דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:19 pm#381720
ס'טוט זיך א שערוריא ארום א נייע עוף "עוף בראקל" צו ס'כשר
m https://drive.google.com/open?id=0B3iOW ... 0tULUpiMlk m
m https://drive.google.com/open?id=0B3iOW ... 0tULUpiMlk m
איסר האטלקי האט געשריבן:למעשה קוקט אויס ווי עס איז צוטיילט די אהרונים מיט די זאלוינים, אזוי ווי אלעס די לעצטע צען יאר.

ברוך בער האט געשריבן:האט זיך ארויסגעשטעלט איינמאל פאר אלעמאל אז והיא לא תצלח. די אכשיר דרא מהלך פון די לעצטע יארן אז כלל ישראל איז פארפארן און עטליכע סיקריקן וועלן ארויפצווינגען זייערע פרומקייטן אויף די רבנים אין כלל ישראל, האט געוויזן איר אמת'ן פרצוף. כדי צו באשולדיגן גאנץ כלל ישראל אין עסן עופות טמאים און זיי גייען דא ארויפצווינגען א ניי מין פויגל אויף יעדן וואס זיי וועלן קאנטראלירן און פארשטייט זיך רייך ווערן מיט די גאנצט מאכט ארום, האבן זיי גאר אומפארטירט א בראקל אן א מסורה וואס מען האט עס שוין הינדערט יאר נישט געזען. אזא רב ווי רב לאנדא זאגט עס אזי אן עוף טמא א קליין חזיר'ל בלשונו. רב פאלאטשעק און אלע רבנים נישט אינטערן סיקריקיש פליגל זאגן דאס טויג נישט.
היינו טעמא דבראקל, כלל ישראל עסט נישט קיין טריפות מען דארף נישט אייערע תיקונים/מכשולות, היינו טעמא דטעכנאלאגיע כלל ישראל איז נישט קיין משומדים, מען דארף נישט ענקערע אכשיר דרא מכשולות. נצח ישראל לא ישקר, די וואס ווילן זיך עקשנען כלל ישראל עסט טריפות, גייט קיין גוואטאמאלא, דארט איז די זאך מסודר, עסט לב טהור גאנזן און לאזט כלל ישראל במנוחה.
ראובן האט געשריבן:ברוך בער האט געשריבן:האט זיך ארויסגעשטעלט איינמאל פאר אלעמאל אז והיא לא תצלח. די אכשיר דרא מהלך פון די לעצטע יארן אז כלל ישראל איז פארפארן און עטליכע סיקריקן וועלן ארויפצווינגען זייערע פרומקייטן אויף די רבנים אין כלל ישראל, האט געוויזן איר אמת'ן פרצוף. כדי צו באשולדיגן גאנץ כלל ישראל אין עסן עופות טמאים און זיי גייען דא ארויפצווינגען א ניי מין פויגל אויף יעדן וואס זיי וועלן קאנטראלירן און פארשטייט זיך רייך ווערן מיט די גאנצט מאכט ארום, האבן זיי גאר אומפארטירט א בראקל אן א מסורה וואס מען האט עס שוין הינדערט יאר נישט געזען. אזא רב ווי רב לאנדא זאגט עס אזי אן עוף טמא א קליין חזיר'ל בלשונו. רב פאלאטשעק און אלע רבנים נישט אינטערן סיקריקיש פליגל זאגן דאס טויג נישט.
היינו טעמא דבראקל, כלל ישראל עסט נישט קיין טריפות מען דארף נישט אייערע תיקונים/מכשולות, היינו טעמא דטעכנאלאגיע כלל ישראל איז נישט קיין משומדים, מען דארף נישט ענקערע אכשיר דרא מכשולות. נצח ישראל לא ישקר, די וואס ווילן זיך עקשנען כלל ישראל עסט טריפות, גייט קיין גוואטאמאלא, דארט איז די זאך מסודר, עסט לב טהור גאנזן און לאזט כלל ישראל במנוחה.
אלעס פיין און וואויל און אז אכשר דרא'ניקעס זענען נישט מצליח איז א שמחה פאר אידן, אבער דאס אסר'ן בראקל איז כנראה אויך א נארישע קאפ-אין-וואנט חומרה.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט׳ס ווייל זיי גייען בדרך השקר, מעגען מיר אויך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
diff האט געשריבן:אני הגבר. אונז גיימיר דזעלבע בעקישע און פיאות
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געליינט דער עמי מעגעזין איבער שבת וןאס שמועסט ארום דער ענין.
מ׳זעט א בחינה פון גדולים צדיקים במיתתם וכו׳, ווי דער צדיק פון גואטאמעלא האט געפועל׳ט פון הימל אז זיין עניינים זאלען ווערען אנגענומען ביים ציבור.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אישתישבי האט געשריבן:
די בראקל עוף איז דא פארשידענע וואס געבען אהן עדות אז אינדערהיים האט מען דאס געניצט.
.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאר, דער שבט הלוי קומט מיט א נייעס אז דער ציבור פיהרט מען נישט מיט קיין בדיעבד׳ס. א מין פארקערטע סברא! מיט׳ן ציבור דארף מען ערשט זוכען מיקל צו זיין. ובפרט, ווער זאגט אז ס"ס איז בדיעבד?
איסר האטלקי האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:
די בראקל עוף איז דא פארשידענע וואס געבען אהן עדות אז אינדערהיים האט מען דאס געניצט.
.
נישט ממש, נאר ענליך צו דעם.
והא גופא המחלוקות אם דומה לאותם שהשתמשו בהם אם לא. ואם אכן דומים הם להדדי הרי לנו מסורת שלימה להשתמש בהם, ואם לאו אין לנו רשות להשתמש בהם אלא לראותם בלבד - ווי א האן אין בני אדם, ביים שלאגן כפרות...
איסר האטלקיאישתישבי
די בראקל עוף איז דא פארשידענע וואס געבען אהן עדות אז אינדערהיים האט מען דאס געניצט.
.
נישט ממש, נאר ענליך צו דעם.
והא גופא המחלוקות אם דומה לאותם שהשתמשו בהם אם לא. ואם אכן דומים הם להדדי הרי לנו מסורת שלימה להשתמש בהם, ואם לאו אין לנו רשות להשתמש בהם אלא לראותם בלבד - ווי א האן אין בני אדם, ביים שלאגן כפרות...
פליקעראיבער דאס וואס דער נירעבאטער רב האט געזאגט ביי זיין שיעור.
ער האט זייער שיין צונימען די שאלה מעומקו של הלכה, ער האט אנגעהויבן מיט די סימני עופות טהורים, און ווי די רמ''א פסקענט אז נאר עופות מיט א מסורה מעג מען עסן אפילו אנדערע האבן די כשר'ה סימני טהרה, אויב האט עס נישט מסורה טאר מען עס נישט עסן.
ער האט אויסגעשמיעסט די סיבה וואס די וועד לסימני טהרה וואס איז פארמירט געווארן אין ארץ ישראל האבן געוואלט מחדש זיין און דאס איז געווען מחמת א שאלה וואס האט זיך געמאכט נאך ווען הרב וואזנער איז געווען.
די פאקט איז ווי פאלגענד, און די לעגהארן טשיקענס וואס ווערן ברידעד איז פארהאן סודות און א שאלה איז פארהאן אז זיי מישן אריין אזעלכע טשיקן'ס וואס האבן נישט די מסורה, און דעריבער ווען עס פארמישן זיך אזעלכע און געבוירן די אינגע טשיקן'ס זענען לכאורה אינטער פראגע צייכן אויב זיי פארמאגן די מסורה.
האבן זיך געגרינדעט אין אר''י די ארגאן וואס גייען האבן אזא האן וואס וועט זיין געבוירן נאר דורך די מסורה אן אריין מישן קיין הינער אן קיין מסורה, און האבן געפינען די בראקל טשיקן פין בעלגיע, און זייערע גענע'ס זענען לויטער.
