Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » 'עוף בראקל' שערוריא

'עוף בראקל' שערוריא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
144 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 244 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11695
מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 3:18 pm#384199
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
האסט ביזדערווייל נאכנישט געברענגט קיין מראה מקום, ווי אויך ווייס איך נישט וואס מיינט ׳שטארקע בדיעבד׳.

סתם אזוי, וואלט איך געוואלט וויסען. ביי ענק אין ישיבות לערנט מען די סארט ספינען? אז מ׳רעדט אז מ׳זאל באקוקען די טשיקענס צו ס׳איז דא וואסער ארום די הארץ, דערמאנסט דו איינער וטאס האט געטראפען טרפות אין זיין כפרות טשיקען. און נאך ספינעריי ווי דו שפרינגסט פון נושא צו נושא, אן קיין מראה מקומות, נאר מיט שרייען און קאכען (תוך כדי באשולדיגען יענעם מיט אטאקירען, פארשטייט זיך).

הער אויף צו קאכען און שימפען און ליצנות מאכען פון הלכות טריפות, און רואיגעהייט זאג מיר די מציאות ארום וואס דו רעדסט, און די מראה מקומות להלכה.

אגב אורחא, דורס מיינט עסט אנדערע בעלי חיים ווען ער הרג׳ט זיי מיט זיין הענט. נישט קאק-פייטינג. לויט וואס איך הער אין מקוה, איז דער שאלה דא נאר פון קאק-פייטינג. האט מען שוין נישט קיין דורס, נאר אן עוף אן א מסורה, וואס איז ווייטער א ספק ספיקא.
׳גלייכער נישט צו עסען׳ גייט צוזאמען מיט בערעל׳ס ׳אנדערע פיהרען זיך אזוי, און אנדערע אזוי׳, א פסק פאר גאס עם הארצים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 7:39 pm#384206
ליטוואק: דער פסק הלכה אז א טיייל פיהרן זיך אזוי און א טייל פיהרן זיך אזוי. דאס זאג איך נאך בשם איינער פון די גרעסטע פוסקים פונ'ם היינטיגן דור. הגאון הצדיק הקדוש והטהור (אלעס איז לגזירה שוה) רבן של כל ישראל (נעה, ישראל. ציונים) רבן של כל הזאלונים ה"ה מוהר"ר זלמן לייב טייטלבוים שליט"א...!
מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 10:26 pm#384214
i think ishtishbi is right, the litfak hokt in kup,
we need urgent a tikun to bring in new chickens in our market

][/
PLS ASK YOUR RUV &DAYEN TO HELP OUR MARKET WITH BETTAR CHICKENS
]
מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 10:39 pm#384216
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
הונדרעט פערצענט. א מין חוצפה פון דער מגולח צו בעטען א מראה מקום! מראה מקומות זענען ציוניש, מאדערן, און שטאטוס קווא! אונז רירען זיך נישט קיין זיז כל שהוא, און מיר ברענגען נאר מראה מקומות וואס זענען נישט נייטיג, כדרכי אבותינו.
נישט ווי די מאדערנע ליטוואקעס וואס זוכען אז זאכען זאלען שטימען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 10:41 pm#384217
יעקב מענטש האט געשריבן:געהערט אז נעכטן איז פארגעקומען א זיצונג ביי א חשובן דיין אין וויליאמסבורג ווי מ'האט גובע עדות געווען פון צוויי לאנגיעריגע שוחטים (איינער פון קרית יואל און איינער פון בארא פארק) וואס האבן נאך געשאכטן באנאזאם מיט שוחטים פון דערהיים נאכן קריג, אז זיי האבן געשאכטן דעם קארניש עוף און ס'האט א מסורה, אשר ע"כ דארף מען נישט מער צוקומען צו בירורים אויף מ'מישט עס מיט א נקיבה אדער זכר קארניש און צו מ'גייט נאכן זרע האב צו נישט, ווייל אין ערגסטן פאל איז דאס א געמיש פון צוויי עופות טהורות און איז כשר לכל הדיעות.

