Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » מנשה (פילם)

מנשה (פילם)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
149 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 196 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11272
פרייטאג אפריל 21, 2017 5:22 pm#368800
איך פראביר צו דערגיין צו אין קאנאדא גייט מען עס ווייזן ביי עני פעסטיוואל. ווער עס ווייסט זאל ברענגן א לינק.

- אכטונג נאר ערנסטע דעבאטירונגען -
זונטאג אפריל 23, 2017 12:18 pm#368826
ישראל גלויבער האט געשריבן:אכטונג נאר ערנסטע דעבאטירונגען -

כ׳זאל לאכן?
זונטאג אפריל 23, 2017 7:53 pm#368861
בהחלט
דינסטאג אפריל 25, 2017 10:42 am#368989
אויפן קורצן קליפ וואס ווערט דא געברענגט זעט זיך אן א שיין פאר היימישע עקטערס, מיינט דאס א נייע עפאכע און ייודישע פילמס?
דינסטאג אפריל 25, 2017 2:21 pm#369004
לאמיר האפן אז יא.

נאר ליידער אין די היימישע קאמיוניטי ווער ס'גייט מיט קראקס אויף דער גאס איז דאך שוין אינגאנצן אפגעפרעגט! איך קען א איד וואס עקט אויף קליפס און מאכט זיך אביסל משוגע, ער האט פיר קינדער אין שידוכים און קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט אים ווייל ער האט זיך אביסל משוגע געמאכט אויף קליפס, און אין אונזער יעצטיגע סיסטעם וואס אונז האבן אוועקגעשטעלט איז אז יעדע "קליינע טויש" וואס איינער מאכט איז ער שוין אויסגעשלאסן פון די סאסייעטי. אין נארט קארעא האט דער דיקטעטאר אויך נישט ליב קיין נייע זאכן, חדש אסור מן התורה, סטאטוס קווא פארזיכערט זייערע פאזיציעס! אזוי בלייבן די רשעות'דיגע סעלפיש בנשק'לעך ביי די מאכט... און קיינער טשעפט נישט מיט זיי, ווי נישט ווי איז דאך דער רוזינער געוועהן זייער עלטער עלטער זיידע, און אויפדעם ארויף האבן זיי רעכט צו אלע זייערע רשעות מיט די "גאלדענע בעיקטשעס"! זיי זאלן וואוינען אין פאלאצן מיט טויזנט משרתים וואס ווישן זיי אפ דעם מחילה, און אלע אנדערע אידן זאלן פגר'ן פאר הונגער און נישט האבן ווי אריינצולייגן זייערע קינדער אין די מוסדות... באנדע בהמות וואס ענק זענען...

עד כאן! דעס גרעניצט זיך שוין באלד מיט כפירה לויט היינטיגע קאווע שטיבל סטאנדארטן ;)
דינסטאג אפריל 25, 2017 4:24 pm#369029
שבת אחים האט געשריבן:איך קען א איד וואס עקט אויף קליפס און מאכט זיך אביסל משוגע, ער האט פיר קינדער אין שידוכים און קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט אים ווייל ער האט זיך אביסל משוגע געמאכט אויף קליפס.


איך בין זיך גרייט צו משדך זיין מיט איהם גיב מיר זיין קאנטעקט אינפא :lol:
מיטוואך מאי 17, 2017 10:42 pm#371487
מאנטאג יולי 17, 2017 4:36 pm#379327
מנשה גייט געוויזן ווערן נעקסטע פרייטאג, שבת, און זונטאג אין מאנהעטן.

זונטאג נאך די 5:00 מאווי וועט מנשה ארויפקומען רעדן, ווען איך בין געווען אין מאנהעטן עס וואטשן מיט א שטיק צייט צוריק, איז געווען זייער זיס ווי מנשה האט געענטפערט אויף די קשיות אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן אנדערע אקטאר'ס.

פאר די אלע וואס ווילן זעהן א עכט היימישע מאווי ווערן געבעטן שוין צו קויפן טיקעטס אויף זונטאג, איהר וועט זיכער הנאה האבן.
דינסטאג יולי 25, 2017 11:26 pm#380291
ווייל אזוי האט געשריבן:מנשה גייט געוויזן ווערן נעקסטע פרייטאג, שבת, און זונטאג אין מאנהעטן.

