Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבורג

כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבורג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
116 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 191 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11489
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:59 pm#389496
אויף יו טוב האט מען יעצט געלייגט א ווידיא פונעם גאנצן טיש
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 12:20 am#389500
Re: כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבו
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 1:36 am#389508
ס'טוט מיר זייער באנק און כ'מוז מיך דא אויס שמועסען מיט מיינע טייערע ברידער וואס איז אויף מיר אריבער די וואך.

דרייענדיג זיך מיטוואך צופרי אויף די בערג, אזוי ווי כ'בין אריבער די קרעטשמע אין קרית יואל האב איך מיר אפגעשטעלט אויסרוען די ביינער פון א לאנגע נסיעה און ציבייסען א שטיקל שווארץ ברויט מיט ציבעלע איידער ממשיך זיין ווייטער פעדעלען מיינע געשיר און די ארומיגע דערפלעך. פליצלינג האט דער שיין פונ'ם אחורי פונ'ם פרישען מאמענט פראקלאמירינדיג "א ווערעצקיער מלוה מלכה" אריינגעבלאזן א פרישע חיות אין מיין פארמאטערטען גוף, און מיט א קבלה גמורה טעלעגראמירינג תומ"י די שטוב האמיר פה אחד מחליט געווען אז מתי אעשה גם אנכי לביתי, מ'מוז אריינשפאנען אויפ'ן קומענדיגען שבת קודש קיין וויליאמסבורג זוכה זיין צו משתתף זיין ביים מעמד "פשטו ידיכם בגדוד" המסורה לנו מדור דור עד משרע"ה, דהע"ה, די אבות הק'', ביז'ן אריה"ק ארויף צום בעש"ט אליינס.

מ'האט נישט געשוינט קיין מסירות נפש קלעטערנדיג פון דערפעל צו דערפעל, אמאל צו פיס'נס אמאל מיט חסידים ואנשי מעשה אויף א וואקאלדיגען וואגען, בייקומענדיג דער שטן בדמות שטורעמעס רעגן, בלאטעס מיט שניי. אבער מה עשה הקב"ה, ס'איז נישט באשערט געווען און מעשה שטן הצליח, מ'איז שטעקען געבליבען מיט'ן שפיפון עלי אורח ערגעץ על אם הדרך לבא אפרתה אויף שבת קודש. וואס זאלען איך ענק פארציילען, ס'געווען א יענעם שבת קודש וויסענדיג ווי אזוי עס קען זיך דא גאר אויסשפילן.

אזוי ווי דריי שטערענדלעך האבן זיך באוויזען מוצאי שב"ק, האבען מיר תיכף ווייטער געשמיסען די פערד אולי יחוס וועלען מיר דערגרייכען כאטש א שמעק פונ'ם קנאבל פונ'ם צדיק בעוד מוצאי שב"ק און דאך וועט מקוים ווערען דער ריחא מילתא היא. כ'דערשטיק מיך צו זאגען אז די שערי שמים זענען געווען פארשלאסן ובשעת ווען מיר זענען נאר וואס אריבער דעם וויליאמסורגער בריק האט זיך שוין גע'ניצוץ'ט דעם עלות, אבל נהפך משש לבבנו ועולם חשך בעדינו. נישט קיין צנון און נישט קיין שום, ווי די יעניגע זאגען טאקע - שום דבר...

אבער יודען אין גלות מאמינים בני מאמינים גלייבן אז דחיקת הקץ איז מג' החמורות, זענען מיר צירוק זה לכרמו וזה לזיתו ווייטער מקיים זיין דעם וזיעת אפיך. קומען מיר אריין אויפ'ן אווענט אין שטיבל צום טעגליכען עין יעקב שיעור באמערקען מיר א קופקע לעבן דעם יו טוב אויבעלע וואס חזר'ט איבער בעל פה סיפורי צידיקים ובפרט דעם באקאנטען "ווערעצקיער מלוה מלכה" וואס מיר האבן נאר וואס פארפאסט. א גאנצע שעה און א האלב זענען מיר געזעצען מיט די אייגעלעך ברייט אפען נישט פארפעלענדיג קיין תנועה פונ'ם הייליגען צדיק.

