פארומס › קאווע שטיבל • חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
קאווע שטיבל • חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
142 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1632
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 3:46 am#420214
בנוגע דעם קאצקער. פראפעסאר העשל לייקנט די גאנצע מעשה מיט די לייכטער, ער טענה'ט אז אפילו ווען דער קאצקער זאל ווען טאקע ווערן א כופר הכל, וואלט ער נאך געמעגט האבן אזויפיל שכל. ער טענה'ט אז די סגירה איז פשוט געקומען פון ייאוש, ער האט כמה פעמים געלאזט פאלן אזעלכע ווערטער. אין די תקופה פאר'ן סגירה האט ער זיך אמאל אויסגעדרוקט בערך אזוי, כ'האב געמיינט אז איך וועל קענען מאכן פון ענק לייט, למעשה זעה איך אז ענק האלטן נישט ביי גארנישט. אין אנפאנג פון די ימי הסגירה, ווען ס'נאך געווען מיט וועמען צו רעדן, האט מען איהם אמאל געבעטן ארויסצוקומען פראווען דעם סדר. ווען ס'געקומען צום מרור, און דער עולם האט זיך געשטופט כאפן שיריים, האט ער זיך צובייזערט און אויסגעשריגן "מרור פרעסערס", און דער עולם איז זיך צולאפן. נאך ברענגט ער, אז ווען דער קאצקער איז צום ערשטן מאל געקומען צום רבין פון לובלין, האט איהם די רבי געזאגט אז זיין דרך פירט צו מרה שחורה... איך מיין אז די בילד קומט ארויס גאנץ קלאר.
בנוגע רביה"ק זי"ע, מיין איך אז לעיקוואוד איז גערעכט מיט דעם אז ער איז געווען א שטיקל לץ. לויט די מעשיות וואס איך האב געהערט, קומט ארויס א בילד פון א כיטרע יונג, וואס שטעלט אן א פנים פון א תם, ווייל קיינער פארשטייט איהם סייווי נישט. אנשטאט קומען זאגן זאכן וואס מ'וועט איהם פארשרייען אלץ אפיקורוס, איז איהם געווען אסאך גרינגער צו מטהר זיין את השרץ בק"ן טעמים, און נאך ארויסקומען אלץ פרומער אויך. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אויב איך וועל הערן אז בסתר האט ער געליינט ספרים חיצוניים. ס'נאך דא אסאך צו רעדן איבער דעם מענטש וואס איז באמת געווען א חידוש בעולם הרבנים, ואולי דברתי יותר מדי, וה' הטוב יכפר.
בנוגע דעם ליעווער. קען זיין אז היינט איז אביסל אנדערש ווייל ס'מער אן אפענע וועלט, אבער ביי די רוז'ינע חברה איז ער אלץ געווען פארהייליגט. דער ריבניצער איז אמאל געווען ביי א ברית, און איינער דארט האט גערעדט מיט א זלזול אויפן ליעווער. האט זיך דער ריבניצער אנגערופן בתוך דבריו, "ביי אונז איז ער נאך אזוי גרויס ווי ביי ענק שיניעווע רב".

דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 1:49 pm#420248
ריבה"ק זי"ע: איך וועל נישט קאמענטירן אויף דיין גאנצע תגובה. אבער איין זאך קען איך דיר גאראנטירן אז דער סאטמאר'ע רבי זי"ע דער עכטער. האט נישט געליינט קיין ספרים חיצונים. אפילו נישט קיין צייטונגען. אויסער דעם המודיע. אפילו נישט אין בית הכסא. וואו ער איז אפגעזיצן שעות ארוכות משום גוף נקי. הכנה לתפילה...!
און דאס וואס דער ריבניצער רבי האט נישט געוואלט הערן א נעגאטיווע מיינונג איבער דעם ליעווער. ווייל ער איז געווען א נאנטער חבר אדער תלמיד פון דעם שטעפאנעשטער. און ער איז געווען פון די רוזשינער גזע...!
און דאס וואס דער ריבניצער רבי האט נישט געוואלט הערן א נעגאטיווע מיינונג איבער דעם ליעווער. ווייל ער איז געווען א נאנטער חבר אדער תלמיד פון דעם שטעפאנעשטער. און ער איז געווען פון די רוזשינער גזע...!
