הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסער
קאווע שטיבל • ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסער
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
152 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10501
מיטוואך מאי 18, 2016 10:51 am#333557
על המחיה האט געשריבן:
דעס איז אין קר"י ביי פרנס
מיטוואך מאי 18, 2016 11:27 am#333564
הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, יו"ר וועד קרן הבנין ד'סאטמאר
מיטוואך מאי 18, 2016 12:12 pm#333572
די מיטה איז יעצט ביים בנין תלמוד תורה ד'סאטמאר - בנין ישעי' זאב לעוו, אויף ווייט עוו.
אחד ממנהלים הרב חיים ראובן שעהנברוין מספיד
אחד ממנהלים הרב חיים ראובן שעהנברוין מספיד
מיטוואך מאי 18, 2016 12:22 pm#333576
די ארון גייט יעצט אריבער בית המדרש הגדול ד'דינוב - בנין צבי ראזענבערג
מיטוואך מאי 18, 2016 12:25 pm#333577
האדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א האט נארוואס געאפפערט פאר משה גבאי, א טיקעט קיין פלארידא.
מיטוואך מאי 18, 2016 12:25 pm#333578
הרה"ג ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א, דומ"ץ דינוב
מיטוואך מאי 18, 2016 12:38 pm#333579
ויהי בנסוע הארון, מ'פארט קיין קרית יואל, ווי די לוי' וועט פארקומען "אינעם" היכל ראזענבערג, שע"י בית המדרש הגדול.
מיטוואך מאי 18, 2016 1:04 pm#333581
שעפטל האט געשריבן:ידידו הנאמן, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו
איז ערגעץ דא א קליפ ווי איך קען זעהן הר״ר חיים פריעדמאן נ״י מספיד זיין?
ער איז מיר א ידיד און מיין נאנטע קרוב.
מיטוואך מאי 18, 2016 1:20 pm#333584
פאר די אלע זאליס וואס זענען פלוצלינג געווארן טאוועל ליינער'ס, להוי ידוע אז אין די אלטע סאטמארע ראדני שול, הענגט א טאוועל פון די פייער דיפארטמענט אז נאר 1700 מענטשן זענען ערלויבט אינעם בנין.
אזוי אויך, אין לפידות, טאר מען נישט גיין שבת מארנינג אין די פאלל לתוספות קדושה, ווייל די טאוועל דארט לאזט נישט.
ונשמרתם מאוד
ראו הוזהרתם
חזור בך
כי אתם המעט
אזוי אויך, אין לפידות, טאר מען נישט גיין שבת מארנינג אין די פאלל לתוספות קדושה, ווייל די טאוועל דארט לאזט נישט.
ונשמרתם מאוד
ראו הוזהרתם
חזור בך
כי אתם המעט
מיטוואך מאי 18, 2016 1:25 pm#333585
קאווע טרינקער האט געשריבן:פאר די אלע זאליס וואס זענען פלוצלינג געווארן טאוועל ליינער'ס, להוי ידוע אז אין די אלטע סאטמארע ראדני שול, הענגט א טאוועל פון די פייער דיפארטמענט אז נאר 1700 מענטשן זענען ערלויבט אינעם בנין.
אזוי אויך, אין לפידות, טאר מען נישט גיין שבת מארנינג אין די פאלל לתוספות קדושה, ווייל די טאוועל דארט לאזט נישט.
ונשמרתם מאוד
ראו הוזהרתם
חזור בך
כי אתם המעט
גערעכט, האסט פארגעסן אז אויף א שאכטל ציגרעטלעך שטייט א שטרענגע ווארינונג אז סאיז נישט געזונט צו רייכערן. אבער ראדני און לפידות זענען אביסל אנדערש ווי די אטלאנטיק אושען. פארשטייסט טאקע נישט די חילוק?
מיטוואך מאי 18, 2016 1:53 pm#333586
דבר אין בפינו ובלשוננו מלה
ס'וויל זיך שוין שרייבן עפעס דברי הערכה אבער ווי הייבט מען אן ?
