הויפט זייט » קאווע שטיבל • יא, מרדכי בן דוד איז א ראסיסט! אזוי שווער צו פארשטיין?
קאווע שטיבל • יא, מרדכי בן דוד איז א ראסיסט! אזוי שווער צו פארשטיין?
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
134 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11202
מיטוואך יאנואר 04, 2017 1:42 pm#358860
שבת אחים האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:אידן האבן זיך געהאלטן העכער און סופעריאר פון א יעדעם איינעם און דעס איז איינע פון די סיבות פארוואס מ׳האט זיי אויסגעהארגט אין די מיליאנען, ווילסט הערן ריעלעטי׳ס?
!!!!!!WOOOOWWWW
דינגסט זיך מיט דעם?
אוודאי. ווען א גוי זאל מיר עס זאגן זאל איך עם געבן גערעכט?
מיטוואך יאנואר 04, 2017 1:44 pm#358861
פרייוויליג האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:ס'איז גראדע אמת אז 99% מענטשן זענען ראסיסטן (אידן און גוים צוגלייך), יעדער אויף זיין שטייגער, אבער ס'איז אנדערש ווען מען רעדט ביחידות ווי ברבים. מב"ד האט זיך מיאוס פאררעדטדי לעבל ראסיסט איז אויך היבש ארויס פון פראפארציע. אויב רעדט מען אין די קאנטעקסט פון 'ראסיסזם' קען מען אנרופען רוב וועלט ראסיסטן. אבער אין די טערמינען בעפאר די צורידערטע LGBT מאוומענט פלעגט דאס ווערן אנגערופן Superior.
א שווארצער האט די זעלבע רעכטן און ווירדן ווי א ווייסער, און פארמאגט די זעלבע קאליר בלוט ווי אנדערע ראסעס. אבער די מציאות אז רוב וועלט קוקט אראפ אויף מינארעטעטן, גייט בלייבן אויף אייביג! ווער זאגט אז דאס האט צוטון מיט ראסיזם, אפשר האט דאס צוטון מיט די [געמיינע] נאטורן פון מענטשן וואס האלטן זיך Superior פון אנדערע. פונקט ווי חיות פארציקן זיך איינער דעם צווייטן, האלטן מענטשן אז אויב דו ביסט שווארץ בין איך Superior פון דיך, אויב דו ביסט א איד בין איך Superior פון דיך.
דאס איז א ביל"ד אי"ן טשיפ אין מענטשן פונקט ווי א האנט.
די קראנקע לינקע משוגע'נע מאוומענט האט ארויסגעשטויסן ראסיזם פון אלע פראפארציעס. אויב איינער קרימט מיט די נאז איז א ראסיסט. מב"ד האט מעגליך געטון א פעלער, אבער לדעתי איז ער נאכנישט קיין ראסיסט. אויב איז ער א ראסיסט איז רוב וועלט ראסיסטן.
ביי וועלכע פונקט קען א מענטש באקומען די לעבל ראסיסט? אפילו ער האלט דאס נאר אין הארץ? אדער נאר ווען ער זאגט עס ארויס מיטן מויל? רוב מענטשן וואס קאמפיינען פאר מענאריטיס זענען וויסטע ראסיסטן [אויב ראסיסט מיינט אין הארץ].
וויבאלד רוב וועלט איז נארמאל, האט מען א נאמען געגעבן פאר משוגעים, משוגעים. אבער אויב רוב וועלט וואלט געווען משוגע, וואלט דאס געווען נארמאל. אויב רוב וועלט קוקט אראפ אויף מינאריטיס פארוואס איז רוב וועלט פארכאפט אין ראסיזם? די ראסיסטן האבן פשוט אפגעמאכט אז זיי זענען ראסיסטן. ווער געדענקט נאך ווען ביל קלינטאן האט אפגעשפעט פון אבאמא אלס א שווארצער. אפשר איז ביל אויך א ראסיסט.
דו גיבסט די דעסקריפציע פון white supremacy און תוך כדי דיבור זאגסטו אז דאס איז נישט ראסיזים. אויב ראסע סופרעמעסי איז נישט ראסיזים דאן וואס איז? אפשר איז היטלר נישט ממש אן אנטיסעמיט, ער גלייבט פשוט אין סופרעמעסי פון די ארייען ראסע?
אויב רוב וועלט זענען ראסיסטן בארעכטיגט עס נישט די עוולה מיט קיין האר, פונקט אזוי ווי ווען רוב וועלט וואלטן געווען אנטיסעמיטן וואלט עס נישט פארמינערט די עוולה. און זיכער איז דעת הקהל נישט קיין באווייז אז די מיינונג פון זעלבסט העכערקייט איז א פאקט.
אבער אפי' לשטתך אז דעת הקהל צייגט אויף עפעס איז דער אמת אז רוב וועלט באלאנגט "נישט" צו די "סופעריאר" ווייסע, איירופע'ער, פראטאסטאנטער. געמאסטן לויט די גלאבאלע פאפולאציע (רוב וועלט בלשונך) זענען WASPS די מינאריטעט. פארשטייט זיך אז ס'איז לעכערליך צו זאגן אז רוב וועלט האלט ווייסע איירופע'ער פראטאסטאנטער העכער פון זיך. ניו יארק סיטי האט א מינאריטעט פון ווייסע און בקרוב גייט דאס זיין די מציאות אין גאנצען לאנד. ווער ס'איז בלויז באקוועם מיט די ריינע ראסע וועט ברויכן פליכטן צו שטעט ווי א חסיד קען נישט סורווייוון א וואך צוליב וואס די רוב דארט האלט זיך גאר העכער און סופעריאר.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 1:45 pm#358862
לעיקוואד האט געשריבן:כ'פארשטיי אבער נישט דיין קשיא.
אז ביי דיר זענען 'אלע' ווייסע גוים נאציס.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 1:46 pm#358863
בן אדם האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:כ'פארשטיי אבער נישט דיין קשיא.
אז ביי דיר זענען 'אלע' ווייסע גוים נאציס.
פשוט אז נישט.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:03 pm#358867
שבת אחים האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:לייקענסט אז רוב חסידישע אידן ווערן אויפגעוואקסן מיט א סיסטעמאטישע שנאה צו א יעדעם וואס איז נישט ווי זיי? וואס איז די ערשטע זאך ווען א עקסידענט געשעט אין וויליאמסבורג, א איד? א גוי? נא אז ס'איז א גוי זאל ער זיך איבערדרייען
זאג מיר שבת'ל, אויב דו הערסט א בשורה אז ביי די אדרעס פון דיין טאטנ'ס הויז האט פאסירט א עקסידענט מ'האט אראפגעקלאפט א מענטש, וועסטו נישט גלייך פרעגן "ווער איז דער קרבן"? ווילסטו נישט וויסן צי ס'איז ח"ו א אייגענע משפחה מיטגלידער? אויב יא, ביסטו א ראסיסט?
און אויב כ'מעג א טשעפע טאן, ווען טראמפ זאל געשאסן ווערן וואלט עס דיר די זעלבע וויי געטון ווי בערני סענדערס?