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 7:07 am#420321
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בנוגע רביה"ק זי"ע, מיין איך אז לעיקוואוד איז גערעכט מיט דעם אז ער איז געווען א שטיקל לץ. לויט די מעשיות וואס איך האב געהערט, קומט ארויס א בילד פון א כיטרע יונג, וואס שטעלט אן א פנים פון א תם, ווייל קיינער פארשטייט איהם סייווי נישט. אנשטאט קומען זאגן זאכן וואס מ'וועט איהם פארשרייען אלץ אפיקורוס, איז איהם געווען אסאך גרינגער צו מטהר זיין את השרץ בק"ן טעמים, און נאך ארויסקומען אלץ פרומער אויך. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אויב איך וועל הערן אז בסתר האט ער געליינט ספרים חיצוניים. ס'נאך דא אסאך צו רעדן איבער דעם מענטש וואס איז באמת געווען א חידוש בעולם הרבנים, ואולי דברתי יותר מדי, וה' הטוב יכפר.
כאב מורא דו האסט צופיל אויטאנאמיע געוואטשט.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 7:28 pm#445007
יידל האט געשריבן:כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...
ס'איז אינטערעסאנט צוצושטעלן די שיטה פונעם ספר חזון עזרא איבער די ספרים החיצוניים, וז"ל: "ויכתבו בארבעים היום ספרים תשעים וארבעה. ויהי ככלות ארבעים היום וידבר אלי עליון לאמר את ארבעה ועשרים הספרים אשר כתבת בראשונה תגלה וקראו בהם כטובים כאשר לא טובים. ושבעים האחרונים שמורים יהיו אתך למסור אותם לחכמי עמך. כי בהם מקור הבינה ומעין החכמה ונהר הדעת ואעש כן." און ווי אברהם כהנא שרייבט אין די הערות: "מגיד בשבחם של הספרים החיצונים, כי לחכמים יש בהם מקור הבינה ומעין החכמה יותר מספרי התנ"ך...
פרייטאג אפריל 03, 2020 1:45 am#445070
לפי די טיטעל פון דעם אשכול איז אינטערסאנט אפשר מוסיף צו זיין די גרויסער מלבי"ם וועלכע האט אין זיינע יונגע יארן מקבל געווען פון הרה''ק ר' הערש מזידוטשוב זי''ע אבער איז נישט באקאנט געווען שפעטער אלץ איינער וואס האט שייכות מיטן דרך החסידות.
און וואס איז טאקע פשט, מגייט צו א חסידישן רבי לערנען קבלה און סבלייבט ביי דעם , אנדעם וואס מזאל אויך איינזאפן חסידות?! אביסעל שווער צו פארשטיין.
איך רעד נאר אויבן אויף.
און וואס איז טאקע פשט, מגייט צו א חסידישן רבי לערנען קבלה און סבלייבט ביי דעם , אנדעם וואס מזאל אויך איינזאפן חסידות?! אביסעל שווער צו פארשטיין.
איך רעד נאר אויבן אויף.
פרייטאג אפריל 03, 2020 4:04 pm#445152
בנוגע די שנים סגורות פונעם קאצקער:
אינעם לבלר אויסגאבע איז געווען אמאל א שמועס מיט הרב אברהם פרישמאן, דער מחבר פונעם ספר ממעונות האריות, וואו ער באציט זיך שטארק איבער דער גאנצער טעמע פון די אזוי באקאנטע צוואנציג איינגעשפארטע יארן פונעם קאצקער.
ער ברענגט דארט פון א גוי'אישן פארשער אין צייטן פונעם קאצקער וועלכער האט באשריבן דאס אידישן לעבן אין קאצק, און הרב פרישמאן שרייבט אז דער פארשער האט געהאט פארשידענע דאקומענטן, און אז פון די דאקומענטן זעט מען אז די לעגענדע אויף הרה"ק מקאצק אז ער איז געווען פארשפארט אין זיין צימער די לעצטע צוואנציג יאר פון זיין לעבן, איז נישט ריכטיג, ווייל מען זעט פון די דאקומענטן אז ער איז געווען אקטיוו ביז זיין לעצטן טאג. "די דאקומענטן העלפן אסאך צו מבטל זיין אגענדעס וואס די משכילים האבן פאבריצירט אויף די צדיקים", שרייבט ער.
און הרב פרישמאן, וואס אגב איתמחי גברא וקמיעא אלס קראנטער שרייבער, שרייבט דארט, אז ווען מען קוקט נישט אין די פארשידענע מעשה ביכלעך, זעט מען נישט קיין שום רמז אז דער קאצקער איז געווען פארשפארט אין זיינע לעצטע יארן. אין ספרי חסידות וואס זענען נתחבר געווארן דורך זיינע תלמידים, און אזוי אויך אין די כתבי החסידים וואס ברענגען דברי תורה וואס זיי האבן געהערט מפ"ק, זעט מען אז ער האט געפירט זיין הייליג הויף ווי אלעמאל ביז צו זיין הסתלקות ממש.
