Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
199 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11639
פרייטאג יולי 14, 2017 6:34 pm#379112
מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
ביז נישט לאנג צוריק האט די גאנצע וועלט געוויסט אז מען צוטיילט די וועלט אין צווי: זכר ונקבה ברא אותם. ווי אזוי האט מען מחליט געווען ווער איז וואס? נו, שטייט דאך, וראיתן על האבנים, אם בן הוא... די פראבלעים איז געווארען ווען מען האט נישט געקענט וויסען. אין אונזער מקורות רופט זיך עס טומטום/אנדרגינוס. אינטערסעקס בלע"ז.

אין די לעצטע תקופה, זייט מאדערנע מעדעצין איז באשאפען געווארען, פלעגט מען מחליט זיין צוזאמען מיט די דאקטער וואס מען גייט מאכען, א ברית אדער א קידוש. פארשטייט זיך, ווי מער פלאסטיק סורדזשערי האט זיך פארגעשריטען האבען זיי מער מצליח געווען צאמשטעלען דאס נייגעבורען צום צוגעצייכענטע דשענדער.

אפאר יאר צוריק האט א קבוצה פון אזעלכע קינדער זיך צוזאמען גענומען אין א גרופ מיט א גרויסע טענה: מען האט אסאך פון זיי אסיינד די ראנג דזשענדער (assigned the wrong gender). היינט איז זייער גרינג נאכצוקוקען דשענעטיקלי צו א מענטש האט xx כרומאזאמס אדער xy. איעדער בריה באשטייט פון סעלס, אינערווייניג פין איעדער מענטש'ס סעל (וכן רוב חיות, און געציילטע געוויקסען) אויך איז דא צוויי כראמאזאמס וואס ביי נקבות קוקט עס אויס ווי XX און זכרים האבען איין X אבער די צווייטע קוקט אויס ווי א Y. ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט האבען אסאך פין די קינדער, וואס זיינען שוין היינט אונטערגעוואקסען, אלע יארען געשפירט אז זיי געהערען נישט צי דעם דזשענדער וואס די דאקטער האט באשלאסען פאר זיי. זייערע עיקר טענה איז אז מען זאל נישט פאטשקענען מיט קליינע קינדער פאר זיי קענען אליין מאכען די החלטה. פאר מער פרטים, אין פערסאנעל געשיכטעס זעה דעם לינק:
m https://interactadvocates.org m

נאך א אינטרעסאנע זאך קען געשעהן, וואס ביז גאר לעצטענס האט מען עס נישט פארשטאנען. עס איז דא אמאל א מיידל וואס ביי ארום די 16 לויפט מען צו דאקטורים און מומחים פארוואס איז נאך נישט דא סימני בגרות אין מיט א פשוט'ע טעסט שטעלט זיך אויס אז גענעטיקאלי איז זי אן ער! די XY איז אביסעלע אופגעהאקט ביי די שפיץ, ליטעראלי. פאר דאס געוויקס פין דאס קינד מאכט עס נישט אויס נאר פאר קענען ממשיך זיין דורות שטעלט זיך די פראבלעים ווייל די חלק פין די Y וואס פעלט זיינען די סעלס וואס זיינען באשטימט צי מאכען די איברים וואס מען דארף דערפאר. עס מאכט זיך אויך אמאל XX מענער אין נאך פארשידענע אינטרעסאנטע דשענדער קאמבינעשענס. עס איז אויך פארהאן מענטשען מיט AIS סינדראם, זיי קוקען אויס ווי ווייבער, אלע סימני בגרות, אבער גענעטיקלי א זכר. (לכאורה איז דאס איינער פון די זאכען וואס די גמרא רופט מיט'ן שם הכולל 'איילונית'.)

ביי די היימישער עולם איז די ענין פון האבען קינדער איינער פון די יסודות וואס מען לאזט זיך קאסטען ממון ודמים. כאפט א שמיעס מיט די עסקנים, עס איז נבהל ונשתומם צי ווערען וויפיל גענעטיקס איז דא אינוואלווד. מען שאצט אז אנדערטהאלבען פערצענט פון מענטשען אויף די וועלט האבען אזא קאנדישען, און פון אן עסקן בנושא האב איך געהערט אז ביי אשכנזישער אידען איז די נומער גרעסער. קומט אויס אז ס'דא מער אינטערסעקס מענטשען ווי רויט האריגע קעפ!

אמאליגע צייטען האבען אזעלכע מענטשען נישט געקענט האבען קיין קינדער, און וויבאלד די סמני בגרות האבען זיך נישט געהעריג דעוועלאפט קען עס ווערען קענסערעס מיט די יארען. אויך האבען אזעלכע מענטשען שטארק געליטען פון מחלות משונות ווייל די אברים וגידים וואס קאנטאלירען הארמאנען זיינען דאך נישט אין ארדענונג. היינטיגע צייטען קענען רוב פין די געטראפענע יא האבען קינדער דארך פארשידענע אופנים - הלכה'דיג איז דא חילוקי דעות ואכמ"ל. און פאר הארמאנען גייט מען צי א ספעציאליסט און מען ארבייט אויס א מעדעצינישע קאקטעיל לפי הצורך. די וואס האבען איבעריגע חלקים vestiges בלע"ז קען מען עס ארויסנעמען סערדשיקאלי.

יעצט, שטעל זיך אריין אין די שיך פון אן כמעט-ערוואקסענע מיידעל וואס די דאקטער פארציילט איר אז זי האט יינגלישע גענעטיקס אבער מע'קען מיט מעדעצינען געבען סימני בגרות. שטעלט ענק פאר אז זי באקומט א טשויס, זי האט איר אייגענע בחירה אויב זי וויל נעמען מענערישע הארמאנס אדער ווייבערישע. פין איין זייט קען מען קוקען אויפען אויסקוק "קוקסט אויס ווי א מיידעל, זיי א מיידעל". פון דער אנדערע זייט אפשר האט זי אלע יארן זיך געשפירט ווי א אינגעל אין יעצט קען עס מקויים ווערען? גאר א דריטע קען טענה'ן אז זיי ווילען בלייבען אזוי ווי זיי זענען געבוירען. "טויש מיך נישט". ס'שווער זיך צו דינגען מיט די טענה, לדעתי. וואס פאר א רעכט האט איינער יענעם איינטיילען אין אזעלעכע הייקעלע דיני נפשות?

וואס וואלט איר גענטפערט פאר די נארוואס-חתונה-געהאט-אידענע מיט גרויסע סימני בגרות, יפה כחמה, ברה כלבנה, אבער זאגט איר נייע מאן בשתיקה אז זי שפירט זיך בעסער אלס אינגערמאן, אז זי פילט כאילו א מאנ'ס גוף אינסייד א פרויערישע? אין וואס וואלט איר גענטפערט דריי יאר נאכדעם ווען דאקטורים כאפן זיך אז זי האט AIS סינדראם?

למעשה, היינטיגע טעג, ווען אונזער לאנד האט נישט קיין גרעסערע דאגה נאר אין וועלכע ביהכ"ס מען מעג גיין דארף מען דן זיין וואס די הלכה איז מיט אן אינטערסעקס היומען. ווי אזוי איז מען מחליט? מקען פארשטיין א פרוי מיט XY מענער דשענעטיקס וואס שפירט זיך בעסער צי איידענטיפייען אלס מאן. וואס איז אבער מיט א פרוי מיט פרויען גענעטיקס, א געהעריגע XX, וואס פילט זיך פאר א מאן?

מקען זיך דינגען אויף דעם לעצטען דוגמה. יש אומרים "ס'נישט דא אזא זאך" "זי איז משוגע ווי די לבנה" וכדו'. אבער אז אזויפיל מענטשען טענה'ן אז זיי שפירען זיך אנדעריש ווי זיי קוקען אויס אולי יש דברים בגוי? דעס אז לא ראינו 'אז דער מוח האט אויך א קאמפאנענט וואס טוט רעגיולעיטען (regulating בלע"ז) וואס מאכט פילען מאן אדער פרוי' אינו ראיה. בכלל, אונז האבען דאך אויגען, מיר קענען אליין זען, די פנים פון א פרוי איז געווענטליך אנדעריש פון א מאן. אבער יוצא מן הכלל'ס זענען דא אין די מאסען. די אנדרוגיניס מאדעל טייפ וואס די מאדע ביזנעס (fashion industry) האט זיך פארליבט אין איז נאר איין דוגמה. זיי זאגען אז א גרויסע פראצענט פין די מאדעלס זיינען טאקע מענטשען מיט די אויבענדערמאנטער גענעטיקס.