IT WAS ONLY ON THE WHITE 'KORNISH
THE OTHER KIND THEY DIDNT HAD A MESORAH ON IT
THE PROBLAM WITH THE COMERCIAL CHICKEN IS THAT IT HAVE RED & DARK KORNISH
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 8:01 am#384239
התקווה האחרונה שעוד היתה למשווקי עוף ה'בראקל' כנראה שנגוזה • הרבי מסאטמר, שהיו מי שחשבו כי הוא בעד העוף, מפרסם הוא ובית דינו, כי העופות הלבנים הרגילים שאנו אוכלים כיום כשרים בתכלית ההידור

m http://www.bhol.co.il/123907/%D7%9E%D7% ... D7%9D.html m
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 5:01 pm#384279
בילד
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 8:17 pm#384285
diff האט געשריבן:התקווה האחרונה שעוד היתה למשווקי עוף ה'בראקל' כנראה שנגוזה • הרבי מסאטמר, שהיו מי שחשבו כי הוא בעד העוף, מפרסם הוא ובית דינו, כי העופות הלבנים הרגילים שאנו אוכלים כיום כשרים בתכלית ההידור



y they don't wrote in their newspaper
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 8:36 pm#384286
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הונדרעט פערצענט. א מין חוצפה פון דער מגולח צו בעטען א מראה מקום! מראה מקומות זענען ציוניש, מאדערן, און שטאטוס קווא! אונז רירען זיך נישט קיין זיז כל שהוא, און מיר ברענגען נאר מראה מקומות וואס זענען נישט נייטיג, כדרכי אבותינו.
נישט ווי די מאדערנע ליטוואקעס וואס זוכען אז זאכען זאלען שטימען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ברענג די מראה מקומות אז א געמישטע עוף איז כשר לכתחילה.

דער מהר"ם שיק זאגט אזוי? גוט, ברענג אים אהער.

אהרן און ז"ל זאגען ביידע אז עס איז כשר און מהודר, זעהט אויס זיי שחט'ן אנדערע מיני עופות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 8:48 pm#384289
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
א מין מעשה דאס! א ספק ספיקא זאל זיין מותר לכתחלה? ווער האט אזוי געזאגט?

אישתשבי, יעצט ביסטו געשפרינגען צו נאך אן ענין. דו האסט געזאגט אז ס׳איז א ׳גרויסע בדיעבד׳, יעצט דעק עס מיט עפעס. שטופ עס נישט אויף די צוויי אחים הקדושים. זיי זענען פארנומען מיט וועלכע ברייתא דר׳ ישמעאל דער ים האט געזען, און נאך אזעלכע וויכטיגער עניינים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 1:09 pm#384330
:BREAKING
one of the baalei machshirim in the u.s.a. went EMERGENCY to isreal for a visit to the big tzadik the amshinover rabbe to convince him not to make a tikun on the old mixed chicken
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 2:05 pm#384332
What tikun. And what difference does he make
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 2:21 pm#384334
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
מנוחה ושלוה האט געשריבן::BREAKING
one of the baalei machshirim in the u.s.a. went EMERGENCY to isreal for a visit to the big tzadik the amshinover rabbe to convince him not to make a tikun on the old mixed chicken
ביי די חברה, די מהלך פון קאנווינסען מיינט מפגין זיין ביים שטוב, ניין?

א תשובה האט ער געקענט שיקען אין פאסט.

בקיצור, די טרור איז שוין אין פולסטען שוואונג. ס׳איז ׳גלייכער נישט צו עסען׳, און ממילא שרייט מען ׳פוי׳.

מ׳דארף מאכען אן עקסטער יו"ט, ווייל אי לאו האי יומא, ווען מיר וואלטען נישט געהאט די תורה, וואלטען מיר אפשר אויך באלאנגט צו די רעליגיע פון שימפען און קנא׳ווען, אויף אלץ אחוץ די הלכה זעלבסט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 4:33 pm#384344
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מנוחה ושלוה האט געשריבן::BREAKING
one of the baalei machshirim in the u.s.a. went EMERGENCY to isreal for a visit to the big tzadik the amshinover rabbe to convince him not to make a tikun on the old mixed chicken
ביי די חברה, די מהלך פון קאנווינסען מיינט מפגין זיין ביים שטוב, ניין?

א תשובה האט ער געקענט שיקען אין פאסט.

בקיצור, די טרור איז שוין אין פולסטען שוואונג. ס׳איז ׳גלייכער נישט צו עסען׳, און ממילא שרייט מען ׳פוי׳.


y terror
rabunim have the right to talk togather
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 4:42 pm#384346
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א מין מעשה דאס! א ספק ספיקא זאל זיין מותר לכתחלה? ווער האט אזוי געזאגט?

אישתשבי, יעצט ביסטו געשפרינגען צו נאך אן ענין. דו האסט געזאגט אז ס׳איז א ׳גרויסע בדיעבד׳, יעצט דעק עס מיט עפעס. שטופ עס נישט אויף די צוויי אחים הקדושים. זיי זענען פארנומען מיט וועלכע ברייתא דר׳ ישמעאל דער ים האט געזען, און נאך אזעלכע וויכטיגער עניינים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך בין געדעקט כאמור למעלה, דער פרי מגדים זאגט אזוי בשם דער ב"ח. נאך עפעס?

די זאגסט עס שטייט אין מהר"ם שיק? ברענג אים אהער. ווייל דא איז שוין געווען א תשובה פין רב וואזנער און פין רב פישער אז עס איז נאר כשר בדיעבד.
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 5:25 pm#384351
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
פרי מגדים שטייט אז א טאטע אן א מסורה איז בדיעבד? ווי?

ער זאגט אז וואסער ארום אין די הארץ איז א חשש ניקב, ותו לא. אין בתי השחיטה ווייסט מען דערפון, און קיינער האט ניטאמאל געטענה׳ט אז זיי מאכען זיך נישט וויסענדיג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:02 am#384380
אהא, מען ווייסט דערפין און שלום על ישראל.

און איך וויל זעהן דער מהר"ם שיק, ווייל דער חתם סופר זאגט אנדרעש.

און בכלל זאלסטו אויפהערן מיט דער ליגענט אז דער פראבלעם פין דער קארניש איז נאר מסורה, עס איז א שאלה פין דורס.
זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 6:18 am#384389
דער מהר"ם שיק לערנט פשט אין דער חת"ס. די תשובה איז געשריבען צום כת"ס.
זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 8:16 am#384390

אגב אורחא, דורס מיינט עסט אנדערע בעלי חיים ווען ער הרג׳ט זיי מיט זיין הענט. נישט קאק-פייטינג. לויט וואס איך הער אין מקוה, איז דער שאלה דא נאר פון קאק-פייטינג. האט מען שוין נישט קיין דורס, נאר אן עוף אן א מסורה, וואס איז ווייטער א ספק ספיקא.



דאס וואס דו זאגסט דא פשט אין דורס איז נישט די הלכה, עיין בהלכות עוף וועסטו אויסגעפינען נייע זאכען, עס איז דא דריי שיטות אין דורס אין די ראשונים, און א מחלוקת ט"ז און ש"ך און א ספק פין פרי מגדים. אבער דער בעליבתישער פשט וואס די לייגסט אראפ אין דורס, איז הערליך שיין. נאר איין פראבלעם, נישט להלכה.
זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:47 pm#384434
אישתישבי איז גערעכט צו נעמען דעם דורס און אזוי בעלעבתיש אפטייטשן במקום ווי גדולי הפוסקים ברענגן אנדערע דעות איז זייער אומוויסענד אין הלכות סימני עוף טהור
לערנט דורך די סוגיא כהוגן קוקט וואס גדולי ישראל שרייבן אין דעם דערנאך קען מען דערינען מפלפל זיין
זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 6:27 pm#384438
ס'איז מורא'דיג ווי די ספין גייט ווייטער. קיין איין פוסק זאגט נישט אז דורס מיינט קאק-פייטינג צו עפעס נאנט צו דעם. איך האב געמאכט אזא קיצור פון די שיטות מיט זייער צד השווה און הרוצה לדעת מער קען נאכקוקען. נאר די אטאקעס זענען א בחינה פון 'תמות נפשי עם פלשתים'. ער ווייסט אז ער האט געזאגט שקר, אבער אנשטאט'ס הייבען הענט און אויפהערען, זוכט ער נייער טענות מיט דער האפענונג אז מ'וועט פארגעסען זיין אלטע שקרים. טאנצען פון שוואכע הארץ צו וואסער ארום די הארץ. טאנצעדיג פון דורס צו קאקפייטינג און צוריק. אישתשבי איז אויפגעוויזען געווארען אלץ א פארטיי שקרן, וואס ווייסט קיין עברי נישט. זיין טענות טאנצען פון נקודה צו נקודה, אן קיין דעקונג, און ער זוכט פשוט צו אסר'ן צוליעב עפעס אן אומבאקאנטע סבה.

גלייבסט נישט די פארטיי אינטערעס'ן און לאזונגען לערנט'ס אליינס.
זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 6:48 pm#384439
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
און ער זוכט פשוט צו אסר'ן צוליעב עפעס אן אומבאקאנטע סבה.

גלייבסט נישט די פארטיי אינטערעס'ן און לאזונגען לערנט'ס אליינס.


איך קען נישט אישתישבי, אבער אינטערעס צו אסרן איז א פאלשע סטעיטמענט
ווער עס זיכט דא עפעס איז נאר אז א תיקון זאל געשטעלט ווערן אז מען זאל נישט מער האלטן בסוד ביי גויים מומחים וויפיל פראצענט פרס עזני' עס ווערט געמישט, וויפיל פראצענטן תחמס און שחף-אנפה-דוכיפת ווערן געלייגט צו פעטער מאכן די טשיקן, און ווען און ווי די נשר-די'- אי' - בת היענה ווערן מורכב להשביח מקחם, פארוואס זאל נישט זיין אויסגעהיטן די סודותפולער ביזנעס מארקעט פון די ברידינג קאמפעניס אז קיין חשש דברים טמאים קומען אריין אין אינז
אויב יעדע חשש פון בליעות וכו' ווערט געצאלט השגחה געלט אינז צי באהיטן זאלן די עופות נישט שטיין מיט 100 מעלות אויף צוריק.
זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 7:17 pm#384440
ווען איינער וועט ווייזען אז דאס 'מישען' איז א הלכה'דיגע פרבלעם, וועט מען מוזען וויסען די מציאות. ביזדרעווייל איז דאס נאך ווייט פון אויפגעוויזען.
זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 7:23 pm#384441
הרה"צ ואזנר זצ"ל
הרה"צ ריי פישר זצ"ל
להבחל"ח הרה"צ הר"ל ליזר שליט"א
האלטן אז עס פאדערט א תיקון די געמישטע, זיי זענען חייש צו די מאמע איז א טמאעדיגער בעל חי אסר'ט עס, ביסט בארעכטיגט צו חולק זיין על הנ"ל בדעת תורתך הנלעניית דעתך, די רבנים הנ"ל האבן אויכעט די רעכטן צו מברר זיין זייער מהלך בתורה"ק, צווינג זיי נישט צו צי דיינע אנשויאונג.
זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 7:38 pm#384443
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
זאלען זיי מברר זיין. ביזדערווייל האבען זיי גארנישט געזאגט. א בריוו, נישט קיין תשובה פון הרב וואזנר, און א תשובה פון הרב פישר וואס האט נישט צוטוהן מיט וואס דער מענטש עסט.
הרה"צ וכו׳ איז קיין פוסק נישט, און מ׳ווארט צו הערען עפעס א דבר תורה פון איהם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 10:23 pm#384449
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זאלען זיי מברר זיין.

זיי האבן עס געטון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביזדערווייל האבען זיי גארנישט געזאגט. א בריוו, נישט קיין תשובה פון הרב וואזנר

זיי האבן יא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
הרה"צ וכו׳ איז קיין פוסק נישט, און מ׳ווארט צו הערען עפעס א דבר תורה פון איהם.



מער ווערד ווי א קורצער ראק א מגולח
זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 11:02 pm#384451
ליטוואק

הער אויף מיט דיינע מעשיות. איך האב אויפגעוויזן אין א תגובה ווי די פארסט פין איין שיטה צו די אנדערע, די טוישט מיינונגען מיט יעדער תגובה, און די באשולדיגסט מיר אלץ אלעס וואס די ווילסט, בו בזמן וואס די ביסט שוין מערערע מאל אויפגעוויזן געווארן אלץ א שקרן וואס ברענגט זאכן וואס שטייען נישט, ובתוכם דא ווען די האסט געזאגט אז אין טריפות שטייט גארנישט וועגען א טריפות אהן א נקב, איך האב דיר געברענגט א פרי מגדים האסטו געספינד אז פרי מגדים איז נישט שולחן ערוך.

און איך וואלט נישט געוועהן סופרייזד אז דער מהר"ם שיק וואס די הענגסט דיך אהן איז לא היה ולא נברא. אין חתם סופר זעהט נישט אויס ער זאל מקיל זיין ווען א עוף טמא מיט א עוף טהור זענען זיך משדך.

און די האסט חוצפה ווי א שוטה ווען דיין תירוץ אויף דער וואסער אין די בני מעיים איז געוועהן אז זיי ווייסען דערוועגען און לכאורה מיינסטו צו זאגען אז זיי זענען בודק, און דאס איז א שקר גס.

