Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח

והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
130 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 155 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11883
זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:08 pm#385881
החוקר האט געשריבן:עס האט מיר געקאסט אזא לאך, אז איך האב אנגעהויבן צו באקומען ספיקות צו עס קומט נישט אפשר אין [url="http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=10&t=417"]אינטערסאנטע בילדער וואס ברענגען א שמייכל.[/url] וואו קומט הודו צו נאנאש???
2017-10-01-03-33-50.jpg

איך בין געגאנגען אהין קוקן וואס נאך מ'קויפט צוזאמען מיטן וועקער, האב איך געזעהן דארט די ''לאויפער סטיל שיך''. איצט פארשטיי איך שוין פארוואס די מוסדות האבן עס נישט ליעב......
זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:35 pm#385882
ראובן האט געשריבן:דער ניוזסטענד וואס פלעגט פארקויפן דעם וועקער אין וויליאמסבורג ווערט באצאלט $500 א חודש דורך "עסקנים" אז ער זאל עס מער נישט פארקויפן.

געוואלדיגע איידיע, לאמיר מאכן א גאו פאונד מי צו העלפן די עסקנים דעקן די קאסטן............. ;)
זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:00 pm#385898
כלבאשבוע האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:דער ניוזסטענד וואס פלעגט פארקויפן דעם וועקער אין וויליאמסבורג ווערט באצאלט $500 א חודש דורך "עסקנים" אז ער זאל עס מער נישט פארקויפן.

געוואלדיגע איידיע, לאמיר מאכן א גאו פאונד מי צו העלפן די עסקנים דעקן די קאסטן............. ;)


ענדערש צו מאכן א גו פאנד מי פאר ליגעל עקשאן ווייל קען זיין אז ס'איז וויאלעישאן פון רעווירס בלעקמעיל און פרידאם אוו ספיטש. יש לעיין.

אפי' נאר אנהייבן א קלאגע קען זיין א תועלת פאר'ן ליידענדיגע ציבור.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:16 pm#385900
מען זאל מודיע זיין אלע צייטונג פארקויפער אין דער געגנט אז עס איז דא א טשאנס צו פארדינען $500 א חודש בתנאי אז זיי הייבן אן צו סטאקן דער וועקער. אלע וועלן זיך כאפן און אויף דערווייל ליהודים היתה עורה!
זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:17 pm#385903
לויט ווי די ארענדע גייט וועלן די עסקנים בקרוב דארפן הייבן די פרייז העכער פינף מאות.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:29 pm#385904
מיין הייליגער וועקער איז אנגעקומען און ס'רינט דאס יראת שמים פון יעדן בלאט. די גאנצע וועקער טראגט אזא רוחניות'דיגע דערהויבענע מאנטל אז כמעט וואס ס'ליינט זיך ווי א מוסר ספר.
כ'האב דורכגעאקערט יצחק לאווי'ס מאמר היינט פאר'ן דאווענען און ס'האט דערהויבן מיין נשמה אזש ס'האט זיך געדאוונט ווי ס'דארף זיך דאווענען אין גאטס נאמענס טאג.
אלס א קאנסערוואטיוו האב איך ארויסגענומען דערפון די וויכטיגקייט פון דקדוק הלכה, ווייל ווי מער צמצום און דיקטאטורשאפט דער מענטש שענקט אין יעדן ריר און טריט אלס מער בעל בחירה און זעלבסטשטענדיגער איז ער.
דער ארטיקל פון הרב מאשקאוויטש איבער דעם זשאנקי פראפעסאר היילמאן איז א גראדע פענסטערל צו מיין אונטער'ן באוואוסטזיין. אלעס וואס האט מיך געבאדערט ביים ליינען דעם ארטיקל האט ער אזוי שיין אויסגעשמועסט.
אחרון חביב, קום נאר אהער דו קליינער פיקאסעלע, איך וויל דיר געבן א ציפ אין בעקל מיט ליבשאפט אויף דער שיינער און פראפעסיאנאלער ארבעט דו האסט אראפגעלייגט. כ'האב נאך קיינמאל נישט מיטגעהאלטן א גראפיסט זאל זיך אזוי שיין עוואלוון ווי אונזער פיקאסא ביז צו אן עקסטרעם פראפעסיאנאלן רמה.
פון גאנצן וועקער וואס איך האב שוין עספיעט צו ליינען, וואס האט מיך אממערסטנס שאקירט, איז דער מאזאאיק איבער דעם צאנזער רב'ס קאלעקאציע פון לאטעריס אין בוידעם.
וואס דארף מיך דער עפיזאד מאכן טראכטן? אז דער צאנזער רב איז געווען א הוירדער וואס קען נישט אוועקווארפן קיין זאכן אדער א קאמפאלסיוו געמבלער וואס קען זיך נישט באהערשן; א מוראדיגע אנגעוויזנקייט אין געלט אזש ער האט געטון דאס אומזיניגע, א העכערע זאך ווי דער צדיק האט ממשיך געווען די שפע מיט צירופי שמות, אדער אן אומרעאליסט וואס מיינט ער וועט רייך ווערן פון לאטעריס?
כ'ווייס נישט דער ענטפער, אבער אמאל זיכער אז עס שענקט א באהאלטענע מענטשליכע דימענסיע צו די פילע זייטן פון איינס פון די גרעסטע צדיקים בג' עמודי עולם און פון די דינאמישסטע מענטשן וואס כלל ישראל האט געהאט אין די לעצטע צוויי הונדערט יאר.
ראובן ראובן, החייתני בני, אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא ויהי חלקך בין מזכי הרבים.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:37 pm#385908
וחלופיהן האט געשריבן:מען זאל מודיע זיין אלע צייטונג פארקויפער אין דער געגנט אז עס איז דא א טשאנס צו פארדינען $500 א חודש בתנאי אז זיי הייבן אן צו סטאקן דער וועקער. אלע וועלן זיך כאפן און אויף דערווייל ליהודים היתה עורה!

