Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבורג

כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבורג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
116 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 191 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11489
דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 8:39 pm#389898
פה המדבר
איר וועט אויסהערן ווי שיין ער צילייגט די ענין פון מלוה מלכה אין נאךדערצי איז ער א גוטע בעל מספר אין ווי שיין דער מעליצער צדיק זיצט דארט אף. פארגעס פון גרין מיט האניג
דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 8:56 pm#389899
איך בין מעיד, אז איבער צען יאר צוריק אלץ בחור בין איך געווען ביים ווערעצקיערס מלוה מלכה אין בני ברק. סאיז שוין דעמאלץ געווען א געדרענג מיט א סך מענטשען, און ווי היינט זענען דעמאלץ אויך געווען גלוביגע, סקעפטישע, און לאכערס ביים מלוה מלכה.

כגעדענק אז ביים שרייען פשטו ידיכם בגדוד האבען בחורים לצים געכאפט קנאבל און עס געווארפען צום צדיק...


אבער ATUB @ערליכער איד ATUB 'ס שקר, אז אין בני ברק האט ער גארנישט און וועגען דעם מאכט ער דא שטיק, איז א שטיק בלאף. יעדער וואס ווייסט פון עם אין ארץ ישראל ווייסט אויך אז ער איז א עכטע עובד, און נאר היבש איינגערעט. יארן צוריק פלעגט ער שוין קאכן און זינגען ביי זיך אינדערהיים, און מפלעגט עם הערן אין גאס. ער האט דעמאלץ נאך נישט געפראווט רביסטעווע און ער האט טאקע געמיינט אמתדיג.

ער האט אויך אסאך פרענקן וואס גלייבען אין עם ווי א בעל מופת.
פרייטאג נאוועמבער 24, 2017 1:34 am#389909
קרעקער האט געשריבן:מה שאין כן ווען גאלאנטע רבי אדער רבי זיידעל מאכט דע זעלבע זאך ברענגט עס א ווארימקייט צו פריערדיגע צדיקים
קאט דע קרויט

בכלל נישט. אלע רבי'ס ווען זיי רייסן זיך אויף זענען זיי ללעג ולקלס
פרייטאג נאוועמבער 24, 2017 2:34 am#389914
ארי נוהם האט געשריבן:איך בין מעיד, אז איבער צען יאר צוריק אלץ בחור בין איך געווען ביים ווערעצקיערס מלוה מלכה אין בני ברק. סאיז שוין דעמאלץ געווען א געדרענג מיט א סך מענטשען, און ווי היינט זענען דעמאלץ אויך געווען גלוביגע, סקעפטישע, און לאכערס ביים מלוה מלכה.

כגעדענק אז ביים שרייען פשטו ידיכם בגדוד האבען בחורים לצים געכאפט קנאבל און עס געווארפען צום צדיק...


אבער @ערליכער איד'ס שקר, אז אין בני ברק האט ער גארנישט און וועגען דעם מאכט ער דא שטיק, איז א שטיק בלאף. יעדער וואס ווייסט פון עם אין ארץ ישראל ווייסט אויך אז ער איז א עכטע עובד, און נאר היבש איינגערעט. יארן צוריק פלעגט ער שוין קאכן און זינגען ביי זיך אינדערהיים, און מפלעגט עם הערן אין גאס. ער האט דעמאלץ נאך נישט געפראווט רביסטעווע און ער האט טאקע געמיינט אמתדיג.

ער האט אויך אסאך פרענקן וואס גלייבען אין עם ווי א בעל מופת.

פרענקן גלייבן אין מיר אויך....
שקר קאן איך נישט פארנעמען. צען יאר צוריק האט ער נאכנישט געפלאנט קיין רבי'סטעווע. קוים וואס אידישקייט... דריי נישט קיין קאפ ווייל כ'קען אים פון יארן.

כ'גיי נישט אריין אין דיטעילס משום חשש אז זיין ניק איז נאך אקטיוו דא.
פרייטאג נאוועמבער 24, 2017 4:20 am#389915
יאפ איך געדענק עם אויכעט מיט 10-12 יאר צוריק אלס זיין טאטעס גבאי/נאכשלעפער. גראדע האט ער שוין דעמאלטס געזאגט פאר א חבר מיינער אז ער פלאנט צו זיין אמאל א גרויסע רבי.