און ער ענדיגט צו ווי אזוי ער פארשטייט דעם אנגענומענעם לעגענדע, אז עס זענען געווען טויזנטער חסידים וועלכע פלעגן קומען איינקויפן תורה און עבודת ה' ביים קאצקער, און די ווערטער און הנהגה פונעם קאצקער האט אריינגעדרינגען אין אידישע הערצער. אבער עס זענען געווען אזעלכע וואס זענען געקומען צוליב דעם "מצב", און הרה"ק מקאצק, וואס איז געשטאנען מיילן ווייט פון חיצוניות און געציטערט דערפון, האט געהייסן זיינע משמשים אז מען זאל זיי נישט אריינלאזן ביז זיי וועלן צואווארטן א לענגערע תקופה כדי אויפצואווייזן אז זיי האלטן טאקע ביים קונה זיין תורה באמת מרצונם. ממילא, פאר די יעניגע מענטשן איז ער באמת געווען פארשפארט.
דערנאך פירט ער אויס אז עס איז מסתבר אז ווער זענען געווען די וואס האבן געשריבן די סיפורי מעשיות, די וואס עס האט פון זיי געפעלט יעצט א רבי. און ווען זיי האבן געשריבן לויט זייער בליק, פאר זיי איז באמת די טיר געווען פארשלאסן...
עד כאן תוכן דבריו און איך נעם נישט קיין אחריות.

מוצ"ש אוגוסט 12, 2023 9:00 pm#533355
שרייבערתלוי אין מחלוקת חסידים און זיין זוהן און מ"מ רבי צבי הירשער האט נישט אפגעלאזט, ער האט געוואוינט אין פראנקפורט האט ער נישט געקענט פירן ברבים
מוצ"ש אוגוסט 12, 2023 9:05 pm#533356
יידלהאבעך געהערט א הוספה, מ'האט געמאכט א חרם פאר דו שוטים זאלן נישט אריינקוקן און פאר דו קלוגע זאלן טאקע מכח דו חרם יא אריינקוקןאויס מענטשכדברי וועלכע נ"ל?גיי ארויף אויף איינע פון דוד אסף'ס בלאגס וועסטו זעהן ווי מען פרעגט אים שטארק אפ זיינע פאקטן און מען ווייזט אים אויף כדברי הנ"ל
און ער דרייט דארט מיט די צונג
איך האב אדורך געטון די פר' פון בערניו פון אלטע בוכער און צייטונגען
נאך פאר איינער האט בכלל געשריבן דערפון
און איך זעה ווי ער האט גענומען א ליניע פון אנפאנג אן, צו מאכן דערפון א געבראטנס און ער פארהוילט זיך פון אסאך פאקטן
אדרבא! גיב אונז לינקס, זאג אונז וואס דו האסט געפונען פאלש און זיינע ביכער! טאקע ווייל ער איז נוטה לצד אחד דארף מען אים ליינען קריטיקעלי. אבער אים סתם אזוי אוועקמאכן בלויז ווייל ער זאגט נישט וואס מיר ווילן הערן? אגב, דער מהר"ם מ'רוטנבורג האט אויך געהאט א זון שנחמץ און אזוי אויך דער מאור ושמש. איך זע נישט עס זאל זיי האבן געשאדט.
אויס מענטשטאקע א געפערליכע חוצפה. אבער ווי אויבנדערמאנט, אמת מעסט זיך נישט אין דעם שפראך אין וואס זי ווערט געזאגט.בנוגע זיין בוך בעצם איז א שוידער וואס ער שרייבט דארט, זיינע השגות אויף די פריערדיגע גדולי תלמידי הבעשה"ט איז אזוי ווי ער רעדט פון די היינטיגע כל העולם כולו ניקעס
שמעקעדיגאודאי אזוי. כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...יידל, נישט יעדער איז אין די מדריגה פון "תוכו אכל וקליפתו זרק", ליבערשט זאל מען נישט לייענען און נישט וויסן.
וואס טראכסטו? ס'איז א נקודה?
מוצ"ש אוגוסט 12, 2023 9:18 pm#533357
דולה ומשקהח' שלמה מימון שריבט אז ער איז געווען א חסיד אויב איר ווילט גלייבן זיינע שקרים וה"ה יוסף פערלא. משה דער זוהן פון דער בעל התניא האט זיך גע'שמד'ט לנוצרות רח"ל, טייל זאגען סוף ימיו איז ער געווארען א בעל תשובה גמור א גאנצע ביכל שוין ארויסגעקומען אויף דו פרשה דורך חב"ד אויך דאכצעך א הערליך ניגון ע"י eughth day
ב. בער'ניו זוהן פון דער רוזינ'ער וואס האט אויך חתונה געהאט מיט שיינדל די טאכטער פון רבי מרדכי מטשערנאביל, דאס איז א פרשה בפני עצמה. וחזר בתשובה
ג. קלונימוס קלמן א זוהן פון דער 'באר מים חיים' וואס האט חתונה געהאט מיט יוכבד דער טאכטער פון דער אוהב ישראל מאפטא איז געווארען א אפיקורס גמור, צוליב דעם האט ער זיך שפעטער גע'גט פון איהר.
ד. יחזקאל א זוהן פון רבי אריה לייב מקוזמיר, און א תלמיד פון דער חוזה מלובלין, ער האט זיך געטויפט די גלויבן רח"ל, און אין סנאניסלאוו געוועהן באקאנט אלס איינער פון די גרעסטע משומדים.
ה. יעקב יוקל הורוויץ א זוהן פון רבי מענדל לינסקער, א ברידער פון רבי נפתלי מראפשיץ - ווען ער איז געוועהן אין בארדיטשוב איז ער געווארען צוגעצויגען צו די 'חברת בערלין', פון די נאכשלעפער פון משה דעסויער, זיין פאטער ר' מענדל לינסקער האט זיך זייער מצער געוועהן איבער דעם זוהן (אהל נפתלי סימן רכז). מאיר וונדר (מאורי גאליציה ח"ב עמוד 235) שרייבט אז ער איז געוועהן א רב אין בוליחוב, אבער שפעטער האט ער זיך גע'גט..., עכ"פ ימיו (דהיינו לא בחיי אביו) איז ער געווארען א בעל תשובה. אונטערעבאנט אז זיין זוהן ר' מענדל איז א זיידע פאר פילע רעבישע משפחות זאל נישט אויס גערעדט זיין
ו. נחום מרדכי טווערסקי (שפיקוב, ראוע-רוסקא) איידעם פון רבי יששכר דוב רוקח רב מעיר בעלזא, איז שוין באקאנט געווארען זיין לאנגע תוכן'פולע בריוו ואס ער האט געשריבן צו א צייטונג שרייבער, וואס דארט שרייבט ער זיין שנאה צו חסידות. יצחק מרדכי, אונטערעסאנט צי זעהן ווי דו בעלזע מאכן זיך נישט ציטוהן פין דו גאנצע פרשה
ז. זוהן פון רבי אייזיקל קאלוב'ער, מ'זאגט אז ער האט תשובה געטוהן סוף ימיו, אפשר פריער אויך, ווענדט זיך וועלכע גירסא איהר ליינט.
מאנטאג אוגוסט 14, 2023 3:45 pm#533486
ישבב הסופרראה המאסר הראשון on this subjectכידוע כל זה רק מדברי חסידי חב"ד, שבסוף ימיו נעשה שיכור וכו'. בכתבי שאר החסידים אין זכר לפרט זה, רק שחלק על חבריו תלמידי המגיד והר"א הגדול מקרלין, ובית מדרשו היה בעיר קארלין.
בכתבה של ר' אביש שור, אנו מוצאים העתק דברי חתנו שמרבה לשבח את חותנו שהיה גאון עצום ומקובל גדול. לכן מסתבר להסיק שהרבה מהדברים שנאמרו נגדו, נמסרו לנו מאלו שהתנגדו לו, ובהחלט מסתבר שהיה פן אחר להר"ח מוואלפא ולכל הסיפור, ולא הגיע אלינו אלא הסיפור ממבט הצד שכנגדו. ואולם אגדת חסידי חב"ד אודותו אין לה סימוכין משום מקום אחר, וגם אינו מסתבר שחתנו יתהלל בחותנו שבסוף ימיו נעשה שיכור ידוע...
ראה כאן
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=30931&st=%u05d7%u05d9%u05d9%u05dd+%u05d5%u05d5%u05d0%u05dc%u05e4%u05e2%u05e8&pgnum=70
גם כאן הוא מוזכר בדרך כבוד ובהערצה - אע"פ שזה היה כבר מאוחר יותר
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=7656&st=%D7%95%D7%95%D7%90%D7%9C%D7%A4&pgnum=2
ר' דוד קמנצקי כתב עליו מאמר בקובץ ישורון, במאמרו "רבנים שנקרא שמם 'חיים' ". בו הוא דן על זהותו ונלחם על כבודו. [התגלע ריב בין רד"ק ובין רא"א שור, שלדברי רא"א שור, גנב רד"ק ממנו את התגלית של שמו של הוואלפער, רבי חיים, שלא נודע עד הנה. ורד"ק טוען היפוך הדברים.]
