Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסער

קאווע שטיבל • ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
152 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10501
דינסטאג מאי 17, 2016 12:42 pm#333346
ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסער
שאקירענדע שמועות זאגען אז דער סאטמארע ראש הקהל איז מער נישטא נאכען דערטראנקן ווערען אין וואסער.
אנדערע באריכטען זענען איבער ר' חיים פרנס אין נאך אידען
דינסטאג מאי 17, 2016 12:43 pm#333347
אויך ר' חיים פרנס איז דעטראנקן געווארן זיין מצב איז נישט זעכער
דינסטאג מאי 17, 2016 12:44 pm#333348
נישט אמת
דינסטאג מאי 17, 2016 12:45 pm#333349
נאך א נאמען איז יצחק ענגעלענדער
אידען זאגטס תהלים
דינסטאג מאי 17, 2016 12:48 pm#333350
קום אהער האט געשריבן:נישט אמת


ראזענבערג'ס פטירה איז קאנפורמד ליידער.
דינסטאג מאי 17, 2016 12:53 pm#333351
Re: סאטמערע ראש הקהל ר' יצחק ראזנבערג אומגעקומען אין וואסער
TRAGEDY IN MIAMI: Rip-Tide Pulls Multiple Victims Out To Sea

m http://www.theyeshivaworld.com/news/bor ... o-sea.html m
דינסטאג מאי 17, 2016 12:54 pm#333352
חיים פרנס איז אויך קאנפירמד פון מולטיפעל סורסעס
דינסטאג מאי 17, 2016 12:55 pm#333354
דריי האבען עס געמאכט, אנשעל גאלדברגער, וועצבערגער אין ענגלענדר
דינסטאג מאי 17, 2016 12:56 pm#333356
OUTCH
דינסטאג מאי 17, 2016 1:35 pm#333363
האבען זיי געפאלגט די מינימאלע סעיפטי רולס און אנגעהאט א לייף וועסט? כ'ווייס עס וועט ליידער קיינעם נישט צוריק ברענגן אבער אנדערע קענען זיך לערנן אויף להבא.
דינסטאג מאי 17, 2016 1:37 pm#333367
קיינער ווייסט נאך נישט פינקטליך וואס איז געשעהן. איז עס טאקע געוועהן אויף א שיף?
דינסטאג מאי 17, 2016 1:41 pm#333369
יא.
דינסטאג מאי 17, 2016 1:45 pm#333371
איך אויך האט געשריבן:יא.

ס'הייסט אז נישט
דינסטאג מאי 17, 2016 1:47 pm#333372
אנדערע ברענגן א בילד פונעם שיף. עמער מוזן ווארטן ביז זאכן ווערן קאנפירמד.
דינסטאג מאי 17, 2016 1:48 pm#333374
דאס זענען מעגליך רעטונגס שיפן
דינסטאג מאי 17, 2016 1:49 pm#333375
דע בילד פון דע שיפ איז פאלטש
סגעווען ביי א באקאנטע נוד ביעטש
דינסטאג מאי 17, 2016 1:50 pm#333376
וואס איז געווען ביי א נאד ביטש?
דינסטאג מאי 17, 2016 1:59 pm#333381
לויט יענעם ארטיקל איז עס טאקע געשעהן ביי דעם ביעטש. יעצט פרעגט זיך די הארבע שאלה וואס זוכען 5 חשובע סאטמארע אידן ביי א נוד ביעטש? פעלט דען אנדערע מער אויסגעהאלטענע ביעטשעס אין מיאמי?
דינסטאג מאי 17, 2016 2:00 pm#333382
יעצט פרעגט זיך די הארבע שאלה, פארוואס קענען נישט אידן רחמנים בני רחמנים ווארטן מיט זייערע גאר גאר הארבע שאלות אביסל, לכה"פ ביז עס וועט נישט זיין מתו מוטל לפניו???
דינסטאג מאי 17, 2016 2:01 pm#333383
/
דינסטאג מאי 17, 2016 2:05 pm#333385
ס'דא א ליידיגע פלאץ ציווישען ר' יאסל אשכנזי ז"ל און ר' שמואל אויבערלענדער ז"ל
דינסטאג מאי 17, 2016 2:06 pm#333386
איך אויך האט געשריבן:וואס איז געווען ביי א נאד ביטש?

