ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז א מנהג און א מסורה אין בעלזא צו האבען די בעסטע דיינים. ווער וועט זיך דינגען מיט א מסורה?
עס איז א מנהג פון בעלזא צו פראקלאמירן און פראפאגאנדירן אז זיי האבן די ״בעסטע דיינים״...
ווען זיי האבן טאקע די בעסטע דיינים איז איין זאך. למעשה זענען זייערע דיינים גארנישט אנדערש ווי אלע אנדערע...
מיט וואס איז הרב ר׳ טובי וועטטענשטיין מעהר ווי הרה״ג הצדיק ר׳ משה שנעבאלג (מטשערנאוויץ) און זיינע ברודער הרב ר׳ חיים פייבל און הרב ר׳ אייזיק. הרה״ג ר׳ ירמי גאלדהירש. הרה״ג ר׳ בנימין זאב פליישער, הרה״ג ר׳ שלמה אליעזר ברוינשטיין, הרה״ג ר׳ יוסף באב״ד, הרה״ג ר׳ נפתלי שפירא, הרה״ג ר׳ ישראל ראזנבערג (ברי״ע) וכו׳ וכו׳
די איינציגסטע חילוק איז זיי זענען ווינזיצער און די אנדערע זענען בעלזער.
הרה״צ ר׳ משה שנעבאלג און הרה״צ ר׳ זושע רוב פון מאנסי זענען טויזנט מאהל מעהר חשוב ווי ר׳ טובי וועטטענשטיין און עני אנדערע דיינים פון בעלזא... איך קען זיי ביידע גאר גוט. נאר וואס דען וויזניץ מאכט נישט קיין טראסק פון יעדע מו״צ. משא״כ בעלזא אז איינער איז א ת״ח מאכט מען פון אים א גאנצע מרא דאתרא.
זיי זענען אייביג ביזי אז זיי האבן ארויס געגעבן די בעסטע און חשובסטע יונגעלייט. כ׳זעה אין וויזניץ און אין אלע אנדערע חסידות די זעלבע חשובע יונגעלייט. סאיז דא אין וויזניץ-מאנסי אליינס אפאר הונדערט ר׳ טובי וועטטענשטיין׳ס אן קיין אפיציעלע לעדערהעטס און פאמפע. דרייטס נישט קיין קאפ!