ביסט נעריש? ביז אפאר יאר צוריק איז געוועהן א קאוד אין הצלה ווען א עקסידענט איז געשעהן האבן זיי זיך אפגעטראגן פון דארט אויב סאיז נישט געוועהן מאחבנ"י, די שומרים האבן אנגעהאקט יעדע פארדעכטיגע גוי, כהאב אליינס געזעהן אלץ קינד אין ווימסב״ג ווי זיי האבן געלעכערט א גויס קאפ א שווארצע טינעידזשער ווייל ער האט געוואלט גנב׳נן א קעסיא זייגער פון א אידיש קינד, ווען נישט די פאליציי וואלטן נאך שומרים היינט געהאקט שטיקער פון זיי, ווייל אונז זענען אומוויסענד און אונז וואקסן אויף די קינדער מיט סיסטעמאטישע ראסיזים צו א יעדעם וואס איז נישט פונקט ווי אונז.
אר יו פאר ריעל? דו מישט צאם פערפל מיט צימעס.. ווי קומט דא אריין שומרים, כ'האב קלאר מסביר געווען אז ראסיזם צוליב מעשים לאו שמיה ראסיזם, מען האט זיי עפעס געשלאגן צוליב וואס זיי זענען גויים? אדער ווייל זיי האבן אויסגעפלינדערט וויליאמסבורג אן קיין שום גילטי פילינגס און די פאליציי האט עס נישט אינטרעסירט, האט מען גענומען דאס געזעץ אין די האנט.... זאגסטו מען האט אנגעהאקט יעדע פארדעכטיגטע גוי? ממש אזוי? טויזענטער גויים? און דו פרעגסט צי "איך" בין נאריש?...
עניוועי, כ'האב דיר געפרעגט 2 שאלות, ביטע ענטפער מיר דערויף. נאכדעם עמיר גיין ווייטער.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:09 pm#358872
יואליש האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:ס'איז גראדע אמת אז 99% מענטשן זענען ראסיסטן (אידן און גוים צוגלייך), יעדער אויף זיין שטייגער, אבער ס'איז אנדערש ווען מען רעדט ביחידות ווי ברבים. מב"ד האט זיך מיאוס פאררעדטדי לעבל ראסיסט איז אויך היבש ארויס פון פראפארציע. אויב רעדט מען אין די קאנטעקסט פון 'ראסיסזם' קען מען אנרופען רוב וועלט ראסיסטן. אבער אין די טערמינען בעפאר די צורידערטע LGBT מאוומענט פלעגט דאס ווערן אנגערופן Superior.
א שווארצער האט די זעלבע רעכטן און ווירדן ווי א ווייסער, און פארמאגט די זעלבע קאליר בלוט ווי אנדערע ראסעס. אבער די מציאות אז רוב וועלט קוקט אראפ אויף מינארעטעטן, גייט בלייבן אויף אייביג! ווער זאגט אז דאס האט צוטון מיט ראסיזם, אפשר האט דאס צוטון מיט די [געמיינע] נאטורן פון מענטשן וואס האלטן זיך Superior פון אנדערע. פונקט ווי חיות פארציקן זיך איינער דעם צווייטן, האלטן מענטשן אז אויב דו ביסט שווארץ בין איך Superior פון דיך, אויב דו ביסט א איד בין איך Superior פון דיך.
דאס איז א ביל"ד אי"ן טשיפ אין מענטשן פונקט ווי א האנט.
די קראנקע לינקע משוגע'נע מאוומענט האט ארויסגעשטויסן ראסיזם פון אלע פראפארציעס. אויב איינער קרימט מיט די נאז איז א ראסיסט. מב"ד האט מעגליך געטון א פעלער, אבער לדעתי איז ער נאכנישט קיין ראסיסט. אויב איז ער א ראסיסט איז רוב וועלט ראסיסטן.
ביי וועלכע פונקט קען א מענטש באקומען די לעבל ראסיסט? אפילו ער האלט דאס נאר אין הארץ? אדער נאר ווען ער זאגט עס ארויס מיטן מויל? רוב מענטשן וואס קאמפיינען פאר מענאריטיס זענען וויסטע ראסיסטן [אויב ראסיסט מיינט אין הארץ].
וויבאלד רוב וועלט איז נארמאל, האט מען א נאמען געגעבן פאר משוגעים, משוגעים. אבער אויב רוב וועלט וואלט געווען משוגע, וואלט דאס געווען נארמאל. אויב רוב וועלט קוקט אראפ אויף מינאריטיס פארוואס איז רוב וועלט פארכאפט אין ראסיזם? די ראסיסטן האבן פשוט אפגעמאכט אז זיי זענען ראסיסטן. ווער געדענקט נאך ווען ביל קלינטאן האט אפגעשפעט פון אבאמא אלס א שווארצער. אפשר איז ביל אויך א ראסיסט.
דו גיבסט די דעסקריפציע פון white supremacy און תוך כדי דיבור זאגסטו אז דאס איז נישט ראסיזים. אויב ראסע סופרעמעסי איז נישט ראסיזים דאן וואס איז? אפשר איז היטלר נישט ממש אן אנטיסעמיט, ער גלייבט פשוט אין סופרעמעסי פון די ארייען ראסע?
אויב רוב וועלט זענען ראסיסטן בארעכטיגט עס נישט די עוולה מיט קיין האר, פונקט אזוי ווי ווען רוב וועלט וואלטן געווען אנטיסעמיטן וואלט עס נישט פארמינערט די עוולה. און זיכער איז דעת הקהל נישט קיין באווייז אז די מיינונג פון זעלבסט העכערקייט איז א פאקט.
אבער אפי' לשטתך אז דעת הקהל צייגט אויף עפעס איז דער אמת אז רוב וועלט באלאנגט "נישט" צו די "סופעריאר" ווייסע, איירופע'ער, פראטאסטאנטער. געמאסטן לויט די גלאבאלע פאפולאציע (רוב וועלט בלשונך) זענען WASPS די מינאריטעט. פארשטייט זיך אז ס'איז לעכערליך צו זאגן אז רוב וועלט האלט ווייסע איירופע'ער פראטאסטאנטער העכער פון זיך. ניו יארק סיטי האט א מינאריטעט פון ווייסע און בקרוב גייט דאס זיין די מציאות אין גאנצען לאנד. ווער ס'איז בלויז באקוועם מיט די ריינע ראסע וועט ברויכן פליכטן צו שטעט ווי א חסיד קען נישט סורווייוון א וואך צוליב וואס די רוב דארט האלט זיך גאר העכער און סופעריאר.
לאמיר זיך אביסל קלאר מאכן:
Supremacy איז נישט קיין ראסיזים, דאס איז א שורש פורה ראש ולענה וואס איז איינגעפלאנצן אין א ריזן חלק פון די בריאה. Supremacy קען האבן צענדליגע באדייטן, א גרויסער וועט זיך האלטן Superior פון א קליינער, און א סעלעבערטי וועט זיך האלטן 'העכער' א בלויזער מענטש.
Supremacy קען זיך אריבער כאפן אין ערגערע שטאפלן, ווי סופרעמיסיסטן קענען זיך איזדעוויקען אויף אנדערע מענטשן. ווייל לויט זיי זענען זיי חשוב'ער פון אנדערע טיילן פון די מענטשהייט. Supremacy איז אן אומפארשעמטער נאטור פון די מענטשהייט, עס איז אריינגעבויעט אין מענטשן זה בכה וזה בכה. נו דער מענטש האט אסאך שלעכטע נאטורן וואס ער דארף ארבעטן אויף.