די נאד חלק נעמט אויף נאר א קליינע חלק פון די ביטש (איך ווייס פאר א פאקט)
דינסטאג מאי 17, 2016 2:07 pm#333389
אוקעי שכויח פארן אויסקלערן.
דינסטאג מאי 17, 2016 2:09 pm#333390
איך אויך האט געשריבן:לויט יענעם ארטיקל איז עס טאקע געשעהן ביי דעם ביעטש. יעצט פרעגט זיך די הארבע שאלה וואס זוכען 5 חשובע סאטמארע אידן ביי א נוד ביעטש? פעלט דען אנדערע מער אויסגעהאלטענע ביעטשעס אין מיאמי?


איז יעצט דען די סיזען?
אפשר איז דאס פון די אויסגעהאלטנסטע אין די מיאמי געגנט? אפשר זענען זיי געגאנגען איז א צייט וואס איז שטיל?

פאר מען ברעכט ארויס אזא תגובה מיט הארבע באשולדיגונגען קעגן א גרופע עלטערע יודן תלמידי חכמים און פילאנטראפן אפשר מאכט מען אביסעלע ריסוירטש ?
דינסטאג מאי 17, 2016 2:15 pm#333394
מיט אדמו"ר מונקאטש
דינסטאג מאי 17, 2016 2:24 pm#333397
ר' חיים פרנס איז געבוירן געווארן תשי"ב, דאס מאכט אים יעצט בערך 65
דינסטאג מאי 17, 2016 2:25 pm#333398
ווער האט זיך געגלייבט אז סאטמאר וועט אזוי שנעל ארויסגיין פון קאורט?
דינסטאג מאי 17, 2016 2:27 pm#333399
Re: סאטמערע ראש הקהל ר' יצחק ראזנבערג אומגעקומען אין וואסער
ס'באדערט מיר יעצט פיר קשיות.

א) באשעפער עד מתי?!
ב) פארוואס טוהט אזא טראגישע מעשה צושאקלען א יעדען ארויני אז זייער ליבע ראש הקהל אז ליידער אומגעקומען? ס'דארף באדערען א יעדען יוד בכל מקום שהוא אז א אידיש נפש איז ל"ע אוועק אזוי פלוצלינג! נישט קיין נפק"מ זיין סטאטוס אין די קהלה. כולנו בני איש אחד נחנו, און ממיינט אונז אלע.
ג) פארוואס גיי איך ארום ווי א נער און פארשפרייט דו ברעכעדיגע נייעס? ווייס איך נישט פון די גמרא "מוציא דבה היא כסיל"?
ד) פארוואס בשעת מעשה זייענדיג אינטער שאק, זאג איך צו פארן באשעפער אז איך גיי נאו מור זינדיגען, און א טאג שפעטער פארגעס איך אינגאנצן פון דעם צוזאג?


#כ'רעד_צו_מיר_אליין
דינסטאג מאי 17, 2016 2:32 pm#333401
א. אויב ווילסטו טאקע וויסן דאן גיי ארויף אויבן וועסטו פארשטיין.

ב. איך קען נישט רעדן וועגן יעדן, אבער עס באדערט מיר אויך, כאטש איך האב גארנישט מיט סאטמאר איינגעלייגט.

ג. דו האסט ליב די אטענטשן, בפרט אז דו שומעים זאגן דיר נישט אין פנים און טראכטן נישט בשעת מעשה פון די פסוק.

