.

ערשטנ'ס, מיין איך זאלסטו זיך קלאר שטעלן ביי דיר אויב דו גלייבסט אין איין גאט.
אין 'גאט' מיין איך נישט דווקא די יידישע גאט. נאר עצם דעס אז דו גלייבסט אז עס איז דא איינער וואס האט באשאפן דו וועלט אין ער פירט די וועלט.
טאמער גלייבסטו נישט-
דיין אלטסטו נאך א שטאפל פריער, און גיי לערן אפ די נושא פון גלייבן אין איין גאט.
טאמער גלייבסטו יא-
האסטו שוין אראפ גענומען פון די רשימה פון די רעליגיעס אסאך פון זיי וואס גלייבן אין אסאך געטטער, אין האלץ/שטיין/ זוהן, אדער גלייבן בכלל נישט אין א גאט,
ביסטו געבליבן מיט די דריי רעליגעיס: יידישקייט, איסלאם, און קריסטנטום.
יעצט, איינע פון גרעסטע אינטערשיידן צווישן די יידישקייט אין להבדיל די איסלאם און קריסטנטום איז,
אז די יידישקייט איז געבויט אויף א מעמד וואס מן הסתם קרוב צו צוויי מיליאן מענטשן האבן געזעהן מיט זייער אייגענע אויגן,
לעומת די איסלאם און די קריסטנטום וואס איז געבויט אויף א נבואה / חיזיון וואס איין מענטש האט געזעהן, און ער איז ארויס געקומען און געפאדערט, לרוב מיט געוואלד אז די מענטשהייט ארום אים זאל אים גלייבן.
(אגב, די טענה איז שייך אויך אביסל כלפי די בודהיזם, וואס איז געבויט אויף א תורה פון איין מענטש)
אז א מענטש קומט ארויס פון א מערה אין טענה'ט אז גאט האט זיך באווזן פאר אים,
איז אסאך שווערער צו אים גלייבן,
ווי ווען 2 מיליאן מענטשן פירן אריבער פון א טאטע צו א קינד אז זיי האבן געווען ווען גאט האט זיך באווזן פאר זיי.
זונטאג יוני 17, 2018 8:54 pm#406242
לבי ובשרי האט געשריבן:כֹּל הַנִּקְרָא בִשְׁמִי וְלִכְבוֹדִי בְּרָאתִיו יְצַרְתִּיו אַף עֲשִׂיתִיו (ישעי מג ז).
צו וואס ברויך דער אויבערשטער כבוד??

קען זיין אז דאס פארענטפערט דיין שאלה:

The Supreme Lord is the supreme enjoyer, and we living entities are His servitors. We are created for His enjoyment, and if we participate in that eternal enjoyment with the Supreme Personality of Godhead, we become happy. We cannot become happy otherwise. It is not possible to be happy independantly, just as no one part of the body can be happy without cooperating with the stomach. It is not possible for the living entity to be happy without rendering transcendental loving service unto the Supreme Lord.
מיטוואך יוני 20, 2018 3:23 pm#406746
מצפה לישועה האט געשריבן:האסטו שוין אראפ גענומען פון די רשימה פון די רעליגיעס אסאך פון זיי וואס גלייבן אין אסאך געטטער, אין האלץ/שטיין/ זוהן, אדער גלייבן בכלל נישט אין א גאט,
ביסטו געבליבן מיט די דריי רעליגעיס: יידישקייט, איסלאם, און קריסטנטום.

גראדע זענען דא נאך רעליגיעס וואס גלייבן אין איין גאט. און ס'אויך דא רעליגיעס וואס גלייבן נישט יא און אויך נישט נישט, זיי זענען בכלל נישט עוסק אין דעם, ס'רופט זיך agnostic.

