Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

קאווע שטיבל • לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
300 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1210 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11252
זונטאג אקטאבער 06, 2019 9:40 pm#437119
רוסלאנד האט א רעכטע רעגירונג? א פאשיסטישע רעגירונג מיינסטו צוזאגן! רוסלאנד איז אויף דיין ליסטע פון גיטע לענדער וואס מ׳דארף נאכמאכן???

וואס איז די גליק מיט רוסלאנד פונקטליך? חוץ אז זיי האבן די צווייטע שטערקסטע מיליטער אויף די וועלט? סאיז נישטא קיין פרייעהייט דארט!
און בראזיל איז א גרויסע גליק??? מוראדיג!

רוסלאנד און בראזיל איז נישט אויף מיין ליסטע פון נארמאלע לענדער ווי איך וואלט געוואונטשען מיינע פריינד און פאמילע צו וואוינען דארט!

רבש״ע! דא איז מען אנגעקומען! אפילו מדנ״י איז נישט קיין גליק נאר די לינקע סייענטיסן וואס ברענגן ארויף די עקאנאמיע דורך זייער חכמה! אן דעם איז מדנ״י אין דער ערד!
זונטאג אקטאבער 06, 2019 9:42 pm#437120
שבת אחים האט געשריבן:רוסלאנד און בראזיל איז נישט אויף מיין ליסטע פון נארמאלע לענדער ווי איך וואלט געוואונטשען מיינע פריינד און פאמילע צו וואוינען דארט!

וואו דען זאל מען וואוינען אין טשיינע?
זונטאג אקטאבער 06, 2019 9:46 pm#437121
איטאליע איז א רעכטע רעגירונג? זיי האבן פון די בעסטע פאליסיס פאר די ארבייטס קלאס!

ווילסט הערן זייערע געזעצן?

איין קליינע משל: דו ווייסט וויפל paid vacation and maternity leave מ׳דארף באצאלן אין איטאליע???


איך ווארט די טאג אמעריקע זאל שוין נאכמאכן נאר האלב פון די ״רעכטע״ איטאליע׳ס פאליסיס!

ער האט יעצט מחליט געוועהן אז איטאליע איז א רעכטע מדינה און מיטגעשלעפט ענגלאנד און האלאנד!

ליגענער! שקרן!
זונטאג אקטאבער 06, 2019 9:46 pm#437122
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:רוסלאנד און בראזיל איז נישט אויף מיין ליסטע פון נארמאלע לענדער ווי איך וואלט געוואונטשען מיינע פריינד און פאמילע צו וואוינען דארט!

וואו דען זאל מען וואוינען אין טשיינע?


סאיז טאקע נאר דא דריי לענדער אויף די וועלט

טשיינע- בראזיל- רוסלאנד!
זונטאג אקטאבער 06, 2019 9:48 pm#437123
און ס'דא איין לאנד וואס איז בעסער פון אלע דריי, אונז ביידע וואוינען דארט.
זונטאג אקטאבער 06, 2019 9:49 pm#437124
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און ס'דא איין לאנד וואס איז בעסער פון אלע דריי, אונז ביידע וואוינען דארט.


ניו יארק סיטי! די לינקע ניו יארק! פון די גרעסטע און חשובסטע שטעט!
זונטאג אקטאבער 06, 2019 9:50 pm#437125
גראדע איז ניו יארק נישט ממש לינק, ס'איז אינגאצען אויף די רעכטע זייט פון אמעריקע, ממש אויפ'ן מזרח ברעג.
זונטאג אקטאבער 06, 2019 10:11 pm#437127
איטאליע וואס אלע זייערע פאליסיס זענען גענויגט צו סאציאליזם רופט ער א ״רעכטע מדינה״...

איטאליע גיבט פאר יעדעם פרייע העלטקעיר און עדיוקעישאן זיי בעטן פון די העכסטע שטייערן פון כמעט אלע מדינת אויף די וועלט! זיי האבן א ספעציעלע טעקס פאר די רייכע!

ליגענט און ליגענט!!! טאג און נאכט מיט די רעכטע! ווייל די פאקטן איז נישט אויף זייער זייט!

איטאליע איז נישט קיין רעכטע לאנד מיט רעכטע פאליסיס! בכלל נישט! דיינע ליגיונת זאלסטו פארקויפן אין מקוה!
זונטאג אקטאבער 06, 2019 10:35 pm#437131
סאיז צרות מיט אוקריינא סקאנדלן.

דזשוליאני וואס באשולדיגט ביידען אין עפעס וואס קיינער אין אוקריינע ווייסט נישט פון וואס ער רעדט. איז באשולדיגט געווארן מיט כאשר זמם!!!

צוביסלעך וועט אלעס ארויפשווימען! מ׳וועט אלעס געוואר ווערן!

ס׳לאזט זיך ממש נישט גלייבן וואספארא אפענע שווינדלערס טראמפ מיט זיינע מענטשען זענען! שרעקליך! איין שטיק קארופציע ווי קיינמאל ביפאר!

Trump Allies Pressed Ukraine Over Gas Firm

As Trump urged Ukraine’s leaders to investigate Joe Biden, associates of his lawyer Rudy Giuliani were looking to profit from the country’s state-run natural gas company.

m https://m.huffpost.com/us/entry/us_5d9a ... 3898020e60 m

ס׳איז דיוועלעפינג סטארי פון associated press!

m https://www.apnews.com/ m
זונטאג אקטאבער 06, 2019 11:02 pm#437133
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
ביסט גערעכט, זיי זענען נישט רעכט אזויווי אמעריקא, איך האלט אז זיי זענען בכלל לינקע סאציאליסטישע לענדער, נאר לשיטתך האב איך דיר מודיע געווען אז זיי האבן רעכטע רעגירונגען, אפילו זייערע פאליסיס איז לינק אין אלגעמיין.