ד. עס איז נאכנישט א טאג שפעטער, קענסט נאך אנהאלטן דיין הבטחה.
דינסטאג מאי 17, 2016 2:34 pm#333403
ראשעקאל האט געשריבן:/


אויפן בילד זעהט מען דריי פון די פינעף אידן אינוואלווד אין די פארשוועמונג. יצחק ראזענבערג ע"ה, חיים פרנס ע"ה און להבדיל בין חיים לחיים אהרן ווערצבערגער.
דינסטאג מאי 17, 2016 2:42 pm#333406
לדעתי איז די מוסר השכל פון די טראגעדיע איז אז א מענטש איז גארנישט... אונז רעדן זיך איין אז נאר אויב מ׳האט מיליאנען אין באנק און ריעל עסטעיט וועט מען האבן מכל טוב וטוב און לעבן א חיים טובים, אבער למעשה זענען אונז גארנישט מעהר פון cockroaches מיט אביסל מעהר שכל און סמארטפאונס, געלט און פאוער קען אונז נישט ראטעווען פון מאמע נאטור!
דינסטאג מאי 17, 2016 2:43 pm#333408
פאר ר' יצחק קומט אויך אקעגן דעם גרויסן זכות פון 'היכל ראזענבערג' וואס איז כידוע נאר פאר נאן-סטאפ לערנן. אלע אנדערע ענליכע צענטערן ארום די וועלט האבען עם נאכגעמאכט.
דינסטאג מאי 17, 2016 2:44 pm#333410
דער עולם ווארט מיט שפאנונג פאר אן אפיציעלע אנטשולדיגונג מטעם המוסדות אויף יעדן איינציגן קינד וואס איז געווארן אהיימגעשיקט צוליב די עלטערן וואס זענען געגאנגען באזוכן אין א ביטש וכו'.
דינסטאג מאי 17, 2016 2:50 pm#333412
איך אויך האט געשריבן:פאר ר' יצחק קומט אויך אקעגן דעם גרויסן זכות פון 'היכל ראזענבערג' וואס איז כידוע נאר פאר נאן-סטאפ לערנן. אלע אנדערע ענליכע צענטערן ארום די וועלט האבען עם נאכגעמאכט.


איך נעם נישט אוועק זיין זכות פאר מנדב זיין היכל רוזנברג אבער היכל חי-ה (אדער וויאזוי עס הייסט) אין סאטמאר-53, לעיקוואד מנין, אמונת ישראל ועוד ועוד, האבן עקזיסטירט פאר היכל רוזנברג
דינסטאג מאי 17, 2016 2:54 pm#333414
אין די אלע פלעצער דאווענט מען דריי מאל א טאג ,שיעורים ,סעודות און טישן לרוב. לויט וויפיל איך ווייס איז דער ערשטער צו בויען א מקום מפואר מיוחד נאר פאר לערנען 24/7 געווען היכל ראזענבערג.
דינסטאג מאי 17, 2016 2:55 pm#333415
שבת אחים האט געשריבן:לדעתי איז די מוסר השכל פון די טראגעדיע איז אז א מענטש איז גארנישט... אונז רעדן זיך איין אז נאר אויב מ׳האט מיליאנען אין באנק און ריעל עסטעיט וועט מען האבן מכל טוב וטוב און לעבן א חיים טובים, אבער למעשה זענען אונז גארנישט מעהר פון cockroaches מיט אביסל מעהר שכל און סמארטפאונס, געלט און פאוער קען אונז נישט ראטעווען פון מאמע נאטור!

דיין התחלה איז מער פון ריכטיג אבער דיין מסקנה איז ראנגער פון ראנג.

די גרעסטע מוסר השכל פון די מעשה איז אז שוב יום אחד לפני מיתתך, און קיינער קען נישט אנצייגען ווען דער יום אחד איז.

א איד ווי רבי יצחק ע"ה (געווען א גרויסע בעל חסד, און איך זאג עס אלץ טיילווייזע זאלי)מיט אזויפיהל נכסים, וואלט אנדערש געפיהרט זיין לעבן ווען ער ווייסט אז היינט איז זיין גורלדיגע טאג, איך גלייב אז ער האט נאך גערעכענט צו בלייבן לעבן ביז כאטש ערגעץ אין די ניינציגער, און ער זיך מן הסתם אנגעגרייט אויף די רעטייערמענט, מיט צוטיילן זיינע נכסים, כך וכך פאר די קינדער און כך וכך פאר זיינע מוסדות, וכו', און דא האט דער בורא עולם אים אפגעשטעלט אינדערמיט.
דינסטאג מאי 17, 2016 3:04 pm#333416
Englender is back home in our building. Just spoke to him.
No boat involved. They went swimming. Strong wind started blowing. Englender, Wertzberger and Herschkowitz did not go too far and were able to swim out. Parnes and Rosenberg were very far out and got caught in a rip tide.
דינסטאג מאי 17, 2016 3:05 pm#333417
מיין פרעזענליכע מוסר השכל איז:

