דאנערשטאג אוגוסט 3, 2017 9:31 pm#381315
מאטל שניידעראוטענטישע דאקיומענט פון תקנות ישיבת לב טהור
📎 lev-tahor1_Page_1.jpg
📎 lev-tahor1_Page_2.jpg
זעהט נישט אויס קראנט
מאטל שניידעראוטענטישע דאקיומענט פון תקנות ישיבת לב טהור
📎 lev-tahor1_Page_1.jpg
📎 lev-tahor1_Page_2.jpg
להתודעצוליב?מאטל שניידעראוטענטישע דאקיומענט פון תקנות ישיבת לב טהור
📎 lev-tahor1_Page_1.jpg
📎 lev-tahor1_Page_2.jpg
זעהט נישט אויס קראנט
להתודעמאטל שניידעראוטענטישע דאקיומענט פון תקנות ישיבת לב טהור
📎 lev-tahor1_Page_1.jpg
📎 lev-tahor1_Page_2.jpg
זעהט נישט אויס קראנט
איש את רעהולב טהור מענטשן זאגן אז יא דאס איז זייער א צעטל
@להתודע זעהט נישט אויס צו זיין א ריכטיגער חסיד.
מאטל שניידעראז איך האב געשריבן "אוטענטיש" האב איך דעקונג דערויף אז נישט וואלט איך געלאזט די חברי השטיבל דן זיין.
די דאקומענט איז געפונען געווארן צווישן די חפצים וואס די בני ל"ט האבן איבער געלאזט אין קאנאדא
איך אויךנאר א פארשטאפטע גויאיש הארץ קען שרייבן זוינע שקרים און שטותים.
להתודעווער האט געמאכט א רעש?מאטל שניידעראז איך האב געשריבן "אוטענטיש" האב איך דעקונג דערויף אז נישט וואלט איך געלאזט די חברי השטיבל דן זיין.
די דאקומענט איז געפונען געווארן צווישן די חפצים וואס די בני ל"ט האבן איבער געלאזט אין קאנאדא
מיר זעהט נאך אלץ נישט אויס אז די שמועה איז ריכטיג ווייל איך מוז דיר דערפאר גלייבן אויפן ווארט, באט אין אמת'ן איך און די גאנצע עולם דא ווייסן נישט און קענען נישט וויסן טאמער עס איז טאקע 100% אוטענטיש אדער נישט בפרט אז קומט לעצטענ'ס ארויס יעדען טאג א נייע דאקאמענט-תקנות-מכתבים וואס איז קלאר פאלש מתחילתו לסופו.
אבער נניח אז אפילו אז עס איז יא אמת איז לאמיר דיר פרעגן אפאר שאלות: איך ווייס נישט ווי די האסט געלערנט אלס קינד\בחור אבער איך האב 10-15 יאר צוריק געלערנט אין סאטמאר טאמער ווייסטו נישט וועל איר דיר מגלה זיין אז מען פלעגט עס דארט דעמאלטס מקיים זיין במילואה, טאמער א קינד אדער א בחור האט חוזק געמאכט פונם רבי-משגיח-ראש ישיבה אין פנים וכדו' האט ער מקיים פסק געווען (פונקט אזוי ווי עס שטייט טאקע און דעם צעטל) און געפראסקעט מיטן גאנצען כוח (גם זכיתי פעם בעצמי לקבל וכו')
און זאג נאר איך ווייס נישט וואו די האסט געלערנט, באט ווילסט מיר זאגן אז און דיין ישיבה-חדר האט מען נישט אזוי געטוהן??
ועל כולם נעם אין חשבון אז עס איז א15 אלט יעריגע צעטל וואס דעמאלט'ס איז עס געווען נארמאל אין יעדע חדר-ישיבה און טאמער מען האט דארט אויך אזוי געטוהן זענען זיי נישט ערגער פון יעדע אנדערע ישיבה.