אבער דוקא איצט זענען מיר צובראכען געווארן שבר ע"ג שבר. הזאת נעמי? פארדעם האמיר אזוי ארויס געקוקט א גאנצע וואך מיט כליון עינים? פארדעם האמיר געקלעטערט מיט מסירות נפש זיך צו קענען שטיפן ביים קנאבל טיילען בתוך צובראכענע יודעלאך? וויי אויף אונז! די דורות ודורשיו ווערען ליידער שוואכער וואס א יאר ס'גייט אריבער! אזא מין ברייטע מסודר'דיגע חלוקת הקנאבעל אין א שיסל פון ים של שלמה אין אן אולם ווי ביהמ"ק השלישי מיט מסודר'דיגע שורות עד כדי כך אז מפיטערט א יעדען זיין בן זוג קנאבל ממש אין האנט אריין? דאס מיינט דען דעם פאריעריגען רבבה אלף קנאבעל ירדופו?

מאנה הנחם נפשי - פאר אזא מעמד קען מען בלייבן איינגעשריבן ביי די גרויסע ברענדס.
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 2:36 am#389516
וואס איז פשט פון די העיט וואס מען זעהט אין דעם אשכול? קיקט אויס ווי א וואוילער יוד דעי פישטי רבי טוט נישט וויי קיין נשמה שמייכעלט צו יעדעם באגיסט יעדעם מיט ברכות מיט א ווארימקייט וואס האט ער חוטא געווען?
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 3:22 am#389517
קאצקע ציקער האט געשריבן:וואס איז פשט פון די העיט וואס מען זעהט אין דעם אשכול? קיקט אויס ווי א וואוילער יוד דעי פישטי רבי טוט נישט וויי קיין נשמה שמייכעלט צו יעדעם באגיסט יעדעם מיט ברכות מיט א ווארימקייט וואס האט ער חוטא געווען?


סאיז נישט ממש hate. סאיז מעהר ״געלעכטער״ ווי פיינטשאפט. למעשה קומט עס צו לאכן- הריני אוכל דגים...

וואס איז עס אנדערש ווי טאהשער רבי, קרעטשניף, לעלוב, וכו׳ ביסט גערעכט. דארט לאכט מען אויך. אבער א נייע שוי שפילער לאכט מען דאפעלט ווי ווען איינער ירשנט די משוגעת.

וויאזוי האט יענער געזאגט אויף חסידות. וואס מיינט סאטמאר וויזניץ באבוב בעלזא גור וכו׳?


״איינער וואס האט געירשנט א אינסטערגרעם אקאונט מיט אסאך לייקס״

איך האב אבער ״נאר״ געלייקט דעם זיידען אליינס, דער סבא קדישא פארן זיין ״ארגעניעל״ און ״אויטענטיש״ מיט א הארץ געמאכט פון פוטער.

עני וועי, ווער איז דער פישטער רבי? איינער קען שרייבן זיין יחוס? ער איז א שנעבאלג? וואס איז ער פארן טשערנאוויצער רבי ר׳ משה שנעבאלג א ערשטע קאזין? אלע שנעבלאגס שטאמען פון וויזניצער חסידים. זייער זיידע איז געוועהן דיין אין שטאט וויזניץ.
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 9:55 am#389526
שבת אחים האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
למעשה קומט עס צו לאכן- הריני אוכל דגים...


יא יא, דער שיינער בויך זיינער קומט אויך פון לא להנאת גופי ח"ו, נאר לכבוד... דוד המלך און קודשא בריך הוא.
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 10:25 am#389528
שבת אחים האט געשריבן:
עני וועי, ווער איז דער פישטער רבי? איינער קען שרייבן זיין יחוס? ער איז א שנעבאלג? וואס איז ער פארן טשערנאוויצער רבי ר׳ משה שנעבאלג א ערשטע קאזין? אלע שנעבלאגס שטאמען פון וויזניצער חסידים. זייער זיידע איז געוועהן דיין אין שטאט וויזניץ.


דער פישטער שליט"א איז א זוהן פונעם זידיטשוב-באר שבע-בארא פארק רבי, בן ר' ישעיה שנעעבאלג רב פונעם מושב בני ראם, וועלכע איז געווען א זוהן
פון ר דוד צבי שנעעבאלג גאב"ד מאנטשעסטער.

אדמו"ר מתוא"י איז אויך אן איידעם ביי ר' ישעיה הנ"ל.