מאנטאג אוגוסט 14, 2023 5:45 pm#533496
רביה''ק זי''עקום אריין קלארערר' מאטעלע טשערנאבלער.
מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:34 pm#533512
קאצקעראפשר מישט מען אויס מיט ר' יעקב יוקל הורוויץ בוליחובער רב דער פאטער פון ר' איציקל האמבורגער דער זיידע פון ר"נ מראפשיץ?דולה ומשקה
ה. יעקב יוקל הורוויץ א זוהן פון רבי מענדל לינסקער, א ברידער פון רבי נפתלי מראפשיץ - ווען ער איז געוועהן אין בארדיטשוב איז ער געווארען צוגעצויגען צו די 'חברת בערלין', פון די נאכשלעפער פון משה דעסויער, זיין פאטער ר' מענדל לינסקער האט זיך זייער מצער געוועהן איבער דעם זוהן (אהל נפתלי סימן רכז). מאיר וונדר (מאורי גאליציה ח"ב עמוד 235) שרייבט אז ער איז געוועהן א רב אין בוליחוב, אבער שפעטער האט ער זיך גע'גט..., עכ"פ ימיו (דהיינו לא בחיי אביו) איז ער געווארען א בעל תשובה. אונטערעבאנט אז זיין זוהן ר' מענדל איז א זיידע פאר פילע רעבישע משפחות זאל נישט אויס גערעדט זיין
מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:56 pm#533516
יענער איז געווען רב אין גוליגא
מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:00 pm#533517
חוץ מזה איז זיין איידים געווען ר' שמואל גורליצער ברידער פונעם ייט"ל מילא שטימען נישט די יארן
דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:21 am#534737
דולה ומשקהאיינער האט מער פרטים איבער דעם איד? און איבער זיין השכלה?ה. יעקב יוקל הורוויץ א זוהן פון רבי מענדל לינסקער, א ברידער פון רבי נפתלי מראפשיץ - ווען ער איז געוועהן אין בארדיטשוב איז ער געווארען צוגעצויגען צו די 'חברת בערלין', פון די נאכשלעפער פון משה דעסויער, זיין פאטער ר' מענדל לינסקער האט זיך זייער מצער געוועהן איבער דעם זוהן (אהל נפתלי סימן רכז). מאיר וונדר (מאורי גאליציה ח"ב עמוד 235) שרייבט אז ער איז געוועהן א רב אין בוליחוב, אבער שפעטער האט ער זיך גע'גט..., עכ"פ ימיו (דהיינו לא בחיי אביו) איז ער געווארען א בעל תשובה.
ווי מען קען ליינען פון דעם?
דינסטאג אוגוסט 29, 2023 10:00 am#534743
לעיקוואדווען כ'האב איבערגעזאגט די ווארט פאר א סאטמארער חסיד האט ער מיך אויסגעלאכט אז סאטמאר רב האט עס קיינמאל געזאגט, נאך א מזל @לעיקוואד און @יאיר האבן צוגעצייכנט די מראה מקום... אין דף שמזיידלדער ווארט שטייט געדרוקט אין זיין ספר דברי יואל על המועדים לסוכות בדרושים על קהלת עיי"ש.אודאי אזוי. כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...
(בעוונות בעל הזכויות לספר, איז דער ספר נישטא אין אוצר החכמה, און בעוונתי האב איך נישט דער ספר אין שטוב, קען איך נישט צוצייכענען קיין פונקטליכע מראה מקום, עכ"פ עס איז דארט, סנישט אזוי לאנג מקען עס גרינג טרעפן)
📎 02.JPG 📎 01.JPG
דינסטאג אוגוסט 29, 2023 11:02 am#534747
כספיהאט דער סטמארער רב געלערנט מו"נ? דער צאנזער רב האט יא, זיין ספר דברי חיים על התורה איז פול מיט מו"נ, איך וויל וויסן צו דער סאטמאר רב האט אויך?לעיקוואדווען כ'האב איבערגעזאגט די ווארט פאר א סאטמארער חסיד האט ער מיך אויסגעלאכט אז סאטמאר רב האט עס קיינמאל געזאגט, נאך א מזל @לעיקוואד און @יאיר האבן צוגעצייכנט די מראה מקום... אין דף שמזיידלדער ווארט שטייט געדרוקט אין זיין ספר דברי יואל על המועדים לסוכות בדרושים על קהלת עיי"ש.אודאי אזוי. כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...