א קלוגער בעל ניוססטענד וועט נעמען פון ביידע צדדים. אזוי ווי ביי קרן הצלה. די קלוגע מוסדות נעמען פון ביידע צדדים...!
זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:57 pm#385912
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
וואס איז מיט בארא פארק?
זונטאג אקטאבער 01, 2017 4:08 pm#385913
דער טעראר איז נאכנישט אנגעקומען אינגאנצן קיין בארא פארק...!
זונטאג אקטאבער 01, 2017 4:28 pm#385915
ראובן האט געשריבן:דער ניוזסטענד וואס פלעגט פארקויפן דעם וועקער אין וויליאמסבורג ווערט באצאלט $500 א חודש דורך "עסקנים" אז ער זאל עס מער נישט פארקויפן.



וויפיל מאל מ'זאל נאר דורפאלן מיט פרובירן צו אונטערקויפן/אוועקמאכן/אונטערדרוקען, גייט מען נישט טוישן דירעקציע. מ'גייט מיט די קאפ-און-וואנט מיט א פרישקייט.
אמת מארץ תצמח
זונטאג אקטאבער 01, 2017 4:32 pm#385916
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ
זונטאג אקטאבער 01, 2017 4:34 pm#385917
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
ראובן; אדער געוואלדיג:

פליז מעלדן ווען ס'וועט זיין צו באקומען אין מאנסי

א דאנק
זונטאג אקטאבער 01, 2017 4:57 pm#385919
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
אין בארא פארק איז שוין דא צו באקומען?
זונטאג אקטאבער 01, 2017 5:48 pm#385922
אין מאנטריאל איז עס דא ערגעץ צו באקומען?
זונטאג אקטאבער 01, 2017 7:38 pm#385928
דער וועקער פאר סוכות איז שוין דא צו באקומען ביי טובי'ס ספרים געשעפט אין מאנסי.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 8:13 pm#385935
דער וועקער איז שוין דא צו באקומען אין בארא פארק, מאנסי און קרית יואל.
דערציילט אייערע פריינט אז זיי זאלן איינהאנדלען אן אויסגאבע וואס זיי ווילן נישט פארפאסן!
זונטאג אקטאבער 01, 2017 8:17 pm#385937
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
ראובן האט געשריבן:דער וועקער פאר סוכות איז שוין דא צו באקומען ביי טובי'ס ספרים געשעפט אין מאנסי.
שכוח, כ'האף אז ער האט גענוג, כ'פלאן צו קויפן עטליכע
זונטאג אקטאבער 01, 2017 9:53 pm#385948
ראובן האט געשריבן:דער ניוזסטענד וואס פלעגט פארקויפן דעם וועקער אין וויליאמסבורג ווערט באצאלט $500 א חודש דורך "עסקנים" אז ער זאל עס מער נישט פארקויפן.