ר' ישעיה איז געווען אן איידעם ביי ר' שלום מ'זידיטשויב צפת, בן ר' אשר ישעיה מ'פרוכניק, בן ר סנדר מ'זידיטשויב, בן ר' יצחק אייזיק מ'זידיטשויב, בן ר' צבי הירש מ'זידיטשויב.
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 10:38 am#389529
קאצקע, איך עגרי מיט דיר, איך קען נישט פארשטיין וואס האט מען זיך עפעס פארלייגט אויף דעם ווערצקיער? איך האב שייכות מיט ווערצקי בערך וויפיהל ער האט.., נאך אלטס גייט מיר נישט אריין אין קאפ וואס איז ער אנדערש ווי אנדערע? ר' יעקב עדס מעג ליגן אויפן ערד ביים כותל און וויינען מיט קולות וברקים 4 אזייגער פארטאגס ר' מיילך בידערמאן מעג מאכן טאמבעלסאס איפן טיש מיט א לילקע אין די הענט, און די ליסט גייט ווייטער.. נו פארוואס מעג ער נישט זאגן אזמין לסעדותא אישפיזין עילעין יעדע מל"מ?
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 1:36 pm#389536
ס'קוקט אויס די רבנים זענען נאך אומבאקוועם זיך צו אידענטיפיצירן מיטן רבין, דער אויבן אן איז כמעט ליידיג
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 1:56 pm#389537
שושן פורים האט געשריבן:ר' ישעיה איז געווען אן איידעם ביי ר' שלום מ'זידיטשויב צפת, בן ר' אשר ישעיה מ'פרוכניק, בן ר סנדר מ'זידיטשויב, בן ר' יצחק אייזיק מ'זידיטשויב, בן ר' צבי הירש מ'זידיטשויב.

ר' צבי הירש (הערשעלע) זידיטשויבער האט נישט געהאט קיין זוהן. ר' אייזיק'ל איז געווען זיין נעפיו (בן אחיו ר' בעריש).
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 3:01 pm#389539
ער שנארט נישט קיין געלט ביי קיינעם, שטעלט צו פרייע ענטעירטעמנט צוויי מאל א יאר עטה"ק , ירבו כמותו בישראל.
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 5:21 pm#389550
אויערבאך האט געשריבן:ער שנארט נישט קיין געלט ביי קיינעם, שטעלט צו פרייע ענטעירטעמנט צוויי מאל א יאר עטה"ק , ירבו כמותו בישראל.


עטה"ק? עפעס א שווערע ראשי תיבות, וואס מיינט דאס? געקוקט אין אוצר ר"ת וגימטריאות און נישט געטראפען.
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 5:32 pm#389551
על טהרת​ הקודש
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 5:44 pm#389552
Re: כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבו
וואלווי האט געשריבן:
אויערבאך האט געשריבן:ער שנארט נישט קיין געלט ביי קיינעם, שטעלט צו פרייע ענטעירטעמנט צוויי מאל א יאר עטה"ק , ירבו כמותו בישראל.


עטה"ק? עפעס א שווערע ראשי תיבות, וואס מיינט דאס? געקוקט אין אוצר ר"ת וגימטריאות און נישט געטראפען.
על טהרת הקודש פארשטייסטו יא וואסי מיינט? אדער מ'מוז זיין א בנש"ק'ל עס צו פארשטיין?
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 7:13 pm#389558
ער האט געהיט א נערוו מיט אנדערע רבי'שע אייניקלעך וואס פגר'ן פאר קנאה, די חברה ווייסן זיך נישט וואו אהינצוטון. ביי זיי איז דאך אלעס דער עולם, און דא אזא בראך דער לא יצלח האט צאמגעשלעפט א מעכטיגען עולם. זיי קענען נישט זאגן ער איז משוגע ווייל דו, אדער דיין טאטע זיידע זענען דעמאלטס פונקט אזוי משוגע בלייבט נאר איבער צו שעלטן דעם עולם...
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 7:17 pm#389559
אויערבאך האט געשריבן:ער שנארט נישט קיין געלט ביי קיינעם, שטעלט צו פרייע ענטעירטעמנט צוויי מאל א יאר עטה"ק , ירבו כמותו בישראל.


איז מהיכן ירק זה חי׳?

ער איז א ביזנעסמאן? פון ווי קומט דער שפע?
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 7:28 pm#389560
ער האט מסתמא אפאר נגידים וואס שטיצן ווערצקיע מל"מ'ס, כמיין דינגען א זאל מיט שירה /גרין/אייזיק האניג, קאסט אפאר טאלער,
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 8:46 pm#389569
שבת אחים האט געשריבן:
אויערבאך האט געשריבן:ער שנארט נישט קיין געלט ביי קיינעם, שטעלט צו פרייע ענטעירטעמנט צוויי מאל א יאר עטה"ק , ירבו כמותו בישראל.


