שבת אחים האט געשריבן:ר׳ בערל לאמיר זעהן צו איך פארשטיי דיין פריערדיגע תגובה.
מושב איז אייניקל פונעם שר שלום און ער האט געוואלט זאגן אז פרעה מיט זיינע פעטע קיען האבן געוואלט איינשלינגן זיין וויסטע אגענדא האט מען גערופן דעם הויכגעשעצטער סענדער דער דויטש פון פאריז זאל פוצן די שיך פון א משומד און אזוי האט מען ממתיק געוועהן די דינים און עס איז געווארן שלום על ישראל אויף אלע בעלזער יושבים. איא?
![שמייכלט :)]()
עפעס אזוי האב איך פארשטאנען. אויב מאך איך א טעות בעט איך אייער אנטשולדיגונג.
שבת אחים: דו האסט גאנץ גוט פארשטאנען מיין תגובה. און איך מיין אז ס'האט אפשר בארירט א פינטל אין דיין צענטראללן נערוו סיסטעם. ס'האט אפשר געגעבן א שטיקל טרייסל דיין פארבלאנדזשעטע נשמה. אפשר אז דער בת קול היוצא מהר חורב איז געווען אויף די ריכטיגע פריקוענסי (פרעקווענץ/וועללע לענג) און דו האסט געהאט א שטיקל הירהור פון תשובה. נאר דו ווילסט עס פארטייבן מיט ליצנות און סארקאזם.
איך האב שוין פון לאנג געזאגט אז אין דיין אריגינאללן וויזשניצער חעידער האט מען נישט געלערנט קיין שום לימודי והנהגות העולם. און ווען דו האסט (כביכול) דיר ..."געעפנט די אויגן"...האסטו אין די זעלבע צייט אויך פארלוירן די אמונה בהשי"ת. נאר דיין פערספעקטיוו איז נאכאלץ פארבליבן דער העימישער, דארפישער, מארמארישער.און מחמת חוסר ידיעה האסטו מחליט געווען אז הקב"ה כביכול, איז א דוממער, נישט וויסנדער וועזן. און ער האט געגעבן א דוממע, נישט וויסנדע תורה און רעליגיע פאר דעם אידישן פאלק. אבער דו ביסט שוין קלוגער פון דעם. און דו קוקסט אן דיינע ברידער וועלכע זענען נאך פארבליבן רעליגיעזע מאמינים בה' ובתורתו מיט רחמנות...!
לויט מיין אנאליז, וואלט געווען זייער שטארק נוצליך און ווירקזאם פאר דיר צו נעמען קורסעס אין די עלעמענטארע סובדזשעקטס פון הנהגת העולם פון אן ערליכן אינסטיטוציע ווי טורא קאלעדזש וכדומה. וואו דו וועסט לערנען צו רעדן, ליינען און שרייבן א פראפעסיאנאללן ענגליש. אויך וועסטו דארט לערנען געאגראפיע, וועלט היסטאריע, אמעריקאנער היסטאריע, אידישע היסטאריע און סאציאלע שטודיעס. אויך, כדי צו קענען מבחין זיין און פארשטיין דעם חילוק פון סאציאליזם ביז קאמוניזם און קאפיטאליזם. אויך דעם צוזאמענשטעלל פון רעגירונגען און פאליטישע פארטייען.
ווען דו וועסט שוין בעזהשי"ת האבן דערגרייכט א לעוול/שטאפל פון וועלטליכע בילדונג וועסטו ערשט איינזעהן אז גאט ברוך הוא איז גאנץ קלוג. ער איז נישט אזוי דום ווי מ'האט געמיינט אין די בערג פון מארמאראש. און די תורה איז אויכעט נישט אוועקצומאכן. און די גמרא/תלמוד איז גאנץ א קלוגער און נוצליכער דאקומענט.
אדער אפשר, טאמער ווילסטו דיר שפארן געלט, זאלסטו ליינען דעם ספר הברית...! איך וואלט דיר רעקאמענדירט אז דו זאללסט עס קויפן אין די ענגלישע שפראך. אבער כ'האב מורא אז דו קענסט נאכנישט גענוג גוט ענגליש צו פארשטיין וואס ער זאגט. אויף אידיש אדער ראמעניש , מייניך איז עס נישט דא צו באקומען...!