מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 12:46 pm#391220
יא יא ביסט גערעכט די זעלבע
יעקב מענטשהיינט געהערט אויף הרב רייזמאן'ס שיעור
ווען מ'האט אנגעטראגען רבי אהרן לייב ז"ל פאר זיין באשערטע, האט זי -אלץ חסידישע פוילישע מיידל- נישט געהאט קיין חשק צו הייראטן א ליטוואק, איז זי געגאנגען צום סאקמערער רבין רבינו יואל ז"ל, האט ער איר געענטפערט אז ער גייט זיך טרעפן מיט אים און ער וועט איר לאזן וויסן אויב ס'איז פאר איר. ער האט געלאזט רופן רבי אהרן לייב ז"ל און ער האט געשמועסט מיט אים איבער א שעה, און נאכדעם געזאגט פאר זיין צוקונפטיגע רביצין אז זי זאל אים כאפן בשתי ידים.
אוהב ספריםהוילע דמיון
הרב שטיינמאן האט חתונה געהאט טבת תש"ד
דער סאטמאר רוב איז געקומען קיין שווייץ כסלו תש"ה
ימים ידברוליטוואק דער "ענגלישע הארץ" נעכטען שרייבט, אז הרב שטיינמאן איז געוון מיט די זעלבע שפראך אקעגין מילטער ווי אלע אנדערע חרדים, אבער למעשה האט ער צוגעשטיפט חרדים צו גיין אין מילטער, איך האב נישט געוויסט אז יעקלע כהן מיט מנשה פיליף מיט גאנצעל שרייבען פאר "הארץ" דער מעריב שרייבט אז ער האט אריינגעברענגט חרדים אין שוק העבודה, סוי, עס קען זיין אז דאס אלעת איז מצווצ מדאורייתא, אבער ער האט פותח געווען מיט די מצוה, און עס איז נישט אויסגטראכט געווארען אין איד אפיס, נאר גראדע רעכטע און לינקע חלונישע שרייבערס וואס רעדען פון א מציאות, סוי אורברך מעג קויפען זייער סטארי און ער מעג האלטען אקעגין דעם נקידה.
ימים ידברואיך ווענד מיך יעצט צו ליטוואקס תגיבה, דאס אז הרב שטיינמאן האלט פון מאכען פשרות איז א אמעירקאנע איינרעדעניש וואס אורבאך האט מצליח געווען אונז איינצורעדען, דעט איז נייס, קיק נאר די אלע איזרעלי צייטינגען וואס באגריסען די פטירה פון הרב שטיינמאן אז ער האט אריינגברענגט די חרדים אין שוק עבודה, דאס שטייט אין מעריב, אין הארץ, אין ווי נישט,
ימים ידברוווי פול מאל דארף איך זאגען לשיטתי בערל דער ליטוואק איז ער דער גדול הדור דער צדיק הדור דער רשכבה"ג קודש קדשים, ער האט אבער געהאלטען פון פשרות, ער האט געהאלטען מטאר נישט מאכען מחאות אויף ענין של גיוס בני ישיבות, יעדער איז מודה והא ראי' ער האט נישט געמאכט! אפי' ווען לפיד שר"י האט צוגענימען די געלט, וואס די חברי הכנסת האבען שוין געוויינט און געריסען קריעה און זיך צוגעבינדען צום פודיום אין כנסת, האט מען נאר געמעגט מאכען א עצרת תפלה, איר געדענקט ווייל אזוי האבען די גדולי ישראל געהייסען, משא"כ ביי גיוס בנות בימי החזון איש האט מען יא געמאכט עצרת מחאות והפגנות, אדער ביי אנדערע גזירות, וואס אגודה האט געהאלטען פאר א גזירה, ער האט געהאלטען אז די דינים און חוקים פון ממשלת ישראל זענען דינא דמלכותא און מטאר נישט מאכען קיין התגרות מיט זיי, לעומת אלע פריעדיגע גדולים, וואס האבען אלע תקיפות יא געהייסען מאכען הפגנות צו אויף ענין של שבת קודש אדער אלע אנדערע ענינים, ער האט געהאלטען מען דארף גיין מיט פארהאנדלען און מיט פשרות דאס איז אפענע פאקטען וואס דע ריעטעד תחת שמעון גליק איז מודה אפיציעל
תנחום
נקודת-אמתתנחום
יעך האב געהערט פון הרה"ח אברהם מענדלאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג וואס איז א גרויס'ען נאשער בחצרות הצדיקים והבאבות (והבאבות הצדיקים ג"כ)
וואס איז געוועהן זייער מקורב ביים הייליגען באבא סאלי ומשפחתו עד האידנא, ביי ר' אשר פריינד זיע"א ומשפ', און ביי נאך אסאך.
ער פלעגט זיך אויך דרייען ביים מרן ע"ה, און כמעט א יעדע מאהל וואס ער האט באזוכט אין ארה"ק פלעגט ער ארויף קומען צום הייזקעלע אויף חזון איש 5.
ביז דעם יום המר והנמהר כואב ונכאב וואס די חברי הכנסת האבן בהסכמה שבשתיקה געלאזט אדורך פירן דעם (ספק) טריפה'נע "חוק טל"
און ר' אברהם'ען האט דערפון געהערט, און אין ווילי האט יעדער געוואוסט יד מי היתה במעל.
און ס'איז שוין געהאלטען געווארן לענגערע דרשות צו מבער זיין אט דעם עמלק שבקרבנו.
