Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבורג

כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבורג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
116 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 191 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11489
זונטאג מאי 14, 2017 1:25 am#370840
כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבורג
א דראמאטישע ל"ג בעומר שריפה איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג היינט נאכט, בראשות כ"ק אדמו"ר מפישטי שליט"א, מיט די באטייליגונג פון טויזענטער תושבי העיר.

דער רבי שליטא האט געפייערט און געוויינט, געלאכט און געטאנצן, און משפיע געווען הויפענעס פון ברכות און מופתים פאר אלע באטייליגטע.

צהלי ורוני כי גדול בקרבך
זונטאג מאי 14, 2017 1:26 am#370841
פיקס
זונטאג מאי 14, 2017 1:34 am#370842
וואו איז דאס פארגעקומען? מ'האט כאטשיג​ אפגעשפארט בעדפארד עוועניו?
זונטאג מאי 14, 2017 1:34 am#370843
מיט די רעגן האט קודם אויסגעזעהן אז ער גייט מאכן א פישטו רגליכם אבער די רבי האט ארויסגעקומען די פאטשיילע און געוויזן אויף די וואלקענעס ויהי לפלא
זונטאג מאי 14, 2017 2:59 am#370845
Re: כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבו
בילד
זונטאג מאי 14, 2017 7:55 am#370851
וויאזוי הייסט ער?
זונטאג מאי 14, 2017 7:58 am#370852
Re: כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבו
איז געווען דארט כאטש אפאר פארטעבל ביה"כ צו קענען מקיים זיין דעם 'פשטו' בהידור רב?
זונטאג מאי 14, 2017 9:03 am#370856
נחום זאגט פשטו ידיכם
זונטאג מאי 14, 2017 10:51 am#370858
ווער איז דאס? וואספארא כוכב חדש איז דאס?
זונטאג מאי 14, 2017 2:23 pm#370889
ער איז א שנעבאלגער אייניקל (דאס איז שוין זיין לייסענס צו פירן טישן, געבן ברכות, טיילן מויצעס, אפצושפארן גאסן, אא"וו)
ער ווערט געשאצו צו זיין בערך א 450 פונט...

ער האט אן אקטיווער אקוינט דא אין קאווע שטיבל, ער דארף מעסטן די פולס ביים עולם לממשל נאך אזא טאג ווי נעכטן מוז ער זעהן זיינע סטאקס צו מען קען ווייטער אינוועסטירן אין די ווילי קיען...

די לעגענדע דערציילט אז זיינער א עלטער זיידע האט געבלאנזדשעט און צוליב'ן שווערן וועטער גענעכטיגט אין א געגענט - אין אונגארן טשעכעסלעוואקיע - וואס הייסט ווערעצקי (פון דארט האט זיך צו איהם צוגעקלעבט די נאמען ווערעצקיער רב רבי וואדעווער...

די נאמען פישטי האט ער באקומען משום מעשה שהיה, פון א קליפ וואס איז ארומגעפארן ווי מען זעהט איהם זיך משוגע מאכן ביי א פדיון הבן דערנאך לאזט ער פריי די קאצקעס און קנאבל פאר'ן עולם און געבט א שריי ארויס פון דביקות 'פישטו' ידיכם בגדוד
זונטאג מאי 14, 2017 2:31 pm#370891
מיש-נייעס האט געשריבן:ער איז א שנעבאלגער אייניקל (דאס איז שוין זיין לייסענס צו פירן טישן, געבן ברכות, טיילן מויצעס, אפצושפארן גאסן, אא"וו)
ער ווערט געשאצו צו זיין בערך א 450 פונט...

ער האט אן אקטיווער אקוינט דא אין קאווע שטיבל, ער דארף מעסטן די פולס ביים עולם לממשל נאך אזא טאג ווי נעכטן מוז ער זעהן זיינע סטאקס צו מען קען ווייטער אינוועסטירן אין די ווילי קיען...

די לעגענדע דערציילט אז זיינער א עלטער זיידע האט געבלאנזדשעט און צוליב'ן שווערן וועטער גענעכטיגט אין א געגענט - אין אונגארן טשעכעסלעוואקיע - וואס הייסט ווערעצקי (פון דארט האט זיך צו איהם צוגעקלעבט די נאמען ווערעצקיער רב רבי וואדעווער...

די נאמען פישטי האט ער באקומען משום מעשה שהיה, פון א קליפ וואס איז ארומגעפארן ווי מען זעהט איהם זיך משוגע מאכן ביי א פדיון הבן דערנאך לאזט ער פריי די קאצקעס און קנאבל פאר'ן עולם און געבט א שריי ארויס פון דביקות 'פישטו' ידיכם בגדוד

ווי קען מען זעהן דעם רבי'ן?
זונטאג מאי 14, 2017 2:36 pm#370894
האסט פארפאסט... אין באר'ס טרעפט מען איהם שוין היינט נישט
זונטאג מאי 14, 2017 2:49 pm#370895
האמיר אים אויפגעזוכט, ער ליגט אונטער די קאמעדי סעקשאן פון יו טוב

m https://www.youtube.com/watch?v=n5YNEhIN8i8 m
זונטאג מאי 14, 2017 5:12 pm#370919
מיש-נייעס האט געשריבן:ער איז א שנעבאלגער אייניקל (דאס איז שוין זיין לייסענס צו פירן טישן, געבן ברכות, טיילן מויצעס, אפצושפארן גאסן, אא"וו)
ער ווערט געשאצו צו זיין בערך א 450 פונט...

ער האט אן אקטיווער אקוינט דא אין קאווע שטיבל, ער דארף מעסטן די פולס ביים עולם לממשל נאך אזא טאג ווי נעכטן מוז ער זעהן זיינע סטאקס צו מען קען ווייטער אינוועסטירן אין די ווילי קיען...

די לעגענדע דערציילט אז זיינער א עלטער זיידע האט געבלאנזדשעט און צוליב'ן שווערן וועטער גענעכטיגט אין א געגענט - אין אונגארן טשעכעסלעוואקיע - וואס הייסט ווערעצקי (פון דארט האט זיך צו איהם צוגעקלעבט די נאמען ווערעצקיער רב רבי וואדעווער...

די נאמען פישטי האט ער באקומען משום מעשה שהיה, פון א קליפ וואס איז ארומגעפארן ווי מען זעהט איהם זיך משוגע מאכן ביי א פדיון הבן דערנאך לאזט ער פריי די קאצקעס און קנאבל פאר'ן עולם און געבט א שריי ארויס פון דביקות 'פישטו' ידיכם בגדוד

מיש-נייעס דעם צווייטן חלק פון זיין קאמערשל נאמען פארשטיי איך גאנץ גוט. אבער די ערשטע חלק וואס וויל אונז זאגן וואספארא קי ער איז. דאס איז מיסטעריעז. וואס מיינט ווערעצ אויף אונגאריש אדער טשעכיש...?! פי' א ווערעצ'ער קי...!
זונטאג מאי 14, 2017 6:19 pm#370924
מוצאי שבת קודש הוד שבהוד ירושלים ד'אמעריקא

אן אנגעצויגענע שטימינג האט געהערשט ביים ווערעצקיער צדיק אין שטוב, די צדיק זיצט שוין שעות איינגעשפארט ביי זיך אין שטוב בשעת ווען אינדערויסען גיסט זיך אמפערס טללים רעים מן השמים
און ס'שטייען אלפי רבבות ישראל ווארטענדיג אז דער צדיק זאל ארויס קומען צינדען די הדלקה לכבוד התנא האלקי, אבער אין קול ואין עונה. די מקורבים שטופען זיך צו ביים לעכל און קוקען צו די מחזה נורא. דער צדיק זיצט פארפלאמט, די צימער איז פול מיט רויעך פונ'ם לילקע ציבעך, אין ער פירט א דין ודברים מיט כביכול אליינס. ס'שוין אריבער עטליכע שעה זייט זמן מוצאי שבת קודש און די שלאקעס רעגן הערן נישט אויף צו גיסען. שערי שמים ננעלו וארובות השמים נפתחו, די רעגען הערט נישט אויף, און דא שטייען רבבות יודען אנשים נשים וטף בכליון ענים מי יגלה עפר מעיניך רבנו הקדוש אז מ'זאל שוין זוכה זיין צו די תרעין פתוחין. רבינו הקדוש נעמט זיך מיט אן עזות דקדושה און רופט אויס מיט פאר'ן גאנצען פמליא של מעלה, אז בזכות אבותיו הקדושים אז ס'וועט נישט גיין מיט גוט'ן וועט זיין מיט בייזן, אויב ס'וועט נישט זיין אויפ'ן מינוט קיין ועצר את השמים וועט ער מוזען צוקומען נישט מער נישט ווייניגער צו ר' שמעונ'ען אליינס, וכדי ר' שום'ען לסמוך עליו בשעת הדחק, און מ'וועט דארפ'ן פושט ידים זיין הונדערטער טויזענטער שטיקלעך קנאבל אויף א מוצאי שבת קודש פועל'ן פאר יודישע קינדער נישט קיין חילוק וואס די נאכווייען פון די אלע קנאבל וועט דא אנדרייען.

ס'האט נישט געדוירט קיין רגע כמימרא אין די טיר פון צדיק'ס צימער געט זיך אן עפען אויף ברייט אין דער רבי אליינס געט א שפאציר ארויס מיט געאיילטע שריט ווען א צהלות פנים איז נסוך על פני הקודש. "מ'האט געפועל'ט!" שרייעט ער אויס, "אין הימל האט מען געזען אז תורה לא בשמים הוא, אין ס'איז בעסער צו איבער צו לאזען די האקעלע ענינים פאר'ן בי"ד של מטה".

מיד פתח את פיו בקול רעש גדול לשם יחוד!

חסידים דערציילען אז ווען מ'איז שפעטער אריין אין צדיק"ס היכל האט מען געזען מאסן היינטעכער און פאטשיילעס פון אלע ברענדס, סחורה'ס, און סייזעס אנגעווארפן אויפ'ן ערד, ומיד איז געווארן א פשטו ידיכם ווען א יעדער האט געוואלט א משמרת אות לבני מרי, חפצו של צדיק, וואס מיט דעם האט ער אוועק געווישט די טונקעלע וואלקענעס נאך חצות הלילה אין יענעם געשפאנטען מוצש"ק ל"ג בעומר תשע"ז לפ"ק.

דער נעשכיזער איז געווען א גוטער יוד, און ראזשינקעס מיט מאנדלען זענען גוט...
זונטאג מאי 14, 2017 9:04 pm#370940
יעקב מענטש האט געשריבן:האמיר אים אויפגעזוכט, ער ליגט אונטער די קאמעדי סעקשאן פון יו טוב

https://www.youtube.com/watch?v=n5YNEhIN8i8

דאכט זיך דאס איז דעם צווייטן עפיזאד פונעם פישטו קאמעדיע, די ערשטע איז סתם א מוצאי שבת.
זונטאג מאי 14, 2017 9:33 pm#370942
ער איז א זון פונעם זידעטשויבער באר שבע, איך ווייס נישט וואס איז דער מעשה מיט דעם יוד אבער איך האב איין מאל געדאווענט אין זידערטשויב אויף דעהיל אין בארא פארק און ער איז געווען צו גאסט אויף שבת ביי זיין טאטע און עס איז מיר זייער געפאלן זיין כיבוד אב וויאזוי ער האט מכבד געווען זיין טאטע.
זונטאג מאי 14, 2017 9:34 pm#370943
די קליפ האט 7000 צופים, קוק די קאמענדס...
m https://youtu.be/2yXqLPTdBes m
זונטאג מאי 14, 2017 9:46 pm#370946
רצונינו לראות את מלכינו
זונטאג מאי 14, 2017 11:16 pm#370955
קל וחומר האט געשריבן:איז געווען דארט כאטש אפאר פארטעבל ביה"כ צו קענען מקיים זיין דעם 'פשטו' בהידור רב?


איינער זאגט מיר אז ווען מ'האט געוואלט פארלעשן די פייער האט די רבי אויסגעשריגן 'פישטו!'
מאנטאג מאי 15, 2017 12:17 am#370979
איך אויך האט געשריבן:

די ערשטע פאר סעקונדעס פונעם קליפ איז פון לעלוב 17 ב"פ, נישט ווערעצקי.
מאנטאג מאי 15, 2017 6:03 am#371034
איך ווייס אינגאנצן נישט וואס איז אנדערש פון הייליגן מישקאלצער רבי אין פתח תקוה אר"י, דער האט נישט ביי די הדלקה מער פון דרייסיג ביז פופציג מענטשן, און זיינע קינדער זאל'ן זיין געזונט זינגען פאר אים אזעלכע ניגונים וואס א מישוגענער אין גאס וואלט זיך געשעמט מיט דעם און מיט זיי צוזאמען, ווען פון אנועער אים ליגט א ריזן סיין ווי גרויסער צדיק ער איז, מנהיג הרוחני של פתח תקוה, אבער די חברה משוגעים לייגן עס ארויף אויף יוטיוב און כיכר השבת, יעדן מאל ווע ס'קומט אפיר א נייע קליפ זיינע בין איך זיך מחיה מיט דעם, גווענליך חנוכה סוכות ל"ג בעומר, ווער ס'וויל האבן א מצוה מהנה זיין דעם עוילם אין קאווע שטיבל זאל עס ביטע ארויף לייגן, לדעתי איז ער וערד א עקסטערע אשכול פאר זיך, אזא גרויסער צדיק.
מאנטאג מאי 15, 2017 9:20 am#371043
צוויי משוגעים מאכן נישט איין נארמאלער.
מאנטאג מאי 15, 2017 10:11 am#371049
שאלות: וואו וואוינט ער? ווי לאנג איז ער שוין רבי? וויפל מנינים דאווענען ביי אים שבת? דער עולם קומט זיך צאם לאכן, אדער ער האט אויך ערענסטע חסידים? ווי אזוי האט ער עס געמאכט בעת הונדרעטע אנדערע רעבלעך פלאגן זיך גאר שווער? ווער צאלט די בילס?
מאנטאג מאי 15, 2017 10:20 am#371052
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער עולם קומט זיך צאם לאכן, אדער ער האט אויך ערענסטע חסידים?

הער צו ביי 1:40 און זעה ביי 6:34 פאר זיי מעקן עס אויס.
מיטוואך מאי 24, 2017 1:27 am#372216
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיט דזשעלי בינס צו פיש?

איך קען נישט זעהן פון אונטען.

בילד

ס'נישט אזוי איידל די וועג ווי די רבי ליגט... איך מיין אויך קעגן חז''ל
מיטוואך מאי 24, 2017 1:55 pm#372249
איסר האטלקי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:ר׳ אהרן האט אויך געמאכט א פישטי לעצטע וואך

מיט דזשעלי בינס צו פיש?
איך קען נישט זעהן פון אונטן
.
דער איז הייס געווארן פארן עצי חיים...


עמעזאן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיט דזשעלי בינס צו פיש?

איך קען נישט זעהן פון אונטען.

בילד

ס'נישט אזוי איידל די וועג ווי די רבי ליגט... איך מיין אויך קעגן חז''ל


חוץ ניבול פה וואס האבן די 2 מגיבים אין קאממאן?
זיי באלאנגען צו איין פארטיי
מיטוואך מאי 24, 2017 2:06 pm#372254
:lol: :lol:

ס'איז גוט לאז זיי זיך אויסגעבן די מצב פארט נישט גוט דארט
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 10:57 pm#389296
די מוצ''ש גייט דער רבי זיין אין וויליאמסבורג
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 11:00 pm#389297
ווי איז ער אויף שבת
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 11:26 pm#389299
שבת מאכט ער נישט קיין מצב, מלוה מלכה דאס איז דער הויעכפונקט!
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 3:54 am#389308
ליפא האט געשריבן:די מוצ''ש גייט דער רבי זיין אין וויליאמסבורג


מאכטס א דזשאוק! די רבי איז אין וויליאמסבורג? כאפ אפאר פישטיס פאר מיר אויך.
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 3:55 am#389309
סמבטיון האט געשריבן:שבת מאכט ער נישט קיין מצב, מלוה מלכה דאס איז דער הויעכפונקט!


און די באסעס וועלן ארויסווארפן פון? ליע עווניא קארנער הופפער? אדער טעילאר?

כשטעל מיך פאר אז די טראק מיט אייער גייט זיין ביי קארנער ראדני כשנים קדמוניות.
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 4:07 am#389310
וואלווי האט געשריבן:
יוחנן פיש האט געשריבן:נו האלטעך מיט דיין רבין, אדער זוך דיר א צווייטען וואס ער מאכט נישט קיין פאקסען, עסט נישט, און מאכט נישט מיט די הענט, וואס שמעקט דיר יא.

דער כלל איז, "יעדער זאל זיך שמעקען ס' אייגענע"

דאס מאכן לצנות האט נישט קיין שום זין, זייער קינדעריש און נישט Mature


פאר'ן רבי'ן געסטו אויך די זעלבע עדווייס?

לאחר הקידה מאה פעמים מפני חדרת קודש פארשטייט זעך.


:lol:
דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 9:23 pm#389351
האמיר שוין קאמפעטישאן
מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 11:45 pm#389402
שטעלט זיך ארויס אז אדמו"ר מ'פשטו ראקט אין וויליאמסבורג צו יעדע צייט, נישט נאר ל"ג בעומר.
מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 11:47 pm#389404
אן וואצאפ וואלט דער חולה געפירט לאוועמאלקע און גע'אוכל דגים'ט אין א פיצעלע בעיסמענט מיט קוים מזומן.

#יחי הרעוואלוציע
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 12:25 am#389407
חולה ממש?

אגב, פון וואו איז דא בילדער? מען האט דאך געשריבן קלאר אויפ'ן הזמנה אז די עסקנים וועלן אינפארסירן אז מען זאל נישט נוצן קיין טעלעפאנען ח"ו?
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 1:24 am#389411
שמעקעדיג האט געשריבן:חולה ממש?

אגב, פון וואו איז דא בילדער? מען האט דאך געשריבן קלאר אויפ'ן הזמנה אז די עסקנים וועלן אינפארסירן אז מען זאל נישט נוצן קיין טעלעפאנען ח"ו?

לכאורה א חולה שאין בו סכנה
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 1:56 am#389412
מילא דער פאריקטער פשטו רבי איז א חולה נפש מטומטם, אבער וואס זוכן דארט די נארמאלע חברה מיט אזא מין ערנסטע פרצוף גלאצען בצורתו פונעם בהמה מהלכת על שתיים ?
זענען זיי דען אויפן קאפ געפאלען?

#נשגב מבינתי.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:41 am#389414
.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 4:44 am#389417
שושן פורים האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:חולה ממש?


לכאורה א חולה שאין בו סכנה

נפשי חולת אהבתיך
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 12:30 pm#389428
פישטו, איהר קענט אפשר מסביר זיין וואס איז אייער אויסברויך? וואס באדערט אייך אזוי שטארק? חולה נפש מטומטום? וואס איז ער אנדערש פון אנדערע צענדליגע רעבעס וואס טוהן די זעלבע שטיק, ווייל סעאיז אים געלונגען צו כאפן א גרויסן עולם ווערט ער פארדעם א חולה נפש? איך זאג נישט אז דעם הרינו אוכל דגים איז ממש התפשטות הגשמיות, אבער פון דא ביז מטומטום איז א וועג צו גיין, גראדע סאונד ער צו זיין א וואוילע יוד, ווייל ער האט ליב בילדער מיט פיינע בארכעס מיט קאטשעניו, און א עולם ציקוקערס קומט אים נאך נישט מיתה דערפאר.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 1:36 pm#389431
סמבטיון האט געשריבן:פישטו, איהר קענט אפשר מסביר זיין וואס איז אייער אויסברויך? וואס באדערט אייך אזוי שטארק? חולה נפש מטומטום? וואס איז ער אנדערש פון אנדערע צענדליגע רעבעס וואס טוהן די זעלבע שטיק, ווייל סעאיז אים געלונגען צו כאפן א גרויסן עולם ווערט ער פארדעם א חולה נפש? איך זאג נישט אז דעם הרינו אוכל דגים איז ממש התפשטות הגשמיות, אבער פון דא ביז מטומטום איז א וועג צו גיין, גראדע סאונד ער צו זיין א וואוילע יוד, ווייל ער האט ליב בילדער מיט פיינע בארכעס מיט קאטשעניו, און א עולם ציקוקערס קומט אים נאך נישט מיתה דערפאר.


טו מיר א טובה, ער איז א פאלנע מעשוגענער, און דערצו נעמט ער נאך געלט פונעם פ**ן מדינה.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:16 pm#389438
איך בין נישט געגאנגען צום מעמד ווייל איך האב מיך פארלאזט אז ס'גייט זיין קליפס, נו?
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 3:29 pm#389456
פשיהא ער האט שוין געיטס ארום זיך.

דאס קוקט אויס זיכער אז די ערלי אינוועסטארס-אינקלודינג זיין גבאי- גייען פיין איינקעשן. אפשר אפילו בעסער ווי די ביטקוין אינוועסטארס.

נו מאך מיר א פישטוקוין?
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 5:01 pm#389461
ווי זענען די קליפס פונעם נעכטיגן פישטו?
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 5:20 pm#389462
אויף די בעק פעידזש עד פון מאמענט האבן זיי געבעטן נישט אפצוכאפן, אויב געדענק איך גוט.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 7:29 pm#389476
.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 7:35 pm#389477
מאריה דאברהם! דער פשטו איז נאך אזא בנש"ק ווי אלע רבי'ס בדורינו.