ידידי ר' שבת האט געברענגט א געוואלדיגע דוגמא. ביז נישט לאנג צוריק פלעגען ביי אסאך משפחות צווינגען געלינקטע קינדער צי שרייבען מיט די רעכטע האנט. נישט נאר ביי אונז מטעמי תפילין נאר אויך אין מזרח אייראפע ועוד. שטעלטס ענק פאר 50 יאר צוריק פאר ס'געווען ידוע אז א געלינקטער'ס מוח איז פשוט געשפיגעלט פין רעכטס אויף לינקס ווי עס איז ביי די גערעכטער, אין דאס קינד אונזער טענה'ט "איך פיהל ווי א געלינקטער".

"ס'נישט דא אזא זאך" זאגט מען איהם,אין אמת'ן וואלט איך אים אויך נישט פארשטאנען. וואס הייסט, איך דארף מיר פיהלען ווי א גערעכטע יעצט? למעשה פיהל איך מיר נישט ווי קיין איינס. איך שרייב און נוץ מיין רעכטע האנט. תפילין האב איך געלייגט אויף די לינקע האנט. סימפעל: איך פיהל מיר נישט א גערעכטער און נישט א געלינקטע!

אבער עס איז נישט אזוי שווער צו דערהערען א מענטש וואס אידענטיפייעד זיך אלס געלינקטער אויב מ'מאכט טאקע אזא עסק דערפין. טאקע היינט, ווען איעדער שרייבט ווי ס'קומט עם, איז שווער אפילו פאר א געלינקטע צו פארשטיין מה כל הרעש! אנשטאטס אויסצוהיילען דעם געלינקטער האט מען עס געמאכט אויס מחלה און שלום על ישראל. (די זעלבע טרענד געשעהט יעצט מיט די אחור-לא-ישוב-ריקם'ניקס. מען מאכט עס אקסעפטעט ובא לציון גואל).

ווען איך זאג עס פאר אן אלטע מלמד מיינס וואס האט געדרייט אין קאפ פאר עטליכע תלמידים מיט די רעכט לינקס קוקט ער מיר אן ווי תלמיד שסרח. קען זיין אז אפאר פון די ליינער דא וועלען אויך אזוי טראכטען אויף די איידיע. אבער זאגען דארפען מיר נאך אלס - וקושטא קאי.

אין שוועדיע האבען זיי אין שולעס ארויסגענומען פין לעקסיקאן ער זי וכד'. די קינדער רופען אלעמען הען. אסאך אלטע קולטורען האבען געהאט א דריטער מין. פעיסבוק האט איבער 50. ומלאה הארץ דעה איז דאך משיח'ס צייטען אליין. וגר זאב עם כבש. Live and let live בלע"ז

יעצט צום נושא הקעפעל.
לו יצוייר אז מרת שטיין נעמט א גענעטיק טעסט אין ווערט געוואר אז אן XX - גענעטיקלי א פרוי - קען אויך האבען א לאנגער בארד, אויפשטעלען א שטוב. וכבר היה לעולמים. נו, ריבונו של עולם פארוואס האט מען איר נעבעך געצאפט דאס בלוט? זיך צו צווינגען צו לעבען ווי א מאן איז דאך גיהנום (איך קען נישט גלייבען אז איך וואלט הנאה געהאט צי דארפען לעבען ווי א פרוי, סא, ס'נישט שווער זיך אריינצולייגען אין איר שיך).

און וואס אויב די טעסט ווייזט אז זי איז טאקע גענעטיקאלי XY?

לאור אלעס פון פריער וואלט איך שטארק חושש געווען פון די בוחן כליות ולב. מאן יימר ווי אזוי די מוח ארבייט? צו חוץ פון די דרויסענדיגע סימנים איז דא נאך עפעס ווייסט מען שוין היינט קלאר אז יא XY/XX - מיר ווייסען קלאר אז סימנים חיצוניים זיינען נישט אייביג קיין סימן אויף די גענעטיקס. איז דא נאך עפעס א זאך אין מוח וואס קאנטאלירט ווי אזוי מ'שפירט? קיינער ווייסט נישט זיכער. וואס איז יא זיכער איז אז טויזענטער יאר האבען מענטשען זיך אויפגעפירט כאילו די ענטפער איז יא. ואע"פ שאין ראיה לדבר, לא ילבש גבר שמלת אשה איז א גוטע זכר לדבר אז בעת מתן תורה איז דאס שוין געווען אן אישו, על כל פנים ביי שכנים. ועי"ש ברבינו א''ע.

פארשטייט זיך אז הלכה'דיג איז שוין א גאנצע מדובר. איך וויל נישט אריינגיין אין דעם ווייל ולא תשא עליו חטא שטייט מיר פאר די אויגען. אבער מענטשליכקייט? זי קען דאך ליינען די רשעותדיגע תגובות און אראפלאזען א טרער צום באשעפער. ומה נענה בתריה? אהבת ישראל איז נישט נאר א וויזניצער איינפאל, זה כלל גדול בתורה.

אינטרעסאנטע לינקס צו מקורות איך האב מיר באנוצט נאכצוקוקען די נושא:
m https://en.wikipedia.org/wiki/Third_gender m
m https://www.interfaceproject.org/stories m
m https://en.wikipedia.org/wiki/Androgen_ ... y_syndrome m
m https://en.wikipedia.org/wiki/Red_hair m
m http://oii-usa.org/2563/how-common-is-i ... -in-humans m
m https://www.theatlantic.com/health/arch ... ren/373536 m
m https://en.wikipedia.org/wiki/Gonadal_dysgenesis m
m https://en.wikipedia.org/wiki/Gender_in ... nd_Swedish m
m http://www.newsweek.com/gender-neutral- ... ool-617413 m
m https://en.wikipedia.org/wiki/Disorders ... evelopment m
פרייטאג יולי 14, 2017 6:41 pm#379113
שלום עליכם ידידי היקר ״שטריימל בלאוגער״ יהי בואך לברכה.

זייער א אינפארמאטיוו אשכול און זייער גיט אראפגעלייגט. שכוח פארן מיך ״קוואטן״

עס איז א כבוד אז אזא קלוגער אינגערמאן, אזא אינטעלעקטשיואל ווי אייך איז דא מיט אונז אויף ״קאווע שטיבל״.
פרייטאג יולי 14, 2017 6:47 pm#379115
למעשה פיהל איך מיר נישט ווי קיין איינס. איך שרייב אין נוץ מיין רעכטע האנט. תפילין האב איך ״געלייגט״ אויף די לינקע האנט.


בלשון הווה? מיינסט אוואדי אז ״היינט צופרי״ האסטו געלייגט תפילין אויף דיין לינקע האנט.
פרייטאג יולי 14, 2017 6:52 pm#379116
שבת אחים האט געשריבן:
למעשה פיהל איך מיר נישט ווי קיין איינס. איך שרייב אין נוץ מיין רעכטע האנט. תפילין האב איך ״געלייגט״ אויף די לינקע האנט.


בלשון הווה? מיינסט אוואדי אז ״היינט צופרי״ האסטו געלייגט תפילין אויף דיין לינקע האנט.


די תגובה האב איך געשריבען תיכף נאכען ר"ת תפילין, נאך טאקע אין די ביהמ"ד ביי אונז אין קאנטרי יצ"ו
פרייטאג יולי 14, 2017 6:56 pm#379117
כהאף איז די האסט נאך דיין געילע בעלזער-טערקישע טלית...! מיט די בעלזע שיך און זאקן.
מוצ"ש יולי 15, 2017 10:16 pm#379123
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
א שיינעם קוגל געמישט.

די אלע פעלער וואס דו ברענגסט, אריינגערעכנט געלינקטע מענטשן זענען אלעס פיזישע פעלערן אדער דיפערענסן וואס די פיזישע מציאות שטימט מיט צום מצב.

