מיטוואך מערץ 08, 2017 5:43 pm#364939
קינדליין אטאקעס אויף קינד-ערליך, און זייער שעדליכע צענזור
כאטש די שמועות וואס זענען פארשפרייט געווארן דירעקט פון די קינדליין רעדאקציע טישל איז געווען גאר מיאוס און געמיין דאך הערט מען צוריק אז די קינד-ערליך אויסגאבע איז עפעס וואס האט געפעלט אין די אידישע מארקעט ביז איצט, די ערשטע אויסגאבע איז געווען מלא וגדוש מיט תוכן יראת שמים און ארט פון וואס קינדער איבער די גארער וועלט האבן גאר שטארק הנאה געהאט, ווי אויך איז מען איבעראשט געווארן פון די געוואלדיגע טאלאנטפולע רעדאקציע וואס זענען זיך צוזאמגעקומען ארויסצוגעבן די שענסטע און בעסטע פאר אונזערע קינדער, פון די עטליכע מחנכים און מעללער וואס זענען אויסגערעכנט און די שער בלאט פון די קינדערליך שרייעט באזונדער ארויס הרב לייבוש לאנגער און הרב דוד ח. ווייס, ביידע פון זיי זענען באקאנט אלץ די טאפ שפאנענדע פארציילער פאר קינדער אין אונזער דור, דאס ברענגט אוטומאטיש ארויף די קינד-ערליך צום סאמען שפיץ פון היינטיגע קינדער לייען מאטריאל.
איך טראכט צוריק ווי ס'איז נאך פארן ארויסקומען געווארן אראפגעמאללען דורך אירע קאמפעטישאן אלץ א צוריקגעשטאנענע אומליינבארע אויסגאבע, און איך וואונדער מיר פון ווי האבן זיי דאס געוויסט פאר ס'איז אפילו געגאנגען צום דריק, האבן זיי טאקע א ציל צו פארסמען אונזערע מוחות מיט אלטערנאטיווע פאקטן כדי זיי זאלן זיין די איינציגסטע אויפן מארקעט, אזוי טראכטענדיג קומט מיר אריין א מחשבה, איז דעס טאקע די מענטשן וואס שרייבן פאר מיין קינד, גייט מיין קינד טאקע ליינען פון מענטשן מיט אזאנע פארדארבענע עקלדיגע מידות. אלענפאלס ס'קוקט אויס אז די מערכה דורך די קינדליין סטעף איז אומזיגבאר און זיי גייען באגראבן די נייע אויסגאבע, די מערכה גייט אן אויף יעדע פובליק פורום ווי מ'קען רעדן צו מענטשן, ווי אויך אויף אלע סאושל מידיע סייטס, ס'איז דא עטליכע וואס פרובירן צו פארטיידיגן קינד-ערליך אבער זייער שוואך, ווי אויך זענען זיי נישט אזוי שמוציג און געמיין, דעריבער הערט מען קוים וואס זיי זאגן.
קאמפעטישאן איז אזוי אלט ווי דער מענטש, יעדע זאך פארמאגט קאמפעטישאן, אבער דא פלוצים טוט זיך א פייערונג, וואס האט פאסירט, קינדליין האט באקומען א קאמפעטישאן און דער וועלט האט זיך גענדיגט, כ'וואלט ווען פארשטאנען ווען זיי קומען ארויס מיט נארמאלע טענות, אבער אנהייבן שאנטאזשירן און שמירן אומגעזאגטע סטעיטמענטס דאס איז עפעס וואס ווייזט אויף די כאראקטער פון די מענטש אליין, פון אזא מענטש וויל איך זייער נישט אז מיין קינד זאל ליינען זיינע ווערק, איך האב נאר מורא פון איין זאך, אז מיין קינד וועט נשפע ווערן פון מענטשן מיט שלעכטע פארדארבענע נאטורן. איך קען אויך פארשטיין אז מ'זאל ווערן אנגעווייטאגט ווען מ'באקומט א קאמפעטישאן אבער זיי נישט א פארברעכער, קום נישט זאגן אז יענעמ'ס אויסגאבע איז גארביטש בעפאר די האסט עס אפילו געזעהן, זאג נישט דיינע טענות פארמאסקירט אונטער א ניק, זאג כאטש אז די ביזט קינדליין, רעד נישט ווי א ציווילע בירגער ווען די זיצט אינעם קינדליין אפיס און ביים קינדליין קאמפיוטער און באקומסט א געהאלט צו קנאקן די קאמפעטישאן. ליינעדיג אויפן אינטערנעט איבערן נייעם אויסגאבע קען זיך דאכטן אז גאנץ כלל ישראל איז אנטשלאסן אין א מערכה לטובת קינדליין, אלעס קאכט און זידט ווי מ'קען נאר ליינען אידיש, ווען מ'הייבט אבער אן רעדן צו מענטשן זעהט מען אז חוץ די סטעף גייט עס פאר קיינעם נישט אן, דער עולם גייט נאך געהעריג אן מיטן סדר היום.
אויך דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די מערכה קעגן די ארויסגעבער פון די קינד-ערליך איז מכלומרשט באזירט אויף זיין סטיל פון שרייבן, ווען באמת איז עס ריין קאמפעטישן, כאטש כ'פאשטיי די ארגומענט, פארשטיי איך אבער אויך וויפל די גאס פארשטייט און רעספעקטירט גוטע שרייבעריי, מ'דארף נישט מער ווי עפענען דער בלאט און זעהן ווער אונזערע שרייבער זענען און וויאזוי זיי שרייבן, אוודאי וועל איך ענדערשט ליינען א בעסער געשריבענע ארטיקל, אבער דאס איז נישט וואס דער גאס זוכט און פארשטייט. מ'דארף נישט מער ווי דער פאקט אז משה לייב דייטש איז געווארן אויפגעזאגט פונעם איד ווייל מ'האט אים נישט געהאלטן ביים באצאלן געהעריג, כאטש ער איז געווען זייער בעסטע שרייבער און איז בכלליות פון די בעסטע אידישע שרייבער, און עד היום האט אים נאך קיין איין אנדערע אויסגאבע נישט אויפגעפיקט, דאס ברענגט קלאר ארויס פון א צייטונגס קוק ווינקל וואס דער גאס זוכט און רעספעקטירט ווען מען מ'ליינט.
די קינדליין סטעף ווען זיי האבן געזעהן אז מ'רעדט דא פון א מאסיווע שיינע רייכע אויסגאבע, און זייער גאנצע פאראויס געזאגטע קריטיק צופאלט האבן זיי אפירגעקראצט א פרישע ספין אז עפעס א ארטיקל איז שוין בעפאר ערשינען אין די טריביון, אבער באמת וועם גייט עס אן, דער קינד וואס ליינט יעצט די קינדער אויסגאבע ליינט דאך נישט די טריביון און דער ערוואקסענער וואס ליינט די טריביון ליינט נישט קיין קינדער אויסגאבעס. בכלל איז דאס נישט דער מהלך פון פירן מערכות, אויב איז עס נישט אויסגעהאלטן לעגאל רוף אים אין קאורט, אויב איז עס נישט תורה'דיג דאן זיי דיר מפשר מיט אים תורה'דיג, און אויב איז עס פשוט נישט מענטשליך און דאס באדערט אזוי שטארק דאן ווי איז דיין מענטשליכקיייט?
א באזונדערע מערכה גייט שוין אן א שטיק צייט איבער די צענזור אויף אלעס ארום קינדליין, אויב איר כאפט א גרונטליכן בליק אויף סיי וועלעכער פובליק פורום, ובתוכם אונזער קאווע שטיבל פורום וועט איר זעהן די גרויליגע פאקט אז ווי נאר ס'ווערט געליפטערט א מודעה וועגן קינדליין לטוב או לרעה ברענגט עס תיכף אריין א גאנצע חברה וואס קומען אונטערזיכן די כשרות פון די תגובה און אויב ס'שמעקט זיי נישט צוליב סיי וועלעכער סיבה הייבט עס אן צו ווערן באריכטעט דורך עטליכע חברה, אזוי מאכן זיי זיכער אז קיינער קומט נישט ארויס אין די עפענטליכקייט זאגן קריטיק אויף זייער אויסגאבע. ווען איך האב אמאל עפעס געשריבן אויף די נושא איז תיכף געקומען עטליכע מעסעדזשעס פון כלוימערשט ציווילע ניקס אן קיין צד אז איך זאל עס אראפנעמען, נאכן עס אראפנעמען מפני השלום באקום איך א מעסעדזש פון איינע פון די הנהלה וואס האט געוואלט וויסן וואס דארט איז געשטאנען, פון זיין אינטערעסע האט ארויסגעשיינט אז סאיז ווילד באריכטעט געווארן צו די הנהלה כאילו דארט איז געשטאנען עפעס געפערליך, און די זעלבע געשעהט אויך אין אייוועלט, ס'גייט אזוי ווייט אז ווען עימיצער האט ארויסגעברענגט די מעקעריי קעגן די קינדליין האט איינער פון די מנהלים פון קאווע שטיבל געדארפט ארויסקומען (לכאורה נאך סטראשונגען, ווייל ווער ס'קען די סדר דא ווייזט אז דער מנהל איז איז מער ווייניגער שטיל) און שרייבן דא דאס פאלגענדע: פאר די רעקארד, די לעצטע צוויי תגובות זענען געמעקט געווארן דורך די מחברים זעלבסט. אלע אנדערע צענזור ארבעט איז געמאכט געווארן נאכ'ן באריכטעט ווערן דורך אונזערע חברים, דערמיט מאכט מען זיכער צו באהאלטן אפילו די פאקט אז ס'איז דא צענזור. די זעלבע קען מען זעהן דא דא ווי נאר ס'איז געשריבן געווארן א טענה, האט יענער באקומען א פריוואטע מעסעדזש מיט א פארלאנג צו פארבעסערן זיין תגובה, און די זעלבע ווערט אויך געזהן דא, און אויף נאך צענדליגער פלעצער. דאס איז ממש צענזור נוסח סטאלין בתפארתו.
דריי פאכיג דערקענט זיך די גרויליגע פאקט אויף די אייוועלט פורום וואס איז דער מלך פון צענזור, פאריגע וואך איז געווען דער טאהן דארט אראפצורייסן די קינדערליך אויסגאבע, אבער ווי נאר דער אויסגאבע איז ארויסגעקומען איז אפירגעקומען עטליכע וואס האבן פשוט אויסגעדריקט זייער מיינונג אז ס'איז יא אינטערסאנט געווען פאר זייערע קינדער, און אין זייערע אויגן איז עס גאר אינטערסאנט, כהרף עין איז אנגעקומען דער גבאי דארט און פארמאכט דעם אשכול, מיטן טענה אז ס'איז אלעס נייע ניקים וואס זוכן צו עדווערטייזן די אויסגאבע, אבער אז מגעבט א קוק זעהט מען אז רוב פון זיי האבן שוין הונדערטער תגובות, זעה לינק, דער ניק דארט דע מה שתשיב איז שוין אקטיוו זייט 2013 און האט שוין 627 תגובות, א אנדערע ניק מיטן נאמען נגיד וואס שרייבט: געקויפט, מיינע קינדער האבן דאס מער ליב ווי די קינדליין. האט שוין 1665 תגובות. ווילאנג מ'האט דארט אראפגעריסן דעם קינדערליך איז נישט געווען קיין מנהל צו געפינען, איינמאל עטליכע ציווילע שרייבער האבן פשוט געזאגט זייער מיינונג אז ס'קוקט זייי יא אויס אינטערסאנט דארט האט דער מנהל געפילט פאר וויכטיג צו פארשליסן דעם אשכול. איינער פון די אלטע ניקים וואס האט קוקט אויס שוין געזעהן וואס דא גייט פאר אונטערן טיש האט בדרך בדיחה געשריבן דאס. און אוי איז ער גערעכט, די ציל איז צו דערשטיקן די וואס האלטן נישט דערפון 100%, און טאקע דערפאר וועט אייביג בלייבן א מיסטעריע וואס דער גאס האלט פון קינדליין, און ס'וועט בלייבן אנגענומען אז קינדליין איז מעשוגע אינטערסאנט פאר קינדער און קיין איינער קריגט נישט דערויף. אז איר הערט מענטשן זאגן אז די קינדליין איז אינטערסאנט קען זיין צוויי זאכן, איינס אז ס'איז טאקע אינטערסאנט, צוויי אז ער זאגט נאך וואס יעדער זאגט ווי דער טבע פון מענטשן, אבער דאס איז אמאל זיכער אז א גרויסע טייל פון די וואס דערציילן די מעלות פון קינדליין זענען נשפע פון די צענזור ארום און זאגן בסך הכול איבער וואס מ'פיטערט זיי אריין אין די אויערן געצווינגענערהייט, און די קריטיק וואס איר הערט אויף קינדליין איז נאר א טיפה מן הים ווייל דאס רוב ווערט פארמעקט. לאנג לעבן צו רוסלאנד.
איך וויל אבער יא לופטערן ווערטער איבער קינדליין, ס'זאל בלייבן פאר די רעקארד אלע צדדים אן קיין צענזור, ס'איז דא וואס שווערן זיך דערין אז כמוה לא היתה בישראל, און באמת די גראפיקס איז מלא טעם, ווי אויך די סיפורי צדיקים איז זייער גוט אראפגעלייגט, אנדערע זעהן אבער דערין א אידישע ליכט נאר מיט שיינע גראפיקס און שטרענגערע צענזור, אן קיין שום וועלטליכע ידיעות אדער סיי וואס אינפארמאטיוו, די אידישע ליכט און די מעלות איז קלאר מער וועלטליך און מער אפען, ווי אויך ברענגט עס אראפ קינדער לייען מאטריאל צו דעם יסוד אז סיי וואס וועלטליך אדער סיי וועלכע ידיעות חוץ תורה וחסידות איז נישט אויסגעהאלטן, דאס פארעמט די קינדס מח אז ער וועט קיינמאל נישט זיין אינטערסירט אין עפעס זאכליך. מי לנו גדול מחברינו @ראובן וואס מיט זיין שארף אויג האט ער תיכף באמערקט דעם הינזיכט ווי נאר די קינדליין איז ארויסגעקומען, און זיי שטענדיג אויפמערקזאם געמאכט דערויף, ווי נאר ער האט געזעהן אז ס'איז נישטא צו וועם צו רעדן האט ער ווי ס'קוקט אויס מער עס נישט געקויפט, ווי ער שריייבט טאקע דא. פון אנדערע האט מען אויך געהערט ענדליכע קריטיק, אבער קען גאר זיין אז דאס קומט זייענדיג מער אויפגעקלערט, און אז איר פרעגט מיר מיין פארזענדליכע מיינונג, איך פארזענדליך גלייך ווען מיינע קינדער לייענען די שטערן מיט די שפאקטיוו, און אויף א וועכנטליכע פארנעם גלייך איך די נייעס באריכט (די צייטונג) און צומאל די מאמענט, כ'האלט אז דאס איז די סאמע בעסטע און רייכסטע לייען מאטריאל אויף די אידישע שפראך.