Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
199 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11639
מיטוואך יולי 19, 2017 9:01 am#379532
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
א חידוש צו פארמאגן אין היינטיגן דור אזא ירא שמים, ביסט טאקע ראוי צו טראגן א שטריימל.

(און פאר עס וויל פארשטיין; פארלאנגען פון א פרומער איד זאל רופן א גע'מל'טער זכר 'זי' לויט ווי עס פאלט אים איין אין קעגנזאץ צו וויאזוי גאט הייסט אים רופן, איז א רדיפה און אן אומרעכט צו דעם פרומען איד. דאס צו פארלאנגען אין גאט'ס נאמען, איז היפראקיטסווע​ און רשעות בתפארתה.)
מיטוואך יולי 19, 2017 9:45 am#379542
מפוזרי האט געשריבן:א חידוש צו פארמאגן אין היינטיגן דור אזא ירא שמים, ביסט טאקע ראוי צו טראגן א שטריימל.

שכוייח
מפוזרי האט געשריבן:(און פאר עס וויל פארשטיין; פארלאנגען פון א פרומער איד זאל רופן א גע'מל'טער זכר 'זי' לויט ווי עס פאלט אים איין אין קעגנזאץ צו וויאזוי גאט הייסט אים רופן, איז א רדיפה און אן אומרעכט צו דעם פרומען איד. דאס צו פארלאנגען אין גאט'ס נאמען, איז היפראקיטסווע​ און רשעות בתפארתה.)

אין מיין תורה שטייט: (קהלת ג, טו): "והאלהים יבקש את נרדף".

אין מדרש רבה ויקרא כז ה: "והאלהים יבקש את נרדף" - רב הונא בשם רב יוסף אמר: לעולם "והאלהים יבקש את נרדף"; אתה מוצא צדיק רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף". רשע רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף", רשע רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" אפילו צדיק רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" מכל מקום "והאלהים יבקש את נרדף".

ווילסט זיין א נבל ברשות התורה? אדרבה פסוק לי פסוקך!
מיטוואך יולי 19, 2017 9:59 am#379543
סא הער אויף צו רודפ'ן די וואס עס איז אנטקעגן זייער געוויסן צו מכיר זיין דעם טראנסדזשענדער.
מיטוואך יולי 19, 2017 10:08 am#379544
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
דער שאלה איז נישט ווער איז דער צדיק, נאר ווער איז דער רודף. און פון דעם דרייסטו זיך כסדר ארויס. איך האב אין מיין לעבן נישט געטשעפעט קיין לגבט און איך פלאן עס נישט צו טון. און איך וויל אפילו אז דער געזעץ זאל זײ באשיצן פון רדיפות.
אבער 'מיך' צו צווינגען רופן דעם ט' - זי אנשטאט ער, אדער דעם לג פּאָר - חתונה געהאט, מיינט 'מיך' צו רודפ'ן, ועל לא דבר בלויז פארן גלייבן אין גאט.

אלקים יבקש את הנרדף אויך כשרשע רודף צדיק.
מיטוואך יולי 19, 2017 10:30 am#379546
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
ווער רודפ'ט וועם?
Reuters: World News:
UK watchdog to crack down on gender stereotypes in adverts in Britain

LONDON (Reuters) - Adverts depicting girls as ballerinas alongside boys as rock climbers are likely become a thing of the past in Britain under new rules set out by the UK's advertising watchdog on Tuesday.

[HEAVY MINUS SIGN] @ReutersWorld [HEAVY MINUS SIGN]
אז דו ווילסט מלחמה האלטן מיט גאט און אים אויסראטן פון זיין וועלט, געזונטערהייט, גאו אהעד. כבר היה לעולמים.
אבער, ביטע, ענליסט אים נישט אויף דיין זייט.
מיטוואך יולי 19, 2017 11:58 am#379553
קורקלענד האט געשריבן:למעשה נאך די גאנצע משא ומתן דא בין איך נאך נישט קלאר אין צוויי זאכן.

א. "רעכטן". וואס זענען די רעכטן פון וואס מ'האלט אין איין רעדן
ב. "רדיפות". וואס פונקטליך מיינט דאס. וויאזוי ווערן זיי גערודפ'ט? וואס זענען די מעשים וואס קוואליפיצירן אלס רדיפות?
מיטוואך יולי 19, 2017 12:17 pm#379555
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
ריכטיג האט געשריבן:ס'קען זיין אז ג' איז א חולי נפש, אבער איך פארשטיי נישט דיין ראיה. חתונה האבן מיט א מומע איז עפעס א חולי נפש? פארט האט דאס די תורה גע'אסר'ט.

