Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » קאווע שטיבל • א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות

קאווע שטיבל • א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10468
מאנטאג מאי 09, 2016 11:50 pm#332380
א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
ווער ס'קען מיר העלפן אויסגראדן מיינע זאכן וואס מאכן מיך טראכטן אסאך מאל אז אפשר גלייב איך נישט אזוי ווי מ'דארף. איך האב אלעמאל אנדערע קשיות און אסאך זענען מן הסתם פון עמעראצישקייט אבער וואס איז די חילוק אויב די באטעם ליין איז אז איך ווער ציניש אין אידישקייט אשר על כן שרייב איך אראפ אן א סדר און איך ווארט פאר הסברים אויף אלעם.

ווען איז די וועלט אין וואס אונז לעב מיר באשאפן געווארן? אין די תורה שטייט אז דער באשעפער האט באשאפן אונזער וועלט די זון, לבנה הימל, חיות, דאס איז געווען נאך פאר אדם האט געזינדיגט סוי איז אונזער וועלט וואו אונז זענען יעצט געווען די גן עדן? ווען איז געווארן עולם הבא מיט הזה? וויאזוי קען זיין אז אונזער גאנצע לעבן פון זיין דא אויף עולם הזה כדי אנצוקומען צו עולם הבא און באקומען שכר איז בכלל נישט געווען די ארגינעלע פלאן פון באשעפער, ס'ווערט בכלל נישט דערמאנט אין בראשית. דאס איז דאך אונזער גאנצער ציל דא זיך אפמוטשענען 80 יאר?? איז עס געשען דורך א צופאל ווען אדם האט חוטא געווען?
דינסטאג מאי 10, 2016 12:11 am#332383
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
אין בראשית שטייט בערך אזוי, ווען גאט האט באשאפן די וועלט האט ער ערגעץ וואו באשאפן א הערליכע גארטן, מיט הערליכע ביימער און גליסטיגע פרוכט, ווען גאט האט באשאפן אדם און חוה האט ער זיי דארט געלייגט זיי זאלן לעבן א גליקליך לעבן, למעשה זענען זיי נישט געווען וואויל דארט און גאט האט זיי פארשיקט, און פארשפארט די גארטן, די פסוקים געבן אן סימנים ווי אויף די וועלט עס געפינט זיך די עדן-גארטן, עס האט נישט מיט די מיסטישע גן עדן ווי מען קומט אן לאחר מיתה לויט די ארדטאקסישע גלויבן,

די תורה רעדט בכלל נישט פון קיין עולם הבא בכלל, פשטות איז אדם אין גן עדן געווען א געהעריגע מענטש, און קען זיין ער וואלט געגאנגן אין עולם הבא נאכ'ן שטארבן,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
דינסטאג מאי 10, 2016 12:26 am#332389
זייער אינטערעסאנט איך האב געמיינט אז מען רעדט פון אדם הראשון אין גן עדן פון יענע וועלט. איז דא א פשט פארוואס די תורה רעדט גארנישט פון עולם הבא? וויאזוי קען זיין אז ממש די עיקר פון אונזערע theme אין אונזער לעבן איז נישט אראפגעשריבן אין חומש אדער נ''ך און וואו איז די ערשטע פלאץ וואו מ'רעדט פון עולם הבא?
דינסטאג מאי 10, 2016 1:03 am#332397
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
די ערשטע פלאץ אין אונזער ספרים שאנק ווי עס ווערט קלאר דערמאנט עולם הבא איז לכאורה די משנה כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא, עס איז אוודאי דא געוויסע פסוקים וואס מען קען פארטייטשען זייער כוונה אויף עולם הבא, ווי למשל '' והיתה נפש אדוני צרורה בצרור החיים'' אדער '' מי יודע רוח בני האדם העלה היא למעלה'', אבער קלארע פסוקים מיין איך איז נישט דא,
ראשונים און אחרונים האבן זיך אפגעגעבן מסביר צו זיין פארוואס דאס איז אזוי, און ווי אויך צו זיכן רמזים ווי מען זעהט עוה''ב אים תנ''ך, דער אוה''ח אין פרשת בחוקותי ברענגט א שיינע ליקוט פון הסברים, אויך דער אברבנאל אין בחוקותי רעדט פון דעם, ער האט אפי' מבטיח געווען צו שרייבן א גאנץ ספר מוכיח צו זיין עוה''ב פון תנ''ך נאר כנראה איז ער נישט אנגעקומען דערצו,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
דינסטאג מאי 10, 2016 1:08 am#332398
למען יאריכון ימיך זאגט די גמרא אז ס' מיינט עולם הבא
דינסטאג מאי 10, 2016 2:02 am#332404
דא האט מען אביסעל גרעט דערוועגן,
און דרך אגב , אן עם הארץ האט שאלות, זאכן וואס ער ווייסט נישט און וויל וויסען, א תלמוד חכם קען שוין האבן קשיות ער ווייסט ןואס טוט זוך און סשטימט עם נישט.
דינסטאג מאי 10, 2016 11:58 am#332447
דער רמב"ן אין יענער וואכעדיגער פרשה, דברים כדרבונות, קלארער רייד, זאגט אונז א גרויסע יסוד אין די זאכען.


