דינסטאג יאנואר 03, 2017 10:44 pm#358753
יא, מרדכי בן דוד איז א ראסיסט! אזוי שווער צו פארשטיין?
וואס איז דאס מיט אייך טייערע ברודער? דארף מען טאקע פאר אייך, קינדער און אייניקלעך פון האלאקאסט איבערלעבער, מסביר זיין די א' ב' פון ראסיזם?
דער באקאנטער זינגער מרדכי בן דוד האט פוער פיו געווען ביי א קאנצערט אין ירושלים, רופנדיג פרעזידענט אבאמא מיט דעם צונאמען "כושי". מאנכע זאגן אז אין דער ישראלישער אויסשפראך איז כושי דאס ווארט וואס מ'נוצט אין פלאץ פון דעם דערנידערנדיגער ענגלישער "ניגער". אנדערע טענה'ן אז עס איז נישט קיין דעגראדירנדער אויסדרוק, און מיינט פשוט "שווארצער".
איך וועל זיין תפוס לשון אחרון, און זאל זיין שווארצער.
לאמיר לערנען עברי טייטש, און פאר'חלום דיך נישט -- טייטל מיט'ן פינגער. ראסיזם מיינט דיסקרימינירן און דערנידערן אנדערע מענטשן באזירט אויף זייער רעליגיע, אויסזען וכדומה. יא, מ'מעג זאגן אז איינער איז שווארץ אדער אז איינער איז א איד, אבער ווען מ'נוצט יענעמ'ס אידישקייט אדער יענעמ'ס שווארצקייט ווי יענעמ'ס אידענטיטעט -- בפרט אויף א נעגאטיוון אופן -- אין לך ראסיזם גדול מזה.
שטעלט אייך פאר אז צוויי וואכן פאר מייקל בלומבערג ענדיגט זיין מעיאר טערמין אין ניו יארק זאל איינער שימפן אז "דער איד" האט געהעכערט די פרייזן פון טיקעטס, און ב"ה אז דער איד גייט שוין פון דאנעט ביז צוויי וואכן. דארף מען מסביר זיין אז דאס איז אנטיסעמיטיזם?
און כ'הער גאנץ אנשטענדיגע און קלוגע מענטשן וואס שטעלן זיך אויף דעם באנוץ פון דעם ווארט כושי, און זענען זיך מפלפל צי עס איז ווי "ניגער" אדער ווי "שווארצער". זאל זיין שווארצער! וויאזוי פינקטליך מאכט עס אן אינטערשיד?!
אנדערע הער איך פארענטפערן אז מ'דארף פארשטיין אז דאס איז געווען הארט נאך דער ציפעדיגער יו-ען רעזאלוציע וואס אבאמא האט (לויט נתניהו) ארקעסטרירט, און ממילא איז בן דוד געווען אונטערגעהיצט. איז דאס א תירוץ פאר ראסיזם און אנטיסעמיטיזם? מעג א מענטש זיך נעמען שיסן אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס ווייל ער איז געווארן אונטערגעהיצט דורך א איד?
רבותי, אביסל שכל; אביסל פשוט'ע מענטשליכע און מאראלישע געפילן.