(בעוונות בעל הזכויות לספר, איז דער ספר נישטא אין אוצר החכמה, און בעוונתי האב איך נישט דער ספר אין שטוב, קען איך נישט צוצייכענען קיין פונקטליכע מראה מקום, עכ"פ עס איז דארט, סנישט אזוי לאנג מקען עס גרינג טרעפן)
דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:01 pm#534769
רביה''ק זי''עהאסט געשאסן א באמבע אבער דו קומסט נישט מיט דעטאלן. זיי מסבירר' מאטעלע טשערנאבלער.
דינסטאג אוגוסט 29, 2023 4:50 pm#534777
יום טוב ליפמאן צונזכנראה האט ער געמיינט ליצנות מאכן פון א תגובה בעפאררביה''ק זי''עהאסט געשאסן א באמבע אבער דו קומסט נישט מיט דעטאלן. זיי מסבירר' מאטעלע טשערנאבלער.
דינסטאג אוגוסט 29, 2023 4:55 pm#534780
סוף טוב הכל טובמסתמא יא: וואס ער האט געלערנט אדער נישט פון דעם האט ער קיינמאל .כספיהאט דער סטמארער רב געלערנט מו"נ? דער צאנזער רב האט יא, זיין ספר דברי חיים על התורה איז פול מיט מו"נ, איך וויל וויסן צו דער סאטמאר רב האט אויך?לעיקוואדווען כ'האב איבערגעזאגט די ווארט פאר א סאטמארער חסיד האט ער מיך אויסגעלאכט אז סאטמאר רב האט עס קיינמאל געזאגט, נאך א מזל @לעיקוואד און @יאיר האבן צוגעצייכנט די מראה מקום... אין דף שמזיידלדער ווארט שטייט געדרוקט אין זיין ספר דברי יואל על המועדים לסוכות בדרושים על קהלת עיי"ש.אודאי אזוי. כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...
(בעוונות בעל הזכויות לספר, איז דער ספר נישטא אין אוצר החכמה, און בעוונתי האב איך נישט דער ספר אין שטוב, קען איך נישט צוצייכענען קיין פונקטליכע מראה מקום, עכ"פ עס איז דארט, סנישט אזוי לאנג מקען עס גרינג טרעפן)
.נישט גערעדט
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 2:57 pm#535018
Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
איז דא אן אוידיא עפּפּ ווי מ׳קען אויסשמועסן דעי נושא? (אפשר דיסקאָרד?) איך האב אסך סודות פון חדר וועגן דעם, אבער ס׳איז אסך געשמאקער אויסצושמועסן אנשטאט די קאפווייטאג פון אלעס אויפטייפּן.דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:13 pm#535023
דורש אמתקענסט דא אטעטשן א audio fileאיז דא אן אוידיא עפּפּ ווי מ׳קען אויסשמועסן דעי נושא? (אפשר דיסקאָרד?) איך האב אסך סודות פון חדר וועגן דעם, אבער ס׳איז אסך געשמאקער אויסצושמועסן אנשטאט די קאפווייטאג פון אלעס אויפטייפּן.
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 6:40 pm#535046
דורש אמתפאק ארויס וואס דו ווייסט. דער עולם וויל הערןאיז דא אן אוידיא עפּפּ ווי מ׳קען אויסשמועסן דעי נושא? (אפשר דיסקאָרד?) איך האב אסך סודות פון חדר וועגן דעם, אבער ס׳איז אסך געשמאקער אויסצושמועסן אנשטאט די קאפווייטאג פון אלעס אויפטייפּן.
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:01 pm#535061
דורש אמתדורש אמת: שמע לעצתי. לערן דיך אויס טייפן (מיט צען פינגער וואס דער אייבישטער האט דיר געגעבן). 'עסטו זעהן אז ס'איז א סאך גרינגער און מער געשמאק. דו קענסט ארויפברענגען איידיעס אויף פאפיר (אדער אויפ'ן סקרין) אזוי ווי זיי פליסן.איז דא אן אוידיא עפּפּ ווי מ׳קען אויסשמועסן דעי נושא? (אפשר דיסקאָרד?) איך האב אסך סודות פון חדר וועגן דעם, אבער ס׳איז אסך געשמאקער אויסצושמועסן אנשטאט די קאפווייטאג פון אלעס אויפטייפּן.
אמת. אין אנהייב גייט עס זיין א ביסל שווער (און שטאאט). אבער, כ'בין זיכער אז ביז א קורצע צייט וועסטו (בעז"ה) קענען טייפן גרינג און שנעל.