איך זאל נישט ווארטן אז איך וועל נאך גיין צום ביעטש אין פלארידא ווען איך וועל ריטייערן און זיין אלט. נאר איך זאל אריינכאפן יונגערהייט און אנפייפען די מוסדות, ווייל איך ווייס נישט מה יולד יום.

איך גיי שוין באשטעלן א טיקעט פאר וועקעישאן...
דינסטאג מאי 17, 2016 3:12 pm#333419
מאך זיכער אז דו קומסט אהיים..........
דינסטאג מאי 17, 2016 3:13 pm#333420
גאר א ווייטאגליכע טאג פאר חסידי סאטמאר בפרט און פאר צענדליגע קהילות ומוסדות התורה בכלל, און פאר הונדערטער צו טויזענטער אידן וואס האבן כסדר נהנה געווען פון אזא אדם גדול, א רחים ומוקיר רבנן, ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, מגדולי בעלי צדקות ביהדות החרדית
דינסטאג מאי 17, 2016 3:27 pm#333424
כשזה קם זה נופל, ווען דער ראש הקהל ווערט נפטר, שטייט שעפטל אויף תחיית המתים.
וואו ביסטו א גאנץ יאר? ואס ווארטסטו אויף טראגעדיעס?

שוין, וואס רעד איך יעצט זייטיגע זאכן. אינאיינעם מיט כלל ישראל בין איך שאקירט און צושאסן פון די בשורה רעה ה"י, וואס האט פאסירט פון איין מינוט אויפן צווייטן.
דער באשעפער זאל טרייסטן אלע אידן און די משפחה בפרט, און מהיום והלאה זאל מען שוין נישט דארפן טרייסטן, יעדער זאל געזונטערהייט אויסלעבן זיינע 90 יאר אמן.
דינסטאג מאי 17, 2016 3:31 pm#333425
90 איז צו ווייניג, לאממער זיי געבן בעין יפה, הונדרעט און צוואנציג
ויהי רצון שלא ישמע שוד ושבר בגבולינו ונשמע ונתבשר בשורות טובות
דינסטאג מאי 17, 2016 3:34 pm#333426
שמעקעדיג האט געשריבן:כשזה קם זה נופל, ווען דער ראש הקהל ווערט נפטר, שטייט שעפטל אויף תחיית המתים.
וואו ביסטו א גאנץ יאר? וואס ווארטסטו אויף טראגעדיעס?


בכלל, שעפטלן מיט זיין צוגעמאכטע מויל אויף דער בילד, עס בלייבט פארמאכט אפילו ווען ער זאגט שוין יא עפעס
קוקט אויס א משתתף בצערן של ישראל דער שעפטלן
דינסטאג מאי 17, 2016 3:38 pm#333429
וואס זאל איך אייך זאגן, איך בין באמת צוטרייסעלט, איך האב געקענט דעם באליבטן ראש הקהל ז"ל פון דערנאנט פאר די לעצטע 15 יאר. אסאך גערעדט מיט אים, מיטגעהאלטן אסאך וואס ער טוהט, אן ערענסטע פארלוסט!

ער איז לכולי עלמא מודה געווען א גענעראל, און א שטאלצע שטארקע!
דינסטאג מאי 17, 2016 4:09 pm#333435
אלס ווייסער האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:לויט יענעם ארטיקל איז עס טאקע געשעהן ביי דעם ביעטש. יעצט פרעגט זיך די הארבע שאלה וואס זוכען 5 חשובע סאטמארע אידן ביי א נוד ביעטש? פעלט דען אנדערע מער אויסגעהאלטענע ביעטשעס אין מיאמי?


