דאנערשטאג יולי 05, 2018 12:46 pm#408134
רביה"ק זי"ע: מיין רבי דער הייליגער יארמער רב שליט"א איז מרגלא בפומיה צו זאגן אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה. אבער דאך. איך וויל וויסן פארוואס די ליובאוויטשע רבי נ"ע האט געדארפט זיצן מיט א ספר אין קאלידזש. ר'האט דאך געקענט פאר דעם זעלבן געלט זיצן אין ביהמ"ד...נאר די תירוץ איז אזוי ווי מיין רבי אין חדר האט געזאגט...ס'איז בעסער צו זיין אין דרויסן און אינזין האבן די גמרא, ווי איידער זיצן ביי די גמרא און אינזין האבן וואס ס'טוטצעך אינדרויסן...!
אויף דעים איז דא אנ'אנדער מליצה וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט לינדאן דזשאנסאן האט געזאגט. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער פייערט נישט דעם הויפט פון די עף. בי. איי. דזשעי עדגאר הואווער. האט ער געענטפערט מיט אן ענליכע מליצה. נאר מ'קען עס נישט דא אראפברענגען מפני הכבוד. (ממש די זעלבע סיבה פארוואס מ'האט געברענגט בורית כרשינה אין ביהמ"ק...ווי ס'שטייט אין סידור. ווער ס'דאוונט טעגליך ווייסט וואס איך מיין. און ווער נישט (אזוי ווי טוביה וחבריו, וועט ממילא נישט פארשטיין)...!
און לגבי דאס זיצן אין אוניווערזיטעט אן א קאפל. האביך געהערט אז דער הרמ"מ שניאורסאן האט געהאט א טופעיי...א מענערישע שייטל...!