פארשטיי נישט, וויליאמסבורג איז א גרויסע שטאט האט דער רבי געזאגט. פעלט ניוס סטענדס און געס סטעשאנס? ניי וויליאמסבורג צו יאפי לאנד איינער וועט עס גערן ארייננעמען. ווער טוט אביסל היים ארבעט? מאויבי תחכמינו קוקט ווי זיי זענען גרייט צו באצאלן און אנדרייען דער אראבער וואס אגב פארקויפט די פאסט מיט ידיעות אחרונות מיט פלעי בוי, אבער דער וועקער דאס קען מען נישט צולאזן. ברוך שלא השבית לנו גואל אינעם דור השפל אזי דא קריעטספעיס מיט עמעזאן, זיי דעליווערן צום טיר אין איין טאג אין א ברוינע בעג. די טעג פון די מאכנאווצעס צו בלעקמאלן געשעפטן איז ווערטלאז.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 10:34 pm#385951
ישראל גלויבער האט געשריבן:אין מאנטריאל איז עס דא ערגעץ צו באקומען?

ווער פונקטליך זאל עס פארקויפן דא?
זונטאג אקטאבער 01, 2017 11:04 pm#385952
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
שפאציר איך אזוי אויף דרייצנטער עוועניו און איך ווארף א זייטיגן בליק אויף'ן ניוז סטענד אויף ניין אין פערציג'סטע גאס זעה איך אז עס ליגט נאך דארט דעם אלטן וועקער מיטן גרויסן בילד פון היילמאן... נעה... טראכט איך צו מיר, פארוואס האט ער נאך אלץ נישט די נייע?? שוין נישטא קיין ברירה... מען גייט צוריק אהיים...
גייט אדורך פינף מינוט און מען געט זיך א כאפ אריין אין קאווע שטיבל, ווי מען זעהט א פרישן מעלדונג פון ר' ראובן
ראובן האט געשריבן:דער וועקער איז שוין דא צו באקומען אין בארא פארק, מאנסי און קרית יואל.
דערציילט אייערע פריינט אז זיי זאלן איינהאנדלען אן אויסגאבע וואס זיי ווילן נישט פארפאסן!
ספאנטאן הייבן מיינע פינגער אהן צו קוועטשן אויף די קנעפלעך פונעם קי-באורד, וועלנדיג צוריק שרייבן פאר ראובן אז איך בין יעצט געוועהן ביים ניוז סטענד און די וועקער איז נישט דארט, אבער נאכ'ן איבער טראכטן די נושא איז באשלאסן געווארן אז מען גייט נאכאמאל קוקן, אפשר איז פונקט די וועקער אנגעקומען אין די לעצטע פאר מינוט...
אומר ועושה, מען לאזט זיך ארויס אין וועג, מען האלט שוין ביי 49 צווישן 14 און 13, עס גייט אדורך א סקרוך אין די ביינער... אויב וועט איינער באמערקן וואס איך נעם ביים ניוז סטענד קען עס נאך קאסטן די מוסדות פאר די קינדער אדער די דזאב... מען מוז זיך שטארק היטן פון אומגעווינטשענע אויגן... איך קום שוין אהן נאנט צום ניוז סטענד, און - וואונדער איבער וואונדער - דער נייער וועקער איז דא, איך געב זיך שנעל א קוק אים און איך זעה אז קיינער שטייט נישט צו נאנט, איך גיי צו מיט זיכערע טריט און איך געב א פרעג שטילערהייט: האו מאטש איז די וועקער? ער זאגט די וועקער איז עיט דאללערס, איך געב נאכאמאל א גוטן קוק ארום, זיכער מאכן אז קיינער האט נישט געהערט (איי, אויב האט שוין יענער געהערט איז דאך שוין סיי ווי דערנאך? אבער פאר די נערווען דארף מען קוקן), נאכן זעהן אז קיינער האט טאקע נישט געהערט, נעם איך ארויס פון בערל א געביגלטן גרינעם צעהנער (גראדע מיין איך אז דער צעהנער איז געל, אבער דברנו כלשון בני אדם) און איך געב עס שנעל א לייג אראפ דארטן, דער ערל געט א ריק אריין דעם וועקער אין א קליינעם שווארצן זעקל און ער געט מיר נאך צו צוויי דאללער... איך לויף מיט שנעלע טריט צו א שטילע סמעדריש אין געגנט און איך זעץ מיך און א ווינקל, און מיט גרויס חשק נעמט מען ארויס דעם וועקער און מען מישט אויף צום ווארט פונעם רעדאקציע און מ'הייבט אן צו לייענען...
די מעשה האלט יעצט דא....
פארזעצונג וועט אי"ה קומען בקרוב...
זונטאג אקטאבער 01, 2017 11:33 pm#385955
ליינען די וועקער קאסט די מוסדות? איבערגעטריבן אביסעלע...
לייען, לייען... עס איז ממש געוואלדיג!
זונטאג אקטאבער 01, 2017 11:37 pm#385956
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
שמעקעדיג האט געשריבן:ליינען די וועקער קאסט די מוסדות? איבערגעטריבן אביסעלע...
לייען, לייען... עס איז ממש געוואלדיג!
מיט די היינטיגע מוסדות קען מען גארנישט וויסן, איך וויל נישט איינשטעלן...
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 2:41 am#385968
שמעקעדיג האט געשריבן:ליינען די וועקער קאסט די מוסדות? איבערגעטריבן אביסעלע...

אביסל איבער געטריבן???
אסאך איבערגעטריבן!!!
איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין וויליאמסבורג אבער אין בארא פארק איז נישט דא קיין שום פראבלעם צו קויפן די וועקער אחוץ אויב ער האט זיך געשלעפט פון וויליאמסבורג צו קויפן דעם וועקער...
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 2:46 am#385970
קיין שום פראבלעם?? עס ווענדט זיך אין זייער אסאך זאכן... ווענדט זיך אין די משפחה אין די חברים, אין די געשטעל, אין די מוסדות... וכו' וכו' וכאן המקום להאריך, נאר די צייט ערלויבט עס נישט יעצט...
איך וועל נאר געבן צוויי עקסטרעמע ביישפילן פאר א דוגמא, אויב ליפא שמעלצער וועט עס קויפן און מענטשן וועלן זעהן וועט עס אים כמובן גארנישט שאטן, אויב אבער ר' חיים שלום האלברשטאם בן אדמו"ר מ'באבוב וועט עס קויפן און מענטשן וועלן זעהן וועט עס אים מאכן ערנסטע פראבלעמען...
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 11:54 pm#386125
געקויפט דער וועקער ביי טובי'ס אין מאנסי, ער זאגט אז ס'גייט גאר שטארק.
דינסטאג אקטאבער 17, 2017 8:01 pm#386832
ווילאנג מ'דארף נישט צוקומען צו דיינע נפיחות שטייען מיר גוט, און ווילאנג מ'לאזט דיר דא נפחנ'ען שטייסטו גאר גוט.
דינסטאג אקטאבער 17, 2017 10:34 pm#386852
berlbalaguleh האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:יצחק וואלד קומט זיך מכות רצח פאר'ן מיך אריינווארפן אין א טיפער דעפרעסיע אינמיטן סאמע יום טוב. ווי גייט נאר די מעשה מיט'ן ראדישיצער, בערל איז אין טאפ נישט אין דער סוכה, כ'בין גאר אין דער סוכה נישט געזעסן, נאר ערגעץ פארשווארצט און פארמעלאנכאליעט אין א געטא, הונגעריג נעבן דער מקוה האב איך זיך געפינען ווען דער קיכן שמעקט מיר אין די נאזלעכער און די שאקאלאד לאזט איבער אפדרוקן אויף מיינע פינגערס.
כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז א שטיק מזונות קען האבן אזא ביטערן גיהנומ'ישן טעם.
דער ארטיקל איז קורץ און דאך נעמט עס דעם ליינער אויף אזא ראלער קאסטער אז די נשמה קען ארויספליען. עס איז בלי ספק דער בעסטער וואלד ארטיקל ביז צום היינטיגן טאג.
#געצעם_א_פוליצער

כוכב: ווען איך האב געליינט יצחק וואלד'ס מעשה האביך מיך געזעהן אלס יונגל אין לאדזשער געטא ווען די נאציס יאגן מיין משפחה און מיר. נאכמער. א יעדעס מאל ווען איך קוק אויף טשאקאלאט קוקיס דערמאן איך מיך די גאנצע מעשה מיט אלע איהרע איבערלעבענישן...!


ערעב בערעל טייערער, איך גלויב שווער אז אזא יוד ווי אייך מיט אזא ברייט הארץ קען זיך זען אין לאדזשער געטא, אפשר מונקאטשער געטא אדער נירעדהאז.

די קוקען אויף טשאקלאד טראומא דאס אפשר יא..
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 10:32 pm#387150
די וועקער איז יעצט אנגעקומען א מתנה פון עמעזאן איך האב געצאלט נאר פאר שיפינג
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 11:28 pm#387156
וואס איז פשט?
פרייטאג אקטאבער 20, 2017 12:04 am#387157
עס האט געדארט צי לאנג האב איך עס געקענסעלט און אפילו אזוי איז עס אנגעקומען