כל נדיב לבו יביאה א נדיב לב ברענגט זיין הארץ
ר' יצחק האט פשוט אוועק געגעבן זיין הארץ פאר אנדערע געווען א זעלטן ווארים הארץ זעלטן איבערגעגעבן געטריי פאר עניים ודלים יתומים ואלמנות חתנים וכלות ובכלל כל הפושט יד
אוועק געגעבן זיין לעבן פאר סאטמאר פאר'ן רבי'ן די ברך משה זצ"ל זיין קאריע האט זיך אנגעהויבן ביי מוסדות ייט"ל מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנהייט מיט א שטארקייט און פון דארט פאר גאנץ סאטמאר ובפרט די לעצטע 17 18 יאר האט ער אוועק געגעבן זיין לעבן זיין כבוד השליך נפשו מנגד אריינגענומען אלע חצים בליסטראות ביזי בזיונות געלייסטעט טויזענטער און אפשר מיליאנען פאר סאטמאר די ערשטע שיינע נדבה יענע צייטן די היכל צבי ראזענבערג וואס פון דארט גייט שוין ארויס יארן טויזענעטער מיליאנען שעות פון תורה פון תשבר בחורי חמד אברכים בעה"ב זקנים גדולי תורה דיינים תופסי תורה
זיין ידידות אהבה בלי מצרים פאר'ן רבי'ן שליט"א -מי ירפא שברו- און פאר אלע רבני הקהלה געשטיצט תורה בני תורה אליין געווען א בן תורה געזיצען בכל יום שעות אויף תורה
געווען א איש יקר רוח א זעלטענע טיפ פון צוגעלאזנקייט פאר יעדן כקטן כגדול א זעלטענע מדת השתות
בקיצור א זעלטענע ראש וראשון לכל דבר קדושה א זעלטענע גענעראל פאר יעדע קהלה פאר יעדע ביהמ"ד זאל זיין ווימ"ס ק"י מאנסי ירושלים ווי נישט א זעלטענע בעל צדקה זעלטענע גאלדענע מדות זעלטענע אהוב אויף יעדן יחיד ויחיד פון די בני הקהלה שוין לאנג נישט וואס מ'האט דאס געקענט שרייבן אויף איינעם
די גרעסטע ראי' יעדער פון די בני הקהלה האט שוין געלאזט א טרער אויף דעם באליבטן ראה"ק
קשה עלי פרידתכם מ'וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן די שמייכל די חיות וואס ער האט אריינגעברענגט אין יעדן וואס האט אים נאר געזען ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד מ'וועט זיך בענקן און צוריק קוקן ווי קען מען צוריק ברענגען די 'הארץ ' ווארימקייט ליבליכקייט שמייכל זיכערקייט זיך מוסר נפש זיין פאר אמת און נישט פאר כבוד
שייף עייל שייף נפיק לא מחזיק לנפשי' טיבותא
וואס קענען מיר טון נאר צוזאםקלאפן די הענט מיט ווייטאג ד' נתן וד' לקח מ'באגלייט דיין מטה מיט דמעות שליש און טיפע אנחות
דו גייסט ארויף מיט אזויפיל זכותים מי יוכל לשער תורה עבודה הארציגע תפלות פון טויזענטער מענטשן צווישן זיי צובראכענע הערצער דרשות רבינו מיט אזויפיל אידישע טרערן א גאנצע קהלה נאה וחסידה מחי' געווען אלמנות ויתומים כנ"ל תורה פון תשבר חינוך הטהור אין ארצה"ק
מיר זענען דיר אלע מקנא מיר וועלן בענקן און דיר באוויינען

מיטוואך מאי 18, 2016 2:20 pm#333590
אחרי מות קדושים אמור. פלוצלינג ווערט ער א גאנצע קדוש ביי די אהרוני פארטיי,
#פרידיקטעבל
#פרידיקטעבל
מיטוואך מאי 18, 2016 2:26 pm#333592
שבת אחים האט געשריבן:אחרי מות קדושים אמור. פלוצלינג ווערט ער א גאנצע קדוש ביי די אהרוני פארטיי,
#פרידיקטעבל
וואס פאלט דיר ביי אז ער איז ביז יעצט נישט געווען קיין קדוש ביי זיי? נאר בערני סענדער'ס איז קדוש ביי דיר?
מיטוואך מאי 18, 2016 2:51 pm#333593
וואס גייט פאר מיט די מקום קבורה? קהל? בחורים? פאליס?
מיטוואך מאי 18, 2016 2:58 pm#333597
פארוועם גראבט מען דארט פאר פרנס אדער פאר יצחק?
מיטוואך מאי 18, 2016 2:59 pm#333598
שמעון וואלף האט געשריבן:פארוועם גראבט מען דארט פאר פרנס אדער פאר יצחק?
נע! פאר ר' ישעי קארענבלי ז''ל
מיטוואך מאי 18, 2016 3:05 pm#333600
נישט יעדער ווייסט פונקטליך אלעס וואס גייט פאר אין סאטמאר, זייער א אומשולדיגע שאלה,
דאס איז פאר ר' יצחק ראזענבערג ע"ה
דאס איז פאר ר' יצחק ראזענבערג ע"ה
מיטוואך מאי 18, 2016 3:09 pm#333602
אלס ווייסער האט געשריבן:נישט יעדער ווייסט פונקטליך אלעס וואס גייט פאר אין סאטמאר, זייער א אומשולדיגע שאלה,
דאס איז פאר ר' יצחק ראזענבערג ע"ה
וואס האט ער געהאט ספעציעל מיט ר' יוסל אשכנזי אז מ'לייגט אים דערנעבן?