איינער וואס פארמאגט מענערישע גענעס און מענערישע איברים איז א מאן. טאמער ער 'פיהלט' ווי א פרוי דאן ליידט ער פון א גייסטישע פעלער. ס'קען זיין אז די וועג צו היילן אזעלכע גייסטיש קראנקע איז דורך זיי איינרעדן אז זיי זענען גערעכט און זיי מאכן אויסקוקן ווי דעם גענדער זיי רעדן זיך איין זיי באלאנגן צו, אבער צו מאכן דעם עולם מיטשפילן מיטן געים איז שוין אבסורד.

די זעלבע וואלט געווען טאמער א צוואנציג יעריגס 'פיהלט' ווי זי איז שוין זעכציג, און ס'וואלט געווען א מעגליכקייט פון יענעם פארוואנדלען אין אן אויסזעהן פון א זעכציג יעריגס מיינט נאכנישט אז דאס האט געטוישט די מציאות אויף עפעס א וועג.
מוצ"ש יולי 15, 2017 10:54 pm#379127
קל וחומר האט געשריבן:א שיינעם קוגל געמישט.

די אלע פעלער וואס דו ברענגסט, אריינגערעכנט געלינקטע מענטשן זענען אלעס פיזישע פעלערן אדער דיפערענסן וואס די פיזישע מציאות שטימט מיט צום מצב.

איינער וואס פארמאגט מענערישע גענעס און מענערישע איברים איז א מאן. טאמער ער 'פיהלט' ווי א פרוי דאן ליידט ער פון א גייסטישע פעלער.


א גיטן ״דאקטער״ קל וחומר

מאן יימר? מיט אזא זיכערקייט.

א גייסטישע קרענק???

ווייל דו האסט אזוי אפגעמאכט???

אפילו די גמרא איז נישט איינשטימונג מיט דיר, און דעס איז דעמאלטסדיגע סייענס פון ״צוויי טויזנט יאהר צוריק״
היינט ווייסט מען זיכער אז סקען זיין א צומישעניש אין די דזשענדער.

אבי געדערט.
מוצ"ש יולי 15, 2017 11:07 pm#379128
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
א גוטן 'פילאזאף' שבת אחים

אולי ליידט דער סקעצעפרעניק אויך נישט אויף א גייסטישע קרענק. מאן יימר? אפשר זענען מיר גאר משוגע אז מיר זעהן נישט וואס ער זעהט???

נ.ב. אפשר קענסטע אזוי גוט זיין און מיר צוצייכענען דעם גמרא וואס איז נישט איינשטומיג?
זונטאג יולי 16, 2017 12:45 am#379135
קל וחומר האט געשריבן:א גוטן 'פילאזאף' שבת אחים

אולי ליידט דער סקעצעפרעניק אויך נישט אויף א גייסטישע קרענק. מאן יימר? אפשר זענען מיר גאר משוגע אז מיר זעהן נישט וואס ער זעהט???

נ.ב. אפשר קענסטע אזוי גוט זיין און מיר צוצייכענען דעם גמרא וואס איז נישט איינשטומיג?


דער סקעצעפרעניק איז כולי עלמא מודה אז סאיז א גייסטישע קרענק, אבער א טמטום/אנדרוגינוס איז א זשענדער צומישעניש וואס מ׳רופט ״אינטערסעקס״ וואס מקען היינט אידינטפייען דורך אריינקוקן אין די מענטש׳ס גענעטיקס.

די מענטש קען זיין הונדרעט פראצענט נארמאל מיט אלע אנדערע זאכן, און נאר מיט די איין זאך זענען זיי ״אנדערש״, פונקט ווי א געלינקטער וואס איז געפראוגרעמט אנדערש. איך קען פערזענליך אסאך נארמאלע טראנסגאנדערס וואס פעלט זיי גארנישט, זיי זענען געשמאקע נארמאלע מענטשען, און זיי פילן זיך נישט באקוועם מיט זייערע אסיינד-דזענשדער, פאר מיר איז עס טאקע מאדנע, אבער אויב לויט סייענס איז עס א ״געבורט פעללער״ און אפילו לשטיתך וואס דו רופסט עס א ״גייסטישע קרענק״ איז עס אויך ״א קאנדישאון״ מיט וואס די מענטש איז ״געבוירן״ דערמיט, אלזא רעדט איך נישט אריין אין דעם, אפילו איך פארשטיי זיי נישט. און זיכער אז איך האלט אז סקומט זיך זיי זייער רעכטען צוזיין וואס זיי ווילן פונקט ווי אלע אנדערע מענטשען אויף דער וועלט האבן זייערע רעכטן צו פראקטצירן זייערע זאכן מיט וואס נישט יעדער איז איינשטימינג, און פונקט ווי דו האסט רעכט צוגיין מיט א שטריימל אויפן גאס, שלאגן כפרות, און בויען א סוכה דארף עבי שטיין האבן א רעכט אנצוטהן א קלייד מיט ליפסטיק.
זונטאג יולי 16, 2017 1:10 am#379138
שיינע ארטיקל. גוט געשריבן. אבער למעשה האסטו געשריבן כמעט אלעס בתורת ספק. די פאר ראיות וואס איר האט יא געברעגנט איז אויך נישט שייך צו פארגלייכן צו עבי סטיין'ס קעיס ווייל מיר ווייסן נישט וואס זיין די.ען.עי. איז. ממילא אפילו את''ל אז אייערע מיינונגען און טענות זענען אקוראט מיינט נאכאלץ נישט אז ס'איז שייך אין עבי'ס קעיס.

פשוט אז די ליינער וואס ליינען אייער בריוו צו יענע בריוו זאלן זעהן אז ס'דא מער ווי איין צד צו אייערע רייד ברענג איך דא א רעפערענץ צו דעם באקאנטן בריוו אויפן נושא. ס'איז איין גאר וויכטיגע בריוו צו די נושא וואס ווען איר וואלט ווען געווען אביעקטיוו וואלט איר דאס אויך געברענגט.
זונטאג יולי 16, 2017 4:55 pm#379175
[list=][/list]
קורקלענד האט געשריבן:שיינע ארטיקל. גוט געשריבן. אבער למעשה האסטו געשריבן כמעט אלעס בתורת ספק. די פאר ראיות וואס איר האט יא געברעגנט איז אויך נישט שייך צו פארגלייכן צו עבי סטיין'ס קעיס ווייל מיר ווייסן נישט וואס זיין די.ען.עי. איז. ממילא אפילו את''ל אז אייערע מיינונגען און טענות זענען אקוראט מיינט נאכאלץ נישט אז ס'איז שייך אין עבי'ס קעיס.

פשוט אז די ליינער וואס ליינען אייער בריוו צו יענע בריוו זאלן זעהן אז ס'דא מער ווי איין צד צו אייערע רייד ברענג איך דא א רעפערענץ צו דעם באקאנטן בריוו אויפן נושא. ס'איז איין גאר וויכטיגע בריוו צו די נושא וואס ווען איר וואלט ווען געווען אביעקטיוו וואלט איר דאס אויך געברענגט.


שמיעה שמעתי אז שטיין איז באמת אינטערסקס, און איז געבוירען מיט א עפעס א שינוי, אבער וויל נישט רעדן דערפון.

איך נעם נישט קיין אחריות צו דאס אמת אדער נישט.
זונטאג יולי 16, 2017 5:33 pm#379178
אפילו אויב ס'איז אמת איז דאס נישט משנה, וויבאלד נישט דאס איז זיין/איר תביעה וואס ער/זי שטעלט ארויס. זיין/איר תביעה, און זיין/איר ברייטע אדוואקאציע (אזוי הייסט עס אין אידיש?) איז אז א יעדער ברויך רעספעקטירן סיי ווער עס קלעימט צו זיין טראנס, אפילו מיט א בלויזע סאביעקטיווע טענה. (ומכאן תשובה גם לפותח האשכול וואס מישט/חושט צאם גוף ונפש סעקס ודזשענדער).

מיין פערזענליכע קושיא אויף דעם איז, וויאזוי איז דאס שייך בכלל צו טענה'ן. דהיינו, למשל איך בין אומבאקוועם מיט מיין "ריכטיג" אידענטיטעט, און איך טענה אז מען האט מיר בטעות אידענטיפיצירט אלץ "ריכטיג" בעת ווען ביי מיר איז ברור אז איך בין נישט. אזא טענה קען איך נאך דערהערן, און איך מיין אז עס קומט מיר לכה"פ די בענעפיט אוו דע דאוט (כ"ז בהנחה אז איך בין נישט גייסטיש צורידערט, וואס דאס איז א באזונדערע נושא). אבער וואס וועט זיין אויב איך הויב אויכעט אן צו טענה'ן אז נישט בלויז וואס איך בין נישט "ריכטיג", נאר איך בין גאר "שטריימאל" אדער "ימי קדם" אדער "שבת אחים", און מיין באזיס איז בלויז מיין סאביעקטיווע פילונג. וואס פארא רעכט האב איך צו אזא טענה? פון וואנעט קען איך אפילו וויסן וואס דאס מיינט צו "זיין" שטריימאל? דאס איז דאך סאביעקטיוו מיוחד פאר שטריימאל אליין, איך פארמאג דאך נישט זיין נפש?

ה"ה כאן, בשלמא ווען דער טראנס טענה'ט בלויז אז ער/זי שפירט נישט ווי קיין זכר, קען איך נאך אפשר גלויבן. אבער מיט וואסערע רעכט קען מען טענה'ן אז מען שפירט גאר "נקבה"? פון וואנעט ווייסטו וואס דאס מיינט בכלל שפירן נקבה אינדערצייט וואס דו ביסט קיינמאל קיין נקבה געווען?
זונטאג יולי 16, 2017 6:13 pm#379179
הגם איך האלט אויך ווי @קל וחומר ודעימי, האבעך אבער זייער הנאה געהאט פון די אינטערסאנטע און אינפארמאטיווע ארטיקל.

יישר כח פארן שרייבען, און אהערברענגען אינפארמאציע דערויף.
זונטאג יולי 16, 2017 6:52 pm#379182
שכח ATUB @shtriemel ATUB פארן ארטיקל, די העצע אנטקעגן די נושא וועט זיכער אראפ קילן מיט די צייט... איין זאך וואס איך פארשטיי נישט וואס די אלע וואס האבן אזא גרויסע מיינונג אנטקעגן די נושא, וויאזוי טייטשן זיי אפ טומטום, אנדרוגינוס, איילונית, פון וואס די גמרא רעדט, וואס זענען די זאכן?
זונטאג יולי 16, 2017 7:11 pm#379185
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
שבת אחים האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:א גוטן 'פילאזאף' שבת אחים

אולי ליידט דער סקעצעפרעניק אויך נישט אויף א גייסטישע קרענק. מאן יימר? אפשר זענען מיר גאר משוגע אז מיר זעהן נישט וואס ער זעהט???

נ.ב. אפשר קענסטע אזוי גוט זיין און מיר צוצייכענען דעם גמרא וואס איז נישט איינשטומיג?


דער סקעצעפרעניק איז כולי עלמא מודה אז סאיז א גייסטישע קרענק, אבער א טמטום/אנדרוגינוס איז א זשענדער צומישעניש וואס מ׳רופט ״אינטערסעקס״ וואס מקען היינט אידינטפייען דורך אריינקוקן אין די מענטש׳ס גענעטיקס.


טענו בחיטים והודו לו בזכר קדשו.

דו באציעסט זיך בכלל נישט אויף וואס איך רעד.
ווען ס'איז דא א פיזישע פעלער דאן גייט מען צום דאקטער אדער צום פלעסטיג סירדשען.

די נושא איז איבער א פולקאמער פיזישן מאנספערזאן וואס טענה'ט אז ער 'פיהלט' ווי א פרוי.

דאס ענין פון פיהלינג באלאנגט צום פסיכיאטער. א גייסטישע צושטאנד.

עס זענען פארהאן מענטשן וואס פיהלן ווי קעץ, טשיקענס, הונט, וכדו'. טאמער וועט מען זיי פארשטעלן ווי א קאץ אלס טריטמענט וועלן זיי זיין בארעכטיגט צו מאכן גדולים אויף די גאסן? אדער אפשר וועט מען זיי גאר קענען פארקויפן אין א פעט שאפ?
זונטאג יולי 16, 2017 8:01 pm#379189
דו רעדסט נישט צום דבר און דו האסט obviously נישט די מינדעסטע אהנונג בחייכון ווען איך מיכן אין די נושא, און האסט געמאכט זעראו ריסערטש אין די סובדזשעקט! קענסט אודאי נישט קיין טראנסגאנדערס פערזענליך, האסטו נישט געלערנט די פשוטע סייענס דערויף. דיין שרייבן קעץ מיט טשיקענס האט אוועקגעגעבן דיין 'איגנארענץ'...

סייענטיסטן און דאקטורים זאגן אז ס'איז "יא" דא אזא זאך ווי אינטערסעקס הומאנס אפילו אויב די מענטש האט אלע 'נושא כלים' פון א מאן אדער פון א פרוי קען ער זיך שפירן ווי א אנדערע דזשענדער... מקען עס זעהן אין די מענטשעס די.ען.עי., דו קענסט נאר נאכבעבלען מקוה וואסער און קיין מושג האסטו נישט וואס דו רעדסט...

גיי קודם זעץ זיך אראפ מאך אביסל ריסערטש, ווייל איך קען נישט קיינער וואס קלעימט אז ער/זי וויל זיין א קאץ אדער א טשיקן, איך קען אבער יא גענוג און נאך מענטשן וואס ווילן נישט זיין אזויווי זייער צוגעצייכענטע דזשענדער, פאר טויזנטער יאהרן האבן געוויסע מענטשען געוואלט זיך אנטוהן קליידונג פון זייער פארקערטע דזשענדער, היינט ווען מקען אריינקוקן אין א מענטש׳ס גענעטיקס ווייסט מען קלאר אז געוויסע קליינע פראצענט ווערן אזוי געבוירן און סאיז כמו א programming error.

שטריימל האט געשריבן:

לאור אלעס פון פריער וואלט איך שטארק חושש געווען פון די בוחן כליות ולב. מאן יימר ווי אזוי די מוח ארבייט? צו חוץ פון די דרויסענדיגע סימנים איז דא נאך עפעס ווייסט מען שוין היינט קלאר אז יא XY/XX - מיר ווייסען קלאר אז סימנים חיצוניים זיינען נישט אייביג קיין סימן אויף די גענעטיקס
זונטאג יולי 16, 2017 8:11 pm#379191
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
שוין ווידער מיט דיין איגנארענץ.

איינער וואס האט די ען עי פון א פרוי האט א 'פיזישן פעלער'. פון דעם רעד איך נישט.

די גאנצע דיון איז מיט עימיצער וואס נאר זיין אייגן דמיון זאגט אז ער באלאנגט צום אנדערן דשענדער.

נאך איינמאל איך ברויך דיר עס זאגן וועל איך דיר מוזן רופן מיטן נאמען פון עפעס א צווייטע ניק.
זונטאג יולי 16, 2017 8:25 pm#379192
קל וחומר האט געשריבן:שוין ווידער מיט דיין איגנארענץ.

איינער וואס האט די ען עי פון א פרוי האט א 'פיזישן פעלער'. פון דעם רעד איך נישט.

די גאנצע דיון איז מיט עימיצער וואס נאר זיין אייגן דמיון זאגט אז ער באלאנגט צום אנדערן דשענדער.

נאך איינמאל איך ברויך דיר עס זאגן וועל איך דיר מוזן רופן מיטן נאמען פון עפעס א צווייטע ניק.


ועוד, אפילו לאמער זאגן אז מ'האט אראפגענומען/צוגעלייגט כלים, מאכט דאס אים/איר נישט קיין אנדערע זשענדער. איך ווייס אז מ'קען געבן הארמאנען צו טוישן קול און אויסקוק, דאס מאכט נאך נישט ווערן א אנדערע מענטש.
you're basically stuck
זונטאג יולי 16, 2017 8:37 pm#379195
שטריימעל האט געשריבען:
אין די לעצטע תקופה, זייט מאדערנע מעדעצין איז באשאפען געווארען, פלעגט מען מחליט זיין צוזאמען מיט די דאקטער וואס מען גייט מאכען, א ברית אדער א קידוש. פארשטייט זיך, ווי מער פלאסטיק סורדזשערי האט זיך פארגעשריטען האבען זיי מער מצליח געווען צאמשטעלען דאס נייגעבורען צום צוגעצייכענטע דשענדער.

"פלעגט מען מחליט זיין צוזאמען מיט די דאקטער וואס מען גייט מאכען, א ברית אדער א קידוש"
די רופסט עס אן מחליט זיין???

"ווי מער פלאסטיק סורדזשערי האט זיך פארגעשריטען האבען זיי מער מצליח געווען צאמשטעלען דאס נייגעבורען צום צוגעצייכענטע דשענדער"
זיי מסביר וויאזוי איז דאס פונקטליך צוגעגאנגען פאר פלאסטיק סורדזשערי?
זונטאג יולי 16, 2017 8:57 pm#379197
תורה הוא וללמוד אני צריך. חז"ל זאגן אז יוסף האט געדארפט זיין א נקיבה אבער רחל האט מתפלל געווען און ער איז געווארן א זכר. צוליב דעם האט ער מסלסל געווען בשערו.

איז א קלארע ראי' אז מען קיקט נישט אויף פילינג נאר מען קיקט אויפן בנין פינעם מענטש.

קענסט מיר פארקויפן וואס די ווילסט אבער די תורה קען מען נישט פארדרייען.
זונטאג יולי 16, 2017 9:13 pm#379199
אייז קריעם האט געשריבן:איז א קלארע ראי' אז מען קיקט נישט אויף פילינג נאר מען קיקט אויפן בנין פינעם מענטש.

בנין מיינט איר וואס די נאקעטע אויג זעהט. אדער דאס וואס מ'זעהט אונטער די מייקראסקאפ?
זונטאג יולי 16, 2017 9:26 pm#379200
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
בנין מיינט דאס וואס די אויג זעט נאקעט.
און מ'דארף נישט צוקומען צו מדרשים, דער עצם משא ומתן בנוגע טומטום ואנדרוגנוס זאגט קלאר אז בלויז די גופניות'דיגע סימנים זענען קובע, פאר ווער ס'קען דער סוגיא. דאס ברענגען פון דעם א ראיה אויף פארקערט איז קאמיש.
זונטאג יולי 16, 2017 9:35 pm#379201
טרויבן88 האט געשריבן:שכח @shtriemel פארן ארטיקל, די העצע אנטקעגן די נושא וועט זיכער אראפ קילן מיט די צייט... איין זאך וואס איך פארשטיי נישט וואס די אלע וואס האבן אזא גרויסע מיינונג אנטקעגן די נושא, וויאזוי טייטשן זיי אפ טומטום, אנדרוגינוס, איילונית, פון וואס די גמרא רעדט, וואס זענען די זאכן?

די זאכן זענען פיזישע פראבלעמען (עכ"פ טומטום ואיילונית, לגבי אנדרוגינוס י"א שלא היה ולא נברא אלא משל היא ואכמ"ל) ווער דינגט זיך דען דערויף?

דיין צומישעניש נעמט זיך פונעם פותח האשכול וואס מאכט א קוגל פון די פיזישע פראבלעמען מיט די גייסטישע. אפילו אבי שטיין אליין - אויף וויפיהל איך האב איהם/איר אויסגעהערט - פארשטייט גוט דעם חילוק, און ער/זי ברענגט עס ארויס אין א פאר פון זיינע/אירע רעדעס.
זונטאג יולי 16, 2017 10:22 pm#379204
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
אייז קריעם האט געשריבן:תורה הוא וללמוד אני צריך. חז"ל זאגן אז יוסף האט געדארפט זיין א נקיבה אבער רחל האט מתפלל געווען און ער איז געווארן א זכר. צוליב דעם האט ער מסלסל געווען בשערו.

איז א קלארע ראי' אז מען קיקט נישט אויף פילינג נאר מען קיקט אויפן בנין פינעם מענטש.

קענסט מיר פארקויפן וואס די ווילסט אבער די תורה קען מען נישט פארדרייען.

אין ציץ אליעזר שרייבט ער אז על פי תורה איז נאר דא די סמנים שבחוץ און xx/yx איז נישט קיין מחליט
זונטאג יולי 16, 2017 10:38 pm#379206
קל וחומר האט געשריבן:שוין ווידער מיט דיין איגנארענץ.

איינער וואס האט די ען עי פון א פרוי האט א 'פיזישן פעלער'. פון דעם רעד איך נישט.

די גאנצע דיון איז מיט עימיצער וואס נאר זיין אייגן דמיון זאגט אז ער באלאנגט צום אנדערן דשענדער.

נאך איינמאל איך ברויך דיר עס זאגן וועל איך דיר מוזן רופן מיטן נאמען פון עפעס א צווייטע ניק.


די ״אייגען דמיון״ איז לויט היינטיגע סייענס א געבורטס-פעללער, דו הערסט נישט וואס מ׳רעדט צו דיר...! נאכאיינמאל וועל איך דיר מוזן אנרופן ווי יענע ניק וואס דו ווילסט מיך אנרופן.

זאג? לייקענסט אז סאיז דא אזא זאך ווי א זכור/נקיבה זאלן זיין גימל? פונקט די זעלבע קען זיין אז איינער זאל וועלן זיין א אנדערע דזשענדער. ביידע זענען געפראודרעמט אין די מענטש ביי דיפאולד.

ווי ווייט איך ווייס ביסטו נישט אריינגעקראכן אין עבי שטיין׳ס מוח און געטשעקט אירע גענעטיקס, אפשר יא?

האסט נישט קיין מינדעסטע השגה אין די נושא. גארניקס! ווי מעהר דו רעדסט זעהט מען עס אליינס, פונקט ווי יענער ניק....
זונטאג יולי 16, 2017 10:43 pm#379207
ריכטיג האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:שכח @shtriemel פארן ארטיקל, די העצע אנטקעגן די נושא וועט זיכער אראפ קילן מיט די צייט... איין זאך וואס איך פארשטיי נישט וואס די אלע וואס האבן אזא גרויסע מיינונג אנטקעגן די נושא, וויאזוי טייטשן זיי אפ טומטום, אנדרוגינוס, איילונית, פון וואס די גמרא רעדט, וואס זענען די זאכן?

די זאכן זענען פיזישע פראבלעמען (עכ"פ טומטום ואיילונית, לגבי אנדרוגינוס י"א שלא היה ולא נברא אלא משל היא ואכמ"ל) ווער דינגט זיך דען דערויף?

דיין צומישעניש נעמט זיך פונעם פותח האשכול וואס מאכט א קוגל פון די פיזישע פראבלעמען מיט די גייסטישע. אפילו אבי שטיין אליין - אויף וויפיהל איך האב איהם/איר אויסגעהערט - פארשטייט גוט דעם חילוק, און ער/זי ברענגט עס ארויס אין א פאר פון זיינע/אירע רעדעס.


״י"א שלא היה ולא נברא אלא משל היא ואכמ"ל״

״יש אומרים״ ?

ווייל די גמרא האט טאקע נישט געטראפן קיין בעסערע משלים ווי דעם! מזאגט סאיז א משל ווייל ס׳שטמימט נישט מיט די היינטיגע אגענדא, וזהו.
זונטאג יולי 16, 2017 10:43 pm#379208
איינער וואס איז ג' איז א תאווה וואס די תורה האט שוין אנערקענט. און מ'דארף אויף זיך ארבייטן. מ'רעדט פון סתם א בעל עבירה.

בכלל פארוואס שרייסטו אייביג 'סייענס' און קיין מאל ציטירט איר נישט קיין לינק מיט א מקור.
זונטאג יולי 16, 2017 10:47 pm#379209
קורקלענד האט געשריבן:איינער וואס איז ג' איז א תאווה וואס די תורה האט שוין אנערקענט. און מ'דארף אויף זיך ארבייטן. מ'רעדט פון סתם א בעל עבירה.

בכלל פארוואס שרייסטו אייביג 'סייענס' און קיין מאל ציטירט איר נישט קיין לינק מיט א מקור.


שפעלע טייערע די פותח האשכול האט געברענגט מקורות.

וואס איך האב געזאגט ״אלץ סייענס״ קענסטו אליינס אויפקוקן- אדרבה ואדרבה, און קענסטו פראבירן מיך צוכאפן אויך, איך בין מסכים. זיי מוחל גוגל עס אליינס, כי קרוב אליך הדבר מאוד- לא בשמים הוא, קוק עס אויף וויקעפידע. איך בין נישט דיין מראה מקומות ווייזער , סארי פאר דעם charge איך עקסטער. :P
זונטאג יולי 16, 2017 10:52 pm#379210
ימי קדם האט געשריבן:שמיעה שמעתי אז שטיין איז באמת אינטערסקס, און איז געבוירען מיט א עפעס א שינוי, אבער וויל נישט רעדן דערפון.

