Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח

והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
130 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 155 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11883
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:36 am#385280
והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
אט איז דער דעקל פונעם וועקער לכבוד סוכות תשע"ח, וואס וועט אי"ה זיין צו באקומען בקרוב.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:40 am#385281
Wow wow איך האב נישט מער וואס צו זאגן, ראביי דזשעיקאבסאן וואס קען זיין בעסער
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:44 am#385282
יעדע וועקער איז א נייע עקספיריענס. מ'האט נאך נישט געהאט אזוינס, און דאס איז נישט די אנדערע. יעדער איז א לעבן פאר זיך.

דאס לייגען ראביי דזשעיקאבסאן איז טאקע פיהל מער ווי מ'האט געהאפט פון דער טיזער וואס ראובן האט געלייגט א פאר וואכן צוריק.

כה לחי!
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:51 am#385283
געוואלדיג האט געשריבן:Wow wow איך האב נישט מער וואס צו זאגן, ראביי דזשעיקאבסאן וואס קען זיין בעסער
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:42 am#385286
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
ראובן שרייבט,

""איז אזוי, ס'קומט א וועקער אזוינס און אזעלעכס. זאל איך נאכאמאל זאגן אז אזוינס איז נאך נישט געווען? כ'גיי עס נישט זאגן, ווייל עטץ גייטס עס אליין זאגן.""

אינז האבן עס נאך ניטאמאל געליינט, און אפילו נישט געהאלטן אין די האנט, און יעדער טאנצט שוין פאר שמחה.

Wow wow wow!!!
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:08 am#385287
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
Wow
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:50 am#385289
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
וואלא אכבאר!
אן אינטערוויו מיט מיין רבי'ן אליין! יעקבסון מיטן וועקער איז דאך א גאר פאסיגע שידוך.
איך קען נישט ווארטן צו האלטן דאס פרישע וועקער אין האנט.

די אנדערע ארטיקלן קוקט אויך אויס ווערד די געלד!

ונזכה ונחיה ונראה.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:09 pm#385292
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
פין א מארקעטינג פראספעקטיו. אפשר איז דאס ווערט צי פארשפרייטעם אומזיסט פאר כל העולם כולו. טאקע יהיב חכמתא לחכימין אין דער חכם ווואלט געצאלט טאפלט. אבער קינדערלאך דארפ'ן א וועקער זיך די אויגען צי עפענען.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 1:15 pm#385297
מ'בעט דעם עולם זיך צו האלטן אין די ראמען און נישט מאכן קיין נויז פון התפעלות איבער דעם מעגא אישו וואס ראובן האט דעליווערט למעלה מדרך הטבע, און אויסווארטן ביז קורקלאנד נעמט זיך צוזאם די מחשבות און קומט אפיר מיט זיינע אריגינעלע אבזערוואציעס און אינספירירנדע מחשבות וואס איז יא אדער נישט גוט מיט'ן וועקער וואס וועט זיכער אלעמען שטארק באגייסטערן.
(העי, פרידאם אוו ספיטש? לאמיך אנדעמפן און באטראלן דא די אטמאספער און לופטערן מיינע אגענדעס (געדענקט וואס א קלוגער אידל האט אמאל געזאגט, די קאווע שטיבל חברה זענען קלוגער ווי מ'מיינט, און מ'קומט זייער שנעל אויף ווער עס ווערט געטריבן איבער וועלכע אגענדע וד"ל) ס'איז דאך דא פרידאם אוו ספיטש פאר גאדס סעיק.)
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 1:56 pm#385303
איך מיין ס'איז דער ערשטער וועקער וואס איך גיי קויפן! משכילישע אויבער-חכמישע פערזענליכקייטן רעדן נישט צו מיר, ראביי דזשעיקאבסאן רעדט שוין איינמאל צו מיר!

איז דאס געווען אן אפיציעלע אינטערוויו? אדער איז דאס אן אינטערוויו נוסח מאמענט, מ'טרעפט איינעם אין פארקינג לאט און מ'פרעגט אים 2 קושיות און מ'לייגט א ריזיגע בילד אז מ'זאל קענען ציילן וויפיל הארלעך יענעמ'ס בארדע פארמאגט?
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:30 pm#385307
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
יעקב מענטש האט געשריבן:איך מיין ס'איז דער ערשטער וועקער וואס איך גיי קויפן! משכילישע אויבער-חכמישע פערזענליכקייטן רעדן נישט צו מיר, ראביי דזשעיקאבסאן רעדט שוין איינמאל צו מיר!

איז דאס געווען אן אפיציעלע אינטערוויו? אדער איז דאס אן אינטערוויו נוסח מאמענט, מ'טרעפט איינעם אין פארקינג לאט און מ'פרעגט אים 2 קושיות און מ'לייגט א ריזיגע בילד אז מ'זאל קענען ציילן וויפיל הארלעך יענעמ'ס בארדע פארמאגט?

וואס איז זיכער איז זיכער... די האר האב איך שוין פיינעלי אפגעציילט, יעצט ווארט איך נאר צו זעהן וואס די שמועס איז אלל אבאוט.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:52 pm#385308
האט נאך איינער באמערקט אז די בראקל אויפן דעקל אויבן לינקס איז נישט די עכטע נאר ר' משה בראנסדארפער'ס געפעינטע??
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 3:16 pm#385309
WOW!!!!

דבר אין בפי ובלשוני אין מלה!!!

ראות פניו מעל גבי שער הוועקער לא פללתי!!!

ייש"כ, ראובן!
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:11 pm#385311
יעקב מענטש האט געשריבן:איז דאס געווען אן אפיציעלע אינטערוויו? אדער איז דאס אן אינטערוויו נוסח מאמענט, מ'טרעפט איינעם אין פארקינג לאט און מ'פרעגט אים 2 קושיות און מ'לייגט א ריזיגע בילד אז מ'זאל קענען ציילן וויפיל הארלעך יענעמ'ס בארדע פארמאגט?

אויב וואלטסטו געלייענט די פריערדיגע וועקערס וואלטסטו נישט געהאט אזא פראגע :)
(נישט אז כ'בין מסכים מיט דיר אז מאמענט'ס אינטערוויוס זענען אייביג הוילע לופט)

אוודאי א געהעריגער אינטערוויו, בלעטער און בלעטער פון וואס הרב יעקבסאן האט פערזענליך געזאגט פאר'ן וועקער.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:49 pm#385315
איך בין שטארק נתפעל געווארן פונעם דעקל. און איך קען קוים ווארטן עס צו האלטן אין דער האנט.

איך האב נאך גארנישט געליינט בנוגע די בראקל עוף, איך האף אז מיט דעם ארטיקל וועל איך זיך טרעפן אינדערהיים אן קיין שום פריערדיגע וויסנשאפט אין נושא.

ספעציעל האב איך הנאה אז די אינטערוויו מיט הרב יעקבסאן איז געמאכט געווארן פערזענליך דורך ATUB @ראובן ATUB איך גלויב נישט אז ס'דא א שרייבער דא וואס וואלט געקענט טוען בעסער.

א ספעציעלע דאנק פאר ראובן פארן אהערשטעלן אזא שיינע ארבייט. אפי'איך בין נישט איינשטימיג מיט אלעמען נעמט עס נישט אוועק פון די פראפעסיאנאלעטי אין הויכע ניווא פון דער וועקער.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:56 pm#385316
יעקב מענטש האט געשריבן:איך מיין ס'איז דער ערשטער וועקער וואס איך גיי קויפן! משכילישע אויבער-חכמישע פערזענליכקייטן רעדן נישט צו מיר, ראביי דזשעיקאבסאן רעדט שוין איינמאל צו מיר!