וויאזוי מיינסטו איך בין אנגעקומען (ב"ה) צו דעם מספר פון תגובות. שוין אריינגערעכנט די (צענדליגער ) תגובות וואס דער חשוב'ער מנהל האט געמעקט.
ווען איך בין געווארן בר מצוה האביך געבעטן פון מיין טאטן אז ער זאלל מיר קויפן א אידישע שרייב מאשין. (איך האב עס גערופן "דרוק מאשין"). פון קיין קאמפיוטערס און סקרינס און קי באורדס האט מען נאך דאן נישט געחלומ'ט.
דינסטאג יאנואר 9, 2024 9:48 pm#544261
Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
איך ברויך דעם ספר נאחז בסבך פון פרופ' אסף, איז דא איינער וואס קען עס פארקויפן פאר מיר?📎 DF51-T179-OriginalImage-asaf150.jpg
דינסטאג יאנואר 9, 2024 9:58 pm#544264
Re:
סוף טוב הכל טוב #אין סאטמאר ווייסט מען אז דער סאטמאר רב האט געבעטן ר' נתן יוסף מייזלס זאל לערנען מורה נבוכים ווייל ער האט געוואלט האבן א איד צו רעדן אין די עניניםכספיהאט דער סטמארער רב געלערנט מו"נ? דער צאנזער רב האט יא, זיין ספר דברי חיים על התורה איז פול מיט מו"נ, איך וויל וויסן צו דער סאטמאר רב האט אויך?לעיקוואדווען כ'האב איבערגעזאגט די ווארט פאר א סאטמארער חסיד האט ער מיך אויסגעלאכט אז סאטמאר רב האט עס קיינמאל געזאגט, נאך א מזל @לעיקוואד און @יאיר האבן צוגעצייכנט די מראה מקום... אין דף שמזיידלדער ווארט שטייט געדרוקט אין זיין ספר דברי יואל על המועדים לסוכות בדרושים על קהלת עיי"ש.אודאי אזוי. כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...
(בעוונות בעל הזכויות לספר, איז דער ספר נישטא אין אוצר החכמה, און בעוונתי האב איך נישט דער ספר אין שטוב, קען איך נישט צוצייכענען קיין פונקטליכע מראה מקום, עכ"פ עס איז דארט, סנישט אזוי לאנג מקען עס גרינג טרעפן)
מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:37 am#544315
Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
גוטער #איך האב מיך שוין געוואלט עסן, פארוואס איך האב נישט אייער נעכטן געפרעגט, נאכדעם זעה איך אז דו ביסט אפילו נאכנישט געוועהן איינגעשריבן...לאל.פאסטעך #א שאד, איך האב עס אייער נעכטן ארויסגעווארפן פון שטוב. טוביאס אין מאנסי האט עס.איך ברויך דעם ספר נאחז בסבך פון פרופ' אסף, איז דא אייער וואס קען עס פארקויפן פאר מיר?
DF51-T179-OriginalImage-asaf150.jpg
איך האב גערעדט צו טוביה'ס פאריגע וואך, און ער זאגט אז נישט, דו האסט עס לעצטנס געזעהן?
מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:58 am#544323
Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
פאסטעך #ניין, איך האב געקויפט ארום א האלב יאר צוריק, אזויווי איך האב לעטצענס געמופט, האב אלעס אדורכגעקוקט און ארויסגעווארפן, אריינגערעכנט דאס, מכח כמה טעמים.גוטער #איך האב מיך שוין געוואלט עסן, פארוואס איך האב נישט אייער נעכטן געפרעגט, נאכדעם זעה איך אז דו ביסט אפילו נאכנישט געוועהן איינגעשריבן...לאל.פאסטעך #א שאד, איך האב עס אייער נעכטן ארויסגעווארפן פון שטוב. טוביאס אין מאנסי האט עס.איך ברויך דעם ספר נאחז בסבך פון פרופ' אסף, איז דא אייער וואס קען עס פארקויפן פאר מיר?
DF51-T179-OriginalImage-asaf150.jpg
איך האב גערעדט צו טוביה'ס פאריגע וואך, און ער זאגט אז נישט, דו האסט עס לעצטנס געזעהן?
דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 7:50 am#549753
Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=51&t=63740&sid=fc1569d7aa744c1bec52a6b84dadf242&start=40https://www.kore.co.il/viewArticle/152094
וויסט איינער אפשר עפעס מער דערוועגן?
מאנטאג אפריל 1, 2024 3:47 pm#557130
Re:
כספי #פון ספר אהל נפתלי, קרעדיט אייוועלטדולה ומשקהאיינער האט מער פרטים איבער דעם איד? און איבער זיין השכלה?ה. יעקב יוקל הורוויץ א זוהן פון רבי מענדל לינסקער, א ברידער פון רבי נפתלי מראפשיץ - ווען ער איז געוועהן אין בארדיטשוב איז ער געווארען צוגעצויגען צו די 'חברת בערלין', פון די נאכשלעפער פון משה דעסויער, זיין פאטער ר' מענדל לינסקער האט זיך זייער מצער געוועהן איבער דעם זוהן (אהל נפתלי סימן רכז). מאיר וונדר (מאורי גאליציה ח"ב עמוד 235) שרייבט אז ער איז געוועהן א רב אין בוליחוב, אבער שפעטער האט ער זיך גע'גט..., עכ"פ ימיו (דהיינו לא בחיי אביו) איז ער געווארען א בעל תשובה.
ווי מען קען ליינען פון דעם?
📎 אהל נפתלי.PNG
מיטוואך אפריל 3, 2024 12:47 am#557394
Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
אינטערסאנטמיטוואך אפריל 3, 2024 2:04 am#557401
Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
רבי ברוכל מונקאטשער.מיטוואך אפריל 3, 2024 12:59 pm#557430
Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
[ציטאט אראפגענומען]
מונקאטשער קנאותמיטוואך אפריל 3, 2024 1:26 pm#557434
Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
[ציטאט אראפגענומען]
מיין כוונה איז געווען אז ער האט אפגעלאזט (אדער אפשר קיינמאל נישט מקבל געווען) די חלק הקנאות וואס דאס האט מיט "חסידות" נישט קיין שייכות.מיטוואך אפריל 3, 2024 10:02 pm#557561
Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
היימלינד #דער בני יששכר איז געווען א תלמיד פונעם חוזה און איז געווען א גרויסע קנאי. געשריבן שארפע ספרים קעגן די משכילים. ר' ברוכ'ל איז אויך בעצם געווען א דינובער אייניקל פונעם שם שלמה, נאר איז לכתחילה אויפגעוואקסן אויף אן אנדערע שניט.[ציטאט אראפגענומען]מיין כוונה איז געווען אז ער האט אפגעלאזט (אדער אפשר קיינמאל נישט מקבל געווען) די חלק הקנאות וואס דאס האט מיט "חסידות" נישט קיין שייכות.
דאנערשטאג אפריל 4, 2024 10:48 am#557650
Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
אינטערסאנטער #1. איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען מיט די בני יששכר, ס'איז נישט דווקא קיין סתירה די חסידות מיט די קנאות, איך האב געשריבען אז רבי ברוך'ל האט נישט אפגעלאזט חסידות, דעטס איטהיימלינד #דער בני יששכר איז געווען א תלמיד פונעם חוזה און איז געווען א גרויסע קנאי. געשריבן שארפע ספרים קעגן די משכילים. ר' ברוכ'ל איז אויך בעצם געווען א דינובער אייניקל פונעם שם שלמה, נאר איז לכתחילה אויפגעוואקסן אויף אן אנדערע שניט.[ציטאט אראפגענומען]מיין כוונה איז געווען אז ער האט אפגעלאזט (אדער אפשר קיינמאל נישט מקבל געווען) די חלק הקנאות וואס דאס האט מיט "חסידות" נישט קיין שייכות.
2. נישט קיין גרוחסע חילוק ווער אלע זיינע זיידעס זענען געווען, ער איז געוואקסען אין א פוילישע חסידות וואס האט בכלל נישט פארנומען די אונגארישע קנאות.
דינסטאג אפריל 9, 2024 11:11 pm#558555
Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות
פאסטעך #יעצט איז עס שוין דא, איך האב עס יעצט געקויפט (מיט נאך אסאך בוכער ווי למשל הקנאי וכדו')גוטער #איך האב מיך שוין געוואלט עסן, פארוואס איך האב נישט אייער נעכטן געפרעגט, נאכדעם זעה איך אז דו ביסט אפילו נאכנישט געוועהן איינגעשריבן...לאל.פאסטעך #א שאד, איך האב עס אייער נעכטן ארויסגעווארפן פון שטוב. טוביאס אין מאנסי האט עס.איך ברויך דעם ספר נאחז בסבך פון פרופ' אסף, איז דא אייער וואס קען עס פארקויפן פאר מיר?
DF51-T179-OriginalImage-asaf150.jpg
איך האב גערעדט צו טוביה'ס פאריגע וואך, און ער זאגט אז נישט, דו האסט עס לעצטנס געזעהן?