בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 116 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12019
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 1:44 am#391064
איז עס טאקע אמת ?
וויייל איך זעה נאכנישט אז די ישראלישע חברה זאלן דאס שוין באריכטן

דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 1:46 am#391067
Ivelt
מורי ורבותי, טיייערע קאלעגעס פון אונזער זייטל איי-וועלט, מלפנים היימישע קרעטשמע.
ווי יעדער זעט איז געקומען די שמועה לא טובה, איבער די פטירה פון הרב הרב שטיינמאן פון בני ברק.
היות דער מענטש איז - טראץ זיין גרויסקייט בתורה ויראה - זייער א קאנטערווערסיאלער פיגור אין דעם עולם היהדות, און אז עס זענען דא וואס האלטן פון אים עולם ומלואה, זענען דא אנדערע וואס האלטן פונקט פארקערט און נאך מער. און צו אונזער גוט מזל, האבן מיר - לויט ווי מיר האבן געזען אין די עבר - פון ביידע צדדים דא אין אונזערע פארומס.
די גמרא זאגט אין בבא בתרא "לעולם אל יספר אדם בטובתו של חבירו שמתוך טובתו בא לידי רעתו" און אזוי אויך דער רמבם אין הלכות דעות, און דער רבינו יונה אויף משלי, און ווי אויך אלע שפעטערדיגע ספרי מוסר ווארענען נישט צו רעדן פון א מענטשן'ס שבח, כדי נישט צוצוקומען צו רעדן פון יענעמ'ס גנאי.
אלזא מיט פארשטענדעניש פונ'ם ציבור, וועלן מיר נישט לאזן שרייבן בשבחו, כדי עס זאל נישט צוקומען אז אנדערע זאלן שרייבן בגנות פון הרב הרב שטיינמאן. צי איז דאס פון חסידים וואס זענען קעגן די ליטווישע גדולים, צי איז דאס פון קנאים וואס האלטן אז דער גדול האט אריינגעפירט דעם כלל ישראל אין דעם פראבלעם פון גיוס. יעדער מיט זיינע טענות, און צומאל אפשר ריכטיגע. און פון די אנדערע זייט וועלן זיין בעניצערס וואס וועלן ווערן אנגעווייטאגט אויף דעם. וועלן מיר נישט צולאזן קיין שום שבח, און קיין שום גנאי.
די נאמען מיט די טיטול הגאון, אדער הרה"ג און ז"ל אדער זצ"ל, און ווי אויך טרוקענע נייעס פון די לוי' און די הספדים (נישט די תוכן, פארשטייט זיך) וועלן יא אפראווד ווערן; און מיר וועלן פרובירן דאס צו מאשר זיין דאס שנעלסטע וואס שייך.
יעדע אנדערע סארט הערכה אדער תגובה סיי וואו אויפ'ן וועלטל, וועט באלד פארמעקט ווערן אן קיין טענות ומענות.
הצדיק אבד - לדורו אבד
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 1:47 am#391068
הא הא. ער פירט אויס הצדיק אבד ווען ער שרייבט דאך אז מ'טאר נישט שרייבן קיין טיטלען חוץ הגאון.
משוגעים
Matzav.com האט מורא צו מעלדן נאכ'ן דורכפאל וואס זיי האבן געהאט פאריגס מאל

דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 2:04 am#391071
ליפא האט געשריבן:מורי ורבותי, טיייערע קאלעגעס פון אונזער זייטל איי-וועלט, מלפנים היימישע קרעטשמע.
ווי יעדער זעט איז געקומען די שמועה לא טובה, איבער די פטירה פון הרב הרב שטיינמאן פון בני ברק.
היות דער מענטש איז - טראץ זיין גרויסקייט בתורה ויראה - זייער א קאנטערווערסיאלער פיגור אין דעם עולם היהדות, און אז עס זענען דא וואס האלטן פון אים עולם ומלואה, זענען דא אנדערע וואס האלטן פונקט פארקערט און נאך מער. און צו אונזער גוט מזל, האבן מיר - לויט ווי מיר האבן געזען אין די עבר - פון ביידע צדדים דא אין אונזערע פארומס.
די גמרא זאגט אין בבא בתרא "לעולם אל יספר אדם בטובתו של חבירו שמתוך טובתו בא לידי רעתו" און אזוי אויך דער רמבם אין הלכות דעות, און דער רבינו יונה אויף משלי, און ווי אויך אלע שפעטערדיגע ספרי מוסר ווארענען נישט צו רעדן פון א מענטשן'ס שבח, כדי נישט צוצוקומען צו רעדן פון יענעמ'ס גנאי.
אלזא מיט פארשטענדעניש פונ'ם ציבור, וועלן מיר נישט לאזן שרייבן בשבחו, כדי עס זאל נישט צוקומען אז אנדערע זאלן שרייבן בגנות פון הרב הרב שטיינמאן. צי איז דאס פון חסידים וואס זענען קעגן די ליטווישע גדולים, צי איז דאס פון קנאים וואס האלטן אז דער גדול האט אריינגעפירט דעם כלל ישראל אין דעם פראבלעם פון גיוס. יעדער מיט זיינע טענות, און צומאל אפשר ריכטיגע. און פון די אנדערע זייט וועלן זיין בעניצערס וואס וועלן ווערן אנגעווייטאגט אויף דעם. וועלן מיר נישט צולאזן קיין שום שבח, און קיין שום גנאי.
די נאמען מיט די טיטול הגאון, אדער הרה"ג און ז"ל אדער זצ"ל, און ווי אויך טרוקענע נייעס פון די לוי' און די הספדים (נישט די תוכן, פארשטייט זיך) וועלן יא אפראווד ווערן; און מיר וועלן פרובירן דאס צו מאשר זיין דאס שנעלסטע וואס שייך.
יעדע אנדערע סארט הערכה אדער תגובה סיי וואו אויפ'ן וועלטל, וועט באלד פארמעקט ווערן אן קיין טענות ומענות.
הצדיק אבד - לדורו אבד
דאס איז נישט פון אייוועלט. דערוויילע רעדט מען דארט בשבחו
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 2:05 am#391072
קען זיי זיי האבן עס פארמעקט. איך האב דאס געק''פ פון אייוועלט.
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 2:07 am#391073
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 2:08 am#391074
m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p1569775 m
זיי האבן עס צוריקגעשטעלט אביסל אנדערש
זיי האבן עס צוריקגעשטעלט אביסל אנדערש
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 2:09 am#391075
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 7:47 am#391080
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
אינטרעסאנט וויאזוי די סיסטעם גייט. הרב שמואל אויערבאך האט גענומען זיין תלמידים, און מסתמא די נייע חוג פון נאכפאלגערס, צום לויה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 9:33 am#391082
ליפא האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1569812#p1569812
זעהט זיך אויס זיי האבן געליינט זיין צוואה און גלייך מקיים געווען מצוה לקיים דברים המת, ווייל זיי האבן איבערגעלייגט די זעלבע מודעה נאר אראפגענומען די לעצטע שורה, הצדיק אבד - לדורו אבד.
י - אבקש שלא להזכירני בשם צדיק או ירא שמים כדי שלא אתבזה על ידי זה בעולם האמת.
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 9:44 am#391083
רב שטיינמאן איז מסתמא געוועהן די לעצטע נארמאלע און ארגינעלע גדול. א מענטש וואס האט געהאט א אייגענע דעת און נישט סתם געוועהן א קאפי פון עפעס א מהות וואס די צייטונגען האבן געוואלט האבן פאר א גדול.
א גרויסע בראך אז ער איז שוין נישט דא. ווער ווייסט ווי מ'וועט יעצט פאלן.

דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 9:46 am#391084
ווער ווערט די פרישע גדול? אויב איז עס רבי חיים קנייבסקי איז א חורבן נורא. ער איז ממש די פארקערטע וואס רב שטיינמאן איז געוועהן
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:08 am#391085
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
דער פרישער גדול איז מרן ר' גרשון איידלשטיין
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:25 am#391086
נישט מסתבר. ער האט ווארשיינדליך נישט די תכונות הנפש. די חסידי הרב משה הלל ווילען איהם צושטופען, אבער עס זעט נישט אויס אז דער ציבור האט היינט איינער מיט אזא כח ווי ר' אהרן לייב. עס וועט, לעת עתה, נישט זיין קיין דבר אחד לדור.
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:43 am#391089
איך האב נישט קיין ווערטער...
פון דא
את הסיפור המפעים הבא סיפר ל'חרדים 10' בנימין ליפקין, העורך הראשי של עיתון 'המבשר':
לפני יותר משלוש שנים פנה אליי בני רבינוביץ, כתב בכיר ביתד נאמן ולמשך זמן גם דובר הבית ברחוב חזון איש 5, וסיפר לי כי בתחקיר שעשה גילה שכמה ממוסדות חב"ד – הם הראשונים שנענים לשר החינוך שי פירון ומצטרפים לרשת החינוך הממלכתית החרדית שהקים.
הוא ביקש ממני לנסות לדבר עמם ולהסביר את משמעות הדבר.
אמרתי שאבדוק.
דיברתי עם שניים מתוך שלושה מהם. בתקיפות מנומסת הם נתנו לי להבין שכשם שהם לא יטיפו לי איך ומה לכתוב, שאני לא אתיימר להטיף להם איך לנהל את העסקנות שלהם.
כעבור ימים אחדים חוזר אליי בני רבינוביץ – ואני אומר לו: 'שמע, אין לי השפעה עליהם'.
הוא אמר לי: 'שיהיה לך ברור, אני עומד לפרסם זאת ולתקוף אותם. לא יתכן שהם ישברו את הטאבו החרדי'.
•
חולפים ימים אחדים.
מהדורת יום שלישי של יתד נאמן – המחולקת חינם בכל הריכוזים החרדיים – מופיעה, ובמרכזה התחקיר המדובר.
לנגד עיניי המופתעות, הכותרת היא: "מוסדות בעלי זהות מגדרית היו היחידים שהסכימו להיכלל ברשת החינוך הממלכית שמקים פירון".
בכל הכתבה חזר על עצמו המינוח הזה, והשם חב"ד לא הופיע.
חולפות שעתיים. 9 בבוקר.
רזי ברקאי פותח את תכניתו בתחנת הרדיו גלי צה"ל עם סנסציה שמביא הכתב לענייני חרדים: "הגזענות של העיתון הליטאי יתד נאמן הגיעה לשיא חדש – הם תוקפים את המוסדות הספרדים. לא יכולים לכתוב ספרדים אז כותבים זהות מגדרית".
לשידור עולה מומחה שמסביר את השנאה התהומית המסורתית של הליטאים לספרדים.
ויתד נאמן? "במערכת העיתון מסרבים להגיב".
•
אני מרים טלפון לבני רבינוביץ ואומר לו: 'אני מכיר אותך מספיק שנים. לכזו דרגה של צדיקות אינך מתקרב. מה הסיפור פה?'
והוא מספר לי: היום יש בעל הבית ב'יתד' ואי אפשר לכתוב מה שרוצים. כשהכתבה הייתה מוכנה, עליתי לרב שטיינמן. הוא ישב וקרא בעיון ואז ביקש עט. ישב ומחק כל פעם שהופיעה המילה חב"ד.
'אני רואה את זה ועיניי כלות – ואני צועק: הראש ישיבה! אין כתבה! והוא עונה לי בשלוות נפש: אז שלא יהיה כתבה וגם לא יהיה מחלוקת.
שאלתי שוב: ומה עם חובת מחאה? והראש ישיבה ענה: אז תמצא הגדרה אחרת. אבל בלי לנקוב בשם. שרק מנהלי המוסדות שעליהם אתה כותב יבינו בלי שאף אחד יבין שזה חב"ד.
כמצווה ועושה כך עשיתי.
ב-8 בבוקר, כשפנו אליי מגלי צה"ל שהולכים להתגולל עלינו שאנו גזענים, רצתי לבית של הראש ישיבה שהורה לי: 'שווייג. זאג גאר נישט' (-תשתוק). אמרתי: אבל מכפישים אותנו לשווא. והוא ענה: שיכפישו. מוטב שיכפישו ואנו לא נכפיש.
פון דא
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 11:00 am#391090
לכאורה גייט זיין צוויי ר' גרשון מיט ר' משה הלל
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 11:11 am#391091
מען דארף גארנישט צילייגן, ליינטס דעם צוואה.
די צוואה
א. אבקש מאוד לא להספידני, לא בפני, ולא שלא בפני, ולא לעשות עצרת התעוררות או עצרת אבל, או כל מיני שמות שבודים, והכוונה בהם להספד.
ב. לא לכתוב שום מאמר עלי בעיתונים יומיים, שבועיים, חודשיים. לא להדפיס תמונתי, ולא כמו שרגילים לכתוב תולדותיו.
ג. לא להדפיס מודעות על הלוויה, לא להודיע ע"י רמקול או רדיו, מספיק שיהיו רק עשרה אנשים בהלוויה.
ד. להשתדל שלא לשהות בין מיתה לקבורה, רק לברר שתהיה קבורה הכי סמוך למיתה.
ה. מקומי בבית החיים בין אנשים פשוטים.
ו. לא לכתוב על המצבה שום תארים, רק פה נקבר ר' אהרן יהודה לב בן ר' נח צבי שטיינמן.
ז. המצבה תהיה הכי זולה ופשוטה, לא לבזבז כסף עבור קניית מקום בבית הקברות שעולה ביוקר, אבל אם רוצים לתת צדקה שיתנו בלי קניית מקום.
ח. בימים שהמנהג בהם ללכת אל הקבר, כגון בכלות השבעה ושלשים ויארצייט, מכל מקום לא יבזבזו יותר מדי זמן עבור זה, ויותר כדאי שיתחלפו במשך המעת לעת ללמוד כסדר, ובלי לדבר על דברים בטלים.
ט. אם על ידי החיפוש למצוא מקום להתפלל לפני העמוד יגרום הרבה ביטול תורה, יותר כדאי ללמוד לשם שמים בזמן הזה.
י. אבקש מכל מי שרוצה בטובתי, ללמוד כל יום פרק אחד משניות עד גמר י"ב חודש, והבנות יאמרו כל יום עשרה פרקי תהילים גם בשבת ויום טוב.
יא. אבקש שלא להזכירני בשם צדיק או ירא שמים כדי שלא אתבזה על ידי זה בעולם האמת.
יב. אבקש מאד מחילה מכל מי שפגעתי בכבודו, וכן מי שאני חייב לו כסף ולא ידוע, ובמציאות לא יגבה, היינו שלא יוכל לגבות על פי דין, נא למחול לי.
יג. כל יוצאי חלצי לא ילכו אחרי המיטה כמנהג ירושלים.
יד. היות שהרבה טועים בי, לכן הנני מצידי מייעץ לא לקרוא הילדים על שמי אבל איני אוסר את זה.

דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 1:58 pm#391111
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
איך האב געהערעט יארען צוריק, אז ווען דער סאטמארער רבי איז געווען אין שווייץ, האט ער געקלערט וואס זאל זיין די נעקסטע טריט זיינער. ער האט זיך געטראפען דארט מיט א פרישע יונגערמאן פון דער ליטא, וואס ער האט באמערקט אז ער איז א פקח, און דער סאטמארער רב האט איהם געבעטען אז היות ער פארט דאך באלד קיין א"י, זאל ער אומקוקען דארט און זע׳ען צו עס פאסט פאר׳ן סאטמארער רב צו גייען אהין, צו עס וועט זיין א פלאץ דארט פאר זיין טעטיגקייטען.
הרב אהרן לייב האט איהם געשריבען אז לדעתו וועט ער נישט טרעפען זיין פלאץ דארט, דער ציבור וועט איהם נישט אויפנעמען כפי כוחו, און עס וועט איהם נישט געלונגען. ווי באקאנט, האט דער סאטמארער רב איהם נישט געפאלגט און עס איז איהם טאקע נישט געלונגען דארט, און ער איז געקומען קיין אמעריקא.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
הרב אהרן לייב האט איהם געשריבען אז לדעתו וועט ער נישט טרעפען זיין פלאץ דארט, דער ציבור וועט איהם נישט אויפנעמען כפי כוחו, און עס וועט איהם נישט געלונגען. ווי באקאנט, האט דער סאטמארער רב איהם נישט געפאלגט און עס איז איהם טאקע נישט געלונגען דארט, און ער איז געקומען קיין אמעריקא.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 2:20 pm#391116
היינט געהערט אויף הרב רייזמאן'ס שיעור
ווען מ'האט אנגעטראגען רבי אהרן לייב ז"ל פאר זיין באשערטע, האט זי -אלץ חסידישע פוילישע מיידל- נישט געהאט קיין חשק צו הייראטן א ליטוואק, איז זי געגאנגען צום סאקמערער רבין רבינו יואל ז"ל, האט ער איר געענטפערט אז ער גייט זיך טרעפן מיט אים און ער וועט איר לאזן וויסן אויב ס'איז פאר איר. ער האט געלאזט רופן רבי אהרן לייב ז"ל און ער האט געשמועסט מיט אים איבער א שעה, און נאכדעם געזאגט פאר זיין צוקונפטיגע רביצין אז זי זאל אים כאפן בשתי ידים.

דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 2:22 pm#391119
מ'זאגט אז הרב אהרן לייב האט נישט געוואלט זעהן זיין כלה איידער ער האט גערעדט מיט איהר, ווייל "טאמער דער רעדן וועט ווייזן אז עס איז נישט פאר איהם, וואס האט ער צו קוקן?" אזוי ווי מ'מאכט דור ישרים איידער מ'טרעפט זיך.
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 2:45 pm#391129
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געהערעט יארען צוריק, אז ווען דער סאטמארער רבי איז געווען אין שווייץ, האט ער געקלערט וואס זאל זיין די נעקסטע טריט זיינער. ער האט זיך געטראפען דארט מיט א פרישע יונגערמאן פון דער ליטא, וואס ער האט באמערקט אז ער איז א פקח, און דער סאטמארער רב האט איהם געבעטען אז היות ער פארט דאך באלד קיין א"י, זאל ער אומקוקען דארט און זע׳ען צו עס פאסט פאר׳ן סאטמארער רב צו גייען אהין, צו עס וועט זיין א פלאץ דארט פאר זיין טעטיגקייטען.
הרב אהרן לייב האט איהם געשריבען אז לדעתו וועט ער נישט טרעפען זיין פלאץ דארט, דער ציבור וועט איהם נישט אויפנעמען כפי כוחו, און עס וועט איהם נישט געלונגען. ווי באקאנט, האט דער סאטמארער רב איהם נישט געפאלגט און עס איז איהם טאקע נישט געלונגען דארט, און ער איז געקומען קיין אמעריקא.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די סאטמאר'ע פראפאגאנדע מאשין פארציילט די מעשה א ביסל אנדערש. אז דער סאטמאר'ע רב ר' יואל טייטלבוים זצ"ל האט יא געוואלט פארבלייבן וואוינען און אנפיהרן מיט זיינע מוסדות (ייטב לב) אין ארץ ישראל. נאר ער האט זיך אריינגעלאזט אין גרויסע חובות. איז ער געקומען קיין אמעריקע. צו מאכן א ביסל געלט. ודעתו לחזור. ער האט אויך געקויפט א ראונד טריפ טיקעט אויף די שיף. נאר איין טאג זענען זיינע מקורבים אריינגעקומען און זיי האבן צוריסן זיין שיפ'ס קארט. און דורכדעם איז ער שוין פארבליבן אין ניו יארק. ווייל זיינע מוסדות ייטב לב אין ארץ ישראל האבן אנטהאלטן אויסער א תלמוד תורה ישיבה קטנה א בית יתומים. און בית מלאכה. וואו מ'וועט אויסלערנען די בחורים און יונגעלייט צו האבן עפעס א פאך כדי צו האבן פרנסה...!
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 2:56 pm#391131
איך מיין אז דער סאטמארער רב איז נישט געווען אזא למכ'ל אז א צוריסענע טיקעט וואלט איהם צוריק געהאלטען. לכאורה איז ער געקומען קיין אמעריקא אויך אויף א ספק, נישט וויסענדיג צו עס וועט איהם געלונגען. דעמאלס איז גארנישט קלאר געווען.
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 3:35 pm#391135
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין אז דער סאטמארער רב איז נישט געווען אזא למכ'ל אז א צוריסענע טיקעט וואלט איהם צוריק געהאלטען. לכאורה איז ער געקומען קיין אמעריקא אויך אויף א ספק, נישט וויסענדיג צו עס וועט איהם געלונגען. דעמאלס איז גארנישט קלאר געווען.
אנגעבליך איז דער רבי אהערגעקומען וועגן געלט, און רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל האט צוריסן דעם פאספארט, נישט ווייל דער רבי וואלט נישט געקענט מסדר זיין א אנדערע פאס, אבער די שטארקע הפצרה פון רבי מיכאל בער אז אמעריקע דארף אים דא, האט אים באוואויגען דא צו בלייבן.
דאס איז נישט קיין מעשיות פון 150 יאר צוריק, ס'איז דא אידן וואס זענען אתנו לאורך ימים ושנים וואס געדענקן די פרטי הדברים.
און ס'איז לגמרי נישט קיין סתירה צו די מעשה מיט הרב שטיינמאן ז"ל ס'מוז נישט זיין אז דאס אדער דאס אליינס איז געווען דער מכה בפטיש.
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 5:01 pm#391147
דעי הרב שטיינמאן זי"ע איז אזא פארנעפעלטע נושא על כל פנים פאר מיר ווער איז ער געווען מיט וואס איז ער געווען מער ווי אנדערע גדולי ישראל מען זאגט למשל ער איז געווען א פיקח עצום!! קען איינער אריינקימען מער קלארער
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 5:28 pm#391150
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
א מענטש איז געקומען צו איהם, "רבי, איך האב, בעזרת ה׳, זוכה געווען אז אליהו הנביא האט זיך באוויזען צו מיר, און ער קומט כסדר. דער רבי האט עפעס א שאלה פאר איהם?"
"אה! זייער גוט! איך ווארט שוין באלד הונדרעט יאר מיט א שאלה פאר איהם"
"איך בין גרייט איבערצוגעבען"
"חצי קב בשתי אמות, אז איינער טרעפט א האלבען קב פירות אין צוויי אמות, איז די הלכה חייב להכריז אדער הרי הן שלו? ביטע איבערגעבען און צוריק קומען מיט א תשובה"
ודפח"ח
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
"אה! זייער גוט! איך ווארט שוין באלד הונדרעט יאר מיט א שאלה פאר איהם"
"איך בין גרייט איבערצוגעבען"
"חצי קב בשתי אמות, אז איינער טרעפט א האלבען קב פירות אין צוויי אמות, איז די הלכה חייב להכריז אדער הרי הן שלו? ביטע איבערגעבען און צוריק קומען מיט א תשובה"
ודפח"ח
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 6:13 pm#391152
אלס מצוה לקיים דברי המת (אבקש שלא להזכירני בשם צדיק) איז אפשר גלייך צו טוישן די קעפל פון זצ"ל צו ז"ל.
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 6:25 pm#391155
בדוחק קענסטו אינזין האבן זכר ציוני לברכה...
נאר א וויץ
נאר א וויץ
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 6:31 pm#391156
חסידים וואלטן געזאגט, אויפן עולם האמת זעהט ער דאך דעם אמת אז ער איז יא א צדיק. ![שמייכלט :)]()
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 6:37 pm#391159
יואליש האט געשריבן:חסידים וואלטן געזאגט, אויפן עולם האמת זעהט ער דאך דעם אמת אז ער איז יא א צדיק.
זעט אויס דא קלאפט אויס דער נפק"מ צווישען חסידים און ליטאים. ליטאים מאכן פון די צוואה א דעת תורה און א שיטה מילא קען מען גארנישט דרייען. חסידים האבן אייביג נייע פשטים אויב נישט ע"פ פשט קומט דרוש, רמז, און אז ס'העלפט נאך אלס נישט קומט סוד.
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:06 pm#391174
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:13 pm#391178
הגאון הרב שטיינמאן ז"ל
מיר שטייען אין די 24 שעה וואס דער באוויסטער גדול ומנהיג פון דגל התורה, און פאנעוויזשע ראש הישיבה לצעירים און ישיבת גאון יעקב ועוד ועוד ישיבות, ומחבר ספר איילת השחר, האט מחזיר געווען נשמתו לאדון כל, א וודאי דארף מען זיין פארזיכטיג וואס און ווי אזוי מ'באנעמט זיך צו דעם, ס'זיכער מ'רעד דא נישט פון א חיידר אינגעלע, א גרויסער ת"ח איז פשוט מ'זעהט זיינע ספרים, וואס יעדער איינער זעהט דאס, נאך סאך פאר מ'האט געוויסט אפי' זיין נאמען, און זיין אויסזעהן פון זיין צורה, האט שוין זיך געדרייט זיינע ספרים, אויף די טישען אין אלע היימישע ישיבות, ווי יונגע ת"ח האבען הנאה געהאט צו לערנין זיין תורה, דערפאר אליינס איז ער א זעלטענע מרביץ תורה, וואס מ'דארף האבען רעספעקט, יא! כמעט יעדער יוד איז זיין תלמיד,
בנוסף לכך פארציילען באי ביתו זיין באשיידענע לעבען, דאס איז יעדער מודה, אז ביז כמעט די ניינציג יאר, איז ער געווען א זעלטענע חסיד ופריש, אנטלאפען פון פירסום אנטלאפען פון עולם הזה, געווען עוסק אין זיינע ד' אמות פון עבודה, ווען אזא איד גייט אוועק פון די וועלט ענדיגט זיך א קאפיטעל פון עבודת ה' וואס קיינער קען נישט ממלא זיין, און אויף אזא אבידה דארף מען וויינען און קלאגען, אפגעבען כבוד התורה כפשוטו וכמשמעו, סאיז דא א חלל פון תורה ויגיעה פון חסידות און פרישות, והחי יתן אל לבו, ויהא זכרו מבורך,
אבער... ס'דא נאך עפעס.. און מ'דארף אצינד זיין זייער אויסגרעכנעט ס'האנדעלט זיך שוין ליידער פון א שוכן עפר, א ת"ח,
לאמיר גיין זייער פאוואליע, מהקל אל הכבד, די ערשטע זאך די גזמאות, וואס די פארטיי מאכט פון אזא סארט מענטש, די יעטעד נעמאן, ודעימי', טרייבט איבער כאולי דאס איז דער חפץ חיים... אדער בערך ווי די לשון פון רבי מענדלא וויטעיפסקער וואס שרייבט אויף דער אור שבעת הימים, א' הי' הבעש"ט מלפניו לא הי' ואחריו מי יקום... אזא גאטונג שפראך איז גורם מען זאל נישט גלייבען אין קיינעם.
זיין תלמיד חכם שאפט, יא יא, ער איז א שיינער ת"ח, אבער ואחריו מי יקום? ס'נאך דא אזעליכע ת"ח סיי מפורסמים און באהאלטענע, די גזמאות וואס מ'האט שוין ארויסגעגעבען בחייו ריפט ארויס אפשיי, און דאס געט שטאף פאר זיינע מתנגדים צי מיינען אז מ'האנדעלט דא פון א צווייטער רב קוק,
והשנית וואס חם לבי בקרבי ובהגגי תבער אש... דעס קרוינען א יחיד הדור. כאולי ס'מעג נישט זיין נאך א מיינוג. איז א פשע בל יכופר, פון וועלט איז וועלט איז דא דעות ביי כלל ישראל,
איך וועל ברענגען א מעשה וואס איז געווען בימי הרב שך ז"ל אמאל האט הרב וויינטרויב ז"ל געהאט א אנדערע דעה ווי הרב שך ז"ל און מהאט אנגעדרייט דעם סטייפלער זצ"ל וואס איז געווען א גרויסער חסיד פון הרב שך, אז ער דארף ארויסרעדען קעגען א מתנגד פון הרב שך, ווען דער סטייפלער האט געכאפט וואס דא גייט פאר, האט ער געזאגט מהיכי תיתי הרב וויינטרויב איז משיעבוד צום דעת פון הרב שך? ס'ביידע תלמידי חכמים זאגט ער אזוי זאגט ער אנדערשט, זיי האבען ביידע א דעה,
די יונג ווארק מיינט, אז ס'מיז זיין איין מרן, דאס איז מסורת התורה,נאר איין מנהיג, נאר איין דעה, און ווער ס'טראכט אנדערשט נידון בצואה רותחת, ובזה אני באה, הינדרעט טויזענט פראצענט, אז הרב אורבאך איז נישט משיעבוד צו די דעה פון הרב שטיינמאן..... איך מיין אז די שירה וואס איך האב יעצט געשריבען וועט זיין די גרעסטע טובה פאר הרב שטיינמאן בעולם האמת... ס'שקר וכזב אז ס'מעג נאר זיין איין מרן, סאיז פרי טומטום פון א פאר פלאטיקאנטען ואין בה ממש, דאס איז געבוריען צוזאמען מיט די תנועה פון דגל התורה, לא הי' כן מעולם, בימי החפץ חיים איז רבי חיים עוזר געווען משיעבוד ? שקר ! און אדרבה קנאת סופרים תרבה חכמה, מ'מעג זאגען אנדערשט, מ'מוז זאגען אמאל אנדערשט, רבי ארי' לייב האט געקענט מאכען טעותים, רבי שמואל קען אויכעט מאכען א טעות, האקט'ס נישט אין קאף, זיי זענען בשר ודם,
און פאר די מבקשי אמת וויל איך מגלה זיין ס'קען זיין מיט הינדרעט פראצענט כמעט אז רבי שמואל איז סאך א גרעסערע ת"ח ווי הרב שטיינמאן, אכ"ז איז ביידע נישט משיעבוד צום קיינעם, וועט איר מיך אנקיקען מיט א קעלבענע פנים די דערוואגסט דיך צו אפפרעגען די יסוד און די בנין פון די טעראר און רשעות וואס מ'האט מפקיר געעוען די בליט פון טויזענטע בני תורה, וואס מ'האט ליידער געטון מיט די כמעט הוראה מפורשת פון הרב שמעון גליק מיט די איינשטימינג פון שר התורה רבי חיים קניבסקי את מי חרפת את מי גדפת דער סאמע משה רבינו??? ווייל סנאר דא איין מרן בדור! איך מיין לטובת נשמתו הטהורה בגנזי מרומים איז א מצוה צו זאגען שקר ענה אבותינו, מ'האט געטון א חטא בל יכופר, און ממעג אלע אויסטיען די שיך און מפייס זיין יעדען בן תורה וואס נהאט ווי געטון כי על כל נעלם יבוא אלקים במשפט אם טוב אם רע, און טיט א טובה פאר די נשמתו הזכה בגנזי מרומים און בעהט איבער די אלע אומשילדיגע יודען וואס האבען געמיינט אנדערשט ווי אייך, דאס איז מיין הספד בימים שאסור להספיד.

דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:16 pm#391179
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין אז דער סאטמארער רב איז נישט געווען אזא למכ'ל אז א צוריסענע טיקעט וואלט איהם צוריק געהאלטען. לכאורה איז ער געקומען קיין אמעריקא אויך אויף א ספק, נישט וויסענדיג צו עס וועט איהם געלונגען. דעמאלס איז גארנישט קלאר געווען.
ליטוואק: תדייק. איך האב געזאגט (ק/פ) די סאטמאר'ע פראפאגאנדע מאשין...!
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 12:43 am#391191
ימים - דיינע רייד באציען זיך נישט צו די מציאות. א באן האט נאר איין דרייווער. קענסט נעמען א צווייטע באן, אבער ווילאנג דו ביסט אויף איין באן, קענסט נישט קומען מיט א טענה אז איך בין אויך א מ"ד, בבחינת גם לי גם לך לא יהיה. ווען הרב גרוסמן קומט זאגן אז ער האט א פלאן פאר אלע וואס ווילן בלייבן לערנען אונטער א גזירת גיוס, וואלט מען געדארפט קלערן מי נדחה מפני מי, הרב שטיינמן אדער הרב גרוסמן. אבער די טענה אז מיר זאלן לעבן צוזאמען מיט צוויי דעות, ווי דער וואס זאגט דער קאפיטעל תהלים און דער זאגט דער קאפיטעל תהלים, איז נישט גילטיג דא. נאר איין געזעץ גייט זיין, נישט צוויי.
דאס האט נישט מיט 'איין מרן', און אונטער אלע לאזונגען אין א"י, ווייסט יעדער אז דאס איז די נושא.

מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 1:28 am#391193
און די קעגנערס פון רב שטייינמאן זענען דאך באוויסט מיט זייער שטארקע רעספעקט פאר א צווייטן דעה...
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 3:06 am#391196
"דַּבָּר אֶחָד לַדוֹר" - לימדנו מרן הגר"ש אויערבאך.
אלע היסטאריקער דא און אלע וואס געדענקען פון די תשמ"ט עפיזאדען
ובפרט די בריווען פון הגר"ש אווערבעך צו ר' דייב לנדא פון סלאבאדקע
און די מלחמה קעגן ר' A.J. סאלאוואייטשיק (יענטסמאהל געוועהן א יונגע ראששיבה, אונטער די פערציג וואס האט געירש'ענט די בריסקע הנהגה, און האט נישט אנגענומען די הכנעה צו הגראמ"מ שאך)
אה... איך האב שיעור נישט פארגעסן די וועכנטליכען דינסטאג מאמר מערכת פונעם יתד אקעגן די א.ג. "החרדים החדשים" (-הרב שטיינמן'ס קבוצה), "המיסיונרים המשיחיים" (-ליובאוויטש) "חובשי הכיפות הסרוגות" (-מזרחי'ניקעס),
אלעס אונטערן הייליגע נאמען פון די השקפה הטהורה, און זיי האבן קיינמאל ניט פארגעסן צו שרייבן אונטען: "בעמוד זה ישנם דברים הטעונים גניזה" (ווי מער שנאה קנאה ולשה"ר, אלעס טיפער אינעם 'שמות' באקס וועט דעס געהערן)
אכשר דרא, ס'זענען אנגעקומען צו הנהגת ציבור המתנגדים (לעת עתה) לדרך הבעש"ט, עט וואס מער פראגמאטישע מענטשן, וואס אנשטאט בארעדן און אטאקירן די גאנצע וועלט חוץ זיך,
האבן זיי אפגעקויפט (יא, פאר טבין ותקילין באצאהלט) די שופר און געטוישט די סיסטעם, ארויסגעווארפן פון דארטן די אנטיסמיטן און והיתה ליתד המנוחה.
די א.ג. "מבינים בע"מ" "בעלי ההשקפה" וכל שום וחניכא דאית להו ודלית להו, הן שחלמו הם על עצמם הן שחלמו הם על אחרים הן שחלמו אחרים עליהם והן שחלמו אחרים על אחרים. האבן ניט געקענט פארשווייגען אזאנס.
בקול רעש גדול, האבן זיי געעפענט זייערע בלאט "הפלס" וממנו תצא השקפה לישראל, איידער די גאנצע יידישקייט פאלט אריין אין גרוב, וועלן זיי ראטעווען וואס מ'קען.
איין מנהג איז געבליבן פונעם אלטען 'יתד' צום נייעם, די קדושת הטיטולים, וואו געמאסטען דארף די שרייבער זיין בעפאר ער גייט חלילה שענקען א שיינעם טיטעל פאר אזא איינער וואס ס'קומט'זיך עהם נאר האלב דערפון.
און בדרך ממילא, אויכעט יענעמ'ס דעות וועלן נישט ווערן צו אפט באשריבן אין די דבר העורך (וואס ווערט געחתמ'ט אונטען: "י.נ." - יתד נאמן) א.א.וו.
דאן, איז געקומען די צייט פונעם קאזאק צו שרייען: "קבען פלניא" מ'האט אונז בא'גנב'עט, אונז מעגן אויסשרייען אונזער מיינונג, יעדער גדול בתורה מעג זאגן זיין דעת תיירה, וכדו'.
עליהם ושכמותם, האט שוין הילל געזאגט אין אבות: "על דאטפת אטפוך, (-אבער) וסוף מטיפייך יטופון"
יעך האב אראפגעברענגט דאס גאנצע לשון פון הילל ווייל איך האב אויך נישט ליב ווי דער היינטיגער יתד איז נאכאלץ יוצר הגדולים כאמור למעלה,
און די סוף פון די יעצטיגע מעקערס, וועט זיין אז זיי וועלן אויכעט זיין אויף די מצב וואו הפלס.
איך האב איין בקשה פאר זיי.
ווען אייך וועלן שוין נישט זיצן אויפ'ן פערד, לפחות באשרייט'ס נישט און בא'שגצ'ט נישט די ממלאי מקומכם, מיט אט דאס וואס איהר טוט יעצט,
ווייל דאס האבן זיי שוין געטוהן, טרעפט'ס עפעס בעסער'ס, מעהר חוצפה'דיג און עזות'דיג צו טוהן.
איך האב געזעהן אז חבר'ה האבן דאס אנגענומען ערנסט, לייג איך צו:
![לאכט :lol:]()

מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 9:37 am#391198
די גאנצע שמועס איז א מוסר השכל, ווי לייכט עס איז צו פארדרייען די אמת מיט איין קליינעם ווארט.
ר' אברהם יהושע האט זיך נאר נישט מכניע געווען? ער איז דאך ארויס קעגן הרב שך. זאג דער אמת. זיי דן מיט'ן אמת. און בד"וו, ביי די פריערדיגע הנהגה אין צייטונג, האט מען בארעדט אסאך מענטשען, ביי די נייע האלט מען זיך שא שטיל וועגען דער גאנצע פלג הירושלמי. אפשר איין מאל אין א יאר וועלען זיי דערמאנען זייער פאזיציע. עס איז בכלל נישט קיין גלייכען.
ווי אויך דער גאנצע נוסח פון 'ר' שמואל אויערבאך האלט אנדערש' כאילו דאס איז די נושא. האלטן אנדערש מיינט נישט מפרסם זיין שקרים בשמו של הרב שטיינמן. האלטען אנדערש מיינט נישט אז מגידי שיעור זאלען אנרייצען בחורים קעגן זייער טאטעס. האלטן אנדערש מיינט נישט מלשין זיין אויף גאנצע עדות אידן אין חו"ל. ווען זיי וואלטן נאר געהאלטן אנדערש, וואלטן זיי נאר געדארפט מפרסם זיין אז די וועג צו באקעמפען איז מיט געוואלד, נישט ווי די וואס האלטען מ'דארף עס טוהן שטילעהייט.
דער סוגיא פון 'איין מרן' קומט נישט פון הרב שטיינמאנ'ס מענטשן, עס קומט פון די 'באקריוועדעטע' וואס האבען יארען לאנג געוועלדיגט אויף א צייטונג, און יעצט האבן זיי עס שוין נישט, כדת וכדין לויט הלכות ממונות.

מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 10:53 am#391200
@ליטוואק איך בין בכלל נישט א אנהענגער פון הרב אויערבאך
אבער רעדנדיג פון העצן און בארעדן זענען די מחנה פון רב שטיינמאן גארנישט אונטערשטעליג
אפזאגן בעלי תפלה
צוטיילן ישיבות
זקן ממרא
ועוד
איך האב נישט קיין מיטלייד מיט די אויערבאך מחנה, אבער צו טעראר און שליטה האבן זיי ביידע געלערנט אין איין חדר.

מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 12:04 pm#391207
נאך א משל.
זקן ממרא איז א פריוואטע מימרא בעידן ריתחא. דאס איז נישט קיין העצעריי. און אפילו ווען יא, איז עס גאר א שוואכען טשעפער. נישט אפיקורס, נישט עם הארץ, נישט רשע, נישט שלעכטע, נאר א זקן ממרא. איך וואלט זיך בארימט מיט'ן טיטל זקן ממרא פון ר' חיים.
צוטיילן ישיבות? א בחור וואס גייט בתמימות אין ישיבה, קען דען בלייבן צוזאמען מיט די אנדערע? עס איז נישט קיין נושא פון בחירות איין מאל אין פיהר יאר. מ'גייט דאך מפגין זיין, ארעסטירט ווערן, וכו' וכו'. זיי האבן דען א ברירה צו בלייבען צוזאמען? דאס איז ווי לייגען א ליטווישע בחור אין א תומכי תמימים. זיי זוכען אנדערע זאכען, נאר פערצופאל נוצן ביידע די נאמען ישיבה.
אפזאגן בעלי תפילה ווייס איך נישט. איך וואלט צו שנעל נישט געגלויבט מעשיות מעבר לים. איינער האט זיך געבייזערט אויף א צווייטען, און איבער די ים איז אנגעקומען אז עס האט מיט קנאות צו טוהן.

מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 12:09 pm#391208
יעקב מענטש האט געשריבן:
אנגעבליך איז דער רבי אהערגעקומען וועגן געלט, און רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל האט צוריסן דעם פאספארט, נישט ווייל דער רבי וואלט נישט געקענט מסדר זיין א אנדערע פאס, אבער די שטארקע הפצרה פון רבי מיכאל בער אז אמעריקע דארף אים דא, האט אים באוואויגען דא צו בלייבן.
דאס איז נישט קיין מעשיות פון 150 יאר צוריק, ס'איז דא אידן וואס זענען אתנו לאורך ימים ושנים וואס געדענקן די פרטי הדברים.
ס'איז דא אידן [בלשון רבים] וואס געדענקן???
ווער???
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 12:22 pm#391209
ליטוואק אויף דיר ווינדער איך מיך, די געסט גערעכט פאר די באנדע? וואס איז דיין התנגדות אויף חסידים? נאכאמאל, און זייער קלאר! רבי שמואל אורבאך האט געטון עוולה'ס אקעגין רבי דב לאנדא בימים ההם, און רבי דוב לאנדא נעמט נקמה, איז דאס תורה? איז דאס א וועג? רבי אברהם יושע איז ברוגז אויף אורבאך, און נעמט נקמה, איז דאס א אדם השלום? ס'פאסט פאר אונזערע רבי'ס, נקמה איך וועל דיר ווייזען, דאס פאסט נישט פאר חובות הלבבות אידען!
רבי ארי' לייב האלט מדארף מאכען פשרות מיט די מדינה, איך הער זיין דעה, רבי שמואל האט די לייסענעס זיך צו קריגען מיט זיין דעה, ווער עס איז א תלמיד פון רבי שמואל זאל האלטען ווי זיין רבי, ס'נישט געשמאק, פאר סרוצקין, איך הער ער האט געמיינט ער זיצט אויף די זאטעל, וויש דיר אף דיין נאעז, און פערטיג, לייג ארויס נאכאמאל די קליף ווי רבי ארי' לייב שרייט גאווה..., און האף אז דער עולם וועט האלטען אז דיין מרן איז מעכטיג גרויס, אבער שלאגען טעראריזערן, ווייל ער פארשטייט אנדערשט הישמע כזאת, אין סקווירא אדער בעלזא, גער, סלאנים, יא ! אבער ביי אונז אין די ליטע, ווי מלערינט צווי הלכות חפץ חיים טעגליך, מטאר ניט, אפילו ס'שמעקט ניט!
די עבודה זרה אז ס'נאר דא "איין דעה" איז תורת תשמ"ט מדארף לוחם זיין אויף דעם מער ווי אויף גיוס, ב"ה די קליפה פון נתו גראסמאן האט מען געבראכען יעצט דארף מען ענדיגען סרוצקין שמעון גליק ודעימי',
און למען כבוד שמים און כבוד התורה, בעט איך מיט מיין נאמען נעמט ארויס הגאון השר התורה רבי חיים קניבסקי שליט"א פון דער גאבידזש! ער זאל לערנין תורה מיט קדושה וטהרה, און געבען ברכות פאר אידען, די אייניקלעך ובאי ביתו, מאכען מיט די פאליטישע שטיק, א חוזק פון די תורה הק', איר זאלט רחמנות האבען אויף כלל ישראל און לאזט אונז איבער מיט איין אמת'ע גדול, וואס האט נישט מיט די פארשטיקענע גארבידזש, איך וויל נישט הערען קיין איין ווארט פון אים בנוגע וואלען, בנוגע גדלות פון מרן צו הרב אדלשטיין צו הרב הירש צו הרב לאנדא, אלע דריי זענען גדולים וצדיקים זיי דארפען נישט קיין הסכמה פון קיינעם! לאזט אף רבי חיים, און מיט ברכת בו"ה פאר די נייע מנהיג הדור, און תלמידי רבי שמואל זייט אייך מחזק דערשרעקט ענק נישט אז ליטוואק פון בודאפעסט האלט מיט די מעינסטרים, מיט שמעון גליק אגענדע, ווייל ס'נאך דא געניק אידען וואס האלטען איר דארפט בלייבען שטארק!

מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 12:53 pm#391212
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
ווען דו לייגסט ווען אריין אזוי סך ענערגיע צו פארענטפערן חסידים וואלסטו געווען א פארברענטע חבד'סקער
דאס איז פאר יעדער אביעקטיווע מענטש קלארע העצערייען און שנאה

מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 1:06 pm#391213
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
דו רעדסט ווידער נישט מיד די מציאות. קיינער רעדט נישט פון צוויי דעות, נאר איבער די ים האבען זיי מצליח געווען צו טוישען דער נאראטיוו, כאילו דאס איז דא די נושא.
עס איז נישט דא קיין פארענטפערונג און נישט קיין סברות. מ׳האט פארדרייט די מעשהס מעיקרם. ר׳ דוב לאנדא האט געזאגט זיין דעה וואס טוט זיך. דאס מעג ער אויך נישט? ער מוז זיך אנפרעגען ביי גרוסמן? ר׳ אברהם יהושע האט דען געטענה׳ט דבר אחד לדור? ער האלט אז זיי זענען צבועים, פאר דעם מוז ער שווייגען? איך זאג נישט קיין מיינונג אין דעם, אבער דיין חידוש אז דא רעדט זיך א סוגיא פון ׳דבר אחד לדור׳ האט גארנישט מיט די מציאות.
און דיין גאנצע געשיכטע פון הרב שטיינמן׳ס מאכען פשרות איז נאך א טריט אין די שקרים פון איבער די ים. הרב שטיינמן האט דאס באשטעטיגט? עפעס א ראיה האסטו אז הרב שטיינמן האט דא עפעס אוועק געגעבען? ווידער די זעלבע אור אלטע שיטה פון תש"ח און ווייטער, יבנה וחכמה. מ׳זאל זע׳ען אז דער וואס וויל גייען אין ישיבה לערנען זאל קענען.
די נאראטיוו פון שקר איז בעוכרכם. לערנט׳ס ענק אויס, מ׳קען פונדערווייטענס איינרעדען וואס מען וויל.

מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 1:19 pm#391215
גאנצל איז גאנץ נאיוו
נישט געוואוסט אז אין די ליטא קריגט מען זיך פונקט ווי די חסידים מיט די זעלבע לשונות און מעשים wow זקן ממרא ווארפן ר"י בעלי תפלות העצן קינדער קעגן טאטעס wow wow וואס איך הער נאר נישט צאם דא
ליטוואק דאס באהאלטן דאס פון מיר ביז היינט איז געווען דיין גאנצע כח איך זאל גלייבן דיינע שיטות איך זעי אז אלס איז די זעלבע
און פאר דיר ימים האב איך צוויי קליינע הערות איינס די יתד שרייבט אויף הרב שטיינמאן פונקט אזעלכע גוזמאות ווי דו האסט געשריבען אויפ'ן שארמאשער.......
און צווייטנס די צוויי דעת תורה פון ר' אהרן לייב מיט ר' שמואל וואלט איך אלס סאטמארער אנגערופן צוויי פאליטישע מהלכים מ'ארבעט קודם אויס די פאליטיק און נאכדעם שטעלט מען צו די דעת תורה דערצו

מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 1:36 pm#391216
איך ווענד מיך יעצט צו ליטוואקס תגיבה, דאס אז הרב שטיינמאן האלט פון מאכען פשרות איז א אמעירקאנע איינרעדעניש וואס אורבאך האט מצליח געווען אונז איינצורעדען, דעט איז נייס, קיק נאר די אלע איזרעלי צייטינגען וואס באגריסען די פטירה פון הרב שטיינמאן אז ער האט אריינגברענגט די חרדים אין שוק עבודה, דאס שטייט אין מעריב, אין הארץ, אין ווי נישט,
מרדכי קארעליץ פרעדט וועמענס דעת תורה? וואס זיצט אין אמנת כנרת וכו' קיק נאך אין וויקפידיעא און איבעראל,
אלע ישראלים וואס מעגען רעדען און מעגען שרייבען פארציילען אז ער איז געועון די דעת תורה וואס האט געפינט די טירען, יא איך ווייס די אגענדע פון די פאלטיקאנטען אז יעדער מעג וויסען חוץ איך, קיק נאך פרייע חוקרים וואס זיי שרייבען קלאר, וואס זענען נוטראל, אז די הצלחה וואס אזוי פיל חרדים זענען אין מילטיער איז א דאנק די גדולים וואס האבען געפינט די טיר, וועם מיינט מען?
ליטוואק, פראצענט וויפול חרדים זענען געווען אין מילטיער, תשנ"ה ס"ה ע"ה אן ע"ח אויף וועמענס זייגער איז דאס געשעהן?
איך זאג נישט מיין דעה, איך פרעג נאר די פאקט,
געדענקסט פינקטליך ווען און פארוואס ממעג מוחה זיין? געדענקסט אפשר די הלכה אין די ל' מ' נ' יארען און ווייטער ס' און ע' סוי עס איז א פאקט הרב הקדוש רבי ארי' לייב האט געהאלטען פון פשרות פון נאכגעבען פון ווערען א עם אחד,
ווען הרב אברהם לייטנער איך שרייב נישט מער טיטלען ווייל גאנצעל לאזט נישט, האט גחתמט אז מדארף מוחה זיין אקעגין אים, האט הרב שטיינמאן אריבער געשיקט זיינע באי ביתו פרעגען פארוואס ער הייסט מוחה זיין, האט רבי אברהם גענטפירט ווייל ער שטיצט נחל חרדי, האבען זיי געזאגט אזוי ווי ליטוואק פארציילט דא אז ס'איז שקר וכזב, לא הי' ולא נברא, האט רבי אברהם געזאגט אויב איך באקריג א בריעף אז ער איז אקעגין נחל וועל איך תיכף ארויסגעבען א צעטיל אז מ'טאר נישט מוחה זיין אויף אים, זיי האבען געזאגט יא מ'ברענגט שוין, זיינע יורשים ווארטען נאך אויף די צעטיל,
סנאט מיי ביזנעס ער האט געמעגט האלטען וואס ער האט געוואלט איך בין צו קליין, אבער זאג מיר נישט די באבע תירוץ אז ס'איז שקר,
ס'קלאר אז בימי הרב שטיינמאן האט זיך פיל זאכען געטוישט, און ער מעג האבען א אייגענע דעה, צוויי זאכען בעט איך, לייקען נישט פאקטען, און טערארזיר נישט ווער עס האלט אנדערשט,
און צו דיר גאנצעל הער איבער דיין רבינ'ס דרשה פון כ"א כסלו און שטאלציר דיך מיט דיין מנהיג,

מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 1:40 pm#391217
אלע יארן ביז די לעצטע בחירות האט דאך הרב אויערבאך אויך געהאלטן ווי הרב שטיינמאן סאו ביז דעמאלט איז דאך נישט געווען קיין קעגנער................ איז דאך זיכער געווען איין מרן
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 1:43 pm#391218
איינער קען מסביר זיין וואס איז העצעריש פון 'זקן ממרא'? דאס איז אין איין ליניע מיט 'רבן דקרו'?