דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 6:09 pm#383861
א פעיקע טשיקען סתם צו מאכען פיקטשערס.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער אבן ישראל האט גארנישט צוטוהן מיט למעשה.
דער איסור לבטל איסור לכתחילה איז נישט אויפ׳ן גוי וואס מאכט דער הכלאה, ט׳וואס איז דער איסור צו קויפען אזעלכע טשיקענס פון דער גוי?
און דער חוששין לזרע האב, אפילו פאר זוז"ג, איז נאר א ספק כמבואר ברמב"ם. אויב אזוי רעדט זיך בביטול ספק איסור. ועוד, אז די ׳עוף טמא׳ וואס מ׳רעדט, כפי הנראה, איז נאר אן עוף וואס האט נישט קיין מסורת, וואס דאס איז נאר א ספק אויף וואס מ׳מוז מחמיר זיין.
אלזא, ווייס איך נישט וואס זיי ווילען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יהושע חיים האט געשריבן:
וועלכע עוף איז דאס?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: און דער מאמע האט אויך גארנישט מיט אונז.
טאמער עופות זענען טהור, זענען זיי טהור. וואס גייט מיר אן די הכלאה וכו׳? איך דארף קלערען וואס ער האט געגעסען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אדונינו האט געשריבן:יהושע חיים האט געשריבן:
וועלכע עוף איז דאס?
ר' ז"ל קוקט ווי א האן אינעם בני אדם...
יעקב מענטש האט געשריבן:געהערט אז נעכטן איז פארגעקומען א זיצונג ביי א חשובן דיין אין וויליאמסבורג ווי מ'האט גובע עדות געווען פון צוויי לאנגיעריגע שוחטים (איינער פון קרית יואל און איינער פון בארא פארק) וואס האבן נאך געשאכטן באנאזאם מיט שוחטים פון דערהיים נאכן קריג, אז זיי האבן געשאכטן דעם קארניש עוף און ס'האט א מסורה, אשר ע"כ דארף מען נישט מער צוקומען צו בירורים אויף מ'מישט עס מיט א נקיבה אדער זכר קארניש און צו מ'גייט נאכן זרע האב צו נישט, ווייל אין ערגסטן פאל איז דאס א געמיש פון צוויי עופות טהורות און איז כשר לכל הדיעות.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
. נאר אישתשבי האט עפעס אן ענין צו אטאקירען. קבלה קבלנו אז דער וואס דארף אטאקירען מיינטנעס אז א צווייטע זאך שטערט איהם, נישט די הלכה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פאר דער וואס וויל זיך באמיען נאכצוקוקען אישתשבי׳ס מקורות, מוטשעט זיך נישט, ס׳איז שקר. סימן מ׳ רעדט פון א מחט אין הארץ צו א לאך. א ׳שוואכער הארץ׳ ווערט נישט דערמאנט.
און דער שטערבליכע טשיקען, עי׳ סימן י"ז וועסטו טרעפען אז קראנק ווערט נישט דערמאנט מיט דער מסוכנת, וואס איז אויך נאר א מדת חסידות.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ב"ה, געברענגט די מקוה רייד פון קר"י.
צומת הגידין מיינט נישט ׳צו שוואך׳, דאס מיינט ווען די חלק פון די פיס איז אפגעהאקט. טריפות איז נישט קיין מעדיצין, ס׳איז הלכות, געמאסטען לויט גדרי הלכה. א שוואכע הארץ שטייט נישט אין סעיף א׳ און נישט אין סעיף ב׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: ס'האט גענומען אכט בלעטער און צענדליגער תגובות פאר דיר צו כאפן אז מיינע ענטפערס אויף דעם סאבדזשעקט זענען אלע סארקאסטיש...!
די פראבלעים איז, אז דו נעמסט די גאנצע סומאטאכע זייער ערנסט. צו ערנסט. און כ'האב מורא אז נישט דער בראקקאלי האן וועט דארפן הארץ פיללן. נאר עפעס א חשוב'ער איד...!
די גאנצע סומאטאכע אדער שערוריה ארום דעם בראקל האן איז אן אויפגעבלאזענע מעשה. און א יעדער מאן דאמר דא האט אן אנדערע אגענדא. ער וויל עפעס אנדערש ארויסנעמען פון די גאנצע מעשה. איינער וויל ווייזן זיין כח התורה. און דער עולם זאלל איהם אנקוקן וי א איד א בר אוריין. א חשוב'ער איד. א צווייטער האט א פאליטישע אגענדא. און א דריטער מיינט דא גאר געלט. און איך לאך מיך אויס פון די גאנצע מעשה. דאס כשרות און דאס גאנצע אידישקייט ליגט נישט ...!אויף מיינע שוואכע פלייצעס. אויך וויל איך נישט צוהעלפן כביכול פאר'ן באשעפער צו פיהרן די וועלט
דורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 8:21 am
איך ווארט נאר אז איינער זאל מסביר זיין וואס איז די פראבלעם מיט ׳הכלאה׳. ביזדערווייל האב איך גארנישט געזע׳ען צו געהערט. איינער האט געזאגט אז די טשיקען איז א ממזר. איך וויל נישט אריינרעדען אין די וואס ליידען שטארק פון. א שידוכים קריזיס, אבער איך זוך ב"ה נישט קיין שידוך, און איך קען קיינער וואס ס׳איז איהם אזוי ענג אז ער וויל נעמען א טשיקען, נאר ער וויל וויסען צו ס׳איז א ממזר אדער אן עמוני ומואבי.
דורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2017 9:01 pm
אזוי צו דער זאך ווי דער אבן-גבירול ישראל? אדער עפעס בעסער?
ווייל דארט שטייט נאכאלץ גארנישט. דער מצוה להביא עופות אלו צו אלו האט נישט מיט קיין הלכה. און דער מאמע האט אויך גארנישט מיט אונז. טאמער עופות זענען טהור, זענען זיי טהור. וואס גייט מיר אן די הכלאה וכו׳? איך דארף קלערען וואס ער האט געגעסען?
מנוחה ושלוה » מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2017 10:31 pm
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
און דער מאמע האט אויך גארנישט מיט אונז.
טאמער עופות זענען טהור, זענען זיי טהור. וואס גייט מיר אן די הכלאה וכו׳? איך דארף קלערען וואס ער האט געגעסען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
@ליטוואק פון בודאפעסט די הלכה דערפון קענסטו אדער סתם אבי געשריבן,
אין די מציאות האסטו זיכער נישט באקאנטשאפט.
מנוחה ושלוה
אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 12:29 pm
אקעי ליטוואק,
נאך דיין חוזק, די טשיקענס זענען פין א כשר'ע מאמע און א טמא'נע טאטע, פארגעס הכלאה, כ'ווייס נישט וואס דאס מיינט.
ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 2:31 pm
לויט וואס איך האב געליינט פון א"י, האבען זיי נישט קיין טמא׳נעם טאטע, נאר ארום געשפילט מיט די אייער און אריינגעשטופט גענעטישע מאטעריאל פון עופות טמאות. דאס איז נישט קיין טאטע און איך האב נאך נישט געהערט פארוואס דאס דארף זיין אסור.
אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 4:15 pm
פארגעס פין דער פראבלעם מיט גענעטישער טוישונגען, דאס איז נאר אין ארץ־ישׂראל, דא אין אמעריקע איז דאס נישטא.
ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 7:19 pm
איך האלט אין איין פרעגען וואס דא טוט זיך ווייל איך ווייס נישט. נאר אישתשבי האט עפעס אן ענין צו אטאקירען. קבלה קבלנו אז דער וואס דארף אטאקירען מיינטנעס אז א צווייטע זאך שטערט איהם, נישט די הלכה.
עכ"פ איך ווארט נאר פאר א מקור פאר איינער פון די פראבלעמען אויף די מציאות וואס איך האב געליינט
ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 7:48 pm
פאר דער וואס וויל זיך באמיען נאכצוקוקען אישתשבי׳ס מקורות, מוטשעט זיך נישט, ס׳איז שקר. סימן מ׳ רעדט פון א מחט אין הארץ צו א לאך. א ׳שוואכער הארץ׳ ווערט נישט דערמאנט.
און דער שטערבליכע טשיקען, עי׳ סימן י"ז וועסטו טרעפען אז קראנק ווערט נישט דערמאנט מיט דער מסוכנת, וואס איז אויך נאר א מדת חסידות.
דיין מראה מקום, לויט ווי ס׳זעט אויס, איז נישט אין שו"ע, נאר אין פמ"ג, וואס ברענגט בתוך דבריו גענוי וואס איז די חשש. ס׳איז נישט א יאמעריי פון מאכיל זיין אידען, נישט קראנקייטען און נישט שוואכקייטען. ס׳איז א חשש ניקב ערגעץ.
הייסט׳ס ביסט שוין מסכים אז א שוואכער הארץ איז נישט קיין טריפה, נאר א חשש, אויף וואס מ׳קען בודק זיין? וואס איז מען בודק? וואס זוכט מען? צו ס׳איז דא א לאך ערגעץ אין אן אבר. די וואסער וכו׳ מאכט א ריעותא אז ס׳איז דא א לאך וואס לאזט אריין וואסער דארט. דאס איז נישט קיין נייע טריפות, נישט קיין נייעם פראבלעם, נאר א חשש אויף אן אלטע פראבלעם.
וואס האט דאס אלץ מיט א ׳שוואכער הארץ׳?
באמת, ווען אישתשבי וואלט געבאדערט די טריפות, וואלט ער זיך געפרייט צו הערען אז ס׳איז נישט אסור. נאר וויבאלד עפעס אנדערש איז דא די נושא, רעגט ער זיך מער צו הערען אז ס׳איז נישט קיין פראבלעם, ודו"ק.
אלזא אידען, דער וואס האט עפעס קראנטע אינפארמאציע וואס איז גענוי די פראבלעם פון די אלגעמיינע טשיקענס וואס מיר עסען, עפ"י הלכה נישט פאליטיק און נישט תורת ׳מע׳, ווערט געבעטען צו ברענגען אפיר.
ב"ה דער דרייקאפ האט זיך ארויסגעלאזט פון שמועס און ער וועט שוין נישט פארדרייען די קאפ מיט ׳שוואכער הערצער׳ וכדו׳, און ס׳איז אפען פאר יעדער וואס האט עפעס זאכליך צוצולייגעו.
מפוזרי האט געשריבן:במחילה, דער איינציגער וועג דער הארץ זאל טרפ'נען איז דורך האבן א לאך אדער א קרענק וואס צייגט אז ס'איז געווען אמאל/אדער וועט גורם זיין ס'זאל ווערן א נקב.
דער פמ"ג'ס פראבלעם מיט וואסער איז נישט מתוך חשש לכשרות הלב, נאר נישט וויסנדיג וויאזוי ס'איז דא אנגעקומען איז ער חושש אז אפשר איז עס אנגעקומען דורך א לאך אין וושט אדער איינע פון די אנדערע איברים הפנימיים, און ממילא איז עס א חשש אלס ניקב כנגד החלל וואס איז אויך א טרפות, אבער נישט אלס חשש ניקב הלב.
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: ווען איך זאג אז איך האב א רב און א דיין און איך פאלג וואס זיי הייסן טון, מיינט עס נישט אז איך זאג איך וועלל עסן חזיר און מ'וועט שמייסן די טייטלבוים'ס און איך וועלל מיר זיצן אין גן עדן אויף מיין תחתון. נאר ס'מיינט אז איך בין מקיים א פסוק אין די תורה וואו ס'שטייט..."ועשית ככל אשר יורוך. לא תסור ימין ושמאול".. זאגט די הייליגע רש"י..."אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאול...וכו'...!
אין גאנץ ש"ס איז נישט דערמאנט אזא מין זאך ווי א חשש אויף א בראקל טשיקן. דע בראקל טשיקן קען זיי איז א מורכב פון אנ'אנדער מין טשיקן. ס'איז דא ברוינע טשיקנס און ווייסע. און אויך גרעיע טשיקנס.אבער אלע זענען טשיקנס. ס'איז נישט מורכב פון א טשיקן מיט א טייגער אדער אן אדלער. ס'האט די זעלבע אויסזעהן און די זעלבע אייער ווי אלע אנדערע טשיקנס. און ס'האט א מסורה אויך. אלע אנדערע זאכן זענען פילפולים של הבל. און מ'קען זיי אראפפלאשן...!
אונז אידן (ספעציעל די אידן וועלכע גייען נישט ארבעטן) זענען ב"ה געבענטשט מיט א חוש וואס זוכט אייביג עפעס ארויס. צו זאל דאס זיין האט קאפס אנגעשמירט מיט חלב אדער טירן און פענצטערס מיט צלמים. אדער סטראבעריס אין ווערעם...! חדשים לבקרים...!
ווען איך זאג אז איך האב א רב און א דיין און איך פאלג וואס זיי הייסן טון, מיינט עס נישט אז איך זאג איך וועלל עסן חזיר און מ'וועט שמייסן די טייטלבוים'ס און איך וועלל מיר זיצן אין גן עדן אויף מיין תחתון. נאר ס'מיינט אז איך בין מקיים א פסוק אין די תורה וואו ס'שטייט..."ועשית ככל אשר יורוך. לא תסור ימין ושמאול".. זאגט די הייליגע רש"י..."אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאול...וכו'...!
ין גאנץ ש"ס איז נישט דערמאנט אזא מין זאך ווי א חשש אויף א בראקל טשיקן. דע בראקל טשיקן קען זיי איז א מורכב פון אנ'אנדער מין טשיקן. ס'איז דא ברוינע טשיקנס און ווייסע. און אויך גרעיע טשיקנס.אבער אלע זענען טשיקנס. ס'איז נישט מורכב פון א טשיקן מיט א טייגער אדער אן אדלער. ס'האט די זעלבע אויסזעהן און די זעלבע אייער ווי אלע אנדערע טשיקנס. און ס'האט א מסורה אויך. אלע אנדערע זאכן זענען פילפולים של הבל. און מ'קען זיי אראפפלאשן...!
אונז אידן (ספעציעל די אידן וועלכע גייען נישט ארבעטן) זענען ב"ה געבענטשט מיט א חוש וואס זוכט אייביג עפעס ארויס. צו זאל דאס זיין האט קאפס אנגעשמירט מיט חלב אדער טירן און פענצטערס מיט צלמים. אדער סטראבעריס אין ווערעם...! חדשים לבקרים...!