נ.ב. כזעה נישט דעם חסרון אויב דער שרף זאל האבען א ניק דא. מיט וואס איז ער אנדערש ווי ביידע סאטמארע פארטייאישע טוויטער פאוסטערס וואס זיצן עמטליך ביי די רביס אינדערהיים.
מוצ"ש נאוועמבער 25, 2017 10:13 pm#389942
Re: כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבו
גרויסער ווערעצקי'ער מלוה מלכה דער וואך אין בארא פארק אין די אור החיים זאל...
פרייטאג אפריל 20, 2018 12:11 am#400318
נאך די גרויסע התעוררות און השפעות פון פאריעריגן ל"ג בעומר איז כ"ק אדמו"ר שליט"א נעתר געווארן לבקשתנו און וועט אי"ה אינטערנעמן די מסע הקודש צו וויילן ל"ג בעומר בקרב חסידיו בוויליאמסבורג.

הכונו!
פרייטאג אפריל 20, 2018 12:23 am#400319
שמעון וואלף האט געשריבן:נאך די גרויסע התעוררות און השפעות פון פאריעריגן ל"ג בעומר איז כ"ק אדמו"ר שליט"א נעתר געווארן לבקשתנו און וועט אי"ה אינטערנעמן די מסע הקודש צו וויילן ל"ג בעומר בקרב חסידיו בוויליאמסבורג.

הכונו!

איך גלייב נישט, וויפיל חתימות זענען אריינגעקומען?

עטליכע וואכן צוריק ווען כ'האב פרובירט צו שתדלן ביים שרף ער זאל קומען אויף ל''ג בוימער האט ער נישט געוואלט הערן דערפון, קודם האט ער געוואלט זיכער מאכן אז ל''ג בעומר קומט נישט אויס נאך שבועות היי יאר ווייל דעמאלטס דארפן פארן אויף מנוחת הכרס, אבער אפילו נאכדעם האט ער מסכים געווען נעתר צו זיין נאר אויב ס'דא עשרת אלפים מתבקשים. ער האט געהאקט אויפן טיש שרייענדיג "איך וויל זען חתימות, אן דעם איז נישטא פון וואס צו רעדן". מען האט געזען עין בעין אז כבודותא היא דקא מירתחא ליה.
פרייטאג אפריל 20, 2018 10:56 am#400339
דאכט זיך מיר אז כהאב איהם געזעהן אין קערעסטיר
פרייטאג אפריל 20, 2018 1:50 pm#400364
לך לך האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז כהאב איהם געזעהן אין קערעסטיר

yes
זונטאג אפריל 22, 2018 3:20 am#400406
Re: כ"ק אדמו"ר מ'פּישטי שליט"א ראקט ל"ג בעומר אין וויליאמסבו
שמעון וואלף האט געשריבן:נאך די גרויסע התעוררות און השפעות פון פאריעריגן ל"ג בעומר איז כ"ק אדמו"ר שליט"א נעתר געווארן לבקשתנו און וועט אי"ה אינטערנעמן די מסע הקודש צו וויילן ל"ג בעומר בקרב חסידיו בוויליאמסבורג.

הכונו!
געהערט אז ער זיכט א צווייטע פלאץ ווי פאריאר
קען זיין טעילער סטריט
זונטאג אפריל 22, 2018 5:43 am#400407
ס'ווענדט זיך וואס די וועטער וועט זיין. פאריאר איז די וועטער געווען א גרויסע פלאפ. ווייל די רעבע שליט"ע וואלט געהאט א סאך א גרעסערן עולם ווען ס'וואלט נישט געמבול'ט...!
מאנטאג אפריל 23, 2018 12:27 am#400440
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'ווענדט זיך וואס די וועטער וועט זיין. פאריאר איז די וועטער געווען א גרויסע פלאפ. ווייל די רעבע שליט"ע וואלט געהאט א סאך א גרעסערן עולם ווען ס'וואלט נישט געמבול'ט...!

היי יאר וועט די רבי שוין מיט ברענגן די פאטשיילע און פירן די וואלקענעס צו אלע בייזע רוחות
מאנטאג אפריל 23, 2018 1:09 pm#400486
שמעון וואלף האט געשריבן:נאך די גרויסע התעוררות און השפעות פון פאריעריגן ל"ג בעומר איז כ"ק אדמו"ר שליט"א נעתר געווארן לבקשתנו און וועט אי"ה אינטערנעמן די מסע הקודש צו וויילן ל"ג בעומר בקרב חסידיו בוויליאמסבורג.

הכונו!

קוקט נישט אויס ווי ער וועט קומען,
זיינס א תלמיד וועלעכע האט עס אנגעפירט האט זיך שוין געטראפן א נייע רבי וועם צו ביזי זיין מיט אים,
מיטוואך אפריל 25, 2018 11:54 am#400646
פיין קומט ער
מיטוואך אפריל 25, 2018 5:50 pm#400678
אדמור שליט"א