און יעצט אויף היינט צו טאג'ס, האט מיר גראדע א קרוב מיינער געזאגט ארום א יאר צוריק אז אלע שמועות וואס מען זאגט אויף זיי אז מען פראסקעט מ'הארגעט איז סתם שקרים און ער זאגט אז שוין יארן זיכער וואס קיין בחור האט נישט געכאפט קיין מתנת יד דארט
און ער זאגט מיר אז אפ' אין חדר כמעט נישט עכ"פ זיכער ווייניגער ווי יעדע אנדערע היימישע חדר.
סא די גרויסע רעש וואס מען טרייט צו מאכן מיט דיין כתב ישן נושן ומעושן וואס מען האט עס אפשר אפי' לפי שיטתך געטראפן און עפעס א גניזה פון 15 יאר צוריק איז שוין מער נישט אינטערסאנט פאר יעצט, סא גיי צירוק און ברענג עפעס מער אינטרעסאנט צו פיטערן די עולם דא בלינדערהייט וכו', וכנראה אז עס איז מן הסתם טאקע נישט דא בנמצא.
חיים'ס ישיבהנישט אימזינסט שרייבט הגה"צ ר' אשר זעליג מרגליות זי"ע בשם די הייליגע ריזינער זי"ע אז פאר משיח וועט קימען וועט זיין, אז א רבי וועט פארן אויף א וואגען מיט א אשת איש אין די חסידים וועלן שרייען קדוש קדוש.
בן אדםער האט אויך נישט געמיינט צוזאגן אן עכטע אשת איש ח"ו, נאר מיט די אייגענע ווייב (וואס זי איז דאך אויך אן אשת איש), און אנשטאט זי זאל זיין אן אשת מלאך וועט זי נאר זיין אן אשת איש, און אעפ"כ וועלן די חסידים וכו', כצ"ל.
דער שכןבן אדםער האט אויך נישט געמיינט צוזאגן אן עכטע אשת איש ח"ו, נאר מיט די אייגענע ווייב (וואס זי איז דאך אויך אן אשת איש), און אנשטאט זי זאל זיין אן אשת מלאך וועט זי נאר זיין אן אשת איש, און אעפ"כ וועלן די חסידים וכו', כצ"ל.
פיין! פיין! און וואס טוט זיך מיט די ״וואָגן״?
התם ומתמם עם תמימיםא קאר הייסט בעצם אויך א וואגן נאר ס'איז אן דער פערד נאר זיין אייגן פערדל וואס מען קוועטש דער גאז....
בכל אופן אז א רבי זאל גיין מיט דער אייגענע אשת איש האט מען דאך שוין געזעהן ביי די הייליגע סאטמערע רב הגה''ק בעל ויואל משה זי''ע וואס זיין אשת חבר איז אלע מאל מיט געגאנגען מיטן רבי'ן איבעראל אין ווי עס איז באקאנט ביי די יום הצלה ווי זי איז געזעצן לעבן איהם.......
berlbalagulehהתם ומתמם עם תמימיםא קאר הייסט בעצם אויך א וואגן נאר ס'איז אן דער פערד נאר זיין אייגן פערדל וואס מען קוועטש דער גאז....
בכל אופן אז א רבי זאל גיין מיט דער אייגענע אשת איש האט מען דאך שוין געזעהן ביי די הייליגע סאטמערע רב הגה''ק בעל ויואל משה זי''ע וואס זיין אשת חבר איז אלע מאל מיט געגאנגען מיטן רבי'ן איבעראל אין ווי עס איז באקאנט ביי די יום הצלה ווי זי איז געזעצן לעבן איהם.......
התם ומתמם עם תמימים: אויך האט דער הייליגער רוזשינער זי"ע פאראויסגעזאגט וויאזוי ס'וועט אויסזעהן בעיקבתא דמשיחא..."די ועגענער וועללן פארן אן פערד: דאס געלט וועט נישט האבן קיין ווערד. און די מענטשן וועללן זיך שערן די בערד"...! אויך האט ער געזאגט ברוח קדשו...אז פאר משיח וועט קומען וועללן זיין עשירים אן געלט...! און א געוויסער בעל עגלה האט צוגעלייגט....ס'וועט אויך זיין תלמידי חכמים וואס קענען נישט לערנען...!
berlbalagulehאויך געוויסע פארמערס, וועלכע וואקסן (און נוצן) מאריכואנא לצורך רפואה, וועלכע דרייוון וואלווא קארס. און זיי זענען גרויסע תלמידי חכמים... 😂
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: נעווער מיינד די פערד. מיין שאלה איז, וויאזוי די מענטשן האבן זיך געהויבן אין די לופטן...?!
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: ווען דער קינד וואס איז געבוירן אין א שטאל וואלט נאר געבליבן ביי וויייזן מעדזשיק טריקס און מאכן א פאר טאלער, וואלט די וועלט'ס היסטאריע אנדערש געווען. און נאך א פאר מיליאן אידן וואלטן געבליבן לעבן. די פראבלעם איז, אז נאכ'ן ווייזן מעדזשיק טריקס האט ער זיך אליינס איינגערעדט אז ער איז א גאט, אדער א זון פון גאט. און די רעסט איז היסטארי, ווי מ'זאגט...!
במלאות השלושים לטביעתו הטראגית של מנהיג 'לב טהור' שלמה הלברנץ ז"ל, ערך בנו הרב נתן הלברנץ סעודת הילולא בהשתתפות רבנים וחסידים במתיבתא 'ראשית חכמה' במונטריאול שבקנדה
.
דער פון מאנטריאל איז נישט תמ"ל?דער דאס האט געשריבן:דאס איז נישט די נייע רבי תמ"ל, דער איז א זוהן וואס איז אוועק פון לב טהור און וואוינט היינט אין מאנטרעאל.
איך אויך האט געשריבן:ניין.ער איז א איידעלע נשמה. פארען חטא פון איבערלאזן די קולט האט זיין אייגענע טאטע ארז ימש''ו עם געהייסן מאכן א קאליקע און לייידער צוגענומען די ווייב און קינדער כדרכו.
פורים קטן האט געשריבן:אינטערעסאנט צו טראכטן, וואס פארציילט דער זוהן, ביי זיין דרשה ביי די שלשים סעודה?
די מדריגות פון זיין טאטע? זיין מסירות נפש?
וואס קען ער רעדן פון אים????
טייערע אידן אין טאהש זענען אנגעקומען 3 קינדער פון לב טהור. וואס מען האט זיי געדארפט. און פארציילן שרעקעדיגע זאכןhttp://www.bhol.co.il/news/948278שושן פורים האט געשריבן:ק/פ
מדברי ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא
"ער האט אסאך אויפגעטאן, אריינגעברענגט יראת שמים אין אסאך מענטשן"
עוד מדבריו
...שטייט יסורים ממרקין, שטייט אויך אז לשון הרע נעמט אוועק עוונות, איז אזא איד וואס מען האט שוין אזוי סאך צוזאמגערעדט אויף איהם, זאכן וואס איך אליינס קען מעיד זיין אז עס איז נישט געשטויגן נישט געפלויגן איז דאך אוודאי אז אויב האט ער נאך געהאט עפעס אויף זיך איז ער דאס אויך אפגעקומען.
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר רבי נתן און פאר אלע קינדער און אלע אידן.
איך האב גערעדט מיט א חבר וועלכע האט זיך באטייליגט ביים שלושים סעודה און ער האט מיר קאנפירמירט אז רב וואזנער האט דאס געזאגט דארט
חכמת שלמה האט געשריבן:טייערע אידן, רבותי...
דער מצב שרייעט ארויס פון זיך געוואלד. ס'איז נישט קיין צייט צו שווייגן. א גאנצע קהילה בישראל געפינט זיך במצוקה, על סף של כליון חס-ושלום, מען טאר זיי נישט לאזן אונטערגיין, מען מוז זיי העלפן.
צי דען, ווייל עטליכע בחורים וואס האבן זיך נישט געפינען דאס פלאץ דארט, קומען צו גיין און אנטלויפן פון דארט, מעג מען זיי אויסצאפן דאס בלוט? - איז ריכטיג צו מגזם זיין און אויפבלאזן מעשיות וואס האבן קיינמאל נישט פאסירט, בלויז צוליב נצחון? - היה לא תהיה.