זונטאג נאך די 5:00 מאווי וועט מנשה ארויפקומען רעדן, ווען איך בין געווען אין מאנהעטן עס וואטשן מיט א שטיק צייט צוריק, איז געווען זייער זיס ווי מנשה האט געענטפערט אויף די קשיות אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן אנדערע אקטאר'ס.

פאר די אלע וואס ווילן זעהן א עכט היימישע מאווי ווערן געבעטן שוין צו קויפן טיקעטס אויף זונטאג, איהר וועט זיכער הנאה האבן.
דינסטאג יולי 25, 2017 11:46 pm#380297
וועט זיין צוגעשטעלט טשולענט מיט צוויבל קיגל אויפ'ן פלאץ?
דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:09 pm#380572
Re: מנשה (פילם)
מנשה איז געווען געדעקט היינט אויף BBC world service, אינטערעסאנט צי וויסן פארוואס דאס איז אן אינטערנאציאנאלע נייעס, עני וועי האב פראבירט עס צי רעקארדירן פונעם קאמפיוטער, אבער אן ערפאלג, מנשה האט גאר א שלעכטע ענגליש, אזאך וואס איך האב נישט געוויסט, און זיי שמועסן אויס אינטערעסאנטקייט וויאזוי אין ווער ס'וועט וואטשן א ווידעא אין אידיש מיט א ענגליש סובטייטל...
דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:37 pm#380579
ער האט געוואינט אין לונדון
דאנערשטאג יולי 27, 2017 8:55 pm#380597
Re: מנשה (פילם)
בילד
דאנערשטאג יולי 27, 2017 8:57 pm#380598
Re: מנשה (פילם)
בילד
דאנערשטאג יולי 27, 2017 9:18 pm#380600
געב אהער א לינק ביטע
פרייטאג יולי 28, 2017 4:15 am#380628
vice news
NYP
NY times
NPR

מידיא דעקונג פון די פילם מנשה,
פרייטאג יולי 28, 2017 4:18 am#380629
Re: מנשה (פילם)
ישראל גלויבער האט געשריבן:געב אהער א לינק ביטע

דאס איז געווען אויף לייוו טעלעוויזיאן, און מ'קען עס נישט געהעריג רעקארדירן
פרייטאג יולי 28, 2017 4:21 am#380630
אינטערעסאנט צי זען ווי אזוי מנשה האט געזאגט אין די וועקער אז עס איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן ממילא איז דאס נישט קיין פראבלעם, און אויף BBC זאגט ער קלאר אז ער האלט אז אידן קענען עס גיין זען, בלייבט איבער צי שפעקולירן פארוואס די טויש איז געקומען, אפשר וועגן ס'מאכט נישט קיין געלט?

לדעתי איז עס געווען א מיאוסע מיסטעק צי מאכן די ווידעא און אידיש, אבער טראכט איך נאכן זען וויאזוי מנשה האט זיך אויסגעקעקעצט אן ענגליש איז אפשר איז עס אין אידיש ווייל מנשה קען נישט קיין ענגליש...

עס בלייבט נישט איבער צופיל מענטשן וואס זענען מסכים צי זען א ווידעא מיט א סובטייטל (subtitle) אויב איינער האט שוין געוואטשט א ווידעא אין איין שפראך מיט נאר א סובטייטל וואס דורך דעם פארשטייט די ווידעא ווייסט אז עס איז נישט אינטערעסאנט, און פון די פאר אידן וואס גייען עס וואטשן וועט מען נישט מאכן צופיל געלט.
פרייטאג יולי 28, 2017 4:36 am#380631
די רעקארדירונג פון NPR מיטן דירעקטאר וויינסטיין

m https://drive.google.com/file/d/0B7KMsI ... p=drivesdk m
פרייטאג יולי 28, 2017 8:03 am#380636
מרת עליסאן דזשאסעפס פון Jew in the city שרייבט פארוואס די איז געווארן אנטוישט פון דעם פילם

m http://jewinthecity.com/2017/07/i-had-h ... appointed/ m
פרייטאג יולי 28, 2017 11:10 am#380663
וואס איז פשט אז מען ווייסט עס אין שבת? איז עס נישט קיין פראבלעם?
פרייטאג יולי 28, 2017 5:34 pm#380702
מ'קען שוין קויפן? אדער נאר דאוינלאוידן
פרייטאג יולי 28, 2017 5:41 pm#380703
היכי דמי האט געשריבן:וואס איז פשט אז מען ווייזט עס אין שבת? איז עס נישט קיין פראבלעם?