ודע כי חיי האדם במצות כפי הכנתו להם - כי העושה המצות שלא לשמן על מנת לקבל פרס יחיה בהן בעולם הזה ימים רבים בעושר ובנכסים וכבוד, ועל זה נאמר (משלי ג טז) בשמאלה עושר וכבוד, ופירשו (שבת סג) למשמאילים בה עושר וכבוד וכן אותם אשר הם מתעסקין במצות על מנת לזכות בהן לעולם הבא שהם העובדים מיראה, זוכים בכוונתם להנצל ממשפטי הרשעים, ונפשם בטוב תלין והעוסקין במצות מאהבה כדין וכראוי, עם עסקי העולם הזה, כענין הנזכר בתורה בפרשת אם בחקותי (להלן כו ה) והשיג לכם דיש את בציר וגו', יזכו בעולם הזה לחיים טובים כמנהג העולם, ולחיי העולם הבא זכותם שלמה שם והעוזבים כל עניני העולם הזה ואינם משגיחים עליו כאילו אינם בעלי גוף, וכל מחשבתם וכוונתם בבוראם בלבד כענין באליהו, בהדבק נפשם בשם הנכבד, יחיו לעד בגופם ובנפשם כנראה בכתוב באליהו, וכידוע ממנו בקבלה, וכמו שבא במדרשים בחנוך ובבני העולם הבא העומדים בתחיית המתים:
ולכך יאמרו הכתובים בשכר המצות למען יאריכון ימיך (שמות כ יב), למען תחיה (דברים טז כ), והארכת ימים (שם כב ז), כי הלשון יכלול מיני החיים כולם כפי הראוי לכל אחד:


אין אנדערע ערטער זענען די ראשונים מסביר פארוואס דער תורה לאזט אויס שכר בעוה"ב בפירוש. די קריסטען האבען געהאט די טענה אויף די תורה און אין די וויכוחים ווערט עס דערמאנט. עי' כאן
דינסטאג מאי 10, 2016 6:43 pm#332533
אין שלה"ק חלק א' בית אחרון רעדט ער ארום ברייט ארום דע נושא און ברענגט ג' דעות בדבר, רמב"ם, רמב"ן, ר"ן, עיי"ש.
דאנערשטאג מאי 12, 2016 9:31 am#332751
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
שטייט דאך גי-הנום אין די תורה ניין?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:44 am#332758
א גוטן, הרב קנאקעדיג.

פרעגן מעג מען אייביג, און מ׳דארף פרעגן, דיינע שאלות אדער קשיות זענען לעגעטים לכל הדעות.
מערסטנס פון דיינע שאלות זענען שוין געווארן ברייט אויסגעשמועסט דא אין די פארום פון ״העמק-דבר״, אבער לאמיר פראבירן דיר געבן קורצע ענטפערס, עד כמה שידי - ידא אריכתא - מגעת.

1. ווען איז די וועלט באשאפן געווארן? די ענטפער דערויף איז בכלל נישט פשוט, אבער קודם דארפסטו קלאר מאכן וואס דו מיינסט מיט די ווארט ״וועלט״, מיינסט די גאנצע יוניווערס, אדער נאר אונזער ערד-קוגל? בכל אופן, איז נישט פארהאן קיין קלארע נומער פאר ביידע, אבער לפי ווי מיר קענען אויסרעכענען, על פי חשבון, איז די עידזש פון די יוניווערס עלטער ווי 13 ביליאן יאהרן. און זעלבסט-פארשטענדליך אז דאס איז אוועק געשטעלט אויף א סייענטיפישע מהלך, און עס זענען דא מהלכים וויאזוי עס צו אויסארבעטן אז עס זאל נישט זיין קיין שום סתירה צו אונזער תורה.

2. אזוי ווי גראדעמעכאלע האט שוין געענטפערט, די גן-עדן פון די תורה איז על פי פשטות הכתובים, ערגעצוואו אויפן ערד-קוגל.

3. איך ווייס נישט וואס איז געווען די ארגינעלע פלאן פונעם באשעפער, אבער - ווידער - על פי פשטות, איז די תורה נישט געגעבן געווארן כדי צו זיך אנזאמלען קרעדיט-פוינטס פאר די גן-עדן קלאב. די תורה איז א תורת חיים, עס איז הוראות ווי אזוי צו לעבן אויף דער וועלט, לתקן עולם - צו בעסער מאכן די וועלט פאר אונז און פאר אלע איהרע באזיצער.

דאס איז אין קורצן. פאר מער איבער יעדע נושא באזונדער, יכלה הזמן והם לא יכלו.
דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:48 am#332759
טאמבל סאס האט געשריבן:שטייט דאך גי-הנום אין די תורה ניין?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

גי-הנום אדער גיא בן הינום ווערט דערמאנט כמה פעמים אין נ״ך. איינע פון זיי אין יהושע: ״וְעָלָה הַגְּבוּל גַּי בֶן-הִנֹּם אֶל-כֶּתֶף הַיְבוּסִי מִנֶגֶּב הִיא יְרוּשָׁלָיִם, וְעָלָה הַגְּבוּל אֶל-רֹאשׁ הָהָר אֲשֶׁר עַל-פְּנֵי גֶּי-הִנֹּם״.

אבער בפשטות איז עס א פיזישע פלאץ ערגעצוואו נעבן אלט-שטאט ירושלים, (פונקט אזוי ווי די פשטות פון גן-עדן אין די תורה).

גיהנום - אין טערמס אוו העלל - אלס א פלאץ צו מעניש זיין, טרעפן מיר ערשט נאר אין חז״ל.
זונטאג אפריל 23, 2017 3:23 pm#368848
די געדאנק אז שכר ועונש אז פאר אייביג לנצח נצחים , איז א יסוד וואס איז א חלק פון אמונה אין שכר ועונש ? איז מעגליך צי זאגן אז שכר ועונש איז פאר א מוגבל'דיגע צייט? א שעה א טאג א וואך א יאר ?
פארוואס פרעג איך?
איינער פרעגט מיר אזא שאלה וויאזוי מאכט סענעס אז דער אייבישטער זאל מאכן א מענשטס מצב לנצח נצחים, זאל זיין געוואנדן וויאזוי ער האט זוך אויפגעפירט 70 נארישע יאר.
לאמיר זוך פארשטעלן איך לאז מיין קינד מער קיינמאל נישט און זיין לעבן שפילן מיט זיינע חברים, ווייל ער איז פאר איין סקונדע געווען א מחוצף.
זונטאג אפריל 23, 2017 5:09 pm#368854
אויב מ'וויל ענפערען עולם הזה'דיג אן טיפע פשטים מאכט עס יא סענס. למשל, א קינד איז א מחוצף און ווערט גע'קנס'עט נישט צו קענען גיין ערגעץ האסטו פון עם פאר אייביג אווועק גענומען יענע הנאה אפילו אז דער מענטש בעצמו טוישט זיך נישט. אז די טאטע נעמט עם א צוויטען מאל צו יענע גוטע פלאץ האט עס נישט מיט די נעכטיגע פאנישמענט ווייל יענע הנאה האט ער שוין נישט, די זעלבע זאך ביי א גוט יונגעל מ'געט עם שכר א דאלאר וועט ער אייביג האבן די זאך וואס ער האט געקויפט מיט'ן דאלער אדער אן הנאה אפילו אז ער ניצט עס אויס דוגמת א פיינע נאש דאך בלייבט נאך די פאקט אז ער האט פארדינט א הנאה, אבער די יונגעל בלייבט דער זעלבער מענטש סיי ביי שכר סיי ביי עונש אין סיי וועלעכע יונגעל וועט א צווייטע טאג באקומען אן אנדערע באלוינינג אדער עונש לויט יענע טאג.

ביי די נשמה איז די זעלבע זאך אז א נשמה פארדינט שכר צו נהנה זיין מזיו השכינה אן ס'זאל זיין נהמא דכסיפא איז עס א באלוינינג און ס'מאכט נישט עפעס אנדערש אין די מהות פון די רוחניות'דיגע נשמה. נאכמער ביי עונשים אויב איז עס אן אפקומעניש נידון צו ווערען אין גיהנום אדער ווער וויסט ווי איז עס סך הכל א מירוק עוונות וואס איז בעצם א גאר א טובה, און אויב איז עס העדר הנאה אין נהנה זיין מזיו השכינה מיט נישט פארדינטע ברויט, אדער זיך נישט קענען דרייען אין ר"ר אלימלך'ס זי"ע'ס היכל איז עס סך הכל אז ער האט נישט קיין פארדינטע הנאה אבער ס'פסק'נט נישט אפ לעולם ועד אז דער נשמה איז שלעכט אדער גוט בעצם, ווייל די גוטער נשמה ביי די זאכען וואס ער פארדינט נישט וועט ער נישט הנאה האבן און דער בעל עבירה ביי די זאכען וואס ער פארדינט יא וועט מען געבען זיינע הנאות וואס קומט זיך עם.

די חיצוניות'דיגע חילוק איז נאר דיין משל און נמשל. אין די משל וואס איז אויף דעם וועלט איז די גוף א זאך וואס בלייבט נישט אייביג ממילא איז די הנאות און פאנישמענטס אויך נישט אייביגע, משא"כ אין די נמשל איז אלעס נצחיות'דיג ממילא איז די הנאות אין די העדר הנאות אויך נצחיות'דיג. אבער וואס מען פארדינט באקריגט מען סיי אויף דעם וועלט און סיי אויף יענעם וועלט, און וואס נישט נישט, נישט קיין חילוק ווער מען איז ווייל דאס בעצם טוישט זיך קיינמאל נישט.
זונטאג אפריל 23, 2017 11:28 pm#368866
קנאקעדיק, כ'ווייס נישט אויב די שאלות עגבערן נאך, אדער בכלל וועלכע סארט ענטפערט דו זיכסט, פשט או סוד? אבער כ'געדענק ווען ענליכע שאלות האבן ביי מיר געווירבעלט אלס בחור, כ'האב געזיכט א unified theory וואס גיט א ציל פאר די יצירה און שטימט מיט די מצוות מעשיות, ווי אויך שטימט עס מיטן סיפור אין בראשית. דאן האב איך געטראפן דעם רמח"ל'ס דרך השם און כ'האב מיך באלעקט מיט זיין מהלך.
מאנטאג אפריל 24, 2017 4:57 pm#368928
בנוגע די קשיא פין שכר ועונש, פארוואס קומט איינעם א עונש לנצח נצחים ווען ער זינדיגט בלויז זיבעציג יאר, עס ווערט געברענט אז שכר ועונש איז מער א פארדינסט מיט א פארלוסט ווי א בענעפיט און א פאנישמענט, פונקט אזוי ווי איינער וואס טוט אינוועסטירן און פארדינט מיליאנען, און א צווייטער וואס אינוועסטירט נישט וועט עס קיינמאל נישט האבן, און עס איז נישט שייך צו פרעגן הלמאי קומט מיר א עונש פאר א גאנץ לעבען ווייל איך האב נישט אינוועסטירט פאר איין מינוט.
מאנטאג אפריל 24, 2017 7:52 pm#368938
נהמא דכיסופא איז זייער א שווערע זאך צו פארשטיין. די אייבישטער וואס זיצט ביי די סוויטש בארד (מיינענדיג צו זאגן אז ער קען מאכן טוהן וואס ער וויל) האט אונז געגעבן שווערע שווערע ארבעט נאר כדי אונז צו קענען געבן שכר. איי זאל ער געבן שכר אהן ארבעט? ניין דאן וועט דאס זיין "נהמא דכיסופא"
פארשטיי איך אבער נישט, אז די זיצט ביים סוויטש בארד , וואס דארפסטו אונז מאכן ארבעטן? גיב נאר א ריק דער סוויטש אז מ'זאל נישט פילן פארשעמט צו נעמען.
דאן וועלען מיר נישט מיזן ארבעטן אזוי שווער און ס'וועט נישט זיין קיין נהמא דכיסופא.
מאנטאג אפריל 24, 2017 9:36 pm#368944
ועוד קשה, אויב שכר איז לנצח נצחים איז 100 יאר מצות גארנישט ווערט לגבי נהמא
מאנטאג אפריל 24, 2017 11:01 pm#368949
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
איך ווייס נישט אויב עס קומט דא אבער איך האב לעצטענס געזען ברענגען אין דעם בוך פון Jim holt פון א קאנאדישער פראפעסער אז דער מאראלישע פליכט צו טוהן גוטס איז דער סיבה פארוואס די וועלט איז באשאפן געווארן
דאס גיבט אביסעל א פרישער בליק אויף די גאנצע נושא
[url]. m http://www.jstor.org/stable/2214834?seq ... b_contents m [/url]
דינסטאג אפריל 25, 2017 12:10 am#368957
סטופעד איידיע! ווער בעט דיר צו באשאפען מאראלישע פליכט. כדי צו זיין געצוואונגען צו באשאפן די וועלט. די טעאריע מאכט זיראו סענס צו מיר
דינסטאג אפריל 25, 2017 12:36 am#368958
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
uploadfromtaptalk1493095001581.jpg
דינסטאג אפריל 25, 2017 1:04 am#368961
אישתישבי האט געשריבן:בנוגע די קשיא פין שכר ועונש, פארוואס קומט איינעם א עונש לנצח נצחים ווען ער זינדיגט בלויז זיבעציג יאר, עס ווערט געברענט אז שכר ועונש איז מער א פארדינסט מיט א פארלוסט ווי א בענעפיט און א פאנישמענט, פונקט אזוי ווי איינער וואס טוט אינוועסטירן און פארדינט מיליאנען, און א צווייטער וואס אינוועסטירט נישט וועט עס קיינמאל נישט האבן, און עס איז נישט שייך צו פרעגן הלמאי קומט מיר א עונש פאר א גאנץ לעבען ווייל איך האב נישט אינוועסטירט פאר איין מינוט.

שכר וענש איז גארנישט אנדערשט ווי די זאגסט דיין קליין קינד אז וועסט זיין גוט וועסט ווערן באלוינט און אז נישט נישט.
קוק אריין אריין אין די תוכחה.
אויב איז ווי דו זאגסט אז סאיז איז אזוי ווי אן אינוועסטמענט, איז אינטערסאנט אז פונקט ווען מטוט וואס גאט זאגט ארבעט די איוועסטמענט. הייסט בעצם איז גארנישט חשוב מיט היטן שבת , נאר אויב ווילסט א מאכן א גוטע ריטערן אויף דיין אינוועסטמענט דאן צינד נישט אן א פייער?
דינסטאג אפריל 25, 2017 2:26 am#368971
אור חדש, דיין טענה מאכט נישט שווער צו פארשטיין "נהמא דכיסופא" נאר עס מאכט שווער צו פארשטיין "גאט'ס דרכים". נו נו, נישט דער ערשטער זאך אין גאט'ס דרכים וואס מען פארשטייט נישט, דארפסט נישט גיין ביז נהמא דכיסופא, פרעג פארוואס ער האט באשאפן הונגער כדי דער מענטש זאל וויסן אז ער ברויך עסן, זאל ער לכתחילה האבן באשאפן אז דער מענטש זאל נישט ברויכן עסן אויף צו קענען לעבן.

און אז דו פרעגסט שוין יא אויף דעם דוקא, פארוואס הויבסטו נישט אן פריער?, גאט איז עפעס געבינדן צו דעם "חק הטוב" וואס ער האט ווארשיינליך אליינס אוועקגעשטעלט? און לאמיר זאגן אז יא, איז ער דען געבינדן צו דעם "מחק הטוב להיטיב"? אלעס ביז דא פארשטייסטו, נאר דעם "נהמא דכיסופא" איז דיר שווער?

אלא מאי, דער גאנצע נהמא דכיסופא דאקטארינע איז נישט געמאכט צו פארשטיין פונקטליך וואס גאט'ס חשבון איז מצידו, ס'איז נאר געמאכט אז פאר אונז מענטשעלעך זאל דער סיסטעם זיך זעצען אין קאפ, וכבר כתב כן הרמח"ל בפירוש בריש דעת תבונות.
דינסטאג אפריל 25, 2017 4:12 am#368973
.
דינסטאג אפריל 25, 2017 6:04 am#368975
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
א סימן שאלה ? מאכט נישט דיין ווערטער פאר א קשיא\שאלה. יא, וויבאלד ער האט זיך באוויזען מיט קלארער אנווייזונגען מיט א פאר טויזענט יאר צוריק, דעריבער דארף מען איהם הארכען. בניחותא.

דיין נישט פארשטייען די פסוקים מיט עשיו׳ס פילגשים ווייזט נאר אויף א מאנגאל פון לערנען. נעם דיר די ספרים און לערן זיך אפ וואס מיינט תורה שבכתב און וואס מיינט תורה שבע"פ, וואס באלאנגט דא און וואס באלאנגט דארט, פארוואס שכר ועונש האבען נישט וואס צו זוכען אין תושב"כ און די פילגשים פון עשיו יא. דאס קומט נישט אויף דער ראדיא צו סתם פון קלערען אין ביה"כ, דאס דארף מען גרונטליך לערנען און אויסארבעטען. לדאבונינו זענען דא אסאך וואס מיינען אז אידישקייט קען מען אפפטר׳ן מיט קינדער מעשה׳לעך און הנהגה׳לעך און לאזען דער לערנען פאר די ליידיגייערס. תורה דארף ארבעט און ס׳קומט זיך ארבעט פאר איהר.
הפך בה והפך בה דכולא בה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג אפריל 25, 2017 9:04 am#368981
איז דא נאך איינער וואס האט געזעהן אין מיינע ווערטער דאס וואס שבת האט געזעהן?
דינסטאג אפריל 25, 2017 11:11 am#368991
.
דינסטאג אפריל 25, 2017 11:58 am#368993
אמאליגע צייטן האט מען קיינמאל נישט אויסגעמעקט אזא תגובה, סאיז נישט קיין כפירה סאיז סה״כ א קשיא אין אידשקייט, נאר זייט געוואלדיג האט איבערגענומען קאווע שטיבל איז יעדע קשיא אין אידישקייט געווארן ״כפירה״... און אזוי ווילן ענק שמועסן אין ״העמק הדבר״ ווען מ׳מעקט אויס יעדע צווייטע תגובה?

שוין, איך האף ביז געציילטע חדשים צוהאבן מיין אייגענע בלאוג, איך ארבעט אויף דעם, דא איז א שאד די צייט.
דינסטאג אפריל 25, 2017 3:30 pm#369020
הקטן גיט מארגן! שכוח פאר די לייק, ווי ביסטו געוועהן ביז איצט? האלטס נאכאלץ אז עוועלאציע איז א ליבעראלע האוקס? מהערט שוין נישט פון דיר, מוועט נאך באלד מיינען אז די האסט ענדליך איינגעזהן דעם אמת און אנגעהויבן גלייבן אין ״קאנטעמפארערי סייענס״, און פון ATUB @הקטן ATUB האט זיך ענדליך איוואלאט צו זיין א ״הגדול״

כ׳פרעג נאר?
דינסטאג אפריל 25, 2017 3:51 pm#369026
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
מ׳האט דא אן אשכול וועגען עמעצע׳ס שאלות. ווען איינער קומט פרעגען א שאלה, למשל פארוואס זענען מיר פארפליכטעט צו א גילוי פון אפאר טויזענט יאר צוריק (א שאלה וואס לכאורה האט נישט קיין פשט, וואס האט צייט אפשניט צוטוהן מיט אמת?), און ס׳וואלט זיך אנטוויקעלט א שמועס דערוועגען, וואלט עס געפאסט. נאר די תגובה איז געווען ליצנות אויף די חשבון פון אמונה און פאר דעם קומט זיך מחיקה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג אפריל 25, 2017 7:03 pm#369055
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
הקטן'ס לייק איז לכאורה געווען אויף דיין עפענען אן אייגענע בלאג...
דינסטאג אפריל 25, 2017 9:29 pm#369078
ריכטיג האט געשריבן:אור חדש, דיין טענה מאכט נישט שווער צו פארשטיין "נהמא דכיסופא" נאר עס מאכט שווער צו פארשטיין "גאט'ס דרכים". נו נו, נישט דער ערשטער זאך אין גאט'ס דרכים וואס מען פארשטייט נישט, דארפסט נישט גיין ביז נהמא דכיסופא, פרעג פארוואס ער האט באשאפן הונגער כדי דער מענטש זאל וויסן אז ער ברויך עסן, זאל ער לכתחילה האבן באשאפן אז דער מענטש זאל נישט ברויכן עסן אויף צו קענען לעבן.

און אז דו פרעגסט שוין יא אויף דעם דוקא, פארוואס הויבסטו נישט אן פריער?, גאט איז עפעס געבינדן צו דעם "חק הטוב" וואס ער האט ווארשיינליך אליינס אוועקגעשטעלט? און לאמיר זאגן אז יא, איז ער דען געבינדן צו דעם "מחק הטוב להיטיב"? אלעס ביז דא פארשטייסטו, נאר דעם "נהמא דכיסופא" איז דיר שווער?

אלא מאי, דער גאנצע נהמא דכיסופא דאקטארינע איז נישט געמאכט צו פארשטיין פונקטליך וואס גאט'ס חשבון איז מצידו, ס'איז נאר געמאכט אז פאר אונז מענטשעלעך זאל דער סיסטעם זיך זעצען אין קאפ, וכבר כתב כן הרמח"ל בפירוש בריש דעת תבונות.


@ריכטיג דיין תשובה איז פראבלעמאטיש. מ׳קען נישט וועלען און מחליט זיין ווען זאכן ברויכן מאכן סענס און ווען מ׳ענטפערט ״נישט אלעס פארשטייט מען״.
איינע פון די גרעסטע אויפווייזונגען אז ס׳דא א גאט איז אט די שאלה ״קען דען זיין אזא קאמפלעצירטע וועלט וואס איז געשעהן ביי טשענס? נאר וואס דען, ס׳מוז זיין אז איינער האט דאס באשאפן! יעצט @ריכטיג אויב גייט מען מיט דיין מהלך אז נישט אלעס ברויך מען פארשטיין קען מען אט די זעלבע זאך ענטפערן אויף די אויבן דערמאנטע פראגע. נאר וואס דען? די סארט גערעדעכטס ״נישט אלעס ברויך מען פארשטיין״ איז אן אזיאטישע מהלך. אונזער יוגענט ברויך מען מער געבן צו פארשטיין פראגעס וואס מוטשען. נישט אוועק ווישען אזוי!
דינסטאג אפריל 25, 2017 9:52 pm#369079
די הוכחה צום קיום פון הקב״ה איז טאקע נישט געבויעט אויף דעם נאר אויף מתן תורה, די סארט הוכחות קענען קומען נאר נאך דעם נישט אן קיין מתן תורה.
דינסטאג אפריל 25, 2017 9:58 pm#369080
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
לאו דווקא, אמונה בה' האט זיך אנגעהויבן ביי אברהם אבינו.
דינסטאג אפריל 25, 2017 10:24 pm#369085
די הוכחה פון מתן תורה איז נאר גילטיג פאר די דור פון מתן תורה. מיר גלייבן כמעט גארנישט פון די פרימיטיווע מענטשן פון 3000 יאר צוריק. מענטשן פון 3000 יאר צוריק האבן געטוהן, געטראכט, געהאלטן מאדנע זאכן. ממילא אז זיי זאגן זיי האבן געזעהן גאט איז דאס נישט קיין הוכחה פאר היינטיגע מאדערנע מענטשן.
------
דיסקלעימער - דא רעדט מען פון הוכחות. מיר האבן אלע אמונה פשוטה און גלייבן אפי׳ אהן קיין הוכחות אז
שמע ישראל ה׳ אלוקינו ה׳ אחד
דינסטאג אפריל 25, 2017 10:56 pm#369090
אפשר די מאנקי זיידעס פון וועם געוויסע שטאמען, נישט מיינע זיידעס.
מיטוואך אפריל 26, 2017 1:05 am#369104
שבת אחים האט געשריבן:אמאליגע צייטן האט מען קיינמאל נישט אויסגעמעקט אזא תגובה, סאיז נישט קיין כפירה סאיז סה״כ א קשיא אין אידשקייט, נאר זייט געוואלדיג האט איבערגענומען קאווע שטיבל איז יעדע קשיא אין אידישקייט געווארן ״כפירה״... און אזוי ווילן ענק שמועסן אין ״העמק הדבר״ ווען מ׳מעקט אויס יעדע צווייטע תגובה?

שוין, איך האף ביז געציילטע חדשים צוהאבן מיין אייגענע בלאוג, איך ארבעט אויף דעם, דא איז א שאד די צייט.



און גראדע איז מיין טענה אז געוואלדיג נעמט זיך אהן פאר דיר צופיל.
מיטוואך אפריל 26, 2017 2:01 am#369109
אור חדש, וואס איז דער פארגלייך בכלל? דער מושג "גאט'ס דרכים" איז by its very nature עפעס וואס איז למעלה מן הטבע און ממילא למעלה מן השגתינו, אלזא איינמאל מען קומט צו בהכרח אז ער עקזעסטירט איז נישט מעגליך צו יורד זיין לעומק מציאותו און א ודאי נישט לעומק דרכיו, קיינער האט זיך נאכנישט מתיימר געווען דאס צו פארשטיין, און אויב דו וועסט יא געפונען אזא איינעם איז יענער טאקע אן אזיאטישער מארעמארעשער (א שאד מען האט איהם פארמעקט...), נישט איך... קלוג איז דער וואס ווייסט זיינע לימיטס, און אויב די היינטיגע דור רעדט זיך איין אז ס'איז נישט דא קיין לימיטס און זיי קענען פארשטיין פונקטליך א געטליכע חשבון איז דאס א נער'יש דור. אויב וואלסטו מיר גרינטליך געלייענט - אן דיין הנחה אז עפעס וואס מען קען נישט פארשטיין איז אזיאטיש - וואלסטו מיר נישט באשולדיגט אין "אוועקווישן", אדרבה, איך פראביר קלארצושטעלן דעם לימיט.

דער מושג "קאמפלעצירטע וועלט" איז בהכרח יא עפעס וואס איז בהשגתינו ווייל מיר לעבן אין דער טבע און מיר קענען די טבע, און ווייל מיר קענענלערנען די טבע פארשטייען מיר טאקע אז "טבע" קען נישט זיין קיין ענטפער צו דער קאמפלעצירטע וועלט, אלזא איז דער מסקנא אז די בריאה מוז טאקע קומען פון עפעס וואס איז למעלה מן הטבע. דאס איז די צורת הדברים פון דעם הוכחה וואס דו דערמאנסט, און טאקע אדרבה, די מסקנת הדברים פון יענע הוכחה איז ווייטער אז עס איז למעלה מן השגתינו וכדאמרן. די אטעאיסטישע ווערסיע פון עוואלוציע פראבירט זיך צו ספראווענען דערמיט דורך פראבירן אויפצוווייזן אז עס איז יא שייך דורך טבע. (דערווייל מיט ווייניג הצלחה, אבער לאמיר נישט פארדרייען דעם שמועס).

אלזא, איך האב נישט "געוועהלט און מחליט געווען" וואס מען קען פארשטיין און וואס נישט, ס'איז א פשוט'ע אנאליטישע חילוק.
מיטוואך אפריל 26, 2017 3:47 am#369110
דעת תורה האט געשריבן:הקטן'ס לייק איז לכאורה געווען אויף דיין עפענען אן אייגענע בלאג...


ווייל איך נוטיג מיך טאקע זייער שטארק אין זיין לייק ספעציעל ווען סאיז נאך דא א גאנצע פירוש חי מיט צעהן הסברים אויף דעם לייק, איך דארף נישט קיין שום לייקס!, אין מיינע אויגן איז די לייק נאר געמאכט ווייל געווענטליך ווען מענטשען האבן א שמועס קען מען זעהן יענעמס ריאקציע דורך פשוט קוקן זיי אין פנים אריין, אבער אויף בלאוג ווי דו זעהסט נישט די אנדערע מיט וועמען די שמועסט איז וויכטיג צו וויסן די ריאקציע פון די מענטשען.

איך שרייב אויף ק״ש ווייל איך האב הנאה דערפון און ס׳גייט מיך גאנץ ווייניג אן צו איינער לייקט מיך אדער נישט, איך ווייס זיכער אז אסאך מענשטען באלעקן זיך די פינגער מיט יעדע ווארט וואס איך שרייב, און איך ווייס אויך זיכער אז סאיז דא מענשטען וואס ווילן מיך אויפעסען לעבדיגערהייט פארן שרייבן מיינע בויך-וויי, איך גיי מיר אליינס, סוועט נעמען אביסלע צייט אבער איך האף בקרוב צו זיך מאכן שבת פאר זיך און עפענען א אייגענע בלאוג ווי קיינער וועט מיך נישט באלבעטעווען מעהר! ווייל איך קען נישט ליידן ווען מ׳זאגט מיר וואס צוטוהן, איך קען נישט איינהאלטן ענקערע ראולס דא אין ק״ש, עכ״ז האב איך שטארקע געפיל פאר ק״ש און פאר זייער הנהלה פארן זיך אויפפירן גאנץ מענטשליך צו מיר אפילו איך בין וואס איך בין און מיינע שיטות זענען נישט אין איינקלאנג מיט זייערס, און פון א ברונע וואס מ׳האט געטרינקן קטנ׳ט מען נישט צוריק אריין...
מיטוואך אפריל 26, 2017 7:57 am#369116
געוואלדיג האט געשריבן:אפשר די מאנקי זיידעס פון וועם געוויסע שטאמען, נישט מיינע זיידעס.

דיינע זיידעס פון פאר 3000 יארן צוריק זענען נישט געווען פרימיטיוו?
מיטוואך אפריל 26, 2017 8:24 am#369117
נישט בדעת,

