Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » מנשה (פילם)

מנשה (פילם)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
149 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 196 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11272
זונטאג אקטאבער 01, 2017 9:09 pm#385946
Re: מנשה (פילם)
שוין, האב איך מיך אראפגעריקט צים טיאטער צי זען די מאווי 'מנשה', און וואס זאל איך ענק זאגן??? עס איז א שטיק גארבעטש, אומאינטערסאנט, אזא מייסטער שלעכטע ארבעט, די מעשה האט נישט קיין אנהייב און נישט קיין סוף,
לדוגמא עס ווערט נישט אראפגעשפילט די מאמע'ס פטירה, אדער לכל הפחות די אריבערגאנג פון קינד צים פעטער, סא די ערשטע חלק מעשה דארף מען אליינס כאפן, סא וויאזוי כאפט עס א גוי? אין אפילו אינמיטן ווערט אראפגעלייגט זייער פאלש אין קורץ, למשל די אינטעראקציע צווישן די מענטשן איז ממש געציילטע ווערטער וואס עס זייער פאלש אז ס'איז זייער שווער צי כאפן וואס פינקטליך עס גייט פאר, אפגערעדט אז פאר א גוי איז דאס אומעגליך צי פארשטיין, די שלימזלות פון די מנשה איז צי שטארק אראפגעשפילט אזש מען קען נישט כאפן געהעריג ווי מנשה וויל אז זיין קינד זאל זיין, און ערגער פון אלעם אז עס ענדיגט זיך נישט אין ערגעץ, נישט אז דאס קינד בלייבט ביי עם אין נישט ביים פעטער, עס בלייבט אומקלאר, איז מילא אונז אידן קענען בדוחק אריינפילן די לעכער, אבער א גוי למען השם וויאזוי פארשטייט ער די מעשה???

יעצט צים צווייטן חלק, די סובטייטל, עס טוט נישט איבערטייטשן פארן גוי וואס עס ווערט געשפילט, סיי אז די איבערטייטש איז נישט גוט, און סיי למשל ווען מ'זינגט אדער מ'זאגט לחיים שטייט גארנישט אויפן סובטייטל, עס איז מיר נישט געלונגען צי כאפן א שמועס מיט א גוי, אבער איך האב נישט קיין שום איידיע וואס ער טראכט דערפון,
אין איין ווארט לדעתי,
"אן אומבאלומפערטע ארבייט"
זונטאג אקטאבער 01, 2017 9:38 pm#385947
איז דא אן הלכה אז א קינד טאר נישט וואוינען אין שטוב מיט א פאטער אן א מוטער? קיינמאל נישט געהערט דערפון, און די פראדוסערס האלטן עס אין איין איבערקייען.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 2:44 am#385969
Re: מנשה (פילם)
די DVD איז שוין ארויס געקומען אדער ס'איז נאר דא אין טעאטער???

Sent from my 5056N using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 4:59 am#385976
Re: מנשה (פילם)
מוזיק עקספערט האט געשריבן:די DVD איז שוין ארויס געקומען אדער ס'איז נאר דא אין טעאטער???

Sent from my 5056N using Tapatalk

נאר אין טיאטער, אבער איך זאג דיר צי אז די האסט נישט ארוואס צי ווארטן, א שוואכע ארבייט
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 5:01 am#385977
Re: מנשה (פילם)
אפטעמיסט האט געשריבן:איז דא אן הלכה אז א קינד טאר נישט וואוינען אין שטוב מיט א פאטער אן א מוטער? קיינמאל נישט געהערט דערפון, און די פראדוסערס האלטן עס אין איין איבערקייען.