רבותי, טייערע אידן. זייט די ביטערע פטירה פון דער רבי זצוק"ל תמ"ל, איז דער מצב דא ש-ר-ע-ק-ל-י-ך! - איך וועט נישט גלייבן אז היינטיגע טעג קען מען נאך הונגערן אויף א שטיקל ברויט אזוי ווי אין דער מיטל אלטער... ילדים שואגים לטרף, אימותיהם בצער תבכנה... ווי אזוי קענט איר שטיין גלייכגילטיג?!
דער מצב דא איז צופארן, זאכן זענען אומ'מסודר, און מיר קוקן ארויס אויף אייער הילף.
אידן, האט רחמנות! - איר זיצט יעצט אין אמעריקע אין לוקסיעריעזע אפיסעס און שיינע הייזער, געקויפטע אדער געדינגענע, אבער אייערע ברידער אין די ווייטע גואטאמאלא זיצן בבתי יריעות און אונטער בלעכענע דעכער, אן די מינדענסטע באדינגונגען אין לעבן... נישטא די מינדנסטע מאס פריוואטקייט וואס פעלט אויס פאר אידישע משפחות על פי תורה, וד"ל. מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן... מ'מוז עפעס טון זאפארט.
העלפט אייערע ברידער, אייגענע בלוט און פלייש.
שטעלט אייך פאר, איר קומט ארויף אויבן אין הימל, און איר ווילט מען זאל זיך באציען צו אייך במידת הרחמים והחסד. יא? - לב יודע יודע מרת נפשו, יעדער ווייסט די לעכער פון זיין נשמה. און איר ווילט אז דער בורא עולם מיט דער בית-דין-של-מעלה, זאלן פארשטיין דעם יצר לב האדם רע מנעוריו, און זיך באציען צו אייך מיט חסדים גדולים. וועט מען אין הימל קוקן ווי אזוי איר האט זיך באצויגן צו אייערע ברידער, ווי אזוי איר האט זיי דן געווען בעת צר ומצוק, און לויט דעם וועט מען דן זיין דער מענטש - אזוי ווי דער פסוק זאגט 'ה' צילך' - דער אויבערשטער איז דיין שאטן.
רבותי, נעמט די פאר מינוט, שענקט אוועק אפאר דאלער פאר הונגעריגע קינדערליך מיט פרויען וואס דארפן עס וויכטיג האבן. העלפט אונזער קהילה זיך שטעלן אויף די פיס, מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין על טהרת הקודש.
ובזכות זה תבוא עליכם ברכת טוב.
זייער גוט געזאגט, זאג פאר ראזנער מיט גאלדמאן און די וויינגארטנס. סאיז שוין צייט צו אנערקענען אז די וועלט איז מער נישט גרייט צו שווייגן.. נחמן האט געמאכט א ביג מיסטעק יענע פרייטאג צו נאכטס פאר יום כיפור מיט דעם שידוך שפיל פארן ארויסווארפן ווי הינט די צוויי קינדער.... וואלטן ענק ווען נישט געשפילט רשעות מיט די קינדער און זייערע נייע פאסטער שטיבער, קען זיין אז עס וואלט זיך אינטערגעגליטשט.... אבער יעצט שלעפט זיך זיכער ראזנער די ציגעלע בארד, און טראכט ווי זיין חכמה וועט אים ווייטער טראגן....דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:@חכמת שלמה יעדעס מאל ענקערע קרימינאלער אקטן שווימען ארויף, דערמאנסטו זיך פון דיין פארשימלטן ניק.
און וועמען מיינסטו די פאפסט? ס'איז קלאר אז די אביוז ביי ענק איז געפערליך, און אז דאס געלט קומט נישט אן, דארט ווי עס דארף צו גיין.
