מיטוואך יאנואר 10, 2018 7:58 pm#393201
[ציטאט אראפגענומען]
אפשר איז הרב קוק די קדוש וטהור, און ר' שאול בראך איז די ימח שמו'ניק?
berlbalagulehברוך (בערנארד) שפינוזה דער 2'טער: איך נעם נישט קיין שטעלונג איבער הרב קוק ז"ל. (איך האב גראדע יא א מיינונג. אבער ס'האט נישט קיין שייכות צום איצטיגן שמועס.). אבער דו ביסט א זיכערער אפיקורס אז דו קענסט דיך אויסדרוקן איבער ר' שאול בראך ז"ל אזוי. אפילו בלשון שאלה (רטורית)...!
איך האב שוין פון לאנג חושד געווען אז דו האסט דיעות נפסדות און דו האסט נישט קיין פינטל יראת שמים. יעצט האסטו עס באשטעטיגט...!
Just returning the compliment... 😈
נ.ב.: איך האלט ווי ר' מאיר (פון דעם תלמוד). ר' מאיר זאגט.."שמא קא גרים"...! האסט שוין נישט געטראפן קיין בעסער'ן מענטש נאך וועמען צו געבן א נאמען ווי בערנארד שפינוזה. אפשר געסטו דיר א נאמען נאך יוס'לע פאנדריק אליין...!
berlbalagulehברוך שפינוזה: נישט צו פארקריכן. אבער יאשקע'ס נאכפאלגערס האבן יא אויסגעריסן די תורה. זיי זאגן אז ער האט שוין מכפר געווען אויף אלעם. און מ'דארף שוין מער נישט האלטן די תורה...און זיינע פארעהרערס ווי בערנארד שפינוזה פון אמסטערדאם איז אויך געווען איינער פון זיי. דערפאר האט מען איהם טאקע געלייגט אין חרם...!
ברוך שפינוזה
וואס דו האלטסט וועגן מיר, איז בכלל נישט אינטרעסאנט, וואס איז יא אינטרעסאנט, ווען דו וועסט אראפנעמען די חלה דעקל פון דיין קאפ און זיין גרייט צו איינזען אז אין דיר [דער ניק שפונז'ה] איז דא אן ערליכע איד א קדוש וטהור.
cictimברוך שפינוזה
וואס דו האלטסט וועגן מיר, איז בכלל נישט אינטרעסאנט, וואס איז יא אינטרעסאנט, ווען דו וועסט אראפנעמען די חלה דעקל פון דיין קאפ און זיין גרייט צו איינזען אז אין דיר [דער ניק שפונז'ה] איז דא אן ערליכע איד א קדוש וטהור.
ליטוואק פון בודאפעסט[ציטאט אראפגענומען]
איך וויל מעורר זיין אן אינטרעסאנטקייט פון די דרשה. קנאות מיינט געווענדליך ווען א מענטש קאכט פייער פאר זיין באשעפער, אדער פאר סיי וועלכע זאך, און ער איז גרייט צו גייען ביז'ן סוף דאס אויפצוווייזען. למשל ווען א מענטש זעט א צווייטען באגייט אן עוולה אין ביהמ"S, ער טשעפערט איינעם, ער רעדט אין מיט'ן דאווענען, ער קוקט צו שטארק אין מקוה. רוב מענטשען קוקען די אנדערע וועג, און זיי זאגען 'עה, עס איז נישט מיין געשעפט, יענער וועט סייווי נישט פאלגען, איך וויל דאך חתונה מאכען די קינדער' און נאך תירוצים. א קנאי שווייגט נישט און ער טוט וואס עס פעלט אויס. אזוי אויך אין ביזנעס. ווען ער זעט זיין בעלעבאס גנבנ'ן אדער דרייען א צווייטען, וועט ער עס נישט פארשווייגען ,ער וועט טוהן וואס עס פעלט אויס, אפילו קעגען זיין אייגענע אינטערעסען.
דער ראזענבערגער האט עפעס א בליק אויף 'קנאות' וואס ראטעוועט מענטשען, וואס לויט דעם דאס עסען לאטקעס (לאודועי בעלמא, אין א"י מיינט לאטקעס נישט געריבענע קארטאפעל וואס מ'פרעגעלט און מ'עסט עס מיט סמעטענע אדער עפעל קאמפוט, נאר וואס מיר רופען אן פאנטשקעס, געפרעגעלטע טייג מיט גוטע זאכען פארוויקעלט דערין) איז גאר א קנאישע זאך צו טוהן. דאס איז פנחס אין אונזער דור, אז מ'טיילט און מ'עסט לאטקעס! דאס נעמט אוועק חרון אף פון דער וועלט.
אזא מין קרומקייט, אפגעזען פון דער מיינונג אויף הרב שטיינמן, איז א המשך פון דער פארטיישע אידישקייט וואס די מענטשען לעבען דערין, וואס אלע תורה'דיגע מושגים זענען פארוואנדעלט געווארען אין א פארטיי. גארנישט מיינט נישט איהר אריגינעלען באדייט. אלס דינט דער פארטיי.
נקודת-אמת.
ליטוואק פון בודאפעסטא קנאי געווענדליך הייבט זיך העכער די חשבונות הרבים צו טוהן די ריכטיגע שריט. עסען לאטקעס איז גארנישט אזא דערהייבונג, בפרט מיט פיינע דזשעם צו קאסטערד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטאבער מיט קנאות האט עס נישט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אישתישביר' בערל
די פארפאסט איין נקודה, דער עוולה איז נאר אן עוולה לדעתך, לדעתם איז עס נישט אן עוולה נאר א מצוה, איז בל כרחך די שרעקליכע אסונות וואס פראסקען אין פנים צוליב עפעס אנדערש, און זיי האבן זיך אייגענע פותרי חלומות וואס ווייסן פונקט מיט א זיכערקייט ווי די פין וואס עס קומט.
אישתישביר' בערל
די פארפאסט איין נקודה, דער עוולה איז נאר אן עוולה לדעתך, לדעתם איז עס נישט אן עוולה נאר א מצוה, איז בל כרחך די שרעקליכע אסונות וואס פראסקען אין פנים צוליב עפעס אנדערש, און זיי האבן זיך אייגענע פותרי חלומות וואס ווייסן פונקט מיט א זיכערקייט ווי די פין וואס עס קומט.
ליטוואק פון בודאפעסטעס איז זייער אינטרעסאנט צו באמערקען אז דער רוק ביין פון די קנאישע שיטה איז גאר דער דעמאקראטישע גלויבונג אז יעדער איז בארעכטיגט צו א שיטה. ווען זיי וואלטען נישט געהאט דער איינפלוס פון אמעריקאנער ווירדען, וואלטען זיי קיינמאל נישט זיך געוואגט צו רעדען אזוי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
berlbalagulehאישתישביר' בערל
די פארפאסט איין נקודה, דער עוולה איז נאר אן עוולה לדעתך, לדעתם איז עס נישט אן עוולה נאר א מצוה, איז בל כרחך די שרעקליכע אסונות וואס פראסקען אין פנים צוליב עפעס אנדערש, און זיי האבן זיך אייגענע פותרי חלומות וואס ווייסן פונקט מיט א זיכערקייט ווי די פין וואס עס קומט.
אישתישבי: דו מאכסט א טעות. איך ווייס נישט מיט א זיכערקייט פארוואס די אסונות זענען געקומען. אבער איך בין גרייט צו הערן און אריינטראכטן אין ליכט פון מאמרי חז"ל וועלכע רעדן איבער די הארבקייט פון בזיון ת"ח. ווייל א קעיגן פאקטן קענמען זיך דאך נישט מתווכח זיין. הרב שטיינמאן ז"ל איז דאך נישט געווען אויף איין דרגה מיט דעם אגד באס דרייווער אדער דעם שוסטער פון רחוב הירקון...!
שושן פורים
ניין! די קנאישע שיטה האלט אז דאס איז די איינציגסטע וועג, און הלוואי זאלן זיך אלע אנדערע אידן אזוי פירן.
די וועלכע פארענפערן קנאות אפילו זיי האלטן נישט ווי זיי, ואני בתוכם, קומט פון די דעמאקראטישע גלויבן אז יעדער איז בארעכטיגט פאר א שיטה.
אישתישביבאמת?
און אונז זענען בעסער?
ווען עפעס געשעהט ביי אונז האבן אמאהל די ראשי העדה פאר א מינוט געקלערט אז זיי דארפען מאכען א חשבון הנפש אויף זייער התנהגות? עס איז אייביג די צניעות ביי די פרויען און די מאגאזינען און צייטונגען ביי מענער, אמאהל, און היינט די סמארטפאנס.
רייזמאן זאגט אז עס איז א נייע זאך, און אמת, עס איז ניי אז מען זאל נעמען א טראגעדיע און אויסניצן אויפצוווייזן אז יענעמס שיטה טויג נישט.
בכלל זענען טראגעדיעס נישט קיין ראי' אויף גארנישט, מען קען פראבירן תשובה צו טוהן, אבער ווייזען מיט די פינגער אויף יענעם איז א אכזריות שאין כמוהו. ווען דער אויבערשטער ווייל שיקען א מעסעדזש אויף די לאטקעס הרג'ט ער נישט אומשולדיגע קינדער, נאר רב ווייס אליין, אדער דיין ראזענבערג, צו די מנהלים וואס האבן געטיילט לאטקעס. און ער קומט אין חלום צו הונדערט מענטשען זאגען אז ער טוט עס צוליב שטיינמאן. כל זמן דאס געשעהט נישט קען איך זאגען אז די קינדער זענען ל"ע געשטארבן ווייל בעלזא גייט צו די בחירות.
אישתישבי
דו האט האב רייזמאן גענומען א טראגעדיע און געבלעימט א קהילה, אדער נאך מער, א מפלגה, אין כלל ישראל, און געטענה'ט אז די טראגעדיע איז געקומען צוליב זייער התנהגות, וואס איז לדעתם א מצוה. דא איז ער ארויס חוץ מן הגדר וואס איז איינגעפירט בדרך כלל, הגם דער איינגעפירטע דרך איז אויך קוקו מעיקרא.
שמעון וואלףאישתישבי
דו האט האב רייזמאן גענומען א טראגעדיע און געבלעימט א קהילה, אדער נאך מער, א מפלגה, אין כלל ישראל, און געטענה'ט אז די טראגעדיע איז געקומען צוליב זייער התנהגות, וואס איז לדעתם א מצוה. דא איז ער ארויס חוץ מן הגדר וואס איז איינגעפירט בדרך כלל, הגם דער איינגעפירטע דרך איז אויך קוקו מעיקרא.
כבר היה לעולמים, געווען אפאר יאר צוריק א טראגעדיע ווען דריי בחורים זענען געהארגט געווארן ר"ל, האט א געוויסע רבי (גראדע מיט א קירבת משפחתית צו רב רייזמאן'ס פארטיי) געזאגט אז זייערע עלטערן זענען שילדיג אין די טויט פון זייערע קינדער צוליב זייערע מתנחלישע שיטה פון וואינען אין די שטחים. דארט איז טאקע געווען מער א לאגישע צושטעל ווי א הימלישע, אבער ס'האט א געוויסע ענדליכקייט צו רייזמאן'ס פארדאמונג.