איז יעצט דען די סיזען?
אפשר איז דאס פון די אויסגעהאלטנסטע אין די מיאמי געגנט? אפשר זענען זיי געגאנגען איז א צייט וואס איז שטיל?

פאר מען ברעכט ארויס אזא תגובה מיט הארבע באשולדיגונגען קעגן א גרופע עלטערע יודן תלמידי חכמים און פילאנטראפן אפשר מאכט מען אביסעלע ריסוירטש ?


א מין מוציא דיבהניק. סאיז ממש פונקט פארקערט

האלאווער ביטש האט א קליינע חלק וואס איז א נוד ביעטש און מברויך דאכט זיך זיין דארט א מעמבער.

זיי האבן א רעגולער גאר גרויסע ביעטש אפען פאר די פאבליק. וואס איז די זויבערסטע ביעטש און די מיאמי געגנט פאר ווער סווייסט.
דינסטאג מאי 17, 2016 4:14 pm#333436
די מעלה מיט די ביעטש איז אז עס איז נישט דא קיין האטלן דארט במילא אז מען זיכט זיך אויף א שטילע ווינקל קען מען גיין שווימען
דינסטאג מאי 17, 2016 4:22 pm#333437
בעריש האט געשריבן:
אלס ווייסער האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:לויט יענעם ארטיקל איז עס טאקע געשעהן ביי דעם ביעטש. יעצט פרעגט זיך די הארבע שאלה וואס זוכען 5 חשובע סאטמארע אידן ביי א נוד ביעטש? פעלט דען אנדערע מער אויסגעהאלטענע ביעטשעס אין מיאמי?


איז יעצט דען די סיזען?
אפשר איז דאס פון די אויסגעהאלטנסטע אין די מיאמי געגנט? אפשר זענען זיי געגאנגען איז א צייט וואס איז שטיל?

פאר מען ברעכט ארויס אזא תגובה מיט הארבע באשולדיגונגען קעגן א גרופע עלטערע יודן תלמידי חכמים און פילאנטראפן אפשר מאכט מען אביסעלע ריסוירטש ?


א מין מוציא דיבהניק. סאיז ממש פונקט פארקערט

האלאווער ביטש האט א קליינע חלק וואס איז א נוד ביעטש און מברויך דאכט זיך זיין דארט א מעמבער.

זיי האבן א רעגולער גאר גרויסע ביעטש אפען פאר די פאבליק. וואס איז די זויבערסטע ביעטש און די מיאמי געגנט פאר ווער סווייסט.

די אלע תירוצים איז נאר גיט ווען די האסט געלט, אויב האסטו נישט קיין געלט וועט מען דיך ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות אויב גייסטו צו א ביטש אין פלארידא און סאיז גאנץ א קליינע נפקא מינא צי סאיז א פריוואטע ביטש צי א נוד ביטש,
it all depends how much money and power you have in the community
דינסטאג מאי 17, 2016 4:25 pm#333438
די ביעטש איז געאייגנט פאר חרדים ווייל דארט איז נישט דא קיין לייף גארד, דעריבער גייען קיין גויים נישט דארט בדרך כלל, איך בין דארט ביי די פלאץ געשווימען פילע מאל, געטראפן דארט גרויסע רבנים שוין און מיר האבן געפלאטשקעט בענעזאם.

איך בעיט איצט ביים בורא עולם אז מען זאל פארגעסן שנעל די מעשה, כדי איך זאל נאך זוכה זיין דארט צי קענען שווימען מיט מנוחה.

יא אמת דערנעיבן איז דא א נוד ביעטש וואס קיין נארמאלער מאנטש גייט נישט אהין, עס דערמאנט מיך א מעשה ווי איינמאל האב איך אריין געבלאנדזשעט און די ראנג עקזיט, דארט ווי מען פארקט צי גיין צים נוד ביעטש, דער פערזאן וואס נעמט געלט צי פארקן קוקט מיך אן און פרעיגט מיר האלא וואס זיכסטו דא, איך זאג אים סייסט איך קום דאך דא כסדר, אה אה פיץ אפ ווי שנעלער זאגט ער מיר דא איז פארהאן א נוד ביעטש, איך האב אוועקגעשמיסן פון דארט.