אויב איז עס א תאוה ווי תאוות נשים האבן מיר א כלל ״אין הקב״ה בא בטרוניה עם בריותיו..״
וואס דארפן די געי חברה טיהן, זיי האבן נישט קיין תאוה נאר פאר א זכר,
ובכלל לא מציני די תורה זאל אסרן א זאך וואס איז א נארמאלע לייף סטייל,
ואיסר קרובים יש טעם בדבר ואין לדמות בכלל, (ובכגון זה אמרו ״אין לך איסר שלא הותרה התורה כנגדו.)
מיטוואך יולי 19, 2017 12:27 pm#379556
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
וואלווי האט געשריבן:איין זאך וואס איך פארשטיי נישט דא אין די גאנצע קאנווערסעישאן איז פארוואס מ'מישט תורה מיט סעקצואלע אריענטאציעס. די תורה שטעלט אוועק איסורים אדער הנהגות מצד הלכה אדער מאראל. אבער וואס פארא שייכות האט עס מיט די סייענס פון די זאך? די תורה זאגט אז דער געי איז מער בעל תאוה ווי די סטרעיט? די תורה זאגט אז ס'נישט אויסגעהאלטן אזוי צו טוהן און ס'איז בכלל נישט אן אינדיקעיטאר אויף די סייענטיפישע מציאות פון די מענטש וואס לויט דעם האט ער זיינע תאות. זעלבע געדאנק מיט איינער וואס איז עובר עריות אלס העטעראסעקציועל, ס'דא דא הלכה'דיגע און מאראלישע ענינים און ס'דא די תאוה חלק. ביידע אריענטאציעס האבן ביידע גדרים. ס'דא די דאו'ס ענד דאונט'ס, און ס'דא די מציאות פון גליסטענישט. די חלק התורה רעדט נישט אריין אין די גליסטענישט שבדבר נאר אין די הנהגה.

אויב אזוי וואס מאכט אויס די אריענטעישאן. ביידע האבן די זעלבע רעכטען אלס מענטש אין די סאשעל וועלט.

א תורה טרייע יוד, וואס ווייסט אז תורה מן שמים, אין די בריאה ותורה און גאט חד הוא
ווייסט זייער קלאר אז די תורה רעדט אריין אין אלע חלקי החיים והבריאה
די תורה זענען די חיקי חיים , והתורה נתנה לעשות שלום בעולם,
אין אז די תורה אסרט משכב זכר און ריפט דאס אן תועבה, איז פשט אז דאז איז נישט קיין מהלך החיים ס׳איז נישט געזינט.!
מיטוואך יולי 19, 2017 12:32 pm#379558
ווייל סניש דא קיין תוצאות. כמיין ער האט דזעלבע תאוה ווי יעדן. אבער ער האסט פרויען
מיטוואך יולי 19, 2017 1:37 pm#379570
shtriemel האט געשריבן:
אין מדרש רבה ויקרא כז ה: "והאלהים יבקש את נרדף" - רב הונא בשם רב יוסף אמר: לעולם "והאלהים יבקש את נרדף"; אתה מוצא צדיק רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף". רשע רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף", רשע רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" אפילו צדיק רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" מכל מקום "והאלהים יבקש את נרדף".

ווילסט זיין א נבל ברשות התורה? אדרבה פסוק לי פסוקך!

נראה לי שמפוזרי לשיטתו דרבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא קאמר. וכדאיתא בשמעתתא

רבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא אמר אף בקרבנות כך אמר הקדוש ברוך הוא שור נרדף מפני ארי עז נרדף מפני נמר כבש מפני זאב לא תקריבו לפני מן הרודפים אלא מן הנרדפין הה"ד "שור או כשב או עז כי יולד" (מדרש רבה, שם)

תני מפוזרי, "אף בקרבנות כך" נמצא לומד, והאלהים יבקש את נרדף: כדי לרדפו עוד. אמר יב הלוי סאלאווייטשיק, כך קבלתי מרבותי: חייב אדם לרדוף את הנרדף ולשפוך דמו על מזבח ה׳ שנאמר והלכת בדרכיו, מה הוא רחום אף אתה רחום וכו׳
מיטוואך יולי 19, 2017 2:24 pm#379578
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
טיפישע לינקע פראפעגאנדע זיך צו אהערשטעלן אלס נרדפים אן קיין שום עווידענס.
ס'האט איינער דא בארעכטיגט צו רודפ'ן גייסטיש קראנקע?

(בד"א, א נרדף אין פסוק מיינט מפני גלוי עריות אדער שפיכת דמים. אפשר קען איך העלפן זוכן א פסוק וואס רעדט מער פון דעם ענין)
מיטוואך יולי 19, 2017 3:40 pm#379586
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
קול דודי האט געשריבן:
shtriemel האט געשריבן:
אין מדרש רבה ויקרא כז ה: "והאלהים יבקש את נרדף" - רב הונא בשם רב יוסף אמר: לעולם "והאלהים יבקש את נרדף"; אתה מוצא צדיק רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף". רשע רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף", רשע רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" אפילו צדיק רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" מכל מקום "והאלהים יבקש את נרדף".

ווילסט זיין א נבל ברשות התורה? אדרבה פסוק לי פסוקך!

נראה לי שמפוזרי לשיטתו דרבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא קאמר. וכדאיתא בשמעתתא

רבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא אמר אף בקרבנות כך אמר הקדוש ברוך הוא שור נרדף מפני ארי עז נרדף מפני נמר כבש מפני זאב לא תקריבו לפני מן הרודפים אלא מן הנרדפין הה"ד "שור או כשב או עז כי יולד" (מדרש רבה, שם)

תני מפוזרי, "אף בקרבנות כך" נמצא לומד, והאלהים יבקש את נרדף: כדי לרדפו עוד. אמר יב הלוי סאלאווייטשיק, כך קבלתי מרבותי: חייב אדם לרדוף את הנרדף ולשפוך דמו על מזבח ה׳ שנאמר והלכת בדרכיו, מה הוא רחום אף אתה רחום וכו׳

שלום עליכם @קול דודי,
א דאנק פארן אריינקומען און העלפן קלארשטעלן אויף וואס מ'קריגט זיך.

יא, כ'ווייס אז דו האלטסט אז דער גאט פון דער פרימיטיווער אידישער פאלק איז אן אכזר.
אבער איך בלייב מיט אים, פארפאלן.

@שטריימל, לערן זיך פון קול דודי, זײ שטאלץ מיט דיין נייע רעליגיע און פארשטעק זיך נישט אונטער דעם צוריקגעשטאנענעם גאט פונעם ביבל.
מיטוואך יולי 19, 2017 3:45 pm#379591
איך האב געקוקט א קליפ פון אים אויף יו טוב זאגט ער דארט אז מיר אלטרעארטאדאקסן האלטן אז סתם ארטאדאקסישע אידן זענען יורשי גיהינום. דאס נאר איינס צווישן אסאך שקרים וואס ער זאגט דארט איבער אונז. איז ער א נרדף אדער ענדערש דער רודף?
מיטוואך יולי 19, 2017 4:04 pm#379593
ליפא האט געשריבן:איך האב געקוקט א קליפ פון אים אויף יו טוב זאגט ער דארט אז מיר אלטרעארטאדאקסן האלטן אז סתם ארטאדאקסישע אידן זענען יורשי גיהינום. דאס נאר איינס צווישן אסאך שקרים וואס ער זאגט דארט איבער אונז. איז ער א נרדף אדער ענדערש דער רודף?

קענסט ביטע שעירן די קליפ, איך וויל וואטשן וואס זי זאגט.
מיטוואך יולי 19, 2017 4:50 pm#379597
קול דודי האט געשריבן:
shtriemel האט געשריבן:
אין מדרש רבה ויקרא כז ה: "והאלהים יבקש את נרדף" - רב הונא בשם רב יוסף אמר: לעולם "והאלהים יבקש את נרדף"; אתה מוצא צדיק רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף". רשע רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף", רשע רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" אפילו צדיק רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" מכל מקום "והאלהים יבקש את נרדף".

ווילסט זיין א נבל ברשות התורה? אדרבה פסוק לי פסוקך!

נראה לי שמפוזרי לשיטתו דרבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא קאמר. וכדאיתא בשמעתתא

רבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא אמר אף בקרבנות כך אמר הקדוש ברוך הוא שור נרדף מפני ארי עז נרדף מפני נמר כבש מפני זאב לא תקריבו לפני מן הרודפים אלא מן הנרדפין הה"ד "שור או כשב או עז כי יולד" (מדרש רבה, שם)

תני מפוזרי, "אף בקרבנות כך" נמצא לומד, והאלהים יבקש את נרדף: כדי לרדפו עוד. אמר יב הלוי סאלאווייטשיק, כך קבלתי מרבותי: חייב אדם לרדוף את הנרדף ולשפוך דמו על מזבח ה׳ שנאמר והלכת בדרכיו, מה הוא רחום אף אתה רחום וכו׳

שפתיים ישק.

@מפוזרי,
מיין נייע רעליגיע, מן דכר שמיה? איך בין געווען ביי מתן תורה. כ'קען אליין זען מה השם אלוקי שואל מעימי: לא נתנו המצות אלא לצרף בהן את הבריות.

@קורקלאנד, לאמיר אנהייבען טאקע ביי די אוריגינעלע אשכול "די בריף פאר", און ווייז מיר, ביטע, וועלכע תגובה איז נישט אנגעשטעקט מיט רשעות. אדרבה. אויב זעהסטו נישט די רשעות האב איך נישט וואס מוסיף צי זיין.
מיטוואך יולי 19, 2017 5:01 pm#379598

ער איז געוועהן ביי ׳מתן תורה׳ איך האב אים געזעהן זיך דרייען אינדורסן און רייכנען א ציגרעטל, ער איז נאך דעמאלטס געוועהן א הייסע בעלזער (נאכאלץ :roll: ) און כהאב אים געפרעגט וואס דרייסטו זיך אינדורסן דער גרויסער רבי ׳משה רבנו׳ קומט יעצט אראפ פון הימל ער איז דארט געוועהן פערציג טעג און גערעדט ׳פנים אל פנים׳ מיטן בורא כל עלמים און דו דרייסטוך זיך אינדורסן?

זאגט ער מיר אז ער האט געהערט אז משה רבינו געט די תורה און נישט די ׳בעלזער רב׳ וויל ער נישט אריינגיין, האב איך אים געזאגט טוה וואס אלע טוהן ווען מ׳האט ליעב א צווייטן, מ׳מאכט צו די אויגן און מ׳טראכט פונעם רבי, אזוי קומען ארויס די קינדער ׳צדיקים׳.

זעהט אויס אז ער האט אנגענומען מיין עצה, ווייל ער שרייבט דאך אין זיין חתימה ״השם לאווס מי״
מיטוואך יולי 19, 2017 6:16 pm#379602
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
איך מערק דא כל מיני אי דיוקים.