אנטיסימטיזם איז נישט קיין pre-existing אדער אריינגעבויטער נאטור, דאס קען ווערן געדאקטערט אדער אינמפלענטעט דורך מוח-וואשעריי - היטלער האט געוואשן מיליאנען דייטשן. אין סאוט דעקארע איז נישטא קיין אנטיסימטיזם ווייל זיי ווייסן נישט וואס א איד איז.
מעגליך אז ראסיזים שטאמט פון Supremacy, אבער Supremacy איז עפעס וואס יעדער מענטש האט, עס מוז נישט זיין אז אויב איינער האט נישט ליב זיין שווארצער שכן, אז ער איז א ראסיסט. אויב ראסיזים און Supremacy גייען האנט ביי האנט דאן איז יעדער מענטש א ראסיסט.
די ווארט 'ראסיסט' איז שטארק אביוזט געווארן.
לדוגמה: דו האלסט זיך Superior פון דיין קאלעגע אינגערמאן וואס איז נעבעך געבליבן פארשימעלט אין די קולטורישע וועלט פון חסידים, נישט קיין חילוק וויאזוי דו וועסט וועלן דרייען די subject וועט עס אלץ צוריק קומען אז דו האלסט זיך Superior פון זיי.

מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:26 pm#358877
Re: יא, מרדכי בן דוד איז א ראסיסט! אזוי שווער צו פארשטיין?
אויב האס איך (נאר די) שווארצע וואס נעמען זיך אן פאר ווייאלענט שווארצע בלויז ווייל זיי שעירן דעם זעלבן הויט פארב, בין איך א ראסיסט?
וואס טוט זיך מיט א שחור וואס האסט שחורים וויבאלד זיי זענען אין אלגעמיין מער ווייאלענט, איז ער א ראסיסט?
איך פרעג סתם ווייל איך וויל וויסן די הלכות ראסיזם.
וואס טוט זיך מיט א שחור וואס האסט שחורים וויבאלד זיי זענען אין אלגעמיין מער ווייאלענט, איז ער א ראסיסט?
איך פרעג סתם ווייל איך וויל וויסן די הלכות ראסיזם.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:31 pm#358878
אין אנדערע נייעס:
JERUSALEM: JUST IN: PM Netanyahu says he supports pardoning the IDF soldier who was convicted today for killing a Palestinian terrorist.
JERUSALEM: JUST IN: PM Netanyahu says he supports pardoning the IDF soldier who was convicted today for killing a Palestinian terrorist.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:56 pm#358882
פרייוויליג האט געשריבן:וויבאלד רוב וועלט איז נארמאל, האט מען א נאמען געגעבן פאר משוגעים, משוגעים. אבער אויב רוב וועלט וואלט געווען משוגע, וואלט דאס געווען נארמאל.
כ'האב נישט קיין צייט איצטיגע טעג, אבער ס'וואלט געפאדערט א באזונדערע אשכול. איך בין ערנסט חושש אז דיין "אבער אויב" איז למעשה די טרוקענע מציאות.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 3:03 pm#358883
Re: יא, מרדכי בן דוד איז א ראסיסט! אזוי שווער צו פארשטיין?
א שכוח ר' שמעקעדיג פארן אזױ קלאר ארויסזאגן דאס וואס איך האב געוואלט שרייבן. ס'מיר שווער געווען עס אראפצולייגן אין שריפט.
אראפקלאפן איינעם דורכן דרוקן אויף א שוואכן פונקט, דארט וואו דער באָבאָ איז רוי, איז אוודאי אומאיידל. אבער מען ווערט נישט קיין ראסיסט דערפאר.
@לעיקוואד, מבד האט זייער ליב שווארצע, אפילו מער ווי ווייסע. אבער פאקט בלייבט אז ס'איז א derogatory term און א sore spot אפילו פאר א שווארצן. לו יהי אז ראסיזם איז שולדיג דערין. און אפילו איינער וואס האט זיי ליב קען עס נוצן ווען ער איז אין כעס און וויל וויי טון.
איך האב שוין געהערט א שווארצער שרייען אויף זיין חבר, 'ניגער'. און אפילו א איד שימפן: 'דו פארשאלטענע איד'.

מיטוואך יאנואר 04, 2017 3:26 pm#358885
איך בין מסכים ביסוד הדבר מיט לעיקוואד אז די שווארצע האבן מעלות אין געוויסע ערכים איבער ווייסע, למשל איך אלץ היימישע (היימיש=די גרעסטע ראסיסטישסטע ווארט וואס איז נאר אמאל באשאפן געווארן...) ארטאדאקסישע איד בין זייער מחשיב ברידערליכקייט און איבערגעגיבנקייט אין חיי משפחה, און יא, דאס זעה איך ביי מיינע שווארצע שכנים (און אויך ביי ספאנישע און מעקסיקאנע וכו', אינטערעסאנט ווי די תכונות קלעבן עפעס צו מינאריטיטעטן) שטערקער ווי ביי מיינע ווייסע שכנים (יוצאים מן הכלל זענען די ווייסע קאנסערוואטיוון). אבער לאידך גיסא זעה איך אויך ביי זיי מער ווילדקייט אגרעסיוונעס און מער ווייעלענס און פארברעכן, עפעס וואס איך אלץ ארנטליכע איד האס, און אויב כאפט איר מיך ביי א ראסיסטישע באמערקונג נעמט זיך דאס בלויז פון דעם, מיט דעם בין איך מחולק מיט לעיקוואד, איך האב דאס נישט אויפגעפיקט ביי מיינע ווייסע שכנים. נאך א באמערקונג, רוב ארטאדאקסישע אידן אין חו"ל און רוב אלגעמיינע אידן און ארץ ישראל זעהען נישט קיין גרויסע מציאה אין די ליבעראלע ווירדן וואס די מערב וועלט שטעלט פאר, אנדערש ווי אלע אנדערע מינאריטעטן וועלכע כאפן זיך שטארק אן אין דעם ליבעראלן דף של ספינה וואס נעמט זיך אן פאר זיי, אבער דאס נעמט זיך אויך ביי אונז צוליב אונזער עטיק (און ביי די ישראלים מחמת האידילאגיע ומחמת השפיכות דמים בראש כל חוצות), נישט ווייל מיר האבן עפעס קונה געווען דעם מושג פון פארשקלאפן.
אבער בנוגע מרדכי בן דוד זעה איך בכלל נישט פארוואס מ'דארף אנקומען צו דעם הסבר, וכדברי שמעקעדיג. ס'איז אזויווי איך הער א חבר זיך רעגן אויף א רב און ער שרייט "דער שיינער איד מיטן ברייטן בויך און לאנגע בארד" וכו' כאטשיג ער אליין פארמאגט די גאנצע דעסקריפציע און ער האט ווארשיינליך גארנישט דערקעגען.
רוב אשכול זעהט דא אויס ווי עפעס א לופטיגע טענה'ריי אויף פאליטיקליקארעקטנעסנאנסענס.