דו רעדסט די שפראך פון בערני סענדערס מיט זיינע סאציאליסטישע חברים, אז אמעריקא דארף אויסזעהן ווי די וועלט. שעפעלע, דאס איז טאקע אמעריקא, זי איז unique פון אלע לענדער, סאיז דא פרייהייט פון אויסדרוק, א סעקאנד אמענדמענט, פרייהייט פון רעליגיע. אמעריקאס יסודות זענען געבויט בכוונה נישט אויסצוזעהן ווי די וועלט, און טאקע צוליב דעם איז עס אויסגעוואקסן אלץ די מערסט דעמאקראטישע מדינה אין די מערב וועלט, און די בעסטע און גרעסטע עקענאמיע. ענק לינקע ווילן טוישן אמעריקא'ס קאנסערוואטיווע ווירדן צו א סאצאליסטישע קאמוניסטישע מדינה. היו לא תהיה, די אמעריקאנער פאלק פאלט נישט פאר די גארבעזש!! אמעריקא וועט קיינמאל נישט זיין א סאציאליסטישע מדינה!!! על אפך ועל חמתך!!!

קענסט שרייען און זידלען, אבער America is the greatest country on earth, און ענק ליבעראלן זענען סעלף העיטינג אמעריקאנער, וואס זענען כפויי טובה אין דער אמעריקאנער סיסטעם וואס האט זיי געברענגט סוקסעס.

Sent from my SM-G930P using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 06, 2019 11:09 pm#437134
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
שבת אחים האט געשריבן:סאיז צרות מיט אוקריינא סקאנדלן.

דזשוליאני וואס באשולדיגט ביידען אין עפעס וואס קיינער אין אוקריינע ווייסט נישט פון וואס ער רעדט. איז באשולדיגט געווארן מיט כאשר זמם!!!

צוביסלעך וועט אלעס ארויפשווימען! מ׳וועט אלעס געוואר ווערן!

ס׳לאזט זיך ממש נישט גלייבן וואספארא אפענע שווינדלערס טראמפ מיט זיינע מענטשען זענען! שרעקליך! איין שטיק קארופציע ווי קיינמאל ביפאר!

Trump Allies Pressed Ukraine Over Gas Firm

As Trump urged Ukraine’s leaders to investigate Joe Biden, associates of his lawyer Rudy Giuliani were looking to profit from the country’s state-run natural gas company.

https://m.huffpost.com/us/entry/us_5d9a ... 3898020e60

ס׳איז דיוועלעפינג סטארי פון associated press!

https://www.apnews.com/
אגב, דיינע אימפיטשמענט היסטעריע אויסברוכן באלאנגט אינעם אשכול פון אימפיטשמענט, נישט דא. ואגב דאגב, ברענג טאקע פון די האפינגטאן פאוסט, וואס איז לינקער פון לינק און איז באקאנט מיט אירע קאנסיפראציע טעאריעס. און דו האסט נאך די העזה צו טעהנן אז איך ברענג פון "רעכטע עקסטרעמע" צייטונגען. בילד

Sent from my SM-G930P using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 4:55 am#437138
רעדענדיג פון לענדער וואס זענען רעכט און לינק, און סאציאליסטיש געשטימט קומט יעצט אריין די גוטע בשורה איז אין פארטוגאל האבן די סאציאליסטן געוואונען!

הגוי והנצח גייט באלד זאגן אז אין אמתן זענען זיי רעכטע! און אז די מערסטע ביזנעס אין אמעריקע איז אין סאוט קארליינע, אלאבאמא, ווייאמינג און מיסיסיפי!

גיי פרעג אים אפ! ער איז מסתם ניטאמאל קיינמאל נישט ארויסגעפארן פון די טריי סטעיט. ער רעדט זיך נעבעך אן אז אמעריקע איז עפעס א לאנד פון גאלד- ווייל ער וואוינט אין ניו יארק די ליבעראלע שטאט מיט די גרעסטע עשירים און ביליאנערן אויף די וועלט. פאר ארויס אביסל אין אמעריקע די דלות, דחקות זעהט זיך אן איבעראל! קליינע שטעטלעך! אלטע צובראכנע הייזער אדער טרעילארס, מענטשען וואס לעכצן נאך א דאללער! ארים ווי די נאכט! מענטשען וואס האבן נישט קיין טאפ ווי אריין צופישן...

ממש די אמעריקאנער חלום!!! ״די עמעריקען דריעם״

ווי האט די רבי געזאגט? “זיי רופן עס די אמעריקאנע חלום ווייל מ׳דארף האלטן אינמיטן שלאפן עס צו עס גלייבן!”

א מוראדיגע לאנד ווי אפאר הונדערט מענטשן מיט זייערע פאמילעס זענען די בעל הבתים פון האלב אמעריקעס ריעל עסטעיט! אפאר הונדערט פריצים מיט ״גאלדענע טוילעטס״ זענען די בעל בתים פון אלעס! כמעט אלע נייע געלט גייט צו זיי נישט צו דיר און נישט צו מיר!

יא זיי לאזן אנדערע מענטשען אויך דזשוינען די קלאוב! אבער וויאזוי האט די רבי געזאגט?
“ as long as you don’t cut in to their action”
אז איינער גייט פונקט מאכן א נייע App און גייט רייך דערפון וועלן זיי דיך לאזן רייך ווערן! אבער לאמיר זעהן פרוביר אריינצוגיין אין זייערע ביזנעסעס??? דו פליסט ארויס נעקסטע טאג!
“ It’s a big club and you and I ain’t in it”
האט די רבי געזאגט....

סאיז דא לינקע פריצים אויך. דער בעזאס פון עמעזאן איז א פרייער, לינקער אבער א פריץ נאכאלץ, די זעלבע מיט בלומבערג ער איז טאקע א לינקער אבער ער איז א פריץ. נאכדעם איז דא גיטע פריצים ווי ווארען בופעט און ביל געיטס. זיי וואלטן מסכים געוועהן צו א דעמקראטישע-סאציאליסטישע סאסייעטי זיי געבן במילא רוב פון זייערע געלטער אוועק.

בלומבערג בין איך נישט קיין חסיד אבער ער שטיצט כאטש נישט קיין רציחה! ער איז קעגן פייניקן מינארעטיס, ער איז כאטש פאר די ענווייערמענט און שטיצט סייענס. ער איז כאטש א האלבע נארמאלע מענטש נישט ווי שעלדאון עדעלסאהן וואס איז א עכטע פריץ, א חי׳ רעה וואס מיינט נאר זיך און שטיצט נאר פאליטשאונס פאר זיינע אייגענע אינטערעסן און אז זיי זאלן מאכן גוטע פאליסיס לטובתו. בלומבערג איז כאטש נישט אזא חי׳ ווי די רעפובליקאנער בעלי בתים פון וואלמארט וואס זענען די רייכסטע משפחה אין די היסטאריע פון די וועלט און איבער א מיליאן פון זייערע ארבייטארער זענען אינטער די poverty line, און דארפן אנקומען צו הילף פון די גאווערמענט און נעמען געלט פון די המון עם ווייל זייערע רייכע בעלי בתים זענען רעפובליקאנער חזירים וואס נעמען אלע פארדינסטן פאר זיך און געבן קוים עפעס פאר זייערע אבייטארער, ממש קוים זיי צו האלטן ביים לעבן כדאי צוקענען ״שלאגן כפרות״ מיט זיי...
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 8:10 am#437139
דיין פראפאגאנדע איז נאך בעסער ווי היטלער
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 4:59 pm#437171
אין א טוויט היינט האט זיך טראמפ דערקלערט, נישט מער און נישט ווייניגער, אלץ חכם מכל אדם

As I have stated strongly before, and just to reiterate, if Turkey does anything that I, in my great and unmatched wisdom, consider to be off limits, I will totally destroy and obliterate the Economy of Turkey (I’ve done before!). They must, with Europe and others, watch over the captured ISIS fighters and families. The U.S. has done far more than anyone could have ever expected, including the capture of 100% of the ISIS Caliphate. It is time now for others in the region, some of great wealth, to protect their own territory. THE USA IS GREAT!

m https://twitter.com/realDonaldTrump/sta ... 9821388801 m

ער איז אפיציעל אראפ פון די רעלסן
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 9:20 pm#437180
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
דער גיאות וואס יר''ה פארמאגט איז אבנארמאל. ווי אזוי האט א מענטש אזוי פיל קאנפידענס אין זיך? הלוואי האב איך כאטש א משהו וואס ער האט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 9:55 pm#437182
ווילאנג ס'איז אמת זאל ער זאגן וואס ער ער וויל. אפי' ס'איז נישט אמת איז אויך גוט. ווילאנג ער טוהט גוט און צום זאך בין איך מיט איהם צופרידן! דערוואל איז ער פיל בעסער ווי אלע זיינע פארגייער וואס איך געדענק.
די דעמאקראטן און ליבעראלן זענען אייביג געווען אנטי מלחמה... טראָמפּ האט פארמיטן מלחמה מער ווי סיי וועלכע פרעזידענט איך געדענק. אינטערסאנט אבער איז אז נישט נאר זיי גיבן איהם נישט קיין קרעדיט נאר זיי שרייען נאך היתכן...
זונטאג אקטאבער 20, 2019 9:23 am#437377
טראמפ וואס האט נישט קיין שום עקספירענס אין גאווערמענט האט געקלעימט אז ער גייט הייערן די בעסטע מענטשען מיט די מערסטע עקספירענס אין גאווערמענט.

איך האב נישט קיין שום עקספירענס אין גאווערמענט כ׳האב נישט באקומען קיין שום עדיוקעישאן. אבער איך וואלט אים נאכאלץ גע׳עצהט אז ער זאל נישט האלטן די G7 סאמיט אין זיין אייגענע האטעל. נישט קיין חילוק צי ער מאכט יא פראפיט צי נישט.

איך וואלט אים גע׳עצהט אז ער זאל נישט אריינמישן קיין שום אנדערע גאווערמענט׳ס אין אונזער עלעקשאון.

איך וואלט אים גע׳עצהט זיך נישט וויסענדיג מאכן פון יעדער איינער וואס קריטיקירט אים.

איך וואלט פארשטייט זיך קיינמאל נישט געארבעט פאר א מענטש וואס פייניקט ספאנישע קינדער, און רודפט מינארטיס עד חרמה.

אבער פארוואס האט ער נישט קיין נארמאלע “עצה געבערס?”