א. דער אויבישטער האט געמאכט א מענטש מיט צוויי פיס. ווען מעדיצין איז מחליט אז מ׳דארף איינס אפהאקען, מיינט עס נישט אז ס׳איז א סתירה צום געטליכע רצון. די היינטיגע אומשטענדען זאגען אז די מענטש איז אן אויסנאם. אן איסור פון ׳ובארצכם לא תעשו׳ איז פארהאנען אויף יעדער סירוס (סיי מענטשען און סיי בהמות), אבער חוץ דעם איז עס נישט קיין סתירה צו גאט׳ס ווילען.

ב. געי מענטשען זענען א קוריאז אין דער בריאה. א קליינע פערצענט מענטשען האבען אן עוואלוצינערישע פראבלעם און ס׳ציט זיי נישט חתונה צו האבען. (ליידער איז פארהאנען א געוויסע צאל מענטשען וואס זענען סתם בעלי תאווה און זיי פראבירען נישט קיין אויפריכטיגע מצב פון ודבק, נאר סתם נוצען מענטשען פאר זיין געשלעכטליכע תאוןת. זיי זענען עלול צו שפילען מיט מענער פונקט ווי פרויען און אויף זיי שטייט די אלע הארבע זאכען קעגען משכ"ז). זיי זענען נעבעך אזוי, און איך האב רחמנות אויף זיי, בפרט ווען זיי ווייסען אז די זאכען זענען פארווערט.

ג. דער תורה רעדט ווייניג פון די סארט פראבלעמען, און זיכער נישט אז ס׳איז אזא אויסנאמליכע ערד ציטערדיגע. דעריבער איז רוב רעליגיעזער קנאות נישט ממקור קדוש.

ד. שטודיעס ווייזען אויף אז די אויסזיכטען פאר זעלבסטמארד נאכ׳ן דורכגייען א פארשניידונג און פאר דעם זענען גארנישט ווייניגער. דעריבער איז עס מיר שווער צו גלויבען אז די גייסטישע פראבלעמען זענען נאר פון דער קאנפליקט, וואס מ׳קען פאררעכטען מיט אן אפעראציע.

ה. ווילאנג דער גוף פון דער מענטש איז פון א מאנסביל, איז די פראבלעם ביי איהם אין געפיל. דאס איז, ביי דעפינישען, א גייסטישע סיטואציע\פראבלעם\קראנקייט\אומשטענד. ווייל דאס פאסירט אין די גייסט, נישט די קערפער. דאס מיינט נישט סנעגזיסטירט נישט, נאר אז דארט עגזיסטירט עס. שבת וויל אונז זאגען אז מ׳קען עס אייביג נאכגייען אין די גענעטישע טעסטס, וויל איך איהם פרעגען; דאס קען מען נאכגייען אפילו אויף א בעיבי צו א מענטש אין קאומא? דאס האט גארנישט מיט זיין געפיהל דערצו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יולי 19, 2017 9:59 pm#379622
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:ס'קען זיין אז ג' איז א חולי נפש, אבער איך פארשטיי נישט דיין ראיה. חתונה האבן מיט א מומע איז עפעס א חולי נפש? פארט האט דאס די תורה גע'אסר'ט.

אויב איז עס א תאוה ווי תאוות נשים האבן מיר א כלל ״אין הקב״ה בא בטרוניה עם בריותיו..״
וואס דארפן די געי חברה טיהן, זיי האבן נישט קיין תאוה נאר פאר א זכר,
ובכלל לא מציני די תורה זאל אסרן א זאך וואס איז א נארמאלע לייף סטייל,
ואיסר קרובים יש טעם בדבר ואין לדמות בכלל, (ובכגון זה אמרו ״אין לך איסר שלא הותרה התורה כנגדו.)

l viewtopic.php?p=341569#p341569 l

גראדע האב איך לעצטנס געהערט אביסל אן אנדערע מהלך, און איך האב געהאט בדעה צו עפענען אן אשכול דערוועגן (ס'האט זיך אפגעשפיעלט א מערכה לאחרונה דערוועגן אין לאנדאן מיט עמיצער הרב דוויך, פאר ווער ס'האט מיטגעהאלטן די נייעס), אפשר וועט עס נאך קומען. דערווייל נאט אייך m http://youtu.be/bPhgFvZPK-o m
(דיסקלעימער: איך בין היפש מחולק מיט איהם)
פרייטאג יולי 21, 2017 2:19 pm#379830
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:איין זאך וואס איך פארשטיי נישט דא אין די גאנצע קאנווערסעישאן איז פארוואס מ'מישט תורה מיט סעקצואלע אריענטאציעס. די תורה שטעלט אוועק איסורים אדער הנהגות מצד הלכה אדער מאראל. אבער וואס פארא שייכות האט עס מיט די סייענס פון די זאך? די תורה זאגט אז דער געי איז מער בעל תאוה ווי די סטרעיט? די תורה זאגט אז ס'נישט אויסגעהאלטן אזוי צו טוהן און ס'איז בכלל נישט אן אינדיקעיטאר אויף די סייענטיפישע מציאות פון די מענטש וואס לויט דעם האט ער זיינע תאות. זעלבע געדאנק מיט איינער וואס איז עובר עריות אלס העטעראסעקציועל, ס'דא דא הלכה'דיגע און מאראלישע ענינים און ס'דא די תאוה חלק. ביידע אריענטאציעס האבן ביידע גדרים. ס'דא די דאו'ס ענד דאונט'ס, און ס'דא די מציאות פון גליסטענישט. די חלק התורה רעדט נישט אריין אין די גליסטענישט שבדבר נאר אין די הנהגה.

אויב אזוי וואס מאכט אויס די אריענטעישאן. ביידע האבן די זעלבע רעכטען אלס מענטש אין די סאשעל וועלט.

א תורה טרייע יוד, וואס ווייסט אז תורה מן שמים, אין די בריאה ותורה און גאט חד הוא
ווייסט זייער קלאר אז די תורה רעדט אריין אין אלע חלקי החיים והבריאה
די תורה זענען די חיקי חיים , והתורה נתנה לעשות שלום בעולם,
אין אז די תורה אסרט משכב זכר און ריפט דאס אן תועבה, איז פשט אז דאז איז נישט קיין מהלך החיים ס׳איז נישט געזינט.!

אודאי אלס תורה טרייער איד גלייב איך אז אלעס שטייט און די תורה. אבער אלס פשוט פשט זע איך נישט אז דער תורה מיינט דא צו אוועקשטעלען א סייענטיפישע פאקט אז דער מענטש האט נישט דא עפעס חוץ פון א תאוה צו א דבר אסור און נישט מער. ער איז אזוי במציאות אז זיין "געזונטע" תאוה וואס די בריאה האט עם געשאנקען איז פארקערט ווי ביי אנדערע, און מיט דעם וואס דער תורה אסר'ט משכב זכר ווערט נישט א דזשאדזשמענט אויף דער מענטש נאר א איסור אלס אן הנהגה למעשה נישט אזוי צו טוהן. פונקט אזוי ווי א סטרעיט וואס האט א תאוה איז זיין תאוה א "געזונטע" תאוה געשאנקען דורך די נאטורן פון די בריאה און די תורה שטעלט אוועק פאר עם איסורים זיך צו האלטען אין פלאץ. אז מ'לערנט די שורשי המצוות זעט מען אסאך מאל וואס ליגט אונטער א מצוה און אסאך מאל שטעלט דער תורה אוועק דער אמת'ער חוקי הבריאה. אבער פונקט אזוי זענען דא מצות וואס מתחילה קומען נישט אויף צו זאגען סייענס נאר הנהגה ווי די אליינס שרייבסט אז דאס אוז נישט קיין מהלך החיים, אבער נישט געזונט, דאס קען מען מחולק זיין וואס די מיינסט נישט געזונט. אבער מהיכי תיתי אז ס'איז נישט נארמאל? ס'קען זיין נישט "נארמאל" ביי רוב מענטשען אבער ביי א מיעוט איז "נארמאל" פארקערט.
מוצ"ש יולי 22, 2017 11:10 pm#379893
חסידים שטופען ארויס געיס.
אין א נייעם אינטערוויא מיט די אידישע-קאנאדישע צייטונג, טענה'ט שטיין אז די 'אולטרא-ארטאדקס' קאמיונטי שטופט ארויס לגב"ט מעמבערס:
Of the people who’ve left your community, are any of them from the LGBT community, as well?

Footsteps has a very high rate of LGBT people, for the simple reason that LGBT people are being pushed out.

m https://www.cjnews.com/perspectives/tra ... er-chassid m
זונטאג יולי 23, 2017 1:14 am#379911
ימי קדם האט געשריבן:
Footsteps has a very high rate of LGBT people, for the simple reason that LGBT people are being pushed out.[/b]

https://www.cjnews.com/perspectives/tra ... er-chassid

אויף אזוי ווייט אז א ״סטרעיט״ פילט זיך דארט ממש "OUT OF PLACE"...

דארט באקומט מען נאר רעקאגנישאון אויב מאיז גימל, אדער סתם אזוי weird. קיין נארמאלע בריאה קען מען דארט נישט טרעפן פאר כל הון דעלמא... און די סיטאציע ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג...
זונטאג יולי 23, 2017 11:14 am#379940
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
זונטאג יולי 23, 2017 11:17 am#379944
מאטל שניידער האט געשריבן:https://www.google.com/producer/editions/CAowlIEB/techcrunch/CAIiEAZsWzddUza6zHNB-E3XY74qFAgEKg0IACoGCAowlIEBMLEXMOc_/straight_pride_uk_a_heterosexual

Sorry, the edition that you requested does not exist or is not available in your country
זונטאג יולי 23, 2017 11:18 am#379945
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
זונטאג יולי 23, 2017 4:08 pm#379996
אפשר פארמאכט מען דעם אשכול?
זונטאג יולי 23, 2017 5:53 pm#380007
קאווע טרינקער האט געשריבן:אפשר פארמאכט מען דעם אשכול?

ניין. דא איז זייער כולל אין די וועלפעיר אפיס.
זונטאג יולי 23, 2017 6:00 pm#380008
און דער מענער סורי וואבער שוהל
מאנטאג יולי 24, 2017 10:58 am#380076
קאווע טרינקער האט געשריבן:אפשר פארמאכט מען דעם אשכול?