אלזא, הער אויף מיט דיין דעמאגאגיע, ווייל לעת עתה פין דיין בלינדע עקשנות און פאלשער תירוצים אויף דער כשרות פין דער עוף, פלוס דיין עם הארצות אין יעדעס פרט פין די הלכה, הן טומאה, הן טריפות, א דורס, וואס אין יעדעס פרט פין די הלכות האסטו געשריבן עם הארצות ממש, און זיך געהאלטען ביי דיין עקשנות דורך טוישען דיין שיטה מיט יעדעס תגובה


איך ווארט נאך צו הערען פין אייך אפאר תירוצים

א. חשש טריפות. סיי דער הארץ. סיי דער בני מעיים.

ב. מורכב מעוף טמא. ווען דער שבט הלוי און רב פישער זאגען כשר בדיעבד, זאגט קאקער ליטוואק כשר לכתחילה, מיט א תירוץ אז א ספק ספיקא (וואס דער חתם סופר ווייסט נישט) איז לכתחילה.

ג. אז קאק פייטינג איז זיכער נישט דורס. און דאס איז נישט אלעס ,ווי אזוי ווייסטו אז דער קארניש איז נישט א רעכטער דורס, האסט בודק געוועהן? האט א צווייטער בודק געוועהן? עס איז באקאנט די מעשה מיט דער תרנגולתא דאגמא וואס מען האט געגעסן, און שפעטער אויסגעפינען אז עס איז א דורס, און דאס איז דער סיבה פין דער מנהג אז מען עסט נאר במסורת.
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 12:15 am#384456
אישתישבי:למה אכניס את ראשי בין שני הרים. איך האב נאך א פאר פסוקים וואס פאסן ווי הודו צו קיש. אבער איך האב איין בקשה צו דיר. אנא ממך. ביטע נעם נישט די גאנצע סומאטאכע אזוי ערנסט. און זיי נישט אזוי שטארק צוהיצט עד כדי צו רופן א צווייטן מענטש נעמען און כינויים...! פאר מיר ליגט די גאנצע סוגיא פונ'ם בראקקאלי עוף אין די לינקע פיאה. איך האב א רב, א מורה הוראה. און וואס ער וועט מיר הייסן דאס וועלל איך טון, בלי"נ. אלע איבריגע זאכן קענמען אראפפלאשן...! ס'איז גוט פאר א דיסקוסיע אין קאווע שטיבל. אדער אין די הוידו נאנאשער מקוה. מער פון דעם נישט...! ס'איז נישט כדאי אז די בלוט פרעשור זאלל ארופגיין צוליעב א נארישן הינדל וואס מ'גייט עניוועי שעכטן פריער אדער שפעטער...!
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 5:25 am#384462
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
אישתשבי, דו זאגסט נאכאנאנד איין לשיטתיה, הגם דו שפרינגסט טענות.

דיין לשיטתיה איז אז תורה איז זייער פלאטשיג און איין זייטיג. ווען איינער שרייבט אסור, איז די גאנצע באדייט פון זיין ווערטער איז אז ס׳איז אסור. לדאבונינו איז דיין מחלה א שטארק פארשפרייטע, ביי א סאך אונגארישע פוסקים היינט טרעפט מען עס.

דער אמת איז, אז די פוסקים פאסען אריין אין א גאנצע בנין פון א סוגיא און סברות, און א חידוש פון א פמ"ג דארף דארט אריינפאסען. איינער וואס ליינט עס כפשוטו איז ער פארזיכערט טועה צו זיין. אזוי ביסטו אנגעקומען צו א מסקנא אז ער האט אויפגעמאכט א נייעם טריפה פון ׳שוואכער הארץ׳. איינער וואס ווייסט אז די פוסקים מאכען נישט קיין נייע טריפות, און ווען זיי אסר׳ן עפעס, הייסט עס אז ס׳מוז אריינפאסען אין די אלטע טריפות, ווייסט אז ער האט נישט די גאנצע בילד. ווען מ׳קוקט נאך די ציונים וואס דער פמ"ג ברענגט, זעט מען קלאר וואס ער מיינט. דער פר"ח האט א לאנגע שטיקל אויף די שאלה, און ס׳איז אלץ ארום די חשש ניקב און נישט מער. סימן מ׳ רעדט פון גארנישט אחוץ ניקב, און די נושאי כלים האבען נישט ממציא געווען קיין נייעם טריפה.

און דאס איז ביי דורס אויך. קאק-פייטינג איז נישט דורס, און עטץ האבען נישט קיין מראה מקומות אז יא. די פוסקים אויף דורס גייען אויף איין גאנג, ווען נישט איין שיטה, און די חילוקים זענען ארום די נקודה וויאזוי ער עסט בעלי חי.