דער פאריקטער קאפאו סטיווען מיללער, פון די איינציגסטע וואס זענען געבליבן פון אנפאנג ביז יעצט איז זיין עצה געבער! מוראדיג! א איד וואס פייניקט מעקסיקאנער און אנדערע מינארטיס, בשעת זיין אייגענע משפחה איז קוים דא איין דור. זיין משפחה וואלט נישט געקענט אריינקומען דא אין אמעריקע לויט זיינע אייגענע פאליסיס. און טאקע זיין גאנצע משפחה איז קעגן אים, און ווילן נישט האבן קיין שום שייכות מיט אים... זיין פעטער האט געשריבן א לאנגע ארטיקל ווי ער רייסט אראפ זיינע פאליסיס אלץ בארבאריש און un-American....

דאס האט ער געטראפן פון די אלע גוטע מענטשען? א הארטנאקיגע ליטפאק (צי כ׳ווייס וואס ער איז) איינער וואס איז אליינס א קינד פון א אימיגראנט? וואס איז זיינע קוואליפיקאציעס? וואס איז ער געוועהן פארדעם? גארנישט!

ווער זענען די גרויסע עקספערטס וועמען ער האט געהייערט פונקטליך? קיינער נישט! וועלכע נארמאלע מענטש וויל בכלל ארבעטן פאר אים?

מאלאווני?

Kellyanne Conway
קוקט אויס ווי א טויטע witch וואס איז צוריקגעקומען צו לייף נאר כדאי צוקענען פאנגן מעקסיקאנער לעבעדיגערהייט....
איר אייגענע מאן איז פון טראמפס גרעסטע אפענע קריטיקירער...

דער טראמפ ווייסט נישט וואס ער טוט! ער איז נישט ראוי לאותו איצטלא! ער קען נישט פירן קיין ישיבה! ער האט נישט די מינדעסטע אהנונג וויאזוי די סיסטעם ארבעט! ער האט זיך ארומגענומען מיט קראנקע רעכטע משוגעים וואס האבן אויך נישט קיין אהנונג וואס זיי טוהן...

אמעריקע איז אויף pilot mode

איך האב ענק געווארענט...
זונטאג אקטאבער 20, 2019 9:28 am#437378
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
איינער קען מיך מסביר זיין ווי אזוי דער witch ארבעט אין דער ווייסע הויז בשעת איר מאן איז א גרויסע טראמפ קעגנער? איעדע נאכט דערציילט זי עם אלעס וואס עס איז פאר געקומען און גארנישט זי איז נאך אלץ דארט!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 20, 2019 9:30 am#437379
גראף האט געשריבן:איינער קען מיך מסביר זיין ווי אזוי דער witch ארבעט אין דער ווייסע הויז בשעת איר מאן איז א גרויסע טראמפ קעגנער? איעדע נאכט דערציילט זי עם אלעס וואס עס איז פאר געקומען און גארנישט זי איז נאך אלץ דארט!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


איך האב אויך די קשיא.
זונטאג אקטאבער 20, 2019 9:37 am#437380
גראף האט געשריבן:איינער קען מיך מסביר זיין ווי אזוי דער witch ארבעט אין דער ווייסע הויז בשעת איר מאן איז א גרויסע טראמפ קעגנער? איעדע נאכט דערציילט זי עם אלעס וואס עס איז פאר געקומען און גארנישט זי איז נאך אלץ דארט!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


אין פאליטיק פרעגט מען נישט קיין קשיות. בפרט אזא אדמיניסטראציע ווי טראמפ'ס וואס איז דורך און אדורך פארדארבען מיט שקר, כבוד, און שנאה, וואס קען טוישען די דעות, שיטות, און אנגעשטעלטע א יעדען מאנטיג און דאנעשטיג, איז בכלל נישט קיין סתירה צו די פאליטישע דעות פון די spouse.

טראמפ אליינס, פאר ער איז געלאפן, האט געהאלטן פונקט פארקערט איבער אסאך פון די אישוס וואס ער פארפירט היינט.
זונטאג אקטאבער 20, 2019 10:47 am#437382
וואלווי האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:איינער קען מיך מסביר זיין ווי אזוי דער witch ארבעט אין דער ווייסע הויז בשעת איר מאן איז א גרויסע טראמפ קעגנער? איעדע נאכט דערציילט זי עם אלעס וואס עס איז פאר געקומען און גארנישט זי איז נאך אלץ דארט!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


אין פאליטיק פרעגט מען נישט קיין קשיות. בפרט אזא אדמיניסטראציע ווי טראמפ'ס וואס איז דורך און אדורך פארדארבען מיט שקר, כבוד, און שנאה, וואס קען טוישען די דעות, שיטות, און אנגעשטעלטע א יעדען מאנטיג און דאנעשטיג, איז בכלל נישט קיין סתירה צו די פאליטישע דעות פון די spouse.

טראמפ אליינס, פאר ער איז געלאפן, האט געהאלטן פונקט פארקערט איבער אסאך פון די אישוס וואס ער פארפירט היינט.


איה״נ אבער ער פרעגט וויאזוי זיי קומען זיך דורך? זיי זענען דאך מאן און ווייב. די מאן האלט אז טראמפ מאכט חרוב אמעריקע און די פרייע וועלט און איז ממש א המן און דער ווייב האלט אז טראמפ איז משיח. וויאזוי ארבעט דאס?

איך האב געהאט איינעם וואס איך בין ארויס מיט איר אין די יאהר וואס טראמפ האט געוואונען און זי איז געוועהן א שטארקע טראמפ שטיצער. און סאיז געוועהן געפערליך ביז אונז האבן אפגעמאכט אונז רעדן נישט קיין פאליטיק. בכלל האט דאס געמאכט איך זאל מיך פארעקעלן פון איר מיט די צייט ווען כהאב געזעהן אז זי איז א פשוטע פארדארבענע ראסיסט. איינע וואס האלט שווארצע און ספאנישע זענען בבחינת מאנקיס און זיי פאר הארגענען אמעריקע׳ס ריינע וויייסקייט... בקיצור א ווייסע נאצי פונקט ווי אלע נאציס...
זונטאג אקטאבער 20, 2019 12:24 pm#437383
גערעכט, אז אין שטוב דארף הערשן שלום, אבער לפי הידוע, זיין א טראמפ שטיצער, אדער א טראמפ אנגעשטעלטער, מיינט גארנישט אינדערהיים, ס'האט מיט'ן אמת קיין שייכות נישט, אזוי ווי ס'שטעלט זיך אויס צום סוף.

היינט איז פורים מארגען איז אויס...
זונטאג אקטאבער 20, 2019 12:51 pm#437384
פוטין איז היינט דער גרעסטער פריץ אויף די וועלט! ער רופט אלע שאטס! שיין זעהן מיר אויס! טראמפ רוקט זיך פאר אים ווייל ער איז די רייכעסטע מענטש אויף דער וועלט מיט די מערסטע פאוער! ער האט אינזינען זיינע אייגענע אינטערעסן. פוטין איז נאך מסתם פון די איינציגסטער מענטשען וואס ער האלט אז ער וועט נאך קענען ״איין טאג״ מאכן א גיטע ביזנעס דיעל מיט אים. און וואס פוטין זאגט איז ביי אים הייליג! דער רוסישער שפיאן האט פארכאפט די אמעריקאנע גאווערמענט און דינט די אינטערעסן פון א דיקטעטאר ווי פוטין! די פרייע אמעריקע ארבעט יעצט פלוצלינג פאר פוטין׳ס אינטערעסן... סאיז נישט קיין conspiracy! סאיז אפען און גראד! וואס איז די סיבה אז ער ציט זיך ארויס פון סוריא פלוצלינג? אלע רעפובליקאנער- זיינע אייגענע מענטשען שרייען קולות וברקים!???

וואס דען איז דער פשט?

פוטין׳ס אינטרעס איז טראמפ׳ס אינטרעס! ער איז מקנא פוטין! ער קוקט ארויף אויף אים , ער לעקט זיך צו אים אפען! יעדער קען עס גלייך כאפן!
ער וואלט געוואלט זיין די זעלבע דיקטעטאר ווי אים, ער האט עס אליינס געזאגט! הלוואי וואלט איך געקענט זיין פרעזידענט פאר לייף! (אויף די כינעזער פרעזידענט האט ער עז געזאגט אבער סאיז די זעלבע זאך בעסיקלי)

ער האט געלויבט פוטין אפען און גראב אזש אז ער האט געמוזט אליינס נאכדעם צוריקציען פון די רעאקציע וואס ער האט באקומען דערנאך....

ALL ROADS LEAD TO RUSSIA': DEMOCRATIC SENATOR SAYS TRUMP'S SYRIA PULLOUT JUST ANOTHER PUTIN VICTORY
m https://www.newsweek.com/russia-victory ... ut-1466522 m


סקען זיין אז אמעריקע דארף זיך טאקע נישט אריינמישן, אבער איין זאך איז זיכער מ׳טאר בשום אופן נישט צולאזן אז דער נידערטרעכטיגער רוצח פוטין זאל בעלעבאטעווען אויף יענע ראיאן! דאס איז איינמאל זיכער! און זיך אוועקרוקן פאר אים? מאכן פלאץ אז ער זאל קענען דארט איבערנעמען די מאכט???
דינסטאג אקטאבער 22, 2019 9:59 pm#437395
שבת אחים און אנדערע זעלבסט לעבּאָלירטע לינקע אנטי מלחמה אנהענגער. ביטע פארלייגן אויף רעקארד וואו איר שטייט בנוגע די סוריע סיטואַציע. באלאנגט אמעריקע יא אדער נישט דארט? איז פרעזידענט טראָמפּ יא אדער נישט גערעכט פארן נעמען אקציע צו ענדיגן די אלע ענדלאזע מלחמות איבער די וועלט?

וואו ס'שיינט איז די גאנצע זיך ארויסציען פון סוריע נאר א נקמה פאר די וואס פרובירן איהם פטור צו ווערן. אייגנטלעך איז די קשיא וואס פארדינען די עליטע פאליטיקער פון די ענדלאזע קריגן? לינדזי גראהאם און מיטש מקאננעל, ביידע נישט קיין טראָמפּ פרינט, האבן זיך געלאזט הערן אז זייער יא אדער נישט שטיצע פאר אומפיטשמענט איז אפהענגיק אין טראָמפּ'ס לעצטע ארויסציאכץ פון סוריע... ווילעך פארשטיין..... ביטע קלאר מאכן.....
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 2:29 am#437447
קורקלענד האט געשריבן:שבת אחים און אנדערע זעלבסט לעבּאָלירטע לינקע אנטי מלחמה אנהענגער. ביטע פארלייגן אויף רעקארד וואו איר שטייט בנוגע די סוריע סיטואַציע. באלאנגט אמעריקע יא אדער נישט דארט? איז פרעזידענט טראָמפּ יא אדער נישט גערעכט פארן נעמען אקציע צו ענדיגן די אלע ענדלאזע מלחמות איבער די וועלט?

וואו ס'שיינט איז די גאנצע זיך ארויסציען פון סוריע נאר א נקמה פאר די וואס פרובירן איהם פטור צו ווערן. אייגנטלעך איז די קשיא וואס פארדינען די עליטע פאליטיקער פון די ענדלאזע קריגן? לינדזי גראהאם און מיטש מקאננעל, ביידע נישט קיין טראָמפּ פרינט, האבן זיך געלאזט הערן אז זייער יא אדער נישט שטיצע פאר אומפיטשמענט איז אפהענגיק אין טראָמפּ'ס לעצטע ארויסציאכץ פון סוריע... ווילעך פארשטיין..... ביטע קלאר מאכן.....

איך ווארט צו הערן....
פרייטאג אקטאבער 25, 2019 5:46 pm#437513
לעבעדיג!
הערטס אויס די phone call וואס זשוליאני האט בטעות געדיילט א רעפארטער מיט וועמען ער האט גערעדט פריער.... סאיז אינטערסאנט וואס ער רעדט דארט... ער לאזט אים א לאנגע מעסעדזש בטעות...
:lol: :lol: :lol:

Rudy Giuliani butt-dials NBC reporter, heard discussing need for cash and trashing Bidens

m https://www.nbcnews.com/politics/politi ... h-n1071901 m


זשוליאני קוקט ממש אויס ווי באצאלטע אקטיאר אויף SNL...
די גאנצע טראמפ פרעזידענסי איז ממש SNL LIVE...

כהאב מורא אז צום סוף גייט זיך גאר ארויסשטעלן אז טראמפ און דזשוליאני ארבעטן פאר NBC און זיי זענען פשוטע SNL כאראקטארס און אלעס איז נאר געוועהן א וויץ... און color war גייט אויסברעכן...

:) :lol:
פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 6:09 pm#438019
m https://youtu.be/yG-bABlLkJI m

דער ססאביל דזשיניעס זאגט אז פעלאוסי און שיף זענען קאראפטירט! אָן קיין פארוואס... אָן קיין פארווען.... אָן קיין שום באווייזן... גארנישט!
ווייל אזוי האט די רבי געזאגט.... און פארטיג! נעבעך...

אלעס וואס די דעמאקראטן זאגן איז א ליגענט! די גאנצע מעשה מיט אוקריינא ווהיסלבלואער איז א פשוטע ליגענט :lol: :ugeek: :lol:

אלע זיינע נאנטע מענטשען ארום אים פון די לעצטע פאר יאהר זענען אינטער קרימינאלע אינוועסטיגעישאנס אדער קרימינאל אנגעקלאגט געווארן. דזשוליאני לויפט ארום זוכן לויערס. מייקל קאהן זיין געוועזנע לויער שמאכט אין תפיסה,
ראדזשער סטאון וכו׳ וכו׳


איך הער אים כמעט קיינמאל נישט אויס. ווען איך הער אמאל יא. טוט מיר עס ממש וואונדערן וויאזוי א נארמאלע מענטש קען אים בכלל שטיצן!

מענדלע וויזניצער חסידים זענען גאלד קעגן דעם!

ער איז בכלל נישט קיין נארמאלע מענטש.

יעדע ווארט וואס ער זאגט ארויס איז איין שטיק ליגענט! טפשות! לאגיקל פאליסיס! ממש מ׳דארף זיין א שוטה צו זיין פון זיינע שטיצער...

מילא ער אליינס איז פשוט א טויט פאריקטע נארסאסיסט און מאראליש קאראפטירט פון קאפ ביז פוס אבער אזויפיל מיליאנען מענטשען אין אמעריקע זענען אזוי צוריקגעשטאנען???

דער טראמפ מיט זיינע מענשטען גיבן נישט קיין שיט פאר אמעריקע און זייערע געזעצן נאר ווען עס שטימט מיט זייער אגענדעס ווי גאנס דעמאלטס וועלן זיי דיר האקן און קאפ אריין מיט זייער Constitution. אבער קאנגערס שיקט א subpoena פאר מאלאוואני איז אלע געזעצן פלוצלונג געשטארבן... :roll:

ווילאנג מיינט ער אז ער וועט קענען שרייען “פעיק נוס?” אלע זיינע שטיק איז שוין איבערגעקייט און אויסגעוועפט...
מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 9:42 pm#438029
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
דו פארשטייסט אז מענטשן גלייכן נישט און גלייבן אויך נישט דעמאקראטן אזוי ווי אדם שיף? זיי טראכטן אז ס'איז פאליטיק צווישן די ביידע עקעלדיגע פארטייען און זאלן אלע גיין צו לע....ל.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג נאוועמבער 10, 2019 10:10 am#438048
לעצט וואס איך האב געזען וועגן מאנכע רעקרוטירן אדוואקאטן איז עס געווען ברענען און קלעפּער, קאומי, מקעיבּ, פעידזש און סטרזאָק האבן שויַקרימינאלען אדוואקאטן פאר א לאנגע צייט.