איבעריגס וועט קיינער (אן קיין אגענדעס) נישט אפלייקענען א עדות פון אזוי פיל מענטשן, די גאנצע מענטשליכע היסטאריע איז אויף אזא וועג געבויעט.
מיטוואך אפריל 26, 2017 12:22 pm#369130
אונז האבן נישט קיין דירעקטע מסורה ביז מתן תורה. מיר ווייסן די מעשה פונעם תורה אליינס און פין דארט פארציילט מען עס ווייטער. ס׳ געווען א צייט וואס כלל ישראל האט אלעס אלעס פארגעסן.
מיטוואך אפריל 26, 2017 12:32 pm#369131
איך ווייס נישט פארוואס דו ביסט אזוי זיכער. פון מיין עלטערען האב איך אנדערש געהערט. מ'האט מעגליך פארגעסען געוויסע זאכען, אבער אז דער אויבישטער האט אויסגעוויילט דער פאלק ישראל צו היטען זיין תורה איז אייביג געווען באקאנט.
מיטוואך אפריל 26, 2017 12:54 pm#369133
אויב דיינע עלטערן האבן דאס נאר געלערנט פון די תורה דאן גאו אהעד און דראפ אלעס, מיינע עלטערן האבן מיר אנדערש געלערנט מפי זייערע עלטערן עד מתן תורה וכדברי ליטוואק.
מיטוואך אפריל 26, 2017 4:32 pm#369180
ח״ו. איך גלייב ווייל אזוי האט גאט באפוילען. נישט ווייל כ׳האב מברר געווען. דאס מיינט אמונה פשוטה!
מיטוואך אפריל 26, 2017 4:44 pm#369183
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
דיין פראגע אידעך אבער 'מי ה' אשר אשמע בקולו'.
מיטוואך אפריל 26, 2017 4:47 pm#369184
שבת אחים האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:הקטן'ס לייק איז לכאורה געווען אויף דיין עפענען אן אייגענע בלאג...


ווייל איך נוטיג מיך טאקע זייער שטארק אין זיין לייק ספעציעל ווען סאיז נאך דא א גאנצע פירוש חי מיט צעהן הסברים אויף דעם לייק, איך דארף נישט קיין שום לייקס!, אין מיינע אויגן איז די לייק נאר געמאכט ווייל געווענטליך ווען מענטשען האבן א שמועס קען מען זעהן יענעמס ריאקציע דורך פשוט קוקן זיי אין פנים אריין, אבער אויף בלאוג ווי דו זעהסט נישט די אנדערע מיט וועמען די שמועסט איז וויכטיג צו וויסן די ריאקציע פון די מענטשען.

איך שרייב אויף ק״ש ווייל איך האב הנאה דערפון און ס׳גייט מיך גאנץ ווייניג אן צו איינער לייקט מיך אדער נישט, איך ווייס זיכער אז אסאך מענשטען באלעקן זיך די פינגער מיט יעדע ווארט וואס איך שרייב, און איך ווייס אויך זיכער אז סאיז דא מענשטען וואס ווילן מיך אויפעסען לעבדיגערהייט פארן שרייבן מיינע בויך-וויי, איך גיי מיר אליינס, סוועט נעמען אביסלע צייט אבער איך האף בקרוב צו זיך מאכן שבת פאר זיך און עפענען א אייגענע בלאוג ווי קיינער וועט מיך נישט באלבעטעווען מעהר! ווייל איך קען נישט ליידן ווען מ׳זאגט מיר וואס צוטוהן, איך קען נישט איינהאלטן ענקערע ראולס דא אין ק״ש, עכ״ז האב איך שטארקע געפיל פאר ק״ש און פאר זייער הנהלה פארן זיך אויפפירן גאנץ מענטשליך צו מיר אפילו איך בין וואס איך בין און מיינע שיטות זענען נישט אין איינקלאנג מיט זייערס, און פון א ברונע וואס מ׳האט געטרינקן קטנ׳ט מען נישט צוריק אריין...


טעיק איט איזי, שבת. אונז דארפען דיך דא פונקט ווי א יעדער אנדערע ניק געט צו צום פלאץ. קענסט מאכן אן אנדערע בלאג אבער דארפסט נישט אנטלויפן פון דא, און די זעלבע זאך פארקערט, נעם נישט צום הארצן וואס אנדערע שרייבן אפילו ס'שמעקט דיר נישט. יא'ל געט אווער איט. אביסל אהבת ישראל און א ביסעל געדולד.

תגובה זו נכתבה לע"נ הרה"ק ר' ישראל ב"ר ברוך זי"ע מוויזניץ
דאנערשטאג אפריל 27, 2017 8:48 am#369248
קל וחומר האט געשריבן:דיין פראגע אידעך אבער 'מי ה' אשר אשמע בקולו'.

