אונטערסאנט אנצומערקן אויף עטליכע נקודות.
א) ביי די שחורים הערשט ראסיזם קעגן די ווייסע און ספאנישע פונקט ווי ביי די ווייסע קעגן די מינאריטעטן, זיי זענען נאר נישט ידם על העליונה (וכמאמר
החכם, ניו ארליענס וועט בלייבן א טשאקלאד סיטי), און דערפאר באקומען זיי סימפאטיע ווי איידער קריטיק.
ב) פונקט געליינט אן ארטיקל אין עמי מאגאזין (חנוכה) ווי א פרייער איד פון וואשינגטאן הייטס האט געמוזט ארויסנעמן זיינע קינדער פון פובליק סקול
צוליב די ראסיזם פון און אנטיסעמיטישע ענווייראנמענט פון די שווארצע סקול טיטשערס בימים ההם ווען זיי האבן פרובירט איבערצונעמן די סקול סיסטעם אין בראונסוויל ווען די שווארצע האבן זיך אריינגעצויגן אין יענעם געגענט.
ג) מיר קוקט אויס אז די סיבה אידן קוקן אראפ אויף שווארצע ( נעה.. דער שחור ?) איז צוליב די איינגעגעסענע סטיריאוטייפ וואס הערשט אויפן גאס, אלץ תוצאה פון די הויכע ראטע פארברעכער/אומעדיוקירטע וואס באטרעפענדע געמיינדעס פארמאגן.
ס'האט נישט גארנישט מיט דעם ווייל 'היסטאריש' האבן אונז די ראסע מער אדער ווייניגער וויי געטאהן ווי די אנדערע, ס'איז א פשוטע סטיריאוטייפ אזוי ווי די אידישע דיימאנד הענדלער, מאני טשעינדזשערד, לענדלארדס וכו' אבער קיין איין איד האט נישט מער פיינט דעם שחור ווי דעם לבן, מ'האט זיי אייניג ליעב/פיינט. סתם הוילע דמיונות וואס פיטערט די פאנטאזיע פון עטליכע חרידישע שונאים.