מנוחה ושלוה - אין זאמד קעסטל אין חדר רעדט מען אזוי. ׳ער האט יא׳ איז נישט קיין מראה מקום. וואס הרב וואזנר האט געשריבען אין חלק י׳ איז נישט קיין תשובה לדינא, ווייל ער זאגט נישט קיין הלכות דארט. דער אבן ישראל ברענגט נישט קיין מקור צו אסר׳ן קויפען פון א פארם טשיקענס וואס זענען אויסגעמישט.
טאמער דו האסט אנדערע מראה מקומות, ברענגטס אפיר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:00 am#384468
דא זעהט מען דיין ספין. איך האב אמאהל געזאגט אז א שוואכע הארץ איז איינס פין די ח"י טריפות? איך האב געזאגט אז א עוף וואס האט א שוואכע הארץ האט א חשש טריפה. פארוואס? ווייל עס איז זיכער דא דארט אנדערע זאכען וואס זענען אסור על פי הלכה. אלץ א דוגמא האב איך דיר געוויזען א פרי מגדים וואס זאגט אז וואסער אין הארץ איז אסור.

און די ווייסט דאס, און כדי צו מאכען דיין ספין (כלשון קדשך) וועט איר איבערזאגן טויזענט מאל "שוואכע הארץ" איז נישט קיין טריפה, מיט דער האפענונג אז איך וועל אריינפאלן אין דיין נעץ, און אנהייבן דיפענדען כאילו א "שוואכע הארץ" איז איינס פין די ח"י טריפות, און דארט האפסטו מיר צו געווינען.

ממילא לידיעתך, "שוואכע הארץ" איז נישט א סלאגאן וואס די קענסט רייטען דערויף און בלייבען גערעכט. דער עוף האט געזונט פראבלעמען, און ממילא האט עס פארשידענע חשש טריפות, און עס וואלט גלייכער געוועהן ווי זיך אריין לאזען אין אלע שאלות אז מען זאל נישט עסען דער עוף. פארוואס? ווייל איך בין זיכער (און אסאך אנדערע בקיאים בדבר) אז טאמער מען זאל אנהייבן בודק זיין די עופות וועט נישט זיין קיין רוב כשר'ע.

יעצט גיי ווייטער מיט דיין אומוויסענדע דעמאגאגיע.

און לגבי דורס האט איר זיך פעסט ארויסגעוויזן מיט אייערע עמעראצות, סא פליז, טרעט אפ פין דער נושא ביז די ווייזט נישט אויך אז די האסט לכל הפחות נאך געקוקט די שיטות אין די ראשונים. און דעמאלס וועסטו זעהן אז ווען א עוף לייגט נאר ארויף די נעגעלעך אויף אן אנדערע בעל חי, נישט קיין חילוק צו ער הרג'ט צו ער עסט איז א חשש דורס.

יעצט גייסטו אנהייבן מיט דיינע ספיקות מכשיר זיין דער שרץ.

און להשלמת הענין קען יעדער זעהן א ווידעא פין קאק פייטינג, ווי זיי טרעטען איינער אויף די אנדערע

m https://youtu.be/nGzBm7pLUCU m

און יאכלו ענוים וישבעו. אבער פין די עופות עסט מען מיט היתירים.
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:42 am#384471
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
דאס איז שקר. ווייז ערגעץ אז א שוואכער הארץ איז א טריפה, ווי דו האסט פריער געזאגט, צו א חשש טריפה, ווי דו זאגסט יעצט (פארשטייט זיך תוך כדי באשולדיגען יענעם מיט ספין).

דו האסט געזאגט שוואכע הארץ, נישט איך. און דאס האט זיך אויסגעלאזט אלץ נאנסענס. און דער פמ"ג איז קיין דוגמא נישט אויף גארנישט. ער זאגט אז וואסער קומט פון ערגעץ, און מ׳דארף פרעגען פון וואנעטנ עס קומט, ווייל דאס קען זיין א לאך, וואס איז א טריפה. דאס מיינט גארנישט וועגען אנדערע פראבלעמען וואס פארשידענע גאס יונגען קומען ארויף דערמיט, חדשים לבקרים.

קיינער זאגט נישט אז ׳געזונט פראבלעמען׳ איז א חשש טריפה, אויב עפעס, זאגט יענער פר"ח פארקערט בתוך דבריו.