אוודאי וועט ער גארנישט פארדינען, ווער גייט גיין שבת? און בכלל אויב 'דזשו אין די סיטי' האט עס נישט ליב, איז עס א דורכפאל. קלאר! :lol:
פרייטאג יולי 28, 2017 5:49 pm#380704
Re: מנשה (פילם)
מנשה האט געלאזט א הערה פאר Jew in the City.

מנשה לוסטיג Menashe Lustig
I'm the actor Menashe Lustig, I really dont have to respond. But because in reality we are together Orthodox, I feel quite close to responding.
Well, I'm sorry you're disappointed in our film, but my answer, as I said to the New York Times. We did not do the film for Jews. We did the film for the nations of the world. And I was in several places in the world, wher the film was screened, Berlin, Utah, Czech Republic, Jerusalem, Australia, China and many other places. and there was not a single Jew there, apart from me and the director, everyone came out amazed that such a film had not been seen for decades.
Also a strong reason why people love this movie, is because I'm a born and natural actor, and it catches anyone who loves art and film
I met Chris Clombus, who is one of the producers of our film, and he made the films 'Harry Potter' and, at home alone, and more, and he told me he had not seen such a movie in decades.
Anyway, everyone has his own conjecture, but not everyone can talk about everyone.
פרייטאג יולי 28, 2017 6:32 pm#380711
או עמ דזשי! :roll: :roll: :roll:

וואו הייבט מען אן? ער האט געמאכט די פילם "פאר די נעישאנס אוו דע ווארלד". ער איז ארומגעפארן די וועלט, יוטא, טשיינע... "די בעסטע פילם אין דעקעידס", די פראדוסאר האט אליין געזאגט. :lol:
פרייטאג יולי 28, 2017 6:40 pm#380713
הוגה האט געשריבן:או עמ דזשי! :roll: :roll: :roll:

וואו הייבט מען אן? ער האט געמאכט די פילם "פאר די נעישאנס אוו דע ווארלד". ער איז ארומגעפארן די וועלט, יוטא, טשיינע... "די בעסטע פילם אין דעקעידס", די פראדוסאר האט אליין געזאגט. :lol:

:lol:
זונטאג יולי 30, 2017 1:44 pm#380751
Re: מנשה (פילם)
אודיא פון די BBC איבער די פילם מנשה,
(ווידעא איז נישט געלונגען צי קאפירן)

m https://drive.google.com/file/d/0B7KMsI ... p=drivesdk m
זונטאג יולי 30, 2017 7:51 pm#380778
איין ניק רעדט צום צווייטן אלערט.
מאנטאג יולי 31, 2017 1:23 am#380815
טרויבן88 האט געשריבן:אודיא פון די BBC איבער די פילם מנשה,
(ווידעא איז נישט געלונגען צי קאפירן)

https://drive.google.com/file/d/0B7KMsI ... p=drivesdk

דא איז די דראפבאקס. m https://www.dropbox.com/s/d04uj9oy1j8xl ... A.mp4?dl=0 m
זונטאג אוגוסט 06, 2017 1:58 pm#381462


מנשה שאלות ותשובות נאך די מאווי... אוי ווי ער קעקעצט אריין
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:37 pm#381583
וויאזוי קוקן עס די גוים אן? ער פילט אן א פערטל זאל? חחח
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:51 pm#381586
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז בערל איז נישט דא, קענסטו רואיגעהייט וויסען אז ס'איז נישט

ליטוואק: איך גיי בל"נ שרייבן א ליקוט פון אלע חכמות און מאמרים פון הרב ישראל מ. סופר המכונה מנשה פיליפ (אדער פארקערט. ס'ווענדט זיך וועלכן נאמען ער נוצט מער.)...! און ס'פארשפרעכט צו זיין א דיקער חיבור פון לכה"פ 1,500 פעידזשעס.

