Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח

והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
130 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 155 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11883
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 7:46 pm#385487
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
און ביי טוביע'ס??
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:23 pm#385492
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:טרויבן: פארוואס קוקסטו אן זיינע דרשות קאנטראווערסיאל?? ער רעדט זייער פראקטיש און אמת'דיג, דעס אז חרדיזם איז אוועקגעגאנגען פון בעיסיקס און פראקטישקייט מאכט עס עם נישט קאנטראווערסיאל.

זייט ווען איז זאגן די אמת נישט קאנטראווערסיעל???
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:32 pm#385495
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:און ביי טוביע'ס??

אויך האפנטליך זונטאג.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:53 pm#385501
wow! כ'קען שוין קוים ווארטן.
שכח ראובן מיט דיינע צוהעלפער. ס'איז מיר א כבוד צו האבן א קביעות'דיגן חלק אינעם וועקער.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:53 pm#385502
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
אין ביי נויסטענד אויף בראדוועי אין וויליאמס ?
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:59 pm#385506
איך האב געהאט דעם לעצטן וועקער און זייער הנאה געהאט, נאר איין זאך וואס האט מיר געשטערט איז דער וועג וויאזוי עס איז געקלעבט אזוי שטארק אז ס'שווער עס צו האלטן אפען ביים ליינען. עס זעט אויס ווי דאס איז דער ביליגסטע אופן וויאזוי זייז בינדן? אויב בייגט מען עס זייער שטארק איין העלפט עס נאך אלץ נישט. אפשר איז דא עפעס אן עצה עס צו מאכן באקוועמער בינדעריי?
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:07 pm#385508
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
כ'גלייב אז זיי טוען עס דווקא. א חלק פון די סערוויס. אזוי אויב איינער שפאצירט פלוצלינג אריין ווען די האלסט אינמיטן דאס ליינען, מאכט זיך דאס גלייך אליין צו... שלא ישלוט בו עין הרע.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 10:04 pm#385513
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 10:17 pm#385514
לאנג לעבן זאל ראובן.
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 8:36 am#385544
סעמפל פונעם נייעם וועקער!

m https://goo.gl/omZBsV m
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:05 pm#385566
באקומען אויף WhatsApp

בילד
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:11 pm#385567
טרויבן88 האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:אגב מוז איך זאגן, אז ס'איז היבש א דרייסטע שריט פון דזשעיקאבסאן צו גיבן אן אינטערוויו פאר אזא קאנטראווערסיאלע אויסגאבע

גאנץ אינטערעסאנט פאר אזא באמערקונג אויף די פאלגסט נאך ראביי דזשעיקאבסאן, פארוואס זאל דאס זיין דרייסט? רוב פון זיינע דרשות זענען קאנטראווערסיאל און אויף דעם האט ער געבויט א חלק פון זיין קאריערע

איך פלעג הערן גאנץ אפט ראביי דזשעיקאבסאן, ער איז פון שיטה אויס בכלל נישט קאנטראווערסיאל, איך גלייב אז דו וועסט צוגיין צו סיי וועלכע אינגערמאן אין א חרידישע ביהמ"ד און פרעגן צו ער שטימט מיט מיט דזשעקאבסאנ'ס דיעות וועט ער פולקאם מסכים זיין, זיין פאפולאריטעט קומט בעיקר פון שמועסן אויף יסודותדיגע ענינים פון וועלכע די היימישע רעדנער ווילן משום איזה סיבה נישט צורירן. אבער איז לגמרי נישט קאנטראווערסיאל. קאווע שטיבל פון די אנדערע זייט איז א צווייטע מעשה אינגאנצן, און אויב וועסטו זעהן די וועלכע האבן זיך דערווייל געלאזט אינטערוויוען פונעם וועקער וועסטו זעהן פארוואס דאס איז 'גרויס' נייעס.
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:49 pm#385575
ראובן האט געשריבן:סעמפל פונעם נייעם וועקער!

https://goo.gl/omZBsV


שוין באשטעלט, און אויך באקיקט דעם סעמפל זעט אויס געוואלדיג, א דאנק פאר אלע, און בל"נ וועל מיר ליינען און קאמענטירן ווען מיר וועלן זיין בקי אינעם וועקער 10

א גמר חתימה טובה
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:43 pm#385583
חוצפה!!!

יעצט באקומען אויף א וואטסעפפ גרופ די נייע וועקער. דאס קומט פון א "ענטייטעלמענט" מעטאליטי. יענעמס שווייס איז מיין פרי ענטרעטעינמענט. אלעס איז מותר
איבעריג צו זאגן אז כ'האב עס נישט געשיקט ווייטער (איך האב שוין געקויפט אויף עמעזאן)
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:51 pm#385585
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
כפתור האט געשריבן:חוצפה!!!

יעצט באקומען אויף א וואטסעפפ גרופ די נייע וועקער. דאס קומט פון א "ענטייטעלמענט" מעטאליטי. יענעמס שווייס איז מיין פרי ענטרעטעינמענט. אלעס איז מותר
איבעריג צו זאגן אז כ'האב עס נישט געשיקט ווייטער (איך האב שוין געקויפט אויף עמעזאן)

טשעק. מסתמא נאר די סעמפעל, ווען נישט וואלט יעדער עס שוין לאנג געהאט.
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:52 pm#385586
לכאורה נאר דער סעמפל.
-----
נעגעל זאגט די זעלבע.
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 3:07 pm#385587
24 pages. כהאב נאך נישט באקומען מיין. אבער ס'קוקט אויס מער ווי א סעמפל.
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 3:10 pm#385588
כפתור האט געשריבן:24 pages. כהאב נאך נישט באקומען מיין. אבער ס'קוקט אויס מער ווי א סעמפל.

איז עס טאקע נאר די סעמפל און צושפרייט עס ווייטער, האסט א הו''א אז די וועקער קען מען אריינלייגן אין 24 בלעטער?
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 3:17 pm#385589
גערעכט.
כ'האב נאר געבליקט און געזען אז ס'פארט מער ווי ס'וואלט געווען א סעמפעל.

מיין חמת המלך האט זיך שככה
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 7:43 pm#385608
סלוינט צו וואוינען אין אוסטרליה צו געווינען דער פארמעסט
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:35 pm#385619
ווי קען מען עס קויפן אין קאנאדע
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:25 pm#385624
ביים סקווירא'ער מקוה איד
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:30 pm#385625
כ'גלייב נישט.. ער וועט עס נישט ארייננעמען. געב עס פארן טאבער שמש.
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 2:44 am#385638
diff האט געשריבן:סלוינט צו וואוינען אין אוסטרליה צו געווינען דער פארמעסט

געהערט אז דער מקוה איד אין וויניפעג פארקויפט עס
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:55 am#385645
ברוך שהחיינו לזמן הזה!

איך לויב און דאנק דעם גאט איבער אלעם אז מ'האלט שוין דא, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, ס'איז היינט פאר מיר פערזענליך א זמן שמחתנו, אז מ'האלט שוין אין דער הענט דער נייע וועקער, מלא וגדוש מיט געוואלדיגע תוכן, זיך האלטענדיג צום אמת און מסורה, א גאנצע מאזזאאיק פון ארטיקלען וואס שטעלט צוזאמען די הערליכע דזשורנאל. די בריאה רופט היינט אויס הכצעקתה? צו דען מיינט איהר אז יעדער שוין איינגעשלאפן? ניין! נצח ישראל לא ישקר, דאס אידיש פאלק איז אויף און וואך, און וועט ווייטער בליען לשם ולתפארת מיטן זיכן דאס אמת אין דעם פינסטערן עולם השקר והבלאף. היינט זיכט יעדער איינער ווי מ'קען טרעפן סגולות, אבער מ'פארגעסט אז אונזער גאנצע מציאות איז צו זיין אן עם סגולה, מיט ערליכקייט און יושר. לאמיר נאר בעטן און האפן אז די וועקער זאל האבן אריכת ימים ושנים טובים, צו ווייטער אויפוועקן כלל ישראל פון איהר טיפע שלאף.

כ'וויל נישט דא שרייבן א גאנצע בריוו נאר אפאר ווערטער פון מיין רעדאקציע צו ארויסברענגען צוויי צענט פון מיר מיט א פערזענליכע דאנק פאר אלע טאלאנטפולע שרייבערס, את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה, סיי די היינטיגע אקטיווע מעמבערס און אוודאי די אלטע נאך פון בימים ההם, וואס האבן זיך אויפגעוועקט און אונז מהנה געווען מפרי עטם. איך גיי נישט דא מאכן א גאנצע פראצעס מיט שופטים ווי כאילו ס'איז א פארמעסט. יעדע איינציגסטע ארטיקל איז א וועלט פאר זיך, ולא ראוי זה כראוי זה, פון מיין ווינקל איז יעדער איינער א פארמעסט געווינער און איז ראוי לאותו איצטלא! פון טיפסטן הארצן א דאנק אייך אלע.

און אוודאי געוויס אלע חברים וידידים וואס האבן צוגעלייגט אן עצה מיט א פלייצע און פארשידענע פעלדער, וביניהם @ליטוואק, @שטיסל, @געוואלדיג, און @מפוזרי וואס יעדער פון זיי האט אוועקגעגעבן אביסל פון זייערע טייערע בין הזמנים צייט צו זעהן וואס זיי קענען זיין צו הילף.

אבער געוואלד! ווער וועט "אים" באשרייבן? ווער קען דען באשרייבן דעם רוח וואס איז געקליידעט מיט א ניק ראובן?
די מאס צייט אין כחות וואס דער האט אריינגעלייגט אין דעם וועקער איז שוין באלד מער וויפיל קערעקטערס ס'דא אינעם וועקער! אוי ראובן מיין קינד איך האב דיך ליב. דאס פירן אזא פראדזשעקט איז גרינגער געזאגט ווי געטוהן, אבער דער רוח געבט נישט אויף. זיין נשמה צוהט איהם צום נקודת האמת והצדק צו ממשיך זיין די שיינקייט פון אידישקייט אונזערע זיידעס ירושה. ער געבט אוועק זיין לייב און לעבן אז דאס וועקער זאל שטיין ווי מ'האלט היינט נישט נאר בלויז צו יוצא זיין. איך מיין נישט דא צו מאכן סתם א הינער שטורעם, אבער וויסן זאלן אלע אז דאס אויספירן א וועקער מכח אל הפועל פאדערט כחות למעלה מדרך הטבע. מ'דארף האבן אזויפיל חושים אז אלעס זאל קלאפן, און ב"ה ראובן איז געבענטשט מיט אלעם מיט א שמיץ איבער. זיין טאלאנטפולע הענט צו שרייבן אין מגיה זיין דארף מען ניטאמאל דערמאנן. ווער רעדט נאך פון די מעכטיגע אינערוויו'ס איינס בעסער פון צווייטן ובפרט מיט די יעצטיגע קרוין ארטיקל, אולי לא באנו אלא בשביל זה דיינו. זיין הארץ וואס ער לייגט אריין אין יעדענס ארטיקל אז ס'זאל זיין ראוי לעלות על שולחן איז גין גאלד. זיין פאטאגראפישן מח און שארפע אויגן צו זאגן הערות והארות אויף די גראפיקס און אויסשטעל איז פחדים'דיג, ער כאפט דאך ממש יעדן טועת אפילו כחוט השערה. און על כולם דאס געדולד וואס ער האט צו זעהן אז אלעס זאל קלאפן איז ממש שלא מעלמא הדין. איך זאג בפה מלא אז ווען די לייענערס וואלטן געוויסט וואס דא אלס גייט אריין וואלט מען טאקע פארשטאנען און געפילט דאס אפטייטש "נהמא דכיסופא".

און מיין סוכה'לע דעם קליינעם, מיטן וועקער דעם שיינעם וועל איך אי"ה פארברענגן, - און פארשטייט זיך א גלעזל פונעם משקה קראם אין די זייט - און דערנאך ליינען דא אויפן שטיבל וואס יעדער האט וואס צו מוסיף זיין.

האטס מיר אלע א גמר חתימה טובה אאגג"י.
ידידכם עוז
פיקאסא
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:09 am#385646
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
WOW
מכירך הייתי לשעבר אלס געוואלדיגער גראפיקער, ועכשיו ביותר אלס געוואלדיגער שרייבער אויך!
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:07 pm#385682
ס'גייט ווי מצה וואסער! נאך בלויז צוויי טעג זענען שוין פארקויפט געווארן מער וועקערס ווי מ'האט פארקויפט ביי די פריערדיגע נומערן.

יעצט האט עמעזאן אראפגעלאזט דעם פרייז צו 7.19! כ'ווייס נישט ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן — כאפטס אריין!
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:41 pm#385687
ראובן האט געשריבן:ס'גייט ווי מצה וואסער! נאך בלויז צוויי טעג זענען שוין פארקויפט געווארן מער וועקערס ווי מ'האט פארקויפט ביי די פריערדיגע נומערן.


לדעתי האט עס צוטוען מיט די דזשעיקאבסאן אינטערוויו.

(פרעג מיך נישט אפ, כ'האב אזוי אפגעמאכט)
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 2:32 pm#385694
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
ראובן שרייבט:

""""ס'גייט ווי מצה וואסער! נאך בלויז צוויי טעג זענען שוין פארקויפט געווארן מער וועקערס ווי מ'האט פארקויפט ביי די פריערדיגע נומערן.

יעצט האט עמעזאן אראפגעלאזט דעם פרייז צו 7.19! כ'ווייס נישט ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן — כאפטס אריין!"""

הא!!!!! איי לאוו איט!!!!

כ'האף אז ס'האלט שוין אט דארט ווי כ'האב געהאפט, אז ס'וועט זיך פארקויפן מער ווי "דער איד" און "דער בלאט"

לעבן זאל ראובן!!

לעבן זאלן אלע וואס האבן צוגעלייגט אפילו אן אצבע קטנה!!

לעבן זאלן אלע שטיצערס און ליינערס!!

און לעבן זאל דער וועקער און קאווע שטיבל!!

א גמר חתימה טובה פאר גאנץ כלל ישראל!
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 8:08 pm#385722
דעליווערט. אויבן אויף בין איך ערשטוינט. ס'זעהט טאקע אויס ווי ס'איז איבערגעשטיגן אלע פריערדיגע וועקער'ס.
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 9:34 pm#385729
באקומען אה! עס איז נישטא קיין ווערטער, ראובן האט דעליווערט איינס און אזאנס. ממש צופיל גוטס אויפאמאל צו פארנעמען.

אויב האט איר נאכנישט געקויפט, פארוואס ווארטסטו? קויף יעצט ווארט נישט קיין רגע עס וועט אייך לייד טאן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:53 pm#385740
ברוך בער האט געשריבן:באקומען אה! עס איז נישטא קיין ווערטער, ראובן האט דעליווערט איינס און אזאנס. ממש צופיל גוטס אויפאמאל צו פארנעמען.
ן.

ממש נהמה דכסופה
פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 7:55 am#385754
פארוואס איז עס נישט עוועילעבל אויף amazon.ca ?
פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 8:44 am#385761
ס'נעמט א שטיק צייט אז ס'זאל ארויפגיין אויף Amazon.ca. דערווייל קען מען באשטעלן פון Amazon.com, אבער ס'קומט צו א גרעסערע שיפינג טשארדזש.

אין אלע אייראפעאישע עמעזאנס איז דער וועקער יא תיכף עוועילעבל.
פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 8:53 am#385763
וויל איך נישט צאלן 20 טאלער
פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:10 am#385766
איך זאג דיר ס'איז ווערט א צוואנציגער.
פרעג דיין מורה הוראה אויב די מעגסט עס קויפן מיט מעשר געלט
פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:04 am#385779
Wow best seller
פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:26 pm#385790
כפתור האט געשריבן:פרעג דיין מורה הוראה אויב די מעגסט עס קויפן מיט מעשר געלט

געפרעגט די מורה הוראה און ער האט געזאגט אז יא, ווייל אזוי וועט זיין איינס ווייניגער.
פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 1:41 pm#385799
בן אדם האט געשריבן:
כפתור האט געשריבן:פרעג דיין מורה הוראה אויב די מעגסט עס קויפן מיט מעשר געלט

געפרעגט די מורה הוראה און ער האט געזאגט אז יא, ווייל אזוי וועט זיין איינס ווייניגער.

וועלכע מורה הוראה האט דאס געזאגט? אבי געשאסן ליגענט?
מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 10:46 pm#385817
אנגעקומען. עס זעהט אויס זייער שיין אויסגעקומען. די אוישטעהל זעהט עפעס אויס בעסער און קלארער ווי לעצטע מאל. יש"כ.
להעיר, אין מאזעיק אפטיילונג, דער ווארט פון סאטמער רב וועגן דער מורה איז אויך געדרוקט אין דברי יואל אויף קהלת (אין חלק פון סוכות), מער באריכות אביסעל. עס איז א געוואלדיק אמת ווארט..

ראה
כאן
מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:25 pm#385823
ס'איז אנגעקומען דארנשטיג אבער פארשטייט זיך אז מחמת טירדת החג האבען מיר נישט געהאט צופיל צייט צו אריינבליקן אבער אזוי ווי מ'האט מוסיף געווען מחול אל הקודש איז געגאנגען מיט א סדר, כ'קען נישט זאגען ווי כ'האבעס געליינט און ווען כ'האבעס געליינט, אבער די התפעלות האט זעכער געבראכען הימלען ווי מיין עלטער זיידע מיט'ן פייפער אלס יונגעל.

ארטיקלען איינס בעסער פונ'ם צווייטען, אבער די עיקר דערגרייכונג לענ"ד איז די הויכע סטאנדערד פונ'ם וועקער בפרט, ובכלל אז ס'הייבט די סטאנדארד אין אידישע דזשארנאליזם סיי פראפעשינעלי און סיי די בליק פון א אויסגעהאלטענע יודישע וועלט.
מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:38 pm#385827
די הנצחות בלעטל האט מיר געמאכט א שמחת יו''ט......
זונטאג אקטאבער 01, 2017 2:45 am#385842
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
עס האט מיר געקאסט אזא לאך, אז איך האב אנגעהויבן צו באקומען ספיקות צו עס קומט נישט אפשר אין [url="http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=10&t=417"]אינטערסאנטע בילדער וואס ברענגען א שמייכל.[/url] וואו קומט הודו צו נאנאש???
2017-10-01-03-33-50.jpg
זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:05 am#385843
אפשר האט סקאטש טעיפ געקויפט ביידע אויפאמאל
זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:13 am#385844
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
איך האב קודם אזוי געקלערט, אבער אין אזא פאל וואלט עס לכאורה גלייכער געברויכט זיין פאר נשים, נישט אזוי?
זונטאג אקטאבער 01, 2017 9:09 am#385862
דער וועקער איז שוין דא צו באקומען ביי דעם מאביל גאז סטאנציע אין קרית יואל.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 10:15 am#385867
וואס טוט זיך מיט וויליאמסבורג? ירושלים ד'אמעריקע איז לאזט מען אויף הפקר?
זונטאג אקטאבער 01, 2017 10:23 am#385870
דער ניוזסטענד וואס פלעגט פארקויפן דעם וועקער אין וויליאמסבורג ווערט באצאלט $500 א חודש דורך "עסקנים" אז ער זאל עס מער נישט פארקויפן.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 10:59 am#385876
ראובן האט געשריבן:דער ניוזסטענד וואס פלעגט פארקויפן דעם וועקער אין וויליאמסבורג ווערט באצאלט $500 א חודש דורך "עסקנים" אז ער זאל עס מער נישט פארקויפן.

דארף א אייגענע אשכול
זונטאג אקטאבער 01, 2017 11:02 am#385877
פ"וו נעמסטו נישט זייער $500