די שאלה איז נישט קיין הלכה, אפשר רעדט ער פון קולטור? יעצט די מעשה דארף זיך באציען אויף זיין מעשה אביסל, וואס איז געווען ביי עם די מעשה?
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 7:46 am#385986
מעג מען גיין אין טיאטער
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 8:29 am#385991
Re: מנשה (פילם)
ווען וועט מען אפטראגן דעם "דיפפ" טראל פונעם שטיבל??? גענוג איז גענוג אזא אנשיקעניש
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 8:44 am#385992
מעג מען אדער נישט
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 8:50 am#385993
Re: מנשה (פילם)
diff האט געשריבן:מעג מען אדער נישט


פרעג אויף טוויטער
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 8:52 am#385994
ווי
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 3:53 pm#386183
פוק חזי מאי עמא דבר
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 4:08 pm#386186
אפשר דארף מניש זאגן בפה מלה. מקען זאגען אחבר איז געווען
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 4:10 pm#386188
diff האט געשריבן:אפשר דארף מניש זאגן בפה מלה. מקען זאגען אחבר איז געווען

זאגן ליגענט?

אגב, כ'האב געטראפן אין טוויטער א בילד ווי ס'שטעלט זיך א מנין מנחה נאכן סקרינען 'מנשה'.
m https://pbs.twimg.com/media/DGFElYeVwAEhqm4.jpg:large m
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 4:15 pm#386189
בשלשה דברים "עבידי רבנן דמשני, במסכת, בפוריא ובאושפיזא" ...

זיי זענען פוליש
מיטוואך אקטאבער 04, 2017 1:50 am#386231
Re: מנשה (פילם)
פאר ווער ס'וויל וויסן ווי מען קען יעצט וואטשן מנשה,איך האב עס אויך געוואטש דארט, מען קען עס וואטשן אין מאנהעטען אין Angelica film center לייגט עס אריין אין גוגל צי באקומען אינפארמאציע ווי עס איז און וועלכע שעה פינקטליך עס ווערט געוויזן, עס ווערט געלופטערט א גאנצן טאג בערך 5 מאל א טאג, חול המועד וועט עס אויך געוויזן, אבער פארשטייט זיך זיין פיל מיט אידן, מען קען אנקומען מיט די טרעין, עס סטאפט זייער נאנט, למשל די D סטאפט א מינוט אוועק און אויך די F, און די Q סטאפט 3 מינוט אוועק, סא מ'קען אנקומען פון וויליאמסבורג און פון בארא פארק מיט די באן
מיטוואך אקטאבער 04, 2017 2:19 am#386233
טרויבן88 האט געשריבן:פאר ווער ס'וויל וויסן ווי מען קען יעצט וואטשן מנשה, מען קען עס וואטשן אין מאנהעטען אין Angelica film center לייגט עס אריין אין גוגל צי באקומען אינפארמאציע ווי עס איז און וועלכע שעה פינקטליך עס ווערט געוויזן, עס ווערט געלופטערט א גאנצן טאג בערך 5 מאל א טאג, חול המועד וועט עס אויך געוויזן, אבער פארשטייט זיך זיין פיל מיט אידן, מען קען אנקומען מיט די טרעין, עס סטאפט זייער נאנט, למשל די D סטאפט א מינוט אוועק און אויך די F, און די Q סטאפט 3 מינוט אוועק, סא מ'קען אנקומען פון וויליאמסבורג און פון בארא פארק מיט די באן

m http://tickets.menashemovie.com/ m
זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:46 pm#386519
פרייטאג אקטאבער 27, 2017 3:20 pm#387746
וואס וועט זיין מיט דיינע שכנים אויף טעלעגראם?
פרייטאג אקטאבער 27, 2017 3:34 pm#387748
קורקלענד האט געשריבן:וואס וועט זיין מיט דיינע שכנים אויף טעלעגראם?

דהיינו?
איך פראביר שוין וואכן לאנג עס טרעפן פאר בחינם, ואין מוצא.. אינטערעסאנט אז 'וואן אף אס' איז גלייך די נעקסטע טאג געווען בחינם ארומגעשיקט, און 'מנשה' איז נישט בנמצא פאר בחינם. וואס מיינט דאס.
פרייטאג אקטאבער 27, 2017 4:23 pm#387751
ישראל גלויבער האט געשריבן:וואס מיינט דאס.


