מאנטאג יאנואר 15, 2018 2:03 pm#393450
זאל זיין קנאים און קנאים, א ספליט, די קנאים פין ירושלים זענען לאו דוקא מיט דער זעלבער שיטות ווי סאטמאר כידוע.
ליטוואק פון בודאפעסטווען מ׳האנדעלט די סארט עניינים טעארעטיש, איז עס גאר אן אנדערע מציאות.
נעמט׳ס א פארשוין, וואס זוכט צו טוהן ריכטיג לויט זיין פארשטאנד, און ער האט פאר עפעס א סבה געגלויבט אויף א צווייטע איד אז יענער איז אן אפיקורס. וויבאלד אין תורה שטייט אויף אן אפיקורס אז מורידין ולא מעלין, ממילא איז זיין פטירה א שמחה ביי די פארשוין.
אפילו ווען דאס וואלט געווען ריכטיג, שפיגעלט עס נישט אפ די מציאות דא. די חברה זענען נישט מענטשען וואס זוכען צו טוהן ריכטיג, נאר מענטשען וואס זוכען זיך צו שטופען אין יענעמ׳ס פנים. ביי הרב קוק האט מען נישט געטאנצט, נישט ווייל די זיידעס פון די חברה זענען געווען עפעס בעסער, נאר ווייל קיין סמארטפאונ׳ס האבען דעמאלס נישט עגזיסטסירט. איך קען א פאר פון זיי פון די נאנט און זה דרכם כסל למו. גייט׳ס קיין א"י און עסט׳ס א שבת סעודה ביי י.מ. קויפמאן און צייגט׳ס זיך אליינס איבער.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נקודת-אמתטייערע חברי השטיבל כל אחד ואחד בשמו הטוב יבורך.
איך ליין שוין די אשכול עטליכע טעג און ס'לייגט'זיך'צו נאך און נאך תגובות טייל פון זיי מעהר צום דבר (לטעמי) און טייל פון זיי ווייניגער.
איין פוינט איז וויכטיג צו קלאהרשטעלן, דעם בעל-דרשן ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א האט קלאהר אנגעזאגט בעפאר ער האט אנגעהויבן אויס'חשבן'ען יענעמ'ס חשבון-הנפש אט די נקודה
אז ער האט נישט פון וואו צו וויסן פארוואס העט דער אויבעשטער געטוהן כך וכך, פארוואס האט דער באשעפער געגעבן קינדער פאר אט די קנאים און פארוואס האט ער שפעטער צוגענומען די קינדער
ער האט קלאהר געזאגט אז ער ווייסט נישט קיין חשבונות און דאס וואס ער זאגט איז נישט קיין נבואה און נישט קיין רוח-הקודש אדער אן אנדערע סארט רוח.
נאר בסך הכל א-חשבון-הנפש-כללי וואס פאדערט'זיך אין אזא פאל, אויסער דעם חשבון-הנפש-פרטי וואס פאדערטזיך פון יעדער איינער לפי מעמדו ומצבו.
דאן האט ער געפרעגט, אפשר גאר דארף מען שווייגן אין אזא צופאל און נישט מאכן קיין חשבון-הנפש און פראבירן זוכן על מה עשה הוי"ה ככה,
ועל דא הביא ציטאטן פונען רמב"ם רמב"ן און נאך אז אזוינס צו אריבער לאזן אן קיין חשבונות איז רשעות.
הלא דבר הוא, ועל כך יודו המוחים ברייזמאן אז 3 פיצעלע בעייבי'ס זאלן פונקט אפשטארבן אויף איין גאס אין איין וואך איז א דבר פלא וואס ברויכט עפעס א שטעל אפ, א קלער איבער.
ער האט נישט געבעטן אז א יעדע קנאי זאל שרייען: "שטיינמן אמת ותורתו אמת ואנחנו בדאים", ניין, ער האט קלאהר דאס נישט געבעטן.
ער האט סך הכל געזאגט אז אזוי וואו ס'איז עם אויסגעקומען לפי כמה ראשונים אז צו דאס אריבער לאזן אן קיין חשבון איז רשעות און קיינער האט נישט געמאכט די חשבון
נאר צוזאם גערופן אן עצרת חיזוק בענייני צניעות וטעכנאלאגיע און גערופן רבנים אן צו זיי מסביר זיין גענוי די מעשה נאר רופן פאר אן עצרת חיזוק לתושבי השכונה.