יא, נישט לאזן א 12 יעריג מיידל אננעמען דיין וואזנערס פסק איז רשעות און בכלל נישט אידישלעך, און אויב דו ביסט נישט מסכים, מיז זיין אז אויך דו ביסט א געפערליכע אביוזער.
אויסער אפאר ציין בערשטלעך און טעמפאנס, פעלט גארנישט אויס צו שיקן.
אוואקאדא האבן ענק גענוג.
חכמת שלמה האט געשריבן:טייערע אידן, רבותי...
דער מצב שרייעט ארויס פון זיך געוואלד. ס'איז נישט קיין צייט צו שווייגן. א גאנצע קהילה בישראל געפינט זיך במצוקה, על סף של כליון חס-ושלום, מען טאר זיי נישט לאזן אונטערגיין, מען מוז זיי העלפן.
צי דען, ווייל עטליכע בחורים וואס האבן זיך נישט געפינען דאס פלאץ דארט, קומען צו גיין און אנטלויפן פון דארט, מעג מען זיי אויסצאפן דאס בלוט? - איז ריכטיג צו מגזם זיין און אויפבלאזן מעשיות וואס האבן קיינמאל נישט פאסירט, בלויז צוליב נצחון? - היה לא תהיה.
רבותי, טייערע אידן. זייט די ביטערע פטירה פון דער רבי זצוק"ל תמ"ל, איז דער מצב דא ש-ר-ע-ק-ל-י-ך! - איך וועט נישט גלייבן אז היינטיגע טעג קען מען נאך הונגערן אויף א שטיקל ברויט אזוי ווי אין דער מיטל אלטער... ילדים שואגים לטרף, אימותיהם בצער תבכנה... ווי אזוי קענט איר שטיין גלייכגילטיג?!
דער מצב דא איז צופארן, זאכן זענען אומ'מסודר, און מיר קוקן ארויס אויף אייער הילף.
אידן, האט רחמנות! - איר זיצט יעצט אין אמעריקע אין לוקסיעריעזע אפיסעס און שיינע הייזער, געקויפטע אדער געדינגענע, אבער אייערע ברידער אין די ווייטע גואטאמאלא זיצן בבתי יריעות און אונטער בלעכענע דעכער, אן די מינדענסטע באדינגונגען אין לעבן... נישטא די מינדנסטע מאס פריוואטקייט וואס פעלט אויס פאר אידישע משפחות על פי תורה, וד"ל. מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן... מ'מוז עפעס טון זאפארט.
העלפט אייערע ברידער, אייגענע בלוט און פלייש.
שטעלט אייך פאר, איר קומט ארויף אויבן אין הימל, און איר ווילט מען זאל זיך באציען צו אייך במידת הרחמים והחסד. יא? - לב יודע יודע מרת נפשו, יעדער ווייסט די לעכער פון זיין נשמה. און איר ווילט אז דער בורא עולם מיט דער בית-דין-של-מעלה, זאלן פארשטיין דעם יצר לב האדם רע מנעוריו,ער און זיך באציען צו אייך מיט חסדים גדולים. וועט מען אין הימל קוקן ווי אזוי איר האט זיך באצויגן צו אייערע ברידער, ווי אזוי איר האט זיי דן געווען בעת צר ומצוק, און לויט דעם וועט מען דן זיין דער מענטש - אזוי ווי דער פסוק זאגט 'ה' צילך' - דער אויבערשטער איז דיין שאטן.
רבותי, נעמט די פאר מינוט, שענקט אוועק אפאר דאלער פאר הונגעריגע קינדערליך מיט פרויען וואס דארפן עס וויכטיג האבן. העלפט אונזער קהילה זיך שטעלן אויף די פיס, מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין על טהרת הקודש.
ובזכות זה תבוא עליכם ברכת טוב.
ראוונע האט געשריבן:קיינער האט ענק נישט געצווינגען צו איבער לאזן אמעריקע אין די ציוויליזירטע געזעלשאפט אין אנטלויפען ערגעץ בארץ לא זרועה
מען הונגערט דארט? הייב דיך אויף אין טראג אפ פון דארט