די גאנצע וויסלבּלויער פרשה איז דערווייל א זייפן בּלאָז, איינער וואס באטראכט די פאקטן אוועילעבל זעהט אז ס'איז א אויסגעטראכטע 'אפיניאן' די גאנצע חשד.
מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 4:38 pm#439216
.
מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 5:19 pm#439223
אין רואין המלך בניבולו....
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:57 am#442276
קאפי/פעיסט


.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 12:23 pm#442278
Who cares יא געסטראשעט אוקריינע נישט געסטראשעט, אונז דיעל מיר דא מיט משוגעים (סאציאליסטן\קאמאניסטן) וואס ווילן אוועקנעמען אונזער freedom of speech, פרייהייט פונעם אינדיווידועל און אונזער פרייהייט צו פארדינען געלט און מיך זאל ענדערש אינטערסירן א פאון קאלל צו אוקריינע...
זונטאג יוני 14, 2020 12:42 pm#451588
מזל טוב יר''ה צום פיר און זיבעציגסטן געבורטס טאג.
זונטאג יוני 14, 2020 3:09 pm#451603
זאל דער אייבערשטער העלפן דער רבי זאל לעבן און אונז פירן אנטקעגן משיח צדקינו.

בביהמ"ד בני לואי דשיינער אין מאנסי עסט מען א סעודה לכבוד דעם יום הולדת.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה.
מאנטאג יוני 15, 2020 1:45 am#451688
פרעה האט אויך געפראוועט א יום הולדת, מיט איין שר האט ער פלוצלונג פארגעסן די בייז בלוט, און דער צווייטער האט ער געטראסקעט צום טויט.

היסטאריע חזר'ט זיך איבער..
פרייטאג יוני 19, 2020 12:14 am#452187
אזויווי די פרישע עלעקשאנס ווערן נאָענטער, בין איך שטארק נייגעריג אויף צוויי זאכן.

איז דא אזעלכע דא אין קאווע שטיבל וואס זענען געווען פּרא-טראמפּ און האבן איהם געדראַפּט אויף אזוי ווייט אז זיי זענען יעצט לטובת ביידען?

איז דא אזעלכע וואס האבן איהם שטארק פיינט געהאט אין אנפאנג, ווייל זיי האבן איהם אונטערגעשאצט, אדער נישט פארשטאנען, אבער זינט דאן האבן זיי געהאט א טויש אין הארץ און וועלן איהם אי''ה ערוויילן אויף א צווייטע טערם?

חברה, קומטס אריין קלאר.
פרייטאג יוני 19, 2020 12:23 am#452189
איך פערזענליך האב אלס געהאסט טראמפ און איך האס איהם נאך מער היינט אבער פון שמועסן מיט חברים און באקאנטע איז קלאר אז רוב היימישע עולם אפילו די וואס האבן איהם נישט געגליכן זענען געווארען אנגעווארעמט מיט די צייט
פרייטאג יוני 19, 2020 12:40 am#452193
את חטאי אני מזכיר היום. איך בין געווען א שטארקע רעפאבליקאנער און א טראמפ
פען פאר 4 יאהר צוריק, היינט צוטאגס בין איך ליבעראל און איך האס טראמפ.
מאנטאג יוני 22, 2020 9:44 pm#452592
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
ביי די רעפובליקאנער פריימעריס אין 2015 בין איך געווען א שטארקע פען פון טעד קרוז, ווען טראמפ האט געוואונען די נאמינאציע בין איך געווען זייער אנטוישט אין די גאנצע סיסטעם, שפעטער האב איך געלערנט אים צו גלייכן... ביז כ'האב געמאכט א שארפע יו טורן. כ'ווייס נישט וואס איך בין יעצט, אבער פון טראמפ און ביידען גיי איך פאר ביידען.
מאנטאג יוני 22, 2020 9:48 pm#452593
אקעי האמיר שוין 2 קעגן איינס. נאך איינער?
מאנטאג יוני 22, 2020 10:17 pm#452599
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
פיר יאר צוריק ווען איך בין נאך געווען אינגער האב איך שטארק געהאלטן פון טראמפ, עלטער ווערנדיג האב איך מיך אפגעשאקלט פון עם, אבער עם אקעגן ביידען, גיי איך נאך אלס וואוטן טראמפ, פשוט ווייל איך ציטער אז ביידען וועט פשוט נישט נעמען שריט ווען עס פעלט זיך אויס - אזויווי געוויסע דעמאקראטישע שטאטן ביי די לעצטיגע ראיאטן......
מאנטאג יוני 22, 2020 10:34 pm#452604
אזויווי למשל,
א) זיך באגענוגיגן מיט אפשטעלן כינעזע בירגער פון אריין קומען אין לאנד, ווען די מומחים האבן אנגעווארענט אז מ'מוז זיין גרייט פאר אסאך מער.
ב) אנפייפן די עצות פון עקספערטן נאכאמאל און נאכאמאל, און דערמיט פאראורזאכן די טויט פון מער ווי דרייסיג טויזענט מענטשן, לויט די אפשאצונג פון מומחים.
ג) און דורך די נאכלעסגיקייט, ווען די וויירוס איז געקומען למעשה, האבען מיליאנן מענטשן געליטן פיל מער ווי זיי וואלטן געדארפט, ווען מ'וואלט גענומן די ריכטיגע שריטן.
ד) און די פינאנציעלע ליידונג וואס דאס האט פאראורזאכט, וואס צוליעב דעם האט מען פארטיילט טריליאנע דאלארן על חשבון העתיד

האסט מורא פון אזעלכע פאסירונגן אונטער ביידן? דעריבער גייסטו גיין פאר טראמפ?

איך האב ענק געזאגט פון אנהייב. מיין נישט אז א צודרייטע פרעזידענט איז נישט אזא שלעכטער זאך. א פרעזידענט וואס טראכט נישט, איז די ערגסטע. יעדער מאכט גרייזן, דער איז א שטיק גרייז.
מאנטאג יוני 22, 2020 10:49 pm#452620
ליטוואק, צייג מיר נאר אן א פלאץ אין דער וועלט וואו מען האט זיך יא גערעכנט מיט די אזוי גערופענע עקספערטן און ס'האט געהאלפן מער? און ווען איר טרעפֿט יענע פאלץ ווערט נאר געוואויר אויב ס'איז געווען א לינקע מקום..... אויך אז איר זיכט שוין מאכט א ליסטע פון לינקע מקומות וואס האבן געטוהן בעסער ווי טראמפּ.... פארשטייט זיך אז איר קענט נישט זיין אויפריכטיג מיט זיך אבער באמת גערעדט וויפיל כח האט טראמפ איבער די לינקע פאליטישאנס אוואו ס'זענען פארגעקומען די מערסטע טויטע.....
דינסטאג יוני 23, 2020 2:16 am#452681
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
ליטוואק: דו האלטסט אז ביידען וואלט יא געטוען מער?
איך זע אז אלע לינקע (און רעכטע) שטאטן האבן די זעלבע זיך נישט קיין עצה געגעבן.
דינסטאג יוני 23, 2020 2:43 am#452684
פאליטיקאנט: איך ווייס נישט אויב טראמפ כשהוא לעצמו האט ריכטיג געהאנדלט אין א יעדן פאל. אבער קיין פארמעסט צווישן איהם און ביידען קענמען בשום אופן נישט מאכן. ווייל דזשאו ביידען זעהט אויס ווי א מענטש וואס איז ל"ע נישט געזונט. און ער ווערט נאר געהאלטן ביים לעבן און ביים דעת ..."ארטיפישיעללי"...! איך ווייס נישט וויאזוי די דעמאקראטן לייגן איהם ארויס אלס נאמיניע. וואס זייער סטראטעגיע איז. א יעדער קען דאך זעהן אז ער פונקציאנירט נישט. בשעת ווען זיי האבן אזעלכע טאלאנטירטע מענטשן ווי דער גאווערנאר פון נ.י. ענדרו קואמא. אדער פיל מוירפי. דער גאווערנאר פון ניו דזשערסי. און נאך אנדערע.

דו האסט דען א הווה אמינא אז אויב קואמא אדער מוירפי זאללן זיין די פרעזידענט קאנדידאטן אז די דעמאקראטישע פארטיי וועט אנציען א סאך מער וואוטס ווי ביידען זאלל זיין אין שפיץ...?!
דינסטאג יוני 23, 2020 3:33 pm#452765
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
דעפיניטלי.

איך וואלט געוואוט פאר יענג.....
פרייטאג יולי 10, 2020 1:06 am#454222
אוי גייט ATUB @שבת אחים ATUB שרייען אויף דעם...
דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:04 pm#455556
פרעזידענט טראמפּ האט ההיינט אינדערפרי ווידער אויפגעשטורעמט די וועלט מיט א פרישע טוויט וואו ער פרעגט הויך פארוואס מען זאל נישט אפשטופן די פרעזידענטואלע וויילן וואס דארפן פארקומען נאוועמבער די דריטע. די דעמאקראטן און צוגאב מיט די אנטי טראמפּנרס זענען ווילד געווארן און ס'טוהט זיך און לעבט זיך ווידער....

מיין שאלה איז וואס האט טראמפּ געוואלט דערמיט? ער קען עס נישט טוהן סייווי. ער איז נישט קיין דיקטאטור, די מעגליכקייט דאס צו טוהן באלאנגט אנבאדינגט פאר קאנגרעס און ס'איז א זאך וואס נאר פרוי פעלאוסי קען ערמעגליכן. ממילא איז שווער וואס וויל ער?

איין חשבון איז. ער וויל פירסום, גארנישט מער. דאס זעלביגע ווי זיין סטעיטמענט אז מעקסיקאו וועט באצאלן פאר די וואנט., וואס האט איהם געברענגט פרייע אדווערטייזמענט.

נאך א חשבון, ער ווייסט אז די דעמאקראטן וועלן עס מעגלעך פּרובירן צו פארלאנגן עווענטועל?
דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:19 pm#455558
קורקלענד האט געשריבן:פרעזידענט טראמפּ האט ההיינט אינדערפרי ווידער אויפגעשטורעמט די וועלט מיט א פרישע טוויט וואו ער פרעגט הויך פארוואס מען זאל נישט אפשטופן די פרעזידענטואלע וויילן וואס דארפן פארקומען נאוועמבער די דריטע. די דעמאקראטן און צוגאב מיט די אנטי טראמפּנרס זענען ווילד געווארן און ס'טוהט זיך און לעבט זיך ווידער....

מיין שאלה איז וואס האט טראמפּ געוואלט דערמיט? ער קען עס נישט טוהן סייווי. ער איז נישט קיין דיקטאטור, די מעגליכקייט דאס צו טוהן באלאנגט אנבאדינגט פאר קאנגרעס און ס'איז א זאך וואס נאר פרוי פעלאוסי קען ערמעגליכן. ממילא איז שווער וואס וויל ער?

איין חשבון איז. ער וויל פירסום, גארנישט מער. דאס זעלביגע ווי זיין סטעיטמענט אז מעקסיקאו וועט באצאלן פאר די וואנט., וואס האט איהם געברענגט פרייע אדווערטייזמענט.

נאך א חשבון, ער ווייסט אז די דעמאקראטן וועלן עס מעגלעך פּרובירן צו פארלאנגן עווענטועל?

זייער פשוט
זיין ציהל איז אנצוזייען ווי מער כעאס אז קיינער זאל נישט וויסן וואס דער אמת איז אדער וואס מען דארף טוהן