מיטוואך יאנואר 04, 2017 3:35 pm#358886
ATUB @פרייוויליג ATUB , פארוואס איז א גרופע'ס דמיון פון סופרעמיסי איבער אן אנדערע גרופע צוליב ראסע מער innate פון סופרעמיסי דורך רעליגיע, אפשטאם, עטניש און נאציאנאלע פארבינדונגן? סופרעמיסי איז דער שם הכולל פון הייבן ס'אייגענע גרופע איבער די אנדערע, און די אייגענשאפט וואס פארעמט און פארבינדעד די מיטגלידער אין די "superior" גרופע קען אנגעגעבן ווערן אלס ראסע, קאליר, יחוס, געבורט ארט וכו'. ס'איז אלעס די זעלבע וועג פון טראכטן וואס שיינט ארויס אין אנדערע קאלירן און באקומט ספעציפישע לעבלס פאר איטליכע קאליר.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 3:50 pm#358890
ריכטיג האט געשריבן: מיט דעם בין איך מחולק מיט לעיקוואד, איך האב דאס נישט אויפגעפיקט ביי מיינע ווייסע שכנים. נאך א באמערקונג, רוב ארטאדאקסישע אידן אין חו"ל און רוב אלגעמיינע אידן און ארץ ישראל זעהען נישט קיין גרויסע מציאה אין די ליבעראלע ווירדן וואס די מערב וועלט שטעלט פאר, אנדערש ווי אלע אנדערע מינאריטעטן וועלכע כאפן זיך שטארק אן אין דעם ליבעראלן דף של ספינה וואס נעמט זיך אן פאר זיי, אבער דאס נעמט זיך אויך ביי אונז צוליב אונזער עטיק (און ביי די ישראלים מחמת האידילאגיע ומחמת השפיכות דמים בראש כל חוצות), נישט ווייל מיר האבן עפעס קונה געווען דעם מושג פון פארשקלאפן.
וואס האט די ליבערלע ווירד דא צוטוהן? פארוואס זאל א חסידישע איד אנקוקען א שווארצער גוי אלץ ערגער פון א ווייסער גוי? חוץ פון דאס וואס ער האט זיך געלערנט פון דער ווייסער גוי אראפצוקוקען אויף די שווארצע. חוץ פון דעם ווייס איך נישט וואס א שווארצער האט אמאל אפגעטוהן פאר א איד ער זאל אזוי טראכטען אויף עם, קל וחומר ער זאל נישט טראכטען ער איז ערגער פון א ווייסע גוי וואס האט יא געטוהן אסאך אז דער איד זאל עם האסן.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 4:01 pm#358892
סייענטיפיש גערעדט זענען די שווארצע מער נוטה צו מאנקי'ס ווי די ווייסע.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 4:04 pm#358894
???
און אלע חסידישע אידען זענען שטרענגע אנהענגער פון סייענס כידוע.
און אלע חסידישע אידען זענען שטרענגע אנהענגער פון סייענס כידוע.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 4:18 pm#358897
שמעקעדיג האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:לייקענסט אז רוב חסידישע אידן ווערן אויפגעוואקסן מיט א סיסטעמאטישע שנאה צו א יעדעם וואס איז נישט ווי זיי? וואס איז די ערשטע זאך ווען א עקסידענט געשעט אין וויליאמסבורג, א איד? א גוי? נא אז ס'איז א גוי זאל ער זיך איבערדרייען
זאג מיר שבת'ל, אויב דו הערסט א בשורה אז ביי די אדרעס פון דיין טאטנ'ס הויז האט פאסירט א עקסידענט מ'האט אראפגעקלאפט א מענטש, וועסטו נישט גלייך פרעגן "ווער איז דער קרבן"? ווילסטו נישט וויסן צי ס'איז ח"ו א אייגענע משפחה מיטגלידער? אויב יא, ביסטו א ראסיסט?
און אויב כ'מעג א טשעפע טאן, ווען טראמפ זאל געשאסן ווערן וואלט עס דיר די זעלבע וויי געטון ווי בערני סענדערס?
ביסט נעריש? ביז אפאר יאר צוריק איז געוועהן א קאוד אין הצלה ווען א עקסידענט איז געשעהן האבן זיי זיך אפגעטראגן פון דארט אויב סאיז נישט געוועהן מאחבנ"י, די שומרים האבן אנגעהאקט יעדע פארדעכטיגע גוי, כהאב אליינס געזעהן אלץ קינד אין ווימסב״ג ווי זיי האבן געלעכערט א גויס קאפ א שווארצע טינעידזשער ווייל ער האט געוואלט גנב׳נן א קעסיא זייגער פון א אידיש קינד, ווען נישט די פאליציי וואלטן נאך שומרים היינט געהאקט שטיקער פון זיי, ווייל אונז זענען אומוויסענד און אונז וואקסן אויף די קינדער מיט סיסטעמאטישע ראסיזים צו א יעדעם וואס איז נישט פונקט ווי אונז.
אר יו פאר ריעל? דו מישט צאם פערפל מיט צימעס.. ווי קומט דא אריין שומרים, כ'האב קלאר מסביר געווען אז ראסיזם צוליב מעשים לאו שמיה ראסיזם, מען האט זיי עפעס געשלאגן צוליב וואס זיי זענען גויים? אדער ווייל זיי האבן אויסגעפלינדערט וויליאמסבורג אן קיין שום גילטי פילינגס און די פאליציי האט עס נישט אינטרעסירט, האט מען גענומען דאס געזעץ אין די האנט.... זאגסטו מען האט אנגעהאקט יעדע פארדעכטיגטע גוי? ממש אזוי? טויזענטער גויים? און דו פרעגסט צי "איך" בין נאריש?...
עניוועי, כ'האב דיר געפרעגט 2 שאלות, ביטע ענטפער מיר דערויף. נאכדעם עמיר גיין ווייטער.
You missed my point
אז א גוי האט גע׳גנבט מעג מען אים שוין שפאלטן די קאפ? ניין אבסולאטלי נישט, דאס איז געקומען פון אונזער איגנארענט חינוך אז א גוי איז גארנישט, די זעלבע איז הצלה ווען איינער האט געהאט א שווערע עקסידענט ביז אפאר יאהר צוריק האט מען אים געלאזט אויסבלוטיגן אויפן גאס אויב איז ער נישט געוועהן משלנו, דעס קומט פון האלטן אז א גוי איז נישט קיין מענטש און האט נישט קיין נשמה, דעס האט מען אונז אריינגעפרעיגלט און אריינגעפראוגרעמט אין אונזער מוח זייט מיר זענען געבוירן. הצלה דארף אפשר נישט קיין צו קיין גוישע קאולס לכתחילה אבער אויב רופט מען אדער זיי זענען שוין יא אנגעקומען טארן זיי נישט אוועקגעלאפן און לאזן א מענטש שטארבן.
נישט נאר ווען איך זעה טראמפ צי דיק טשעני ליגן אויף דער ערד וואלט איך גערופן הילף און געטוהן אלעס וואס איך קען, נאר אפילו פאר א הונט אויף די גאס וואלט איך אויך געטוהן די זעלבע, קען זיין איך בין א אנדערע נאטור ווי ענק , אבער דעס בין איך.
סאיז צייט אויפצוהערן איינצובאקן שנאה און האס אין אונדזער חינוך סיסטעם צו א יעדעם וואס איז אנדערש פון אונז, ענדערש זאגן פאר די קינדער אז גוים זענען אויך א חלק פונעם באשעפערס בריאה, זיי זענען נאר אנדערש ווי אונז, און זיי האבן אויך א תפקיד אויף דער וועלט און מ׳טאר זיך נישט אויפפירן צו זיי אנדערש ווי מ׳פירט זיך אויף צו א איד, זיי זענען נשיט הפקר!,״ א כפרה אויף אלע גוים״ האט מען שוועסטער געזאגט פאריגע וואך ביי די חנוכה פארטי, איך זאג גארנישט און בייס מיך די ליפן, וואס א מין גערעדאכץ איז דאס? ווער רעדט אזוי? נאר ראסיסיטן, שטעל דיך פאר ביי די ביי א איטאליענער קראצמעך פארטי רופט זיך איינער אן ׳א כפרה אויף אלע אידן׳!
מיטוואך יאנואר 04, 2017 4:20 pm#358898
קודם כל ווייס איך ניטאמאל וואס פאר א ראסע דאס איז "שווארצע". אפריקאנע שווארצע אדער אסטראליענע שווארצע אדער סרי לאנקא שווארצע? אויב איז עס אפריקאנער, רעדט מען פון אלט געזעסענע אדער אימגראנטן, און אימגראנטן פון די קאריביענס, אדער גראד פון אפריקע ארויס? און בכלל פון וועלעכע אפריקאנער פאלק שטאמען זיי? פון די זולוס אין דרום אפריקע? פון קאנגא? פון ניגעריע? פון סענעגאל? פון עטאפיע?
און זענען געמישטע אויך בגדר שווארצע? און ווי טינקל דארף מען זיין אריין צוגיין בגדר שווארצע? אדער איז דער נאז ברייט דער מחליט?
ביי ווייסע איז דא רוסן, טערקן, איטאליענער, איירישע, אנגלאוס, אשכנזים, וכו'
און זענען געמישטע אויך בגדר שווארצע? און ווי טינקל דארף מען זיין אריין צוגיין בגדר שווארצע? אדער איז דער נאז ברייט דער מחליט?
ביי ווייסע איז דא רוסן, טערקן, איטאליענער, איירישע, אנגלאוס, אשכנזים, וכו'
מיטוואך יאנואר 04, 2017 4:42 pm#358899
איך מיין אבער אז די אפשיי פון שווארצע ביי אידן איז צוליב וואס מען האט געליטן פון זיי, אזויווי קראונהייטץ. שווארצע אין די גרויסע שטעט האבן זיך ערהארבן א שלעכטער נאמען, ווארשיינליך צוליב זייער ארימקייט. אין אייראפא זענען ציגיינער די אראפגעקוקטע, און בימי הראשונים איז עס געווען דער סלאווישער גוי וועמען מען האט גערופן כנענים, און אין אמעריקא איז עס שווארצע אדער פארטיריקאנער. א שווארצער איז פשוט מער ניכר, און אז זיי האבן איבערגענומען די ראלע פון זיין כנענים און חמיים זאגט זיך עס מיט מער באקציינער.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 5:07 pm#358901
לעיקוואד, די ליבעראלע תנועה איז די לוחם אנטקעגן ראסיזם, די גרופעס וואס אידענטיפיצירן זיך דערמיט איז דאס ווייל זיי זענען די געליטענע דערפון, האב איך אנגעצייכנט אן אינטערעסאנטע נקודה אז ביי די אידן איז דאס א סך ווייניגער און די סיבה איז אונזער אייגענע מאראלישע השקפה, נישט ווייל מיר האבן זיך געלערנט פון אונזערע ווייסע שכנים. דו באטראכסט די נושא פון א נקמה קוק-ווינקל און איך באטראכט דאס אלץ א תוצאה פון אונזער עטישע מאראלישע בליק, והיינו טעמא פון אונזער בליק אויף שווארצע, וואס דו האסט - מחמת דיין צ"ע פון נישט געפונען קיין נקמה מאטיוון - דאס אפגעלערנט אלץ א זאך וואס מיר האבן גענומען פון די ווייסע. אבער איך זעה דאס אלץ א תוצאה פון מעשים וואס זענען נפוץ ביי זיי וואס מיר באאומווערדיגן. איך וואלט פונקט אזוי אראפגעקוקט א ווייסער וואס שטעלט זיין ביזנעס און שוואוילטאג העכער געטריישאפט צו זיינע משפחה און שכנים.
ווען דו לייענסט וויאזוי ר' אביגדור מילער שרייבט אויף די שווארצע וואלסטו בדוחק אריינגעקוועטשט אין זיינע ווערטער אז ער האט דאס מקבל געווען פון די ווייסע סאפרעמעסיסטן. איך האב אבער נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן אז זיינע ווערטער זענען כפשוטו, ער האט געהאט אן עטישע פראבלעם מיט געוויסע זאכן וואס זענען נפוץ ביי זיי. והכי מסתברא, ווייל ער האט געהאסט יעדע מאראלישע פראבלעם וואס ער האט געזעהן ביי אנדערע, לאו דוקא שווארצע.

מיטוואך יאנואר 04, 2017 5:21 pm#358903
בן אדם האט געשריבן:סייענטיפיש גערעדט זענען די שווארצע מער נוטה צו מאנקי'ס ווי די ווייסע.
און מען זעהט טאקע אינעם גערילע אשכול ענליכע מהלכי המחשבה ווי דא... (נאר א ווערטל, איך האלט נישט אז די סייענס מאכט דא בהכרח אויס)
מיטוואך יאנואר 04, 2017 5:25 pm#358904
בן אדם האט געשריבן:סייענטיפיש גערעדט זענען די שווארצע מער נוטה צו מאנקי'ס ווי די ווייסע.
אזוי? ביטע ברענג א פארלעסליכע סייענטעיפשע מקור, אדער מעק אויס דיין איגנאראנט ראסיסטישע תגובה. לויט סייענס ווען הומאנס האבן זיך דעוועלאפט זענען אין די ווארימע פלעצער זענען זיי געוועהן מעהר טונקל הויטיג און אין די קאלטע פלעצער זענען געווארן מעהר און מעהר ליכטיג הויטיג, נישטא קיין שום סייענטעיפשע באווייזן אז שווארצע זענען נענטער אן די עוועלאשענערי בוים ווי ווייסע, אבי גערעדט.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 5:32 pm#358905
אפשר מיינט בן אדם דאס אז לויט סייענס האבן מאנקיס און מענטשן זיך עוואלווד אין אפריקע, אלזא לשיטתו איז פארהאן א מקום צו זאגן אז די וואס האבן זיך געצויגן ווייטער צפונית-מערבית-צו האבן זיך ווייטער דעוועלאפט, און די וואס זענען געבליבן בקירוב מקום האבן געהאט א נענטערע שייכות.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 6:37 pm#358907
ריכטיג האט געשריבן:אפשר מיינט בן אדם דאס אז לויט סייענס האבן מאנקיס און מענטשן זיך עוואלווד אין אפריקע, אלזא לשיטתו איז פארהאן א מקום צו זאגן אז די וואס האבן זיך געצויגן ווייטער מערב-צו האבן זיך ווייטער דעוועלאפט, און די וואס זענען געבליבן בקירוב מקום האבן געהאט א נענטערע שייכות.
די ווייסע זענען געבליבן אינטערטעינג אינטער די אייארפישע ווייסע וואס האבן דעוועלאפט פאוער דורך מעניופעקטשירינג מעטאלס מיט קופער און דורך דעם האבן זיי געהאט בעסערע געווער און פאנצערס און זיי זענען געווארן זייער שטארק מיליטעריש, און זיי האבן דיוועלפעט סופער-פאוער צו געוועלדיגן אויף די ארימע שווארצע און זיי דערנידערט און געוועלדיגט אויף זיי פאר יאהרן לאנג.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 6:41 pm#358909
שוין, און בן אדם וועט מסתמא טענה'ן אז הא גופא, זייער הצלחה אין מעניופעקטשורינג האט זיך גענומען פון זייער עדווענסט דעוועלעפמענט...
מיטוואך יאנואר 04, 2017 7:00 pm#358912
ריכטיג איני יודע מה אתה שח. נקמה? עטיק? איך פרעג א פשוט'ע זאך וואס לכל הרוחות האבען שווארצע מענטשען געטוהן צו אידן אז זיי זאלן זיי פיינט האבען ?
איך ווייס נישט וואסארא אוממאראלישע זאכן שווארצע טוהן מער פון ווייסע. און פון ווי זאלן אידן וויסען דערפון זיי זאלן זיי פיינט האבן וועגן דעם.
ר אבגדור מילר איז זיך נוהג צו קאפי פעיסטען וואס ווייסע פרומע/קאנסערוועטיווע רשעים זאגן אין אלע נושאים.

מיטוואך יאנואר 04, 2017 7:08 pm#358913
די גאנצע חקירה איז דאך דברים בטלים. צוויי שכנים וואינען איינער נעבן די צווייטער, א איד און א גוי. ביידע ליינען די זעלבע צייטונגן ביידע הערן די זעלבע נייעס ביידע לעבן מער ווייניגער איןד י זעלבע וועלט. ביידע האבען פיינט שווארצע. קומט איינער מיט א פלפול אז דער שנאה פון דער איד נעמט זיך גאר פון די תורה אדער פון עפעס א רש"י ערגעץ און האט בכלל נישט קיין שייכות מיט דאס וואס דער גוי פון די זעלבע גאס טראכט פונקט די זעלבע. מען דארף נישט זיין קיין ליבעראל צו פארשטיין אז דאס איז דברים בטלים.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 7:28 pm#358914
איך בין אן equal opportunity lover/hater. די גאנצע סלעווערי איז געווען א יד אחת פון שווארצע און ווייסע. די ווייסע יוראפעיאישע סוחרים זענען געקומען קויפען שווארצע קנעכט וואס זענען געפאנגען געווארן אין אפריקע ביי זייערע אייגענע שווארצע ברידער. דאס איז באקאנט היסטאריש אלס די Atlantic slave triangle. אז א מענטש איז א פארברעכער איז נישט קיין חילוק זיין רעיס וכו' וכן להיפך. מאראל האט אויך נישט מיט קאליר ציטוהן. די שווארצע פון די קאריביען איילענדס זענען גאנץ איידל.
דרך אגב, אבאמא שטאמט נישט פון סלעיווס נאר פון אפריקאנע שווארצע, אפשר האבן זיינע זיידע'ס גאר פארקויפט די סלעיוו'ס? אלא מאי ס'האט נישט איינס מיטן צווייטן. ער איז א מאראלישער אויסגעהאלטענער פערזאן, נאך א סאך שענער ווי אסאך פון די WASP פרעזידענטען.

מיטוואך יאנואר 04, 2017 8:22 pm#358924
כדי צו באמערקען, אז אבאמא איז שוין אכט יאר פרעזידענט און מ'האט שוין אפאר מאל געהאט פראסטערעישענס פון עם אבער מ'האט נישט געהערט אזעלכע אפיזאדן ווי די איצטיגע מיט מב"ד, אבער פונקט יעצט ווען מ'האלט דא עריו"ט מיט טראמפ, האט ער זיך געלאזט וואוילגיין און האט'צעך פאררעדט...
בקיצור וואס איך וויל זאגן איז אז שולדיג אין דעם גאנצן איבערקערעניש איז נישט קיין צווייטער ווי אדונינו טראמפ אליינס!! וואס ער האט אויסגעלערנט זיך נישט צו שרעקן פון די מינאריטעיטען, און מ'ווייסט דאך גאנץ גוט ווי אזוי ער קוקט אן אבאמא. סאו יעצט מרוב 'עקסייטמענט' אז די 'אוהב ארץ ישראל' קומט שוין אט אט אריין, האט ער זיך פשוט צולאזט פילענדיג אז טוט גארנישט שלעכט.

מיטוואך יאנואר 04, 2017 9:36 pm#358937
לעיקוואד, פון וואו נעמסטו די הנחה אז כדי א איד זאל אראפקוקן א שווארצער דארף עס זיין צוליב דעם וואס די שווארצע האבן עפעס געטוהן פאר די אידן פערזענליך?
(הערה בעלמא: די אנגענומענע שפראך - עכ"פ ביי די פארפירערס אנטקעגן ראסיזם - איז צו נוצן די ווארט hate, און איך מיין אז אויב זאל מען טייטשן כפשוטו "פיינט האבן" איז די באשולדיגונג אנטקעגן אידן נישט ריכטיג, "אראפקוקן" איז ריכטיגער געזאגט. למשל אויב דו האלטסט אז איך רעד דברים בטלים קענסטו מיר אראפקוקן דערפאר, אבער איך מיין אז דו האסט מיר נישט "פיינט")
דו ווייסט באמת נישט אז ביי שווארצע זעהט מען - לצד זייערע מעלות וואס איך בין מסכים מיט דיר - מער ווילדקייט און פארברעכן? דאס איז א סתירה צו דעם אידס איידלקייט (איידלקייט איז נישט קיין רש"י ערגעץ, ס'איז א תכונה וואס מיר פארמאגן לכל הדיעות. מ'זעהט כמעט נישט קיין ווייעלענס ביי אונז) און ברענגט אז דער איד זאל באטראכטן דעם שווארצן ביליג. איך זעה נישט פון וואנעט דו נעמסט אז די אידישע ראסיזם נעמט זיך פון די זעלבע מקורות ווי זיין ווייסע שכן, אפגערעדט אז ווי מער פאנאטיש דער איד איז אלץ ווייניגער לייענט ער צייטונגען און הפלא ופלא ביי די סארט אידן זעהט מען דעם ביליגע בליק אויף שווארצע א סך מער. און אגב, איך מיין אז די אידישע ראסיזם איז בדרך כלל נישט דומה צו די ווייסע ראסיזם, איך מיין אז דעם איד שטערט נישט דעם שווארצנס עצם עקזיסטענץ און ס'קרענקט איהם נישט ווען ער זעהט א שווארצע מוצלח, בסך הכל האלט ער איהם פאר מער א נידריגערע ביליגערע בריאה. אפילו דער חרדי וואס ערגערט זיך אויף אבאמאס פרעזידענטשאפט איז דאס ווייל אלץ שטאלצער אמעריקאנער שטערט עס איהם אז א פארשוין פונעם - לשיטתו - ביליגערן סארט פארטרעט איהם.
די באשילדיגונג אז ר' אביגדור מילער האט דאס געטוהן אין "אלע" נושאים הער איך איצט צום ערשטן מאל. מילא אויף עוואלוציע וואס ער האט נישט געטראפן קיין תירוצים און זיינע מוסר ספרים אדער ביי ר' אייזיק שער איז פארשטענדליך אז ער האט געדארפט זוכן תירוצים ביי אנדערע, אבער אין זיין עטיק? איך מיין ס'איז כולו וויאזוי ער האט פארשטאנען אידישקייט.

מיטוואך יאנואר 04, 2017 10:04 pm#358944
בן אדם האט געשריבן:כדי צו באמערקען, אז אבאמא איז שוין אכט יאר פרעזידענט און מ'האט שוין אפאר מאל געהאט פראסטערעישענס פון עם אבער מ'האט נישט געהערט אזעלכע אפיזאדן ווי די איצטיגע מיט מב"ד, אבער פונקט יעצט ווען מ'האלט דא עריו"ט מיט טראמפ, האט ער זיך געלאזט וואוילגיין און האט'צעך פאררעדט...
בקיצור וואס איך וויל זאגן איז אז שולדיג אין דעם גאנצן איבערקערעניש איז נישט קיין צווייטער ווי אדונינו טראמפ אליינס!! וואס ער האט אויסגעלערנט זיך נישט צו שרעקן פון די מינאריטעיטען, און מ'ווייסט דאך גאנץ גוט ווי אזוי ער קוקט אן אבאמא. סאו יעצט מרוב 'עקסייטמענט' אז די 'אוהב ארץ ישראל' קומט שוין אט אט אריין, האט ער זיך פשוט צולאזט פילענדיג אז טוט גארנישט שלעכט.
לאמיר עס בלעימען אויף טראמפ, פארוואזשע נישט.
פארדעם איז טראמפ טאקע שלעכט ווייל ער דיווייד מענטשען געבעיסט אויף זייער רעיס און עטנעיסיטי
מיטוואך יאנואר 04, 2017 10:06 pm#358945
איך האב יעצט ערלעדיגט א ראסיסטישע סטעיטמענט פאר נעקסטער וואך פון א גרויסער אידישער סענדוויטש מאכער..
#האפענונג צום אומקער פון די אמאליגע שרייבער.
#האפענונג צום אומקער פון די אמאליגע שרייבער.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 10:35 pm#358950
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:איך האב יעצט ערלעדיגט א ראסיסטישע סטעיטמענט פאר נעקסטער וואך פון א גרויסער אידישער סענדוויטש מאכער..
#האפענונג צום אומקער פון די אמאליגע שרייבער.
כהאב געטראכט אקאורט די זעלבע, סאיז א גיטע וועג אויפצוועקן די איינגעשלאפנע לייבן, איך וואלט געווארן א ראסיסיט פאר א מינוט נאר פאר דעם.
דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:29 am#358963
איך ווייס נישט אויב עס קומט דא אריין אבער איך האב לעצטנס געזעהן עטליכע שטודיעס אז ווען מען רעכנט די קריים ראטע אין געגנטער לויט די עקאנאמישע צושטאנדן איז די ראקעט כמעטע אייניג אין געגנטער וואס זענען אייניג עקאנאמיש נישט קיין חילוק צו די באפעלקערונג איז ווייס צו שווארץ, דאס ווייזט אז ארימקייט האט מער השפעה אויף די וועג פון לעבן ווי ראסע,
מער פון דעם האט מיר געכאפט אז אויב אפילו נאך צוויי הונדערט יאר פון כסדר'דיגע דערנידערונג און קרימיניזילאציע שטייען די שווארצע אזויווי די ווייסע אפשר זענען זיי גאר פון העכערע מאראלישע קאַליבער?
מער פון דעם האט מיר געכאפט אז אויב אפילו נאך צוויי הונדערט יאר פון כסדר'דיגע דערנידערונג און קרימיניזילאציע שטייען די שווארצע אזויווי די ווייסע אפשר זענען זיי גאר פון העכערע מאראלישע קאַליבער?
דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:31 am#358964
Re: יא, מרדכי בן דוד איז א ראסיסט! אזוי שווער צו פארשטיין?
דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:48 am#358971
ווער געדענקט ווען ער פלעג זינגען:
...thousands shoutin no! let my people go! enough of your bluff and your hurtin
נישט קיין חילוק וואס ער האט געמיינט, אנשטאטס מכבד את ה' מגרונו איז עס געווארן א מחלל את ה' מגרונו.
...thousands shoutin no! let my people go! enough of your bluff and your hurtin
נישט קיין חילוק וואס ער האט געמיינט, אנשטאטס מכבד את ה' מגרונו איז עס געווארן א מחלל את ה' מגרונו.
דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 1:44 am#358975
ריכטיג האט געשריבן:שוין, און בן אדם וועט מסתמא טענה'ן אז הא גופא, זייער הצלחה אין מעניופעקטשורינג האט זיך גענומען פון זייער עדווענסט דעוועלעפמענט...
דעס איז לכאורה געשעהן צופעליג ווייל אין אייראפע איז אפשר געוועהן מעהר פראספערעטי במילא האט זייער סייענס און פארשונגען געבליט אויף גאר א שנעלע טעמפאו און ווילאנג די אפריקאנער האבן זיך געכאפט וואס דא האנדלט זיך בכלל זענען זיי שוין לאנג געוועהן דאמינארט און אינטערטעיניגט צו זייער בארבארישע ווייסע בעלי־בתים און זיי האבן שוין נישט געקענט דעריאגן און איבערכאפן די מאכטפולע פארגעשריטנע ווייסע אייראפישער. ס׳וואלט פונקט אזוי געקענט געשעהן די פארקערטע, נאר למעשה איז פונקט נישט געשעהן אזוי און די געשיכטע האט זיך אויסגעארבעט פארקערט אז די אייראפישער זענען אויפגעקומען מיט איין מעידזשאר בליציגע געדאנק ערשט וויאזוי צו ניצן די דאן נייע ערפינדענע מעטאל ווי קופער פאר וואפן און דעס האט זיי געלייגט אָן טאַפּ.
דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:04 am#358976
וואלווי האט געשריבן:איך בין אן equal opportunity lover/hater. די גאנצע סלעווערי איז געווען א יד אחת פון שווארצע און ווייסע. די ווייסע יוראפעיאישע סוחרים זענען געקומען קויפען שווארצע קנעכט וואס זענען געפאנגען געווארן אין אפריקע ביי זייערע אייגענע שווארצע ברידער. דאס איז באקאנט היסטאריש אלס די Atlantic slave triangle. אז א מענטש איז א פארברעכער איז נישט קיין חילוק זיין רעיס וכו' וכן להיפך. מאראל האט אויך נישט מיט קאליר ציטוהן. די שווארצע פון די קאריביען איילענדס זענען גאנץ איידל.
דרך אגב, אבאמא שטאמט נישט פון סלעיווס נאר פון אפריקאנע שווארצע, אפשר האבן זיינע זיידע'ס גאר פארקויפט די סלעיוו'ס? אלא מאי ס'האט נישט איינס מיטן צווייטן. ער איז א מאראלישער אויסגעהאלטענער פערזאן, נאך א סאך שענער ווי אסאך פון די WASP פרעזידענטען.
עצה טובה קמ״ל, אפאר לעקציעס אין היסארי און קולטוראל עוועלאושאן וואלט דיר נישט געשאט, סאיז אויך געוועהן ליידער קאַפאָס ביי די קריג, ביטע קוק נאך אביסל בעסער די ענינם.
הייב אן מיט די ביכל א נ״י טיימס בעסט סעללער Sapiens: A Brief History of Humankind
פון יובל נח הררי, עס איז אוועליובעל אויך אויף עברית.