וואס מיינט אמונה פשוטה אין דיין ווערטע בוך?
דאנערשטאג אפריל 27, 2017 8:49 am#369249
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
קבלה מן האבות
דאנערשטאג אפריל 27, 2017 9:52 am#369257
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
Instinctive & Intuitive
זונטאג דעצעמבער 17, 2017 11:33 pm#391456
איך האב א פראגע, קען זיין עס איז ממש נישט צו דער זאך, אבער איך האב עס לעצטנס צוגעוויזן פאר געוויסע גדולים וטובים און ער האט געענפערט אהער און ער אהין, על כן, ווער וועס ווייסט צו זאגן זאל מוחל זיין און ענטפערן, ייש"כ.
דער ענין איז ווי פאלגענד:
הנני בזה על נקודה שזה זמן רב (קי"ל של כמה שנים) שענין זה מעיק לי מאוד בלב, ועל אף שאני יודע כי הספק אינו ספק והקושיא אינו קושיא, מ"מ הוי דברים שבלב שמפריעים לי הרבה, ובפרט בימים ובזמנים ועתות קודש, החל מיום השב"ק, ימים טובים, והימים הקדושים, אשר צצים ועולים ברעיוני בכל יום ויום עוד ענפים ועוד ענינים הכל נסבך בסבך אחד.
וטרם שאגיש אל עצם הענין אקדים כי הנה ידוע מה שאמר הגאון רבי חיים מבריסק זצ"ל, כי מי שיש לו קושייות והרהורים עליו יתברך, אין זה אפיקורס, אלא טיפוש גמור הוא, כי מי שיש לו מוח על קדקדו ועינים פתוחות רואה בחוש כי הכל מושגח ע"י הקב"ה אשר הוא הוא השליט בכל העליונים ובתחתונים וכו' וכו'.
אבל מ"מ, הגם שלב יודע מרת נפשו, כי חסר לי הרבה מהעבודה על מדת התמימות, ואלי זהו התירוץ להבעי' שלי (שאולי אין זה בעי'), מ"מ אני מרגיש צורך לבוא בכתובים שמע"כ שליט"א יואיל בטובו לבוא בעזרינו בענין.
הנה ידוע כי העיקר הוא האמונה בו יתברך, וכלנו בני איש אחד נחנו, מיום בואנו עלי אדמות, לא היה יום ולא לילה שלא שמענו מ"נאר אמונה אין בורא כל עולמים"... וכל הספרי קודש עסוקים בזה כי תשורו מראש אמונה, כל מצותיך אמונה, אמונה הוא יסוד הכל, וכו' ואכמלה"ב. וכן בחיידר המלמד תמיד דיבר מעניני אמונה ומפעם לפעם אף בא נואם הכבוד שבא לחזק את הנושא ודרש בענין, והדרשה היה -כמובן - פלאי פלאים, גג על גג הביע את ענין האמונה בפשיטות ומעלתה.... וסיפורי השגחה-פרטית הרבות... עם כל הפיטשיווקע"ס, וכולם פה אחד התפלאו ממיטב כשרונותיו הברוכות איך שביכלתו לדבר ישיר אל אזזני המקשיבים וכולם התפלאו וכו' וכו', ומני אז התחברו והתקשרו היטב בקשר של קיימא לא להתנתק מענין האמונה בו יתברך.
כולם... אבל לא אני, הגם ששמעתי המון סיפורי השגחה פרטית וכו' וכו', אב"ל מ"מ מיד היה קשה לי, כי לו יצוייר שאגדל בין העמים, בין המוסלאמענע"ר, וכל יום וכל הלילה ידרשו מאמונת טפילות, האם אז, באותה מצב, לא אהיה ג"כ כ"כ נתפעל מדיבוריהם??!! הלא גם לשאר העמים בין האומות העולם יש להם אנשים עם הרבה כשרונות, או אפילו בלי כשרונות, יש להם אנשים שליבנו וביררו היטב את סוגיית אמונתם, עפ"ל, ועל כן אם יהא פעיט אחד שכל היום וכל הלילה ירוו צמאונו מדיבורי הבל שלהם, אז מי יכול לבוא ולהוכיחו לאמרו: חביבי, תשמע מה שאני אומר לך! תשמע היטב! אני יודע שרק עכשיו שמעת דרשה או שיחה מאותו כופר וכו', וכו', אבל שיהיה לך ברור כי הוא דיבר דיבורי כפירה ודיבורי הבל וכו' וכו', ופתי אתה שאתה מקשיב ומאמין לדבריו... כולם מבינים, כי אם יבוא אחד ולא ירשה לי לעיין באמונתם של שאר העמים, מטעם תמים תהיה עם.... וכו', אז מאן יימר שהאמונה בוכו' וכו' שקר הוא ואין לה רגלים, אולי על אותה האמונה יאמרו תמים תהיה ואל תהרהר אחר מה שאומרים עליך וכו'.
וכן באנן, אשר טרם ימים הנוראים, או יומין דחנוכה בא בעל דרשן ומעורר את הציבור ומלהיב את הלבבות בגודל מעלת ושגב קדושת הימים הבעל"ט, וכמה שיכולים לפעול בימים אלו, וכולם מתפעלים וכולם מתלהבים, וכו' וכו', (והגם שהם משיגים ככה או שמאמינים באמונה שלימה בדבריו), לעומת זה, שאלתי, מה זה שונה מאותו שגץ שמופיע להקירכ"ע רח"ל, ומשמיע שם דיבורים נלהבים בגודל ימיהם וחגיהם ויום אידיהם, ומוסיף לאמר אשר בחר באנו מכל העמים, תדעו כי כל העמים שאתם רואים הם אפס כלום, ואנו זכינו כי ח"ו ח"ו פלוני ואלמוני בחר באנו עפ"ל כמובן....
ואמחיש שאלתי במקצת, כי הנה לו יצוייר כי אם אחד הולך ברחוב העיר והנה רואה איזה אדם הולך מעוטף בבגדים שחורים ובכובע רחבה על הראש, ויגש אל מישהו ושאלו על פשר הדבר, והשיב לו הלה כי אכן ככה נוהגים בני ישראל ללכת... והנה, מובן לכל, כי הלה פרץ בשחוק גדול אינ-סופית, מדוע?? כי "נעבעך" ישנו יהודי שמאמין באיזה אמונה ולאורה הוא מלבוש לבושים וכו' וכו', בדיוק כמו שאנו שוחקים מהערביים שהולכים מעוטף פניהם ובגדים ארוכות... נכון או לא???
וה"ה, להיפוך, שיהודי המאמין בהשי"ת הולך בשוק ורואה מישהו שלבוש כך וכך, בודאי זה לא איכפת ליה ליהודי ויצחוק בראשו ע"ז, בראותו איזה חוג הולך בלבוש מסויים (כמו אנשי הודו הולכם עם בגדים ארוכים, ירוקים, וכו'), למי זה איכפת ליה????? מה זה מחייב???? בדיוק כמו שאני, יש לי הרשות לשחוק כשאני רואה איזה גוי או גויה מלובש עם שק על הראש וכדומה, כך, בדיוק כך, עם ישראל שהולכים עם לבוש מסויימת וכל חייהם סביב אמונתם וכו', והבן היטב למי שרוצה.
עוד נקודה קטנה של המחשה בענין. על הרחוב שלי יש קירכ"ע שהגויים הטמאים מתאספים שם בימים מסויימים, ואכן, כשיהודי רואה הללו הולכים אל בית תיפלתם, למי זה איכפת ליה, מי חושב בכלל לרגע אחת, שאולי יש כנות בשיטתם ואמונתם??? נו, ממש להיפוך, כשיהודי הולך לביהמ"ד, וכו' וכו'.
א"כ, מי מחליט מה הוא האמונה הנכונה, ובכלל יש לכ"א בחירה ליך לכל מקום שרוצה, ומה מקום יש לומר לאדם כי אני מניח אותך בקופסא, עיר, מדינה זה ואל תרשה את עצמך לחשוב ולהרהר ולדבר ולעיין מהמתרחש חוצה, כי אז הופסקה אמונתך וכו' וכו'.
תודה רבה
מצפה לתשוב"ה שלימ"ה