מיטוואך מאי 18, 2016 3:09 pm#333603
Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע
שמועות פורחות אז מ'שלאגט זיך דארט. איינער גראבט נעבען הויער און איינער נעבן אשכנזי. וואס איז די מעשה? און זייט ווען גראבען בחורים אויס קברים?
מיטוואך מאי 18, 2016 3:10 pm#333604
שמעון וואלף האט געשריבן:אלס ווייסער האט געשריבן:נישט יעדער ווייסט פונקטליך אלעס וואס גייט פאר אין סאטמאר, זייער א אומשולדיגע שאלה,
דאס איז פאר ר' יצחק ראזענבערג ע"ה
וואס האט ער געהאט ספעציעל מיט ר' יוסל אשכנזי אז מ'לייגט אים דערנעבן?
יא! זיי האבן ביידע געטאן זייער זשאב און אויפגאבע בשלימות ובאמונה...
מיטוואך מאי 18, 2016 3:12 pm#333606
נעגעל וואסער האט געשריבן:שמועות פורחות אז מ'שלאגט זיך דארט. איינער גראבט נעבען הויער און איינער נעבן אשכנזי. וואס איז די מעשה? און זייט ווען גראבען בחורים אויס קברים?
נישט בלויז מ'שלאגט זיך... ס'גיסט זיך בלוט... ניסח סאטמאר-סיגוט
מיטוואך מאי 18, 2016 3:16 pm#333607
קאך_לעפל האט געשריבן:נעגעל וואסער האט געשריבן:שמועות פורחות אז מ'שלאגט זיך דארט. איינער גראבט נעבען הויער און איינער נעבן אשכנזי. וואס איז די מעשה? און זייט ווען גראבען בחורים אויס קברים?
נישט בלויז מ'שלאגט זיך... ס'גיסט זיך בלוט... ניסח סאטמאר-סיגוט
הער אויף, נישט אלעס איז אן אטאקע אויף סאטמאר
ווי איך הער קריגן זיך די סאטמארע קהילות פון ק״י און וומ״ס פארוועם די לעצטע ליידיג פלאץ נעבן אוהל באלאנגט, ווי עס הייסט יעצט האט מען עס געברענגט פאר מהר״א צו דיסיידן
מיטוואך מאי 18, 2016 3:16 pm#333608
נעגעל וואסער האט געשריבן:שמועות פורחות אז מ'שלאגט זיך דארט. איינער גראבט נעבען הויער און איינער נעבן אשכנזי. וואס איז די מעשה? און זייט ווען גראבען בחורים אויס קברים?
די חברא קדישא האט געגרייט איין חלקה און די בחורים בשליחות פון געוויסע האבן פארכאפט די סעצענע און די טרקטור און געגראבן דאס סאמע חשוב'סטע חלקה פארבליבן, מחמת טעם הכמוס ומגולה, עמוק עמוק, גג על גג מיט חשבונות פון בעדפארד און ראסס ביז ווייט און ראסס.
מיטוואך מאי 18, 2016 3:20 pm#333611
שמעון וואלף האט געשריבן:אלס ווייסער האט געשריבן:נישט יעדער ווייסט פונקטליך אלעס וואס גייט פאר אין סאטמאר, זייער א אומשולדיגע שאלה,
דאס איז פאר ר' יצחק ראזענבערג ע"ה
וואס האט ער געהאט ספעציעל מיט ר' יוסל אשכנזי אז מ'לייגט אים דערנעבן?
ניין, אבער א פליק פאר אשכנזי'ס איידעם איז גענוג סיבה פאר מאנכע...
מיטוואך מאי 18, 2016 3:22 pm#333612
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס סאטמאר רב זי"ע האט געשטעלט די ישיבה על קברו
מיטוואך מאי 18, 2016 3:38 pm#333614
שא.....
די רבי מאכט די החלטה יעצט מדמה צו ר' משה ארי' ראה"ק פון סיגוט...
די רבי מאכט די החלטה יעצט מדמה צו ר' משה ארי' ראה"ק פון סיגוט...