מעגליך אז קיינער איז נישט שטארק אינטערעסירט עס צו זעהן.
פרייטאג אקטאבער 27, 2017 4:40 pm#387755
Re: מנשה (פילם)
הוגה האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:וואס מיינט דאס.


מעגליך אז קיינער איז נישט שטארק אינטערעסירט עס צו זעהן.
איך מיין אויך אזוי, עס איז א שטיקל חילוק וויבאלד דעס האט נעטפליקס ארויסגעגבן און עס איז געווען אוועילעבעל עס צי זען, מה שאין כן מנשה, אבער עס איז כמעט קלאר אז מנשה איז נישט אויפגעכאפט, אפילו די טעאטערס וואס האבן עס געשפילט זענען געווען ביליגע טעאטערס וואס שפילן די אלע פסולת, און ווען איך בין געווען אין טעאטער איז עס געווען ליידיג בערך 10 מענטשן
מוצ"ש אקטאבער 28, 2017 9:02 pm#387762
:lol: קיינער 'קען' עס נישט פיראטן.. די מנשה באלעבאטים מאכן זיכער אז איר זאלט עס נישט קענען גנב'נען :lol:
מוצ"ש אקטאבער 28, 2017 9:09 pm#387764
טרויבן88 האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:וואס מיינט דאס.


מעגליך אז קיינער איז נישט שטארק אינטערעסירט עס צו זעהן.
איך מיין אויך אזוי, עס איז א שטיקל חילוק וויבאלד דעס האט נעטפליקס ארויסגעגבן און עס איז געווען אוועילעבעל עס צי זען, מה שאין כן מנשה, אבער עס איז כמעט קלאר אז מנשה איז נישט אויפגעכאפט, אפילו די טעאטערס וואס האבן עס געשפילט זענען געווען ביליגע טעאטערס וואס שפילן די אלע פסולת, און ווען איך בין געווען אין טעאטער איז עס געווען ליידיג בערך 10 מענטשן

מנשה איז עוועילעבל צו סטריעמען אויף עמעזאן.

גראדע אויף וויפיל כ'האב געלייענט איז מנשה יא געווען א שטארקער סוקסעס פאר אזא סארט פילם.
זונטאג אקטאבער 29, 2017 12:06 am#387773
אויפגעהערט וואטשן נאך 20 מינוט. עפעס שרעקליך נאריש.

Very disappointed.

וויאזוי קען זיין אז ס'האט אזעלכע גוטע reviews? ס'איז שוואך געשפילט, און די גאנצע זאך האט נישט קיין הענט און קיין פיס. כ'האב פארשטאנען אז ס'איז עפעס א לייטישע פילם. ס'איז אויך אומקלאר און א שוואכע קוואליטיט אויף עמעזאן. די ארגינעלע איז יא HD?
זונטאג אקטאבער 29, 2017 4:39 am#387788
Re: מנשה (פילם)
אפטעמיסט האט געשריבן:אויפגעהערט וואטשן נאך 20 מינוט. עפעס שרעקליך נאריש.

Very disappointed.

וויאזוי קען זיין אז ס'האט אזעלכע גוטע reviews? ס'איז שוואך געשפילט, און די גאנצע זאך האט נישט קיין הענט און קיין פיס. כ'האב פארשטאנען אז ס'איז עפעס א לייטישע פילם. ס'איז אויך אומקלאר און א שוואכע קוואליטיט אויף עמעזאן. די ארגינעלע איז יא HD?
אויף יו-טוב קען מען עס באקומען אין HD אבער ווי אויסגעשמועסט איז עס א נארישע פילם, די וואס האבן עס געזען ווייסן אז עס איז נאריש, נאר אין טעאטער הייבט מען זיך נישט אויף...
זונטאג אקטאבער 29, 2017 4:40 am#387789
Re: מנשה (פילם)
ראובן האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:וואס מיינט דאס.


מעגליך אז קיינער איז נישט שטארק אינטערעסירט עס צו זעהן.
איך מיין אויך אזוי, עס איז א שטיקל חילוק וויבאלד דעס האט נעטפליקס ארויסגעגבן און עס איז געווען אוועילעבעל עס צי זען, מה שאין כן מנשה, אבער עס איז כמעט קלאר אז מנשה איז נישט אויפגעכאפט, אפילו די טעאטערס וואס האבן עס געשפילט זענען געווען ביליגע טעאטערס וואס שפילן די אלע פסולת, און ווען איך בין געווען אין טעאטער איז עס געווען ליידיג בערך 10 מענטשן

מנשה איז עוועילעבל צו סטריעמען אויף עמעזאן.

גראדע אויף וויפיל כ'האב געלייענט איז מנשה יא געווען א שטארקער סוקסעס פאר אזא סארט פילם.
עס האט מסתם הויעכע רעטינגס ווייל עס איז נישט צופיל reviewed, ביי די וועי, האסט עס שוין געזען?
זונטאג אקטאבער 29, 2017 2:18 pm#387805
Re: מנשה (פילם)
ישראל גלויבער האט געשריבן: קיינער 'קען' עס נישט פיראטן.. די מנשה באלעבאטים מאכן זיכער אז איר זאלט עס נישט קענען גנב'נען
דאס איז נישט די וועג וויאזוי עס ארבעט, די מנשה פילם באלאנגט פאר a24 וואס אלע זייערע (גוטע) פילמס קען מען פיירעטן אין גרויסן, ווי נאר א פילם איז אוועילעבל צו סטרימן איז עס מעגליך צו פיירעטן עס איז כמעט נישט דא וואס די 'באלעבאטים' קענען טון צוריקצוהאלטן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 29, 2017 2:41 pm#387806
איך פראביר שוין זייט ס'איז ארויסגעקומען עס צו קאפיען, און כ'האב שוין געהערט פון אפאר חברים וואס זענען גראדע גוטע טעכניקערס אין דעם פעלד, און ניין ס'גייט נישט. ווען איינער לייגט ארויס אויף סאשל מידיע א קאפי, ווערט ע אונטער סעקונדעס רימאווט.

אדרבה, ווער ס'האט א קאפי זאל עס ביטע ארויפלייגן. תודה למפרע.

אגב, ס'שפילט יעצט אין שטאקהאלם, פראנקרייך, אויסטראליע, און כינע.
פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 7:18 am#390306
Re: מנשה (פילם)
רבותי עס קומט א סורפרייז... נאך אפאר מינוט
פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 7:41 am#390307
איצטערט קען מען שוין פארמאכן די אשכול... איך לייג ארויף די מאווי מנשה א ווידעא וואס ארבייט



מנשה
פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 11:42 am#390316
Re: מנשה (פילם)
ארבעט נישט
פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:06 pm#390319
ארבעט א מחיה,
פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:08 pm#390320
פארוואס האט ער גענימען א יונגעל מיט אזא פאלטשע ציקראצטע יודיש?
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 12:44 am#390346
איך האב יעצט גענדיגט וואטשן "מנשה", איך בין זייער דיסעפוינטעד, סיי די סקריפט איז שלעכט סיי עס פעלט א געוואלד מיט עמאושען, דער פעטער משה קעקעצט אוועק, די יונגעל רעד אזא פאקריפלטע יודיש, מנשה עקט זייער נישט באקוועם, איך מיין ער ארבעט סאך בעסער אין זיינע אייגענע קליפס, און בכלל, איז עס א מעשה? א דאקעמענטערי? סתם איבערלעבענישן? איך בין זייער צימישט וואס דאס דארף מיינען, אויב איינער קען מיר געבן צו פארשטיין וואס דע פילם האט געדארפט צו מיינען וואלט איך אים זייער דאנקבאר געווען,
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 1:32 am#390348
Re: מנשה (פילם)
איינער מיט מנשה פילם ביטע? איך זוך שוין איבעראל פאר א לאנגע צייט, און כ'האב דאס נאך אלץ נישט געפינען.

דער וואס האט פריער ארויסגעלייגט דעם "מנשה פילם" וויל איך אים באדאנקן. אבער צום באדויערן הייבט עס נישט אן צו ארבעטן!!

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 2:25 am#390354
אויף יו טוב קענסט עס דינגען פאר א פאר גראשן
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 2:27 am#390355
סמבטיון האט געשריבן:איך האב יעצט גענדיגט וואטשן "מנשה", איך בין זייער דיסעפוינטעד, סיי די סקריפט איז שלעכט סיי עס פעלט א געוואלד מיט עמאושען, דער פעטער משה קעקעצט אוועק, די יונגעל רעד אזא פאקריפלטע יודיש, מנשה עקט זייער נישט באקוועם, איך מיין ער ארבעט סאך בעסער אין זיינע אייגענע קליפס, און בכלל, איז עס א מעשה? א דאקעמענטערי? סתם איבערלעבענישן? איך בין זייער צימישט וואס דאס דארף מיינען, אויב איינער קען מיר געבן צו פארשטיין וואס דע פילם האט געדארפט צו מיינען וואלט איך אים זייער דאנקבאר געווען,

ס'דא הינדערטער אזאלכע פילמס אן א מעשה.
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 2:28 am#390356
איך האב עס פיין געזען אויף די לינק וואס טרויבן האט אהער געברענגט.
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 5:38 am#390363
Re: מנשה (פילם)
א שרייבער האט געשריבן:איינער מיט מנשה פילם ביטע? איך זוך שוין איבעראל פאר א לאנגע צייט, און כ'האב דאס נאך אלץ נישט געפינען.

דער וואס האט פריער ארויסגעלייגט דעם "מנשה פילם" וויל איך אים באדאנקן. אבער צום באדויערן הייבט עס נישט אן צו ארבעטן!!

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
די לינק ארבייט פיין, די וועסט זען אן עד בעפאר די ווידעא דערנאך וועט עס הערליך שפילן


menashe openload link
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 10:36 pm#390424
Re: מנשה (פילם)
טרויבן88 האט געשריבן:
א שרייבער האט געשריבן:איינער מיט מנשה פילם ביטע? איך זוך שוין איבעראל פאר א לאנגע צייט, און כ'האב דאס נאך אלץ נישט געפינען.

דער וואס האט פריער ארויסגעלייגט דעם "מנשה פילם" וויל איך אים באדאנקן. אבער צום באדויערן הייבט עס נישט אן צו ארבעטן!!

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
די לינק ארבייט פיין, די וועסט זען אן עד בעפאר די ווידעא דערנאך וועט עס הערליך שפילן


menashe openload link
איך גיי אריין אין דעם לינק, און עס דרייט זיך און דרייט זיך, אבער עס הייבט נישט אן צו ארבעטן.

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 2:44 pm#391128
נו, וואו קען מען זען 'מנשה'?
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 4:31 pm#391141
Re: מנשה (פילם)
נאסוידער רב האט געשריבן:נו, וואו קען מען זען 'מנשה'?
https://openload.co/f/YZAjMuu-qlg


נייע לינק
זונטאג דעצעמבער 17, 2017 11:16 am#391405
אזוי ווי די לינקס וואס איך לייג ארויף האלט אין איין ווערן אראפגענומען,איך טראכט אז אפשר קוקן זיי אויפן זייטל כדי ארפצינעמען די לינקס, דערפאר וועל איך עס נאר געבן אין אישי, סא ווער סדארף עס זאל זיך פארבינדן מיט מיר אין אישי
זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:45 pm#391411
ברויכסט נאר אכטונג געבן עס נישט צו שיקן פאר איינע פון מנשה'ס טויזענט ניקס.
מנשה זשאסט קידדינג, אונז זעמער גוטע פרענדס
מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:40 am#391461
אויף טעלעגראם
m https://t.me/Jewishseasonalmusic m
מאנטאג אפריל 30, 2018 9:42 am#400975
מנשה איז אוועילעבל אויף אמאזאן פריים פאר אומזיסט.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:06 am#457179
Behind the scenes Casting the film MENASHE
m https://www.youtube.com/watch?v=9CpAr5ge2oM m