Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » מנשה (פילם)

מנשה (פילם)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
149 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 196 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11272
מיטוואך פעברואר 01, 2017 1:11 pm#361538
מנשה (פילם)
מנשה (פילם)

כ'וויל מאכן א הקדמה קלה ונקיה
ס'דא וואס האבן מיר געשיקט אין פריוואט, אויב איך בין מנשה לוסטיג אליינס, די ענטפער איז ווי די אמת, אז ניין! אבער כ'וועל נישט לייקענען אז איך קען עהם גוט, אבער נישט פון די נאנט.
היות כ'וויל הערן פרטים וועגן דעם נייעם פילם, וואס ער שפילט דערויף, זיין אייגענע געשיכטע, און כ'זע נישט אז מ'זאל קענען פון עהם ארויסבאקומען צו סאך פרטים, האב איך שוין לאנג געוואלט עפענען א אשכול און הערן ווער ס'האט יא דערווישט פרטים.
איך זע אז ''דער וועקער'' האט עהם אינטערווינערט, אבער כ'גלייב נישט אז דארט שטייט אלעס, ווייל איך בין נאך גענוג נאנט מיט עהם, און פאר מיר האט ער נישט געוואלט רעדן אסאך, ממילא איז דא דא עפעס סודות?

והנה ווער ס'ווייסט מער פרטים, ביטע אהער געבן. ותודה למפרע
מיטוואך פעברואר 01, 2017 1:41 pm#361542
א כלל ידוע בעולם אז געווענליך ווען איינער זאגט/שרייבט אז ער גייט זאגן אמת איז עס די ווייטסטע דערפון.

לעצם העניין פון דיין פי אר וואס דו שטופסט אריין אין יעדע צווייטע אשכול, דארפסטו זיך נאך זייער אסאך צולערנען ווייל דו ביסט זייער דארכזוכטיג.

געדענק אז א קלוגע איד האט אמאל געשריבן ''די ניקס דא זענען אסאך קליגער ווי דו מיינסט''.
מיטוואך פעברואר 01, 2017 1:44 pm#361543
צום ענין.
וואספארא אינטערעס האט ער געהאט עס צו מאכן, און האט ער פארדינט פון דעם אויך, און וואס איז די אפקלאנג
מיטוואך פעברואר 01, 2017 2:33 pm#361554
איך אויך, לאז דער באן פארן.

ס'איז זיכער אן אינטערעסאנטע פענאמען דער מנשה פילם און לאמיר קוקן וויאזוי עס וועט זיך אנטוויקלען דער אפקלאנג.
מיטוואך פעברואר 01, 2017 2:41 pm#361555
א שנעלע זוך ווייט מיר עט ליעסט 10 אשכולות ווי דער פרעגט/טראלט אזוי 'בתמימות' איבער ענד איבער וועגן א אומבאקאנטע פילם.

גלייב מיר איך האב עם שוין די ערשטע מאל געוואלט בעטן ער זאל פליז נישט דרייען די אייער אבער אזוי ווי עס נעמט נישט קיין עק מוז מען זאגן ברחל בתך כדי מען זאל נישט באקימן א פילינג אז דא דייע זיך נאר נערנים און נארישע כופרים.
מיטוואך פעברואר 01, 2017 2:59 pm#361557
Re: מנשה (פילם)
יעצט אז דו זאגסט טראכט איך אז דו ביסט טאקע אים
מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:01 pm#361558
Re: מנשה (פילם)
איך אויך האט געשריבן:א שנעלע זוך ווייט מיר עט ליעסט 10 אשכולות ווי דער פרעגט/טראלט אזוי 'בתמימות' איבער ענד איבער וועגן א אומבאקאנטע פילם.

גלייב מיר איך האב עם שוין די ערשטע מאל געוואלט בעטן ער זאל פליז נישט דרייען די אייער אבער אזוי ווי עס נעמט נישט קיין עק מוז מען זאגן ברחל בתך כדי מען זאל נישט באקימן א פילינג אז דא דייע זיך נאר נערנים און נארישע כופרים.

ער שטעלט אן א פנים ווי א תם און שטויסט ווי א מועד...!!!
מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:11 pm#361562
וועם גייט אן ווער ער איז איז וואס זיין מטרה איז? גראדע בין איך אויך נייגעריג צו וויסן מער איבער דעם פילם, נו אז איך פרעג שוין מיין דריטע מאל וועגן דעם פילם בין איך חייב סקילה?
מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:12 pm#361563
סמבטיון האט געשריבן:וועם גייט אן ווער ער איז איז וואס זיין מטרה איז? גראדע בין איך אויך נייגעריג צו וויסן מער איבער דעם פילם, נו אז איך פרעג שוין מיין דריטע מאל וועגן דעם פילם בין איך חייב סקילה? בדרך אגב, איך אויך, דו באקומסט א געהאלט פון קאווע שטיבעל אריינצופראקן אין יעדעם וואס שרייבט עפעס וואס דו שמעקט נישט?

גענוי!
וואס דארף איך טון זאלסט מיר גלייבן, כ'וועל דארפן באצאלן אויך? איך בין נייגעריג, ס'איז א אינטערעסאנטע נושא, און קיינער ענטפערט מיר נישט.
מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:15 pm#361564
איך ווארט דו זאלסט אנהייבן ארויסלייגן די אימעילס וואס מען גייט דיך שיקען...
מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:36 pm#361572
ישראל גלויבער האט געשריבן:צום ענין.
וואספארא אינטערעס האט ער געהאט עס צו מאכן, און האט ער פארדינט פון דעם אויך, און וואס איז די אפקלאנג

דיין קשיא איז צוטיילט אין דריי:
א) וואספארא אינטערעס האט ער געהאט עס צו מאכן,
ב) האט ער פארדינט פון דעם אויך,
ג) וואס איז די אפקלאנג.
פאר א פרעמדער אינטערסירט נישט קיינער פון די דריי זאכן. וועם גייט אן וואס די אפקלאנג איז, ס'איז קיינעם נישט נוגע חוץ פאר די ארויסגעבער אליין, די זעלבע צו ער האט פארדינט דערפון, דאס איז עפעס וואס אינטערסירט נישט פאר סתם א מענטש, און די שאלה וואספארא אינטערעס האט ער געהאט עס צו מאכן איז אויך עפעס א יוצא דופן קשיא.
פאר א פרעמדער וואלט ענדערשט אינטערסירט די פאלגענדע דריי קשיות, וואס איז די מעשה פון די פילם, ווי פראפעשענעל און ווי אינטערסאנט איז עס, ווען און ווי גייט מען עס קענען זעהן.

אצינד געב אהער הונדערט טאללער פאר קאנסאלטינג און עפען א פרישער אשכול, ס'וועט אויסזעהן סך בעסער.

אגב לויט ווי איך קען מנשה'ס פעדער איז עס נישט די זעלבע ווי ATUB @ישראל גלויבער ATUB
מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:45 pm#361575
Re: מנשה (פילם)
א. מנשה גלויבט אין זעלבסט אויסדרוק און האט שטארק ליעב אז אנדערע זאלען הנאה האבען פון זיין טאלאנט. פונקט ווי זינגער׳ס וואס איך קען וואס יו"ט איז נישט דער זעלבער טאמער דארפען זיי הערען מוסף פון א צווייטען חזן.

ב. אין די אינטערוויו זאגט ער אז מ׳האט איהם עטוואס באצאלט, און טאמער איז עס מצליח, וועט ער באקומען נאך.

ג. ס׳איז נאך נישט דא קיין אפקלאנג בשעת אז ס׳איז נאך נישט ארויס לרחוב דאהי אין אמעריקא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:02 pm#361580
פארוואס רעדט ער נישט וועגן דעם, צו קיינעם
מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:45 pm#361595
Re: מנשה (פילם)
ער רעדט דאך יא.

למעשה זיין ענטפער אויף דער מיינונג פון דער סקווערער ליעדער איז מורא׳דיג. קוקט׳ס אינ׳ם וועקער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:48 pm#361596
איך האב עס נישט זוכה געווען צו זען. דאס וואס איך חליש שוין צו הערן א לאנגע צייט.
כ'מיין אז ער האט זיך געשעמט וועגן דעם האט ער נישט גערעדט, ווייל ס'מיר א חידוש אז פארן 'וועקער' זאל ער יא פארציילן, ווען איך פרעג פון אלע מיינע חברים קיינער ווייסט גארנישט
מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:50 pm#361598
Re: מנשה (פילם)
גיי קויף א וועקער. אויף וואס ווארטס דו? ס׳קומט אין א ברוינע קאווערט, מ׳קען נישט זע׳ען פונדרויסען וואס דאס איז, און דער פארקויפער ווייסט נישט דיין אידענטיטעט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 01, 2017 5:04 pm#361600
Re: מנשה (פילם)
אגב כהאב ערגעץ ווי געליינט זיין געלעבנס געשיכטע ( כמיין אויף איי וועלט) חברה כבין געוועהן אויס מענטש צובראכן פאר איהם כהאב אפארמאל געמוזט גיין כאפן ליפט פשוט אוועק צונעמען דער מוח.
איז אויב לייגט מען עס דארט אראפ אזוי ווי מנשה שרייבט איז עס ווערד צו זעהן.
מיטוואך פעברואר 01, 2017 5:14 pm#361603
אויף איי וועלט ליגט עס נישט, איך האב עס דארט געזוכט
מיטוואך פעברואר 01, 2017 5:17 pm#361605
Re: מנשה (פילם)
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס׳קומט אין א ברוינע קאווערט, מ׳קען נישט זע׳ען פונדרויסען וואס דאס איז, און דער פארקויפער ווייסט נישט דיין אידענטיטעט

אוי גאטניו, ווי האלטן מיר? איז דער מצב שוין טאקע אז אביסל חכמה און מדע דארף מען באהאלטן ווי א XXX מאגאזין, און נאר אזוי קען מען עס עררייכן.
אוי, טאטע העלף.
מיטוואך פעברואר 01, 2017 5:21 pm#361606
כ'האב נישט געזעהן אז "מנשה" זאל האבן געווינען אן אווארד ביי די סאנדענס פילם פעסטיווייל.

נאך די פעסטיוויל, וועט מען עס קענען זעהן ערגעץ?
מיטוואך פעברואר 01, 2017 5:22 pm#361607
וואס מיינט א אווארד
מיטוואך פעברואר 01, 2017 5:35 pm#361609
Re: מנשה (פילם)
פרוביר דאס
m http://lmgtfy.com/?q=Award m
מיטוואך פעברואר 01, 2017 5:35 pm#361610
Re: מנשה (פילם)
Award

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 01, 2017 6:01 pm#361611
פאר א רגע געמיינט אז ס'א אשכול אויף (ר') מנשה פילפ
מיטוואך פעברואר 01, 2017 6:11 pm#361612
Re: מנשה (פילם)
אז בערעל איז נישט דא, קענסטו רואיגעהייט וויסען אז ס׳איז נישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 3:32 pm#363670
מנשה.jpg
דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 3:39 pm#363671
עה ס'ארבעט נישט
דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 5:26 pm#363679
Re: מנשה (פילם)
איך זיך די מאווי איין מאל א טאג דורך א מאווי און טי-ווי סירטש ענדזשין, אין ביזדערווייל האב איך עס נאכנישט געטראפן די אלע גארביטש סייטס און סקעממערס זענען פשוט א'שאד בכלל צי פרובירן, אין פארשטייט זיך אז די מינוט וואס איך וועל עס טרעפן (אויב קיינער וועט מיר נישט פעדערן) וועל איך עס ארויפלאדענען אויפן וועב אויף אלע וועגן וואס איז שייך אז יעדער מיט אדער אן די פילטער זאל עס קענען טרעפן
דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 6:02 pm#363687
איך האב מיך מייאש געווען פון ארויסבאקומען פון מנשה עני פרטים, ער זאגט איין זאך, ס'נישט פאר דיר.
אבער ווי איך מאך א סך הכול וויאזוי עס ארבעט, גייט עס הערשט זיין צו באקומען נאך אפאר חדשים, נאכדעם וואס מ'האט עס געוויזן אין די גרויסע פעסטיוואלן איבערן וועלט. עכ''פ נישט יעצט.
דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 9:55 pm#363712
טרויבן88 האט געשריבן:איך זיך די מאווי איין מאל א טאג דורך א מאווי און טי-ווי סירטש ענדזשין, אין ביזדערווייל האב איך עס נאכנישט געטראפן די אלע גארביטש סייטס און סקעממערס זענען פשוט א'שאד בכלל צי פרובירן, אין פארשטייט זיך אז די מינוט וואס איך וועל עס טרעפן (אויב קיינער וועט מיר נישט פעדערן) וועל איך עס ארויפלאדענען אויפן וועב אויף אלע וועגן וואס איז שייך אז יעדער מיט אדער אן די פילטער זאל עס קענען טרעפן

ווילאנג עס איז נישט ארויסגעקומען די דיגיטאלע ווערסיע האסטו נישט וואס צו זוכען.
פרייטאג פעברואר 24, 2017 12:44 am#363735
איינער שרייבט דא ער האט עס געהעריג געזעהן אויף א וועבסייט וואס איז פשט
פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:45 pm#363802
לינק ביטע
פרייטאג מערץ 24, 2017 4:55 pm#366736
איך הער אז דעי וואך איז געווען די נע יארקע סקרינינג. איינער ווייסט עפעס פרטים?
פרייטאג מערץ 24, 2017 5:42 pm#366737
א שנעלע זוך האט געברענגט די פארווארד ארטיקל, ווי ס'שטייט אז אז עס איז געסקרינט געווארן מארטש 20 אין לינקאלן סענטער...

m http://forward.com/culture/364566/does- ... naissance/ m

Screenshot_20170324-174114.png
פרייטאג מערץ 24, 2017 6:23 pm#366742
ס'געווען צוויי איינ'ס מאנטאג אין די לינקלן צענטער און איינ'ס מיטוואך אין די טיטוס טיאטער, ביידע אנגעפירט דורך newdirectors .
נאכ'ן סקרינינג איז ארויפגעקומען די דיירעקטאר, זיין געהילף און מנשה ווי איינער האט געפרעגט קשיות אויף זיי האבן געענטפערט אלעס ארום די פילם.
זונטאג מערץ 26, 2017 12:09 am#366752
און ווען גייט עס זיין אין די מוזעאום? ס'שטייט אז ס'גייט ווערן געשפילט אויך אין די מעזעאום
זונטאג מערץ 26, 2017 2:31 am#366761
אינטערסאנט דער ישראל גלויבער ווייסט גענוי וואס צו פרעגן, טרעפט פון אינטערנעט אלע סארט קשיות איבערן פילם נאר תירוצים ווייסט ער קיינמאל נישט, הער שוין אויף מיט די בול ש*ט.
מאנטאג מערץ 27, 2017 11:24 pm#367116
אינטערעסאנט א מענטש פרעגט א קשיא און אנשטאט צו זאגן כ'ווייס נישט אדער סתם שווייגן, איז מען ביזי צו באקריוודען יענעם
דינסטאג מערץ 28, 2017 12:08 am#367120
רעב איד! פאר שיט גיי זוך אויף שטילקעלע און דערווייל פליז לאז די מענטשהייט לעבן. א דאנק.
פרייטאג מערץ 31, 2017 12:38 am#367714
ס'קומט ארויס סוף זומער אויף אנליין, ביז דעמאלטס גייט עס זיין איבער די וועלט אין אסאך פעסטיוואלן, אזוי שטייט אין די מעלדונג פון A24 און אויך אין וויקי
מאנטאג אפריל 03, 2017 11:08 am#368007
כ'האב געשיקט א מעסעדש צום פראדוצירער ווען עס קען געזען ווערן, און דאס האט ער געענטפערט.

[list=]USA 23 January 2017 (Sundance Film Festival)
Germany 12 February 2017 (Berlin International Film Festival)
USA 18 March 2017 (Sun Valley Film Festival)
USA 20 March 2017 (New Directors/New Films)
USA 4 April 2017 (Sarasota Film Festival)
USA 7 April 2017 (Cleveland International Film Festival)
USA 23 April 2017 (Nashville Film Festival)[/list]
מאנטאג אפריל 03, 2017 9:06 pm#368048
שוין, אבער ניו יארק האט גארנישט.
מאנטאג אפריל 03, 2017 11:38 pm#368060
כ'מיין אז מערץ 20 איז געווען אין לינקאלן סענטער א סקרינינג, אזוי האב איך פארשטאנען פון איינע פון די שרייבערס דא, אויף אישי
דינסטאג אפריל 04, 2017 11:12 am#368093
רעב איד וויפיל אז די שיעור צו דרייען די אייער??
מיטוואך אפריל 05, 2017 12:56 am#368134
מיטוואך אפריל 05, 2017 11:12 am#368156
איך אויך האט געשריבן:רעב מנשה וויפיל אז די שיעור צו דרייען די .....??
פרייטאג אפריל 07, 2017 4:51 pm#368360
Re: מנשה (פילם)
יודישע שרייבער האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:רעב מנשה וויפיל אז די שיעור צו דרייען די .....??
פרייטאג אפריל 07, 2017 5:05 pm#368362
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:איך זיך די מאווי איין מאל א טאג דורך א מאווי און טי-ווי סירטש ענדזשין, אין ביזדערווייל האב איך עס נאכנישט געטראפן די אלע גארביטש סייטס און סקעממערס זענען פשוט א'שאד בכלל צי פרובירן, אין פארשטייט זיך אז די מינוט וואס איך וועל עס טרעפן (אויב קיינער וועט מיר נישט פעדערן) וועל איך עס ארויפלאדענען אויפן וועב אויף אלע וועגן וואס איז שייך אז יעדער מיט אדער אן די פילטער זאל עס קענען טרעפן

ווילאנג עס איז נישט ארויסגעקומען די דיגיטאלע ווערסיע האסטו נישט וואס צו זוכען.

אויך די טרעילער פונעם פילם איז נאכנישט פאבליסייסט
מיטוואך אפריל 19, 2017 1:49 pm#368608
trailer released