איז מהיכן ירק זה חי׳?

ער איז א ביזנעסמאן? פון ווי קומט דער שפע?


נעוואדע האט ער פרנסה, בשעתן מעמד הפשטו כאפט ער דאך א האנטפול פאר זיך.
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 8:50 pm#389570
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
אויערבאך האט געשריבן:ער שנארט נישט קיין געלט ביי קיינעם, שטעלט צו פרייע ענטעירטעמנט צוויי מאל א יאר עטה"ק , ירבו כמותו בישראל.


עטה"ק? עפעס א שווערע ראשי תיבות, וואס מיינט דאס? געקוקט אין אוצר ר"ת וגימטריאות און נישט געטראפען.
על טהרת הקודש פארשטייסטו יא וואסי מיינט? אדער מ'מוז זיין א בנש"ק'ל עס צו פארשטיין?


דער term על טהרת הקודש היינטיגע צייטען ווערט נאר גענוצט פאר איינע פון צוויי, אדער ביסט מיר שילדיג עפעס און געב מיר שנעל אהער דיין געלט, אדער איך בין הייליגער און בעסער ווי דיר...

אז דער אייבערשטער וועט העלפען וועט מען מחזיר עטרה ליושנה און נוצען דעם אויסדרוק כשנאכל שם מן הקדשים והזבחים
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 9:24 pm#389574
בת קול האט געשריבן:אויף די בעק פעידזש עד פון מאמענט האבן זיי געבעטן נישט אפצוכאפן, אויב געדענק איך גוט.


ווי פוקטליך וואלט ער אנגעקומען אן א סמארטפאון און אן וואטסעפפ? ער וואלט געהאט אפשר א ברייטע מזומן
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 9:24 pm#389575
Re: כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבו
וואלווי האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
אויערבאך האט געשריבן:ער שנארט נישט קיין געלט ביי קיינעם, שטעלט צו פרייע ענטעירטעמנט צוויי מאל א יאר עטה"ק , ירבו כמותו בישראל.


עטה"ק? עפעס א שווערע ראשי תיבות, וואס מיינט דאס? געקוקט אין אוצר ר"ת וגימטריאות און נישט געטראפען.
על טהרת הקודש פארשטייסטו יא וואסי מיינט? אדער מ'מוז זיין א בנש"ק'ל עס צו פארשטיין?


דער term על טהרת הקודש היינטיגע צייטען ווערט נאר גענוצט פאר איינע פון צוויי, אדער ביסט מיר שילדיג עפעס און געב מיר שנעל אהער דיין געלט, אדער איך בין הייליגער און בעסער ווי דיר...

אז דער אייבערשטער וועט העלפען וועט מען מחזיר עטרה ליושנה און נוצען דעם אויסדרוק כשנאכל שם מן הקדשים והזבחים
וואלווי: ביי דע וועי די ווארט "עטרה ליושנה" איז אויך געווארן א הייליגע רבישע על טהרת הקודש בדרך אפשר'דיגע אויסדריק
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 9:51 pm#389577
איך כהאב הנאה זאלן אלע רעביל׳ך ווי בורשא,שענדישוב,זעבלטוב, ר׳ אייזיק ספינקער וכו׳ וכו׳ זיך קוקן און שפיגל אריין און זען וואס פאר א פנים זיי טראגען....
אגב דער תולדות שמואל צבי ספינקער איז א שוואגער מיט דעים פישטי
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 10:22 pm#389579
ערליכער איד האט געשריבן:איך כהאב הנאה זאלן אלע רעביל׳ך ווי בורשא,שענדישוב,זעבלטוב, ר׳ אייזיק ספינקער וכו׳ וכו׳ זיך קוקן און שפיגל אריין און זען וואס פאר א פנים זיי טראגען....
אגב דער תולדות שמואל צבי ספינקער איז א שוואגער מיט דעים פישטי

טאקע ?.ער איז אויך אן איידעם ביי ר יחזקאלע?
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 10:53 pm#389582
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:וואלווי: ביי דע וועי די ווארט "עטרה ליושנה" איז אויך געווארן א הייליגע רבישע על טהרת הקודש בדרך אפשר'דיגע אויסדריק


ביי מיר מיינט להחזיר עטרה על יושנה ווען ס'איז דא א לאנגע דאווענען מ'איז מיד און מ'דעקט זיך איבער מיט'ן עטרה און מ'שלאפט איין
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 11:17 pm#389586
דו האסט ליב צו גיין מיט'ן פשוט'ן פשט... :lol:
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 3:43 pm#389673
עס איז נישט קיין ווינדער ווי ווייט ער איז אנגעקומען....

ער רידערט שוין ארים וועגן מלוה מלכה'ס א שיינע פאר יאר, אין מאנסי איז דא א גרויסער עולם יעדע וואך, ווי אויך וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל, און אין לעיקוואוד, וואס דאס אליין רעדט מען די פין א קנאפע 500 אידן.

למעשה זענען דא אפאר אידן וואס זאגן אז זיי זענען געהאלפן געווארן, מיטן כח פין מלוה מלכה, מיט קונדער (זיין גבאי רובינשטיין איינער פין זיי) מיט זיך ראטעווען פין תפיסה, וכהנה

דעיס וואס דער המון לאכט איז ווייל סאיז טאקע פאני, ווייל באמת קען מען לאכן פין יעדען כוויל נישט פורש בשמם זיין, אבער פאר אים געלאנגט עס.

כקען אסאך נארמאלע אינגעלייט און עלטערע מענטשען וואס זענען זיינע מענטשען, כווייס נישט חסידים, אבער זענען נאנט מיט אים, און רעדן זייער שיין וועגן אים, קיינער האלט נישט אז ער איז דער רשכבה"ג אדער פועל ישועות, מקובל וכדומה.

און צוגאב צום מלוה מלכה, האט ער א ליסט פין אלע משתתפים, און איז מתפלל פאר זיי מיטן אויסזאגען תהילים יעדן טאג (תהילים כולל) ער גייט יעדען ערב ראש חודש צום קבר דוד המלך מיט די נעמען פין די משתתפים, און האלט אן א קשר מיט זיי.

ער איז א גוטער בעל מספר, און א יודע ספר, א גוטער שמיסער, ער נעמט אויף מענטשען מיט א מורעדיגער ווארימקייט, און גיבט חיזוק פאר צובראכענע אידן, און אידן מבקשים פאלן פאר אים, און לויט ווי אזוי סקוקט אויס וועט ער ווערן א גרויסער רבי.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 4:34 pm#389678
ער איז דער ׳בעל התהילים כולל׳? נא זאג אזוי. אפשר פון דארט קומט אלע השפעות זיינע. זיי פארציילן דאך שווערע שטיקער מופתים.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:44 pm#389701
הרני אוכל דגים עם דוד מלכא משיחא.....
אנטשולדיגט ליצינות האט אויך א שיעור....
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:45 pm#389702
ער זאגט נישט עם ער זאגט לכבוד סעודת
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:50 pm#389704
און דאס בענטשן ליכט ביי הבדלה מיט אלע פאקסן ארום.. וכו׳ וכו׳
אלעס איין שטיק ליצינות

איך האלט אז דער פישטי וואלט זיך געדארפט אויסטוען די הויזן און ארום טאנצן, וואלט ער געהאט א גרעסערן עולם קוקער׳ס....
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:29 pm#389716
ערליכער איד האט געשריבן:
איך האלט אז דער פישטי וואלט זיך געדארפט אויסטוען די הויזן און ארום טאנצן, וואלט ער געהאט א גרעסערן עולם קוקער׳ס....

Maybe one day...
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:31 pm#389718
Re: כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבו
איך בין זיך מצרף צו די רייד פון קאצקע צוקער, איך קען נישט פארשטיין מיט וואס דער אינגערמאן וואס רופט זיך ווערעצקי'ער רבי האט זיך אזוי פארזינדיגט אז מען דארף איהם אזוי אראפ רייסן, איך האב זיך אביסל נאכגעפרעגט ביי אזעלכע וואס געדענקען איהם נאך אלץ בחור זיי זאגן אז ער איז אלץ געוועהן זייער אן ערליכער און א וואוילער, ער האט אלץ גע'דאווענט גאר גאר לאנג און געזאגט אסאך תהילים וכו',...
נו און אז ער פירט א מלוה מלכה ברבים און לאמיר שוין זאגן אז אלעס וואס ער טוט דארט מיינט ער נישט אמת'דיג נאר ער שפילט... נו וואס איז שלעכט... די האסט נישט ליב צו שפילן? נישט קיין פראבלעם! אבער יענער האט ליב... און אויב די האסט אויך ליב צו שפילן נעם די קאנטינענטל אויף נעקסטע וואך און שפיל די אויך...
איך האב נאך פון קיינעם נישט געהערט אז דער ווערעצקי'ער זאל אמאל האבן גע'טשעפעט איינעם אדער וויי געטוהן איינעם.... איז ממילא פארשטיי איך נישט וואס די רדיפות זענען... אז די גלייכסט נישט זיין מלוה מלכה גיי נישט אבער צו וואס עפעס אראפ רייסן???
"ליוו ענד לעט ליוו"
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:05 am#389737
איך כהאב גערעדט מיט כ"ק מרן אדמו"ר מלאשאנץ שליט"א
עס הייסט ער גייט אויך אפדינגען איין וואך מוצש"ק דעים קאנטענעטיל האל...
אבער ער זאגט מיר ער האט נאך נישט קיין געלט פאר אייזיק האניג מיט דעים אינגעל גרין מיט שירה וכו' וכו' ......

איך פערצופאל בין א אנהעגער פון
כ"ק אדמו"ר ר' ניסים בלעק זאל זיין געזונט..
איך ווארט שוין ער זאל קומען פירען טיש און ווילאמסבורג און דער עולם זאל שטיין אויף די פארענשעס.......
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:30 am#389743
יהודי פשוט האט געשריבן:איך בין זיך מצרף צו די רייד פון קאצקע צוקער, איך קען נישט פארשטיין מיט וואס דער אינגערמאן וואס רופט זיך ווערעצקי'ער רבי האט זיך אזוי פארזינדיגט אז מען דארף איהם אזוי אראפ רייסן, איך האב זיך אביסל נאכגעפרעגט ביי אזעלכע וואס געדענקען איהם נאך אלץ בחור זיי זאגן אז ער איז אלץ געוועהן זייער אן ערליכער און א וואוילער, ער האט אלץ גע'דאווענט גאר גאר לאנג און געזאגט אסאך תהילים וכו',...
נו און אז ער פירט א מלוה מלכה ברבים און לאמיר שוין זאגן אז אלעס וואס ער טוט דארט מיינט ער נישט אמת'דיג נאר ער שפילט... נו וואס איז שלעכט... די האסט נישט ליב צו שפילן? נישט קיין פראבלעם! אבער יענער האט ליב... און אויב די האסט אויך ליב צו שפילן נעם די קאנטינענטל אויף נעקסטע וואך און שפיל די אויך...
איך האב נאך פון קיינעם נישט געהערט אז דער ווערעצקי'ער זאל אמאל האבן גע'טשעפעט איינעם אדער וויי געטוהן איינעם.... איז ממילא פארשטיי איך נישט וואס די רדיפות זענען... אז די גלייכסט נישט זיין מלוה מלכה גיי נישט אבער צו וואס עפעס אראפ רייסן???
"ליוו ענד לעט ליוו"

איך אגרי מיט וואס די זאגסט אבער מיר באדערט דאס אז מ'מאכט משוגע מענטשן. ווילסט פראמאטן סעודת מלוה מלכה? גא עהעד. ווילסט מאכן אן אפיציעלע פלעי, קענסט עס רופן "אינטערן מלוה מלכה". אבער קום נישט מיט פארגלייזטע אויגן רעדן צו די לעכט און בענטשן די קנאבל. בחורים און יונגעלייט וואס זעהן דאס באקומען שפעטער א קאלטקייט צו פריערדיגע צדיקים מיינענדיג אז ביי זיי איז אויך אלס געווען געווען א שפיל.
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 7:41 am#389757
מה שאין כן ווען גאלאנטע רבי אדער רבי זיידעל מאכט דע זעלבע זאך ברענגט עס א ווארימקייט צו פריערדיגע צדיקים
קאט דע קרויט
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 9:25 am#389761
100 פראצענט, איך גיב אים גערעכט, אז עס איז דא אן עולם וואס האט ליב זיין עבודה, קומט אים רעכט. און אלע וואס זענען נישט זיינע חסידים דארפען נישט זיין ביזי מיט חוזק'ן וכו', ווען מען מאכט חוזק ווייזט עס אז מען האט פשוט מורא אז עס איז יא יש דברים בגו.

זיינע מנהגים זענען מן הסתם וויאזוי מען פירט זיך ביי זיינע זיידעס, זאל ער ווייטער אנגיין. זיין מנהג פון צינדען לעכט ביי מלוה מלכה זענען נישט אנדערש ווי צינדען ליכט אין בעסמעדרעש אויף יארצייטן וואס מען זאגט דארט תחינות וכו'.

סך הכל איז ער מחזק אידען, און דאס איז א גוטע זאך.
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:15 pm#389781
דער בעלעדע'ר איז כאטש א שטיקעל יודע ספר,
אבער ער......

מען רעדט דא פון עבודה! וואס עבודה ווען עבודה?
דאס וואס ער זאגט אריין הויעך אויפן מייק הרני אוכל דגים ....
דעי עבודה מיינסטו?
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:17 pm#389782
דו ווייסט פאר א פאקט אז ער קען נישט אדער שטעלסט זיך פאר אזוי?
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:45 pm#389786
און ווען די זאגסט "לכבוד שבת קודש" ווען די עסט די חלה מיט פיש, לאכסטו אויך?

וואס האבן די אלע NAME BRAND רביס מער לייסענס ווי אים?

גראדע אין ספה"ק באר מים חיים שרייבט (כדענק נישט פינקטליך וועלכע וואך) און אין צעטיל קטן ברענגט רבי ר' אלימלך פין רבינו יונה, אז ביי יעדע עסן זאל מען זאגען "לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, אין אני אוכל להנאת גופי חס ושלום וכו'

די אינטערשטער שורה אז לייצים זענען אלעמאל געווען און וועט אייביג זיין, אנגעהויבן ביי אונזער זיידע אברהם ביזן לאשאנצער רבין, וואס איך זעה נישט אנדערש ווי אלע אדמורים בזמננו, אפשר זענען זיי אסאך מער, ווייל פין זיי קענסטו אמאל הערן א גוט ווארט, משא"כ די ואס זיצן על סיר הבשר, און געבן גארנישט פארן עולם, חוץ נעמען.... וד"ל
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 2:05 pm#389791
סתם פאר נייגעריקייט, וויאזוי דיעלט זיין טאטע מיט די גאנצע ראביסעווע? כמיין ער איז דאך אויך א רבי, האט מען אמאל געהערט אז די זוהן זאל ווערן א רבי בחיי אביו?
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 9:47 pm#389827
סמבטיון האט געשריבן:סתם פאר נייגעריקייט, וויאזוי דיעלט זיין טאטע מיט די גאנצע ראביסעווע? כמיין ער איז דאך אויך א רבי, האט מען אמאל געהערט אז די זוהן זאל ווערן א רבי בחיי אביו?

צע'הרג'ט מיט אים. נישט צוליב רביסטעווע, נאר ווייל ער איז טויט משוגע דער זון ל"ע.
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 9:55 pm#389828
אישתישבי האט געשריבן:100 פראצענט, איך גיב אים גערעכט, אז עס איז דא אן עולם וואס האט ליב זיין עבודה, קומט אים רעכט. און אלע וואס זענען נישט זיינע חסידים דארפען נישט זיין ביזי מיט חוזק'ן וכו', ווען מען מאכט חוזק ווייזט עס אז מען האט פשוט מורא אז עס איז יא יש דברים בגו.

זיינע מנהגים זענען מן הסתם וויאזוי מען פירט זיך ביי זיינע זיידעס, זאל ער ווייטער אנגיין. זיין מנהג פון צינדען לעכט ביי מלוה מלכה זענען נישט אנדערש ווי צינדען ליכט אין בעסמעדרעש אויף יארצייטן וואס מען זאגט דארט תחינות וכו'.

סך הכל איז ער מחזק אידען, און דאס איז א גוטע זאך.

איך גיב אויך רעכט פאר די וואס חוזקן, ס'געט זיי חיזוק און זיי שעפן חיות. געזונטערהייט ווילאנג ס'ברענגט פרייליכקייט און צופרידענהייט, אויב אבער נעמען עס איינער פון די חוזק'ערס צום הארצן דאן האב איך אויך זיי יא אביסעלע רחמנות, בנוגע די חסידים און נאכפאלגערס זיינע גלייב איך אויך אז זיי שעפן חיזוק פון די חוזק'ערס, חסידות האט אזוי געבויט שטאלץ יארן לאנג.
דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:47 am#389835
איסר האטלקי האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:סתם פאר נייגעריקייט, וויאזוי דיעלט זיין טאטע מיט די גאנצע ראביסעווע? כמיין ער איז דאך אויך א רבי, האט מען אמאל געהערט אז די זוהן זאל ווערן א רבי בחיי אביו?

צע'הרג'ט מיט אים. נישט צוליב רביסטעווע, נאר ווייל ער איז טויט משוגע דער זון ל"ע.


א שאד זיי זאלען זיין צוקריגט.

דער טאטע מאכט אויך דער פשטו?
דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 2:03 am#389841
ניין. כ'מיין אז דאס קומט פון די מאמע.
דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 10:55 am#389859
איך האב זיך אביסל נאכגעפרעגט, אבי גערעדט, ער לעבט זיך יא גוט מיטן טאטן, קען זיין אז ער האלט נישט פון זיינע מעשים אבער זיי קומען זיך דורך. גראדע דעם טאטן קען איך גוט, גאר א טייערע יוד מיט א גאלדן הארץ. טאקע א פארשלעפטער אבער א צדיק פון א יוד.
דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 6:58 pm#389885
איך האב מיך אויך אביסל נאכגפרעגט,
דער שוטה דער פישטי האלט אז ער איז אסאך א גרעסער רבי ווי זיין טאטע...
ווייל דער עולם קומט דאך צו אים, לאכן!! נעבעך...
ער מאכט דעם טאטן גאר באוואוסט ביי יעדן איינעם נעבעך......
ער האלט אז דער טאטע זיינע דארף אויך קומען ארום לאכן ביי פישטי רגליכם כאפן קנאבל..

הרוצה לשקר ירחיק עדותו,
ער קומט דאך פון ארץ ישראל ווי דארט קען שוין דער עולם זיין עבודה.. פון יארן,
דארט גייט עס אים נישט, דארט האט ער נישט קיין מנין
קומט ער נעבעך צו די אמעריקאנער פארקויפן לאקשן מיט קנאבל...
דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 7:11 pm#389889
רעד דיך איין, די קליפס פין ארץ ישראל זענען היבש קלאר פיל מיט מענטשן וואס שלאגן זיך פאר קנאבל.

אזוי איז עס, חסידים דארפען רבי'ס מער ווי רבי'ס דארפען חסידים.
דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 7:30 pm#389890
וכמאמר החכם, אן אונגארישער דארף א רבי ווי א שוואנץ דארף א קאפ.

נאר נאך דער שלום בער סורוצקין חתונה האב איך געלערנט אז ס'איז נישט נאר אן אונגארישער.
דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 7:41 pm#389891
אישתישבי האט געשריבן:רעד דיך איין, די קליפס פין ארץ ישראל זענען היבש קלאר פיל מיט מענטשן וואס שלאגן זיך פאר קנאבל.

אזוי איז עס, חסידים דארפען רבי'ס מער ווי רבי'ס דארפען חסידים.


איש תישבי על שמו נקרא..
איך גלייך זייער דאן ניק נאמען עס שמעקט פון קרעצטקיער מלוה מלכה..
דערלאנג אהער ביטע איין קליפ פון ארץ ישראל יעך כהאב נאכנישט געזען אזא זאך
דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 7:55 pm#389893
ערליכער איד האט געשריבן:איך כהאב גערעדט מיט כ"ק מרן אדמו"ר מלאשאנץ שליט"א
עס הייסט ער גייט אויך אפדינגען איין וואך מוצש"ק דעים קאנטענעטיל האל...
אבער ער זאגט מיר ער האט נאך נישט קיין געלט פאר אייזיק האניג מיט דעים אינגעל גרין מיט שירה וכו' וכו' ......

איך פערצופאל בין א אנהעגער פון
כ"ק אדמו"ר ר' ניסים בלעק זאל זיין געזונט..
איך ווארט שוין ער זאל קומען פירען טיש און ווילאמסבורג און דער עולם זאל שטיין אויף די פארענשעס.......


ביים פישטי'ער מיינסטע וואקסט יא געלט אויפן בוים?
יעדע וואך ביי מלוה מלכה בשעתן עקסטאזיש אויסשרייען דעם פשטו כאפט ער דאך אליינס אראפ א האנטפול פונעם בלעססד גארליק, און צוביסלעך נאך א שטיק צייט האטזעך עס אנגעזאמלט צו א שיינע סכום גענוג פאר גרין, האניג, און קאנטינענטאל