ווייז מיר א מראה מקום אז קאק פייטינג איז א דורס. נישט קיין ווידאו׳ס צו נערישקייטען. א מראה מקום להלכה אז עופות וואס מ׳האט זיי אויסגעלערנט זיך צו שלאגען איינער מיט די צווייטע ווערען פלוצלונג א מין טמא. מ׳קען דיר נישט טראסטען מיט פוסטע ווערטער ווי ׳פוסקים׳, ווייל אדער ביסטו א פלעינער שקרן אדער האסטו ערנסטע reading comprehension פראבלעמען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 3:09 pm#384487
תשובת הרב וואזנער.pdf
(87.47 KiB) אראפגעלאדנט 57 מאל
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 4:13 pm#384489
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
א נישט געחתמ׳טע בריוו, וועגען א זייטיגע נושא, איז נאך ווייניגער ווי א נישט געחתמ׳טער טשעק

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:00 pm#384497
הגאון ר' ישראל יצחק
דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 6:27 pm#384572
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז שקר. ווייז ערגעץ אז א שוואכער הארץ איז א טריפה, ווי דו האסט פריער געזאגט, צו א חשש טריפה, ווי דו זאגסט יעצט (פארשטייט זיך תוך כדי באשולדיגען יענעם מיט ספין).

דו האסט געזאגט שוואכע הארץ, נישט איך. און דאס האט זיך אויסגעלאזט אלץ נאנסענס. און דער פמ"ג איז קיין דוגמא נישט אויף גארנישט. ער זאגט אז וואסער קומט פון ערגעץ, און מ׳דארף פרעגען פון וואנעטנ עס קומט, ווייל דאס קען זיין א לאך, וואס איז א טריפה. דאס מיינט גארנישט וועגען אנדערע פראבלעמען וואס פארשידענע גאס יונגען קומען ארויף דערמיט, חדשים לבקרים.

קיינער זאגט נישט אז ׳געזונט פראבלעמען׳ איז א חשש טריפה, אויב עפעס, זאגט יענער פר"ח פארקערט בתוך דבריו.

ווייז מיר א מראה מקום אז קאק פייטינג איז א דורס. נישט קיין ווידאו׳ס צו נערישקייטען. א מראה מקום להלכה אז עופות וואס מ׳האט זיי אויסגעלערנט זיך צו שלאגען איינער מיט די צווייטע ווערען פלוצלונג א מין טמא. מ׳קען דיר נישט טראסטען מיט פוסטע ווערטער ווי ׳פוסקים׳, ווייל אדער ביסטו א פלעינער שקרן אדער האסטו ערנסטע reading comprehension פראבלעמען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk



יא, איך האב געזאגט, אבער קיינמאל נישט געזאגט אז א שוואכע הארץ מאכט טריפה אלץ איינער פין די י"ח טריפות, אדרבה טרעף עס.

לכאורה האסטו שלעכט פארשטאנען צוליב דיינע שוואכע ידיעות אין דער תחום.

ועוד, אפילו איך האב יא געזאגט, מיינט עס נישט אז דערפאר איז דער עוף כשר. סא איך זעה נישט דיין פוינט.
דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 7:56 pm#384580
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
הייסט עס אז ס׳איז דא א טריפה וואס איז נישט אין די י"ח.....

און דו ביסט גאר דער קענער.......

מעגליך אז אסאך זאכען קענסטו, אבער לערנען הלכה איז נישט איינער פון זיי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 11:43 pm#384591
בקשה צו אישתשבי,
מצידי קענסטו שרייבן וואס דו ווילסט און וויאזוי דו ווילסט און אנטקעגן וועם דו ווילסט (אנטקעגן מיר אויך, נתינת רשות בלב שלם). אבער ביטע לטובת האתר, דיינע קינדערגארטן אטאקעס (נישט מיין לשון, עיין להלן) פארעקלט נארמאלע ניקס זיך צו דרייען דא, ספעציעל ווען עס איז ניכר דיין פערזענליכע שנאת ע"ה לת"ח צו ליטוואק פון בודאפעסט, דו האסט נאך קיינמאל נישט געפירט קיין ויכוח מיט איהם אויף א נארמאלע טאן, אלעמאל איהם פערזענליך אנגעגריפן מיט כל מיני לשונות וואס עס לאזט זיך גארנישט זאגן.

איך גיי דא ארויפשטעלן פון מיין אישי קעסטל א חלק פון א שמועס וואס איך האב געהאט א צייט צוריק מיט א ניק, בתוך הדברים האט מען ארומגערעדט פארוואס ער איז מער נישט אקטיוו דא, ער האט זיך אפגערעדט אויף די קטנות און גענוצט פאר א משל דיינע קינדערגארטן אטאקעס אטאקעס אנטקעגן ליטוואק.