אויב איר קויפט נישט די וועקער אויס מורא פאר השכלה דאן איז די נושא פון די מעין ארטיקל נישט קיין ראי' אז די רעשט איז אויך ריין פון השכלה, צו מיר שמעקט די גערופענע חסידות ארטיקל אויפן דעקל ווי א בענעדיקט ארטיקל, העמער זעהן צו האב גוט פארשטאנען.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:08 pm#385317
אגב מוז איך זאגן, אז ס'איז היבש א דרייסטע שריט פון דזשעיקאבסאן צו גיבן אן אינטערוויו פאר אזא קאנטראווערסיאלע אויסגאבע
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:09 pm#385318
יעקב מענטש האט געשריבן:אגב מוז איך זאגן, אז ס'איז היבש א דרייסטע שריט פון דזשעיקאבסאן צו גיבן אן אינטערוויו פאר אזא קאנטראווערסיאלע אויסגאבע

ער איז א היבש קאנטראווערסיאלע פיגור.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:16 pm#385321
יעקב מענטש האט געשריבן:איך מיין ס'איז דער ערשטער וועקער וואס איך גיי קויפן! משכילישע אויבער-חכמישע פערזענליכקייטן רעדן נישט צו מיר, ראביי דזשעיקאבסאן רעדט שוין איינמאל צו מיר!


ר' יענקל, איר זאלט אייך נישט לאזן. דאס איז ממש ווי פרעה, תחלה בפה רך ותוצאותיו מי ישורנה. איר האט אייך ביז יעצט פעסט געהאלטען טראץ די בייזע ווינטען און איר האט אייך נישט געלאזט וועקען חלילה איז זאלט איר נישט ווערן איבערגערעדט פון א שיינע דעקל. כך היא דרכה של יצר היום אומר לו עשה כך ומחר פארשטייט איר שוין אליין. אין עונשין אלא אם כן מזהירין און זאלט איר וויסן אז דער וועקער קען אייך נאך וועקן ר"ל און אויך דעם זענט איר עתיד ליתן את הדין.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:11 pm#385323
יעקב מענטש האט געשריבן:אגב מוז איך זאגן, אז ס'איז היבש א דרייסטע שריט פון דזשעיקאבסאן צו גיבן אן אינטערוויו פאר אזא קאנטראווערסיאלע אויסגאבע


כ'מיז אביסל מחולק זיין. יאקאבזאהן מיז זיין פיפיג פאר דעם שריט. ער זיכט דאך צו דערגרייכן די ערוועקטע מוחות וועלכע ליידן זיך אן פון שלאפלאזיקייט, סאו צו וועם זאל ער זיך מארקעטן צו די פארגלייזטע פארזאמעלטע ביים סקווירא רבי'ס קידוש לבנה, סאטמאר רבי'ס כיסו הדם אדער ספינקא רבי'ס יללות ביים פאטער'ס ציון? זיכער איז מער זיניג צו זיכן אין די שדות וכרמים ווי זיין טארגעט ציבור פאשעט.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:43 pm#385326
קורקלענד האט געשריבן:איך בין שטארק נתפעל געווארן פונעם דעקל. און איך קען קוים ווארטן עס צו האלטן אין דער האנט.

איך האב נאך גארנישט געליינט בנוגע די בראקל עוף, איך האף אז מיט דעם ארטיקל וועל איך זיך טרעפן אינדערהיים אן קיין שום פריערדיגע וויסנשאפט אין נושא.

ספעציעל האב איך הנאה אז די אינטערוויו מיט הרב יעקבסאן איז געמאכט געווארן פערזענליך דורך @ראובןאיך גלויב נישט אז ס'דא א שרייבער דא וואס וואלט געקענט טוען בעסער.

א ספעציעלע דאנק פאר ראובן פארן אהערשטעלן אזא שיינע ארבייט. אפי'איך בין נישט איינשטימיג מיט אלעמען נעמט עס נישט אוועק פון די פראפעסיאנאלעטי אין הויכע ניווא פון דער וועקער.