און אזוי וועט מען דאס תולה זיין אין צניעות/סמארטפאון'ס א.א.וו.,
אט אויף דער נקודה האט זיך רייזמאן אויפגערעגט און מתוך שבא לכלל כעס...,
און ער האט זיך אנגעטראגן צו טוהן דער חשבון הכללי פונעם דור/שטאט און געמאכט א מחאה כדת של תורה אויף דער טקס וחגיגת פטירת הגראי"ל זצ"ל
און זיינע פייערדיגע חסידים און מעריצים האבן זיך געשפירט אז זייערע מגיד האט אריין געגעבן פאר די קנאים ווי קיינער פריער. וואו.
(יא, איך קען אסאך אזעלכע, איך בין נישט פון זיינע קביעות'דיגע צוהערער, דאס איז סך הכל די צווייטע דרשה וואס איך הער פון עם, די ערשטע איז געוועהן נאכן פיגוע-דריסה אויף רח' מלכי-ישראל אין ירושלים וואס איז געהארגעט געווארן הקדוש הרב קרישבסקי הי"ד
און מיודענו הרב רייזמאן במתק לשונו מהלל ומשבח געוועהן לבורא אז מ'האט עם געוויזן ביי די עלעקטראנישע איי'ז וואס מ'זעהט די 'בֶּזֶק' קאר אינדרויסן פון ביהמ"ד-בית-יהושע 1:00PM שעת סוף השיעור הקבוע, און מ'זעהט דער דרייווער דער אראבער רעגט זיך אויף און ער גייט ארויף די טרעפ צום ביהמ"ד אויפגערעגטערהייט און ער גייט אראפ און ער פארט אוועק, [גראדע האבן זיי ארויסגעשיקט די ווידיאו'ס יענטסמאהל, און הדברים אמת אז מ'זעהט די קאר און מ'זעהט דעם ארבעטארער ארויף גיין און ער זעהט טאקע אויס אויפגערעגט, און מ'זעהט דער זייגער ארום 1 א זייגער מיטאג עטליכע מינוטין בעפאר דער פיגוע אין גאולה געגענט] און דער עיקר נס און שבח והודיה איז צוליב אז קיין שיעור איז ניט געוועהן יענע טאג זונטאג כ"ח תשרי ה'תשע"ו ווייל אונזער מגיד-מישרים האט יוצא-מגדרו געוועהן און אוועקגעפאהרן קיין אנטווערפען [דאכט זיך - איבער צווי יאהר צוריק קען זיין אז איך פארגעס קלייניגקייטן] און דער ימח-שמו'ניק האט באמערקט אז דער עולם וואס קומען ארויס יעדען טאג נאכ'ן דרשה זענען היינט נישט אנגעקומען, און די שומעי השיעור זענען געראטעוועט געווארן פון די פיגוע, און פארשטייט'זיך מ'האט געשטעלט לעקיך-און-בראנפן כנהוג במחוזותינו על שם הנס הגדול, [גראדע זענען געוועהן ספקנים וואס האבן געטענה'ט יענטסמאהל אז נאכן זמן הטעראר-אטאקע זעהט מעהן נאכאלטס די בֶּזֶק-קאר אינדרויסן פונעם ביהמ"ד און ס'רעדט'זיך גאר פון אן אנדערע קאר און א אנדערע ארבעטארער אבער לאמיר דאס לאזן אזוי] עד כאן במאמר המוסגר בעניין שיעורי הרב רייזמאן שליט"א)
די נקודה אז ס'פאדערט'זיך א חשבון-הנפש איז זיכער אמת, און יעדער וועט דאס מודה זיין.
צו די וועג צו דאס טוהן איז טענה'ן אז ס'האט אויסגעפעלט א-קול-מחאה אויף די געוואלדיגע חוצפה פון די מחולות ודונא"ט'ס למיניהם, יש חולקים.
ער האט דאס אויך נישט געזאגט מיט א זיכערקייט ער האט נאר מעורר געוועהן אן אפטשען, והשומע ישמע, און יעדער זאל זיך אליין באשטעטיגן צו מסכים זיין צו נישט.
די נקודה אז די בעלזע-רשעים פלעגן אויכעט רודפ'ן פאר אלע זייערע פאליטישע-השקפה'דיגע-בני-פלוגתא, איז אויך א וועג ארויס פון די פינטעלע וואס ער האט געברענגט,
ס'קען זיין אז יענטסמאהל האט מען אויך געדארפט מוחה זיין על כבוד הצדיקים הקדושים הנזכרים באשכול זה וואס די בעלזע-פאליטיקאנטן האבן גערודפ'ט, אבער יעצט איז געשעהן וואס ס'געשעהן און רייזמאן האט געזאגט וואס ס'דאכטזיך פאר עם אויף דעם.
ס'קען זיין אז מ'דארף פארשטיין די מענטשן וואס זייער שיטה זאגט זיי אויף א גדול-בישראל אז ער איז א שייגעץ, אוקיי, ס'נאך א לאנגע וועג ביז די תופים ומחולות וחלוקת הדונא"טס.
און צום סוף האט זיך דעם רייזמאן אריינגעלייגט מסביר צו זיין פאר די פאלק את הידועות אז רב שטיינמאן איז גארנישט געוועהן פון די מייסדי הנח"ל, און ער האט דאס נישט געשטיצט, און ס'איז לעיונעס וואס זיי האבן געשריבן בפשקוויליהם ובוועבסעדיהם שהאמינו להם עודפרים ממין אחר, נו.
האמת יאמר, ווען דער רייזמאן שטעלט זיך ווען נישט אויף דאס צו שרייען, וואלט איך דאס נישט געטוהן אנשטאט'ס עם, און איך לאך פון זיין הוה-אמינא צו מחנך זיין די לאו-בני-חינוך פון די עקסטרעמע יישוב הישן יידעלעך
וואס אפי' אויב דו וועסט זיי אויפווייזען די פאקטן אז זיי האבן געהאט א גראבע טעות וי"א רשעות, וועלן זיי זוכן און ברענגען אלטערנאטיוו-פאקטען וואס ווייזען אויף אנדערש וואו זיי האבן געמיינט/געוויסט/ווייסן פאר א פאקט/א.א.וו.
און בקבלה בידם אז מ'טאהר-נישט-גלייבען-קיין-מעשיות נאר פארשטייטזיך ווען ס'משמע פון די מעשה אז זייערע צד איז גערעכט.
קיין איין ערנסטע רב/בעל דרשן/הוגה דעות פון די צד האגודה איז נישט איינגעפאלן צו דאס טוהן.
אז רייזמאן האט דאס געטוהן איז מען נישט מוחה אויף עם פאר די זעלבע סיבה וואס מ'האט נישט מוחה געוועהן קעגן די מחלקי-הדאנאט"ס און די רוקדי המחולות.
ולא עליהם טענותיי.
אלא אליכם אישים אקרא.
אויב זענט איהר פון די צד וואס גלייבן אין מצוות מחאה היא משש-מצוות-תמידיות, אויף יעדער עניין וואס שמעקט נישט לפי אייערע השקפה/הנהגה/חצר/א.א.וו., מצד אחד.
און מצד שני האט איהר נישט ליב געהאט די אקט וואס די עקסטרעמע בית-שמש'ע אידן האבן געטאהן,
זענט איהר מכובד דא להשמיע קול מחאתכם שתעלה ותבקע עד לרקיע.
איך בין נישט פון די, במילא בין איך נישט מוחה אויף דעם.
בפרט אז אני הקטן בעצמי כבר נכשלתי בזלזול בתלמידי חכמים באשכול זה עצמו, ומי אנוכי שאוכיח אחרים בדבר שאני עצמי נגוע בו.
בהצלחה פאר אייך אלע.
מחו והצליחו.
סמבטיוןסע נאך דא איינער וואס האלט אז ימים איז נישט קיין גלגול פון איש את רעהו?
berlbalagulehסמבטיון: איך האב נאר איין שאלה צו די אלע טראללס און זייערע גילגולים און דיבוקים. ווען ס'איז געווען די זעקס טעג מלחמה (די ששת ימי אפילה ווי די בהמות רופן עס אן) אדער די יו"כ מלחמה. פארוואס זענט עטץ נישט אריבער צו ענקערע פריינט די אראבערס. און געבליבן אונטער די הערשאפט פון די טמא'נע ציונים...? עטץ זענט געלאפן אין די שוץ בונקערס פונקט ווי א יעדער אדער זענט עטץ ארומגעגאנגען בקרית חוצות טאנצנדיג און זינגען. ווייל די באמבעס פון ענקערע גוטע פריינט זענען נישט געמיינט פאר ענק ערליכע אידן די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני...?! דעם ענטפער ווייסט א יעדער איינער... סאו שאט אפ...!
ימים ידברוסאיז זייער פאססיג צו רעדען מיט זלזול אויף ערליכע הייליגע אידען אינטער די אשכול פון הרב רייזמאן,וועם האט איר מער פיינט בערל סמבטיון מיט אלע שווארץ יאר, וועם נטורי קרתא אדער לפיד? וועם?
סמבטיוןקלאר נטורי חרתא. לפיד האט א טשענס נאך תשובה צו טוהן נטורי חרתא נישט
ימים ידברוא טריט אויף צוריק ווען די אמאליגע בעלזא האט מבזה געווען דער הייליגער מנחת אלעזר, און אים גמסרט אין קארט
איך אויךימים ידברוא טריט אויף צוריק ווען די אמאליגע בעלזא האט מבזה געווען דער הייליגער מנחת אלעזר, און אים גמסרט אין קארט
זאג איבער?? כדרכם של הסאטמארע טראללערס האסטו נישט דאס מינדעסטן אהנונג אין היסטאריע.
אישתישביבדרך אגב, איך געדענק הערן אז דער מנחת אלעזר איז געגאנגען צום קיסר און געבעטן ער זאל פארשיקען ר' אהרן פין אונגארן, ביז פיר און צוואנציג שעה האט ער געמוזט פארלאזן.
דאס איז געווען נאך דריי הזמנות וואס ער האט נישט גענטפערט.
ימים ידברו
איך האב נייעס הרב הצדיק רבי משה בער בעק'ס געניץ, האט מער חשיבות פון אלע ענקרע רבי'ס קריאת שמע ליל כל נדרי בלי ספק,
אישתישביחזו"א האט געזאגט, ווא ווי, אוי וויי, זיי האבען נישט קיין מדות, מן הסתם האט דער חזו"א געמיינט רב שך, ער איז נאר פארפארען צו די קנאים.
סמבטיוןווען דו ששרייבסט ווען גלייך ביים אנהייב דיין בליק אויף בעקס עבודה וואלט איך געוויסט ווי איך שטיי מיט דיר . יעצט הייב אן אז און די יונגע יארן איז בעלזע רב געווען אין בית התפוצות. איך מיין האסט עס נישט אויסגערעכענט פריער.
berlbalagulehאישתישביחזו"א האט געזאגט, ווא ווי, אוי וויי, זיי האבען נישט קיין מדות, מן הסתם האט דער חזו"א געמיינט רב שך, ער איז נאר פארפארען צו די קנאים.
איתישבי: הרב שך זצ"ל איז געווען א גרויסער מענטש. און א געוואלדיגער בעל מידות. ס'זענען דא אן א שיעור מעשיות איבער זיין גדלות אין מידות. נאר איין קנייטש האט ער געהאט. מיט ליובאוויטש. ער האט זיי נישט געקענט אראפשלינגען. אדע טאלערירן...!
berlbalagulehניוקאווע: אויף אייוועלט איז ער א קנקאי. ווייל ער איז געווען נאנט צו די שיטה פון סאטמאר. מיט א פאליטישן טוויסט. ממילא האט איהם סאטמאר נישט אטאקירט. כאטש זיי האבן נישט מסכים געווען מיט זיין פאליטישע אגענדא. אבער אין קאנטעקסט פון העלפן די מענטשן אין זיין אייגענע גרופ (די ישיבה'שע וועלט) האט ער געטון זייער א סאך פאר יחידים וועלכע זענען געקומען צו איהם בעטן הילף...!