מענדלס גאלע יא און הרב שטיינמאן נישט?!
אגב שלא מן הענין, מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען א ארטיקל א לענגס אין א ברייטס אין דער מאמענט אויסגאבע אלעס ארום מענדל גאלע, ס'איז געווען די cover story אויפן דעקל פונעם מאגאזין אז יונג און אלט זאלן וויסן און זיין באהאוונט וועגן אלעס ארום די שטארק פובליסירטע גאלערעטע. א וואך צוויי שפעטער (פר' משפטים דאכצעך) איז געווען אינם מאמענט א אינטערוויאו מיט די קינדער פון א חסידישער מעלער פון לאנדאן ר' אליעזר טיפנברוין ע"ה וואס האט געמאלן הערליכע פעינטינגס פון גדולי ישראל, און צווישן אנדערע איז געשטאנען דארט אז דער טאטע זייערע איז פלוצלינג אוועק און ער האט נאך געהאלטן אינמיטן מאלעווען פרישע בילדער,
צווישן זיי א בילד פון א גדול בישראל וואס איז ממש יעצט לעצטענס נסתלק געווארן.
איר זענט אוודאי משער אליין ווער עס איז דער גדול בישראל וואס איז לעצטנס נסתלק געווארן. קלער איך אזוי צו מיר אז מיט רעכט האבן זיי משמיט געווען דער נאמען פון דעם גדול בישראל ווייל ווער ווייסט וואספארא עפעקט און רושם-שלילי ח"ו דאס קען נאך האבן אויף יונגע אידישע נשמות, ווייזט אויס אז זיי פארשטייען אז
מענדל'ס גאלע איז ווייניגער מגשם און מטמטם דעם מוח, ווי איידער די נעמען פון אידן וואס זייער שיטה איז נישט אזו אויסגעהאלטן.
אדער אפשר האבן זיי גאר געמיינט צו רעדן פון א בילד פון העלבראנץ וואס איז אויך גאנץ לעצטענס נסתלק געווארן? ווער ווייסט? (למעשה האבן זיי עדווערטייזמענטס אינם מאמענט פון קהלת לב טהור מיט א אימעיל אדרעס, סא זעט אויס אז זיי שעמען זיך נישט דווקא צו שרייבן פון העלבראנץ)
שוין איך בין שוין אינגאנצן צומישט