Trump's long, bizarre history of accusing people of treason
m
https://www.msnbc.com/11th-hour/watch/t ... 0044229763 m
דער whistleblower איז א שפיאן! געדענקט אויב האלט מען אנדערש ווי טראמפ מיט זיינע מענטשען איז עס ממש אפענע TREASON!
וויפל מאל איך האב געהערט די לעצטע פאר יאהר פון די רעכטע שוטים. האסט פיינט טראמפ ווייל דו האסט פיינט אמעריקע. כאילו טראמפ איז אמעריקע!
טראמפ איז ממש די גרעסטע פאטריאט פאר אמעריקע! אזא פיינע מענטש, זיין גאנץ לעבן זיך אוועקגעבן פאר אמעריקע!
טראמפ האט ליב אמעריקע? ער האט זיך ליב! ער איז א קראנקער נארסיסט. און פערצופאל וואוינט ער אין אמעריקע. ער האט די גאנצע אמעריקע מיט זייער געזעצן און זייער Constitution אין דער ערד ווען ס׳קומט צו זיין כבוד און זיין געלט איז ער גרייט צו פארקויפן זיין גאנצע לאנד און מפקיר זיין זייערע בירגער פאר אביסל עטענשאון.
עני וועי ער איז במילא דערנאך. ער געוואונט נישט נאכאמאל. רוב אמעריקאנער קענען אים נישט סובל זיין. חסידים זענען נאך שטעקן געבליבן מיט אים. אבער די אמתע רעפובליקאנער דארפן זיין משוגע צוגיין מיט אים. ער מאכט עס נישט נאכמאל לויט אלע שיטות. ער האט אריינגעלייגט די וועלט די נאנטעסטע צו נוקליער מלחמה. דער קליינער קים דזשאונג לאכט אים אין פנים אריין און בויעט א באמבע. רוסלאנד און כינע זענען קיינמאל נישט געוועהן אזא שטארק. אמעריקע איז אפגעזונדערט פון אלע זייערע allies
מיט זעראו דיאלאג ווי קיינמאל ביפאר. די וועלט ווערט געפירט דורך אפאר דיקטעטארס רוסלאנד, נארט קארעא, כינע, איראן, סאודיע אראביע, בראזיל, און טראמפ.
מ׳שסט מענטשען אין די גאסן יעדן שני וחמישי. ספאנישע קינדער זענען אינטער בארבד- דראנטן פאר חדשים לאנג על לא דבר. די וועלט פלאקערט, די קינדער שרייען מ׳נעמט נישט קעיר פון די ענווייערמענט. די עקאנאמיע באבל ווייזן אלע סימנים פון א קראך! די Gap צווישן די ארימע און רייכע איז ביי די העכסטע ראטע אין אמריקאנער היסטאריע!
וכו׳ וכו׳
איך האב ענק געווארענט! ער קען נישט פירן קיין מדינה. ער קען נישט די סיסטעם. און האט זיך ארומגערינגעלט מיט אפאר רעכטע שוטים וואס ער טוישט יעדע שני וחמישי ווי זאקן! ער ווייסט נישט וואס ער טוט! ער הייבט נישט אן צו פארשטיין צו קיין גאווערמענט! ער מיינט ער איז עפעס א מאפיא באס! ער איז קיינמאל נישט געוועהן אין גאווערמענט פארדעם! ער איז א פשוטע לוזער וואס האט באנקראטירט א גאנץ לעבן איין ביזנעס נאכן צווייטן און באגנבט קליינע מענטשען! פארגעס פון פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן ער קיינמאל ניטמאל זיין פרעזידענט פון א סטריפ-קלאוב. ער צוקריגט זיך מיט יעדעם איינעם יעדער צווייטע מינוט!
טוה מיר א טובה!