איך נעם נישט קיין אחריות צו דאס אמת אדער נישט.

איך האב אויף עבי סטיין מיין אייגן 'מיינונג' איך קען עס אבער נישט פובליצירן בפרהסיא ווייל ס'איז וועגן א פערזענליכע מענטש'נס פריוואטע לעבן און ס'איז נישט קיין יושר און אויך קעגן תקנות המקום. איך גלייב אויך אז עבי האט סובסקרייבד אויף די אשכול (ער איז א חבר השטיבל מיט אמווייניגסטנס איין ניק) און איך זיך נישט עבי פערזענליך וויי צו טוהן.
זונטאג יולי 16, 2017 10:53 pm#379211
שבת אחים האט געשריבן:וואס איך האב געזאגט ״אלץ סייענס״ קענסטו אליינס אויפקוקן- אדרבה ואדרבה, און קענסטו פראבירן מיך צוכאפן אויך, איך בין מסכים. זיי מוחל גוגל עס אליינס, כי קרוב אליך הדבר מאוד- לא בשמים הוא, קוק עס אויף וויקעפידע. איך בין נישט דיין מראה מקומות ווייזער , סארי פאר דעם charge איך עקסטער. :P

האט איר געליינט די מקור וואס איך האב געברענגט אינעם פריעדיגע בלעטל? האט איר עפעס צו פרעגן אויף יענע?
זונטאג יולי 16, 2017 11:10 pm#379213
קורקלענד האט געשריבן:איינער וואס איז ג' איז א תאווה וואס די תורה האט שוין אנערקענט. און מ'דארף אויף זיך ארבייטן. מ'רעדט פון סתם א בעל עבירה.

בכלל פארוואס שרייסטו אייביג 'סייענס' און קיין מאל ציטירט איר נישט קיין לינק מיט א מקור.


אזעליכע שטותים מיט הבלים...

מקען דיך אזוי גרינג אפווענדן אז נאר

כגיי דיך פרעגן א קשיא

אין אמעריקא אין האליוואד איז דא אסאך באוויסטע עקטארס, ריזיגע עשירים, מיט אלע געלט און כבוד וואס א מענטש קען נאר האבן. אויב זיי וואלטן געהאט ״תאוות״ וואלטן זיי נאכגעלויפן ״ביידע דזשענדערס״??? ניין?

די צוויי סעליברטיס וואס איך רעכן דיר אויס זיי זענען אזוי powerful, famous, good looking

אזויווי האסטוך ליעב ״מראה מקומות״ וועל איך דיר געבן צוויי מראה מקומות פון צוויי גאר באוויסטע אקטערס וואס גייען שוין ארום צענדליגער יאהרן מיט א קלעים אז זיי זענען גימ״ל און קיינער האט זיי נאך נישט געכאפט מיט די אנדערע דזשענדער. די פאפעראציע וואלט געמאכט ״מעטמים״ פונדעם און די נייעס וואלט זיך פארשפרייט אין א בליץ מסוף העולם עד סופו... קיינער האט זיי נאכנישט געכאפט מיט קיין בתולה! קיינער נישט! די סיבה דערביי איז אז זיי האבן ״נאר״ ליעב זייער אייגענע דזשענדער, און זיי פארקערט געפראוגעמט געווארן פונקט ווי א געלינקטער...!

נישט דעס איז די סייענטיפישע ראי׳ אז גימל עקזעסטירט, אבער לשיטתך אז סאיז נאר תאוות וויאזוי פארענפערסטו אזעליכע גרויסע סעלבערטיס וואס קענען יעדען טאג ארויסגיין פונעם באר מיט די שענסטע מויד??? הא???

מקורות:
1) Neil Patrick Harris
m https://en.m.wikipedia.org/wiki/Neil_Patrick_Harris m

2) ‏Clay Aiken
m https://en.m.wikipedia.org/wiki/Clay_Aiken m
זונטאג יולי 16, 2017 11:12 pm#379214
איך מיין אז ר' מענדעלע פון מרכז איז באמת א נקיבה, ווייל ער האלט אין איין קישען... איי.. די הייליגער אהבת ישראל זי"ע האט אויך געקישט? קשיא. חי חי חי...
זונטאג יולי 16, 2017 11:15 pm#379215
בן אדם האט געשריבן:איך מיין אז ר' מענדעלע פון מרכז איז באמת א נקיבה, ווייל ער האלט אין איין קישען... איי.. די הייליגער אהבת ישראל זי"ע האט אויך געקישט? קשיא. חי חי חי...


די קראנקע זכר איינער דער אהבת ישראל האט געקישט ״קראנקע אנגעשטעקטע אידן מיט טיפוס״!

לאמיר זעהן צו די קענסט קישן איינעם בלויז אים מחזק צוזיין ווען ער האט עידס וכודומה

#א מין עקעלדיגע רשעותדיגע קראקע תגובה
זונטאג יולי 16, 2017 11:17 pm#379216
בן פרא-אדם

דיין רבי ר׳ יואליש האט נאר געקישט ספרדים דוקא זכרים און דוקא מאסרי׳ס

He liked his meat well done

ער פלעגט עס טוהן בין גברא לגברא אן א חציצה אן א מחיצה!
זונטאג יולי 16, 2017 11:20 pm#379218
שבת אחים האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:שכח @shtriemel פארן ארטיקל, די העצע אנטקעגן די נושא וועט זיכער אראפ קילן מיט די צייט... איין זאך וואס איך פארשטיי נישט וואס די אלע וואס האבן אזא גרויסע מיינונג אנטקעגן די נושא, וויאזוי טייטשן זיי אפ טומטום, אנדרוגינוס, איילונית, פון וואס די גמרא רעדט, וואס זענען די זאכן?

די זאכן זענען פיזישע פראבלעמען (עכ"פ טומטום ואיילונית, לגבי אנדרוגינוס י"א שלא היה ולא נברא אלא משל היא ואכמ"ל) ווער דינגט זיך דען דערויף?

דיין צומישעניש נעמט זיך פונעם פותח האשכול וואס מאכט א קוגל פון די פיזישע פראבלעמען מיט די גייסטישע. אפילו אבי שטיין אליין - אויף וויפיהל איך האב איהם/איר אויסגעהערט - פארשטייט גוט דעם חילוק, און ער/זי ברענגט עס ארויס אין א פאר פון זיינע/אירע רעדעס.


״י"א שלא היה ולא נברא אלא משל היא ואכמ"ל״

״יש אומרים״ ?

ווייל די גמרא האט טאקע נישט געטראפן קיין בעסערע משלים ווי דעם! מזאגט סאיז א משל ווייל ס׳שטמימט נישט מיט די היינטיגע אגענדא, וזהו.

אגענדע?? מאן דכר שמיה? וואספארא אגענדע?? אבי געשאסן אן אטאקע!
איך האב נישט געוואלט מאריך זיין כדי נישט צו פארקריכן פון די נושא האשכול, אבער בקיצור: דער מושג טומטום איז נאך דא היינט, ס'איז לאו דוקא א גענעטישע אישו נאר א דעוועלעפמענט אישו, איך האב נישט קיין חשק דאס צו מסביר'ן מלפני הפרגוד. דער מושג איילונית איז אויך דא היינט, א פשוט'ע הארמאנעל פראבלעם. די שאלה הויבט זיך אן ביי אנדרוגינוס וואס לויט די סימנים וואס חז"ל גיבן איז דאס עפעס וואס איז נישט דא היינט, ווידעראום אין די אלטע גריכישע בוכער ווערט דאס אויך דערמאנט. איז י"א אז ס'האט זיך שוין טאקע געמאכט אזאנס אמאל נאר אין די מאדערנע מעדיקל היסטאריע האט דאס נאכנישט פאסירט, וי"א אז דאס איז בלויז גריכישע מיטאלאגיע, וואס א סך זאכן פון די גריכישע מיטאלאגיע זענען נשתרבב געווארן בימיהם אלץ "פאקטען", מילא האבן חז"ל געשריבן הלכות דערויף.

אזוי צו אזוי, זענען ביי אלע די נושא א "פיזישע", ביי טמטום ואיילונית זיכער, און ביי אנדרוגינוס אויך, די שאלה איז נאר צו מען רעדט פון א מציאות אדער פון א טעאריע.
זונטאג יולי 16, 2017 11:26 pm#379219
שבת אחים האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:איך מיין אז ר' מענדעלע פון מרכז איז באמת א נקיבה, ווייל ער האלט אין איין קישען... איי.. די הייליגער אהבת ישראל זי"ע האט אויך געקישט? קשיא. חי חי חי...


די קראנקע זכר איינער דער אהבת ישראל האט געקישט ״קראנקע אנגעשטעקטע אידן מיט טיפוס״!

לאמיר זעהן צו די קענסט קישן איינעם בלויז אים מחזק צוזיין ווען ער האט עידס וכודומה

#א מין עקעלדיגע רשעותדיגע קראקע תגובה

איים סארי, כ'האב נישט געוואוסט וועסט זיך אזוי אויפרעגן (גראדע יא געוואוסט אביסל.. אבער.. שוין), עכ"פ דער אהבת ישראל איז ביי מיר אויך הייליג און כ'האב גארנישט געמיינט (אפשר נאר די רשעות? כ'וועיס נישט). בד"וו, כ'בין נישט ר' יואליש'ס א חסיד, אבער ער איז גראדע יא געווען א קדוש וטהור.
זונטאג יולי 16, 2017 11:30 pm#379220
בן אדם האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:איך מיין אז ר' מענדעלע פון מרכז איז באמת א נקיבה, ווייל ער האלט אין איין קישען... איי.. די הייליגער אהבת ישראל זי"ע האט אויך געקישט? קשיא. חי חי חי...


די קראנקע זכר איינער דער אהבת ישראל האט געקישט ״קראנקע אנגעשטעקטע אידן מיט טיפוס״!

לאמיר זעהן צו די קענסט קישן איינעם בלויז אים מחזק צוזיין ווען ער האט עידס וכודומה

#א מין עקעלדיגע רשעותדיגע קראקע תגובה

איים סארי, כ'האב נישט געוואוסט וועסט זיך אזוי אויפרעגן (גראדע יא געוואוסט אביסל.. אבער.. שוין), עכ"פ דער אהבת ישראל איז ביי מיר אויך הייליג און כ'האב גארנישט געמיינט (אפשר נאר די רשעות? כ'וועיס נישט). בד"וו, כ'בין נישט ר' יואליש'ס א חסיד, אבער ער איז גראדע יא געווען א קדוש ומופרש.


דו האלטס דאך אז די סקלענער רבי איז אויף איין שעלף מיטן אהבת ישראל, דער סקלענער רבי אליינס וואלט זיך געקוילערט פאר געלעכטר ווען דו זאגסט עס אים, ער מיט זיין טאטע זענען ביידע פלאם פייערדיגע חסידים פונעם אהבת ישראל...

אויב ס׳שטימט מיט וועמען איך מיין דו ביסט, איז דיין משפחה יא סאטמאר. אבער שוין, משום גילוי וועל איך זיין שטול.

שעפלע איך ווייס גאנץ גיט ווער איר זענט.

איך רעג מיך ווייל דו לייגסט אריין ר׳ מענדלע אויפן זעלבע זאץ ווי דער גרעסטע רבי וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן. ופשוט הוא.
זונטאג יולי 16, 2017 11:52 pm#379221
שבת אחים האט געשריבן:אין אמעריקא אין האליוואד איז דא אסאך באוויסטע עקטארס, ריזיגע עשירים, מיט אלע געלט און כבוד וואס א מענטש קען נאר האבן. אויב זיי וואלטן געהאט ״תאוות״ וואלטן זיי נאכגעלויפן ״ביידע דזשענדערס״??? ניין?

ניין. ס'דא וואס האבן ליעב פיצא ס'דא וואס האבן ליעב פאלאפאל און ס'דא וואס האבן ליעב ביידע. סיי פיצא און סיי פאלאפאל זענען ביידע תאוות און נישט יעדע בעל תאווה האט עס ליעב.

אין אנדערע ווערטער. תאוות קומען אין מערערע ערליי מעיקס און מאדעלן ווי אויך זענען אלע ערליי תאוות געפאקט אנדערש. יעדער גייט פאר די פלעיוואר וואס ער האט ליעב.
זונטאג יולי 16, 2017 11:54 pm#379222
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
דער שבת ווערט דאך אזוי צוקער זיס ווען מ'דריקט די ריכטיגע קנעפלעך אז נאר...
מאנטאג יולי 17, 2017 12:09 am#379224
קורקלענד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אין אמעריקא אין האליוואד איז דא אסאך באוויסטע עקטארס, ריזיגע עשירים, מיט אלע געלט און כבוד וואס א מענטש קען נאר האבן. אויב זיי וואלטן געהאט ״תאוות״ וואלטן זיי נאכגעלויפן ״ביידע דזשענדערס״??? ניין?

ניין. ס'דא וואס האבן ליעב פיצא ס'דא וואס האבן ליעב פאלאפאל און ס'דא וואס האבן ליעב ביידע. סיי פיצא און סיי פאלאפאל זענען ביידע תאוות און נישט יעדע בעל תאווה האט עס ליעב.

אין אנדערע ווערטער. תאוות קומען אין מערערע ערליי מעיקס און מאדעלן ווי אויך זענען אלע ערליי תאוות געפאקט אנדערש. יעדער גייט פאר די פלעיוואר וואס ער האט ליעב.


ניין! נישט אזוי ארבעט עס...

ביי עסען איז דא וואס האבן ליעב געוויסע עסען איבער אנדערע עסען. די צד השוה פון פיצא און פלאפעל איז אז ״ביידע״ פון זיי טוהן די זשאב, ס׳נעמט ארויס די ענערדזשי פון די עסען וואס סאיז געקומען פון די זוהן-שטראלן און ס׳געט די מענטש ענערדזשי צוגיין ווייטער. (פארוואס געוויסע מענטשען האבן דוקא ליעב געוויסע עסען איבער אנדערע עסען איז נישט די פלאץ דא).

משא״כ ווען ס׳קומט צו די זאכן איז נאר דא ״איין וועג״ צו פראדיצירן offspring, דוקא דורך צוויי אנדערע דזשענדערס. ס׳ליגט אינעם בעל חי׳ א תאווה צו די אנדערע דזשענדער, ביי רובא דרובא ארבעט עס טאקע אזוי, אבער למעשה זעהט מען אז סאיז דא מענטשען וואס זענען געפראוגרעמט פארקערט.

אלזא פארוואס זענען זיי גרעסערע ״בעלי תאווה״ ווי אנדערע וואס זענען געפראוגרעמט צוזיין סטרעי״ט? וואס זענען זיי שולדיג???

אז אקטאר ניעל פעטריק העריס וויל לעבן מיט א זכר אנשטאט א נקיבה איז א ראי׳ אז סאיז יש דברים בגוי.

אבי צוגעגליכן צו עסען. סאיז בכלל נישט די זעלבע.
מאנטאג יולי 17, 2017 12:18 am#379225
שבת אחים האט געשריבן:ניין! נישט אזוי ארבעט עס...

סייענס? האסט א מקור?
שבת אחים האט געשריבן:
אלזא פארוואס זענען זיי גרעסערע ״בעלי תאווה״ ווי אנדערע וואס זענען געפראוגרעמט צוזיין סטרעי״ט? וואס זענען זיי שולדיג???

ניין. זיי זענען נישט גרעסערע אדער קלענערע בעלי תאווה. זיי לעכצן נאר צו א תאווה וואס איז נישט אויסגעהאלטן מאראליש אדער על פי תורה.
מאנטאג יולי 17, 2017 12:38 am#379226
קורקלענד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ניין! נישט אזוי ארבעט עס...

סייענס? האסט א מקור?
שבת אחים האט געשריבן:
אלזא פארוואס זענען זיי גרעסערע ״בעלי תאווה״ ווי אנדערע וואס זענען געפראוגרעמט צוזיין סטרעי״ט? וואס זענען זיי שולדיג???

ניין. זיי זענען נישט גרעסערע אדער קלענערע בעלי תאווה. זיי לעכצן נאר צו א תאווה וואס איז נישט אויסגעהאלטן מאראליש אדער על פי תורה.


אויף וועלכע חלק דארפסטו א מקור???

אז מקען נאר פראדיצירן קינדער דורך צוויי אנדערע זשענדערס?

אדער אז מקען זיך דערהאלטן די חיות סיי מיט פיצא און סיי מיט פאלאפעל?

???????????????????????????????????????????


ווען דו זאגסט מיר לכתחילה אז דיין מסקנא גייט זיין אז די גאנצע אישו איז נאר א ״רעליגעזע אישו״ וואלט איך מיך בכלל נישט געטענהט מיט דיר, ווייל ע״פ תורה ביזטו גערעכט סשטייט דאך קלאר! נישט דעס איז די מדיבור דא געוועהן.

דו האסט געוואלט טעהנן אז זיי זענען סתם בעלי תאווה, האב איך געזאגט זיי זענען גארנישט אנדערש ווי איך און דו, זייער תאווה איז נאר א אנדערע תאווה ווי דיר.

לאמיר נעמען דיין משל מיט עסען

שטעל דיך פאר ווען איך פרעס יעדען טאג איין סטעיק נאכן צווייטן און איך גיי יעדען טאג שרייען אין פיצא סטאר אז ווער ס׳פרעסט פיצא איז א ״זולל ושובע״

אזוי קומסטו מיר פאר, דו מיט דיינע רעכטע, זייערע תאוות איז אקעי ווידער יענער פרעסט דאך פיצא נישט קיין סטעיק.

דיינע ריפובליקאנער גלייבן דאך נישט אין די מציאות און אין קיין סייענטיפישע ריסורטש, זיי גלייבן דאך נאר אין זייער יושקע פאנדריק, און אין ריוואלווערס, און אין ״ריינע ווייסע ראסע״!

טראמפ טראמפ טראמפ

נישט קיין שכל נישט קיין שכל נישט קיין שכל
מאנטאג יולי 17, 2017 1:36 am#379231
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
שבת אחים האט געשריבן:
גיי קודם זעץ זיך אראפ מאך אביסל ריסערוטש ווייל איך קען נישט קיינער וואס קלעימט אז ער/זי וויל זיין א קאץ אדער א טשיקן,



m https://en.wikipedia.org/wiki/Species_dysphoria m
מאנטאג יולי 17, 2017 1:54 am#379233
קל וחומר האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
גיי קודם זעץ זיך אראפ מאך אביסל ריסערוטש ווייל איך קען נישט קיינער וואס קלעימט אז ער/זי וויל זיין א קאץ אדער א טשיקן,



https://en.wikipedia.org/wiki/Species_dysphoria


אלעס איז מעגליך, איך האב נאך פון דעם נישט געהערט, און קען קיינעם נישט וואס קלעימט דאס. קען איך נישט רעדן.

ס׳אינטערסאנט וואס מאדערן סייענס זאגט צודעם, און וויפל פראצענט ליידן דערפון, איך גיי מעהר ליינען איבער דעם. דערווייל זעה איך נישט קיין נומבערס, און קיין סייענטיפשע ריסעורטש אויף דעם, אבער סאיז זיכער אינטערסאנט נאך צוקוקן.
מאנטאג יולי 17, 2017 2:02 am#379235
קל וחומר די וויקיפדיע בלאט זאגט אז סאיז דא אזא דערהער אז מענטשען האבן געזאגט אז זיי פילן נישט אינגאנצן הומאן באזירט אויף ״א שטודיע״ אין 2008

מיט זייער ווייניג אינפארמאציע וועגן די שטודיע

קיין טראפ מעהר אינפארמאציע געבן זיי נישט אן, אן קיין סייענטפישע בעיקינג.

זיי זאגן אז סאיז עפעס א
ווי אויך זאגן זיי אז סאיז דא א בוך פון דעם, עפעס א נאוועל.

שוואכע מעשיות, כזעה דא פול מיט אינטעליוקטשוילס וואס טעהנן אז סאיז שטותים מיט לאקשן. ווידער מיט אינטערסעקס איז יעדער מודה איז סאיז פארהאנען, איך קען אסאך פון זיי.
מאנטאג יולי 17, 2017 2:06 am#379236
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
האב איך געמיינט אז דו ווייסט וויזוי מ'קוקט נאך א וויקיפעדיע פעידש.
איינע פון די ערשטע הייפערלינקס איז דאס m https://en.wikipedia.org/wiki/Clinical_lycanthropy m
מאנטאג יולי 17, 2017 2:15 am#379237
איך האב געליינט יענע לינק אויך (שנעל דורכגעבליקט)

איך זאג דיר נאכמאל און נאכמאל

״אלעס איז מעגליך״

נאטור איז כמעט אלע מאל נגד אונזער שכל. אבער איך גלייב עס נאכנישט, טראנסגענדארס האב איך געזעהן. דעס האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט אדער געזעהן.

קיין איין וויקיפדיע לינק וואס דו ברענגסט גיט נישט קיין קלארע באווייזן, נאר אז סאיז דא אזא מושג און אז ״יש אומרים״ און די מקור איז באזירט אויף איין איינציגע שטודיע אין 08׳.

נישט קיין פארגלייך!

כוועל ליינען מעהר דעריבער וועל איך דיר דעמאלטס זאגן. דערווייל איז עס באזירט אויף ״באבע מעשיות״ און folklore.
מאנטאג יולי 17, 2017 2:20 am#379239
קורקלענד האט געשריבן:
ימי קדם האט געשריבן:שמיעה שמעתי אז שטיין איז באמת אינטערסקס, און איז געבוירען מיט א עפעס א שינוי, אבער וויל נישט רעדן דערפון.

איך נעם נישט קיין אחריות צו דאס אמת אדער נישט.

איך האב אויף עבי סטיין מיין אייגן 'מיינונג' איך קען עס אבער נישט פובליצירן בפרהסיא ווייל ס'איז וועגן א פערזענליכע מענטש'נס פריוואטע לעבן און ס'איז נישט קיין יושר און אויך קעגן תקנות המקום. איך גלייב אויך אז עבי האט סובסקרייבד אויף די אשכול (ער איז א חבר השטיבל מיט אמווייניגסטנס איין ניק) און איך זיך נישט עבי פערזענליך וויי צו טוהן.


איך האב מיין אייגענע ׳מיינונג׳ וועגן דיר.

איך קען עס אבער נישט פובליצירן בפרהסיא ווייל ס'איז וועגן א פערזענליכע מענטש'נס פריוואטע לעבן און ס'איז נישט קיין יושר און אויך קעגן תקנות המקום. איך גלייב אויך אז קורקלענד האט סובסקרייבד אויף די אשכול (ער איז א חבר השטיבל מיט אמווייניגסטנס איין ניק) און איך זיך נישט קורקלענד פערזענליך וויי צו טוהן...
מאנטאג יולי 17, 2017 7:33 am#379254
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
ריכטיג האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:שכח @shtriemel פארן ארטיקל, די העצע אנטקעגן די נושא וועט זיכער אראפ קילן מיט די צייט... איין זאך וואס איך פארשטיי נישט וואס די אלע וואס האבן אזא גרויסע מיינונג אנטקעגן די נושא, וויאזוי טייטשן זיי אפ טומטום, אנדרוגינוס, איילונית, פון וואס די גמרא רעדט, וואס זענען די זאכן?

די זאכן זענען פיזישע פראבלעמען (עכ"פ טומטום ואיילונית, לגבי אנדרוגינוס י"א שלא היה ולא נברא אלא משל היא ואכמ"ל) ווער דינגט זיך דען דערויף?

דיין צומישעניש נעמט זיך פונעם פותח האשכול וואס מאכט א קוגל פון די פיזישע פראבלעמען מיט די גייסטישע. אפילו אבי שטיין אליין - אויף וויפיהל איך האב איהם/איר אויסגעהערט - פארשטייט גוט דעם חילוק, און ער/זי ברענגט עס ארויס אין א פאר פון זיינע/אירע רעדעס.

דיין ענטפער אז ס'איז א משל איז מוראדיג... די אלטע קלויבעריי מהלך, וואס סשטימט מיט די אנגענומענע אגענדע דאס איז עכט, און וואס נישט לאזט מען אויס, יעדעס מאל מיט אן אנדערע תירוץ
מאנטאג יולי 17, 2017 7:48 am#379256
עפעס איז wrong מיט מיר? אדער דו מיט שבת האבן ביידע א פראבלעם מיט הבנת הנקרא? אלענפאלס, איך האב זיך שוין מסביר געווען דא l viewtopic.php?p=379218&sid=b94577659748e5d8c01b0f152bf54983#p379218 l