אדרבה, מאך אויף א פרישע.
מאנטאג יולי 24, 2017 2:21 pm#380098
.
מאנטאג יולי 24, 2017 9:21 pm#380149
קורקלענד האט געשריבן:.

כיון שניתן רשות למשחית אינו מבחין בין דומם למדבר. :roll:
מאנטאג יולי 24, 2017 11:24 pm#380167
shtriemel האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:.

כיון שניתן רשות למשחית אינו מבחין בין דומם למדבר. :roll:

money talks
דינסטאג יולי 25, 2017 1:28 am#380176
אהער אהין, ס'איז גוט צו זען וויאזוי היינטיגע רבנים קוקן דאס אן - פרובירנדיג משלב צו זיין תורה ורפואה מודרנית.

אין פאלגענדן לינק, זעט א תשובה פון א רב צו א פרוי וואס מוטשעט זיך אז זי איז בעצם א מאן. ליינט איר הארציגער מאנאלאג, וואס איז אינטערעסאנט מכל מקום: m http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=384 m
דינסטאג יולי 25, 2017 12:13 pm#380219
קאווע טרינקער האט געשריבן:אפשר פארמאכט מען דעם אשכול?

ניין דא איז זייער פאליש
מיטוואך יולי 26, 2017 10:23 am#380349
קורקלענד האט געשריבן:https://ca.news.yahoo.com/trump-no-transgender-people-serve-u-military-twitter-131526764.html

זייער פשוט. דיין ליבלינג טראמפ גייט דאך אין פוסטריט פון דעם ארכי-מערדער פוטין. דארט אין רוסיא איז דאך ״גימל״ נישט אינגאנצן ליגעאל. ער וויל עס נאכמאכן דא אין אמעריקא אויך.

דעס איז איינע פון זיינע אויפטוהן פאר אמעריקע???

מוראדיג...! איך בין ממש נתפעל פון אים. ווען קען מען אריינגיין מיט א קוויטל???? ממש א צדיק הדור דער טראמפ.... :roll:
דאנערשטאג יולי 27, 2017 11:16 am#380521
rps20170727_111627.jpg
זונטאג יולי 30, 2017 10:32 pm#380788
ATUB @shtriemel ATUB איבערקוקנדיג די אשכול איבער די גאנצע נושא איז מיר נאכאמאל שווער געווארן די קשיא, די פאנגסט אן מיט די הנחה אז עס איז דא זכרים און נקבות, און אז א פרוי קען געבוירן ווערן אין א מאנס געבוי און אז א מאן קען געבוירן ווערן אין א פרוי'ס געבוי, און א פרוי איז xx און א מאן איז xy, די חלק איז פשוט אין ע פאקט, ריינע סייענס, אבער ווי איך פארשטיי רעדן מיר נישט אז די אלע וואס טוישן זיך זענען באשטעטיגט אז זייערע דזשינס זענען אנדערש, נאר סתם א מענטש זאגט איך בין א פרוי, איז מיר סתם אינטערעסאנט אויף וואס פארלאזן מיר זיך? סתם ווייל ער/זי האט געזאגט? דאס איז אביסל אינטערעסאנט, וואס איז די לאגיק ?
מאנטאג יולי 31, 2017 12:05 am#380795
נישטא קיין לאגיק. עס איז א מענטאלישע קראנקייט געליסטעט אין די די.עס.עם. ביכל.
מאנטאג יולי 31, 2017 10:42 am#380829
טרויבן88 האט געשריבן:@shtriemel איבערקוקנדיג די אשכול איבער די גאנצע נושא איז מיר נאכאמאל שווער געווארן די קשיא, די פאנגסט אן מיט די הנחה אז עס איז דא זכרים און נקבות, און אז א פרוי קען געבוירן ווערן אין א מאנס געבוי און אז א מאן קען געבוירן ווערן אין א פרוי'ס געבוי, און א פרוי איז xx און א מאן איז xy, די חלק איז פשוט אין ע פאקט, ריינע סייענס, אבער ווי איך פארשטיי רעדן מיר נישט אז די אלע וואס טוישן זיך זענען באשטעטיגט אז זייערע דזשינס זענען אנדערש, נאר סתם א מענטש זאגט איך בין א פרוי, איז מיר סתם אינטערעסאנט אויף וואס פארלאזן מיר זיך? סתם ווייל ער/זי האט געזאגט? דאס איז אביסל אינטערעסאנט, וואס איז די לאגיק ?

ווען די גענעטיקס איז קלאר איז דאך נישט נוגע צו די שמועס. דן זיין דיני נפשות ווען עס איז נישט 100% קלאר דארפען מיר אריינעמען אין באטראכט אז מיר ווייסען נאך נישט פונקטליך וואס גייט דא פאר. וגענעטיקס יוכיח אז מען קען צאפען אן אומשולדיגס בלוט בלויז צוליב אונזער קטנות המוחין. ממילא, אויב לא נתנה תורה אלא לצרף, דארפען מיר זיין די גרעסטע לוחמים למענם.

מיר דארפען זיך פארלאזען אויף די עד אחד, בפרט אז אונז ווייסען קלאר אז מיר ווייסען נישט אלעס.
מאנטאג יולי 31, 2017 10:53 am#380830
מיר ווייסן טאקע נישט אלעס. און דעריבער איז אויך שטארק מעגליך אז מיר געבן רעכט פאר א שגעון. און מיט'ן מיטגיין מיט די משוגעת לייגן מיר מעגליך די פאציענט אין דער ערד אריין. און וויבאלד עס איז א גרויסע ספק איז ליבערשט בעסער שב ואל תעשה. ווייל אייער גוטהארציגשאפט קען מעגליך ארבעטן פארקערט.

אפשר ליבערשט זאלן די מענטשן אנערקענען אז זיי דארפן זיך אקצעפטירן ווי איידער אז יענער דארף זיי אקצעפטירן. און אויב ווילט איר מיך רופן גענדערפאוב געזונטערהייט. אפשר איז גענדערפאוב אויך אין די די.ען.עי. דעריבער איז נישט מער ווי יושר אז די טראנס'עס זאלן זיך צושטעלן צו די מחלה פון גענדערפאוב..........
מאנטאג יולי 31, 2017 11:06 am#380832
קורקלענד האט געשריבן:נישטא קיין לאגיק. עס איז א מענטאלישע קראנקייט געליסטעט אין די די.עס.עם. ביכל.

ווען משכב ז' איז געווען אין ביכל איז עס געווען א מחלה?
ווען זיי האבען עס אויסגעלאזט איז עס געווארען אוקעי?
פאר עס איז געווען אין ביכל איז עס געווען ראוי?
ווען ביכער האבען געמיינט אז ס'דא ארבע כנפות הארץ איז די וועלט נישט געווען קיין כדור?

אזא מין עם חכם ונבון...
מאנטאג יולי 31, 2017 11:14 am#380833
קורקלענד האט געשריבן:מיר ווייסן טאקע נישט אלעס. און דעריבער איז אויך שטארק מעגליך אז מיר געבן רעכט פאר א שגעון. און מיט'ן מיטגיין מיט די משוגעת לייגן מיר מעגליך די פאציענט אין דער ערד אריין. און וויבאלד עס איז א גרויסע ספק איז ליבערשט בעסער שב ואל תעשה. ווייל אייער גוטהארציגשאפט קען מעגליך ארבעטן פארקערט.

אפשר ליבערשט זאלן די מענטשן אנערקענען אז זיי דארפן זיך אקצעפטירן ווי איידער אז יענער דארף זיי אקצעפטירן. און אויב ווילט איר מיך רופן גענדערפאוב געזונטערהייט. אפשר איז גענדערפאוב אויך אין די די.ען.עי. דעריבער איז נישט מער ווי יושר אז די טראנס'עס זאלן זיך צושטעלן צו די מחלה פון גענדערפאוב..........

יא יא. דאס דייטש אין לאגער האט אויך פארשטאנען אז מען דארף עם אקצעפטירען.

קורקלענד ומשפחתו האט געשריבן:ווי גלייכסטו צו רוצחים צו אונזער נושא?

גדול המחטיאו... ברוצחי נפשות עסקינן, וחמירי סכנתא מאיסורי.

קורקלענד ומשפחתו האט געשריבן:אפשר זאלסטו אקצעפטירען א סינגעל אלס הונדרעטער??

אם אין דעת הבדלה מנין?

--------

איז דען דא נאך מוסיף צו זיין? זאל די ליינער שופט זיין ווער פון אונז איז גערעכט און ישרותדיג. - I'd like to move on
מאנטאג יולי 31, 2017 11:44 am#380837
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
shtriemel האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:@shtriemel איבערקוקנדיג די אשכול איבער די גאנצע נושא איז מיר נאכאמאל שווער געווארן די קשיא, די פאנגסט אן מיט די הנחה אז עס איז דא זכרים און נקבות, און אז א פרוי קען געבוירן ווערן אין א מאנס געבוי און אז א מאן קען געבוירן ווערן אין א פרוי'ס געבוי, און א פרוי איז xx און א מאן איז xy, די חלק איז פשוט אין ע פאקט, ריינע סייענס, אבער ווי איך פארשטיי רעדן מיר נישט אז די אלע וואס טוישן זיך זענען באשטעטיגט אז זייערע דזשינס זענען אנדערש, נאר סתם א מענטש זאגט איך בין א פרוי, איז מיר סתם אינטערעסאנט אויף וואס פארלאזן מיר זיך? סתם ווייל ער/זי האט געזאגט? דאס איז אביסל אינטערעסאנט, וואס איז די לאגיק ?

ווען די גענעטיקס איז קלאר איז דאך נישט נוגע צו די שמועס. דן זיין דיני נפשות ווען עס איז נישט 100% קלאר דארפען מיר אריינעמען אין באטראכט אז מיר ווייסען נאך נישט פונקטליך וואס גייט דא פאר. וגענעטיקס יוכיח אז מען קען צאפען אן אומשולדיגס בלוט בלויז צוליב אונזער קטנות המוחין. ממילא, אויב לא נתנה תורה אלא לצרף, דארפען מיר זיין די גרעסטע לוחמים למענם.

מיר דארפען זיך פארלאזען אויף די עד אחד, בפרט אז אונז ווייסען קלאר אז מיר ווייסען נישט אלעס.

איך הער, אבער דא פאנגט זיך אן די נושא, אויב א דאקטאר זאגט אז איינער איז א מאן און ער זאגט אז ער איז א פרוי, וואס איז דעמאלטס?
מאנטאג יולי 31, 2017 12:04 pm#380845
הרב שטרימל. איר האט זיך איצט געטרויעט צו ריפן מענטשן וואס שטעלן זיך נישט צי צו די טראנס'עס דייטשן, רוצחים.

אבער ס'שוין אפאר בלעטער וואס די שמועס גייט אן און איר האט נאך אלס נישט פארגעלייגט וויאזוי פונטקליך זיי ווערן גערודפ'ט. אנטשולדיגט. איך אקצעפטיר נישט די פאקט אז איינער ווי עבי סטיין'ס גענדער ווענדט זיך אין זיין אייגענעם מיינונג. ווידעראום וואלט מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן איהם צו רודף'ן. ביטע איינמאל פאר אלעמאל צולייגן וואס מיינט רודף'ן א טראנס.
מאנטאג יולי 31, 2017 1:03 pm#380855
קורקלענד האט געשריבן:הרב שטרימל. איר האט זיך איצט געטרויעט צו ריפן מענטשן וואס שטעלן זיך נישט צי צו די טראנס'עס דייטשן, רוצחים.

אבער ס'שוין אפאר בלעטער וואס די שמועס גייט אן און איר האט נאך אלס נישט פארגעלייגט וויאזוי פונטקליך זיי ווערן גערודפ'ט. אנטשולדיגט. איך אקצעפטיר נישט די פאקט אז איינער ווי עבי סטיין'ס גענדער ווענדט זיך אין זיין אייגענעם מיינונג. ווידעראום וואלט מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן איהם צו רודף'ן. ביטע איינמאל פאר אלעמאל צולייגן וואס מיינט רודף'ן א טראנס.

איך קען דיר נישט העלפען. פונקט ווי איך קען ר' אביגדור'ן נישט עקלערען פארוואס שקלאפען ווילען זיין פריי אפילו ס'זיי בעסער אלס עבדים. איך קען דיר ווינטשען א ברכת הדיוט מיט א רוח טהרה ממרום...
מאנטאג יולי 31, 2017 1:07 pm#380858
דארט ביי די עבדים האט איר זיך ערקלערט. דא האט נאך קיימאל נישט מסביר געווען וואס מיינט רודף'ן א טראנס. אדער וואס עס גייט אריין בגדר רדיפה. ווען איך פרעג אויף דעם דרייט איר זיך ארויס ווי איידער צו ענטפערן.
מאנטאג יולי 31, 2017 1:08 pm#380859
טרויבן88 האט געשריבן:איך הער, אבער דא פאנגט זיך אן די נושא, אויב א דאקטאר זאגט אז איינער איז א מאן און ער זאגט אז ער איז א פרוי, וואס איז דעמאלטס?

די דאקטער קען אויך נישט וויסען אויב די פילינג יש בו ממשות.

איך ווארט נאר צו הערען ווער פון די מלביני פנימ'ער דא אין שטיבעל וועט בעטען עבי איר מחילה ווען/אויב ס'שטעלט זיך אויס אז @ימי קדם איז גערעכט און מ'קען פעסטשטעלען ביי דאקטוירים אז זי איז אינטערסעקס...
מאנטאג יולי 31, 2017 1:13 pm#380860
קורקלענד האט געשריבן:דארט ביי די עבדים האט איר זיך ערקלערט. דא האט נאך קיימאל נישט מסביר געווען וואס מיינט רודף'ן א טראנס. אדער וואס עס גייט אריין בגדר רדיפה. ווען איך פרעג אויף דעם דרייט איר זיך ארויס ווי איידער צו ענטפערן.

האדם יראה לעיניים וה' יראה ללבב. איך בין דיר נישט שולדיג א הסבר... די ציל פון מיין געשרייבאכסט איז לעורר את הלב.

מִי חָכָם וְיָבֵן אֵלֶּה, נָבוֹן וְיֵדָעֵם. כִּי יְשָׁרִים דַּרְכֵי יְ---, וְצַדִּקִים יֵלְכוּ בָם וּפֹשְׁעִים יִכָּשְׁלוּ בָם.
מאנטאג יולי 31, 2017 1:57 pm#380866
shtriemel האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:איך הער, אבער דא פאנגט זיך אן די נושא, אויב א דאקטאר זאגט אז איינער איז א מאן און ער זאגט אז ער איז א פרוי, וואס איז דעמאלטס?

די דאקטער קען אויך נישט וויסען אויב די פילינג יש בו ממשות.

איך ווארט נאר צו הערען ווער פון די מלביני פנימ'ער דא אין שטיבעל וועט בעטען עבי איר מחילה ווען/אויב ס'שטעלט זיך אויס אז @diff איז גערעכט און מ'קען פעסטשטעלען ביי דאקטוירים אז זי איז אינטערסעקס...

בעטן איר מ---ה???? :lol:

Pun intended
:?: :oops:

:געוואלד: :אומגלויבליך: :לשוןהרע: :אויוויי:
מאנטאג יולי 31, 2017 2:08 pm#380870
נאאאאאאאאאא. די וויז'ניצער איז קיין צדיק הדור אז די קענסט מיר אזוי אפטייטשען.