פון וויקיפידיע:
His book Sapiens: A Brief History of Humankind was published in Hebrew in 2011 and then in English in 2014; it has since then been translated into close to 30 additional languages. The book surveys the entire length of human history, from the evolution of Homo sapiens in the Stone Age up to the political and technological revolutions of the 21st century. The Hebrew edition became a bestseller in Israel, and generated much interest both in the academic community and among the general public, turning Harari into a celebrity. YouTube Video clips of Harari’s Hebrew lectures on the history of the world have been viewed by tens of thousands of Israelis;
Full Interview President Obama on Sapiens book
m https://www.youtube.com/watch?v=AnPs8vnZ0I4 m
?How Did Humans Get Smart
By Bill Gates
m https://www.gatesnotes.com/Books/Sapien ... -Humankind m
I would recommend this book to anyone interested in a fun, engaging look at early human history…you’ll have a hard time putting it down. Bill Gates
:Mark Zuckerberg
My next book for A Year of Books is Sapiens: A Brief History of Humankind by Yuval Harari
This book is a big history narrative of human civilization -- from how we developed from hunter-gatherers early on to how we organize our society and economy today
Following the Muqaddimah, which was a history from the perspective of an intellectual in the 1300s, Sapiens is a contemporary exploration of many similar questions. I'm looking forward to reading these different perspectives
Sapiens: A Brief History of Humankind
Book
m https://www.facebook.com/zuck/posts/10102182252999291 m
דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:26 am#358977
זיי מסביר, די ווילסט טשעלענדשען וואס איך האב געשריבען וועגען די slave trade ?
דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:35 am#358980
חלקים פון דיין תגובה אגרי איך הונדרעט פראצענט, כ'האב עס ח"ו נישט געמיינט אויף א שלעכטע וועג אדער צו באליידיגן, פארקערט, לויט דיין שרייבן זעהט מען אז דו האסט פאטענציעל, כ'האב נאר דיסעגריט מיט די ווערטער וואס איך האב געשריבן געהיילייט אין קידוש לבנה אותיות. די גאנצע סלעווערי איז זיכער נישט געוועהן קיין יד אחת פון שווארצע און ווייסע צוזאמען, און ווי אויך ווענדט זיך פון ווועלכע ערא מ'רעדט, אין יעדע מקום און זמן איז געוועהן אביסל אנדערש, אבער נישט אז שווארצע און ווייסע זענען אייניג שולדיג אין סלעווערי, זיכער נישט.
דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:47 am#358981
איך האב מיך נישט געפילט געטשעלענדזשד אין א פערזענליכע וועג, don't worry about it. האסט פשוט מקצר געווען אויף וואס פונקטליך דיין הערה איז, האב איך געוואלט פארשטיין כדי צו קענען פאקעסען ווייטער די שמועס.
איך האב געשריבן שנעל און טאקע נישט מדויק. די עצם סלעיוו טרעיד האט זיך טאקע אנגעהויבן אסאך פריער פון די ציייטן וואס אייראפישע בעלנים האבן ארויף געלייגט זייער נעגל. די אטלאנטיק סלעיוו טרעיד פון וואס אונזערע אפריקאנער סיטיזענס האבן מיאוס געליטען פון איז אבער יא געווען א יד אחת פון שווארצע און ווייסע.
ייש"כ פאר די מראה מקום פונ'ם בוק.
דרך אגב, בימי חורפי האב איך געשריבן אן ארטיקל אויף דעם נושא פאר אקאדעמיק רעוויו אין ס'האט געפעסט זייער סקרוטעני.

דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:14 am#358982
די אטלאנטיק סלעיוו טרעיד ווערט טאקע אנגעריפען "triangular slave trade" ווייל ס'נעמט אריין א שותפות פון אייראפעאישע און אפריקאנער סוחרים לויט די פארטען פון זייערע שיפען וואס האט זיך גענדיגט אין אמעריקע בצורת טרייענגל פון די דריי קאנטינענטן.
דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 6:45 am#358990
ס׳איז פארשפרייטעט געווארן אין די אלעוועלטליכע מידיעא, א שאנדע.
דער היינטיגער דעילי ניוס באריכטעט:
Popular Hasidic singer from Brooklyn calls President Obama racial slur during Jerusalem concert,Mordechai Werdyger, who goes by Mordechai Ben David, called Obama a "kushi" — a derogatory Hebrew term for black person — while performing a song about peace before thousands of people in the Israeli capital on Dec. 29
m http://www.nydailynews.com/news/world/h ... -1.2935102 m
:Yahoo news
m https://www.yahoo.com/news/m/defb61d7-1 ... makes.html m
:Times Of Israel
m http://www.timesofisrael.com/hasidic-si ... m-concert/ m
:Rawstory.com
Popular singer makes racial slur against Obama at Jerusalem concert — and crowd cheers him on
m http://www.rawstory.com/2017/01/popular ... rs-him-on/ m
:Redid
m https://www.reddit.com/r/worldpolitics/ ... cist_slur/ m
:International business times
Hasidic Singer's Racial Slur Against Obama: Video Shows Mordechai Ben David Slamming Outgoing US President During Jerusalem Concert
m http://www.ibtimes.com/hasidic-singers- ... ng-2470068 m
:Newsweek
m http://www.newsweek.com/popular-hasidic ... ert-538383 m
:Agetimes
Hasidic thespian from Brooklyn calls President Obama secular slur
m http://agetimes.net/news/world/hasidic- ... cial-slur/ m

דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 8:13 am#358993
כ'האב שוין לאנג טענות אויף זינגער'ס בכלל מי שמך? סך הכל וויל איך זיי הערן זינגען ועד ולא עד בכלל, דאס איבעריגע לאז פאר די רעדנערס,
ביי א חתונה קענסטו זעהן אמאהל ווי "קליינע קינדער" לויפן צו צום מייק און מאכען sounds, כן הדבר הזה!
ביי א חתונה קענסטו זעהן אמאהל ווי "קליינע קינדער" לויפן צו צום מייק און מאכען sounds, כן הדבר הזה!
דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 8:16 am#358994
וויאזוי פלעגט נאר יענער זאגן, איין שווארצער קעיז נעמט זיך אן פאר א פעלאו שווארצע, ווערי נייס. ![קיל 8-)]()
דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 9:29 am#358998
מרדכי פלעגט מאכן אמאל א תענית דיבור שבת. ער זאל מאכן א תענית דיבור ווען ער איז און קאנצערט.
Compared צו וואס Carl Paladino האט געזאגט אויף אבאמא, זעהט מרדכי אויס ווי א צדיק'ל.
Compared צו וואס Carl Paladino האט געזאגט אויף אבאמא, זעהט מרדכי אויס ווי א צדיק'ל.
דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 10:36 am#359000
Re: יא, מרדכי בן דוד איז א ראסיסט! אזוי שווער צו פארשטיין?
דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 11:38 am#359002
סלעווערי גייט שוין אן טויזענטער יאר, און האט קיינמאל גארנישט געהאט מיט שווארצע. איבעראל אין יעדע ציוויליזאציע נישט קיין חילוק ווייס און שווארץ, אידן אדער גויים, איז אייביג געווען א קלאס פון קנעכט וואס האבן געברויכט ארבעטען פאר די העכערע קלאסן. די חידוש אז שווארצע זענען באשאפן געווארן צו זיין קנעכט פאר די ווייסע, איז א אמעריקאנע חידוש, וואס איז קוים אפאר הונדערט יאר אלט.