מיטוואך מאי 18, 2016 4:00 pm#333619
lazar האט געשריבן:יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס סאטמאר רב זי"ע האט געשטעלט די ישיבה על קברו
זיס
מיטוואך מאי 18, 2016 4:43 pm#333625
ס'דארף צו הייסן אז ליפא דער זענטער האט עפעס א חשבון צו ליגן דארט און געוויסע האבן דאס געוואלט נאכגעבן פאר סאם ריזען
מיטוואך מאי 18, 2016 4:51 pm#333629
גאנצל האט געשריבן:ס'דארף צו הייסן אז ליפא דער זענטער האט עפעס א חשבון צו ליגן דארט און געוויסע האבן דאס געוואלט נאכגעבן פאר סאם ריזען
נאך א מזל דו שרייבסט קלאר "ליפא דער זענטער", ווען נישט וואלט איך געמיינט ליפא דער ניק
מיטוואך מאי 18, 2016 4:58 pm#333630
אינטערסאנטער האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:אחרי מות קדושים אמור. פלוצלינג ווערט ער א גאנצע קדוש ביי די אהרוני פארטיי,
#פרידיקטעבל
וואס פאלט דיר ביי אז ער איז ביז יעצט נישט געווען קיין קדוש ביי זיי? נאר בערני סענדער'ס איז קדוש ביי דיר?
יא צוגעטראפן, בערני איז א קדוש, א הייליגער מאן וואס לעבט נישט פאר זיך, והא ראי׳ ער איז די איינציגסטער פון די אלע פאליטשאונס וואס האבן נישט נהנה געוועהן פון זיין פאזיציע און נישט רייך געווארן אויפן חשבון פונעם קהל, אפילו משה רבינו האט נישט געקענט טרעפן א שונא בצע אינעם דור דיעה אין מדבר, די זעלבע זאך קען מען זאגן אויף אסאך אנדערע צדיקים (להבדיל) ווי למשל דער חפץ חיים זצ״ל די אלטע סקווירא רבי זצ״ל די אלטע סקלענע רבי זצ״ל דער אהבת ישראל זצ״ל דער אמרי חיים זצ״ל דער ריבניצער זצ״ל וכו׳ וואס האבן געלעבט פאר יענעם און אוועקגעגעבן זייער לעצטן ביסן פאר א צווייטע איד.
מיטוואך מאי 18, 2016 5:04 pm#333633
שבת אחים האט געשריבן:אינטערסאנטער האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:אחרי מות קדושים אמור. פלוצלינג ווערט ער א גאנצע קדוש ביי די אהרוני פארטיי,
#פרידיקטעבל
וואס פאלט דיר ביי אז ער איז ביז יעצט נישט געווען קיין קדוש ביי זיי? נאר בערני סענדער'ס איז קדוש ביי דיר?
יא צוגעטראפן, בערני איז א קדוש, א הייליגער מאן וואס לעבט נישט פאר זיך, והא ראי׳ ער איז די איינציגסטער פון די אלע פאליטשאונס וואס האבן נישט נהנה געוועהן פון זיין פאזיציע און נישט רייך געווארן אויפן חשבון פונעם קהל, אפילו משה רבינו האט נישט געקענט טרעפן א שונא בצע אינעם דור דיעה אין מדבר, די זעלבע זאך קען מען זאגן אויף אסאך אנדערע צדיקים (להבדיל) ווי למשל דער חפץ חיים זצ״ל די אלטע סקווירא רבי זצ״ל די אלטע סקלענע רבי זצ״ל דער אהבת ישראל זצ״ל דער אמרי חיים זצ״ל דער ריבניצער זצ״ל וכו׳ וואס האבן געלעבט פאר יענעם און אוועקגעגעבן זייער לעצטן ביסן פאר א צווייטע איד.
העי, קאט די קרעפ.
דאנערשטאג מאי 26, 2016 11:29 pm#334811
Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע

יום אחד לפני ......
דאנערשטאג מאי 26, 2016 11:36 pm#334813
גר ותושב האט געשריבן:
יום אחד לפני ......
שטייט דאך א דאטום פון 2013
דאנערשטאג מאי 26, 2016 11:38 pm#334814
Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע
קאווע טרינקער האט געשריבן:גר ותושב האט געשריבן:
יום אחד לפני ......
שטייט דאך א דאטום פון 2013
גערעכט אדער איז די דאטום נישט געוועין גוט אנגעשטעלט אדער איז עס טאקע נישט פון יעצט אבער א שיין בילד איז עס
פרייטאג מאי 27, 2016 3:45 am#334835
גר ותושב: ס'דא נאך א מעגליכקייט. אפשר האבן די בחורים אדער די בני יואל געטוישט דעם דאטום...!
ועוד י"ל...אויב מ'האט א גוטן מאמר חז"ל קענמען עס צופאסן צו סיי וועלכן דאטום...!
ועוד י"ל...אויב מ'האט א גוטן מאמר חז"ל קענמען עס צופאסן צו סיי וועלכן דאטום...!
פרייטאג מאי 27, 2016 1:22 pm#334883
עס קען נישט זיין צוליב א סיבה אין עזרת נשים, לרפו"ש, וד"ל
פרייטאג מאי 27, 2016 1:27 pm#334885
Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע
אויך מיר א קשיא פין א דאטום.. א׳ שמות , און ס׳שטימט...