האט אונזער ר' אברהם אריבער געפארן בני ברקה, ארויף געקומען בבית מרן, אראפגעלייגט אויפ'ן טיש דעם ספר'ל לאות מחאה.
מרן זצ"ל האט אויפגעהויבן זיינע אויגען, און באמערקט ווער איז דער נותן הספר,
עם געגעבן א ברייטער שמייכל, און האט עם געפרעגט אויב דאס הייסט אז ס'איז דאס לעצטע מאהל וואס מ'טרעפט זיך?
האט ר' אברהם געשאקעלט מיט'ן קאפ.
און הגראי"ל האט זיך ווארעם געזעגנט פון איהם.
דארט ברענגען זיי אז ס'איז געוועהן פאר'ן תשנ"ו בחירות, ולא היא דאס איז געוועהן כדאמרן.
שמעתי מבעל המעשה.
אחר ההערות הוספתי:
קען זיין אז מרן-זצ"ל'ס-אוצר-הספרים האט דערהאלטען 2 ויואל-משה'ס

Your browser does not support the audio element.
g3zfr-gfskp.mp3סקרןהרב רייזמאן מצוה לשמוע ולפרסם
יעקב מענטשסקרןהרב רייזמאן מצוה לשמוע ולפרסם
וואס דארף מען צו הערן דא?
chosen peopleזעהט אויס ווי ער איז שוין אויפן וועג אהיים.
ליפאYour browser does not support the audio element.
g3zfr-gfskp.mp3
ארי נוהםדאס איז די טריק פון די הולכי חשך. מ׳האט דיר געצווינגען ממציא צו זיין א פשט פאר זיין מעשים. דערנאך קענען זיי זיך שוין בארעכטיגען.איך ווייס נישט וואס די נייעס דארף זיין, איך זע יא א גדול בישראל וואס רעדט פערזענליך מיט א בחור'ל וואס גליטשט, הערט אויס מיט אויפמערקזאמקייט זיינע פראבלעמען און באמערקט זיינע תכונות נפשיות, און מיט סייעתא דשמיא באגלייט מיט א קלארע קאפ מאכט ער די ריכטיגסטע החלטה פאר דעם ספעציפישן פאל און דער ספעציפישער בחור, און שיקט אים אין מיליטער. דאס ראטעוועט טאקע דעם בחור פון ווערן א גענצליכער אט"ד, ווי דער בחור זעלבסט איז מעיד אז אדאנק נחל חרדי האט ער אנגעהויבן זיך צוריקכאפן צו אידישקייט (און אויפן בילד זעט ער אויס ווי א רעגולערער ליטווישער חרדישער בחור).
ברוך שמסר לעולמו שומרים, ואוי לדורנו שהשומרים הוחבלו ע"י מחבלים בכרמים.
ליטוואק פון בודאפעסטדאס איז די טריק פון די הולכי חשך. מ׳האט דיר געצווינגען ממציא צו זיין א פשט פאר זיין מעשים. דערנאך קענען זיי זיך שוין בארעכטיגען.
איך זאג דיר להד"ם, ער האט עס נישט געזאגט און די מעשה איז די שקר וואס די קנאים מיט די לינקע האבען ממציא געווען. כך היא דרכם מאז ומקדם.
עס איז דא הונדרעטער עדים וואס האבען געהערט פארקערט פון איהם, ווי ער האט נישט מסכים געווען צו אזעלכע מעשים. און הונדרעטער אויפגעוויזענע שקרים פון די צד שכנגד. מיר וואלט נישט געווען קיין חידוש ווען דער בחור עגזיסטירט בכלל נישט, לא דובים ולא יער.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטיא. כפי הידוע האט ער קיינמאל נישט געשיקט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטאיך ווייס. אבער דאס איז ווייל די לינקע מיט די קעגענער האבען מפרסם געווען אזוי. דאס קומט נישט פון איהם צו זיין נאנטער.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יעקב מענטשהרב רייזמאן איז מוחה אויף די טאנצעריי ביים פטירה פון הרב שטיינמאן, און ער זאגט אז אפאר פריצייטיגע פטירות קען מען זוקף זיין צו די חשבון.סקרןהרב רייזמאן מצוה לשמוע ולפרסם
וואס דארף מען צו הערן דא?
אישתישביאם כדבריך, פארוואס טאקע מאכען די יושבי חושך א מלחמה מיט הרב שטיינמאן? סתם?
כלומר, דאס איז זיכער אז זיי בלאזן אויף וואס הרב שטיינמאן האט געהאלטען, אבער עפעס א קורטוב של אמת מוז זיין, עפעס הרב שטיינמאן געהאלטען וואס האט זיי געמאכט טאנצען ווען ער איז אוועק. והראי' זיי האבן נישט געטאנצען און געשריגען ימח שמו אויף הרב שך אדער רב אלישיב.
ליטוואק פון בודאפעסטיעקב מענטשהרב רייזמאן איז מוחה אויף די טאנצעריי ביים פטירה פון הרב שטיינמאן, און ער זאגט אז אפאר פריצייטיגע פטירות קען מען זוקף זיין צו די חשבון.סקרןהרב רייזמאן מצוה לשמוע ולפרסם
וואס דארף מען צו הערן דא?
ער ברענגט ארויס א פאר נקודות אין די שקר פון די פושעי ישראל.
ער איז אויך מוחה אויף דאס אז חילוקי דעות ברענגט צו פירוד לבבות אזש אז מ׳קען אזוינס טוהן.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk