Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
מ'האט מיר געפרעגט וואס טוט זיך אין לעיקוואוד וועגען די הפגנה די אנדערע וואך, און וואס זענען די אויסזיכטען אז דער עולם וועט גייען צום הפגנה.
בנוגע די ישיבהלייט און כלי קודש:
פאר עפעס א סבה, האט ב.מ.ג. נישט גענומען קיין אפיציעלע שטעלונג. שרגי קוטלר, דער יונגערע ברודער פון ר' מלכיאל, האט געמאכט דער אסיפה ביי איהם אין שטוב, וואס דאס מיינט אז ר' מלכיאל איז צופרידען דערמיט, אבער זיי האבען נאך א וועג זיך אויסצודרייען דערפון טאמער ס'פעלט אויס. איך ווייס נישט צו דאס האט מיט שמעי גליק, דער גרויסע נדבן פון ב.מ.ג., וואס איז א גרויסע חסיד פון הרב שטיינמן, טענה'נדיג אז הרב שך האט איהם אהין געשיקט, אדער אז סתם אזוי ווילען זיי נישט אריינגייען אין א זאך וואס זיי ווייסען נישט וואס וועט ארויסקומען.
דער פארשפרייטע בריוו פון די ראשי ישיבות דאהי איז נאר גוט אז די וואס ווילען האבען די פאקטען אויף זייער זייט, קענען זיך אויף דעם זיך ארויפהענגען. דער ציבור, מיין איך, פארשטייט אליין אז יעדער פאקט קען מען פארדרייען און קיין קלארע זאך איז ווייט פון אויפגעוויזען.
די עסקנים באמיען זיך שטארק צו בויען אזא איינדרוק אז הרב שטיינמן איז צופרידען פון די הפגנה. זיי ווילען איינרעדען דער ציבור אז אין א"י מוזען זיי שווייגען ווייל מ'האט פארט געמאכט א פשרה, אבער אין חו"ל זאל מען מאכען א טאראראם, כדי אפצוהאלטען ווייטערע טריטען פון דער מדינה. זיי ווייסען אז אפיציעלעהייט קען מען נישט ארויסקומען קעגען הרב שטיינמן. טראץ דעם, ווייס איך אז הרב מלכיאל האלט זיך א פארטיגע עצ'ניק. איינער פון זיין משפחה האט מיר שוין עטליכע מאל געזאגט אז הרב שטיינמן וויל יעדעם שיקען אין מיליטער, און דאס איז א דבר פשוט אז נאר מיט שרייען הויך קען מען איהם אפשטעלען. בקיצור, זיי מוזען באהאלטען זייער אמת'ער מיינונג טאמער זיי ווילען עפעס דערגרייכען.
אן עצ׳ניק אין לעיקוואוד טענה׳ט צו מיר יעצט, אז הרב מלכיאל׳ס גבאי שטייט זיי אין וועג, אוןער איז דער וואס וויל זיי צושטערען. דער אויבענדערמאנטע אימייל איז טאקע פון זיין קאנטע, אבער ער זעט מיר נישט אויס קיין וועלטס ת"ק אין די עניינים.
לדעתי, די איינציגסטע וועג וויאזוי דער לעיקוואודער ציבור וועט גייען, איז ווען אלע ראשי ישיבות פון די ישיבות ווי מ'האט געלערנט אלס בחור וועלען איבערגעבען אן איינדרוק אז ס'גייט זיי אן אז מ'זאל גייען. די ראשי ישיבות פון לעיקוואוד האבען נישט קיין קרעדיביליטי און קיינער גלויבט נישט די צעטלעך. און דאס איז אלס כל זמן אז ס'איז נישט אפיציעל קעגען הרב שטיינמן. ווען איין מענטש וועט דערמאנען א ווארט בפומבי קעגען הרב שטיינמן, איז דער גאנצע זאך פארפאלען.
נאך די היינט נאכטיגע אסיפה וועט מען אפשר קענען שמעקען די ווינט.
לגבי די בעליבתים:
קיין שום אויסזיכט, גארנישט. די רבנים האבען גע׳ארבעט טאג און נאכט אויף דער אינטרנט כינוס ביז ס׳איז געלונגען. ס׳איז נישט דא קיין דרך הטבע צו שלעפען די בעליבתים אהין.