איז כדי צי זען אויב דער בעלגישער האן איז זעלבסט א מסורה'דיגער האן האבן דיינים פין אר''י ישראל גובע עדות געווען אז עלטערע שוחטים האבן געשחט'ן אזעלכע הינער, און דעריבער זענען זיי אינטערן מסורה.
האט דער באטער רב געזאגט אז ער האט געריפן איינע פין די שוחטים וואס פלעגען שחטן אזעלכע בראקל הינער און געפרעגט זאגט נאר פאוואס האט איר טאקע דאן געשחטן אזעלכע הינער, האט דער שוחט געזאגט אז עס איז דאן געווען איינגעפירט אז די קיבוץ איינוואוינער האבן געהאדעוועט די הינער און ווען איינער האט זיך גענויטיגט פלייש האט געברענגט זיין האן צים שוחט און דער שוחט האט עס געשחטן, און דעריבער זאגט דער באטער אז מען קען נישט בויען א מסורה וואס באשטייט וואס א שוחט זעלבסט האט געטון.
די פאקט אז יעדע שוחט היינטיגע צייטן שעכט צען הינער פער מיניט, דאס איז א חשבון פון 5 שעה א וואך פיפציג וואכן א יאר איז א ציפער פון שישים רבוא ביז א מיליאן הינער א יאר פער שוחט, און היינט שעכט מען אין אמעריקע כמעט א מיליאן הינער פער וואך, זאגט דאס אז ווען א שוחט נעמט א האנט א האן ווייסט ער אויב די האן איז דער זעלביגער האן וואס ער האט שוין געשחט'ן און זיין פארגאנגענהייט, און ווען דער רב האט געפרעגט געוויסע עלטערע שוחטים וואס דער רב האט געזאגט א נאמען - אויפן בארקעל האן, האבן זיי געזאגט אז דער האן איז א אנדערע סארט האן, ווי צים ביישפיל זיי האבן בייגעוואוינט ווי א האט פליט, וואס א לעגהארן האן פליעט נישט, און אויך אז די הינער וואס מען שעכט דא היינט איז דער זעלבער האן וואס מען שעכט דא אלע יארן אין אמעריקע.
מה שנוגע די פאקט אז די הינער וואס מיר עסן יא, ווייל דאס האט א מסורה מדור דור, אפילו עס איז גענעטיש פארענדערט ווייל דער פאקט אז די היינטיגע הינער זענען געניג גרויס לשחיטה ביז דרייסיג טאג, ווען אמאל האט עס גענימען 90 טאג, איז למעשה דאס נישט קיין נייע סארט האן, און פארלירט נישט די מסורה, ווייל דער האן איז דער זעלבער נאר מיט קליינע ענדערינגען און שנעלקייט און מער פלייש ביי געוויסע ערטער, און אזוי פסקעט דער דברי חיים, און ווי דער רב האט נאכגעזאגט אז דאס איז א אלטע שאלה מיט נייע אינגעלייט.
אלזא מה שנוגע די אלטע הינער איז קיין שום שאלה נישט און מען מעג עס עסן, און אויב דארף מען חושש זיין ווען מען הייבט אויף א פעקל טשיקן צו עס איז די בארקל טשיקן, זאגט דער רב שליט''א אז היות די היגע בעלי מכשירים זענען נישט מסכים אז עס האט די מסורה, און אויך וועט מען ברויכן קודם טוישן אלע מאשינען וואס מען ניצט היינט איידער מען קען שעכטען די בארקל, על כן האט ער אויסגעפירט יאכלו ענבים וישבעו, מען ברויך נישט חושש זיין.
פליקעראיבער דאס וואס דער נירעבאטער רב האט געזאגט ביי זיין שיעור.
יהושע חייםווי איז געווען דער שיעור? און ווי קען מען עס הערן?
ליטוואק פון בודאפעסטלויט ווי ס׳איז באשריבען, איז עס פיהר מאל טייערער און עס האט א מיאוס׳ער טעם. אבער מאנכע האלטען אז ס׳איז פרומער.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk