לעיקוואד האט געשריבן:יאיר,
מברויך זיכען אויב לוטר ודומיו האבען טאקע זיך אלעמאל גענומען ערנסט עד הסוף.
דער נקודה ביסטו לכאורה גערעכט, אז ביי סאטמער איז דא א געוויסע נקודה אז ערגעצווי נעמט ער נישט די אייגענע גאנצע שיטה זיינע אזוי ערנסט. איך מיין אז דאס איז עפעס וואס איז אריינגעבויט אין יידושקייט לעומת אנדערע רעליגיעס, עס געהערט אלץ ביי יודען (רובם עכ"פ, ואכמ"ל למי זה חסר) אזא הבנה אז אמת העולם הזה איז גארנישט און שטותים.. דאך לוינט זיך צו זעהן מזאל האבען עפעס דערפון אויך.. עס איז דא עפעס אזא מין ציניזם און נישט נעמן אלץ וואס מזאגט ביי שלשידעס ערנסט אלעמאל... וכמסופר על הזידיטשובער שאמר יעצט איז נישט שלשידעס.. וכאן צריך באמת לעיין באיזה מדה היה זה אצל בעל ויוא"מ ובמה זה התבטא. וזהו חומר לאיזה דוקטור שיכתוב פעם את "סודו של הויואל משה" ויבנה לנו בנין שלם שבעצם הוא היה ציוני או מי יודע מה אלא שאחז שבשביל המון הפתאים המאמינים צריך לספר סיפורים כאלה..
אויב מיר וואלט געהאט אזעלכע דאקטארס פאר אונזערע פריערדיגע רבי'ס וואלט אונזער אידישקייט געווען פיל גרינגער...
אין אונגארן איז טאקע געווען אביסל אזא מהלך, למשל דער מונקאטשער רב פלעגט צוזאמשעלטן קללות נמרצות אויפ'ן גערער רבי צוזאמען מיט אגודיסטן מזרחיסטן ציוניסטן. האב איך געהערט פון א מקור נאמן אז ער פלעגט זאגן שטילערהייט פארדעם, גערער רבי זאל זיין געזונט און שטארק, דערנאך האט ער זיך גענומען שעלטן... סאטמארער רב האט געהאט מער שכל ווי מונקאטשער רב, אבער קען זיין אז ער האט אנגענומען אן ענליכע מהלך.
וועגן מארטין לוטער איז אבער גאנץ אן אנדער געשיכטע, ער איז דאך געווען א קריסט, וואס א טאג אריבער איז ער געווארן אלס מער פאנאטיש און צודרייט, פון דארט איז געקומען זיין בלינדע
אנטיסעמיטיזם מיט אזעלכע סטעיטמענטס וואס וואלטן פארשעמט די קקק היינט צוטאגס, ווייל ער האט זיך איינגערעדט אז אלע אידן וועלן קומען צולויפן צו אים אננעמען די "אמת'ע" קריסטנטום און ער איז געווארן ביטער אנטוישט האט ער אויסגעגאסן זיין כעס אויף זיי.