ער האט מיר בשעתו געגיבן רשות - ווי מען קען זעהן אינעם סקרינשאט - דאס מפרסם צו זיין שלא בשמו, ובשעתו נמנעתי מכמה סיבות, ודומני שכעת הגיע הזמן. (איך האב פארמעקט געוויסע פרטים, וויבאלד ער האט זיך טועה געווען לכתחילה מיט א צווייטע נאמען)
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:07 pm#384635
ריכטיג איזה אהנגעקומען, שלום עליכם!!!

יעדער וואס קען לערנען ווייסט אז איך בין גערעכט. ליטוואק ענווייראמענט שלא מן הענין, פארדרייט די הבנה פין מיינע תגובות, און ענטפערט לויט דער פארדרייטע הבנה, עס מאכט עס גאר שווער צו דיקוסיסרען.

וואס די שרייבסט אז איך אטאקיר אים, אדרבה קען יעדער איבערקוקען דער אשכול און זיך אליין איבערצייגן וויפיל מאל ליטוואק האט מיר אטאקירט, און איך האב גארנישט גענטפערט אויף דעם.

די האסט א חשבון ישן פין דער עגונה אשכול, ווי אויך ליטוואק ווי ענק זענען אויפגעוויזן געווארן פאר פאלשער ציטירער פין ספרים און הלכה.

אין דעם אשכול ווארט איך אויך פאר זיינע ציטוטים, ווי למשל א תשובה אין מהר"ם שיק וואס ער ברענגט נישט ועוד.

אין זיין לעצטע תגובה איז עס ניכר ווי ער שרייבט אז איך בין "מודה" אז עס איז דא טריפות ואס זענען נישט בכלל די ח"י טריפות (אגב, ליטוואקעס עמעראצות כאילו עס איז דא ח"י טריפות ביי א עוף) ווען דאס איז בכלל נישט די כוונה פין דער תגובה.

סא ריכטיג, איך האב הנאה פין דיין זכרון, קענסט מיר נישט מוחל זיין אז איך האב דיר דארט צוגעפיקסט ביסטו אנגעקומען דא לגבות את חובך.
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:13 pm#384638
מיין לייק פאר אישתישבי איז נישט צוליב דעם וואס איך נעם א שטעלונג אין די נושא צווישן די צוויי תורה ריזן ווי אישתישבי און ליטוואק. נאר אדאנק די זינלאזע תגובה פון ריכטיג.

אגב, אזעלכע תגובות ווי ריכטיג טרייבן אוועק מער מענטשן פון שטיבל ווי א נארמאלע דיסקוסיע פון צוויי ת"ח, הגם עס גייט צומאל אויף העכערע טענער און נידריגערע דיבורים...
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:01 am#385654
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:44 pm#435665
יעצט טוט זיך שוין ווייטער
איבער די לעגהארן טשיקן אין אמעריקא.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:47 pm#435666
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
וואס גייט פאר?
פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:31 am#435859
איש את רעהו האט געשריבן:יעצט טוט זיך שוין ווייטער
איבער די לעגהארן טשיקן אין אמעריקא.

סאיז די זעלבע חברה , זיי האבן געהאט א דורכפאל מיטן בראקל טשיקען האבן זיי געמוזט איינפירן א נייע עוף,זיי רופן דאס לעגהארן כאטשיג סהאט עכ״פ ספק סימני טומאה פו חולק רגליו שתי אצבעות לכאן ושתים לכאן און סאיז הודו כפות במקצת עכ״פ לויט ווי איך הער פון א קראנטע פלאץ איז דא פופציג רבנים וואס זענען קעגן דעם נייעם טשיקן פון התאחדות הרבנים, דער מומחה פון ........ האט געשריבן אין קובץ עץ חיים ניסן תשע״ו אז לעגהארן איז א מישלינג פון כאטשיג זעקס מפוקפוק׳דיגע עופות אדער בלי מסורדיגע אין אינעם זעלבן קובץ ניסן תשע״ט איז ער מאשר צו עסען די בשר ווייל לדעתו החדש סהאט מסורה ווען אין קובץ תשע״ו איז אויסגעקומען אז סאיז אוממעגליך אז סהאט א מסורה צוליב זעקס בלי מסורהדיגע מישלינגען
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:21 pm#435933
עס איז דא וואס גייען עקסטרים אז די אייער זאל מען נעמען נאר פון הייליין לעגהארן.