וואס דער צודרייטער מנשה לוסטיג זאגט איז מיר נישט אינטרעסאנט. נאר אנצוקוקן צורת קדשו זעהט מען דאך אז ער איז א צודרייטער...!
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:14 pm#381589
האב איך די פארגאנגענע שבת געזען ממש פיליפ, ער זעט נישט אויס קיין סאך בעסער.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 3:34 pm#381604
טרויבן88 האט געשריבן:אודיא פון די BBC איבער די פילם מנשה,
(ווידעא איז נישט געלונגען צי קאפירן)

https://drive.google.com/file/d/0B7KMsI ... p=drivesdk

ווי קומט bbc צו רעדן פון דעם פילם
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 6:13 pm#381616
גלויבער, ווער איז דאס מנשה? און פון וואספארא פילם רעדט מען דא?
מיטוואך אוגוסט 09, 2017 10:34 am#381827
וועקער'ס אינטערוויו מיט מנשה איז יעצט עוועילעבל צו דאונלאדן אומזיסט!

m https://t.me/Publications_MM/14671 m
m https://t.me/JewishMedia/11820 m
מיטוואך אוגוסט 09, 2017 10:48 am#381828
יתרו האט געשריבן:גלויבער, ווער איז דאס מנשה? און פון וואספארא פילם רעדט מען דא?


קוק דא און דא
מיטוואך אוגוסט 09, 2017 2:08 pm#381855
איך שטיי היינט נעבן טאבע שול אין מאנטריאל, קומט צו מיר צו אזא האלבע יודל, און פרעגט מיר צו איך האב געזען די רעקלאמע פונעם פילם, און כ'זע דארט אז ס'שפילט אין קאנאדע אויך, איז מיר גוט געווארן, וועל איך נישט דארפן ווארטן לאנג. איך האף צו ברענגן א גריס אויב כ'וועל מצליח זיין אנצוקומען עס זען דא.
מיטוואך אוגוסט 09, 2017 7:57 pm#381879
berlbalaguleh האט געשריבן:
וואס דער צודרייטער מנשה לוסטיג זאגט איז מיר נישט אינטרעסאנט. נאר אנצוקוקן צורת קדשו זעהט מען דאך אז ער איז א צודרייטער...!

נאר צו לייענען דיין תגובה פארשטייט מען אז דו פלאצט פאר קנאה..
מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:57 pm#381900
ישראל גלויבער: וואו... איך פלאץ פאר קנאה...איך האב גארנישט וואס צו ענטפערן אויף דעם. ווייל ס'איז אזוי שטארק אבסורד. ס'פונקט אזוי ווי אז איך זאלל מקנא זיין עפעס א צודרייטן פאציענט פון א משוגעים הויז...!.
דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:19 pm#383116
wow די מאווי גייט שפילן אין די מאדערענע געגענד ''קאט סעט לוקס''. צענטער פון מאטריאל
דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:00 pm#383136
Re: מנשה (פילם)
ישראל גלויבער האט געשריבן:wow די מאווי גייט שפילן אין די מאדערענע געגענד ''קאט סעט לוקס''. צענטער פון מאטריאל


ספעציעל פאר @ישראל גלויבער זאל עס קענען זעהן מיט זיין שווער אין די נייע בעבי אין די אידן וואס מישען זיך נישט פסח
דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:27 pm#383140
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:wow די מאווי גייט שפילן אין די מאדערענע געגענד ''קאט סעט לוקס''. צענטער פון מאטריאל


ספעציעל פאר @ישראל גלויבער זאל עס קענען זעהן מיט זיין שווער אין די נייע בעבי אין די אידן וואס מישען זיך נישט פסח

לא זכיתי להבין
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 12:38 am#384304
ווי קען מען עס וואטשן אנליין?
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 10:15 am#384319
Re: מנשה (פילם)
נאכנישט אוועילעבעל, אפילו אויף טאררענטס, א שאד,

איין טאג
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 5:02 pm#384348
כ'האב אויך פראבירט. מ'קען נישט.
כ'האב געקלינגען מנשה די וואך, ער זאגט אז ס'גייט צו גוט אין די סינעמאס, און ס'וועט נישט אזוי שנעל גיין אנליין.
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:29 pm#384665
כא כא דאס איז פיינע נייעס.


m https://www.youtube.com/watch?v=YoFp0FwQ2TM m
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:14 pm#385676