ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לדעתי, אין די דרשה האט ער נישט ריכטיג אויסגעפיהרט. ער וואלט געדארפט אויספיהרען, וכדברי הראשי ישיבות, אז מ׳דארף ליעב האבען די קנאים אויך, און דאווענען פאר זיי אז זיי זאלען תשובה טוהן. דאס ׳מתיר׳ זיין זיי פיינט צו האבען לייגט יעדעם אריין אין פעקעל.
ווי איז ער מתיר פיינט צו האבן? דא האט איר די דרשה:
ח"ו איך בין נישט קיין מרבה במחלוקת, ס'דארף קומען צו א מצב אז חילוקי דעות איז א דבר ישר א גלייכע זאך, אזוי איז געווען אלעמאל אין כלל ישראל, צווישן חילוקי דעות און פירוד לבבות איז כחוט השערה, פירוד לבבות מאכט אז היינט עשרה בטבת זאל מען פסק'נען נאך א יאר חורבן, קען זיין ס'דא וואס האבן צייט פאר משיח, אונז האבן נישט קיין צייט, דאס איז א סימן אויף פירוד לבבות, אז א יוד גייט אוועק פון די וועלט אין מ'קען טאנצן, זאל עס זיין א גאר שוואכע יוד, מ'וויסט דאך וואס הייסט א נשמה פון א יוד, איינער וואס איז געווען א נסקל בבית דין שטייט לובשין לבנים, צו ווייזן אז מ'האט נישט אויף בית דין קיין שום טענה, אזא סארט התנהגות וואס ס'איז נתחלל געווארן כבוד התורה דארף מען מוחה זיין, כ'האב געוואלט יוצא זיין חובת מחאה, און אויך א הרהור תשובה,נישט אז איך בין אויף די ריכטיגע זייט וועגן דעם מאך איך יענעמס חשבון הנפש, איך בין נישט אויף די ריכטיגע זייט וויל ס'דא פירוד לבבות א חלק פון מיין הארץ איז מופרד, דארף מען טוהן אלעס אין די וועלט ליב צו האבן יעדע יוד, אפילו יודן וואס זענען ממש פון די צד השני ליב האבן, זעהן אז ס'זאל נישט זיין קיין פירוד לבבות, איך האב מיט אייך חילוקי דעות איך האב אייך ליב, אזוי שטייט אין אהבת שלום ואהבת לרעך כמוך מ'זאל קענען זאגן איך האב אייך ליב, אבער בתנאי אז איר האט נישט קיין פירוד לבבות מיט מיר, וויל אויב די האסט פירוד לבבות מיט מיר די ווארטסט ח"ו ס'זאל געשען א אומגליק מ'זאל קענען טיילען לאטקעס, איז דאך כמים פנים לפנים כן לב האדם אל האדם, מיט וועמען זאל איך נישט האבן קיין פירוד לבבות, הקב"ה יאמר לצרותינו די און זאל שיקען משיח צדקינו בב"א.