גראדע קען מען ביידע שיטות אריינטייטשן אין אידישקייט, אבער דאס איז א באזונדערע שמועס.
דאנערשטאג יולי 05, 2018 11:45 pm#408194
אין ליכט פון מיין פראגע איבער די ריכטיגע אמונה, האט מיר איינער צוגעשיקט דעם סרט, דער שואל ליינט ממש אפ מיינע שורות... (מערקט די דראמאטישע געשעעניש סוף פונעם קליפ)
m https://youtu.be/ZB8Fuxb6BIo m
פרייטאג יולי 06, 2018 12:40 am#408199
דער אמנון יצחק איז פיינע נייעס, איך פארשטיי נישט וואס זיינע ווערטער האבן א שייכות מיט בודהיזם און הינדואיזם אבער שוין.
פרייטאג יולי 06, 2018 12:46 am#408201
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער אמנון יצחק איז פיינע נייעס, איך פארשטיי נישט וואס זיינע ווערטער האבן א שייכות מיט בודהיזם און הינדואיזם אבער שוין.

מעגליך קענסטו אים מארגן פרעגן ביים שיעור... (זעה אבער ער זאל נישט האבן ביי זיך אין קעשענע א שערל פון בעפאר...).
פרייטאג יולי 06, 2018 12:59 am#408203
אזוי קוקט עס אויס ווען נארמאלע מענטשן 'טענה'ן זיך מיט דיין געטשקע.
פרייטאג יולי 06, 2018 1:02 am#408204
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אזוי קוקט עס אויס ווען נארמאלע מענטשן 'טענה'ן זיך מיט דיין געטשקע.

אמנון יצחק איז נישט מיין געטשקע און איז קיינמאל געווען, לויט ווי איך האב געהאט געשריבן, האט מיר איינער פשוט צוגעשקיט דעם קליפ, וזה הא. איך האב מיט אים נישט קיין שייכות און איך ווייס נישט פון אים צופיל צו זאגן. שטימט?
פרייטאג יולי 06, 2018 1:04 am#408206
נו נו, זאל זיין אזוי.
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 9:05 pm#412123
אט איז א פראגע איבער א באקאנט טעמע וועלכע איז שוין זיכער ברייט אויסגעשמועסט געווארן דא אינעם שטיבל צווישן די עליטע קאווע טרינקער.

מיר ווייסן אז יעדער איד פארמאגט א בחירה.
אדער קענען מיר בוחר זיין אינעם 'טוב' און מיר וועלן באקומען רשות און כניסה אין גן עדן אריין, אדער קענען מיר בוחר זיין אינעם 'רע', בארדענען, און טוהן ככל העולה על רוחינו, אבער מיר ווועלן דערפאר צאלן א פרייז; זיך בראטן אין גיהנם.
איז מיין פראגע ווי פאלגענד: לויט ווי אנגענומען איז א בחירה אן אויסוואל, א choice.
צום ביישפיל, ווען מיר זיצן ביי אן עלגאנטע מסיבת שבע ברכות און דער סארווער דרייט זיך ארום געקליידעט מיט די זיידענע הענטשוך, ווען אין זיינע הענט האלט ער צוויי טעלערלעך און ער וועונד זיך צו די מסובין מיט א פראגע: טשיקן אר ביעף?...
דאס א מיינט א בחירה, איך פארמאג אן אויסוואל, שוה בשוה, ביידע האבן די זעלבע קאנסקווענצן און איך דארף נאר באשליסן וועלכע איך ברויך.
נו, אויב אזוי, איז דען די אויבנדערמאנטע א בחירה מיט וואס מען האט אונז געשאנקען, א בחירה? טא, פארוואס וועלן מיר פלאקען אויב מיר זענען בוחר אינעם רע, האבן מיר דען נישט די ברירה אויסצוקלויבן אין וואס עס גלוסט זיך אונז? נישט דאס מיינט א בחירה?
און אויב וועט איינער קומען און זאגן אז אזא בחירה איז יא ריכטיג, טראצדעם וואס איינס פון אירע צדדים האבן שלעכטע קאנסקווענצן, און דערביי געבן א משל, אז אויב איינער קומט צו צו א מענטש און אין איין האנט האלט ער א שאכטל ציגארעטן און אין די צווייטע עטליכע פירות, וועלן זיכער זיין אסאך וואס וועלן בוחר זיין אינעם ציגארעטל, טראצדעם וואס אירע רעזולטאטן זענען עפ"י רוב שלעכטע, ווי שאטן פאר'ן געזונט און נאך. זעען מיר אז מענטשן זענען יא בוחר אינעם רע? אויפדעם איז דער תירוץ א פשוט'ע, ווען איך בין מחליט אינעם ציגארעטל בין איך (עפ"י רוב) מסכים צו עסן אירע קאנסקווענצן. אבער דאס אז איך זאל האבן א בחירה ווען אויב בין איך בוחר אין צד ב' וועל איך ליידן, צי איז דאס דען א בחירה?
אלזא, איז דער קושיא צוריק? איז דאס דען א בחירה? זענען דען די קאנסקוועמן פון ביידע צדדין שוה בשוה? וכי לזאת בחירה ייקרא?!
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 10:14 pm#412132
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
הוא מפרק לה והוא מותיב לה.
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 9:57 am#412162
דו בויסט אויף איין דעפעניציע פין די ווארט "בחירה און דערנאך פרעגסטו קשית
ווען מעגעלע האט בוחר געווען ווער ס'גייט רעכטס און ווער לינקס, האט ער נישט בוחר געווען?

און א יעדען פאל, דער וואס איז בוחר אינעם ציגערעטל איז נישט גרייט אויף קענסער, נאר וואס, ער איז בוחר אויף אינסטענט גרעטיפיקעשן, באלדיגע הנאה איבער וואס גייט (אפשר) נאכקימען
און אסך פעלער זענען די קאנסעקווענסען זיכער אבער דאך.

די בחירה איז און די איי אף די ביהאלדער, נישט ווייל באמת זענען זיי שוה בשוה
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 11:02 am#412166
פארוואס וואלט סיי וועלכע בחירה געדארפט זיין שוה בשוה? אז ס'נישט שוה בשוה ווערט עס עס בחירה?

איך קען אויסוועהלן צו גיין ארבייטן און מאכן אפאר דאלער אדער צו גיין און קרעטשמע און שיכור'ן אויף אפאר פלעשער. צד ב' שטייט אויס שווערע קאנסעקווענצן, און פון צד א' שטייט אויס בענעפיטן. ס'נאך אלס א בחירה. איך קען וועהלן אזוי צו אזוי.
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:15 pm#412180
נעגעל וואסער האט געשריבן:הוא מפרק לה והוא מותיב לה.

סתם געלופטערט א תגובה
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:19 pm#412182
קורקלענד האט געשריבן:פארוואס וואלט סיי וועלכע בחירה געדארפט זיין שוה בשוה? אז ס'נישט שוה בשוה ווערט עס עס בחירה?

איך קען אויסוועהלן צו גיין ארבייטן און מאכן אפאר דאלער אדער צו גיין און קרעטשמע און שיכור'ן אויף אפאר פלעשער. צד ב' שטייט אויס שווערע קאנסעקווענצן, און פון צד א' שטייט אויס בענעפיטן. ס'נאך אלס א בחירה. איך קען וועהלן אזוי צו אזוי.

ריכטיג, אבער דאס איז וויבאלד דו זעלבסט ביסט גרייט זיך ארויפתושארצן די ארבל און שוויצן פאר אפאר טאללער.
אבער לו יצוייר, ווען איינער וועט קומען צו דיר און זאגן אדער קומסטו ארבעטן פאר מיר אדער עסן קוגל; וואס וואלטסטו דעמאלט געטוהן? זיכער קוגל! פארוואס? ווייל גיין ארבעטן בחינם, שוויצן פאר יענעם האסטו גארנישט דערפון.
דעריבער, אוודאי גיין ארבעטן איז שווערער ווי זיצן און זויפן, אבער דו ביסט דאך בוחר צו ארבעטן ווייל דאס גייט דיר ברענגען גוטס, געלט אויפן לעבן! איה"נ ביידע ברענגען גוטס, נאר דו מיט דיין שכל ביסט בוחר און אמת'ע גוטס אויפן עתיד, דעריבער ביסטו בוחר אין ארבען וואס אירע תוצאות זענען גוטע. שטומט?
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:21 pm#412183
הקטן האט געשריבן:דו בויסט אויף איין דעפעניציע פין די ווארט "בחירה און דערנאך פרעגסטו קשית
ווען מעגעלע האט בוחר געווען ווער ס'גייט רעכטס און ווער לינקס, האט ער נישט בוחר געווען?

ניין, אויסדריקליך נישט, ער האט געמאכט א סעלעקציע.
וואס האט דאס מיט בחירה איינגעשטויסן? (מעגליך גהעט בחירות פאר זיך און ער האט געמאכט החלטות, אבער ווי קומט אריין בחירה ביים שיקן רעכטס און לינק'ס? דאס איז א פשוט'ע סעלעקציע. והדברים פשוטים.
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:29 pm#412186
לבי ובשרי האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:פארוואס וואלט סיי וועלכע בחירה געדארפט זיין שוה בשוה? אז ס'נישט שוה בשוה ווערט עס עס בחירה?

איך קען אויסוועהלן צו גיין ארבייטן און מאכן אפאר דאלער אדער צו גיין און קרעטשמע און שיכור'ן אויף אפאר פלעשער. צד ב' שטייט אויס שווערע קאנסעקווענצן, און פון צד א' שטייט אויס בענעפיטן. ס'נאך אלס א בחירה. איך קען וועהלן אזוי צו אזוי.

ריכטיג, אבער דאס איז וויבאלד דו זעלבסט ביסט גרייט זיך ארויפתושארצן די ארבל און שוויצן פאר אפאר טאללער.
אבער לו יצוייר, ווען איינער וועט קומען צו דיר און זאגן אדער קומסטו ארבעטן פאר מיר אדער עסן קוגל; וואס וואלטסטו דעמאלט געטוהן? זיכער קוגל! פארוואס? ווייל גיין ארבעטן בחינם, שוויצן פאר יענעם האסטו גארנישט דערפון.
דעריבער, אוודאי גיין ארבעטן איז שווערער ווי זיצן און זויפן, אבער דו ביסט דאך בוחר צו ארבעטן ווייל דאס גייט דיר ברענגען גוטס, געלט אויפן לעבן! איה"נ ביידע ברענגען גוטס, נאר דו מיט דיין שכל ביסט בוחר און אמת'ע גוטס אויפן עתיד, דעריבער ביסטו בוחר אין ארבען וואס אירע תוצאות זענען גוטע. שטומט?

אין אנדערע ווערטער, אין די רגע וואס דו ביסט מחליט צו גיין ארבעטן, מיינט אז דאס לוי נט דיר פונקט ווי שיכור'ן און אפשר נאכמער, ודו"ק. (קומט אויס אז די בחירה איז ווייטער שוה בשוה).
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:31 pm#412188
לבי ובשרי האט געשריבן:ניין, אויסדריקליך נישט, ער האט געמאכט א סעלעקציע.
וואס האט דאס מיט בחירה איינגעשטויסן?

m https://translate.google.com/#yi/iw/%D7 ... 7%99%D7%A2 m
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:51 pm#412190
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:ניין, אויסדריקליך נישט, ער האט געמאכט א סעלעקציע.
וואס האט דאס מיט בחירה איינגעשטויסן?

https://translate.google.com/#yi/iw/%D7 ... 7%99%D7%A2

ס'האט אבער צוויי באזונדערע באדייטן, ווען מען קלערט אריין.
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 2:05 pm#412191
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
לבי ובשרי האט געשריבן:
נעגעל וואסער האט געשריבן:הוא מפרק לה והוא מותיב לה.

סתם געלופטערט א תגובה

דוק כי קצרתי.
הוא מפרק לה מיטן אפטייטשן א ווארט, והוא מותיב לה "הלזאת בחירה ייקרא".
טייטש נישט און פרעג נישט. (בערך ווי די אנדערע זאגן דא)
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 2:20 pm#412193
לבי ובשרי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:https://translate.google.com/#yi/iw/%D7 ... 7%99%D7%A2

ס'האט אבער צוויי באזונדערע באדייטן, ווען מען קלערט אריין.
קמשמע לן אז נישט.

לחיים לחיים!
פרייטאג אוגוסט 31, 2018 2:32 pm#412195
פארוואס טאקע איז איינער מחליט בוחר צי זיין ברע, אויב טוב איז די זיכערע געווינער אין די אויגן פין אלע בוחרים?
דער אמת איז וואו אלע זאגן דא, דו האסט אפגעמאכט וואס דער ווארט בוחר זיין מיינט און אויף דעם פרעגסטו

איך האב דעם טעות שוין געהערט פין אנדערע אויך.
דינסטאג מאי 28, 2019 10:35 am#431187
אכשר דרא אז היינט איז א וועלט פון טעכנאלאגיע.

קיין ספק אז דער טעכנאלאגישער באניץ העלפט אידן אין אלע הינזיכטן, ברו"ג.

איז מיר נולד געווארן א פראגע'לע. דער עצם פראגע איז ווארשיינליך נישט אזא הארבע, אבער דאס וועט זיכער געבן עפעס חומר למחשבה.

עס איז באוואוסט אז אמאל, נישט צו לאנג צוריק, פלעגן אידן נישט צולאנג מאריך ימים זיין, נישט קיין גרויסער נפק"מ וואס דער הויפט סיבה דערצו איז געווען, אבער דאס איז זיכער, אז ווען עס וואלטן ווען געווען נארמאלע שפיטעלער, מעדיצינען, מאשינען וכדומה וכדומה, וואלט מען געקענט ראטעווען אסאך אידן אין צייט און זיי וואלטן אסאך לענגער געלעבט.

לאמיר אנכאפן א ביישפיל וועלכע האט יזך יעצט געמאכט ביי אונז אין פאמילע, ווען אונזער באביטשקע פון שטייפע צוויי-און-ניינציג יאר האט זיך אפגערעדט אז זי שפירט נישט גוט, זי איז א פרישער און מונטערער פרוי בליעה"ר.
ווען מען האט איר אריינגעפירט אין שפיטאל פאר מילדע אונטערזוכונגען, האט מען מיט הילף פון אן עקסרעי צוויי אנטדעקט אז זי פארמאגט 'עטליכע' לעכער אין די קושקעס. היפש אן אפטער ערשיינונג ביי מענטשן.

כדי דאס צו היילן האט מען געמאכט דריי אפעראציעס, צווישן יעדע אפעראציע האט מען איר ארויפגעלייגט אויפן רעספערעיטער פאר א שטיק צייט צו זען ווי אזוי איר גוף נעמט אויף די שינויים און צי מען קען ממשיך זיין ביז זי וועט בס"ד גענצליך געהיילט ווערן, אוון ב"ה זי גייט שוין אט ארויס פון שפיטאל (אפגעזן פון די ריהעב עטלכיע מאנאטן וואס זי וועט דארפן אריבערגיין).

אלזא איז מיין פראגע, פארוואס האט דער בורא עולם נישט באשאפן כאטש עפעס פון די טעכאנלאגישע מיטלען פאר פיר הונדערט יאר צוריק אדער גאר בזמן בריאת העולם? וואלט מען ווען נישט געקענט דורכדעם מיליאנען און אויב נישט צענדליגער מיליאנען פון זיכערע טויט?

זיכער אז ווען עס אויף איינעם אנגעשריבן צו שטארבן וועט קיין מעדיצין און אנדערע מיטלען נישט העלפן. אבער קיין ספק אז ווען עס איז ווען דא א עקסרעי מאשין, רעספערעיטאר וכדומה וכדומה וואלט מען געקענט ראטעווען אזויפיל.