רבותי, ס'איז א נייע יאר!

תחל שנה וברכותיה indeed ...
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:49 pm#385352
כוכב האט געשריבן:און אויסווארטן ביז קורקלאנד נעמט זיך צוזאם די מחשבות און קומט אפיר מיט זיינע אריגינעלע אבזערוואציעס און אינספירירנדע מחשבות וואס איז יא אדער נישט גוט מיט'ן וועקער וואס וועט זיכער אלעמען שטארק באגייסטערן.


#סטאפ בוליאינג
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:02 am#385361
איך הער נישט אויף באטראכטן דעם וועקער. די אונטערגעציפטע שמייכל פון ראביי דזשעיקאבסאן נעמט מיך איבער... איך קען נישט ווארטן צו ליינען דעם אינטערוויו. איך בין בעצם זייער נתפעל פון דעם מענטש, כ'האב אים שוין אסאך אויסגעהערט, און לדעתי איז ער איינע פון די ריכטיגע מנהיגי הדור...

דער וועקער ווערט בעסער און בעסער. עס איז א נחת צו זעהן! איך קען נישט ווארטן צו האבן דעם צענטן נומער. אוי וועט דאס אי"ה זיין א שמחת יו"ט.

ראובן ראובן במה אברכך.... פירותיך מתוקין וצלך נאה...
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:06 am#385362
שמעקעדיג; לויט ווי דו לייגסט עס אראפ קוקט אויס ווי ס'גייט שוין ליגן אינטערן יום כיפור מחזור אין ס'מעדרעש, כ'האב מורא אז ביי סוכות גייסטו שוין מאכן חזרה
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:16 am#385364
די מעלות פון די וועקער ברענגט מיך נישט קיין בויך ווייטאג, אבער די חסרונות יא... איז אזוי, פארוואס דארף גלויבער/לוסטיג/דאנציגער/לאפלער זיין אויפ'ן דעקל פון יעדן איינציגסטן וועקער?

איך בין מודה אז דאס איז דער אייציגסטער חסרון וואס כ'האב געקענט טרעפן
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:54 am#385366
דאס איז דאס צווייטע מאל וואס "מנשה" איז אויפ'ן דעקל. דאס ערשטע מאל איז זיין פילם געווען א חצי חלום. זייט דעמאלט איז עס געווארן א היבש שטארקע הצלחה מיט גאר גוטע רעצענזיעס אין חשוב'ע אויסגאבעס, און אויב מאך איך נישט קיין טעות איז עס געוויזן געווארן אין צענדליגער טעאטערס — פיל מער ווי געווענליך ערווארטעט פאר א פילם פון אזא סארט. אט דער אידישער פילם מיט חסידישע אקטיארן איז יעצט גרעסערע נייעס ווי מיט 8 חדשים צוריק, און דערפאר קומט עס פראמינענץ אין א חסידישער אידישער אויסגאבע.

און כ'זאג נאכאמאל וואס כ'האב געזאגט וועגן היילמאן. א פערזענליכע מיינונג אויף א מענטש איז נישט וויאזוי מ'שאצט צי יענער איז ווערד פובליסיטי אדער פראמינענץ.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:29 am#385376
הרב יעקבסון וואלט לכאורה רואיג געקענט פארדינען דעם טיטול "דער מאן פונעם יאר" ביים חרדי'שן ציבור, עכ"פ ביים ראציאלאנער חרדי'ש-בעל בתיש'ן עולם. א יאר צוריק אזא צייט האט ער נישט געהאט א פערטל אזוי פיל נאכפאלגער ווי ער האט היינט. פארפאלן, אמת יש לו רגליים און דער עולם באלעקט זיך מיט זיין דברים של טעם. (אוודאי גייט נישט אריין אין דעם כלל די "רביש-חסידישע אידן" וואס ווי ATUB @ראובן ATUB האט זיי אזוי גוט און מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט, און סליגט מיר נאך אין די ביינער קנאפע דריי יאר שפעטער, וז"ל:
אמאל קומט אויס זיך צו טענה'ן מיט א רבי'ש-חסידישן איד, און מ'זעט זיך אין א דור הפלגה מצב. יענער רעדט א שפראך פון די הרי הררט ארויס, און די ווערטער טראגן זיך נישט איבער פון מויל צו אויער. און עס וואונדערט זיך: וואס וויל יענער? וואס טרייבט אים? ווי קען א מעסיג-נארמאלער מענטש טראכטן און רעדן ווי פון אן אנדערן פלאנעט. עכ"ל.

די לעצטע ווייסן נישט ווער הרב יעקבסון איז, און האבן ווארשיינליך פון אים קיינמאל געהערט.
עס איז באגריסנד אז רב יעקבסון סטארט אויפ'ן דעקל פונעם וועקער און אז נאך איין איד וועט אינספארירט ווערן פון אזא געטליכקייט און דובר אמת דורך די וועקערס וואס איך דיסטריביוט אין די בתי כסאות, דיינו.

ראובן, איך בין מקנה דיין עולם הבא.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 6:05 am#385380
גלייך נאך סליחות האט מען שוין געטוהן עפעס למעשה, און מען האט שוין באשטעלט צוויי אויף עמעזאן.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 7:49 am#385383
באשטעלט.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:02 am#385384
יא, דער וועקער איז דא!

m https://www.amazon.com/dp/1977635954/ m
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:04 am#385385
ראובן האט געשריבן:יא, דער וועקער איז דא!

https://www.amazon.com/dp/1977635954/

פארוואס איז די קאווער באהאלטען?
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:07 am#385386
ווייל גיי לערן מיט א גוי ברטנורא. עמעזאן זעט דעם בעק קאווער ווי דעם פראנט. מ'דארף אריינגעבן א רעקוועסט עס צו טוישן, און עס קען נעמען עטליכע טעג. פארשטייט זיך אז געדרוקטערהייט איז אלעס פערפעקט.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:22 am#385387
לבי במזרח האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:יא, דער וועקער איז דא!

https://www.amazon.com/dp/1977635954/

פארוואס איז די קאווער באהאלטען?

בכסה ליום חגנו.....
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:24 am#385388
פשיהא, אפטעמיסט איז דא!!!
וואס דער יעקבסון איז אלץ אומשטאנד....
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:28 am#385389
בעלי תאווה!!
צאלט צו פיהר דולר אין האט עס שוין מארגן אין אייער באזיץ
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:36 am#385390
שטילע אויכעט?...
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:42 am#385391
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
באשטעלט!
איך לויף יעדער פאר מינוט זעהן אויב ס'איז שוין אנגעקומען...
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 10:43 am#385394
באשטעלט, איצטערט ווארטן מיר אויפן פריוויו און תוכן ענינים @ראובן
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:01 am#385395
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
יעקב מענטש האט געשריבן:אגב מוז איך זאגן, אז ס'איז היבש א דרייסטע שריט פון דזשעיקאבסאן צו גיבן אן אינטערוויו פאר אזא קאנטראווערסיאלע אויסגאבע

גאנץ אינטערעסאנט פאר אזא באמערקונג אויף די פאלגסט נאך ראביי דזשעיקאבסאן, פארוואס זאל דאס זיין דרייסט? רוב פון זיינע דרשות זענען קאנטראווערסיאל און אויף דעם האט ער געבויט א חלק פון זיין קאריערע
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:18 am#385397
טרויבן: פארוואס קוקסטו אן זיינע דרשות קאנטראווערסיאל?? ער רעדט זייער פראקטיש און אמת'דיג, דעס אז חרדיזם איז אוועקגעגאנגען פון בעיסיקס און פראקטישקייט מאכט עס עם נישט קאנטראווערסיאל.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:53 pm#385405
נישט קיין גרויסע חידושים לכשעצמו. די היימישע עולם באלעקט זיך מיט אים מגודל הדחק וחסרון ידיעה. פאלשן א שמייכעל איז א גיטע זאך אבער אויב די אינטעלעקט וואס ער ברענגט מיט זיך איז גופו קנה וואלט עס געוועהן מיט מער אמת. הרב סאקס מלאנדאן דארף זיין די נעקסטע טארגעט פארן וועקער.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:23 pm#385412
ער איז שוין געווען באשריבן אין די זעקסטע וועקער, אבער עס איז נישט געווען קיין אינטערוויא מיט איהם פערזענליך.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:30 pm#385416
איך וואלט פארגעשלאגן

והאחד עשר יהיה קדשי קדשים!! הרב מנשה פילאפ שליט"א אויפן דעקל, מיט א פלאמבע פונעם איבראנער בי"ד
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:27 pm#385446
יעקב מענטש האט געשריבן:איך וואלט פארגעשלאגן

והאחד עשר יהיה קדשי קדשים!! הרב מנשה פילאפ שליט"א אויפן דעקל, מיט א פלאמבע פונעם איבראנער בי"ד



דאס גייט שוין אריין אין די פלוגתא פון טיים מעגעזין קאווערס. אז זיי האבן געלייגט דער צורר ימ"ש אין די דרייסיגער יארן ווייל דער קאווער גייט נישט דוקא פאר די גוטער אויפטוער נאר פאר די גרעסטער חידוש. אין 2001 האבן זיי שוין נישט געהאט די חוצפה צו לייגען בין לאדן האבן זיי געלייגט דזשוליאני.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:35 pm#385447
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:בעלי תאווה!!
צאלט צו פיהר דולר אין האט עס שוין מארגן אין אייער באזיץ


העי! דער שטילער האט געבראכן די סיילענס, און ס'האט געדארפט נעמען צען וועקערס?
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 6:18 pm#385474
איך קען נישט גענוג אויסלויבן ידידינו היקר והאהוב ATUB @פיקאסא ATUB וואס אן אים וואלטן מיר נישט געהאלטן דא. דאס איז דער פערטער וועקער אין וועלכן איך האב א יד, און עס איז דער ערשטער וואס פיקאסא מאכט די גאנצע גראפיק (אין די פריערדיגע וועקערס איז פיקאסא אויך געווען צו הילף אויף טריט און שריט). כ'האב נאך ביז יעצט נישט געהאט אזא גוטן עקספיריענס אויף יעדן טריט פון דעם וועג.

חוץ וואס פיקאסא'ס ארבעט איז הערליך, קלאסיש, יעדער ארטיקל איז א שטיקל ארט פאר זיך, איז פיקאסא געשטאנען צו דעם פראיעקט מיט דער גאנצער נשמה, און זיכער געמאכט אז ס'זאל זיין א דבר נאה ומתקבל.

יישר כוח!

נ.ב. פיקאסא ווערט באדאנקט אינעם וועקער מיט'ן נאמען פינחס פאוועל.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 6:21 pm#385475
נאך א צאל טייערע חברים זענען צוגעשטאנען צו דער האנט, בפרט די אלע וואס האבן געשריבן הערליכע ארטיקלען. באזונדער וויל איך באדאנקען ATUB @מפוזרי ATUB , ATUB @פלאוויוס ATUB , ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB , און ATUB @שלום שטיסל ATUB , וואס זייער גרויסער הילף איז געווען קריטיש פאר דעם סוקסעס פון דעם נומער.

יישר כוח!
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 7:16 pm#385482
אינהאלט
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 7:36 pm#385484
Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח
אויב מען מעג פרעגן, ווען וועט עס זיין צי באקומען ביי די ניוס סטענד אויף דרייצען? @ראובו

lead, follow, or get out of the way!
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 7:42 pm#385486
כ'האף אויף זונטאג.