(און בכלל, אפילו אין די צייטן ווען עס זענען יא געווען עפעס מאשינען אדער שפיטעלער, ווער ווייסט דען נישט וויפיל אידן עס זענען אויסגעגאנגען אויפן וועג צום שפיטאל?... און ווען עס וואלט ווען געועון דער סאפיסטיקירטער הצלה טרעקל וואלטן ווען אסאך מענטשן יא אנגעקומען צום שפיאטל אין צייט און מען וואלט זיי געקענט באהאנדלען כיאות).

איינער מיט א שטראל אין דעם ענין?
דינסטאג מאי 28, 2019 11:32 am#431190
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
אז דו פרעגסט שוין, פרעג בעסער. פארוואס דארף זיין בכלל אז מענטשן ווערק קראנק אז זיי דארף צוקומען צו א שפיטאל? קען נישט מאכן אז מען זאל זיין געזונט?
דינסטאג מאי 28, 2019 11:37 am#431191
נעגעל וואסער האט געשריבן:אז דו פרעגסט שוין, פרעג בעסער. פארוואס דארף זיין בכלל אז מענטשן ווערק קראנק אז זיי דארף צוקומען צו א שפיטאל? קען נישט מאכן אז מען זאל זיין געזונט?


נאריש.

מיין פראגע איז געווען, אויב דער אויבערשטער האט יא באשאפן אזא זאך ווי טעכנאלאגיע, וואס איז א געוואלדיגע זאך און ראטעוועט לעבנס, טא, פארוואס פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק איז דאס נישט געווען? וואלט מען ווען דען נישט געקענט מיט טעכנאלאגישע מיטלען ראטעווען די לעבנס פון הונדערטער גדולי עליון וועלכע זענען פריצייטיג אוועק אדער פון מחלות וכדומה?
דינסטאג מאי 28, 2019 1:43 pm#431204
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
די פארגעשריטענע טעכנאלאגיע איז נאך זייער יונג , און ביז די צווייטע וועלט־מלחמה האט עס געמאכט מער חורבנות ווי אויפגעטון, און לויט סטיווען האוקינגס גייט די וועלט חרוב ווערן ערגעצוואו אין די קומענדיגע 600 יאר אדאנק טעכנעלאגיע.
דינסטאג מאי 28, 2019 1:52 pm#431205
וואס טוט זיך אבער מיט די רפואה חלק וואס איז זיכער אז אויב דאס גייט אונטער איז א חורבן.
דינסטאג מאי 28, 2019 2:50 pm#431209
נולד מאוחר האט געשריבן:די געדאנק אז שכר ועונש אז פאר אייביג לנצח נצחים , איז א יסוד וואס איז א חלק פון אמונה אין שכר ועונש ? איז מעגליך צי זאגן אז שכר ועונש איז פאר א מוגבל'דיגע צייט? א שעה א טאג א וואך א יאר ?
פארוואס פרעג איך?
איינער פרעגט מיר אזא שאלה וויאזוי מאכט סענעס אז דער אייבישטער זאל מאכן א מענשטס מצב לנצח נצחים, זאל זיין געוואנדן וויאזוי ער האט זוך אויפגעפירט 70 נארישע יאר.
לאמיר זוך פארשטעלן איך לאז מיין קינד מער קיינמאל נישט און זיין לעבן שפילן מיט זיינע חברים, ווייל ער איז פאר איין סקונדע געווען א מחוצף.


א גוטן,
פונקט לעצטנס געזען פון הרב עזריאל טויבער געשריבן איבער דעם ענין, און טוט שטארק אויסקלארן.

"ווען מען רעדט פון עולם האמת און שכר ועונש, זענען דא אסאך וואס טראכטן אז די כוונה איז בנוגע גן עדן און גיהנם, אז ווער עס האט געטון מצוות וועט זוכה זיין צו גן עדן, און ווער נישט וועט געשטראפט ווערן מיט גיהנם אנשטאט גן עדן. און אויב איז טאקע אזוי, איז זיכער דא א פלאץ צו טענה'ן: מה לי ולצרה הזאת? סוף סוף זענען דא פאר מיר צוויי וועגן, איינס איז גן עדן און די צווייטע גיהנם, און איך ווייס נישט אויף וועלכע פון די צוויי איך ווער געפירט. און אויב איז עס טאקע אזוי, קען מען טענה'ן: איך האלט נישט דערביי... איך וויל נישט... איך בין נישט מסכים מיר אריינצולייגן אין א סכנה פון גיין אין גיהנם און איך בין מוותר צו פארדינען גן עדן!"

אבער דאס איז א שטארקע טעות! ווייל ליהוי ידוע אז דער עיקר שכר ועונש פון וואס מען רעדט, איז בכלל נישט בנוגע גן עדן און גיהנם, נאר בייחס צו עולם הבא. דער שכר איז זוכה צו זיין צו עולם הבא, וואס דאס איז לנצח נצחים, און דער עונש איז רח"ל צו ווערן פארשניטן און נישט זוכה זיין לחיי נצח. דאס איז בעיקר די נושא. און דאס איז דער אמת'ער און ריכטיגער שכר ועונש!"

נאר היות דער זמן פון שכר ועונש איז נאר נאך זעקס טויזנט יאר, איז ביז דעמאלט זענען פארהאן צוויי סארט 'ווארט-זאלן', וואס זיי רופט מען גן עדן און גיהנם. ווער עס האט געטון מצוות און מעש"ט געפינט זיך און ווארט אין א פיינע רואיגע צימער, וואס דאס איז כביכול גן עדן, און ווער עס זינדיגט געפינט זיך און ווארט מתוך יסורים, וואס דאס איז גיהנם. אבער די ביידע זענען נאר די ווארט-זאלן."

ממילא, צו טענה'ן אז אפשר לוינט זיך נישט דאס געשעפט וויבאלד מיר קענען חלילה אנקומען אין גיהנם, דאס איז אן אפגעפרעגטע טענה מעיקרא, ווייל דאס איז פונקט ווי א מלמד אדער לערערין וואס וויל נישט אננעמען א שטעלע טענה'נדיג אז די שטעלע וועט קאסטן אפאר הונדערט דאלאר פון זיין אייגן טאש. וואס ענטפערט מען אים? זאלט איר זיין געזונט, גערעכט, איינמאל צאלט איר טאקע אפאר הונדערט דאלאר כדי צו קענען אנקומען צו אזא שטעלע, אבער פון דאן און ווייטער באקומט איר א וועכנטליכע געהאלט... איינמאל פאר אלעמאל... (צו די וואס פארשטייען נישט מיט דעם דערמאנטן ביישפיל: איינער וואס לערנט זיך פירן א קאר, און ער האט זייער מורא אז ער וועט נישט דורכגיין דעם טעס"ט, ער איז זייער אנגעצויגן אז אפשר וועט ער דורכפאלן די פארהער און דערלייגן די פאר הונדערט דאלאר, וועלן אים דאך אלע ערקלערן אז עס לוינט זיך איינצושטעלן, אפילו עס קען זיין עס וועט אים קאסטן א פרייז פון עטליכע הונדערט דאלאר, ווייל ער וועט דאך נאך אלע מעשיות ארויסגיין מיט א פערמי"ט אין די הענט).

די משלים זענען זייער גלייך צו אונזער נושא. ווייל עולם הבא איז נצח נצחים, און ווי ביטער און שווער עס איז דאס צו עררייכן, צאלט זיך עס אבער אויס צום סוף, עס לייטערט אויס דעם מענטש כדי ער זאל קענען אנקומען און דערגרייכן דעם ציל פון נצח נצחים. קומט אויס אז אין די מושגים פון נשמה וואס באגרייפט און פארשטייט וואס איז דאס נצח, איז בכלל נישט פארהאן קיין צוויי צדדים אויב עס איז ווערד אדער נישט (פונקט ווי אין אונזערע השגות, להבדיל, ווען מען איז משקיע אן איינמאליגן גרויסן סכום כדי צו גרייכן א דעגר"י, דיפלאמע, וכדומה)"

"יעצט פארשטיי: דאס וואס מיר ווייסן פון ספה"ק אז עס איז ווערד אריבערצוגיין אלע יסורי עולם הזה, אלעס כדי צו ענטפערן איין 'אמן יהא שמיה רבה', אדער מקיים צו זיין א מצוה, וואס ליגט אונטער דעם? וואס איז פשט? ווייל סוף סוף דער גאנצער חיי העולם הזה איז באגרעניצט, דאקעגן שכר מצוה איז נצחי. ממילא איז אוודאי אלעס ווערד צו אינוועסטירן פאר אזא געוואלדיגע שכר לנצח נצחים. יעדער מענטש וועט אוודאי מסכים זיין צו צאלן דעם איינמאליגן סכום פון עטליכע הונדערט דאלאר, צו באקומען א שיינעם געהאלט יעדן חודש און לנצח נצחים."
מיטוואך מאי 29, 2019 12:56 pm#431254
לבי ובשרי האט געשריבן:וואס טוט זיך אבער מיט די רפואה חלק וואס איז זיכער אז אויב דאס גייט אונטער איז א חורבן.



רפואה איז נישט קיין זאך פאר זיך אז מ'זאל קענען פרעגן דערויף נאר אן ענף פון די גאנצע פארשריט וואס די וועלט מאכט וואס איז בכלל נישט מוכרח ס'איז א טובה און קען גאר פירן צו אונזער סוף לויט אקאסיא קארטעז אין אזוי שנעל ווי אין צוועלף יאר ארום און לויט האקינגס ביז זעקס הונדערט יאר.
בכל אופן ווייס איך נישט פינקטליך פארוואס האסט זיך ביי דעם אפגעשטעלט און וואס איז מיט די אלע אנדערע זאכן וואס די וועלט איז היינט בעסער ווי אמאל, פון הונגער ביז מאראל, ביז פרייהייט אין די ציוויליזירטע וועלט וכו' וכו'. און וואס איז מיט יעדע געפינס וואס די וועלט האט געמאכט ברבות הימים, קען מען דאך פרעגן די זעלבע פארוואס איז עס נישט געשען תיכף ביי בריאת העולם מיט דעם געבורט פון אדם הראשון? און פארוואס איז קארטאפל אדער קאווע געטראפן געווארן ערשט אין די לעצטע טויזנט יאר?
ווען וועסט אלעס אנדערש פארשטיין אין דער בריאה וועסטו דאס אויך פארשטיין און פאר פשוטע תירוצים קען מען זאגן אז די אמאליגע נשמות האט זיך נישט אויסגעפעלט פאר זייערע תיקונים מער ווי אייניגע יארן ווידעראום די היינטיגע נשמות פאדערט צו לעבן לענגער און נאך אזעלכע באבע תירוצים.
מיטוואך מאי 29, 2019 8:32 pm#431276
לבי ובשרי האט געשריבן:וואס טוט זיך אבער מיט די רפואה חלק וואס איז זיכער אז אויב דאס גייט אונטער איז א חורבן.


די מעשה איז אזוי: פון בריאת העולם איז בכלל נישט געווען קיין מיתה.

נאך וואס ס'איז נגזר געווארן מיתה איז בכלל נישט געווען קיין קרענק, נאר מ'איז גראד געשטארבן.

נאכדעם האט גענומען טויזענטער יאר ביז יעקב אבינו האט מתפלל געווען ס'זאל זיין קודם קרענק כדי מ'זאל וויסען אז מ'גייט שטארבן.

נאכדעם האט גענומען נאך טויזענט יאר בערך ביז אלישע האט מתפלל געווען אז ס'זאל זיין רפואה פאר די קרענק.

עיין כ"ז בגמ' ב"מ פ"ז ע"א. עכ"פ ס'איז א פרשה מיט לאטעס ע"ג לאטעס זייט בריאת העולם. ס'האט בכלל נישט געדארפט זיין נישט קיין קרענק און נישט קיין רפואה.

It wasn't in the initial contract...
מאנטאג אפריל 13, 2020 3:16 am#445733
/